שוטה האט געשריבן:זיין אייניקל האט א גלעזער געשעפט אין ב"פ, 16 און 47.
דער געשעפט האט זיך שפעטער אריבערגעצויגען פון די איסט סייד קיין באראפארק אוויא 'שוטה' האט זאגט.
איך האב געקענט דעם אלטען מר. שעכטער. עס איז אומבאשרייבליך וואס אן ערליכער דער איז געווען, אוויא דער זיידע זאגט.
דער זוהן פון וועמען דער זיידע רעדט האט געהייסען שלמה. ער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה בראווער ע"ה.
ר' שלמה איז אומגעקומען יונגערהייט און א עקסידענט ווען ער האט זיך אוועק געשטעלט אויף די זייט פון א הייוועי (דאכט זיך מיר אז עס איז געווען די פעליסעידס) און ער האט געטוישט א פלעט טייער, און א קאר איז אריין געפארען און אוהם.
זיין ווייב האט ווייטער געפירט דאס געשעפט און דערנאך זענען אוהרע קינדער אויך אריין און געשעפט.