פרעות תרפ"ט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

פרעות תרפ"ט

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג אוגוסט 14, 2009 4:35 am

עס איז לעצטע וואך פרייטאג (י"ז אב) געווארן 80 יאר פון ווען די אראבער האבן דוכגעפירט פאגראמען אין פארשידענע שטעט און ישובים און ארץ ישראל.
די מערסטע איז באוואוסט די פאגראם אין חברון וואו עס זענען גע'הרג'עט און געפייניגט געווארן 67 אידן, צווישן זיי 24 תלמידים פון די חברונ'ער ישיבה הי"ד.

האב איך געזען א מעשה מן הסתם ווייסן שוין דערפון די חשוב'ע חברים-היסטאריקער.
יענעם פרייטאג זענען די אראבער שוין געווען אויפן וועג קיין מאה שערים גרייט אויפן ערגסטן ה"י. איז ארויסגעגאנגען זיי מקבל פנים זיין ר' אהרן פישער ע"ה (פאטער פון הרה"ג ר' ישראל יעקב ז"ל ראב"ד עדה החרדית) מיט א ביקס, און ער האט דערלאנגט פארן אנפירער איינס און א גוטס און אים דער'הרג'עט, ווי דעד עוילם האט דאס געזען זענען זיי זיך צולאפן. און אזוי אום איז דער ישוב הישן אין ירושלים בחסדי ה' אפגעשוינט געווארן.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג אוגוסט 14, 2009 4:14 pm

די מעשה ווי עס ווערט באשריבן אין דעם ספר 'איש על החומה' תולדות הגרי"ח זוננפעלד זצ"ל
ליהוי ידוע, שהספר 'איש על החומה' מציג את הגה"ק רי"ח בצורה מזויפת, פארווישט היבש פון זיין קנאות און שארפע שטעלונגען.
צוגעלייגטע
uuu.jpg

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוגוסט 16, 2009 5:24 pm

כנראה מתגובתך לקחת גם את הסיפור הזו משם, אז למה אתה לא נותן קרעדיט ?

פוגרום בירושלים: אלפי פורעים ערביים משתוללים בשעה זו בעיר

עשרות פצועים והרוגים בקרב בני הישיבה ויהודי העיר



הסיפור עם רבי אהרן פישער גם מובא ברועה ישראל [חלק א] עמוד קפ"ז ואילך ביותר הרחבה,
הספר הוא על בנו הראב"ד רבי ישראל יעקב, ויו"ל לפני כחצי שנה ליודה"ל דיליה.
ועמך כולם צדיקים

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוגוסט 16, 2009 5:29 pm

ר' אהרן פישער ז"ל הו"ל את ספרי אביו [הגה"צ ר' שלמה פישער אב"ד קארסלבורג] 'ייני עם חלבי' 'נרות שלמה', ועיטרם בחידושיו

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג אוגוסט 16, 2009 9:53 pm

ועמך כולם צדיקים

טראק דרייווער
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:34 pm

ביי ובלכתך בדרך האב איך געזעהן א טעיפ דאכט זיך מיר פון ר' ברוך קאפלאן א תלמיד פון די ישיבה אין חברון ווי ער ברענגט ארויס וואס עס האט זיך אפגעטוהן דארט און ווי די אלע זאכן וואלט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען ווען נישט וואס מען האט זיך דעמאלס געפערליך גערייצט מיט די אראבערס, ער לייגט עס דארט אראפ בטוב טעם ודעת, עס איז זייער אינטערסאנט צו הערן פון איינער וואס האט דאס מיטגעלעבט ליידער

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:46 pm

דענקס'ט נישט אונזער אלטע באליבטע "ליכט שטראלן"? אלץ קינד האב איך נאך געליינט די גאנצע השתלשלות פון די ציונים אין יענע צייטן, וויי זיי האבן אויפגערייצט די אראבער און זייער האוקעס פאוקעס פארטי רח"ל תשעה באב ביים כותל.

איז נאך דא צו באקומען די ליכט שטראלן?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 13, 2011 8:46 am

DECEMBER 16, 1929
Eliminate Humiliating Conditions at Wailing Wall, Says Rabbi Kook
By Gershon Agronsky
COMMISSION IMPRESSED AS THE WHITE-BEARDED, KAFTANNED LEADER TESTIFIES

Jerusalem -
It is the government's duty to abolish the humiliating conditions to which the Jews who go to pray at the Wailing Wall are subjected, declared Chief Rabbi Abraham Kook towards the close of his examination by Sir Boyd Merriman at the Inquiry Commission hearing.
The fifth day of the examination of the Jewish witnesses began with the venerable Rabbi's elaborate evidence and ended with the testimony of Solomon Horowitz, a member of the temporary Zionist Executive during the riots. While Rabbi Kook affirmed the Jewish rights to the Wailing Wall, Horowitz unflinchingly flayed the dilatoriness of the Luke administration.
Rabbi Kook, who came to the hearing with a royal entourage of three cars including the Orientally dressed kavas (usual attendants of religious dignitaries and consuls), his orthodoxly dressed secretary, and three favorite students of his yeshivah, were his shtrumele (customary hat), and his silk kaftan, while his beard appeared to be considerably whiter than before the riots.
He held the attention of the Commission as no witness had done before, as he laboriously explained the Messianic Creed and the two categories of the hopes for rebuilding the Temple, one the celestial and the other the earthly. "It is our duty to endeavor to resettle the waste places of (Continued on Page 4)
With the Shulchan Aruch (book of laws) held handy, Rabbi Kook discussed the Tisha B'Ab and Yom Kippur customs as pertaining to the Wailing Wall. When he began speaking about the Moslem desecration of the Shrine during the Arab counter-demonstration, he made the Court quiver when he said, "There was once an English king who translated the Psalms into English, and now in our day, under English administration, brigands burned the Psalm books at the holiest Jewish place." He completed his direct testimony by reading the warning letter that had been sent to him by the Moslem committee for the defense of the Mosque of Aksa, in which he and the Jews were threatened with dire consequences if the Jews continued to claim more than the right to visit the Wailing Wall in silence. The Rabbi explained that he had seen the High Commissioner about the letter, but that it was now his painful duty to lay the matter before the Commission.
The benevolence of the morning session, while the white-bearded Rabbi was testifying, gave way in the afternoon to a different sort of atmosphere when Solomon Horowitz took the stand. Government counsel Preedy made a determined attempt to get him to waver on the serious charges against the Palestine administration during the riots. Viscount Erleigh's examination of Horowitz took little more than an hour, while Silley, cross-examining for the Arab side, took up less than half an hour. Preedy's cross-examination, however, was not completed.
He forced Horowitz to give hitherto unknown details as to how he had been obliged to surrender his special constable's armband when the government decided to disband the Jewish constables. Horowitz told of his protest then and repeated that there should have been no such distinction made between Jewish and non-Jewish British citizens, the first time this had been done since Jewish emancipation in England. He revealed that General Dobbie, in command of the British forces, had told him on the third day of the riots that there were enough troops in the country for all eventualities and disclosed that the government ordered, but later remanded, the evacuation of Safed. Horowitz compared High Commissioner Chancellor's proclamation with the one issued by the Acting High Commissioner, Luke, and charged that "nevertheless, the reports reaffirmed that the government had capitulated to a band of murderers and traitors" after the Jews had been disarmed. Reporting that MacQueen, the government health department official, never examined the bodies of the dead, and remarking that he, Horowitz, was as credible as MacQueen, and that therefore he was justified in warning the Zionist Organization to tell the Colonial Office to discredit the report that there had been no mutilations. He insisted that common sense dictated that the troops should have fired in the air first and then at the mobs if they had not dispersed.
Horowitz persisted that Luke should have informed him of the decision to disband the Jewish constables, and not left it to Captain Playfair, commander of the Royal Air Forces in Transjordania. While all of the Commissioners tried to shake his testimony, Horowitz insisted that the government had juggled the figures when it lumped together the Hebron victims with the Jerusalem casualties, and added "the government's communiques were justified if they were prepared for any other purpose than the mere truth, the whole truth and nothing but the truth."
Preedy then exclaimed: "Were these cables the whole and nothing but the truth?" waving a sheaf of copies of the Zionist cables. "Yes," replied Horowitz, "to the best of my knowledge and information."

פון:http://archive.jta.org/article/1929/12/16/2780901/eliminate-humiliating-conditions-at-wailing-wall-says-rabbi-kook
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 13, 2011 9:17 am

ביקסאד האט געשריבן:כנראה מתגובתך לקחת גם את הסיפור הזו משם, אז למה אתה לא נותן קרעדיט ?

פוגרום בירושלים: אלפי פורעים ערביים משתוללים בשעה זו בעיר

עשרות פצועים והרוגים בקרב בני הישיבה ויהודי העיר



הסיפור עם רבי אהרן פישער גם מובא ברועה ישראל [חלק א] עמוד קפ"ז ואילך ביותר הרחבה,
הספר הוא על בנו הראב"ד רבי ישראל יעקב, ויו"ל לפני כחצי שנה ליודה"ל דיליה.
הרב ביקסאד
ווייסטו אפשר ווען דער צווייטע חלק רועה ישראל
קומט ארויסעט?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

[b]דברי הגה"צ ר' ברוך קאפלאן זצ"ל [/b]

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג יולי 17, 2011 3:27 am

דברי הגה"צ ר' ברוך קאפלאן זצ"ל

(א ווארט ביי ווארט איבערזעצונג פון א טעיפ, ווי ער דערציילט באריכות די גאנצע געשיכטע
ווי ער איז געווען איינער פון די איבערלעבער פון דעם באוואוסן פאגראם אין חברון אין יאר תרפ"ט)

די צייט וואס איך בין געווען אין חברון איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס "די פרעות פון חברון" [די חברון פאגראם]. האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא'דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון'נער אראבער זענען געווען רוצחים און זיי האבן באפאלן די אידן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די אידן האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די אידן, און מ'איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג.
א דוגמא ווי ווייט רואיג עס איז געווען צווישן אידן און די אראבער, למשל איך האב געהאט א מנהג, בערך א מייל-צוויי לעבן חברון איז געווען א בוים וואס עס איז מקובל אז די בוים איז געווען די אשל אברהם, וואו אברהם [אבינו] האט אויפגענומען די מלאכים, האב איך געהאט א גרויסן הרגש פון צייט צו צייט צו גיין באזוכן דעם בוים, (מובא בחוט המשולש תולדות מרן החת"ס שאכן מקובל שזה הי' של א"א) ספעציעל אין זומער צייט ווען ס'איז ווארים. דארט איז אבער נישט געווען קיין ישוב, ס'איז געווען יעדע 5-7 בלאק אן איינצעלנע הויז, איך פלעג אביסל רעדן מיט זיי, מ'האט זיך פארשטאנען מיטן וואונק [נישט קענענדיג דעם אראבישן שפראך]. קיינער אין ישיבה האט מיר נישט געזאגט גיי נישט אונטערן שטאט, ס'איז א סכנה, "אראבער!". ס'איז נישט איינגעפאלן, אזוי פריינדליך האט מען געלעבט מיט די אראבער.
אויך האב איך געזען א בריף פון גערער רבי'ן, (אמרי אמת) אין יענע יארן שרייבט ער אז ער איז געפארן קיין א"י, אזוי ווי ס'האט אנגעהויבן ווערן א באוועגונג, אז מען וויל אוועקפארן פון פוילן קיין א"י, האט ער געוואלט זען וואס פאר א סארט פאלק דער אראבער איז, ווי אזוי צו ראטן די מענטשן, צו מען זאל יא פארן אדער נישט פארן, שרייבט ער דארט אין דעם בריעף אז דער אראבער איז זייער א פרידליכער פאלק, און א פיינער פאלק.
דערפאר וויל איך זאגן אז ס'איז אריין א געוואלדיגע גרייז אין דער וועלט אז די חברון'ער אראבער זענען געווען גרויסע רוצחים, און באפאלן די אידן. מעשה שהי' לא כך הי', נאר וואס דען? וועל איך אייך -ביי דעם געלעגנהייט- זאגן מעשה שהי'.
די מעשה איז אזוי, די היינטיגע ציונים די רשעים, איז שוין דעמאלטס אויך געווען די זעלבע זאך אזוי ווי היינט, זיי האבן געקערט די וועלט דארטן, אזוי ווי היינט מאכן זיי ביטערע אומגליקן ביי די מלחמות מיט די אראבערס, ס'איז שוין אומגעקומען אזויפיל אידן זאל דער אויבערשטער אונז אויסהיטן, דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז. דעמאלסט אויך זענען זיי ארויס געגאנגען איין מאל מיט א לאזונג אז דער כותל [המערבי] איז א יודישע נאציאנאלע אייגנטום, די אראבער געווענטליך האבן געהאלטן פארקערט, אז שוין 1100 יאר איז דאס זייערע. וואס קען מען טאן, מיר זענען דאך אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצנו, אבער עס האט זיך אנטוויקעלט די ציוניסטישע באוועגונג, זענען געקומען די פוסטיאקעס די אלע שווארץ יארן, האבן זיי געזאגט "די כותל איז אונזערע", (עס איז בכלל א קשיא וואספארא שייכות האבן זיי צו די מקומות הקדושה). איז געווארן א גרויסע ויכוח אין די צייטונגען. און דערנאך האבן זיי געוואלט מאכן א מקום קבוע צו דאווענען, (כאטש אז זיי האבן אזא שייכות צום דאווענען אזוי ווי גרון [דער דעמאלסדיגער רב הראשי] האט א שייכות צום דאווענען, ער גייט אויפן מקום המקדש מאכן א מנין), צו ענטעגענייזן [רייצן] די אראבער און צוביסלאך מער אריינקריכן, און ס'האט צוגעברענגט צו סכנת נפשות. ר' יוסף חיים זאנענפעלד האט זיי געבעטן ברחמים "לאזט אפ!", ס'איז גענוג אז די אראבער טוען א חסד און לאזן אונז קומען דאווענען, אבער אויף א קביעות האבן מיר קיינמאל נישט געהאט קיין חזקה, עס איז נישט אונזער ארט, ס'איז זייער ארט עד ביאת גואל צדק,
אבער זיי האבן נישט געפאלגט, זיי האבן געמאכט א גרויסע אסיפה אין ירושלים, מ'האט געזאגט אז ס'איז געווען 10,000 מענטשן, אויסצורופן אז ס'איז פאר די אידן, און זיי רופן זיך אידן (כאטש דער חפץ חיים שרייבט אז זיי זענען נישט קיין אידן, די ציונים זענען זרע עמלק), איינער פון די רעדנער איז געווען דער רב הראשי האט ער אויסגערופן אזוי: "שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד", דאס איז געווען אין אלע צייטונגען. האט זיך צוהיצט און צופלאקערט צווישן די ציונים און די אראבער, השם ירחם.
דערנאך, איינמאל, מ'איז געזיצן אין חברון און געלערנט, זעען מיר אין שטאט לויפן ארום בויעס [יונגאטשן] מיט קורצע אפגעשניטענע הויזלעך און מיט געווער מיט בייסיקלס און מאטערסייקעל'ס, און לויפן ארום אין די הויפט גאסן אין חברון אהין און צוריק, פון די געווער האט מען זיך דערשראקן, וואס פאר א מעשה? מער פעלט דא נישט.
בקיצור, האט מען געשיקט רופן אט די חברה, צום ר' משה מרדכי [עפשטיין, דער משגיח אין חברון'ער ישיבה], און זיי האבן נישט געוואלט קומען, מען האט געמוזט גיין צו זיי, האט מען זיי געפרעגט, פאר וואס קומט איר? מה ראו על ככה? וואס טוט איר דא? ס'פעלט אונז אויס? איר וועט [דאך דערמיט] אויפרייצן די אראבער! ס'רייצט זיך שוין אזוי אויך!. האבן זיי געענטפערט, מיר קומען אייך פראטעקטן [שוצן]. האבן מיר געזאגט, געוואלד! רחמנות!, און זיי האבן נישט געוואלט אוועקגיין, ביז וואנען ס'איז געווארן צו שפעט.
ביז ווען די פירער פון די אראבער האבן אויפגעקליבן פון אסאך דערפער גרויסע מאסן'ס פון אראבער דארט, (און ווי געווענטליך פארשטייט זיך די צוואנציג קאווערדס [שוואך כאראקטערדיגע מחוצפים] זענען אנטלאפן, זיי האבן ארויסגעכאפט זיך), און ס'שוין געווען שפעט, זיי האבן זיך ארגענעזירט, זייער מופטי האט געזאגט א גרויסע רעדע פאר זיי, זיי האבן געמיינט אז פרייטיג צונאכטס קומט די גאנצע ישיבה דאווענען, וועלן זיי אריינקומען אנפאלן די גאנצע ישיבה און אטאקירן.
איי די ישיבה איז אליין געגן די ציונים, און געגן די פאסקודניאקעס, געגן די אלע זאכן. אבער די אראבער ווייסן דאך נישט, לא ידעו להבחין. האבן זיי געקומען, ס'איז געווען א גרויסער קרבן א עולה תמימה, ר' שמואל ראזנהאלץ. ווען ס'איז שוין געווען א טומל אין שטאט זענען אלע געבליבן אינדערהיים, אבער ער איז געווען א גרויסער מתמיד, א מורא'דיגער מתמיד, ער האט געקענט לערנען 80 בלאט גמרא א טאג, האבן זיי איהם געטראפן און זיי האבן בעונותינו הרבים [ער ציוויינט זיך] גע'הרג'עט און פארגאסן זיין בלוט אויף די אפענע גמרא וואס ער האט געלערנט. די פאליציי האט דאן אריינגעמישט זיך אין אווענט און ס'האט זיך אביסל איינגעשטילט.
אויף מארגן אינדערפרי פארטאג האבן מיר געהערט ווי עס טומלט זיך אין שטאט, און וואס מערער אלץ האט מען געהערט קולות וברקים, און איך בין געווען צוזאמען מיט נאך איינעם, מיט אברהם אושפענער, האבן מיר געוואוינט אין א דירה געדונגען ביי א יוד, וואס ער האט געהאט געדונגען א גאנצן אפארטמענט ביי אן אראבער, ס'איז געווען 3 שטאק, מיר זענען געווען אויף'ן אויבערשטן שטאק, און אזוי ווי ס'איז געווען גרויסע געשרייען אין שבת, מ'האט געזאגט וידוי, האב איך געהאט פארשידענע מחשבות דאן... אבער אז מען האט געהערט אז מען קלאפט זייער שטארק ביי אונז אין טיר אונטן, א לענגערע צייט [נאכער האבן מיר אויסגעפונען וואס איז געווען די קלאפערייען טיר, אז אבוסאלא דער אראבער האט זיי נישט געוואלט אריין לאזן ווייל ער האט געוואוסט אז זיי גייען אויף רציחה, זיי זענען אויפגעהעצטע, און ער האט נישט געוואלט, אזוי איז אויך געווען אין אסאך ערטער וואס די אראבער האבן נישט אריינגעלאזט, קוים קוים האט ער אויסגעהאלטן א פאר שעה, נאכער האט דער אויבערשטער געהאלפן און ס'איז געווארן שטיל, סיי ביי אונז האט מען נישט געקלאפט און סיי אין שטאט. - ס'איז געווען 65 מענטשן נעבאך קדושים וטהורים וואס ס'איז שוין געווען לאחר המעשה...!!!, אבער די אנדערע חלק פון שטאט רוב רובם זענען געראטעוועט געווארן...
פארוואס פארצייל איך די מעשה דא, איך האב געוואלט דאס זייער שטארק מפרסם זיין, וואס די ציונים די רשעים -זייער טאטעס און די היינטיגע- האבן אונז אנגעטון צרות, רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי, זאגט דאך די הייליגע תורה אז אן יראת שמים איז רציחה פשוט, און דאס האבן זיי געטאן א מעשה פון אזוי פיל יארן עד היום הזה, זיי האבן קאאפערירט מיט די נאציס, ווי ס'איז באשריבן אין די ביכער אז זיי זענען געווען שותפים מיט די נאציס, (אויסער דעם ענין וואס די חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו), זעקס מיליאן אידן זענען אומגעקומען ווי די גמרא זאגט אין כתובות אז אל תמרדו באומות ואל תעלו בחומה דריי שבועות האט דער אויבערשטער משביע געווען, און אז איר וועט נישט היטן די שבועות הריני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה, און ס'איז נתקיים געווארן אויף אט די זעקס מיליאן אידן, דורך די נאציס [צוזאמען] מיט די זרע עמלק (דער חפץ חיים שרייבט [מובא בכתבי הר"ר אלחנן וואסערמאן הי"ד] אין סוף ספר קובץ הערות [מאמר אומר אני מעשי למלך] אז די ציונים זענען זרע עמלק), דורך די עבירות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם גאנצן כלל ישראל נאך די ציוניסטישער שמוץ און דער ציוניסטישער געדאנק, און אויך בפועל ממש געווען שותפים צו די [רוצחים].
ר' משה שאהנפעלד שרייבט אין א קונטרס, אז ער איז אמאל געקומען צום חזון איש נאך ווי עס האט אויסגעבראכן די מדינה, די אראבער פלעגן פון צייט צו צייט באפאלן אידן, איז יענער געקומען און געזאגט: אוי רבי! איר האט געהערט? עס גייט אדורך עטליכע חדשים, יעדע פאר טעג פאלט א קרבן פון די אידן, אוי וויי אוי וויי, וואס טוט זיך דא?
האט אים דער חזון איש געזאגט: מיין טייערע ר' משה שעהנפעלד! איר זענט גערעכט, אבער עס וואונדערט זיך מיר אויף אזא בר דעת ווי איר זענט. אודאי, עס זענען אין די לעצטע פאר חדשים געווען עטליכע צענדליגע נפשות און יעדער נפש אחת מישראל איז אן עולם מלא. אבער דא שטייען דאך די ציונים, די מדינה, די רשעים, זיי נעמען און שמד'ן אפ אידן, קינדער, הונדערטער טויזענטער אלע טאג, דאס זאל ווייטאן! אזא גזירת השמד וואס מען שמד'ט אפ הונדערטער טויזענטער אידן, און חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, דאס האט ער איהם געזאגט.
נו, זינט דער חזון איש האט דאס געזאגט איז שוין אסאך יארן אדורך ועד היום הזה. ווי למשל ווען איך רעד דא יעצט, האט מיר איינער געוויזן א צייטונג, א שרעקליכע זאך, אז עס איז דא א מענטש, ער רופט זיך א בריסקער, ווייס איך צו ער איז טאקע א בריסקער? ער איז א קליינע מענטש און א גרויסע שגץ, א רוצח, האט ער גענומען איצטער באליידיגן אמעריקע, דער פרעזידענט רעיגן, מיט א חוצפה וואס עס כאפט ממש א פחד, עס איז נאך אזוי נישט געהערט געווארן. עס קען חלילה ברענגען שמדיות, די אראבער קענען זיך אויפכאפן, און די דריי מיליאן אידן זענען אלע אין סכנת נפשות.
וואס גייט אן אזא מנובל? אז די אראבער האבן געהאט אין באגדאד א רעאקטאר, גייט דער רשע צוברעכט עס. דו ווייסט דאך אז עס איז סכנת נפשות פאר אלע אידן, אבער וואס גייט אים אן? ווייל ער וויל ווערן מיניסטער פרעמיער, א שווארץ יאר, קוקט ער נישט אויף גארנישט.
די גמרא זאגט אז א קוואל פון וועלכע דו האסט געטרונקען וואסער זאלסטו נישט אריין ווארפן א שטיין, דו פארעך איינער! דו פארעך בעגין! לעבסט אינגאנצן פון אמעריקע, דו מיט דיין פאסקודנע פינסטערע מדינה! ווען נישט אמעריקע וואלסטו נישט געהאט קיין קיום, די גאנצע כח קומט פון אמעריקע, זיי גיבן אייך אלעס, זיי גיבן אייך געווער און אלעס! גייסטו, דו חצוף איינער, ווייל דיר געפעלט נישט, ווייל דיר פאסקודניאק געפעלט נישט זיין פאליטיק. - און די גאנצע זאך קען ארויסרופן צארן ביי די אראבער. סוף כל סוף איז דאך דא הונדערטער מיני אראבער, און רוסלאנד שטייט אויף זיין זייט. - קוקט ער נישט אויף די אלע זאכן, זיין כבוד און זיין פאליטיק פירט איהם אפילו עס זאל קאסטן הונדערטער און טויזנטער אידישע נפשות.
און מיט וועמען, רבותי, האט מען זיך דא פארבונדן? אנדערע מענטשן, טאקע פון די רעליגיעזע האבן געזאגט, "התאהבנו בבגין"! מיר האבן זיך פארליבט אין בעגין! עס כאפט א פחד! ער איז דאך געווען דער ראש המסיתים ומדיחים, דער ראש הכופרים, און א מסית ומדיח איז דער דין "לא תשמע לו, ולא תאבה לו ולא תחמול עליו, וגו'". פינף לאווין זאגט רש"י. דאס איז א יחיד'יגער מסית, ווען ער האט צוגערעט איין מענטשן, טאר מען נישט ליב האבן.
היינט, א מאסן מסית ומדיח, א רוצח, א רשע, א ראש הכופרים, פון די מדינה, וואס האט אומגעברענגט די תימן'ער יודנטום, די מאראקאנער אידן, און נאך אסאך ספרדישע, עס איז געווארן פון זיי ציונים און פוסטאקעס, אראפגעפירט פון תפילין, פון תורה. שרייבט איינער פון די רעליגיעזער פארטיי, "התאהבנו בבגין"?! ווי קען מען ליב האבן א מסית? איר האט געהערט??? צו אזא מצב אנקומען? השם ירחם עלינו!
...מען האט טאקע געהאלטן ביי אן אנדער ענין, אבער דאס הארץ טוט וויי, כי יחם לבבי, האב איך געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו זאגן, מען זאל וויסן אז השם ירחם עלינו, ומה עוללו לנו הציונים הרשעים הארורים האלו! מען דארף צו וויסן אז עס איז פארהאן א טעות אין דער וועלט, מען מיינט אז די אראבער האבן דאס געטון, זאל מען וויסן אז די גאנצע זאך וואס די אראבער זענען געווען אין כעס אויף אונז האבן זיי [די ציונים] געמאכט. ווייל די אראבער זענען געווען א פרידליכן פאלק. בין איך אן עדות, מיר האבן געלעבט מיט זיי אין חברון מיט א פרידליכקייט. גיבט א קוק אין די בריווען פון גער'ער רבי'ן אז די אראבער זענען געווען פרידלעך. און פון די היסטאריע זעט מען אויך אזוי אז אלע פאגראמען זענען געווען בעיקר אין איירופע, די הלכה איז בידוע אז [נאר] "עשו" שונא ליעקב, די אראבער זענען געווען פרידליך אלע דורות. ווער האט דאס געמאכט אז זיי זענען פיינטליך יעצט? די ציונים ארורים! מיר ווייסן דאך הבא להרגך השכם להרגו, די אראבער זענען געזיצן דארט עלעף הונדערטער יארן, (און מיר זענען דארט געווען אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצינו), קומען יעצט בכח ובזרוע און ווארפן זיי ארויס, הרג'ענען, צובאמבען, צובוטשערן זיי, עד היום הזה אין לבנון, מיט די עראפלאנען וואס זיי האבן פון אמעריקע, מעקן זיי אויס גאנצע דערפער.
זאל מען וויסן ווער די רוצחים זענען, זיי -די ציונים- זענען די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט פארמאגט, זיי האבן זיך אנגעטשעפעט אויפן כלל ישראל און לאזן נישט לעבן ברוחניות און נישט בגשמיות.
זאל שוין יעדער מתפלל זיין, אז השם ירחם עלינו!
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג יולי 17, 2011 4:22 am

די מעשה ווי אזוי ר' אהרן פישער ז"ל טאטע פון ר' ישראל יעקב ז"ל הראב"ד האט געראטעוועט מאה שערים, (גענומען פון די ליכטיגע היים)

פרייטאג, דער אראבישער וועכנטליכער רו-טאג. די אראבער פון אראבישן קווארטל אין אלט-שטאט ירושלים האבן זיך ארויסגעלאזט פונעם מעטשעט העכער'ן הר הבית, אויפ'ן וועג צוריק פון זייערע צערעמאניעס, נאכדעם וואס דער שעיך האט זיי אנגעהעצט אין זיין רעדע קעגן די אידן. ער האט געפאדערט נקמה אין די אידן, וועלכע ווילן פארכאפן די מאכט אויף ארץ ישראל אויפ'ן חשבון פון די אראבער, און גערופן צו פארקלענערן די אידישע אנוועזנהייט, ספעציעל אין די נייע שטחים. עס איז געווען קלאר אז אצינד צילט ער דירעקט די נייע געגנטן.
מיט צעהיצטע געמיטער האבן זיך טויזנטער אראבער א לאז געטון אין דער ריכטונג אינדרויסן פון דער חומה. די אידן פון אלט-שטאט האבן זיך פאר שרעק באהאלטן אין זייערע הייזער הינטער פארמאכטע לאדנס. בלויז געציילטע דרייסטע אידן האבן זיך געוואגט שטילערהייט זיך ארויסצושלייכן פון דער חומה דורך אן אנדער טויער און שנעל געלאפן צו מאה שערים, ווארענען די איינוואוינער, זיי זאלן זיין געראכטן אויף דער געפאר וואס דראט זיי.
א שרעק איז געפאלן אויף מאה שערים. די געשעפטן זענען אין איילעניש פארמאכט געווארן. די שטיבלעך פון "ישועות יעקב" שול זענען פול געווארן מיט מתפללים אין דעם אומאפיציעלן יום תפילה. די הייזער זענען פארזיגלט געווארן מיט ריגלען און שלעסער, און קיין לעבעדיג נפש האט זיך נישט אנגעזען אין גאס.
עס איז אבער געווען קלאר אז מען דארף מיט עפעס שטארקער באקעמפן די אנפאלער. עס זענען שוין לאנג אריבער די צייטן ווען די אויסערגעווענליכע מאכט פונעם גרינדער, ר' יוסף ריבלין, איז געווען בכח צו פארטרייבן אראבער בלויז מיט'ן בלאזן פונעם שופר. אויך איז עס שוין געווען א לאנגע צייט וואס מאה שערים איז נישט געווען פארמאכט ווי א חומה מיט הערמאטישע טויערן וואס זענען מעגליך געווען צו פארשליסן, נאר געווען אפן פון אלע זייטן מיט גאסן צו די ארומיגע געגנטן. די איינוואוינער זענען געווען פארצווייפלט. וואס טוט מען?
פון די הייזער האבן זיך דערטראגן די שטימעס פון הארציגע תהילים-מעלאדיעס פון די מאה-שערימ'דיגע קינדערלעך, באגלייט מיט'ן געוויין פון די תחינות פון ערליכע ירושלימ'ער אידענעס, ווען דריי שאטנס האבן זיך שטיל ארויסגעשלייכט פון די מאה שערים געסעלעך. אין דער שטילקייט אויף דער גאס האט זיך נישט אנגעזען קיין זכר פון די הכנות צום אנקומענדן שבת. די שאטנס האבן שנעל געשפאנט די עטליכע הונדערט מעטער ארויס פון שטעטל. זיי האבן זיך געשטעלט ביי דער גרעניץ, דארט וואו די שבטי ישראל גאס קומט זיך היינט צוזאמען מיט דער הנביאים גאס. (דאס איז, אגב, דער ווינקל וואס איז אזוי נאענט צום פונקט וואו שבטי ישראל קומט זיך צוזאמען מיט מאה שערים; דער צענטער אויך פון די היינטיגע מחאות.)
דארט האט זיך אנטפלעקט פאר זיי אן אויסטערליש-שרעקליך בילד: טויזנטער, טויזנטער אראבער האבן זיך אנגעזען פונדערווייטנס. וואס א מינוט שפעטער איז די מענטשן-מאסע געקומען נענטער. זיי האבן זיך שנעל דערנענטערט פון דער ריכטונג פונעם יפו-טויער, און אצינד מארשירט לענגאויס דער שבטי ישראל גאס. אט האבן זיך שוין געזען די אויסגעשטרעקטע העק און אייזנס - די דעמאלטיגע פרימיטיווע געווער-מיטלען - ווען עס דערטראגן זיך די קולות: "איטבאך אל יאהוד! איטבאך אל יאהוד! (אויסשעכטן די אידן)".
עס איז זיי אדורך א סקרוך אין די ביינער נאר פון זען דאס. זיי האבן זיך באהאלטן אינעם ווינקל, פארשטעקט אונטער א בוים.
הרה"ג ר' אהרן פישער האט ער געהייסן - איינער פון די יונגעלייט - ער איז געווען א אימיגראנט פון ראמעניע, ער האט מיט יארן פריער געדינט געצוואונגענערהייט אינעם ראמענישן מיליטער. דארט אין ראמענישן מיליטער האט ער זיך געמוזט לערנען צו שיסן מיט א רעוואלווער, און ווען ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער עס מיט זיך מיטגענומען כל צרה שלא תבא. אצינד האט ער עס ארויסגענומען פון די באהעלטעניש וואו עס איז ביז היינט געלעגן אן עס צו געברויכן ביז היינט, ארויסגייענדיג פון מאה שערים מיט אזא מורא'דיגע מסירות נפש.
ר' אהרן האט פארמאגט א ספעציעלן חוש אין צילן, ער איז געווען ממש א שארף צילער. אצינד האט ער זיך איינגעשטעלט דעם לעבן מיט דרייסטקייט צו פרובירן ניצן דעם חוש אויף צו ראטעווען זיך און אלע זיינע שכנים.
דער צעהיצטער המון אראבער האט זיך שוין אנגעזען גאנץ נאענט, און יעצט האט מען שוין דערקענט, ווי אין שפיץ פון זייער מחנה גייט דער שעיך מיט א אויסגעשטרעקטער האק, ווי א גענעראל פירנדיג הינטער זיך די מחנה פון אראבער.
ר' אהרן האט טיילווייז פארדעקט איין אויג, ווען זיין גאנצער קערפער איז פארשטעלט פון דעם ברייט-פארצווייגטן בוים, בלויז זיין האנט פלאך האט ארויסגעשטעקט ווען צווישן די פינגער ליגט דער שיסער, ער האט ארויסגעבליקט פון צווישן די צווייגן און זיך געגרייט צוזאמען מיט דעם וואס זיינע ליפן האבן געשעפטשעט א הייסע תפילה צום באשעפער און דאן האט ער ארויסגעשאסן איין איינציגע קויל ווען ער רעכנט אויס פונקטליך וואו ער וויל עס זאל דערגרייכן.
און עס האט געצילט פונקט צום פינטל, אזוי ווי דער שעיך האט די גאנצע צייט געהאלטן אין איין שרייען רציחה-לאזונגען קעגן די אידן, איז זיין מויל געווען נאכאנאנד אפן, אט דאס האט ר' אהרן אויסגערעכנט אויסצוניצן די געלעגענהייט אז דער איינער קויל זאל דערגרייכן זיין ציל גענוג פאטאל, נאך איידער זיי וועלן אניאגן צו רעאגירן, עס זאל דעם שעיך אינגאנצן אומשעדליך מאכן: דער קויל האט געטראפן זיין וועג גראד אין דעם אפענעם מויל פון דעם הויפט. וואס איז פארוואונדעט געווארן, א שטראם בלוט האט זיך געגאסן פון זיין מויל און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד מאכטלאז.
די אראבער האבן געוואלט צולויפן צו אים, אים געבן הילף, אבער דאן האט זיך געהערט א געשריי פון דער מחנה: באלד וועלן די אידן אנפאלן אויף אונז און שיסן, זיי וועלן אונז אלע אויס'הרג'ענען! א שרעק איז באפאלן די אראבער און זיי האבן אנגעהויבן זיך צוריקציען, און אין גרויס איילעניש צעטראטן איינער דעם צווייטן, פיל פון זיי זענען פארוואונדעט געווארן און ביז א קורצע צייט איז נישט געבליבן קיין זכר פון די גאנצע מחנה.
דארט אין ווינקל אין זייער באהעלטעניש, זענען נאך אלץ געזעסן די צוויי יונגעלייט צוזאמענגעפרעסט, פון זייער באהעלטעניש האבן זיי קלאר געזען די אויסטערלישע געשעעניש, זיי האבן נאר געווארט ביז עס איז זיכער אז די סכנה איז בעזר ה' פארביי און ווען אויף די גאנצע לענג פון שבטי ישראל גאס האט זיך אראפגעלאזט א טאָטאַלע שטילקייט, זענען זיי לאנגזאם ארויסגעקראכן פון אונטער'ן בוים.
זיי זענען שנעל געלאפן צוריק צו מאה שערים, ר' אהרן פישער האט זיך שטילערהייט אריינגעשלייכט אין זיין הויז ווי גלייך ער וואלט אין ערגעץ נישט געווען. ער האט נישט געפונען פאר וויכטיג עמיצן צו אינפארמירן וואס ער האט יעצט געטאן, אפילו נישט פאר זיינע גאר נאנטע פאמיליע מיטגלידער. ברוך ה' די סכנה איז אינגאנצן פארביי, דאס איז דער עיקר.
יעצט האט מען אין מאה שערים געקענט פריי אפאטעמען, עס האט נאך געדויערט א וויילע ביז מען האט זיך אפגעכאפט פון דעם גרויסן שרעק און אין א קורצער צייט ארום איז מאה שערים צוריק אויפגעלעבט געווארן, די געשעפטן האבן זיך צוריק געעפנט, יעדער האט ווייטער געקויפט און דאס געווענליכע גערודער פון די הכנות צום שבת קודש האט ווידער פארפולט די לופט.
מען וואלט נאך ביז היינט נישט געוואוסט ווער עס האט מיט אזא העראאישן טאט געראטעוועט דעם גאנצן ישוב פון מאה שערים, ווען נישט וואס מיט פיל יארן שפעטער איז ר' אהרן'ס זון: מרן ראב"ד העדה החרדית רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל, געקומען אויף א באזוך צו א געוויסן דאקטער און יענער האט אים געפרעגט אויב ער איז א זון פון ר' אהרן פישער ז"ל און ווען דער ראב"ד זצ"ל האט אים געענטפערט אז יא, האט ער אים אויסגעזאגט אז ער איז געווען צוזאמען מיט זיין טאטן, דעמאלט ווען ער האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן צו ראטעווען די מאה שערים'דיגע אידן פון א גרויזאמער פאגראם.
ערשט דעמאלט'ס האט מען זיך דערוואוסט דורך וועמען און ווי אזוי עס איז געקומען אויף מאה שערים אט דער גרויסער נס.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יולי 17, 2011 4:32 am

די מעשה מיט ר' אהרן פישער איז אמת, און דאס אז דער איש על החומה איז פארפירעריש איז אויך אמת.

נאכן ליינען דעם איש על העדה און אזוי אויך בדור תהפוכות פון ש.ז. זוננפלד, קען זיך דוכטן אז ר' יוסף חיים איז געווען א דרייפערטל ציוני, נאר ער האט זיך פשוט נישט עפעס אזוי גוט פארשטאנען מיטן קוק'ן. עפעס אזוי ווי די אמאליגע מחלוקת צווישן צדיקים, איז דא אויך געווען א מחלוקת צווישן ר' יוסף חיים און דעם קוק...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

ווייצענער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2011 3:05 am

Gevaldige Photo from Yerishulayim Tarpa"t

תגובהדורך ווייצענער » פרייטאג יולי 22, 2011 12:02 am

(Sorry I can't type in yiddish right now, ve'itchem haslicheh. If a mod can translate that would be good.)

Photo caption:The 1929 riots, August 23 to 31. Jewish families fleeing from the Old City with bag and baggage at Jaffa Gate, Jerusalem

בילד

You can download and magnify.


1.
On the left, next to a lady is a man with a platchige biberhit, holding what seems to be a baby in his arms. He also is wearing white pants. Was that common at the time?

2.
On the right, on the sidewalk, is a man wearing a hoieche biberhit, with shvartze zocken. Was the hoieche biberhit as uncommon as I think? Maybe he's a Lelover...

3.
The young girl in the middle, holding the child. He skirt length would not be acceptable in a chassidishe girls school today, I think.

Chitz fin dem, a gitten, I am new here.
לעצט פאראכטן דורך ווייצענער אום פרייטאג יולי 22, 2011 12:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג יולי 22, 2011 12:05 am

sulom alichaim...

the photo did not show up with the post, please attach it again.

thank you

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג יולי 22, 2011 12:17 am

שלום עליכם, דא איז עס עטעטשד
צוגעלייגטע
2najlfs.jpg
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג יולי 22, 2011 1:42 am

זייער אן אינטערעסאנט בילד, א גרויסן שקויעח ערעב ווייצענער, און שלום עליכם ענד איי האופ דעט יו וויל סטעי וויט אס פאר דע לאנג ראן, ענד איי אלסאו האופ דעטה יו וויל פיינד עי וועי טו רייט ידדיש וויטה ידדיש לעטטערס.

ברוכים הבאים
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 22, 2011 5:55 am

ווען איך האב אהנגעהויבען שרייבען אויף ענגליש
האט מיר איינער צוגעשטעלט צו אנ אשכול ווי אזוי מ'קען באקומען אידישע אותיות אויף ווינדאוס
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

חותמו אמת

תגובהדורך חותמו אמת » מיטוואך יולי 18, 2012 6:11 am

ב"ה

לגבי דברי הגר"ב קפלן זצ"ל, רבני ישיבת חברון מאותה תקופה כמרנן הגאונים רמ"מ אפשטיין, רי"ל חסמן ור"י סרנא (הוא זה שנשלח לבחור מקום מתאים בירושלים להעברת הישיבה מחברון), לא התייחסו להתפתחות העניינים כך, ובמצב כזה כמובן שדעתו הייתה דעת יחיד בין בוגרי הישיבה.

רק האנטי ציוניים הקיצוניים ביותר ראו את הדברים כך.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 18, 2012 7:07 am

תשמע!
הרב קפלן מעיד שרמ"מ כן התייחס כך לענינים
שהציונים החילונים באו וביערו אש בחברון
והוא היה בשעת מעשה
ואתה בא לכאן ואומר לנו שלא כן היה
אלא שהרמ"מ והרי"ל והרי"ס היו ציונים....
וכבר מילתי אמורה שיש לך אגענדא
אבל לא יועיל לך אצלנו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

חותמו אמת

תגובהדורך חותמו אמת » מיטוואך יולי 18, 2012 12:34 pm

msp האט געשריבן:תשמע!
הרב קפלן מעיד שרמ"מ כן התייחס כך לענינים
שהציונים החילונים באו וביערו אש בחברון
והוא היה בשעת מעשה
ואתה בא לכאן ואומר לנו שלא כן היה
אלא שהרמ"מ והרי"ל והרי"ס היו ציונים....
וכבר מילתי אמורה שיש לך אגענדא
אבל לא יועיל לך אצלנו

אין לי האג'נדה שאתה מייחס לי, ואיני מנסה לשכנע אתכם שהשקפתכם שגויה כלל ולא זה העניין, וכן איני חושב כלל שהרב חסמן היה ציוני ולגבי הרב אפשטיין והרב סרנא איני יודע השקפתם, אלא מטרתי להעמיד דברים על דיוקם:
הרב קפלן היה מהקנאים שזלזלו ברב הראשי המוזכר כאן, וכקנאי כזה התייחס לדברים איך שהתייחס, אך רבני ישיבת חברון וכלל בוגריה, שהרב קפלן ייצג מיעוט שבמיעוט מהם, התייחסו בכבוד רב ביותר לרב הראשי המוזכר כאן, וכך כלל הגדולים החרדיים, אף שהתנגדו לדעותיו.
לגבי מרנן הגאונים הרבנים חסמן, אפשטיין וסרנא, זצוק"ל, ככלל גדולי ישראל (למעט הקנאים הקיצוניים ביותר), הם התייחסו בכבוד גדול לרב הראשי הנ"ל, ללא קשר מהי השקפתם.
לגבי הרב חסמן, בחייו של הרב הראשי המוזכר הוא נזף בו על דעותיו גם בפני אחרים, אך השתתף בלוויתו ואמר לפני הקבורה שעכשיו קוברים ראש השקול כנגד כל הראשים כאן.
אוסיף כאן את אחד מחשובי בוגריה של ישיבת חברון, מרן הגר"י הוטנר (ה"פחד יצחק") זצ"ל שלמרות התנגדותו לציונות ראה עצמו כתלמיד מובהק לרב הראשי הנ"ל ואף תמך במכלול משנתו (ללא התמיכה ברעיון הציוני) וראה בה "תורת כנסת ישראל".
דעתו הקנאית הקיצונית של הרב קפלן (אני מדבר באופן כללי לאו דווקא לגבי מקרה זה), לא ייצגה לא את דעתם של רבני הישיבה ולא את דעת בוגריה.

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » מיטוואך יולי 18, 2012 12:38 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:דברי הגה"צ ר' ברוך קאפלאן זצ"ל
און פון די היסטאריע זעט מען אויך אזוי אז אלע פאגראמען זענען געווען בעיקר אין איירופע, די הלכה איז בידוע אז [נאר] "עשו" שונא ליעקב, די אראבער זענען געווען פרידליך אלע דורות.


איז טאקע עשו דוקא?

ראה ספרי דברים פיסקא לח:
"רבי שמעון בן יוחי אומר... ובורות חצובים אשר לא חצבת, והלא בידוע שלא חצבת, שעכשו באת לארץ, כרמים וזיתים אשר לא נטעת, והלא בידוע שלא נטעת, שעכשו באת לארץ, מה תלמוד לומר מלאת, חבצת, נטעת, זכותך היא שגרמה".
און פון דעם איז שפעטער געווארן אריינגעלייגט אין די גירסא פון רש"י פון והל' צו =והלכה,

ולמטבע הלשון "עשו שונא", ראה מקבילה בפסיקתא דרב כהנא (מנדלבוים) פיסקא טז - נחמו:
"מי יתנך כאח לי יונק (שה"ש ח: א), כאי זה אח? כקין להבל, קין הרג את הבל. כישמעאל ליצחק, ישמעאל שונא ליצחק. כעשו ליעקב, עשו שונא ליעקב. כאחי יוסף ליוסף, אחי יוסף שונאים ליוסף. אלא כיוסף לאחיו, את מוצא אחר כל הרעות שעשו לו מה כת' ביה, ועתה אל תיראו אנכי אכלכל אתכם ואת טפכם וינחם אותם וידבר על לבם".

בילקוט שמעוני שבני ישמעאל הם ה"אויבים", כדברי חז"ל: "עליו אלו בני ישמעאל שעליהם בן דוד יצמח שנאמר (תהלים קלב, יח) אויביו אלביש בשת ועליו יציץ נזרו". ובפירוש רש"י בפרשת וישלח הובאו דברי חז"ל "רבי שמעון בן יוחאי אומר הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב".
מדברי חז"ל עולה כי אוייבינו הם בני ישמעאל, ואילו שונאינו הם בני עשו [אדום].
תוספת נפלאה בביאור הדברים, כתב רבנו בחיי בפירושו על התורה "אויביך, ישמעאל. שונאיך, עשו. והן שתי האומות שאנחנו משועבדים תחתיהם ומפוזרים ביניהם... ומה שהזכיר 'אויביך' על ישמעאל ו'שונאיך' על עשו, מפני שה'אויב' גדול מן ה'שונא', כי השונא אע"פ שיריע לו יעשה על דרך הרחמנות, אבל האויב הוא שבלבו איבה עולמית, לא ישים לו רחמים, על זקן יכביד עולו מאד, וזה מסוד הלשון ודקדוקו, כי 'אויב' הוא מלשון אבוי, ואותיותיהם שוות, ועל שם שהנופל בידו צועק אוי ואבוי. ומפני שבני ישמעאל קשים לישראל יותר מבני עשו, לכן קראן הכתוב 'אויביך', וכן אמרו תחת אדום ולא תחת ישמעאל" באריכות


שויתי'ניק האט געשריבן:האבן מיר געוואוינט אין א דירה געדונגען ביי א יוד, וואס ער האט געהאט געדונגען א גאנצן אפארטמענט ביי אן אראבער



און ווילאנג מצאלט רענט פאר זיי און מגעט זיי באקשיש זענען זיי גוטע 'פריינט', און טאקע דערפאר ווען מהאט אנגעהויבן בויען אינדרויסן פון די חומות ירושלים און די הימל שרייענדע רענט פון די אלט שטאט האט אנגעהויבן צו פאלן, האבן זיי געהרג'ט און געפיינגט די אידן פון די נייע "מאה שערים" "מאנטיפיורי" "שערי חסד" געגנטער, ביז די גווארדיעס האבן געטוהן וואס מ'האט געדארפט און היינט וואוינען דארט אלע אונזערע שלומי אמוני ישראל מהגווארדיע.

זעה אגרות משה (שו"ת אגרות משה חושן משפט חלק ב סימן עז):
"והרבה חששו חכמים לחשש איבה והקלו כמה דברים בשביל זה...כי צריך לידע שהשנאה לישראל מכל האומות היא גדולה גם ממלכיות שנוהגין בטובה, וכבר אמרתי על הלשון שהביא רש"י בפי' החומש פ' וישלח (ל"ג, ד') על קרא דוישקהו ארשב"י הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב דמה שייך זה להלכה, דהוא כמו שהלכה לא משתנית כך שנאת עשו ליעקב לא משתנית דאף אלו שנוהגות באופן טוב שנאתן גדולה בעצם שלכן ח"ו להתגרות בהם ולגרום איבה".

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:01 pm

עפ"ב ההמסד"ק.

Capture-5.JPG


Capture-6.JPG

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21724
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:27 pm

צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (307.98 KiB) געזעהן 1338 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

פרעות חברון תרפ"ט

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:15 pm

היינט איז די יארצייט פון די עפענוג פון די שוידערליכע סעריע מערדעליכע פראגראמען וואס די אראבער האבן אפגעראכטן אויף די תושבי ארץ הקודש הי"ד
די רציחות זענען אנגעגאנגען אין אפאר שטעט פאר אפאר טאג
די גרעסטע רציחות זענען פארגעקומען אין די עיר האבות חברון וואס האט געברענגט צו די טאטאלע ענדע צו די ישוב הישן אין שטאט
איך בין נישט קיין פליסיגער שרייבער אבער אויב איינער קען באשרייבן די ביטערע געשיכטע מיט איינצעלהייטן וואלט עס געווען א ריכטיגע זאך
א פלא אז די אלע אויסגאבעס אויף אידיש האבן דאס אינגאנצן איגנארירט
ווייל איך געדענק אז דער אידישער ליכט האט עס יא באשריבן מיט א 20 יאר צוריק

השם ינקום דמם
צוגעלייגטע
hebron.jpg
hebron.jpg (53.79 KiB) געזעהן 399 מאל
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 11:51 pm

פונקט אפיר גענומען אן אלטע "עתיקות", חלק ב', דארט איז דא א גאנצע רייע פון בריוון פון די גבאים אין בעלזא קיין ארץ ישראל בנוגע אתרוגים. מוצאי יום כיפור פון יאר תר"צ שרייבט די גבאי א בריוו קיין ארץ ישראל, דארט דערמאנט די גבאי איבער די פרעות, שרייבט ער:
"גם להודיעני מה נשמע אצליכם, אם כבר נשקוט הדבר בטוב, וממי הי' השערוריה הגדולה הלזו מי הי' הגורם לזה, אם לא אחב"י הרוצים להיות חפשי כנודע"


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט