היסטאריע: ישיבת תורת חסד / בילדער

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

ווי איך זעה אין בילד דא האט מען צוגעבויעט דעם נייעם פליגל ביי די זייט ווי די טעלעפאן איז געווען אין מיינע צייטן, וואס טוט זיך אויפן פלאץ ווי דער בית המדרש איז געווען האט מען אויך עפעס צוגעבויעט אויפן אפגעברענטן פלאץ.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עבודת_הבורא האט געשריבן:ווי איך דענק אין די פריע נ יארן איז געווען צווישן 110 און 150 בחורים אין האלב דערפון זענען ע"פ רוב געווען אמעריקאנע בחורים, די איבריגע זענען געווען לאנדאן מאנטשעסטער אנטווערפן פון ארץ ישראל איז געווען אייצלענע, פון פראנקרייך איינס, און מיר האבן געהאט אפילו איינס א אנגארישע בחור.

סטאפ!!!
אויב געדענקסטו א בחור פון פראנקרייך און פון אונגארן ביסטו געוועהן תשנ"א אין היטשין....

דער פראצויזישע בחור האט געהייסן עמרם נתן בארזאנסאן (עפעס אזוי....) ער איז געוועהן מיט א ברודער אין ישיבה (ביידע מיט ביבער היטן, שוואכן אידיש גערעדט, און אנהייב האט ער גערעדט אידיש געמישט מיט פראצויזיש, אבער במשך הימים האט ער שוין גערעדט א פליסיגן אידיש) איך האב מיך שוין לעצטנס נאכגעפרעגט ווי דער בחור געפינט זיך, קיינער ווייסט נישט ווי.

דער בחור פון אונגארן איז געוועהן ישראל משה (מיקעש) ראטשטיין, ר' מרדכי שטויבער האט אים אפיר געברענגט, א ירא שמים באמת, א תמים פון די ביכער,
דער בחור איז שפעטער געווארן נתקרב להאדמו"ר מקרעטשניף זצ"ל, און געבליבן א בן בית דארט.

איי איי זכרונות זכרונות....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך לאך »

שאץ מאץ האט געשריבן:

יא יא, געדענק מיר גיט ביידע, ישראל משה קומט אפט צו פארן קיין אמעריקא, עמרם נתן 'בענזאסאן' בין איך זייער נייגעריג צו ער לעבט..

עניוועי אויב געדענק ער היטשין איז נ"א געווען די ערשטע געהעריגע זמן דארט
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כ'האב געפרעגט אמאל יענקל קארנבלי צו דער עמרם נתן לעבן, האט ער מיר גענפערט אז איינער האט אים שוין געפרעגט דאס, און ער ווייסט נישט.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

School Lane האט געשריבן:א גריס פונעם רבין שליט"א
געווען ביי אים מוצש"ק און שפיטאל
ער האט געוויזען א שמייכל ווען איך בין אריין געקומען
און מיר געוויזען צו זאגען ג-ט פון אברהם דריי מאל
ווי ער האט מיט געזאגט מיט די אויגן ליידער.

און מיר בעטען אלע תלמידים צו מתפלל זיין פאר רבי שמואל בנימין בן שרה
ער דארף נאך א גרויסע רפואה
ער קען נישט רעדען און נישט ריקען די לינקע זייט אויכעט די שלינגען איז נאך נישט בסדר.

ביטע בעטען פאר איינער וואס בעט פאר אונז אזוי פיל....

