בלאט 3 פון 3

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2013 11:15 pm
דורך סטראשעלע
מיינט איר אפשר דעם בוך
Path of Life : Rabbi Judah Loew Ben Bezalel, ca. 1525-1609
וואס איז ארויסגעקומען צו 400 סטע יארצייט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 10:22 am
דורך פלעכטער
עטליכע בילדער וויאזוי די גוי איז אויפן ליידיגע בוידעם. ער מעסט עס אויס מיט א ראדאר אפשר איז ער באגראבן אין בוידעם.
ער האט געטראפן דארט עטליכע אייזענס, ווען ער האט עס געוואלט אראפ נעמען איז מען אים געקומען זאגן אז עפעס שאקלט זיך די טשילארס אינטען אין שוהל...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 11:00 am
דורך יוראפ
סתם פאר נייגעריגקייט וואס זענען די אלע בערג דארט אין א בוידעם?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 11:06 am
דורך פלעכטער
די דיזיין פונעם שוהל גייט אזוי ווי כיפה'ן א שטייגער ווי דעם

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 11:07 am
דורך מכטי1
לכאורה (נד"נ) די שמות וואס מפלעגט דארט באגראבן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 11:11 am
דורך פלעכטער
ס'ליידיג אפילו שמות נישטא. די אמאליגע שוהלען האבן א דיזיין אין די דאך פאר שיינקייט, אין דאס זענען די בערג ווי אזוי עס קוקט אויס פון אויבן.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 11:18 am
דורך יוראפ
אקעי גאנץ א גוטע הסבר

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:53 pm
דורך יוסף שרייבער
מען מאכט יעצט שיפוצים דארט אינעם ביהכנ''ס אלט-נייע המפורסם און א שרייבער פון בחדרי האט מצליח געווען צו נעמען א קליפ (אדער האט ער עס געטראפען אנליין) פון די בוידעם און ווי אלע פריערדיגע באזוכער האבען באריכטעט איז חוץ פון אלטע שטויב גארנישט דא דארט.
http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=72171

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 3:46 am
דורך msp
surprise surprise

געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:06 pm
דורך יציב פתגם
מספר "בינה לעתים" שחיבר הגה"צ רבי יצחק ווייס זצ"ל הי"ד אב"ד ווערבוי (ח"ד - אלול, בני ברק תשס"ח, עמ' סג)

געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:35 pm
דורך יוסף שרייבער
זעהט פון דא און ווייטער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:43 pm
דורך רצון טוב
בחוברת הנפלאה שהו"ל זה עתה רבי יצחק ישעיה ווייס הוא מוכיח ממקורות קדומים שיש מקור לסיפור על גולם שיצר המהר"ל מפראג, הוא גם מביא את דברי האשל אברהם מבוטשאטש שציין הרב אמסטרדם, ובין השאר מדייק זאת מנוסח מצבתו של המהר"ל

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:52 pm
דורך ויתן לך
פון די נוסח המצבה איז ער נאר מדייק אז ער האט געקענט חכמת הקבלה

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 12:04 am
דורך פורים קטן
רצון טוב האט געשריבן:בחוברת הנפלאה שהו"ל זה עתה רבי יצחק ישעיה ווייס הוא מוכיח ממקורות קדומים שיש מקור לסיפור על גולם שיצר המהר"ל מפראג, הוא גם מביא את דברי האשל אברהם מבוטשאטש שציין הרב אמסטרדם, ובין השאר מדייק זאת מנוסח מצבתו של המהר"ל


מהו שם החוברת הנפלאה?

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 6:47 am
דורך איטשע
פון די מציבה איז נישט קיין גרויסע ראיה, ווייל ס׳איז נישט די ארגינעלע, דאכט זיך אז ס׳איז די דריטע מציבה שוין.

געשריבן: דינסטאג מארטש 29, 2016 8:50 pm
דורך סאדאם חוסעין
ר 'אהרן קאהן האט יעצט א שיינע שמיעס [א פארזצונג פון 4-5 וואכן אויף קול סאטמער]

געשריבן: זונטאג אוקטובער 30, 2016 10:06 am
דורך farshlufen
מאקאווער האט געשריבן:איטשע האט געשריבן
למעשה האב איך נישט געטראפן קיין איין ערליכער מקור וואס זאל לייקענען שטיין און ביין אז דער מהר"ל זאל האב באשאפן א גולם.


נאט אייך אן ערליכן [?] מקור

http://www.hebrewbooks.org/32695

דער מחבר איז ר' מנחם מענדל עקשטיין מסיגעט, קליוולאנד, ניו יארק

ועוד עיין כאן

מקור להמושג של "גולם".

געשריבן: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:58 pm
דורך וויל וועלן
אין ספר המדות ווערט דערמאנט (ערך דעת, ח"ב, אות ג): על ידי ההשגה שהאדם משיג שהקדוש ברוך הוא אחד ואין שני לו, על ידי זה מכריח את מלאכי מרום שיגלמו בגולם ולילך בשליחותו.

זעהט מען אז ס'איז דא אזא זאך, ממילא זאגן אז דער מהר"ל האט נישט געמאכט אדער געקענט מאכן אזא זאך איז א נארישקייט, די שאלה איז נאר צו ס'איז טאקע געווען מיט די גאנצע דראמא ארום "יוסעלע גולם"...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 13, 2016 11:57 pm
דורך הכל בכתב
יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב יוראף איר ווייסט נישט אז הר"הק דער אמרי אמת מגור האט דעמאלס אויפגעוויזען פאר די קינדער פונעם אמרי יוסף אז דער בריוו איז מזויף? היינט איז שוין נתגלה געוורען דער אמתער כתב פונעם מהרל מפראג אין די ארכיווען פון פראג און קיינער האלט נישט היינט אז יענער בריוו איז אמת.

עפעס ליגט מיר אין זכרון אז עס האט געהאט צוטוהן מיט דעם זייפן הידוע בלאך.



ראה בהמצורף, שהמנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, הוא שקבע מתחלה שהכת"י הוא מזוייף.

געשריבן: פרייטאג ינואר 06, 2017 11:01 am
דורך נא_שכל
אין א אינטערסאנטע מאמר שרייבט ר' יהושע ענבל א חידוש אז דער גולם איז באמת יא געווען א געבוירענע מענטש, נאר ער איז געווען אוטיסטיק, און מיט די השערה שטימט די מעשיות פון ר' יודל ראזענבערג ז"ל.

און צום סוף ענדיגט ער דעם מאמר א דאס זאל זיין א זכרון פאר די ספעציעלע נשמה וואס מ'האט געמיינט אז ער איז נישט קיין צלם אלקים.

און יעצט צום קעפל פון די אשכול: יאסעלע גולם; לא היה "או" נברא?
לויט ר"י ענבל איז דער תירוץ "נברא"..., כ'מיין ס'איז דער ערשטער וואס ענטפערט אזוי מיט די כוונה.

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 12:03 pm
דורך אדער יא
מרדכי חעלמער האט געשריבן:צי ער האט געהאט צי נישט איז איין זאך
אבער כ'האב חשק צי מאכען איינס
ווער עס האט אינפארמאציע וויזוי מען טוט דאס זאל זיך ווענדען צי מיר אין אישית

פיינע תאוות...