וואו איז הר סיני?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

תגובהדורך פערשט » דינסטאג מאי 01, 2018 4:38 pm

ר יהיה כן .קענט איר אפשר לייגן א לינק צו google map צו jebel harb
ב) איז די jebel harb אויך הר סיני לויט רב דויטש?
יישר כח

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג מאי 01, 2018 4:50 pm

רב דויטשעס בארג הייסט דזשאבאל אל לוז נישט דזשאבאל הארעב. איז דא דער בוך אין א געשעפט (נישט אויף עמעזאן ?)

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג מאי 01, 2018 11:12 pm

פערשט האט געשריבן:ר יהיה כן .קענט איר אפשר לייגן א לינק צו google map צו jebel harb
ב) איז די jebel harb אויך הר סיני לויט רב דויטש?
יישר כח

די בארג שרייבט מען Jabal Harb. מ'קען עס גרינג טרעפן אויף גוגל מאפעס.

Gevald Geshrigen האט געשריבן:רב דויטשעס בארג הייסט דזשאבאל אל לוז נישט דזשאבאל הארעב.

איז דא דער בוך אין א געשעפט (נישט אויף עמעזאן ?)

יא, איך האב עס געקויפט אין א היימישע ספרים געשעפט. (גראדע געווען די לעצטע אויף די פאליצע.)

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מאי 02, 2018 3:22 pm

אין א וויליפעסט ספרים געשעפט אדער אן אנדער לאקאל ?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מאי 02, 2018 3:30 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:אין א וויליפעסט ספרים געשעפט אדער אן אנדער לאקאל ?

דזשודעיקע קארנער און אייכלערס אין ב"פ האבן עס געהאט.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מאי 02, 2018 3:45 pm

thank you

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

תגובהדורך פערשט » מאנטאג יוני 04, 2018 4:34 pm

לכבוד די שרייבערס פון די אשכול
איך זעה אז ס'שרייבן דא עטליכע אידן וועלכע זענען גוט באקאנט אין די ענינים, וואלט איך געוואלט פרעגן עטליכע שאלות (די שאלות זענען נישט מסודר ,עס קען זיין אז ס'וועט זיין אביסל צומישט)
1) בענין הר סיני ,ווי ס'קוקט מיר אויס איז דא בכללות 2 מהלכים וואו ס'געפונט זיך
די ערשטע איז אין די סיני האלב אונזל (און אין דעם זענען דא עטליכע בערג אויף וועלכי מ'וויל אנצייכענען ,)גיוויסע וועלכע האבן שטערקערע ראיות(אדער סברות )און אנדערע וועלכע זענען שוואכער , די מערסט באקאנטע איז די בארג פון ר' דן שווארץ ע"ה ביי די שפיץ פון די האלב אונזל
די צווייטע מהלך איז אז ס'דארף זיין אין סאודי אראביע דאס נעמט אריין די מהלך פון רב הול און רב דויטש
איז די ערשטע זאך וואס איך וויל פרעגן , ווי ווייט איז צווישן די 2 בערג פון סאודי אראביע , אפשר איז שייך צו לייגן א בילד פון גוגל מעפ אנגעצייכנט ביידע בערג ,איך האב געזוכט אין גוגל מעפ Jabal Harb און נישט געפונען קלאר (עפעס איז ארויף sugarloaf )]

יישר כח

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג יוני 04, 2018 4:47 pm

אויף גוגל מעפ וועסטו עס נישט טרעפן,
דא קענסטו עס טרעפן
https://mapcarta.com/12557830

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יוני 04, 2018 4:57 pm

Sugarloaf איז נאך א נאמען פאר Jabal Harb. אויף גוגל מאפעס:
https://www.google.com/maps/place/Sugar ... 35.6547222

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יוני 04, 2018 6:50 pm

דער געגנט צו דשזעבעל הארב קומט נישט אויף געהעריג דירעקשאנס
נאדיר אפאר מפות
צוגעלייגטע
Capture3.JPG
1
Capture3.JPG (27.94 KiB) געזעהן 1144 מאל
Capture4.JPG
2
Capture4.JPG (28.25 KiB) געזעהן 1144 מאל
Capture5.JPG
3
Capture5.JPG (46.65 KiB) געזעהן 1144 מאל

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יוני 04, 2018 6:51 pm

more
צוגעלייגטע
Capture1.JPG
4
Capture1.JPG (33.86 KiB) געזעהן 1144 מאל
Capture2.JPG
5
Capture2.JPG (24.54 KiB) געזעהן 1144 מאל