וויאזוי שפירט ער זיך
רבי שמואל בנימין בן שרה?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
School Lane
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך School Lane »

א גריס פון נשיא הישיבה
מען דארף נאך אסאך איין רייסען
אטעטשמענטס
IMG_5147.jpg
School Lane
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך School Lane »

דאס בילד איז פון יום א' תרומה תשע"ז
בארן קלאפער
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 9:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארן קלאפער »

יש תחת ידי פורים צייטונג משנת תשמ"ט
אויב עס איז דא וואס ווילען עס וועל איך עס בל"נ ארויף שטעלן
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

School Lane האט געשריבן:געטראפען א ליסט פון חורף תשנ"ט
ווער עס האט ליסטעס ביטע ארויף לייגען

הגם נישט מיין יאהרגענג. אבער דאך אינטערסאנט צו זעהן די נעמען פון בחורים וואס האבען שוין באלד קינדער אין שידוכים. מיר האבען דארט בעאבאכטעט היבש משפחה מיטגלידער, מיטארבעטער, שכנים און סתם גוטע פריינט און אויך אהרן בן מהר"יי האט געכאפט מיין אויג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בארן קלאפער האט געשריבן:יש תחת ידי פורים צייטונג משנת תשמ"ט
אויב עס איז דא וואס ווילען עס וועל איך עס בל"נ ארויף שטעלן

שטעל ארויף !

אינטערסאנט צו זעהן!
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך לאך »

אויב איינער האט א פיקטשור פון מוצ"ש זכור שנת תשנ"ג אין די געבעלס, פליז פליז לייגטס עס ארויף, אדער עניטינג פון יענעם שבת, י.ד.ר. איז געווען פורים רב
מלפנים מ.א.ש., פאר ווער עס פארשטייט.....
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

אבער נאך ווי איך פארשטיי....
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

School Lane האט געשריבן:א גריס פון נשיא הישיבה
מען דארף נאך אסאך איין רייסען

וואס איז טאקע די מצב?
School Lane
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך School Lane »

נשיא הישיבה שליט"א לרפ"ש פורים
ער איז אהיים געקומען אויף עטליכע שעה

מען בעט אז מען זאל ווייטער מתפלל זיין רבי שמואל בנימין בן שרה
אטעטשמענטס
IMG_5571.jpg
School Lane
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך School Lane »

די פורים רב איז זיין אייניקל הב' החשוב שלמה ארי' פרענקל בן חדב"נ ר' שמואל שליט"א
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בארן קלאפער האט געשריבן:יש תחת ידי פורים צייטונג משנת תשמ"ט
אויב עס איז דא וואס ווילען עס וועל איך עס בל"נ ארויף שטעלן

שטעל ארויף !

אינטערסאנט צו זעהן!....
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

היינט ד' כסלו איז די יארצייט פונעם אומפארגעסליכן ראש ישיבה זצ"ל
מרן אברהם שמואל ב"ר פנחס זעליג ז"ל
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

חנוכה אין היטשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אוי אוי אוי... חנוכה אין היטשין, וויאזוי קען מען בכלל פארגעסן אפילו א קליין דעטאל פון חנוכה אין דעם דערפל אין ענגלאנד, טאקע א קליין דערפעלע אן קיינע גראדע שאסייען ארום וואס זאלן פירן צו דאס פלאץ, טאקע אן ארים פלאץ אן קיינע געהעריגע איינריכטונגען אבער א רייכע פלאץ פיל מיט היסטאריע, ווען מען זאגט נאר ארויס דעם נאסטאלגישן ווארט פון מויל ווערן די אויגן פיל מיט טרערן און בענקשאפט און די זכרונות שווימען צוריק מיט עטליכע יאר ווען מען איז געזעסן און פארברענגט און זיך געטיילט מיט די עסן-טרינקען-לופט-שלאף צימער- בענקל- טיש און וואס נישט מיט די חברים.
חנוכה אין היטשין איז געווען אויף גאר א צווייטער פארנעם ווי אין סיי וועלכע ישיבה צו חבורה, אנגעהויבן האט זיך עס ווען ר"ח כסלו האט דער ראש ישיבה שליט"א באפוילן אז נאכט סדר וועט מען אנהייבן צו לערנען בני יששכר און קדושת לוי אויף חנוכה, ווען עס איז געקומען דער טאג פון ערב דאס ערשטע לעכטל האט זיך ביי יעדן אין הארצן צעזינגען מיט פרייד מעוז צור...
2:00 נאכמיטאג זענען די מגי"ש אהיים און געלאזט די בחורים זיך גרייטן יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן צו די לעכטעלעך, דער האט זיך געזעצט מיט א חסידיש ספר בעת ווען דער צווייטער האט זיך מסדר געווען און אפגעשמועסט אן ארט פאר די גרויסארטיגע קוויטלעך שפיל, בערך 5:00 איז דער עולם געלאפן אין די פארפרוירענע מקוה און דאן נאך מיט די נאסע פיאות איז געווען א מנין מעריב מיט א פלאם, דער "קלאוני" פון ישיבה האט אויסגעקלאפט פופצן מאל "בימי מתתיהו!" ביי שטילע שמו"ע.
דאן איז ד'רוילעם ארויף אין דארמיטארי וואו יעדעס ווינקעלע איז געווען פיל מיט מנורות פון אלע מאסן, דער קרעטשניפער בחור האט זיך דעשאפן א פידעלע און זיך איידל געשפילט מיט די סטרונעס איבערגעבויגן איבער זיין גרויסארטיגע היימישע האלצערנע מנורה און דער געסעטלטער בחור פון מאנטשעסטער האט געצינדן מיט די לינקע האנט אין זיין קליינע בלעכענע לעכט האלטער... דער גאנצער קארידאר איז געווארן אנגעפילט מיט ניגונים פון אלע קרייזן און פון מאל צו מאל האט ארויסגעשמעקט פון א צימער היימישע לאטקעס וואס א לאנדענע בחור'ס מאמע האט עספיעט מיטצושיקן.
ווען ס'רוב האט שוין געענדיגט צינדן האט מען זיך ארויסגעלאזט נערים וזקנים אין א לעבעדיגן טענצל וואס האט זיך שוין פארצויגן פאר א פערטל שעה דארט אינעם דינעם קארידאר, דערנאך איז מען אראפ עסן נאכטמאל, לכבוד חנוכה האט מען צוגעשטעלט אביסעלע מער ווי דאס געווענליכע כזית וואס מען האט פארגינען סתם אזוי... דערנאך איז מען ארויף אין ביהמ"ד און געהערט א פשט'ל יעדע נאכט פון א צווייטן בחור (געווענליך פלעגט דער ראש ישיבה שליט"א אויסקלייבן דוקא די מער צוריקגעבליבענע זאלן זאגן דעם פשט'ל כדי דער עולם זאל אויסהערן...) דער סדר האט זיך געענדיגט מיט פאנקען אדער "פאנטשקעס" ווי מען האט עס גערופן אויף אלט אידיש...
שבת חנוכה איז געווען א מסכת פאר זיך... עס איז געווארן אנגערופן "שבת דאורייתא" ווייל די שבת קומט דער ראש ישיבה שליט"א מיט כל בני ביתו אריינגערעכנט זיין אשת חיל וועמען די בחורים האבן גערופן בלשון חיבה "באבי" און קיינער האט נישט געמעגט דאן אוועקפארן פון ישיבה.
מוצ"ש איז פארגעקומען א הערליכע מעמד הדלקת הנירות פון מורינו הראש ישיבה שליט"א וואו עס איז געווען א הערליכער כאר אנגעפירט דורך די מער מוזיקאלישע בחורים פון ישיבה, דערנאך איז געווען א מסיבה וואו מען האט אויסגעטיילט פריטלעך וואס באבי האט געפרעגלט אין קאך.
זונטאג איז אלעס געווען כרגיל ווי א געווענליכער טאג פון חנוכה.
(איך שרייב דא פון היטשין אין שנת תש"ע, וואס עס גייט פאר היינט איז מיר נישט באקאנט אבער וואלט מיר געווען גאר אינטערסאנט צו הערן)
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

וואס טוט זיך מיט ספרי הר"מ איז דא ווער עס איז זיך מטפל דערמיט, ווען ער איז אוועק דענק איך האט מען געשמועסט אז ער האלט אינמיטן שרייבן אן הגדה, יעצט האב איך געהערט א דרשה אויף חנוכה ממש א אוצר, פארוואס זאל דאס אלעס נישט ווערן געדריקט, א איד מיט אזויפיל תלמידים וואס בענקן נאך אים זאל נישט זיין מיט וואס צו בארואיגן זייער דארשט.
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

School Lane האט געשריבן:נשיא הישיבה שליט"א לרפ"ש פורים
ער איז אהיים געקומען אויף עטליכע שעה

מען בעט אז מען זאל ווייטער מתפלל זיין רבי שמואל בנימין בן שרה

וואס מאכט די נשיא?
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

חנוכה אין היטשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

טישטוך האט געשריבן: וויאזוי קען מען בכלל פארגעסן אפילו א קליין דעטאל פון חנוכה אין דעם דערפל אין ענגלאנד,

איי איי איי!! ווי קען מען פארגעסן פון די געהויבענעם "סוגיא סדר" צווישן די פייערדיגע חנוכה ליכט צינדען און דעם טיפן פשט'ל, ווען ערב חנוכה האט מען געמאכט בדיקת חמץ.... יא בדיקת חמץ! אויך עפעס א אלטע היטשינע מנהג, אז ערב חנוכה מיטאג צייט נעמען זיך צוזאמען די גאנצע היטשינע רעגירונג, בראש וראשון דער גבאי חק"ס, צוזאמען מיט די מנהלים, מגירי שיעורים, בקיצור די העדקוואטערס.... מען גייט אריין אינעם בארימטן אפיס פון חק"ס (א פרשה פאר זיך.....), און מעו הייבט אן א העפטיגע זוך אקציע, מען דארף אויפשטעלן א גאנצע קאמענד סענטער פאר דעם, וואס זיכט מען?? ערגעץ צווישן די אלטע פורים צעטלעך און די ריזיגע קאפי מאשין (וואס האט בדרך אגב קיינמאל נישט גארבעט און זיצט שוין דארט יארן ווי א קלאץ) און די מיליאנען צעטלעך פון חשבונות און אומפארטיגע קונטריסים וכו' וכו' ליגט באהאלטן די וועלט בארימטן סוגיא קונטריסים -דאס איז קונטריסים וואס מען האט נאך געדריקט בזמן יוחנן כהן גדול, וואס ענהאלט אין זיך די סוגיא דכוותא און עס גייט אריבער בירושה מדור לדור- .
אה! ענדליך נאך צווי דריי שעה, איז מיט די הילף פון נאך פון נאך אפאר ענערגישע עסקנים, איז געטראפן געווארן גאנצע צווי שטיק!!, מען נעמט עס ארויס, מען מאכט קאפיס דערפון, און די ערשטע נאכט חנוכה נאך נאכטמאל קומט די מגי"ש אן, מיט א ריזיגע שמייכל אויפן פנים לייגט ער עס אראפ אויפן טיש, און מעלדט מיט פרייד אז עס הייבט זיך אן די סוגיא סדר, מען גייט לערנען סוגיא דכוותא יעדע נאכט חנוכה, דאן נעמט דער גאנצע עולם קונטריסים, און.... דאן פארמירט זיך בערך 10 קליינע חנוכה מסיבות... ווען ביי יעדע טיש זיצן דריי פיר בחורים, און ביי איין טיש שפילט מען געמיטלעך דריידל, בשעת ביים צוויטן טיש טיש טענה'ט מען זיך העפטיג ווי לאנג א אמת'דיגע חסידישע בחור דארף זיצן ביי די ליכט צו עס איז א היטשינעם מנהג צו צינדען שפעט אדער א משוגעת אדער ביידע צוזאמען, ווען ביי א דריטן טיש איז מען פארנומען זיך אויסלערנען אלע קנייטשן פון דעם סקולענע מעוז צור, און אזוי פארברענגט מען געמיטלעך וואס וואלט זיך געקענט ציען א גאנצע נאכט, ווען נישט די מגי"ש קלאפט אויס אז מען גייט הערן די פשט'ל, דאן גרייט מען צו א בכבוד'יגע סדעידזש מיט א שטענדער אין פארענט פון ארון הקודש, לכבודה של תורה, אלע בחורים העלפן עס מאכן גראד, דאן שטעלט זיך דער בעל הפשעטל דארט ארויף מיט א שעמעדיגן פנים, און דער גאנצער עולם יאגט ארויס פון ביהמ"ד, פארענדיגן די פארברענגן, אינעווייניג בלייבט נאר די מגי"ש מיט אפאר גוטהארציגע בחורים, וואס האבן זיך פריער אנגעגרייט עפעס צו ליינען בשעת'ן פשט'ל, כדי צום סוף זאלן זיי קענען געבן א שריי דעם הילכיגע שכ'ח שכ'ח און געבן דעם גוטן געפיל פארן בעל דרשן......

