תוארי כבוד: די היסטאריע און אנטוויקלונג פון 'טיטלען'

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 21, 2015 11:52 am


כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » דינסטאג אפריל 21, 2015 12:01 pm

דאס טיטול 'הנשר הגדול' איז באנוצט פיל מער ווי מען מיינט... איך קען ברענגן פילע דוגמאות.

למשל אין 'אבני בית היוצר' (נוסח המציבות בעיר פרעשבורג) ווערט גענוצט דער טיטול אויף הרבני מו"ה ברוך בייעא זצ"ל
צוגעלייגטע
בייעא.png

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:06 pm

אגב "פוסק הדור" איז א מיינונגלאזע קינדער-שפראך טיטל אן קיין הענט און פוס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

תגובהדורך כתב ולשון » דינסטאג אפריל 21, 2015 1:49 pm

מ'טרעפט טאקע נישט די טיטול "פוסק הדור" אין קיין שום פריערדיגע ספר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 03, 2015 1:17 pm

אין באבובער שערי ציון אלול תש"כ
mzl.GIF

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 03, 2015 2:36 pm

עס איז דא אינמיטן איינע פון די דרשות פון מרן רחמ"ד זצ"ל ווי ער באהאנדעלט דעם ענין פון טיטלן.

נאכדעם ווי הגה"צ מנייטרא זצ"ל - זיין שווער - האט זיך - כלשונו - "געשעמט אויף די גאס ארויסצוגיין, געשעמט אין בית המדרש אריינצוגיין", ווייל מרן רחמ"ד זצ"ל האט געשריבן אויף אים "הגאון הצדיק רשכבה"ג".

(כמעט זיכער די טיטלען)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 03, 2015 2:54 pm

בילד
אפשר איז דא א "כ" וואס מען ןןאלט זיך געקענט דינגען
היינט וואלט מען געשריבען וויפיל שורות?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יוני 04, 2015 12:35 pm

וואס וואלט מען היינט געשריבען
אויף אזא אינגערמען מיט וועם מען האט זיך געטשאטשקעט ?
ארי שבחבורה וואלט מען דאמאלט (תש"כ) נישט געקענט שרייבען ווייל ער און זיין חברותא
הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א זענען געווען די איינציציגע "כולל אינגעלייט"
mzl.GIF

אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » זונטאג יוני 07, 2015 9:49 pm

צום באמערקען אז ס'איז דא טיטלען וואס מען האט אמאל געשריבן אויף צדיקים און היינט דערוואגט מען זיך (נאך)נישט,
ווי נמשל "מופת הדור" "בוצינא קדישא" "אספקלריא מאירה" וכדו' וואס מען טרעפט אסאך אז מען פלעגט שרייבן אויף לעבעדיגע צדיקים.
זעהט אויס אז אזוי מעשיגע איז מען נאכנישט (דערווייל...)
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג יוני 08, 2015 12:16 am

והוא פלאי האט געשריבן:די וועלט טייטש שירו לה' שיר חדש, ווייל תהלתו, כביכול'ס טיטלען בקהל חסידים, יעדער פשוט קהל יוד צווישען חסידים רופט מען שוין אזוי.


אלף בית האט געשריבן:כהאב געהערט פון הרב ביק שליט"א מעזיבוש'ער רב, בדרך הלצה.
מ'זאגט הללוקה שירו לה' שיר חדש.
פארוואס דארף מען זינגען פארן אייבערשטן א נייעם שיר, וואס איז שלעכט מיט די אלטע?
ווייל תהלתו, דאס וואס איז דער לויב פונעם אייבערשטן, בקהל חסידים, זאגן שוין אלע חסידים אויף זייערע רבי'ס.
דעריבער דארף מען זיכען פארן אייבערשטן עפעס א נייע געזאנג

דער ווערטל שטייט אין ספה"ק ייטב פנים
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

מיסתפינא
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

התוארים" "מרן" "הרב" "רבינו" וכדומה

תגובהדורך מיסתפינא » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 5:39 pm

כמה מיני תוארים מצינו לרבותינו שכתבו על רבותיהם נ"ע.
"רבינו הגדול" מיינט בדרך כלל דער רי"ף.

התואר "רבינו" ווערט בעיקר געשריבען נאר אויף ראשונים.

אין די סוף תקופת הראשונים ותחילת תקופת האחרונים באשכנז האט מען אנגעהויבען ניצען די טיטעל "מורינו הרב רבי", ווי למשל מהרי"ל מהר"ש מהרש"ל וכדומה.

דער טיטעל "מרן" ניצט מען בעיקר אויפן בית יוסף, עפ"י רוב דורך גדולי ספרד אבער לאו דוקא.

דער טיעטל "הרב" מיינט מען בעיקר דער רמ"א, אינטערסאנט פארוואס מען שרייבט נישט "מרן".

התואר "הרב" ניצט מען אויך ווי א מליצה אויף רבינו עובדיה מברטנורא, ווייל אזוי ליינט זיך די ר"ת פון זיין נאמען.

אין די שפעטערע יארן האט מען אנגעהויבען ניצען די טיטעל אויפן בעל התניא, אינטערסאנט פארוואס.

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 6:41 pm

איר דערמאנט מיר פון די באקאנטע מעשה (ווייס נישט צו אמת אדער נישט) אז ווען דער חזון איש זצ״ל האט געזעהן דעם חידושי ׳רבנו׳ חיים הלוי האט ער געזאגט אז דעם טיטול רבנו נוצט מען נאר אויף ראשונים. האט דער בריסקער רב געזאגט אז דעם לשון ׳חזון׳ טרעפט מען נאר ביי נביאים

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 6:49 pm

די השתלשלות פון טיטלען (וואס שתלשלט נאך יעצט און איז ווייט פון פערטיג) איז זייער א א אינטערעסאנטער נושא. סיי די טיטעלען פאר די נעמען און סיי די טיטלען נאך די נעמען. רש"י (רבינו שלמה יצחקי) באקומט פון די ראשונים נאר א פשוטע "זכרונו לברכה". אויף היינטיגע לייגט מען שוין צו זצוקללההזיעועכיא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 11:06 pm

אין די קומענדע יאהרען העט מען שוין שרייבען, הני תרי צנתרא דדהבא הרה"ג רשכבה"ג ר' משה רבינו זצוקללה"ה, ואחיו אשר כל רז לא אניס ליה, משים לילות כימים ה"ה הרה"ג ר' אהרן הנקרא אהרן הכהן זיעועכי"א
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:19 am

SPUSMN האט געשריבן:די השתלשלות פון טיטלען (וואס שתלשלט נאך יעצט און איז ווייט פון פערטיג) איז זייער א א אינטערעסאנטער נושא. סיי די טיטעלען פאר די נעמען און סיי די טיטלען נאך די נעמען. רש"י (רבינו שלמה יצחקי) באקומט פון די ראשונים נאר א פשוטע "זכרונו לברכה". אויף היינטיגע לייגט מען שוין צו זצוקללההזיעועכיא.

מיר ליגט אין קאפ אז שוין אמאל געווען א שמועס דערוועגן.

אינטרעסאנט אנצומערקן אז אויף די עלטערן שטייט אין רמ"א אז מען דארף צולייגן - ווען מען דערמאנט זיי - זכרונו לברכה, זאגט די טו"ז אז אין גמרא שטייט מען דארף זאגן זכרונו לברכה לחיי העולם הבא (זללה"ה).

לכאורה פון דעם איז געווארן צוצולייגן ביי צדיקים מער ווי ביי עלטערן - צדיק וקדוש (זצוקללה"ה). און זיעועכי"א איז א וואונטש...

ווייסעכנישט גארנישט
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2019 6:51 pm

תגובהדורך ווייסעכנישט גארנישט » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:43 am

מיסתפינא האט געשריבן:דער טיטעל "מרן" ניצט מען בעיקר אויפן בית יוסף, עפ"י רוב דורך גדולי ספרד אבער לאו דוקא.

דער טיעטל "הרב" מיינט מען בעיקר דער רמ"א, אינטערסאנט פארוואס מען שרייבט נישט "מרן".

דאכצעך אז די טיטל מרן שטאמט פון דעם אז דער ב"י איז געווען מוסמך כידוע, אויב ווייסט איינער קלארער איבער דעם זאל אריינקומען.

התואר "הרב" ניצט מען אויך ווי א מליצה אויף רבינו עובדיה מברטנורא, ווייל אזוי ליינט זיך די ר"ת פון זיין נאמען.

ביים ברטנורא איז הרע"ב נישט הרב.

אין די שפעטערע יארן האט מען אנגעהויבען ניצען די טיטעל אויפן בעל התניא, אינטערסאנט פארוואס.

לכאורה האט מען דעם גדול הדור און פוסק גערופן אזוי, למשל ביי די מקובלים איז די אריז"ל דער "רב", וכן הרמ"א אצל האשכנזים, די בעל התניא איז געווען דער גדול הדור ופוסק אין רוסלאנד ועוד, האט מען אים דארט גערפון דער "רב".

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:51 am

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:התואר "הרב" ניצט מען אויך ווי א מליצה אויף רבינו עובדיה מברטנורא, ווייל אזוי ליינט זיך די ר"ת פון זיין נאמען.

ביים ברטנורא איז הרע"ב נישט הרב.

הר"ב (=הרב ברטנורא) ווערט גענוצט אין די מאסן אויפן ברטנורא. הרע"ב איז ווייט פון א געשמאקע ר"ת צו נוצן, וכן ביי מספר הדפים.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:22 am

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:
מיסתפינא האט געשריבן:דער טיטעל "מרן" ניצט מען בעיקר אויפן בית יוסף, עפ"י רוב דורך גדולי ספרד אבער לאו דוקא.

דער טיעטל "הרב" מיינט מען בעיקר דער רמ"א, אינטערסאנט פארוואס מען שרייבט נישט "מרן".

דאכצעך אז די טיטל מרן שטאמט פון דעם אז דער ב"י איז געווען מוסמך כידוע, אויב ווייסט איינער קלארער איבער דעם זאל אריינקומען.

כ'ווייס נישט, אבער כמדומה ס'איז נאר א מליצה מ'מאתים ר'בנים נ'סמך, צוגעשטעלט אויף וואס אחרונים זאגן אז דער וואס טוט ווי די פסק הב"י טוט ווי 2 הונדערט רבנים, אבער מרן מיינט נישט אויף אן אמת דאס, ווייל די טיטל איז שוין געניצט געווארן אסאאך פריער, דוכט זיך אז במקורו קומט די טיטל אויף א מלך, ווי עס קוקט אויס איז בזמן הראשונים פון מרנא געווארן מרן.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:28 am

וואו איז עס גענוצט פריער?
כ'מיין ס'שטאמט פון חיד"א

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:33 am

איך מיין מ'זעט עס ערשט אין בבל בשתי הישיבות, מרן דבשמיא לך מתחננן דסליחות, או מרן דבשמיא יהא בסעדהון דיקום פורקן

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » פרייטאג ינואר 25, 2019 5:08 am

דארט טרעפט מען אויך "למרנן ורבנן"....

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9419
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג ינואר 25, 2019 6:36 am

גלאזער האט געשריבן:וואו איז עס גענוצט פריער?
כ'מיין ס'שטאמט פון חיד"א

ווי נישט? מען טרעפט עס שוין אין די ראשונים, די ב"י אליין ניצט עס אויך.

בנוגע מש"כ שהיו משתמשין בתואר זה למלך, ראיתי או שמעתי פעם זה, שזה נראה מגמרא (ר"ה יח.) בראש השנה כל באי העולם עוברין לפניו כבני מרון, ומפרש שם כחיילותיו של דוד, ופרש"י וכבני מרון, כבני חיילות של מלך, מרון, לשון מרות ואדנות.

בכל אופן כ'האב יעצט געמאכט א שנעלע זיכעניש אין בר אילן, זע איך אין ירושלמי (סנהדרין פ"ב ה"ג, פ"ו ה"ג, פ"ו ה"י) ווערט עס טאקע דערמאנט איינמאל אויף שאול המלך, און איינמאל אויף דוד המלך, אבער אויך איינמאל אויף ר' אבהו. און אינטרעסאנט אין מדרש (ב"ר פרשת וישלח פרשה ע"ה סימן ה') שטייט עס אויך איינמאל אויף א מלך אז רבינו הק' האט אזוי געשריבן צו אנטונינוס מרן מלכא.

חמרא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2016 8:51 am

תגובהדורך חמרא » פרייטאג ינואר 25, 2019 8:31 am

היינט איז אסאך מאל ׳מרן׳ איבעגעשריבן פון ענגליש moron

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:41 pm

חמרא האט געשריבן:היינט איז אסאך מאל ׳מרן׳ איבעגעשריבן פון ענגליש moron

;l;p-
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » פרייטאג ינואר 25, 2019 1:54 pm



צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט