די אידישע 'לאוער איסט-סייד' אין ניו יארק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

די אידישע 'לאוער איסט-סייד' אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בילד פונעם שילד העכער דעם שטיבל פון ר' נתן נטע דובלינסקי אין די איסט-סייד, הרב דובלינסקי איז געווען קודם א רב אין די ליטע איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא, העכער דעם אריגינעלן שילד זעהט מען א מודעה איבער מכירת חמץ.
אטעטשמענטס
Dublinsky.bmp
Dublinsky.bmp (349.38 KiB) געזען 10932 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דער אינטערעסאנטער מציאות איז אז איסט סייד הייבט זיך אן היפש אויפצווועקן אסאך אידן האבן זיך צוריק באזעצט דארט, ווען מען פארט אדורך זעט מען אלץ מער היימישע אידישע פנימ'ער, און יא "דאבל קערידזשעס"
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

וויפיל שטיבליך זענען דא אויף בראדוועי, די מעין גאס לעבן וויליאמסבורג ברידזש?! כ'דענק פאר אפאר יאר צוריק איז געווען 10 צו 11 וואו אויך דער חסידישער שטיבל פון באיאן.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פאר וויפיל יאר צוריק איז געווען 10 אדער 11 אקטיווע שטיבלעך ?
איך וואלט נייגעריג געווען צו וויסן.
קען זיין אז די אידישע געגנט האט זיך צוריק געריקט צו גרענד סט?
דער פאקט איז אז זייט כ'פאר דורך גרענד סט. צו די וויליאמסבורג ברידזש האב איך קיינמאל נישט געזען אזויפיל היימישע אידישע פנימ'ער ווי לעצטנס.
אדרבה ווער ס'ווייסט מער דעטאלן זאל ביטע לאזן וויסן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ס'איז דא א איד אין וויליאמסבורג ר' אלימלך יאזשעף (א שדכן) וואס פלעגט אריבערגיין קיין איסט סייט יעדן שבת צופרי. כ'ווייס נישט צו ער טוט עס היינט, אבער ער האט גע געטוען א לאנגע צייט.

אין באיאנער שטיבל איז געווען אן אלטער איד ר' ישעי', ווייס איינער צו ער לעבט נאך? ער האט געהאט די שליסל צום רבין'ס שטיבל וואו ס'ליגן נאך דעם רבין'ס ספרים. ס'איז געווען א גאנצע זכיה אריינצוגיין זעהן דעם שטיבל.

דער ניין און ניינציגער שטיבל איז שוין היינט פארמאכט. דארט איז געווען א איד ר' חיים שלעפעריג, א בעלזאר חסיד, וואס האט אנגעהאלטן דעם שול, אבער היינט איז עס שוין פארמאכט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טייל פון מיינע אלטע בילדער קאלעקציעס פון די איסט-סייד, און עטליכע נייע.
אטעטשמענטס
ישיבה ע"ש הגאון ר' עקיבא איגר זצ"ל
ישיבה ע"ש הגאון ר' עקיבא איגר זצ"ל
ביד"צ וקהל עדת ישראל בנשיאות ר' גבריאל זאב מרגליות
ביד"צ וקהל עדת ישראל בנשיאות ר' גבריאל זאב מרגליות
ביד"צ פון ר' צדוק לעדערמאן
ביד"צ פון ר' צדוק לעדערמאן
Lederman BesDin.jpg (21.22 KiB) געזען 10848 מאל
א שוהל און א ספרים געשעפט אויף 180 קלינטאן סט.
א שוהל און א ספרים געשעפט אויף 180 קלינטאן סט.
Clinton St 180.jpg (27.38 KiB) געזען 10848 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די אידישע איסט סייט איז געווען דעי גרעסטע קיבוץ אידן אין די וועלט אנהויב דעם 19 יאר הינדערט, היבש מער ווי אין ווארשא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך בין מורא'דיג איבערגענומען פונעם שילד העכער ישיבת רבי עקיבא איגר. מען נעמט נישט קיין געלט און מען גיבט נאך ווארימע קליידער און שיך.
זיי זענען נאך אפען ערגעץ ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, אפשר גאר האט די ישיבת ר' עקיבא אייגער מיט נכדי ר' נחום שטרייסאנד?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עס איז דא א קינדער טעיפ אויף ענגליש מיט יומאר when zaidy was young די געדענקערס זאגן אז ער לייגט גאנץ גוט אראפ דעם קולטור און מהות פון די אלטע איסט סייד
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מיללער, אפשר גאר האט די ישיבת ר' עקיבא אייגער מיט נכדי ר' נחום שטרייסאנד?

זיכער נישט, דער אפיציעלער נאמען האט נאך שפעטער עקזעסטירט ווי מ'קען זעהן אין טייל ספרים וואס זענען געדרוקט דורך מכון חת"ם סופר אין די ערשטע יארען נאך די קריג, שטייט דער אדרעס אין אמעריקא אונטער דעם טיטל 'ישיבה ע"ש ר' עקיבא איגר' מיט אן אדרעס אין וומ"ס.

מ'ברויך נאר דערגיין ווער עס האט אפיציעל געגרינדעט די תלמוד תורה און וואס ער האט געהאט א שייכות מיט הגרעק"א, אלע ת"ת און ישיבות האט מען דאן אזוי נאמינירט ווי למשל; ישיבת רבינו יצחק אלחנן (YU), ישיבת ר' יעקב יוסף (RJJ) ישיבת ר' שלמה קלוגער בראשות ר' יעקב פלאנצנגרובען, ישיבת ר' חיים ברלין, עס איז דאכציך געווען איינס ע"ש ר' ישראל סאלאנטער.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:ישיבת ר' שלמה קלוגער בראשות ר' יעקב פלאנצנגרובען,

שפעטער דאכט זעך מיט דעם מאטעסדארף'ער רב.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קהל עבודת ישראל אנשי פוילן, אין די איסט-סייד
אטעטשמענטס
Avodas Yisroel.jpg
Avodas Yisroel.jpg (11.82 KiB) געזען 10748 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בית המדרש הגדול אויף נארפאלק סט. פונדרויסען, און פון אינעווייניג אינמיטן איבערבויען.
אטעטשמענטס
BHgodel2.jpg
BHagodel.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גערטעלס בעקעריי איז געווען פון לעצטערע פארבליבענע אריגינעלע אידישע געשעפטן אין דיד איסט-סייד
אטעטשמענטס
gertelshester.jpg
gertelshester.jpg (27.63 KiB) געזען 10733 מאל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

למען האינפארמאציע, כ'בין היינט נאכאמאל אדורך געפארן גרענד סט. און ביים פארק גראד נאכן עקזיט פונעם עף די אר (צו מיין רעכטע האנט) האב איך געזען צענדליגע צענדליגע אידישע משפחות, פונקט ווי אין פלעטבוש כ'בין מוראדיג נתפעל געווארן, דערנאך האב איך מיך איינגעדרייט אויף נארפאלק און געבעטן דעם דרייווער צו קענען אריין גיין אין בית המדרש הגדול, און ס'איז געווען סגור ומסוגר על מנעול ובריח, (ס'איז געווען מנחה צייט) אן קיין שום וועג אריין נישט אויבן און נישט פון די אונטערשטע שטאק, ס'זעט נישט אויס אז מ'ארבעט דארט בכלל נאר אינגאנצן פארנאכלעסיגט, אדרבה ווער ס'ווייסט אינפארמאציע אז מ'בויעט יא דארט זאל אונז מעלדן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

ווי ווייט איך ווייס איז שטיקער פונעם דאך איינגעפאלן אריין אינעם היכל הביהמ"ד, בערך 2-3 יאר צוריק, און פאר א שטיק צייט דערנאך האט מען געדאווענט אונטן. יעצט ווייס איך נישט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אין בית המדרש הגדול דאווענט מען שוין אונטן פאר א לאנגע צייט. שוין באלד צען יאר וואס כ'בין דארט געווען כמעט יעדע וואך און מ'האט געדאווענט אונטן. ס'איז פשוט געווען צופיל מענטשן פאר אויבן (נעבעך).

קען זיין אז ימים נוראים ווען ס'קומען מער מענטשן האט מען געדאווענט אויבן, אבער יעדע שבת זיכער אונטן.

ס'טוט זייער לייד צו זעהן וואו ס'איז חרוב אויבן.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יוסלמאן, כ'זע דו דרייסט זיך דארט ביטע ענטפער מיר
אבער וואס טוט זיך אגאנצע וואך ?
און וואו דאווענען יא די אלע אידן וואס וואוינען אין איסט סייד ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

לאמיתו של דבר, כ'דריי שוין נישט דארט וואו אמאל. כ'וואוין שוין נישט אין וויליאמסבורג סאו ס'איז ניטשט אריבער דעם בריק. אבער וועגן אנדערע אידן וואו זיי דאווענען ווייס אין אז ס'זענען דא אסאך בתי מדרשים אין די איסט סייט, כ'הבא שוין אמאל געדאווענט ראש השנה אין די איסט סייט (אין 99ציגער שטיבל, הוי זכרונות) און ס'איז געווען פיל מיט מנינים אויף די בראדוועי גאס.

לגבי בית המדרש הגדול (וואס איז פאר אפאר יאר צוריק געווארן א ניו יארק סיטי לענדמארק) אגאנצע וואך, אויב כ'דענק גוט, האט הב גרינבוים שליט"א, בן הגאון ר' שמעי' וחתן הגאון ר' אפרים אשרי זצ"ל רב דביהמ"ד הגדול געדארפט צו עפענען א כולל אינעם בית המדרש, ער האט געוואלט ברענגן אינגעלייט פון וויליאמסבורג צו לערנען מיט אינגעלייט און בעלי בתים פון דארט. צו ס'עפעס געווארן? כ'גלייב נישט!

ביי דע וועי, אין בית המדרש הגדטל לייענט מען יעדע וואך די הפטרה פון א מגילה און ס'ווערט פארגעליינט דורכן בעל קורא מיט די טראפען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער ביהמ"ד הגדול בשנת תרע"ח:
אטעטשמענטס
beth medrish hagudel.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

איינער פון די היבש באנוצטע שולן אינעם איסט סייד, איז דער ביאלעסטאקער שול אויף ווילעט ביי גרענד, געציילטע בלאקס פונעם ביהמ"ד הגדול. דער גאס האט מען געגעבן דעם צונאמען ביאלעסטאק.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

און ווידער טרעפן מיר א נשמה הנידחת וועלכער איז צוריקגעוקמען צום שורש, פאראיאר בערך חודש אדר איז נפטר געווארן אין די איסט-סייד אי איד מיטן נאמען ר' יחיאל אר'י לייבל (ליאנעל) זיפרין, דער איד איז געבוירען אין די איסט-סייד פאר אריבער 80 יאר צוריק צו עלטערן וועלכע האבן זיך שפעטער צוטיילט.

ער איז אריבער מיט זיין מוטער וואונען ביי זיין זיידען הרב ר' נפתלי צבי מרגליות-אבולעפיה ז"ל דארט אין די איסט-סייד, ווי ער איז אויפגעצויגען געווארן.

הרב מרגליות איז געווען א יליד צפת וועלכער איז געקומען קיין אמעריקא, דאהי האט ער געגרינדעט א מוסד פאר עלטערע אידען תלמידי חכמים וועלכע זאלען קענען אויסלעבן זייערע יארען אין א תורה'דיגע אטמאספערע בשם 'תומכי תורה - זקני ישראל' ער איז נפטר געווארן בשנת תשט"ו ונטמן על תנאי להעבירו לצפת תובב"א.

דער זיפרין איז פארשלעפט געווארן צו די ארטיסטישע קולטור ווי ער איז אויפגעוואקסען א פאעט און פילם-שרייבער, זייינע קינדער האט ער אויך מחנך געווען אויף דעם שטייגער, אויף די עלטערע יארען האט ער חוזר געווען בתשובה און ער איז צוריקגעקומען צו די איסט-סייד אין זיין זיידנ'ס דירה וויר ער איז געווארן א מיסטישער געשטעל און געצויגען פארווארפענע נשמה'לעך ארום זיך.

ער האט אסאך כוחות אריינגעלייגט צו פרעזערווירען די ארבעט פון זיין זיידען, במיוחד זיינע ניגונים וואס א געוויסער 'הערי סמיט' האט באוויזען צו רעקארדירען פון הרב מרגליות, עס נעמט אריין די ניגון בר-יוחאי וואס מיר זינגען ל"ג בעומר וואס הרב מרגליות האט מיטגעברענגט פון גליל העליון וואס דאס האט אייגנטליך געפירט דעם סמיט צו הרב מרגליות נאכדעם וואס ער האט עס געהערט מפיו ביי א פייערונג ל"ג בעומר אין די איסט-סייד.

הערט דא ווי די פאפולערע NPR דערציילט איבער זיינע ווערק און דא מער באריכות.

לייענט באריכות אין טיימס זיין ביאגראפיע.[
אטעטשמענטס
shul.jpg
shul.jpg (13.55 KiB) געזען 10556 מאל
21ziprin_450.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”