המשך יבוא
-די האנטוך ווארפעריי
-מעמד המרומם חלוקת הפאנטשקעעס
- די קנויטן מאכעריי זינגענדיג בראווא בראווא...
-די געשמאקע באטעס יעדע נאכט ביז די שפעטע שעות
-ועוד ועוד...
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפיקעל »

האמיר יעצט אויס געהערט מיט מיין קליינער די טעיפ פון הנירות תשנ״ב/נ״ג, זלמן לייב׳ס כי ארכה לנו הישועה ווען פון אינטערוויילעכטס זינגט די קווייער א אנדערע כי ארכה און ביידע פירן אויס צוזאם, ס׳האט מיר צוריק געפירט צו מיין פלאץ שטייענדיג אויף די טישן ארום וואס זענען געווען במקום ברענטשעס ביי די טיר צום ראש ישיבה׳ס שטיבל. (נישט אזוי האט עס געהייסן די קליינע שטוב אויף מעריב זייט? כאטש איך געדענק נישט אז ער זאל עס ניצן אסאך)

גיי זיי מסביר פאר מיין קליינער וויאזוי דאס האט געארבעט אז אין ישיבה איז געווען א קווייער מיט די בעסטע בחורים אינקלודעד
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

אויף דעם בענקן מיר
האב איך דעמאלטס געטראכט אז אין 20 יאר ארום ווען מיינע בחורים וועלן זיין אין ישיבה וועט שוין אמעריקע זיך האבן אפגעווייכט פון די שמאלע פרעם ווי יעדע בחור דארף אריין פיטן, און אויב נישט איז ער נידן צו איינע פון די אמעריקאנער נאסע ליילעכער זאלן ווערן אנגעקלעבט אויף אים, אבער למעשה זעהט אויס אז פאר אונזער נסיון איז דאס נאך עומד בתוקפו, די שאדן איז נישט נאר פאר די פראבלעמאטישע נאר הערשט גאר פאר די פיינע אזוי ווי טיפעקל האט געשריבן.
אליעזר מארקס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 09, 2018 7:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר מארקס »

אוי בחורישע יארען
גאלדענע זיסע יארען
שטענדיג בלייבען זיי אין מיין זכרון....
"זאג:"איש דברים אנוכי, גם היום, גם מחר"" (מוטי אילאויטש, מחשבות, לא איש דברים)
אין אמת'ן אריין
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין אמת'ן אריין »

אויב איינער קען ארויף לייגען בילדער פון די מעמדי ההדלקה ל''ג בעומר אין חצר הישיבה אין קעיזנאוו רד.
איי איז דאס געווען! גאנץ שטאט איז זיך צאמגעלאפן.....
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”