תוארי כבוד: די היסטאריע און אנטוויקלונג פון 'טיטלען'

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20543
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 11:52 am

אנטשולדיגט טייערע אידן, איר קריכט ארום אין פרעמדע ענינים שלא לענין, דער טיטול "הטהור" מיינט איינער וואס שטייט ארויס פון די סביבה מיט טהרה, ותו לא מידי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 11:58 am

בערעל דו שפרינגסט פון בהמה צו נשמה..

די טיורם טהור ביי א בהמה איז גאר אנדערש פון טהור ביי א מענטש.
א בהמה איז טהור צוליב איר אופן הבריאה, און זי איז אפילו נישט מקבל טומאה.
א מענטש איז טהור לויט זיינע מעשים, ממילא קען מען נישט שרייבן אויף יעדן האדם הטהור.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 12:40 pm

נישט איך בין געשפרינגען איטשע איז געשפרינגען.
בד"וו פון מיר אויס קען מען שרייבן אויף יעדן וואס דער קיבארד לאזט קלאפן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 2:37 pm

איך האב געזען שוין לאנג צוריק אין א קובץ, אויב איך געדענק גוט איז דאס געווען אין דעם סקווירא'ן קובץ זרע יעקב גליון כ"ז-כ"ח-כ"ט, א מאמר אויף די תוארי כבוד, יענער צונעמט דארט יעדע טיטל פשט אין דעם, און פון ווי דאס קומט וכו'.

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 4:10 pm

איך מיין אז דער טיטול "עליו השלום" איז אז מין אימפארט פון די מוסלימענער [עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון] למשל זיי רופען זייער נביא [אדער ווי דער רמב"ם רופט אים "המשוגע"] מוחמד prophet Muhamad peace be on him. דאס זעלבע זאגט מען אויף די מנהג וואס איז שטארק אונגענומען ביי אונז יראים צו לייגען ביים אונפאנג פון א בריף "ב"ה" אדער "בס"ד" עס זענען פארהאן וואס טענה'ן אז עס איז א מנהג פון די אראבער. ווייל עס האט נישט נישט קיין מקור. למשל אין די אגרות הרמב"ם זעט מען נישט דעם התחלה.

דאס אז מ'האט גענומען געוויסע הנהגות פון גוים איז נישט קיין חידוש עס זענען פארהאן א סאך אזעלעכע פעלער. למשל איך האב געזען נאך ברענגען פון רבינו אברהם בן הרמב"ם אז ער ברענגט אין המספיק לעובדי השם אז די אידען וואס וואוינען אין לענדער וויי די מוסלימענער טוען אויס זייער שיך אין זייער בית התפלות דארפען אידען דאס טוהן אין ביהמ"ד ווייל אויב אידען וועלן דאס נישט טוהן פאר זייער ג-ט איז דאס א חילול השם פאר די גוים.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 6:03 pm

ר' יונה,
קודם כל, שלום עליכם. איך האף אז איר וועט זיך גוט געפינען דא.
אין א פריערדיגער הודעה האב איך צוגעצייכנט צו א מאמר וואו אייערע באהויפטונגען ווערן שיין דורכגעטאן. עיי"ש ותמצא נחת.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 8:32 pm

יונה כהן האט געשריבן:איך מיין אז דער טיטול "עליו השלום" איז אז מין אימפארט פון די מוסלימענער [עפעס אזוי ליגט מיר אין זכרון] למשל זיי רופען זייער נביא [אדער ווי דער רמב"ם רופט אים "המשוגע"] מוחמד prophet Muhamad peace be on him.

.

ר' יונה: אין דניאל שטייט אז השי"ת אט עם געזאגט פאר ער איז נפטר געווארען
וְאַתָּה לֵךְ לַקֵּץ וְתָנוּחַ... ד.מ. זעלבע זאך ווי רואיקייט (פיעס) אויף דיר

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 8:35 pm

די אבן עזרא די רמב"ם (הקדמה ליד החזקה) אין נאך ראשונים זאגען שוין משה רבינו עליו השלום, יעקב אבינו עליו השלום.

יעצט זע איך אז אין מדרש (קה"ר ז ד) וואס איז געווען פאר להבדיל מהאמעד, שטייט דוד המלך עליו השלום.

