Gevald Geshrigen האט געשריבן:לכאורה (איך קען דאך נישט ארויסנעמען פון קבר די באביטשקע קאטארין) איז די גאנצע ויכוח נאר אויף די בארג און נישט אויפן מדבר און דא כאפט שוין א גרויסע חילוק
איך וויל צולייגן אז ס'איז מסתבר אז מ'איז געגאנגען צו מאכן די פאנטאזיע אין די מדבר וואס ס'האט שוין געהייסן פארדעם סיני . רוכטיג?
מען קען זאגן א סברא פונקט פארקערט, אז מען האט גערופן די מדבר מיט די נאמען סיני על שם וואס די באביטשקע האט געגעבן די נאמען פאר די בארג, סיני. (וגם יתכן אז א מדבר האט ביי די גוים בכלל נישט געהאט קיין נאמען וויבאלד מען האט נישט געוואוינט דארט, וזה סברא נוספת על דרך אפשר)
מארגן נאכט (מיטוואך מטו׳׳מ) גייט זיין א שיעור אין וומ׳׳ס בביהמ׳׳ד פאפא דורך רב דייטש מליאזניא אין די ראמען פון אירגון שיעורי תורה. הנושא: המ׳׳ב מסעות ווי די אידן זענען געגאנגען
געווען גאנץ דיסעפוינטינג שיעור פונעם ליאזנער. גערעט פון אלע שטותים אויסער פון די מ׳׳ב מסעות. סך הכל אז ער האט א בוק וואס האט אבערגעטייטשט עדזשיפשן היראגליפיקס און דארטן זענען אידענטיפיצירט בערך צוואנציג פון די צוויי און פערציג מסעות און אין יענע בוק ווערטן אויך דערמאנט איפה און הין אלס א מאס און אז ער האט געמאסטן די שיעור אמה פון כוכין אין ארץ ישראל און די מרחק צום עזאזאל די צען פלעצער און שטימט נאר לשיטת הגרא׳׳ח נאה און נישט להחזון איש און אז ער האט 27 ראיות לשיטת הגרא׳׳ח נאה . די איבריגע חלק איז געווען וועגן זיינע מטבעות, זיין גיין אין עפעס א זו זיך קושן און קראצן די נעזער פון לייבן און טייגערס און געלייגט א פייטאן ארום זיין האלז און אז ער זוכט א 3.5 מיליאן דאללער ספאנסאר פאר א נייע עקזיביט פון אלע זרעים און געוויקסן וואס ווערן דערמאנט אן סדר זרעים און אז ער האט עפעס א מטבע וואס איז א שיעור גריס א טראפעלע גרעסער ווי א דיים און אויך א איסר האיטלקי וואס ער האט געהאט ביידע אויפן פלאץ און אז רב בעלסקי האט עם געבעטן אז ער זאל טון 17 פראיעקטן איינע פון די דעם קומענדיגן עקזיביט פון אלע זרעים און געוויקסן און נאך איינס פון די רצועה מיט וואס דער שמש הבית דין האט געגעבן מלקות אלס אן עקזיביט אויף מסכת מכות
איך האלט יעצט אינמיטן איבער הערן די שיעור פון רב דויטש ער בויעט אויף א רש"י למזרחה של ארץ ישראל אפשר קען איינער מיר זאגן וואו עס איז די לשון פון רש"י איך האב עס שוין עטליכע מאל געהערט פון עם אויף קולמע (איך געדענק נישט די ווערטער) יישר כח למפרע
אויף קאלמע איז געווען 4 אינטערוויאס בנוגע הר סיני , 2 פאר שבועות און 2 פרשת נשא אויף 114 1)רב הולל פון בני ברק 2)ר' ישרא' ברוך לעבאוויטש פון קרית יוא' 3)רב דויטש 4)ר' יצחק זשארנאגל פון צפת האט איינער עס אויסגעהערט? איך וויל עס אביסל צונעמען ביטע לאזט אייך הערן
פערשט האט געשריבן:אויף קאלמע איז געווען 4 אינטערוויאס בנוגע הר סיני , 2 פאר שבועות און 2 פרשת נשא אויף 114 1)רב הולל פון בני ברק 2)ר' ישרא' ברוך לעבאוויטש פון קרית יוא' 3)רב דויטש 4)ר' יצחק זשארנאגל פון צפת האט איינער עס אויסגעהערט? איך וויל עס אביסל צונעמען ביטע לאזט אייך הערן
ביי קורצע אינטערוויוס? וועלכע טאג?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
פערשט האט געשריבן:אויף קאלמע איז געווען 4 אינטערוויאס בנוגע הר סיני , 2 פאר שבועות און 2 פרשת נשא אויף 114 1)רב הולל פון בני ברק 2)ר' ישרא' ברוך לעבאוויטש פון קרית יוא' 3)רב דויטש 4)ר' יצחק זשארנאגל פון צפת האט איינער עס אויסגעהערט? איך וויל עס אביסל צונעמען ביטע לאזט אייך הערן
רב הולל (עכט האאל מיט א קמץ דגושה) : נישט קיין חידושים אין זיין שיטה רב דזשונאגאל: נישט קיין חידושים אין זיין שיטה ליאזני רבי: ער איז געווען עפעס זייער קעמפעריש אבער אויך נישט קיין עכטע חידושים. איין שינו: אנשטאט דזשאבאל אל לוז האט ער עפעס אן אנדער בארג דזשאבל מאקלא. עס איז אינעם געגנט פון דזשאבאל אל לוז אבער אפגערוקט בערך 7 קילאמעטער רב לעבאוויטש האב איך נישט געהערט דערווייל

אויב דו קענסט ביטע אראפברענגן פאר די עמיראצים וואס איז זייער שיטה??
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
א׳ סט. קטרינא/דזשאבאל מוססא - רב דזשונאגאל/ר׳ דן שווארץ בעל אלה מסעי - אינעם סיני פענינסולא צווישן די צוויי חלקים פונעם ים סוף המזרחי והמערבי ב׳ דזשאבאל אל לוז/דזשאבאל מאקלא - ליאזני - אינעם היינטיגן סאודי אראביע צו רעכטס פון ים סוף המזרחי. די בערג זענען צו מזרח אבער מער ארויף נארט ג׳ אינעם געגנט כאריבע - רב האאל - אויך אינעם היינטיגן סאודי אראביע צו רעכטס פון ים סוף המזרחי אבערדי בארג איז סך מער סאוט אינעם מדבר