בלאט 3 פון 10

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:22 am
דורך שאץ מאץ
44

די לינקע זייט, מערק די קליינע סטעידש אונטערן גאלערי אפאר אינטשעס העכער,
דארטן פלעגן די עלטער בחורים זיך דרייען,

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:23 am
דורך שאץ מאץ
45

די הונדערטער חסידישע ספרים,

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:24 am
דורך שאץ מאץ
46

דעם ערשטן ווינטער איז נאכנישט געוועהן קיין ספרים שענק,
די זעלבע פלאץ אן די שיינע שענק,
(מערק די פארקלעבטע פענסטער מיט פלעסטיק צוליב די קעלט)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:26 am
דורך שאץ מאץ
47

די הויכע דאך, ווי אויך די ווייבער שול,
(מערק דעם בענקל אויפן טיש - שטענדער נוסח תו"ח)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:28 am
דורך שאץ מאץ
48

א ערב שבת אדער מוצאי שבת אין ביהמ"ד...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:31 am
דורך שאץ מאץ
לחיים ולברכה האט געשריבן:ביי בילד 25 איז מערקבאר א בחור'ל שטיין ביים טיר. דאס איז א לעצטיגע בילד פון די גאר לעצטע יארן אין היטשין (פאר די ר"י'ס פטירה), ווען מ'האט אריבערגעברענגט די אויטגואינג טעלעפאן ליינס צו דעם האל, און די בחורים פלעגן ארויסשלעפן די טעלעפאן אינדרויסן פונעם בנין צו קענען רעדן שטילערהייט (מסתם שידוכים... אדער גאר זיך אפרעדן אויף די שווארצע ברויט...).

העי, דו, ס'איז געווען טעלעפאונס אין די ישיבה? פון וואנעט האט מען געהאט געלט דערצו?

אה, סארי. טאקע א טעות פון מיינע זייט. די ישיבה האט געקויפט איינמאל א זמן ביליגע טעלעפאנס פאר 5 ענגלישע פונט א שטיק, און נאך א וואך צוויי איז איבערגליבן בלויז איין שלימה. די בעסערע בחורים פלעגן זיך קויפן טעלעפאונס און האלטן אין לאקער...
.


האסטו די ישיבה'ס טעלעפאן....

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 8:04 am
דורך bailout
כ'ווייס נישט צו דער עולם כאפט....

ער רעדט נישט פון א סעלפאן וואס מען האט געהאלטן אין לאקער, מען האט געהאט אין לאקער א געהעריגע טעלעפאן וואס מען דארף ערגעץ איינפלאגן, און ווען מען האט געוואלט רעדן איז מען אהינגעגאנגען עס איינפלאגן.

די מעלה איז געווען אז די האסט נישט געדארפט ווארטן אויף א טעלעפאן אין די ליין.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:42 am
דורך בענק טעלער
ייש"כ עס איז זייער אינטערסאנט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:44 pm
דורך קראצער
גיטע זכרונות. איך זוך נאך אלץ א בילד ווי ר' אהרן לעיב כהן בייגט זיך אונטער די שער אויפן וועג צו עסן פיש! ווי די קאר איז געפארק ביים זיבעטען ציגל האב איך שוין.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:53 am
דורך שאץ מאץ
49

דער סווימינג פול

צוריק צו קיץ תש"ן, די בחורים אליין זענען געוועהן אקטיוו אויפצובויען דעם וואנט ארום דעם סווימינג פול

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:54 am
דורך שאץ מאץ
50

דאס איז דער וואנט ארום דעם פול וואס די בחורים האבן געהאלפן אויפבויען

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:57 am
דורך שאץ מאץ
51

זומער איז דער פול געוועהן פיל מיט וואסער (אסאך מאל זויבער אויך)

דא האט מען זיך געטובל'ט דעם ערשטן ר"ה,
(ווען מ'האט אנגעפילט דעם פול האט מען געלאזט רינען דאס וואסער ג' טפחים ע"ג קרקע לשיטת הראב"ד איז דאס א כשר'ע מקוה, פון ווי קען איך דעם ראב"ד?, פון דא....)
אוי איז דאס געוועהן קאלט ר"ה צופרי.... נאך היינט בין איך קאלט דערפון...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 2:01 am
דורך שאץ מאץ
52

דער פול אינמיטן ווינטער - ליידיג
מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו....

געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2009 12:59 am
דורך לחיים ולברכה
שאץ מאץ האט געשריבן:(איך רעד פון די גאז טאנקען מיט א בענקעניש ווייל מ'האט נישט קיין השגה וואס מיר האבן געשפירט ווען נאך 3 קאלטע טעג האט מען אנגעפילט דעם גאז טאנק..)

יא יא, מ'איז געווען אזוי פארפרוירן פון קעלט, אבער מיינע צייטן קומט נישט צו צו דיינע. אונז האמיר געהאט עלעקטריק היטערס וואס די פעשערע פון אונז האבן דאס אויסגעלאשן שרייענדיג אז ס'איז הייס, און מיר זענען פארפרוירן געווארן איבער נאכט.
ווער רעדט נאך פון די מקוה... אה, דאס איז שוין אנאנדער מעשה אינגאנצן. אז נישטא קיין געז, איז נישטא קיין הייסע מקוה, געווענליך איז דאס געווען פארפרוירן קאלט, ווען די שטיבל זיך צו איבערטוהן איז אויך געווען שרעקליך קאלט פון די שפאלטענעס אין די וואנט און פענסטער.

מי יתן לנו ירחי קדם...

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 3:38 pm
דורך קראצער
ספייסעס האט קיינמאל נישט געפעלט...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 8:07 am
דורך מיללער
זייער אינטערעסאנט, איך בין נישט קיין תלמיד פון היטשין אבער איך האב אסאך חברים פון תורת חסד, מ'האט שטענדיג דערקענט די תלמידים פון דארט, א יישר-כח פאר די היסטארישע בילדער און באשרייבונגען.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 11:43 pm
דורך שאץ מאץ
53

לאמיר צוריק גיין ווי מ'האמיר געהאלטן (קראצער האט אריין געהאקט)

דער פול מיט די אייגן געבויעטע מחיצה (מעשה ידי הבחורים)
(מ'קען עס דערקענען אויף די קאלירן פון די ציגל...)

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 11:45 pm
דורך שאץ מאץ
54

ויאמר אברהם
דער ראש ישיבה אין ביהמ"ד ביי א דרשה (מוסר צו סתם התעוררות)

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 11:45 pm
דורך שאץ מאץ
55

מענין לענין

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 11:53 pm
דורך שאץ מאץ
56

היות ס'קומט ראש השנה דערמאנט עס מיר פון ר"ה אין ישיבה, קיין פיקשטער אידעך נישטא, אבער עפעס האבעך געפינען במקום...
תשליך..... יא דא האט מען אריין געווארפן צוויי דריי פיצי פישלעך און מ'האט געזאגט תשליך....

ווי אויך האט דעי פלאץ געדינט איין טאג פאר מקוה, (ווי געשריבן אין מיין טאג בוך פון היטישין) אז מ'האט געוואלט מאכן א פעוועזארישע מקוה דא מיט וואסער, למעשה איז עס געבליבן קלאט, און צו ווערן געטובלט האט מען זיך אויסגעצויגן בפישוט ידים ורגלים,
אני הקטן בין געוועהן פון די געטובלט'ע מיט א גדול עומד על גבי צו איך בין גענצליך אריין אונטערן וואסער,

דאכט זיך דער רויטע רינגעלע בין איך אליין, אבער איך קען נישט זאגן פאר זיכער.....

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 11:55 pm
דורך שאץ מאץ
אנטשולדיגט כ'האב נישט באמערקט 50 מיט 53 איז כמעט די זעלבע פיקשטער...

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 14, 2009 5:27 pm
דורך א טענצל!
אני הק', אלס תלמיד פון די ישיבה הק' האב גרויס הנאה צו זעהן די ישיבה בתפארתה אין היטשין.
איך האף אי"ה מוסיף צו זיין זכרונות און ענינים ששמעתי פון תלמידים וכדו'.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 27, 2009 9:18 am
דורך א טענצל!
צום פראגע פונעם ציבור וועל איך אויסרעכענען אלע מגידי שיעור ור"י כהיום יום, תשס"ט-תש"ע אינעם בנין הישיבה הק' 118 קעזענאוו רד. קארנער פאונטאון רד.
הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א, נשיא הישיבה
הרה"ג ר' חיים יהודה לייביש באב"ד, ראש ישיבה (לערנט פאר סוגיא פאר שיעור ד', פארמיטאג), ר' יוסף שווימער מגי"ש שיעור ג', ר' צבי הירש לאנגבערג שו"מ שיעור ג', ר' מיכל קאהן מגי"ש שיעור ג', ר' שמואל לעוו מגי"ש שיעור ג', ר' שלום יצחק קרויס מגי"ש שיעור ב', ר' יחזקאל אינזליכט מגי"ש שיעור ב', ר' שלמה סאבאוויטש מגי"ש שיעור ב', ר' אברהם הויט שו"מ שיעור ב', ר' ארי' לייב כהנא מגי"ש שיעור ד', ר' לייבל גאטטעסמאן שו"מ שיעור ד', ר' פנחס גאלדשטיין שו"מ שיעור ד', ר' שאול שעהר שו"מ שיעור ד', ר' מרדכי לייב פרענקל שו"מ שיעור ד', ר' אהרן גליק מגי"ש (ור"מ) שיעור א'-קול יהודה, ר' ישראל יעקב עקשטיין מגי"ש שיעור א' ומשגיח כללי דישיבה, ר' משה פעלבערבוים מגי"ש שיעור א' (יעצט געווארן מנהל ת"ת סאטמאר-לאנדאן)
אצינד תש"ע לערנען אין ישיבה: 118 בחורים בליעה"ר, (דערונטער אייניגע יונגעלייט וועלכע לערנען אינדערפרי שיעור סוגיא ביים ר"י, און לערנען בחברותא מיט בחורים).
עוד חזון למועד בעז"ה

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:09 pm
דורך א טענצל!
הרה"ג ר' חיים יהודה לייביש באב"ד, ר"י תורת חסד געפונט זיך איצטערט אין ניו יארק צו די שמחת החתונה בבית אחיו הרה"ג ר' קלמן יושע באב"ד מגי"ש בק"ק סאטמאר.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2009 3:00 pm
דורך נחמן נתן
א טענצל! האט געשריבן:הרה"ג ר' חיים יהודה לייביש באב"ד, ר"י תורת חסד געפונט זיך איצטערט אין ניו יארק צו די שמחת החתונה בבית אחיו הרה"ג ר' קלמן יושע באב"ד מגי"ש בק"ק סאטמאר.

דאס האט צו טוען מיט די "היסטאריע ישיבת תורת חסד"?