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

תגובהדורך פערשט » זונטאג יוני 10, 2018 5:33 pm

לכבוד ראספשע/מונאוויטש
א יישר כח פאר די לינק'ס . ס'האט געארבעט

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

תגובהדורך פערשט » מאנטאג יוני 11, 2018 3:25 pm

איך האב זיך איינגעהאנדלט די בוך . אנגעהויבן ליינען. ס'איז גאנץ א הויכע שפראך.
איך וויל שרייבן עטליכע אדער מערערע הערות וכדו' אויף די בוך .און אויף די אנדערע וועלכע זענען זיך מטפל אין דעם ענין נאר קודם וויל איך מאכן א הקדמה אז אפילו מפרעגט קשיות מיינט עס נישט אז יענער איז אפגעפרגט נאר אז איך האב נישט פארשטאנען און איך זיך צו פארשטיין בעסער

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יוני 11, 2018 4:16 pm

there are no stupid questions only stupid answers

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

הר סיני

תגובהדורך פערשט » מאנטאג יוני 11, 2018 6:26 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:there are no stupid questions only stupid answers

איך האף אז יעדער וועט ווערן קלוגער בעז"ה

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

תגובהדורך פערשט » פרייטאג יוני 15, 2018 12:29 pm

האט איינער שוין געזען די מאפע פון רב דויטש ?
אויב יא קענט איר לייגן א בכלליות'דיגע בילד?
יישר כח

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

תגובהדורך פערשט » פרייטאג יוני 15, 2018 12:33 pm

בנוגע וואס רב הול שרייבט אז מרה איז די bitter lakes איז כדאי צו ברענגן אז די כלי יקר אין פרשת נשא ביי פרשת סוטה שרייבט אז די מי מרה איז נישט געווען נאטורליך ביטער . עס איז געווארן ביטער ווען כלל ישראל איז געקומען (איך ווייס אז אין רוב פלעצער זענען דא אסאך מאל עטליכע פשטים)

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

תגובהדורך פערשט » פרייטאג יוני 15, 2018 1:00 pm

בענין די שאלה אויב די סיני האלב אינזל איז מדבר סיני .וויל איך פרעגן א הערה.
איך האב אמאל גערעדט מיט ר' בנימין זאב שווארץ נ"י א זוהן פון ר' דן ע"ה וועלכע איז אויך שטארק אויסגעקאכט אין די ענינים .האט ער מיר נאכגעזאגט פון פריעדיגע אז נעמען פון פלעצער האבן א חזקה אז ס'ווערט נישט געטוישט אזויווי ס'שטייט אין פסוק והארץ לעולם עומדת .איז די נאמען סיני ווי ס'ווערט אנגערופן אויף אלע שפראכן האט איינער א תירוץ פארוואס ס'זאל אזוי הייסן .איז דאס נישט עפעס א סימן אז הר סיני זאל זיך דארט געפונען?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג יוני 17, 2018 2:03 pm

דער האלב אינזל איז מחובר צום מדבר אויף די אנדערע זייט ממילא איז עס נישט אזא שטארקע קשיא.
עס איז דא עטליכע נעמען וואס ווערט דערמאנט אין די פסוקים וואס אלס איז נכלל אינעם סיני האלב אינזל
מדבר פארן
מדבר צין
מדבר סיני
הר סיני
הר חורב
הר שעיר
הר פארן

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

הר סיני

תגובהדורך פערשט » זונטאג יוני 17, 2018 6:06 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:דער האלב אינזל איז מחובר צום מדבר אויף די אנדערע זייט ממילא איז עס נישט אזא שטארקע קשיא.
עס איז דא עטליכע נעמען וואס ווערט דערמאנט אין די פסוקים וואס אלס איז נכלל אינעם סיני האלב אינזל
מדבר פארן
מדבר צין
מדבר סיני
הר סיני
הר חורב
הר שעיר
הר פארן

איר רעדט פון די גמרא אין שבת פט ? (אז סיני האט 5 נעמען)

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג יוני 17, 2018 6:10 pm

פערשט האט געשריבן:בענין די שאלה אויב די סיני האלב אינזל איז מדבר סיני .וויל איך פרעגן א הערה.
איך האב אמאל גערעדט מיט ר' בנימין זאב שווארץ נ"י א זוהן פון ר' דן ע"ה וועלכע איז אויך שטארק אויסגעקאכט אין די ענינים .האט ער מיר נאכגעזאגט פון פריעדיגע אז נעמען פון פלעצער האבן א חזקה אז ס'ווערט נישט געטוישט אזויווי ס'שטייט אין פסוק והארץ לעולם עומדת .איז די נאמען סיני ווי ס'ווערט אנגערופן אויף אלע שפראכן האט איינער א תירוץ פארוואס ס'זאל אזוי הייסן .איז דאס נישט עפעס א סימן אז הר סיני זאל זיך דארט געפונען?

