קראון-הייטס און איר היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
אוי, און וואס טוהט זיך מיטען בעלזער שטיבעל? עס שטייט נאך דאכט זיך מיר נאך היינט אויב עס האט א מנין. א טייערער איד החסיד רבי מרדכי פעדער פירט עס, ער וואוינט נאך דארטען און קראון הייטס מיט זיין ברודער זאלען זיי ביידע זיין געזונט. דער עולם דא קען אים כאטש זיי וויסען נישט ווער ער איז.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מארטש 26, 2012 3:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
SPUSMN האט געשריבן:דער סיבה וואס מען האט זיך אוועק געצויגען פון קראון הייטס איז געווען ווי מען האט שוין דערמאנט, אבער עס איז דא מער דערצו.
קראון הייטס איז געווען באוואוינט פון מלחמה געליטענע, אלט און קראנק און שוואך וואס האבען נאר געוועלט וואוינען אויף דער ערשטער שטאק און בדיעבד אויף דער צווייטער שטאק נישט צו גיין קיין טרעפ. איז אויס געקומען אז דער דריטער און פערדע שטאק האט מען נישט געהאט קיין ברירה נאר פארדינגען פאר שחורים פון וועם מען האט געציטערט, און מען האט אנגעהויבען טראכטען פון אפציען. או די 10 יאר פון תשכ"ה ביז תשל"ה האבען איבער 75 פערצענט נישט קיין לובאוויטשער ארויס געמופט פון דארט.
לאידך גיסא און וויליאמסבורג האט מען זיך אן געליטען פון די פראדזעקס מיט מסירות נפש.
אלטע ??? וויפיל האבען איבערג'לעבט
ערשטער שטאק און בדיעבד אויף דער צווייטער שטאק
מיר האבען געוווינט אויף st marks between and new york avenues
הונדערטער משפחות אלס אין אפארטמענט הייזער מיר האבען געווינט אויף דעם פערטען שטאק איך ג'דענק
אז א"א ע"ה האט זיך אמאל ג'טאפען מיט א שווארצען שכן
וואס זיינע קינדער זענען ג'גאנגען אין COLLEGE
you are still living here with the animals i am moving
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
ארעסטאנט האט געשריבן:ווייסט איינער פון וועלכע יאר ביז וועלכע יאר די סאטמארע ת"ת האט פונקציאנירט אין קראנהייטס?
פון ווען ווייס איך נישט, אבער און תשכ"ט איז וואס איז געבליבען דערפון געווען אויף קינגסטון עוועניו צווישען קראון און מאנטגאמרי סטריטס. נאר צוויי מלמדים זענען געווען, הרב שמואל אהרן צין און נאך איינער וואס כ'געדענק נישט זיין נאמען. כ'האב יעצט געמאכט א טעלעפאן קאל, זאגט מען מיר אז עס איז געווען רבי זעליג אבערלענדער'ס איידעם. ווייסט איינער מער? און ווער זענען געווען די קינדער דענמאלץ?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
בונמס זיידע האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:דער סיבה וואס מען האט זיך אוועק געצויגען פון קראון הייטס איז געווען ווי מען האט שוין דערמאנט, אבער עס איז דא מער דערצו.
קראון הייטס איז געווען באוואוינט פון מלחמה געליטענע, אלט און קראנק און שוואך וואס האבען נאר געוועלט וואוינען אויף דער ערשטער שטאק און בדיעבד אויף דער צווייטער שטאק נישט צו גיין קיין טרעפ. איז אויס געקומען אז דער דריטער און פערדע שטאק האט מען נישט געהאט קיין ברירה נאר פארדינגען פאר שחורים פון וועם מען האט געציטערט, און מען האט אנגעהויבען טראכטען פון אפציען. או די 10 יאר פון תשכ"ה ביז תשל"ה האבען איבער 75 פערצענט נישט קיין לובאוויטשער ארויס געמופט פון דארט.
לאידך גיסא און וויליאמסבורג האט מען זיך אן געליטען פון די פראדזעקס מיט מסירות נפש.
אלטע ??? וויפיל האבען איבערג'לעבט
ערשטער שטאק און בדיעבד אויף דער צווייטער שטאק
מיר האבען געוווינט אויף st marks between and new york avenues
הונדערטער משפחות אלס אין אפארטמענט הייזער מיר האבען געווינט אויף דעם פערטען שטאק איך ג'דענק
אז א"א ע"ה האט זיך אמאל ג'טאפען מיט א שווארצען שכן
וואס זיינע קינדער זענען ג'גאנגען אין COLLEGE
you are still living here with the animals i am moving
אלט מוז נישט זיין און יארען, נאר און כוחות. איך געדענק א פוילישע אידענע וואס האט געליטען זעקס יאר ביי די נאציס ימ"ש, און אינג איז זי שוין נישט געווען. איך בין נאר געווען א קינד איז אלזא זאג איך וואס איך האב געהערט (ווייל וואס האב איך דען דענמאלץ פארשטאנען?). איר זענט עלטער פאר מיר און ווייסט בעסער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
בהמשך צו הרב חייטאווסקי'ס פאזיציע אלס רב אין די רוסישע שוהל פון ספרינגפיעלד מאססאטשוסעטס.
דא האט איר א בילד פון יענעם שוהל (ווי זי איז היינט צו טאגס ל"ע פארוואנדלט געווארן אין א קאטוילישע קלויסטער) וועלכע איז געבויעט געווארן אין יארע 1924 למספרם. דער שוהל האט אפיציעל געהייסן "בני ישראל" אבער גערופען האט מען איר און אזוי איז זי געבליבן באקאנט אלס "דער רוסישער שוהל" אין איז סטאנציאנירט אויף 1321 דווייט סטריט, ספרינגפיעלד, מא.
דער עקזיסטענץ פון דעם שוהל לויט לאקאלע היסטאריקער האט אנגעהאלטן די שפעטסטע פון אלע אנדערע אין די געגנט ביז זי האט זיך עווענטואל אויפגעלעזט.

SPUSMN האט געשריבן:אוי, און וואס טוהט זיך מיטען בעלזער שטיבעל? עס שטייט נאך דאכט זיך מיר נאך היינט אויב עס האט א מנין. א טייערער איד החסיד רבי מרדכי פעדער פירט עס, ער וואוינט נאך דארטען און קראון הייטס מיט זיין ברודער זאלען זיי ביידע זיין געזונט. דער עולם דא קען אים כאטש זיי וויסען נישט ווער ער איז.
די בעלזע שטיבל שטייט שוין נישט א קיימא לן פון בערך 20 יאר. ר' מרדכי פעדער הנ"ל מיט זיין ברודער ר' משה מיט נאך עטליכע פארבליבענע, האבן אין די לעצטע עטליכע יארן געדאוונט אינעם סאסנאווצער שוהל אויף קראון סטריט, יעצט איז דאס דאכצעך שוין אויכעט פארמאכט.
ר' בונם'ס זיידע, איר געדענקט נאך הרב רובינ'ס שוהל אויף ניו יארק עוועניא קעגן איבער דעם פאליס סטעישן? איר ווייסט עפעס פון די היסטאריע פון דעם שוהל?
הנותן לשכוי בינה...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
איר געדענקט נאך הרב רובינ'ס שוהל אויף ניו יארק עוועניא קעגן איבער דעם פאליס סטעישן? איר ווייסט עפעס פון די היסטאריע פון דעם שוהל?
אזויפיל אז עס איז דארט ג'ווען א בנין וואס יאט אויסגזעהן ווי א שול, נישט דעם טיף איד וואס האט ג'דאווענט , אפילו נישט אז מהאט ג'דאווענט אא"ו
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
נאר ישראל מענדל האט דארט געוואוינט (זיי זענען נישט קיין בעלזער). ער האט איין זוהן וועלכע איז אין ליובאוויטש, און איז מנדב די מאמרים וועלכע לה"ק גיבט ארויס מזמן לזמן, קוק למשל דאס
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
אז מען רעדט פון קראון הייטס, ווי קען מען נישט רעדען פון דאקטער זעליגסאן זצ"ל. דאקטער רבי אברהם זעליגסאן, א צדיק, א לובאוויטשער חסיד איז געווען איינגעהילט און טלית און תפילין רוב היום, פארבארגען און א ווינקל און דער פאדער צימער פון דער לובאוויטשער רבי זצ"ל קוויטעל שטוב. ער פלעגט מאכען
house calls
און אלע מיינע איין שפריצען (immunizations) האט ער געמאכט. די ליטוואקעס וואס האבען אים געקענט פון שענכיי האבען געזאגט אויף אים אז אנשטאטס ער זאל געבען רעצעפטען, וואלט מען אים געדארפט געבען קוויטלעך. זיינע קינדער (צוויי זוהן) האבען ארויס געגעבען א ביך אויף אים.
house calls
און אלע מיינע איין שפריצען (immunizations) האט ער געמאכט. די ליטוואקעס וואס האבען אים געקענט פון שענכיי האבען געזאגט אויף אים אז אנשטאטס ער זאל געבען רעצעפטען, וואלט מען אים געדארפט געבען קוויטלעך. זיינע קינדער (צוויי זוהן) האבען ארויס געגעבען א ביך אויף אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
יוסף שרייבער האט געשריבן:סאו פון א רב אין סקווירא שטיבל אין ר.א. איז געווארען א שוחט חזן אין רוסישער שטיבעל בספרינפיעלד דאס איז שוין א גאנץ אנדערע מעשה.
ר יווסף טווערער זיי מיר מסביר וואס עס האט דיר אזוי ג'שטערט א סקווירא שיבעל אין ר א מער ווי אין SPRINGFIELD אז די האסט נישט זיך ג'קענט איינהאלטען ווען די האסט געליינט אז בן בוזי'ס ריסערטש איז סותר מיינע זכרונות
HOORAY
האסט ג'כאפט דעם אלטען ביי א טעות !!! בן בוזי האט אויך געשריבען
בהמשך צו הרב חייטאווסקי'ס פאזיציע אלס רב אין די רוסישע שוהל
בסתירה צו דעם וואס ער האט ציטירט
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
scy4851 האט געשריבן:והוא פלאי האט געשריבן:איז דאס פאר די יציאה גדולה פון באבוב?
יא.
באבוב האט נאר געהאט לימודי חול ביז די אכטע קלאס.
.
CORRECTION
באכוב האט ג'האט היי סקול היפש לאנג נאך דעם
איך בין זעהר נאנט מיט מיין CPA א בן ארבעים וואס איז
אריבער פון חתן סופר קיין באבוב ביי די בר מצוה "אן דעם טאטען'ס עידוד"
ווען נישט דער היי סקול אין באבוב וואלט ג'ווען יו"ט
דאס יאר וואס וואלט אריין אין 9th grade איז בנוסף צום נארמטלען HS אויך ג'ווען א פשרה
independent study by mail
אבער דאס איז ציפטלען ווטן מען האט איינגעזעהן אז מען נארט זיך
נישט גלערנט און נישט קיין אז"ג "תגלית"
בונמס זיידע האט געשריבן:scy4851 האט געשריבן:והוא פלאי האט געשריבן:איז דאס פאר די יציאה גדולה פון באבוב?
יא.
באבוב האט נאר געהאט לימודי חול ביז די אכטע קלאס.
.
CORRECTION
באכוב האט ג'האט היי סקול היפש לאנג נאך דעם
איך בין זעהר נאנט מיט מיין CPA א בן ארבעים וואס איז
אריבער פון חתן סופר קיין באבוב ביי די בר מצוה "אן דעם טאטען'ס עידוד"
ווען נישט דער היי סקול אין באבוב וואלט ג'ווען יו"ט
דאס יאר וואס וואלט אריין אין 9th grade איז בנוסף צום נארמטלען HS אויך ג'ווען א פשרה
independent study by mail
אבער דאס איז ציפטלען ווטן מען האט איינגעזעהן אז מען נארט זיך
נישט גלערנט און נישט קיין אז"ג "תגלית"
כפי ששמעתי מהאדמו"ר מבאבוב ז"ל תחת אחד השיחים,
אז בימים ההם איז געווען צוויי ערליי פראגראמס (קאריקלעמ'ס) אין היי סקול, אקאדעמיק (בעיקר אנצוגרייטן פאר קאלידזש), און קאמערשיל (בוקקיפינג וכדו')
האט ער געזאגט דער עולם האט זיך געמוטשעט אויף פרנסה אין די סוועט שאפס, האט ער פארשטאנען אז זיי ווילען אז די קינדער זאלען קענען א פאך. האט ער בלית ברירה מסכים געווען. אבער אויף אנגרייטען אויף קאלדיזש האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען. האט דער עולם ארויסגענומען.
