וואו איז הר סיני?

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

מאנ-יימער האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:נאו פראבלעם, אודאי, מ'ווארט מיר מיט שפאנונג.
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דעם חלק פונעם סועץ קאנאל ביזטו גערעכט הגם עס איז מער מסתבר אז די אידן זענען געקומען נישט גראד אראפ נאר פון מער מערב אדער מערב צפון. דאס וואס ליאזני רבי זאגט וועגן צורת הסנה האב איך שוין לאנג געהערט דערפון אז מען טרעפט די צורה איבעראל ווי די שטיינער זענען דורכגעזאפט מיט אויל
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ביי וועלכע בארג סיני ביזטו געווען ?
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

די באקאנסטע אין סט קעטהערין
yield the right of way
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

דארט ביי די מנזר?
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

יא
yield the right of way
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אה דאס איז שוין עפעס אנדערש. א גוטע פאר יאר צוריק איז א באקאנטער מיינע געפארען באזוכען הר סיני האט ער מיר פארציילט אז קודם האט מען עם גענומען צו יענע מנזר, די חברה דארט האבען אויף עפעס אן אופן אהין געשלעפט ריזיגע שטיקלעך בארג און זיי מאכען שיין פרנסה פון די טוריסטען.

ער האט דארט אנגעטראפען א יונגע בעדיאנער שגצ'ל וואס האט עם אריינגערוימט אין אויער אז דאס איז נישט די ריכטיגע בארג סיני און פאר אפאר גרייצער איז ער גרייט עם אנצווייזען ווי עס איז יא. זיי זענען געפארען מיט א דשיפ און ער זאגט מיר עס איז געווען זייער א שווערע וועג , ניטאמאל קיין ראודס איז דא אלעס נאר זאמד. די בעדיאנער זענען באקאנט מיט זייער חוש ההתמצאות, ער האט אפילו נישט געקוקט אויפן וועג נאר יעדע שטיק צייט געהייסען דעם דרייווער זיך אפשטעלען און געעפענט די פענסטער און ארויסגעשטעקט די הענט צום הימל און אזוי געהייסען פארען רעכטס און לינקס ביז זיי זענען אנגעקומען צום בארג סיני.

ער האט געדאווענט שחרית דארט און גענומען בילדער ווי מען זעהט די גאנצע בארג פון אויבען ביז אונטען איז שווארץ פונעם פייער וואס האט געברענט ביי מתן תורה בעת אלע אנדערע בארג ארום איז נארמאל ווייס אזוי ווי אלע בערג אויף די וועלט (אינטרעסאנט וואס דער ליואזנער ענטפערט אויף דעם) און דערנאך האט ער זיך גענומען האקען גרויסע שטיקער פון די שטיינער עם ציור הסנה כידוע.

ווען ער איז צוריק אריבער די גרעניץ קיין ישראל האבען זיי זיך געריבען די אויגען פון דעם פעשליכען איד וואס שלעפט צוויי גרויסע זעקלעך שווערע שטיינער, זיי זענען געווען זיכער אז דאס איז עפעס א שפיל און באמת שמאגעלט ער עפעס דא אריין האבען זיי עטליכע מאל געעקסרעיט די שטיינער ביז זיי זענען געקומען צו די מסקנה אז יענער איז אפשר אביסעל מאדנע אבער אומשעדליך.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

והר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו ה' באש ויעל עשנו...
שטימט.
בילדער האט איר אפשר? אינטרעסאנט צו זען.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

דאס איז די שטיין
אטעטשמענטס
stone4(1).jpg
stone4(1).jpg (15.22 KiB) געזען 3146 מאל
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

און דאס קען זיין די בארג...
אטעטשמענטס
sinai7.jpg
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די שטיינער וואס מען זעט א צורת סנה וואס ווערט פארקויפט בדרך כלל האט נישט אזא שיינע סנה ווי דער בילד פון מכטי.
איך האב נאך צו שרייבן לכשיבא בידי. if you want more say so
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

וואס מיינט מנזר?

דער בעדואינער האט עהם געפירט אויף אן אנדערער בארג פון סט. קעטהערין? איז דער בארג שווארץ?

ביטע פאר אלע חשובע ידענים דא, צו רעדן גענוג קלאר אז אני הקטן זאל אויף פארשטיין וואס מ'רעדט.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

זייער ציעדיגע אינפארמאציע
לאמיר הערן מער
ש'כח
שויתי השם לנגדי תמיד
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

מנזר הייסט א מאנאסטיר

די וואך שטייט מים סוף עד ים פלשתים וממדבר עד הנהר. דא פאנגט זיך שוין אן אפאר שאלות. די רבינו בחיי זאגט מים סוף אויף דרום און ים פלשתים אויף מערב מדבר מזרח און נהר איז כידוע הר פרת אויף צפון.
די רשב״ם זאגט אבער אז מים סוף וואס איז אויף מזרח ארץ ישראל (ליאזני רבי זאגט אויך בשם רש״י איך גיי נאר נישט יעצט אפירזוכן).
לכאורה לויט די מאפעס שטימט דער רשב״ם נאר אויף איינע פון די צוויי אופנים. א׳ אז רבינו בחיי לשיטתי׳ איז קרי״ס געווען ביים ים סוף המערבי מוז ער טאקע האלטן אז ים סוף איז אויף דרום און נישט אויף מזרח ב׳ אז מים סוף קען מיינען וועלכע חלק אימער ים און עס ווענט זיך וואו דער חמר שטייט איין
אבער א שטיקל פראבלעם איז סייווי דא אז אויב רעכנט מען פונעם ים סוף המערבי אפילו אויב מען גייט אין א גראדע ליין פארט מען שוין אריין אין ים הגדול
אטעטשמענטס
Print1.pdf
(151.19 KiB) געווארן דאונלאודעד 367 מאל
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

ווער זאגט אז די ים סוף פון די וואך איז דער זעלבער ווי קריעת ים סוף אפשר הייסן ביידע ים סוף און איינמאהל רעדט מען פון דעם שפיץ און איינמאהל פון דעם שפיץ?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

That is exactly my point
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

שויתי'ניק האט געשריבן:זייער ציעדיגע אינפארמאציע
לאמיר הערן מער
ש'כח

מיר האבן זייער הנאה פון יעדע שורה אייערע, רב געוואלד. נאכדערצו מיט די קלארע מאפעס.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יעצט וועט מען מאכן א עקזיט צו ליאזני און דערנאך אריינגיין צו פרעה׳ס פאלאץ אין צוען ווען מען קומט צוריק א פול 360 דעגרי טורן (וישובו ויחנו). די תמצית פון רב דויטש׳ס שיטה איז אזוי: אזויווי ער ברענגט א סאך זייטיגע ענינעם וואס איז בכלל נישט רעלעוואנט וועל איך מיך נישט באציען צו די חלקים ווי למשל עובי דינר זהב, קשיטה מעה וכדומה.
א׳ ער ברענגט א ראי׳ פון א רש״י אז ים סוף איז למזרחו של ארץ ישראל
ב׳ אז מגדול איז אויף די מצרי׳שע שפראך א פלאץ וואס הייסט מגדול און אז דאס איז אינעם היינטיגען Sinai peninsula און ממילא זענען אידן אדוך דעם ים ערגעץ ביי דעם gulf of aqaba און אנגעקומען צו די אנדערע זייט ים אינעם היינטיגן סאודי אראביע
ממילא מוז זיין אז הר סיני איז ערגעץ דארט וואס שטימט לויט דעם רייען ווייט.
ג׳ זאגט ער אז יוסיפין זאגט וואו מגדול איז און וויבאלד רבינו הקדוש האט מסדר געווען די משניות בערך הונדערט יאר שפעטער זעט ממען אינעם לשון המשניות אז רבי האט געוואוסט ווי דער פלאץ פון קרי״ס איז מוז עס זיין די זעלבע פלאץ ווייל יעדער האט דאן געוואוסט וואו דאס איז
ד׳ איז די ראיות פונעם קליפ וועלן מיר צונעמען אן אנדערס מאל
ה׳ איז פון די אויסזען פון די מאלערייען פון מרכבות פרעה
ו׳ איז אז מען זעט פון פון די אלטע שפראכן וואס דערמאנען מגדול און פי החירות

די מאפע איז נאר בערכ׳דיג בעיקר אבער איז דער חלק לשיטתו אז מען איז אנגעקומען אין סאודי אראביע וויל איך ארויסברענגען די גרעניץ פונעם היינטיגן ירדן און סעודיה אויפן מאפע.
אינעם אויסגאבע קול ברמה יתרו איז דא דארט א מאמר תחכמוני וואס גייט לויט די דאזיגע שיטה און שיסט א סטעיטמענט אז עס איז נישט ווי אנגענומען נאר אין mount herob וואס איז אביסל מער אראפצו
אז מען קוקט גוט אויפן מאפע וועט מען זען אז איך האב געמאכט די ליין פון קריעת ים סוף איז ביים אנפאנג פון א בערגיגע געגנט און די בערג זענען פון דארט און אראפצו דרום זייט
אטעטשמענטס
safe=strict&q=sinai+peninsula+on+m.pdf
(91.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 339 מאל
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דעם ליאזנער'ס ראיה פון רש"י אז דער ים סוף איז למזרחה של ארץ ישראל, הייב איך נישט אן צו פארשטיין
רש"י רעדט דארט בנוגע די ארבה, ווי אזוי עס איז געגאנגען פון מצרים אריין אין ים סוף אריין דורך א מזרח ווינט, דעטס איט (דארט איז רש"י מפרש אז די ארבה איז געפלויגן פון מצרים ביז אריין אין דעם מזרח פליגל פון ים סוף, וואס קומט אויס ביים גרעניץ מזרח דרום פון ארץ ישראל), רש"י רעדט בכלל נישט פון דעם פלאץ וואו עס איז געווען קריעת ים סוף, אזא רש"י עקזיסטירט נישט, וכדברי הגאון ר' דן שווארץ שליט"א
און נאכמער, רש"י אליינס דארט זאגט, אז דער ים סוף היה מקצתו במערב כנגד כל רוח דרומית, וגם במזרחה של ארץ ישראל עכ"ל
הרי לנו ברור מללו, אז דער ים סוף גייט אויך צו דרום זייט פון ארץ ישראל אנגעהויבן פון מערב (דהיינו פון ים התיכון)
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

א גרויסן יישר כח פאר געוואלד געשריגן און אנדערע, וועלכע געבן צו צום שמועס.

למעשה, וואו איז די רש''י וואס דארף צו זאגן אז מען איז אריבער דעם ים סוף אויף מזרח פון א''י?
אויסנווייניג געדענק איך א רש''י ביי די גבולות א''י, וואו רש''י זאגט אז אויף דרום פון א''י געפונען זיך דריי לענדער: מצרים, אדום, מואב. עס איז מיר אלץ שווער געווען אז לכ' לויט וואו מען צייכנט צו אדום און מואב אין די היינטיגע ירדן, איז עס נישט אויף דרום נאר אויף מזרח.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נישטא אזא רש"י
אדרבא רש"י דארט איז מפרש אז מצרים איז במקצוע דרומית מערבית עיי"ש (במדבר לד פסוק ג')
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך האב נישט געזען אזא רש״י בלויז א רשב״ם פרשת משפטים אויף מים סוף ועד ים פלשתים.
יעצט וועל איך אביסל מעיר זיין אויפ׳ן לאזני רבינ׳ס שיטה.
די עיקר ראי׳ איז לכאורה פון די ווידיאו קליפ און פון ספר יוסיפין און וואו אויך אז לויט די היראגליפישע סימנים איז מגדול א מצרי׳שער נאמען און מיינט נישט א טורעם
אויפן קליפ זעט מען אזוי: קודם קומט אן הקדמה וואו פי החירות איז לשיטתם און מען זעט די שטיינערנע בערג אינעם געגנט צו פארשטיין פארוואס מען האט נישט געקענט גיין נאכדעם זעט מען די ים און די בארטן און נאכדעם זעט מען א שיף וואס פארט אריין אויפן ים דאכט זיך צוויי אדער זעקס מייל אריין נאכדעם גרייט מען אן א ראבאטישן קעמרע און מען לאזט עס אראפף למצולות ים און עס כאפט בילדער.
אויף די פלאר פון ים זעט מען ווי פאלגענד: coral formations די איינציגסטע זאך וואז מען זעט איז איין גאלדענער רעדל וואס האט אויף זיך פיר spokes בערך א פערטל רעדל איינגעזונקען אין די זאמד פון ים.
נאר וואזשע דען די חברה למיניהם טענה׳ן אז די coral formations איז פון די מרכבות פרעה. איז אזוי: אויב ווייס איך אז דארט איז דא די וועגענער ואם קבלה הוא נקבל אבער איז נישט גענוג פאר זיך אליין צו קענען ברענגן א ראי'.
to be continued
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

עס איז נישט אזוי לייכט צו מאכן דעם ראן ווייט פאר א שקרן. נאך אלעם האט ער אויך בילדער פון דעם ג׳בל לוז און הר מוסא (הר משה) אין מדין (סאודי אראביע). די סעאודיער רופן עס נאך היינט (הר מוסא),

און עס איז פשוט מער פארשטענדליך אז משה רבינו איז נישט געגאנגען פאשען יתרו׳ס שעף אריבער דעם וואסער צו הר סיני.

דער הר מוסא איז אויך שווארץ, כולו עשן, און האט אויך צורת סנה. ממילא האט עס נישט ווינציגער קרעדענשלס פון סט. קעטעהרין.

ער האט בילדער פון יב מזבחות, בארות מים, מים המרים (מרה) און נאך, אלעס אין יענעם שטח.

אויך דערציילט ער, אז ער האט געפונען אויפשריפטן פון די ווערטער משה, מצרים, פרעה און נאך בכתב עברי.
פון יוסיפון איז אויך דא אזא משמעות. ממילא קען מען אים נישט אינגאנצן אוועקמאכן.
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

איך בין אויך געווען ביי סט. קעטרין, די שטיינער דארט האבען בכלל נישט די צורה פין די סנה, נאר פשוט מען פארקויפט עס דארט.
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

אין "אוצרות" א תקופה צוריק (אפשר אויף שבועות?) איז געווען א לענגערע אפהאנדלונג איבער דעם ענין ווי ער גייט אדורך אלע פארשונגען און טעאריעס.

וואלט אפשר כדאי געווען אויב איינער קען עס דא אהערברענגן.
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”