שאק: אוישוויץ קאמאנדיר'ס חפיצים אנגעבאטן פאר יד-ושם

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שאק: אוישוויץ קאמאנדיר'ס חפיצים אנגעבאטן פאר יד-ושם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צום שאק און וואונדער פונעם אנפירער אינעם יד-ושם מוזעאום אין ארץ ישראל האט ער מיט עטליכע חדשים צוריק געעפנט א בריוו פון ריינער העסס פון דייטשלאנד, אייניקל פונעם ארכי-מערדער און קאמאנדיר פונעם אוישוויץ טויטען-לאגער רודאלפף העסס ימ"ש.

דער בריוו איז געווען קורץ און שארף אונטערן קעפל: 'אויסערגעווענליכע חפיצים, אוישוויץ, קאמאנדיר העסס' דער בריוו לייענט זיך ווי פאלגענד (פרייע איבערזעצונג דורך מיללער):
These are several objects from the estate of Rudolf Hoess, the commander of Auschwitz: A massive, fireproof box with official insignia – a gift from Henrich Himmler, the commander of the SS, weighing 50 kilograms, a letter opener and folders, slides from Auschwitz that have never been seen publicly, letters from his period of imprisonment in Krakow. I would be very grateful for a brief answer. Sincerely, Reiner Hoess

דאס זענען עטליכע אביעקטן פון די ירושה פון רודאלפף העסס, דער קאמאנדיר פון אוישוויץ: א מאסיווע פייער-פארזיכערטע קעסטל מיטן אפיציעלען סימבאל, א מתנה פון היינריך היממלער (ימ"ש) קאמאנדיר פון די ס.ס., וועגט בערך 50 קילאגראם, א בריווען-עפענער און קאנווערטן, בילדער פון אוישוויץ וועלכע זענען דערווייל נישט פארעפנטליכט געווארן אין פאבליקום, בריווען פון זיין צייט ווען ער איז געווען איינגעשפארט אין קראקא.

איך וואלט געווען זייער דאנקבאר פאר א קורצע אנטווארט.
מיט עהרע,
ריינער העסס.


די באהערדע פון 'יד ושם' האבן געענטפערט אין שאק אפווארפענדיג דעם אנבאט מכל וכל, פארדראסן אויף די חוצפה פון וועלן פראפיטירען אויפן חשבון פון די ערמארדעטע אין אוישוויץ, בעת וואס א הויעכראנגיקער אפיציר לייגט צו דעם פסוק 'הרצחת וגם ירשת?'.

למעשה זאגן די יד-ושם אנפירער אז אומזונסט וואלטן זיי פילייכט יא אקצעפטירט דעם אנבאט, האפנדיג אז דער אייניקל זאל דאס טוען כאטש אלס איבערבעטונגס מיטל, אויף וועלכע דער אייניקל איז דערווייל אומבאשלאסן.

לייענט דא באריכות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך זעה נישט אין דעם בריוו קיין ווארט וועגן געלט, יד ושם זוכט פובליסיטי.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער האט רעכט, וואו שטייט וועגן געלט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ער האט געזאגט אין אן אינטערוויאו אז ער וועט עס נישט געבן בחנםף ער טראכט דערפון אבער ער וועט עס מוזן איבער-רעדן מיט זיין משפחה.

וואס איז דער שאק אז אן אייניקעל בעט געלט פארן זיידען'ס זאכן? ער וויל פראפאטירן פונעם שאוה? ער וויל מאכן א דאלער פונעם זיידען ימ"ש ירושה?!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין אנדערע נייעס איבער איבערבלייבענישען פון די נאצי-ארכיווען, איז לעצטענס געמאלדען געווארן איבער אן אלבום מיט אריבער 240 בילדער וועלכע איז געלעגן פארשטויבט אין א בוידעם אין שיקאגו ביז לעצטענס אן קיין געהעריגע אידענטיפיקאציעס.

די געשיכטע גייט צוריק צו די תש"ב-1942 עפאכע ווען ווארשיינליך א דייטשער אפיציר האט געכאפט בילדער פון פארשידענע סצענעס אויפן טויטליכען פראנט און נאך אנדערע מערקווידיגע לאקאציעס, וואס אן אמעריקאנער זעלנער פאול סעדלער האט געפונען נאך די באפרייאונג פונעם דאכאו קאנצענטרירונג לאגער.

מר. סעדלער האט קיינמאל נישט געהעריג געוואלט רעדן פון דעם אלבום ווערנדיג שרעקליך גערירט ווען ער האט זיך דערמאנט די סצענעס אין דאכאו עפענענדיג די באנען פיל מיט טויטע אידישע גופים [ל"ע-הי"ד] און וויאזוי די לעבעדיגע האבן אויסעגעזעהן.

אבער דער זוהן ברוס סעדלער האט אנגעהויבען מורא צו האבן אז די בילדער וועלן צוגיין האט ער דאס געוואלט אפראטעווען דורך אריינסקענען דיגיטאליש אין א דיסק, דערווייל איז ער ערשטוינט געווארן זעהענדיג אז אויף די אונטערשטע זייט פון טייל בילדער געפונט זיך אויפשריפטען אויף דייטש וואס וועט פילייכט ווארפן א ליכט אויף די איינצעלהייטן פון די בילדער.

ברוס, וועלכער איז ביז דאן נישט געווען צו נייגעריג אין די האלאוקאוסט עפאכע און איבער די מלחמה פאר וועלכע זיין פאטער האט געקעמפט, האט דא באקומען א געוואלדיגע חשק צו אנטדעקן די אוצרות און פונקטליך דערגיין וואס די בילדער שפיגלען אפ פון א צירקע 70 יאר צוריק, מיט די הילף פון פארשער איבער די וועלט דורך די וועלט-בארימטע 'זשואיש זשען' וועב-ארט וועכלע אנטאהלט אויך א אפטיילונג [וויו-מעיט] פאר בילדער, מיטצוטיילען און בעטן הילף אויף טראנסלעטירונג, האט ער שוין באוויזען צו דערקענען טייל פון די בילדער.

לייענט דא אן אויספירליכער באריכט.

אינעם בילד; נאצישע טרופען סאלוטירען היטלער ימ"ש אין פראנקרייך נאכדעם וואס פראנקרייך האט סארענדירט בשנת תש"ב
אטעטשמענטס
german4_t607.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”