אויך אין פרקי ר' אליעזר להתנא ר' אליעזר שטייט משה רבינו ע"ה.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 8:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 8:39 pm

יונה כהן האט געשריבן: דאס זעלבע זאגט מען אויף די מנהג וואס איז שטארק אונגענומען ביי אונז יראים צו לייגען ביים אונפאנג פון א בריף "ב"ה" אדער "בס"ד" עס זענען פארהאן וואס טענה'ן אז עס איז א מנהג פון די אראבער. ווייל עס האט נישט נישט קיין מקור. למשל אין די אגרות הרמב"ם זעט מען נישט דעם התחלה.



די רמב"ם פאנגט אן זיין הייליגע ספר יד החזקה מיט די ר"ת יקו"ק.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 8:43 pm

יונה כהן האט געשריבן:דאס אז מ'האט גענומען געוויסע הנהגות פון גוים איז נישט קיין חידוש עס זענען פארהאן א סאך אזעלעכע פעלער. למשל איך האב געזען נאך ברענגען פון רבינו אברהם בן הרמב"ם אז ער ברענגט אין המספיק לעובדי השם אז די אידען וואס וואוינען אין לענדער וויי די מוסלימענער טוען אויס זייער שיך אין זייער בית התפלות דארפען אידען דאס טוהן אין ביהמ"ד ווייל אויב אידען וועלן דאס נישט טוהן פאר זייער ג-ט איז דאס א חילול השם פאר די גוים.


מיט דעם זענט איר גערעכט אז געוויסע פעלער איז דא אזא ענין. אויך שטייט דאס פארוואס מ'מאכט נישט קידוש מיט יין מבושל וכדומה, ווייל פאר א מלך ברענגט מען נישט אזעלעכע ווייין.

אויך שטייט דאס (דאכצעך פין שינאוואר רב) בנוגע היתר מכירה בשב"ק, אז עס איז א חילול השם ווייל ביי גוים איז נישט דא אזא היתר פאר זייערע זינטאג. אויך שרייבט דער רמב"ם דאס איז דער טעם פין קרבנות.

הדברים עתיקים בזה, ויש כמה חילוקים ווען יא ווען נישט ואכ"מ.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 9:11 pm

אוי הרב ברוקלין. שוין ווידער מוז איך זיך טענה'ן מיט דיר...
איידער דו פאקסט ארויף אזויפיל תגובות אויף אן ענין (יעדע דריי-פיר מינוט נאך א תגובה), וואלט געווען ראטזאם אז דו זאלסט עס קלאר דורכטאן. איבער דעם ענין וואס הרב כהן האט ארומגערעדט, האב איך צוגעצייכנט א לינק וואו מען קען לייענען א דורכדרינגענליכן מאמר אויף דעם. אז דו וועסט עס לייענען וועסטו זען אז דיינע פראגעס פאלן אינגאנצן אוועק. צום ביישפיל, דאס וואס דו ברענגט פון מדרש אז עס ווערט דערמאנט "עליו השלום" ווערט דארטן גוט אויפגעוויזן אז אריגינעל איז בלויז געשטאנען "ע"ה" און די כונה איז געווען אויף א ר"ת וואס האט געמיינט "עבד ה'". שפעטערע מדפיסים האבן עס מפענח געווען אויף "עליו השלום".
ס'איז א שאד אז איך זאל דא מאריך זיין אין זאכן וואס דו קענסט דארטן לייענען בטוב טעם ודעת.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 9:22 pm

הרב קארל, איך האב מיך גראדע ליעב צי טענהן מיט דיר, די ביזט א אינטילגענטער מענטש, אבער די געבסט צי אסאך רעספעקט פאר נישט היימישע שרייבער'ס, כאילו זיי האבען נישט קיין נגיעות, אין כאילו זיי האבען שטארקע ראיות אויף זייערע זאכן, אין כאילו זיי לייגען זיך אריין אין אזאך דורך אין דורך.

איך וועל לייענען וואס איר האט ציגיצייכענט, איך האף ער האט ראיות צי דעם... אויב נישט איז אשאד די צייט.

למעשה אין דניאל שטייט שוין אז מ'ווינטש אן מ'זאל זיין במנוחה לאחר מיתה, וואס זאגט יענער שרייבער צי דעם?

איך האב אפגעטיילט מיינע הערות ווייל ר' יונה האט געשריבען אסאך פרטים אין 1 תגובה.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום פרייטאג ינואר 01, 2010 9:31 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 9:52 pm

איך האב עס געליינט, זיין ראיה איז ווייל אין חז"ל שטייט ע"ה אויף 19 מענטשען וואס שטייט אויף זיי אין תנ"ך עבד יקו"ק, אדער עבדי. אין אויף אליהו הנביא וואס שטייט נישט אין תנ"ך עבדי, שטייט אויף עם אין חז"ל - ז"ל (זכור לטוב).

למעשה שפעטער אין די ארטיקעל איז שרייבער מודה אז דער ענין פין מנוחתו כבוד, אדער ינוח בשלום איז יא פין א יודישע מקור, נאר די ווארט "עליו" השלום איז פין איסלאם, ע"כ.

קודם המקורות פין דער ענין פין שלום אין מנוחה לאחר מיתה:

די פסוק (בראשית טו טו) זאגט אויף אברהם:
וְאַתָּה תָּבוֹא אֶל אֲבתֶיךָ בְּשָׁלוֹם תִּקָּבֵר בְּשֵׂיבָה טוֹבָה:
די מדרש (בר"ר לד ד) זאגט, אז דאס מיינט עוה"ב אין אויך תרח האט עוה"ב.

אמר רבי אבין, הנפטר מן המת אל יאמר לו לך לשלום אלא לך בשלום שנאמר ואתה תבוא אל אבותיך בשלום (ברכות סד.).

אויך זעט מען שוין די ענין פין מנוחה לאחר מיתת האדם אין דניאל, ווי אויך אין חז"ל (מכות יב:) ביי יהודה.

----------

1) אויב ער איז מודה צי דעם, איז האלב פין זיין טעאריע אפגעפרעגט. עס איז זייער א קליינע חילוק פין לך לשלום - תבוא לשלום, ביז עליו השלום.

2) אויך, ווי זעט מען אין די פריערדיגע פלעצער אז השי"ת ווערט אנגעריפען ה'? אדער השי"ת? איך מיין אין ערגעץ נישט, דאס איז א לעצטיגע זאך ממש. אויב אזוי וואלטען געדארפט שטיין: משה ע"י, ד.מ. עבד י' - יקו"ק.

5) אויב ע"ה מיינט עבד ה', פארוואס האט די דריקער טאקע דאס נישט געוויסט. איז עס פשוט פארגעסען געווארען?

4) לויט עם מיז מען זאגען אז די מדרש רבה, מדרש תנחומא, מדרש תהילים, חז"ל, פרקי ר' אליעזר, איז נאכגעקאפיט געווארען איינס פין די אנדערען מיט דע טעות - כאילו זיי זענען איבערגעשריבען געווארען אין די זעלבע שטאט אדער לאנד. (די דריק האט זיך אנגעפאנגען בערך ה' אלפים שנת ר'. אנפאנג תקופת אחרונים)

הוא אשר דברתי, רוב זאכען וואס זיי זאגען איז טאריע'ס מיט קליינע סברה'לעך. אויב ער ברענגט מיר א פאר אלטע דריקן אדער כתב ידות וואס שטייט עבד ה' דעלמאץ רעדט ער עפעס.

ווי מער איך לייען די "אינטעליגענטע" זאכען, זע איך ווי נאריש זיי זענען. מיט א סברה'לע זאגען זיי אז זאכען וואס מענטשען ווייסן שוין טויזנט יאר איז פשוט א טעות.

--------------------

עס קען זיין וועגען דעם שטייט נישט אויף אליהו ע"ה, ווייל וויבאלד ער איז ארויף לעבעדיג אין הימל וכו', פאסט נישט צי זאגען עליו השלום. (ויש לעיין אי 'השלום' הכוונה על הגוף, או על הנפש ונשמה).

איך האב אלעס אריינגעלייגט אין איין תגובה, איז דאס בעסער?
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום זונטאג ינואר 03, 2010 9:28 am, פאראכטן געווארן 12 מאל סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 11:37 pm

יישר כח הרב ברוקלין, שיינע הערות.

בכלל איז שווער ווי קומט דא אריין איסלאם? אויב עפעס האבן זיי קאפירט שטיקער פון די תורה הקדושה, און דערמיט אויך די עליו השלום לאזונג אויף לאחר מיתה.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » פרייטאג ינואר 01, 2010 8:48 am

קרעמער האט געשריבן:יישר כח הרב ברוקלין, שיינע הערות.

בכלל איז שווער ווי קומט דא אריין איסלאם? אויב עפעס האבן זיי קאפירט שטיקער פון די תורה הקדושה, און דערמיט אויך די עליו השלום לאזונג אויף לאחר מיתה.


יא, איך מיין די ביזט גערעכט. ווי באקאנט אז מוסלמענער זענען מער נענטער צי די תורה אין יודישע מנהגים, ווי די קריסטין. ממילא קען זיין אז וועגען דעם זאגען זיי "פיעס בי אפאן יא" ד.מ. עליו השלום. ווייל בי אינז האט מען שוין געזאגט "עליו" השלום.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 3:59 pm

יונה כהן האט געשריבן:דאס זעלבע זאגט מען אויף די מנהג וואס איז שטארק אונגענומען ביי אונז יראים צו לייגען ביים אונפאנג פון א בריף "ב"ה" אדער "בס"ד" עס זענען פארהאן וואס טענה'ן אז עס איז א מנהג פון די אראבער. ווייל עס האט נישט נישט קיין מקור. למשל אין די אגרות הרמב"ם זעט מען נישט דעם התחלה.

שמעתי שהמקור של בס"ד לא ברור, מה שאין כן עם ב"ה או בעזהי"ת.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 4:02 pm

אשרינו האט געשריבן:מען דערציילט אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט אמאל געדארפט שרייבן א בריוו צו איינע פון די רבי'ס בדורו פאר א כלל עסק. און מ'האט אים געזאגט אז ער וועט מוזן שרייבן אויף יענעם "הקדוש", ווייל אז נישט וועט ער די זאך נישט טוען. די שינאווער רב זי"ע איז ווי באקאנט געווען זייער א איש אמת און האט נישט געהאט קיין חשק צו שרייבן אויף דעם איד אזא לשון. נאך א שטיק צייט האט די שינאווא רב זי"ע געפרעגט די נאנטע - יענער רבי וואשט זיך נטילת ידים פארן עסן? און אויך מים אחרונים נאכן עסן? איז ער דאך א קדוש ווייל די גמרא לערנט ארויס פונם פסוק "והתקדשתם - זו מים ראשונים, והייתם קדושים - זו מים אחרונים" . האט ער זיך אראפגעזעצט און געשריבן אויף יענעם "הקדוש".

נו אויב אזוי האבן מיר שוין א שטיקל לימוד זכות אויף דעם טיטול "הקדוש" אפילו אויף לעבעדיגע מענטשן.
כעין זה,
מובא בפאר יצחק פרק ט"ז אות ו) בסופו,
ענה רבינו (מהרי"א) אם עדה מישראל [עשרה אנשים] קוראים לו רבי, רשות לתארו בתואר הרב הצדיק.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » דאנארשטאג יוני 03, 2010 5:09 am

פינעם סאטמערער רבי איז דא א שיין ווארט זאגט ער אמליגע צייטען פלעגט יעדער רב זיך אונטערשרייבען מיט הקטן אלץ עניוות היינט חתמ'ענען די רבנים מיטען טיטול הרב זעט אויס אז דער טיטול הרב איז היינט גאר א קליינע טיטול נאך קלענער ווי הרב דעריבער שרייבען די היינטיגע רבנים הרב אלץ עניוות

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 03, 2010 10:24 am

ווען האבן די רבנים זיך אנגעהויבן צו חתמנע'ן "אבד"ק..."?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יוני 03, 2010 1:27 pm

פון ווען מ'יז געווארן רב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יוני 03, 2010 2:54 pm

עיין שדה חמד ערך ח' בענין חנופה ותמצא נחת.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

איטשע
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג יוני 06, 2010 8:27 am

שוועמל האט געשריבן:פון ווען מ'יז געווארן רב.


א שיינע ווערטל, אבער די וועסט נישט טרעפן א חתימה אין די תק'ס אפילו אנהייב תר'ס איז עס זעלטען אז א רב זאל חתמ'נען "אבד"ק".

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:00 pm

אויף היברו בוקס איז פארהאן א סעריע ספרים אינציקלופדיה לתארי כבוד בישראל (איך שטעל נישט קיין לינק ווייל עס ארבעט נאך דערווייל נישט געהעריג)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:13 pm

דא האסטו עס.
חלק ב'
חלק ג'
חלק ד'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20543
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 20, 2011 9:00 am

פרייליכערהייט האט געשריבן:גדול מרבן שמו,

גם על מציבת שמואל האלדהיים http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7% ... 7%99%D7%9D ימח שמו וזכרו מראשי הראפערמער, מי שרצה לעשות הזונטאג ליום מנוחה, כתבו כן על מציבתו.
http://onthemainline.blogspot.com/2011/ ... erlin.html
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, א גאנץ יאר פרייליך און 16 געסט