וואס טוה איך תשעה באב?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:50 pm

השם יעזור אז נעקטעס יאר זאל שוין די אלע ת"ב אשכולות נישט זיין מער אקטועל!

און דאס זאל זיין די לעצטע תגובה אין דעם אשכול

בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

איך זוך א טרויעריגע ביך פאר תשעה באב

תגובהדורך לייבל שטילער » מיטוואך יולי 26, 2017 5:11 pm

קומט שוין אן דעם טרויריגסטע טאג פון יאר תשעה באב.
    הלכה פסוקה אין שו"ע אז אסור להסיח דעת מאבילות, אשר ע"כ גיי מיר נישט שרייבן אויף אייוועלט! נו, וואס גיי מיר יא טוען?
      איז וויל מיר ליינען א טרויריגן ביך פונעם צווייטען וועלט קריג - אבער עפעס וואס גייט ברענגען טרערן- איז ווער קען ארויסהעלפן? {מעג זיין אויך העברעאיש אדער בדיעבד אויך ענגליש}
      סייג לחכמה שתיקה....

      אוועטאר
      דונש
      שר האלף
      תגובות: 1470
      זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
      לאקאציע: שבתדיגע זמירות

      תגובהדורך דונש » מיטוואך יולי 26, 2017 5:33 pm

      עפן אויף א מדרש רבה איכה די פתיחתא און לערן דורך די גאנצע מהחל ועד כלה, איך גלייב נישט אז דו וועסט בלייבן מיט טרוקענע אויגן

      פון די צווייטער וועלט קריג איז דא אסאך, ס'איז דא למשל פון ר' שלמה זלמן לערער ע"ה וועגן צאנז, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געליינט, אבער איך הער אז ס'איז זייער שרעקעדיג און טרויעריג
      זוכט איר דוי?

      לייבל שטילער
      שר מאה
      תגובות: 238
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

      תגובהדורך לייבל שטילער » מיטוואך יולי 26, 2017 5:34 pm

      וואס איז די נאמען פונעם בוך?
      סייג לחכמה שתיקה....

      אוועטאר
      נאטורליך
      שר חמש מאות
      תגובות: 947
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
      פארבינד זיך:

      תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך יולי 26, 2017 5:35 pm


      זבחי צדק
      שר האלף
      תגובות: 1345
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

      תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יולי 26, 2017 5:42 pm

      לייען דעם בוך: 'דאס קול פון בלוט' פון משה אריה שטערן [אוצר החכמה]
      ס'וועט דיר ווארפן אלע גלידער...
      ווארנונג: דו וועסט נישט קענען שלאפן אפאר נעכט נאך תשעה באב....

      https://drive.google.com/open?id=0B_FP7 ... XgteS1iMmc

      מי יודע
      שר ששת אלפים
      תגובות: 6308
      זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

      תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יולי 26, 2017 8:16 pm

      זבחי צדק האט געשריבן:לייען דעם בוך: 'דאס קול פון בלוט' פון משה אריה שטערן [אוצר החכמה]
      ס'וועט דיר ווארפן אלע גלידער...
      ווארנונג: דו וועסט נישט קענען שלאפן אפאר נעכט נאך תשעה באב....

      https://drive.google.com/open?id=0B_FP7 ... XgteS1iMmc

      ווער איז דער משה אריה שטערן? איך זע ער האט געוואוינט אויף 152 ראדני סט.
      אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

      אוועטאר
      בערל קראקאווער
      שר האלף
      תגובות: 1053
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
      לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

      תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 2:02 pm

      ראש הקהל
      הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
      בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

      ארך אפים
      שר מאה
      תגובות: 222
      זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

      תגובהדורך ארך אפים » דאנארשטאג יולי 27, 2017 2:36 pm

      אויב איינער קען מזכה זיין מיט ווידיאו'ס פונעם צווייטן וועלט קריג וואלטן מיר דאנקבאר געווען

      נ.ב. נישט שוינען קיין שוואכע הערצער. אהער אפי' מיט די ארגסטע, אויף דעם האבן מיר ט"ב צו טרויערן על חורבן עם ישראל

      לייבל שטילער
      שר מאה
      תגובות: 238
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

      תגובהדורך לייבל שטילער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:01 pm

      ארך אפים האט געשריבן:אויב איינער קען מזכה זיין מיט ווידיאו'ס פונעם צווייטן וועלט קריג וואלטן מיר דאנקבאר געווען
      סייג לחכמה שתיקה....