וסיפר אז הרבה מענין זה
למה זה תשאל לשמי...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
אינטערסאנטע אידען אין עמפייר שטיבעל
איינער פון די אלטע האט מיך אמאל פארהערט די טייטש פון
boy was he surprised & shocked
למען יזחיד צוררים ךש / אשר מרחם לנזיר הקדש
ממכתש לחי הבקעת לו מים / למען שם קךשך
הושע נא והושיעה נא אבינו אתה:
למען טוב הולך וגדל / מעקשות לב עדה חדל
בשוב עם מחטא צו שאב־מים / לנאוה כירושלם
הושע נא והושיעה נא אבינו אתה:
למען חיך מכןכר בשיר / המלמד תורה בכלי(נ״א בכל כלי) שיר
מנסך לפניך כתאב שתות מים / לשמו בך סברם
הושע נא והושיעה נא אבינו אתה:
למען זך עלה בסערה / המקנא ומשיב עברה
לפללו ירדה אש ולחכה עפר ומים / לעיניה ברכות
הושע נא והושיעה נא אבינו אתה:
boy was he surprised & shocked
בונמס זיידע האט געשריבן:איך האב זיך איינגעהאלטען פון דערציילען דברים כהוייתן ווי די האסט געהערט פון האדמו"ר מבאבוב ז"ל
משום כבודם פון איטליכע פון מיינע ידידים מנוער וואס זענען ארויס וועגען דעם חשכון פון קענען גיין ......און נאך א
זמן קצר צירוק און זענען אוןסגעוואקסען ..........( קען נישט דערציילען משום כבודם)
מען קען פארציילען, איך זעה נישט די בושה, פאר ווער עס קען היסטאריע, און דער מצב בימים ההם, הן דאס צובראכענקייט פון די קריג, הן דער מצב פון די גרינע, און הן דער מצב הפרנסה
ואדרבא, זכות אבות עמדה להם, אז זיי האבן זיך צוריקגעדרייט
און באבוב איז דער גרעסטע דזשאוק, אז פון די ערשטע קלאס היי סקול האבן נאר צוויי גראדואירט, און איינע פון די צוויי איז דער דיין שליט"א, און דער צווייטע, האט אויך קיין גרויס נוצען פון קאלידזש נישט געהאט (זיינע קינדער זענען שוין נישט געגאנגען)
ויש אתי בזה עוד, ועוד חזון למועד
למה זה תשאל לשמי...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
אינטערסאנטע אידען אין עמפייר שטיבעל 2
א הויכער איד ר' חיים W? וואס א"א ע"ה האט ג'הערט אז ער איז ג'וועו אן אמעריקאנער סאלדאט
ערשט לעצטענס האב איך ג'זעהן אן AD פאר א בוך וועגען זיינע פעולות פאר שארית הפלחטה אין די DP לאגערן
יעצט סחורה פאר בן בוזי און מיללער
אויף דעם ווינקעל פון ברוקלין און עמפייר איז געשטאנען א הויז
וואס מען האט כמעט נישט ג'זעהן די ציגעל פון די טאוולען אז דא וואנט Rev Chaim Milstein
marriage performer bar mitzva teacher & who remembers what else
איך ג'דענק ווען ער האט ארויסגעטראגען דאס מיסט ש"ק ער האט אויסגעמישט מוקצה מיט כרמלית
איראניש איז געווען ווען איך האב ג'זעהן אז ער האט זיך אויך אינטערגשריבען אויף אן איסור קעגען סידורים וכ' גדריקט ש"ק
יתכו אז רב חייטאווסקי האט נישט געניצט דאס ווארט "רב"
יעצט וועל איך משלים זיין בערך וואס ער האט דאמאלט דערציילט
עס איז אנגעקומען במחיצתו זיינס א חבר פון דער היים (א שד"ר)
זאגט אים דער גאסט "פאר א פסול ס"ת טיט מען אן דעם גארטעל אינדרויסען"
חייטאווסקי "די ביסט שוין פערטיג מיט זיך אן אפגעפערטיגטער?"