וואו איז הר סיני?
געשריבן: זונטאג נאוועמבער 01, 2009 1:22 am
איבערן געאגראפישן ארט פונעם בארג סיני, אויך גערופן הר חורב, הר אלוקים, הר בשן, הר גבנונים איז דא עטליכע דעות צווישן די דעבאטירערס.
סיני פענינסולע
די טראדיציאנאלע שיטה, און דאס איז וואס מיר אלע ווייסן היינט, געפונט זיך הר סיני אינעם ראיאן וואס ווערט גערופן
סיני פענינסולע וואס באלאנגט היינט פאר עגיפטן. דאס איז אין די ריזיגע מדבר הגדול והנורא וואס איז אויסגעמאלן אין אלע מפות פון אלע חומשים.
אין יוסיפין זאגט ער אז הר סיני געפינט זיך אינעם שטאט וואס הייסט 'מַפקַתּ', דאס איז לויט די אנגעגעבענע סימנים דאס זעלבע ארט וואס ווערט היינט גערופן סיני פענינסולע.
וועלכער בארג איז ווידער דא א מבוכה צווישן די ביבליסטן.
יוסיפין לייגט צו אז דאס איז דער העכסטער בארג אינעם ראיאן. דערפאר איז דא וואס נעמען אן אז דאס איז "מאונט קעטערין". אנדערע האלטן אז דאס איז דער דערנעבענדיגער בארג "זשאבאל מוסא" (=משה'ס בארג) און נישט די "מאונט קעטערין". דא איז א בילד פון זשאבאל מוסא וואס איז אנגענומען היינט איבעראל אין די גוישע וועלט אלס "מאונט סיינעי".
די קשיות איבער דעם ארט זענען;
אין פסוק שטייט קלאר אז דער בארג האט געהאט א וואסער שטראם, "ויטחון עד אשר דק ויזר על פני המים", זאגן חז"ל בשיפולי טורא. און דארט אין די גאנצע פענינסולע אזור איז נישטא קיין טראפ וואסער צום געפונען, עס איז א פוסטער מדבר מיט שטיינערנע און זאמדיגע בערג און אינגאנצן אומבאוואוינט.
סאודי אראביע
אין 1978 האט ראן ווייעט, א ביבליסטישער שטודירער פילמירט א נסיעה וויאזוי ער האט זיך אריבערגעכאפט צו צפון מערב סאודי אראביע, הארט מזרח פונעם רעכטן ים סוף צעטיילונג וואס ווערט גערופן "גאלף אף אקאבא". (ווי באקאנט איז דער ים סוף פארמירט ווי א Y שאפנדיג א צעטיילונג ביי איר צפון עק איינס ציהט רעכטס און איינס לינקס).
ער צייגט דארט אן אויף היסטארישע שטוינענדע זוילן, לויטן שאץ געבויט געווארן 3500 יאר צוריק, אין די זוילן איז געווען איינגעקריצט עברי'שע בוכשטאבן באצייכענענדיג ווערטער ווי פרעה, מצרים, עבדים וכו'. וואס קען שטארק אנדייטן אז די אידן האבן דאס געבויט אלס אנדענק פון זייער באפרייאונג. די זוילן האבן זיך געפונען אויף ביידע זייטן פונעם ים סוף, איינס אין נואייבא (סיני פענינסולע פראווינץ) און איינס אנטקעגן איבער דעם ים סוף אין סאודי אראביע.
ווען דאס איז אנטדעקט געווארן האבן די סאודיער צעווארפן די זויל אויף זייער טעריטאריע נישט וועלנדיג לאזן א אידישער איינדריק אין זייער לאנד. די אנדערע זויל שטייט נאך היינט און מען קען עס זעהן.
דערמיט ציהט ער א מסקנא אז די הר סיני געפינט זיך אין סאודי אראביע אין די זאנע פון די אמאליגע "מדין". ער שטעלט אראפ א מהלך בערך אזוי:
די אידן זענען ארויס פון גושן וואס איז צפונית מזרחית פון מצרים, גייענדיג צו מזרח ביזן רעכטן פליגל פונעם ים סוף. דארט האט זיך עס געשפאלטן און די אידן זענען אריבער ביז סאודי אראביע-מדין וואו זיי זענען אנגעקומען צום הר סיני גערופן "זשאבאל על לאז". אינמיטן דעם בארג איז פארהאן אן עפענונג צו א הייל וואס קען זיין מערת אליהו ווען ער איז אנטלאפן פון אחאב צו הר חורב.
דער גאנצער שפיץ פונעם בארג איז שטארק אפגעברענט ווי דער פסוק זאגט "ואת ההר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו ה' באש".
די הכרח אז הר סיני געפינט זיך אין מדין איז דאך א בפירוש'ער פסוק ווען משה איז אנטלאפן קיין מדין האט ער דאך געפאשעט יתרו'ס שאף, ביז ער האט געטראפן דעם סנה האט אים דער אייבערשטער געזאגט "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה".
אזוי אויך ציטירט ער פון יוסיפין אז הר סיני איז דער העכסטער בארג אין לאנד מדין.
זיינע ראיות זענען באזירט אויף אנדערע טרעפונגען אינעם ארט ווי למשל ריזיגע שטיינער איינגעקריצט דערין צורת עגל וואס קען אנדייטן אז די ערב רב האט איינגעקריצט א אנדענק פון זייער אפגאט. אויך זעט מען דארט א גרויסער שטיין וואס איז וואונדערליך געעפענט אין צווייען (פתח צור ויזובו מים) און צופוסנס דערקענט מען אזוינע וואסער אפלויפן וואס קען שטארק זיין די סלע וואס האט געגעבן וואסער.
דערנעבן טרעפט מען א קליינער טאל מיט א גרופע פון טייטלביימער און גענוי 12 קוועלער ווי דער פסוק זאגט "ויבאו אלימה ושם שתים עשרה עינות מים ושבעים תמרים", טראץ דעם וואס אינעם גאנצן ארום וואקסן נישט קיין שום געוויקסן.
ער דאקומענטירט נאך א צאל ראיות ווי למשל אז נעבן דער פלאץ וואו בארג סיני געפינט זיך הייסט "אל-באאד", אין די אמאליגע מאפעס האט עס געהייסן "מאן על זשעטרוי" (שטאלן פון יתרו) וואס איז א שטארקער באווייז. אין פאקט איז היינט דא דארטן געבויט אזוינע גרויסע פעסטונגען מיט היילן אין א בארג מיט פארצייטישע שטאלן איינריכטונגען. די דרויסנדיגע פעסטונגען זענען דאקומענטירט בערך צוויי טויזנט יאר צוריק אבער די היילן אדער שטאלן זענען פול עלטער.
די קשיות איבער דעם זענען;
ער טוישט די גאנצע מהלך פון די טראדיציאנאלע מ'ב מסעות.
גערעכט אז הר סיני איז ערגעץ נעבן מדין לפי פשוטו של מקרא, אבער וואו געפינט זיך טאקע מדין?
לויט אים האט זיך די ים סוף צעשפאלטן בלי ספק אין א גלייכע ליניע, אנדערש פון שיטת התוספות אז ס'יז געווען א האלבער רינג.
ער פארפעלט צו ברענגען מקורות צו עטליכע פון זיינע ראיות.
המשך יבא אי"ה