הרב הול, בארירט דאך דאס אין זיין בוך
ער שרייבט אז די גאנצע מייסע זינט ווען דאס הייסט 'סיני' איז הערשט זייט די מיסיס העלענא האט גע'חלומ'ט אז דזשאבעל מוסא איז דער הר סיני, נישט פריער
ועוד, אם כן איז דאך די זעלבע ראיה צו הרב הול'ס הר סיני וועלכע געפונט זיך אין די געגנט וואס רופט זיך מיטן פריערדיגן נאמען אל-חורייבא, אז דאס איז הר חורב, ווי אויך אז זיין בארג הייסט דזשעבעל 'הערב' וואס איז חורב

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יוני 18, 2018 12:01 pm

לכאורה (איך קען דאך נישט ארויסנעמען פון קבר די באביטשקע קאטארין) איז די גאנצע ויכוח נאר אויף די בארג און נישט אויפן מדבר און דא כאפט שוין א גרויסע חילוק

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

הר סיני

תגובהדורך פערשט » דינסטאג יוני 19, 2018 2:44 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:לכאורה (איך קען דאך נישט ארויסנעמען פון קבר די באביטשקע קאטארין) איז די גאנצע ויכוח נאר אויף די בארג און נישט אויפן מדבר און דא כאפט שוין א גרויסע חילוק

איך וויל צולייגן אז ס'איז מסתבר אז מ'איז געגאנגען צו מאכן די פאנטאזיע אין די מדבר וואס ס'האט שוין געהייסן פארדעם סיני . רוכטיג?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יוני 19, 2018 4:30 pm

אזוי וואלט מיין שכל געזאגט. אבער בנוגע אויב מען קען זיך אויף דעם פארלאזן ווען עס איז נוגע לדוגמא גבולות הארץ איז א עקסטרע שמועס

פערשט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:01 pm

סיני

תגובהדורך פערשט » דינסטאג יוני 19, 2018 6:19 pm

איך וויל מאכן א הקדמה אז איך פרעג נישט קיין קשיות נאר הערות. איך האב א געוואלדיגע כבוד פאר א מענטש וואס האט אריין געלייגט אזויפיל יגיעה צו אנקומען צום אמת


א) אויף דף 12 פרעגט ער אויף די מהלך פון די וואס בויען אז הר סיני דארף זיין ביי א וואסער ,צוליב דעם אז די אידן זאלן האבען וואס צו טרינקען . פרעגט ער אז ס'פעלט נישט אויס ווייל ס'איז געווען די באר. די זאך איז אמת אבער אין פסוק שטייט קלאר אז ס'איז געווען א נחל היורד מן ההר\ ויזר על פני המים.
ב) און לגבי די קשיא וואו זענען די אידן געשטאנען, פארשטיי איך בכלל נישט וואס די קשיא איז . ס'איז דאך געווען די ענן וואס האט אלעס אויסגעגראדעט
אפשר לערנט ער אז די פלעצער זענען אזי אזוי געבליבן? דרך אגב ר' דן ע"ה אין די אינטערוויא אויף קאלמע957 און אין זיין ספר זאגט אז די פלעצער זענען אזוי געבליבן ביז די נאך די 40 א יאר ( איך ווייס נישט די מקור . ער בויעט אויף דעם א גאנצע פשעטל לגבי די חזרה פון די 8 מסעות נאך פטירת אהרן) אבער דאס איז זיכער אז ווען די אידן זענען געווען איז
געווען גראד
ג) רב הול ברענגט בערך 10 קשיות
קשיא א אויף דף 15 וועגן מדין , ר' דן איז מסביר אז צו גיין פון מדין צו מצרים האט מען געמוזט גיין ארום די סיני האלב אינזל נאנט צום וואסער ממילא קומט אויס אז מטרעפט ד זיך צאם ביים געגנד פון בארג סיני
ד) קשיא ב דף 16 מדין . איז דאס א קלארע זאך וואו מדין געפונט זיך
האט ער עפעס א אידישע מקור ?
ה) קשיא ד דף 18 די פסוק ולא נחם וכו' קודם מיז איך זאגן אז אפצולערנען אזוי שיין א פסוק איז א געוואלדיגע זאך און ס'גיט א נייע ליכטיגקייט אין די פסוק . די זאך איז נאר אז רש"י אין פרשת מסעי לד-ג איז מסביר די פסוק אז ס'מיינט אז השי"ת האט זיי נישט אריין געברענגט אין א"י דורך פלשתים נאר געפירט פון א אנדערע וועג נישט אז דער פסוק רעדט פון גיין צו סיני
דער אמת איז אז מ'פרעגט אז אין פסוק שטייט דאך אז מתן תורה האט געדארפט זיין פאר מקומט אריין אין א"י ולקחתי וכו' והבאתי
ו) קשיא ו דף 20 אין די ערשטע שטיקל זעט אויס אז ס'פעלט עפעס ווערטער בין איך גערעכט?
ז )יעצט איך האב פשוט נישט פארשטאנען די קשיא וואס מ'זעט אין פסוק דארט שטייט אז סין איז צווישן אלים און סיני קענט איר מיר ביטע מסביר זיין וואס עס איז זיין נקודה
ח) קשיא ז דף 21 וואס זעט מען פון ירמי
המשך יבוא אי"ה


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט