פרענומעראנטן: איר ווערטפולע ראלע אין אידישע היסטאריע

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

פרענומעראנטן: איר ווערטפולע ראלע אין אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווער עס האט נאר אמאל געטאן אביסל אין אידישע גענעלאגיע אדער אנדערע אידישע היסטאריע וועט זיכער מסכים זיין אז דער צויבער-ווארט 'פרענומעראנטן' וואס ניטאמאל יעדער ווייסט וויאזוי איר ריכטיג ארויסצוזאגען אדער גאר שרייבען און אויסלייגען, איז א זעלטענע געצייג און מיטל פאר פארש-ארבייט, און אפי' פאר אזעלכע ביי וועם היסטאריע איז נישט דוקא זייער אינטערעסע וועט אבער אויך מוזען מודה זיין אז איר ערשיינונג איז עפעס וואס ציעט נייגער און זאגאר רעספעקט.

וואס איז דאס פרענומעראנטן?
קודם פשוט עברי-מיט-טייטש, דאס איז א אידישע ווארט צוזאמענגעשטעלט פון; די פארזילבע 'פרע' דער זאך-ווארט 'נומער' און דער נאכזילבע 'אנט'. אבער וואס איז איר באדייט? זייער איינפאך, דאס איז א ליסטע מיט נעמען פון מענטשן, געווענליך קאטעגארירט לויט זייערע וואוינערטער וועלכע האבן זיך פאראויס (פרע) איינגעשריבען (נומערירט) און באצאלט צו קויפן דעם ספר אדער בוך וועלכע לויטעט צו ערשיינען, און אזוי ארום געגעבן פארן פערפאסער פאראויס געלט (היינט איז דאס באקאנט טאקע אלס 'מעות קדימה') מיט וואס ער זאל קענען צוגיין צום דרוק.

די מחברים האבן ארויסגעוויזען דאנקבארקייט פאר די 'פרענומעראנטן' מיט דעם וואס זיי האבן צוגעלייגט עטליכע -און צומאל מער- בלעטער אין זייער ספר אויסרעכענעדיג די נעמען פון די באשטייערער, אמאל איז דאס אונטער א קעפל פון 'מפרסמין עושי מצוה' אמאל איז דאס פשוט 'אלו האנשים אשר השתתפו' און צומאל דאס אויך נישט נאר דער ווארט 'פרענומעראנטן' טוט שוין דאס זייניגע איבערצוגעבן פארן דור אחרון, מי ומי ההולכים.

אז מ'רעדט שוין, איז כדאי צו דערמאנען אז פון א הלכה'דיגען שטאנדפונקט איז דאס אלעמאל געווען אונטער א פראגע צייכען, ווייל אין אלגעמיין פלעגט דער מחבר געבן א הנחה פאר די 'פרענומעראנטן' ווי זיי האבן געקריגען דעם ספר פאר א ביליגערע פרייז פון די וועלכע וועלן הערשט איינהאנדלען דעם ספר נאך איר ערשיינונג, און דערונטער ארויפגעברענגט א שאלה פון 'רבית' נאכעדם וואס די הלכה אסר'ט קלאר צו געבן סיי וואספארא בענעפיטן פאר עמיצען וועלכער פארבארגט געלט, און אין א געוויסען זין זענען די 'פרענומעראנטן' די 'מלוים' פארן מחבר דער 'לוה' און די תשלומין איז דער ספר וועלכער ער גיט זי פאר ביליגער בשכר פון די הלוואה.

אן אריינגיין צו טיף אין די הלכה דערפון, איז אלעמאל געוועזן עצות און טאקטיקען דורך וועלכע מ'האט זיך פון דעם אויך ארויסגעזעהן אבי נישט צו פארלירען דאס געלט פארן דרוקער, און וויכטיגער פון דעם, אראפצושיקען פאר אונז דורות הבאים די טייערער מתנה פון; 'פרענומעראנטן'.

פארוואס פארנעמען די 'פרענומעראנטן' אזא ווערטפולע חלק אין 'אידישע היסטאריע'?
דער תירוץ, אז מ'טראכט אריין איז נישט צו קאמפליצירט, א יעדער ספר פארמאגט דאך א דאטום אדער לכה"פ א יאר אין וועלכע זי איז געדרוקט געווארן, איז אז מ'שטעלט דאס צוזאם מיט די נעמען און וואוינערטער פון די 'פרענומעראנטען' קריגט מען ארויס א קלארע בילד פון די פארגאנגענהייט וועלכע גייט צוריק צומאל עטליכע הונדערט יאר און ווארפט א ליכט אויפן מענטשן; ווען ער האט געלעבט, וואו ער האט געוואונט, און אזוי ווייטער.

נאך אן ערשיינונג אין די רשימות וועלכע טראגט נישט א קלענערע חשיבות, זענען די ליסטעס פון בחורים ותלמידי הישיבות וועלכע האבן ארויסגעקראצט פון זייער ביסל געלט אנטייל צו נעמען אינעם דרוק פונעם ספר, ווער רעדט נאך אויב דער ספר איז געווען פון זייערס א רב אדער ראש ישיבה וואס דאן האבן אפי' אזעלכע בחורים נישט דוקא קיין ספעציעלע חובבי ספרים געטאן א נחת רוח פאר זייער רבי און זיך 'פרענומערירט' צום בעפארשטייענדיגען ספר, און פאר אונז צוגעשטעלט א שטיקל באגריף פון די ישיבה און אירע תלמידים בימים ההם.

עס האט שוין יעדערער וועלכער האט נאר אמאל געזוכט און גענישטערט אביסל אין זיין משפחה'ס פארגאנגענהייט, באגעגנט א נאמען פון א זיידען אדער א באקאנטן אין איינע פון די ליסטעס, דער פראבלעם איז אבער נעמליך; וואו הייבט מען אן? איך וויל זעהן וועלכע יאר מיין זיידע איז אריבער קיין הוידא-טעגלאש, ווען האט ער נאך געלעבט, אא"וו, אבער וואו רבוש"ע הייב איך אן? פון וואנעט זאל מען וויסען צווישען די הונדערטער-טויזענטער ספרים בלי גוזמא, וואו אפצוגעפונען א ליסטע וועלכע אנטהאלט אויך 'הוידא-טעגלאש' צווישען די פרענומעראנטן?

אמת, היינט צוטאגס איז דאס שוין עטוואס לייכטער מיט די ערשיינונג פון די קאמפיוטעריזירטע אוצרות און ביבליטאטעקן וועלכע שטעלן צו א זוך-אפציע (סוירטש-אפשאן) אפירצוזוכען ווערטער אין די ספרים, טייל פאר געלט ווי 'אוצר החכמה' און אפי' אומזונסט ווי אונזער וואול-באקאנטער 'היברו-בוקס' באדיבות הרה"ח בונה עולמות של תורה ר' חיים ראזענבערג הי"ו, אבער אמאל איז דאך דאס אויך נישט געווען.

האט זיך גיעאוועט בשנת תשל"ה ולמספרם יארע 1975 א געוויסער בערל כהן אדער 'קאגאן' לויט אנדערע דיאלעקטן, אין אנדענק פון זיינס א זוהן וועלכער איז אינגערהייט אוועקגעריסען געווארן פון אים, און קארעגירט א ליסטע פון באלד ניין-טויזענט (9,000) ספרים, וואס ער האט געזאמעלט, און אראפגעשריבען די שטעט וועלכע ווערן דארט דערמאנט צווישען די 'פרענומעראנטען' און דאס צאמגעשטעלט אין א בוך אויסגעלייגט אינעם אלפעבטעטישען סדר, שאפנדיג א ליסטע וועלכע איז לייכט צו נוצען, און געבנדיג דעם ערשטן שטויס-קראפט פארן זוכער וואו און אין וועלכיגען ספר דער נאמען פון 'הוידא-טעגלאש' ערשיינט, וואס מיט די ביסל אינפארמאציע קען זיך דער יעניגער שוין ווענדן צו א ווירקכליכער אדער היינט ווירטואלער אוצר-הספרים א זוך צו געבן צו זיין זיידענס נאמען איז טאקע נומערירט צווישען יענע באשטייערער.

דער ציפער '9,000' איז אוואו א טיפה מן הים קעגן אפי' נאר די אריבער פערציג-טויזענט ספרים וואס 'היברו-בוקס' שטעלט היינט צוטגאס פאר, און ווער רעדט קעגן די פערטל-מיליאן ספרים וואס דער חב"ד'סקער ביבליאטעק אין קראון-הייטס פארמאגט, אבער דאך איז דאס אין זיינעם צייט באטראכט געווארן ווי א מייסטער-ווערק און האט ארויסגערופען אסאך רעספעקט און עהרע ביי פארשער און גענעלאגען.

אלס א טייל פון א פראיעקט צו פאראייביגען 'יידישע מייסטער ווערק' האבן די יידישיסטן פונעם
'נאציאנאלער יידישער בוך צענטער' פאראייביגט טייל ביכער דורך זיי ארויפלאדענען אויף זייער וועב-זייט און דערונטער געגעבן די אפציע פאר אנדערע דאס אראפצולאדענען צו זיך אין קאמפיוטער.

צווישען אנדערע האבן זיי ארויפגעלאדנט דעם דערמאנטן בוך פון קאגאן; ספר הפרענומעראנטען מיט די אפציע פון אראפלאדענען אין א פד"פ פארמאט שיהא יד הכל ממשמשים בה.

לייענט, לאדנט און האט הנאה פון די 'פרענומעראנטען'!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בעפאר איך ליין, לאדען און האב הנאה פון די פרענומעראנטען, מוז איך מיך באדאנקן פאר דעם הערליכן אריינפיר דיינעם, הער מיללער.

זייער א שיינע איינטראגע, געשמאק צום ליינען, און רייך אין אינהאלט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יישר כח ווידאראמאל הרב מיללער, דאס - ווי אויך דער נאציאנאלער בוך צענטער הנ"ל - זענען ווערטפול און אומשאצבאר.

דאס וואס איז מערקט אן:
דער ציפער '9,000' איז אוואו א טיפה מן הים קעגן אפי' נאר די אריבער פערציג-טויזענט ספרים וואס 'היברו-בוקס' שטעלט היינט צוטגאס פאר, און ווער רעדט קעגן די פערטל-מיליאן ספרים וואס דער חב"ד'סקער ביבליאטעק אין קראון-הייטס פארמאגט, אבער דאך איז דאס אין זיינעם צייט באטראכט געווארן ווי א מייסטער-ווערק און האט ארויסגערופען אסאך רעספעקט און עהרע ביי פארשער און גענעלאגען.

איז נישט אינגאנצן ריכטיג, צוליעבן פאקט אז נישט אלע פערציג טויזענט ספרים אויף היברו בוקס האבן "פריליסטעד" - "פרענומאראנטן" ליסטעס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
א דאנק פארן קאמפלימענט געוואנדען אין מיין ריכטונג.

פארשלאפן,
אז דו רעטדסט וועגן היברו-בוקס און בפרענומעראנטן מוז מען באצייכענען, אז מתחילה האט ער געשפארט די בלעטער און ארויסגענומען דעם חלק פון רוב ספרים ביים ארויפלאדענען אין זיין אוצר, זעהט אויס אז נאכען איינזעהן אז דאס א מניעת טוב מהבעלים, האט ער דאס מתקן געווען ווען ער האט אנגעהויבען די מאסשטאבליכע ארבייט פונעם לייברערי אין קראון-הייטס.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

הערליך הרב מיללער!!! הערליך שיין! איך האב שטענדיג געהאט א געפיל צו די... וויאזוי נאר? פרענומעראנטן.. (גוט געזאגט, איא?), נאר איך האב אליין נישט געוואוסט גענוי פארוואס, און איך האב קיינמאל נישט אזוי ארויסגעהאט דעם ערך פון דעם. שיינעם דאנק דיר. א כלבוני'ק הרב מיללער! ממש אן אוצר!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שעהנעם דאנק מייסטער לערער מיללער, זיין ליכט זאל לייכטן.

עס איז מיר א גייסטישע פארגעניגן געוועזן, צו ליינען אייער פארטראג איבער דיע 'פרענומעראנטן', א ספעציעלער פארגעניגן איז מיר, דאס פונדאמענטאלע אפטייטש פון אט דעם פארצויגענעם ווארט, וועלעכעס האט מיר שוין אפגעקאסט עטליגע צאן, אויף בלויז ארויסזאגן איר...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך האב געקענט א פארצייטישע רב וואס האט געהאט א שטארקע געפיל צו היסטאריע, און עס פלעגט אים זייער פארדריסען אז מען האט ארויסגענומען די פרענומעראנטען ווען מען האט איבערגעדרוקט ספרים, און ער האט גע'טענה'ט אז חוץ די היסטארישע ווערד, איז דא זייער אסאך אידען וואס דאס איז זייער איינציגע זכר אויף דער וועלט.
עי' אינעם אשכול וועגן א ספר תורה לזכר נשמת קינדערלאזע ל"ע, וואס דער טעם הפשוט איז מבואר אין ספרים אז עס זאל בלייבען פון די מענטשען א זכר, וכידוע דער פסק פון ברוך טעם וואס דער שינאווער רב ברענגט אז מיט דריקען ספרים איז מען מקיים ואתם כתבו, אבער בכל אופן א זכר פאר די אידען איז עס זיכער, לדוגמא, איך פלעג אלס אינגעל זיצען מיט אלטע גאליציאנער אידען מיטן תוצאות חיים, עס האט א רייכע אוצר פון נעמען, און געזיצען מיט א איש פשוט פון אמסאנא און אים געפרעגט איר געדענקט דעם וכו', אוצרות נשגבות האב איך גענאשט פון אים אזוי, עכ"פ אזוי איז דא א זכר פון די יודען. ונתתי להם בביתי ובחומתי יד ושם
אגב עס איז דא וואס האבען א קלער צו ע"פ הלכה איז דא א תביעה עס איבערצודריקען, ווייל דורך יענעם איז עס געדריקט געווארן וכו', על תנאי אז מען גייט אריינדרוקען זיין נאמען
אגב בנוגע רבית, איז דא וואס האבן זיך אן עצה געגעבען דורך נעמען נעמען אן געלט, דער חפץ חיים האט אזוי געטון טאמער ער וועט נישט קענען דערליווערען, און אסאך ספרים שטייט גם אני אקח,,,
למה זה תשאל לשמי...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

א גרויסן יישר כח הער מילער
דאס אפטייטשן און צעטיילן דעם שווערן ווארט פארלייכטערט פיל דאס ארויסזאגן עס, ווי אויך העלפט עס צו קענען זאגן די ווארט אויף אויסענווייניג
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

עיקר שכחתי! דעם נאכזיבלע "אנט" האסטו נישט מסביר געווען און אפגעטייטשט, ביטע ארויסהעלפן
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

והוא פלאי האט געשריבן:אגב עס איז דא וואס האבען א קלער צו ע"פ הלכה איז דא א תביעה עס איבערצודריקען, ווייל דורך יענעם איז עס געדריקט געווארן וכו', על תנאי אז מען גייט אריינדרוקען זיין נאמען
אגב בנוגע רבית, איז דא וואס האבן זיך אן עצה געגעבען דורך נעמען נעמען אן געלט, דער חפץ חיים האט אזוי געטון טאמער ער וועט נישט קענען דערליווערען, און אסאך ספרים שטייט גם אני אקח,,,

די "על תנאי" איז דאך שוין פאקטיש מקויים געווארן ביים ערשטען דרוק, אויב איז דער עצם איבערדריקן בארעכטיגט דאן איז לכאורה דער תנאי מער נישט מחייב (לדעתי).

וואס דו שרייבסט פון ח"ח לא זכיתי להבין. מיינסט צו זאגן אז אנשטאט צו געבן געלט פון פאראויס זאגט ער צו צו קויפן א ספר? ס'יז נישט מסתבר אויפן ח"ח וואס האט נישט ארויסגערעדט אן איבריג ווארט פון מויל צו צוזאגן צו קויפן א ספר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אויפריכטיג האט געשריבן:עיקר שכחתי! דעם נאכזיבלע "אנט" האסטו נישט מסביר געווען און אפגעטייטשט, ביטע ארויסהעלפן

שוין לאנג אויסגעשמועסט געווארן אין שפראך פארום, אפשר מער ווי איין אשכול אפילו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ייש"כ רב מיללער,

איך קלער אז פון מעות קדימה היינטיגע צייטן, וועט מיין איר איר אייניקל געוואיר ווערן - אז איך האב געלערנט אין קינגס טערעס...
.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ייש"כ רב מיללער,

איך קלער אז פון מעות קדימה היינטיגע צייטן, וועט מיין איר איר אייניקל געוואיר ווערן - אז איך האב געלערנט אין קינגס טערעס...

שטארקע נקודה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

א גרויסן ייש"כ הרב מיללער פארן ארויפברענגן דעם העכסט נוצליכער נושא פון פרענומעראנטן (ובלשונינו מעות קדימה), מיר האבן שוין אסאך אינפארמאציע גענאשט במשך די יארן פון די פרענומעראנטן פון די ספרים, ווי אויך האבן מיר זיך שוין באנוצט מיטן דערמאנטן ספר הפרענומעראנטן וואס איז דא אויף אוצר החכמה, אבער א פי.די.עף. קומט אלץ צוניץ.

אגב האב האב איך אמאל באגעגנט אין אוצר החכמה א ספר\בוך וואס איינער האט געמאכט א שטיקל המצאה ער האט מלקט געווען און קאפירט די בלעטער פון די פרענומעראנטן פון אסאך ספרים און געלייגט בפונדק אחד (איך מיין מיט א שער בלאט פונעם ספר) איך דענק נאר נישט יעצט וויאזוי עס הייסט, איך וועל מוזן אויפזוכן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:אגב האב האב איך אמאל באגעגנט אין אוצר החכמה א ספר\בוך וואס איינער האט געמאכט א שטיקל המצאה ער האט מלקט געווען און קאפירט די בלעטער פון די פרענומעראנטן פון אסאך ספרים און געלייגט בפונדק אחד (איך מיין מיט א שער בלאט פונעם ספר) איך דענק נאר נישט יעצט וויאזוי עס הייסט, איך וועל מוזן אויפזוכן.


אוצר החכמה האב איך נישט אבער אויף היברו-בוקס איז פארהאן א ספר וואס זיי רופען פליאה וואס איז באמת די פרענומעראנטן פון א ספר און אנטהאלט 8 דפים מיט נעמען.

א דאנק פאר אלע מגיבים, עס גיט א שטופ אויף ווייטער צו גיין.
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

הרב מיללער

ווי געווענדליך, זענען דיינע ווערטער געליינט געווארען מיט איין שלונג, כה לחי!

אפזוצענדיג אויפ'ן JewishGen, האב איך זיך אסאך געטראכט צו קען מען נישט עפענען עפעס א Datebase דארטען, ווי יעדער זאל קענען אפירשרייבען פון וועלכען ספר ס'זאל נאר נישט זיין, ס'קרענקט מיר ממש אויף דער אוצר בלום וואס ליגט אין א אזא פינה נדחת.

בןהרחמן האט געשריבן:אגב האב האב איך אמאל באגעגנט אין אוצר החכמה א ספר\בוך וואס איינער האט געמאכט א שטיקל המצאה ער האט מלקט געווען און קאפירט די בלעטער פון די פרענומעראנטן פון אסאך ספרים און געלייגט בפונדק אחד (איך מיין מיט א שער בלאט פונעם ספר) איך דענק נאר נישט יעצט וויאזוי עס הייסט, איך וועל מוזן אויפזוכן.


בן הרחמן

כ'וואלט זיך שטארק דערקוויקט צו הערן דער נאמען פון דעם דערמאנטען ספר.
כהנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהנא »

עס איז דא א ספר "רביד הזהב" ח"ב עה"ת, געדריקט געווארען אין פרמשילא בשנת תרל"ו. דע ספר האט אן א שיעור נעמען פין פולין אין אונגארין, ממש א חידוש אפילו פאר היינטיגע צייטען כ"ש דעלמאץ.

איר קענט טרעפען די ספר אין היברו בוקס (אנטשולדיגט פאר נישט מאכען א לינק, איך בין נאך נישט אזוי באהאווענט אין דעם).
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

כהנא האט געשריבן:עס איז דא א ספר "רביד הזהב" ח"ב עה"ת, געדריקט געווארען אין פרמשילא בשנת תרל"ו. דע ספר האט אן א שיעור נעמען פין פולין אין אונגארין, ממש א חידוש אפילו פאר היינטיגע צייטען כ"ש דעלמאץ.

איר קענט טרעפען די ספר אין היברו בוקס (אנטשולדיגט פאר נישט מאכען א לינק, איך בין נאך נישט אזוי באהאווענט אין דעם).


דא האט איר דעם לינק
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כהנא האט געשריבן:עס איז דא א ספר "רביד הזהב" ח"ב עה"ת, געדריקט געווארען אין פרמשילא בשנת תרל"ו. דע ספר האט אן א שיעור נעמען פין פולין אין אונגארין, ממש א חידוש אפילו פאר היינטיגע צייטען כ"ש דעלמאץ.

איר קענט טרעפען די ספר אין היברו בוקס (אנטשולדיגט פאר נישט מאכען א לינק, איך בין נאך נישט אזוי באהאווענט אין דעם).


נעכטן זייענדיג אויפן פעלד אין מט. ציון אין קווינס האבן מיר געטראפן איין אייניקל פון דעם דערמאנטען 'רביד הזהב', בת ר' משה גילערנטער (עי' למטה מדף השער) בן המחבר, איך שטעל א בילד לזכרונה דא ווי מ'האט דערמאנט איר זיידען ז"ל, תנצב"ה.

(תשוח"ח למרן מפארשלאפן פארן בילד).
אטעטשמענטס
IMAGE_243.jpg
10-32059.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעזהשי"ת, יום ב' - ה' דעשי"ת - שנת תשע"ב לפ"ק

מיין געטרייער פריינט און באליבטער מיטגליד אויפ'ן פארום באקאנט מיט זיין ניק-נאמען 'פארשלאפן' אדער מיט זיין גאנצער נאמען הרה"ג ר' פישל שליט"א אב"ד ור"מ בעיר בראנסוויל ניו יארק ומצודתו פרוסה ברחבי ארה"ב בפעולותיו החובקות זרועות עולם, האט מיר באדיבות נפשו ולבו צוגעצייכנט גאר אן אינטערסאנטן ספר אויף 'היברו-בוקס' בשם 'מוסדות תבל':
http://www.hebrewbooks.org/45855

דער מחבר ר' דוד ב"ר מאיר הכהן מפריזנהויזן איז מתחלה געווען א תושב אינעם דייטשען שטאט 'פיורדא' וואס איר דעמאלטסדיגער רב הגאון ר' משולם זלמן הכהן בעל בגדי כהונה האט טאקע געגעבן א ווארימע הסכצה אויפן ספר, שפעטער האט זיך דער מחבר אריבערגעצויגען קיין אונגארן און זיך באזעצט אינעם באקאנטן שטאט 'אוהעל' בימי כהונתו של ראש שושלת עצי התמרים הגה"ק בעל ישמח משה זצ"ל.

איי וועט איר פרעגן מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ווי קומט דדער ספר דא אריין אין דעם פארשטויבטען אשכול (געוויס קלערט איר אז דער שרייבער וויל פשוט ארויפברענגען אן אלטן אשכול מעשה ידיו להתפאר, וואס איז אולי אמת... אבער נישט דער עיקר ציהל) אט הערט, דער ספר איז געדרוקט געווארן אין שטאט 'וויען' בשנת תק"פ ולמספרם 1820 און פארמאגט 14 זייטן פון 'פרענומעראנטן' באשטייערער צום דרוקען פונעם ספר בעיקר פון אונגארן און אויך פון מעהרן (טשעכיי), וואס פון א היסטארישען שטאנדפונקט איז דאס אן אוצר בלום, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס זענען ממש פון די פריע יארן וואס אידנטום האט אנגעהויבן בליען און ווירבלען אין אונגארן, און דא האבן מיר די נעמען פון שטעט, זייער רבנים און איינוואונער פון יענע יארען.

צווישען די נעמען פון גאונים ומפורסמים וועלכע ווערן נאך דערמאנט בחיים חיותם זענען אזעלכע תורה-ריזען און אנשי שם ווי;

בעל ישמח משה - אוהעל
בעל חתם סופר - פרעשבורג
בעל ברוך טעם - לייפניק
בעל מראה יחזקאל - טערצאל (מקום רבנותו מקודם)
המהר"ם מינץ - אויבן ישן
ר' שלום חריף - לאקענבאך
ר' בונם איגר - מאטעסדארף (אחיו של הגרעק"א)
המהר"ם בנעט - ניקלשבורג
הדיין ר' משה לייב צילץ - ניקלשבורג
הדיין ר' דניאל פרוסטיץ - פרעשבורג (עם שאר הדיינים ואנשי שם משם)
ר' יצחק איצק גריסהאבער בעל מקל נועם - פאקש
ר' יצחק אייזיק טויב - ר' אייזיק'ל קאלובער - קאלוב
ר' יעקב פיש - קאלוב
ר' מאיר אברהם ליבערמאן - טשאבע

ולהבדיל - אהרן חארינער - אראד

דאס איז אבער נאר א טיילווייזע רשימה, דארט איז דא אסאך שטעט און זייער רבנים וואס איך האב נאכנישט באוויזען צו מפענח זיין, ויבואו החברים וישלימו, די רשימה הייבט זיך אן דף 7 מדפי היברו-בוקס, נאט אייך א דיערקטען לינק:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=7
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יישר כח ר' יעקב דוב, מער איבער דעם מחבר:
http://www.yivoencyclopedia.org/article ... usen_David
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

יישר כח הרב מיללער, זייער אינטרעסאנט.
דארט אינעם התנצלות פארציילט דארט דער מחבר א לאנגע געשיכטע איך פארשטיי עס נישט פונקטליך, ער איז מסביר דארט פארוואס ער האט געדארפט צוזאמנעמען אזויפיל שמות חותמים וכו', ווי איך פארשטיי האט ער זיך עפעס צוריבן מיט'ן ישמח משה זי"ע און ער שרייבט דערוועגן אביסל אנגעווייטאגט.
הנותן לשכוי בינה...
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

משונה'דיגע אינטרעסאנטע פרענומעראנטן זענען פארהאן אין ספר יראים (זולקווא תקס"ד).

צום ביישפיל:
דובענקא: ר' פייוויל קריסניפאליר
ווישניצא: ר' אביש צעהנווירט
לבוב: "ר' אברהם ליב יאליס" (בן המלא הרועים?)
לובלין: דער אייזינער קאפ, דער לובלינער
סקאהל: דער לוצקער מגיד, ר' ישכר דוב רמר"ז
פרעמישלא: "הרב ר' יעקלי מדוניב" (דער מלא הרועים?)
קאזניץ: דער קאזשניצער מגיד, ר' איתמר מקונסקיוואלי (מח"ס משמרת איתמר) "ר' גבריאל מווארשי" (ר' גבריאל "המלאך", תלמיד הה"ק מלובלין?)
ראפשיץ: ר' נפתלי ראפשיצער, ר' אברהם מרדכי מפינטשוב
ראווא: ר' יעקב אב"ד קאדלבורג (ר"ר שמעלקא'ס איידעם?)
שינאווא: הה"ק בעל ישמח משה

ועוד רבים כהנה וכהנה... בפרט פון די רבני'שע משפחות פון בראד
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

די פרענומעראנטן איז אייביג גיווען מיין ליבלונג, פון די ערשטע זאכן וואס איך קוק אין די פרי-וואר ספרים, אויך בין איך דארט געוואר געווארן ביז ווען עטליעסט האט דער געוויסע זיידע געלעבט און ווי דער אנדערער האט זיך געדרייט אין זיינע בחוריש'ע יארן וכו' וכו'
שקויאך פארן עס אזוי שיין ארויסברענגען
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

פליאה דעת ממני איככה יצא המכשול הזה מידידינו הרב מילער שליט"א, אשר אני מוקירו כערכו, אבל כאן שגה מאד, שציין לספר זה, בו הוא יוצא כמדקרות חרב נגד החסידים בכלל, ונגד חד מקדושי קמאי אשר כולנו חרדים לזכרו ושמעתתא כל יומא בפומן. ומקובל כי החת"ס חזר בו מהסכמתו על זה הספר מחמת דבריו אלו.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”