      אוועטאר
      מקווה איד
      שר האלפיים
      תגובות: 2122
      זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
      לאקאציע: Next door

      תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:08 pm

      גראדע על פי הלכה פון חצות איז אלעס די זעלבע דינים אזווי אלע אנדערע תעניתים און מען מעג ליינען אלעס אפילו אייועלט, און קינות געדוירט דאך סייוי ביז חצות+
      אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

      אוועטאר
      farshlufen
      שר עשרים אלפים
      תגובות: 21711
      זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
      לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

      תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:10 pm

      אזוי פסק'נט ווער?

      ניין מ'טאר נישט מסיח דעת פון אבילות ביז ביינאכט.
      סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

      יענקל פאטאש
      שר האלף
      תגובות: 1094
      זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

      תגובהדורך יענקל פאטאש » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:20 pm


      פ' לך לך
      שר חמש מאות
      תגובות: 954
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

      תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג יולי 27, 2017 3:21 pm

      מען מעגן אלעס לייענען נאר מען דארף מפסיק זיין יעדע 10-15 מינוט צו טראכטן פונעם חורבן, אדער אנצינדן א דרשה פון חורבן וכדו' וואס זאל שפילן די גאנצע צייט

      לייבל שטילער
      שר מאה
      תגובות: 238
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

      תגובהדורך לייבל שטילער » דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:11 pm

      מקורות בבקשה.
      סייג לחכמה שתיקה....

      אוועטאר
      מונאוויטש
      שר האלפיים
      תגובות: 2009
      זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
      פארבינד זיך:

      תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 4:22 pm

      איך ציטיר וואס בערל קראקאווער האט געשריבן אין א צווייטע אשכול.
      בערל קראקאווער האט געשריבן:גראז און ביימער איך פארשטיי נישט וויאזוי איר קאנט דארט וואקסן אזוי גרין און שיין?

      איך האב דעם תשעה באב תשע''ז יום לידת בן דוד אדורך געלעזט דעם קונטרס 'עין דמעה' פון רבי יהושע גרינוואלד, רב אין חוסט פארן קריג, און 'דאס קול פון בלוט' פון ר' משה ארי' שטערן אויך אן איבערלעבער פון חוסט.

      אוי וויי, געוואלד און געשריגן, איך האב שוין געליינט מער ווי איין בוך איבער דעם שוידערליכן בלוט באד, וואס די פארשאלטענע דייטשער פאלק האט געטוהן צו אונזער פאלק, אבער דא האב איך געליינט זאכן פון וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף קאפויער, וואס די א. ג. ריינע ראסע, די בעסערע שעינע מענטשן האבן געטוהן צו אונזערע עלטערן.

      השם ינקום דמם ונקם ישיב לצריו.

      איך האב אויך אדורכגעלערנט ביידע קונטרסים במשך די לאנגן ט' באב שעות. די מח און געוויסן ווערן ממש ווי פארפרוירן ווען מען ליינט די שוידערליכע עינויים בגוף ובנפש וואס די העפטלינגען זענען אדורכגעגאנגען אין די פארשאלטענע אשמדאי צענטערן. אונזערע געפילן ווערן צושטורעמט ווען עס פאסירט אן אומגליק במחנינו ה"י; דארט אין דעם גיהנם התחתון האבן אונזערע עלטערן מיטגעהאלטן די גרויליגסטע אקטן פון סאדיזם און רציחה יעדע מינוט און יעדע שעה!

      די הארץ צוגייט ווען רבי משה ארי' שילדערט וויאזוי ער האט זיך געטראפן מיט זיין פרוי אין קאנצענטראציע לאגער; זי האט אויסגעקוקט אזוי שלעכט אז ער האט איר קוים געקענט דערקענען. "פאר א ווייל זענען מיר אזוי געשטאנען און קיין ווארט ניט געקענט ארויסריידן. "וואס איז געשעהן צו אונזערע קינדער?""

      איי, די ווענט וויינען ווען אין די ענדע ער באקלאגט זיינע 5 שעפעלעך וועס זענען דערמארדערט געווארן אין די גאז קאמערן דורך די שדים.

      מען ליינט די אלע שוידערליכן שואה מעמוארן און עס שטוינט וויאזוי די פארפייניגטע אידן האבן ווייטער געקענט אנגיין מיט זייער לעבן, ווער רעדט נאך צו פארציילן די איבערלעבענישן אויפן פאפיר. עס מוז זיין אז פון הימל האט מען זיי געגעבן איבערמענטשליכע כוחות צו באהערשן די געפילן, נעמען די פעדער אין די האנט און איבערגעבן פאר די וועלט וואס די פארשאלטענע פאלק האט געטאהן צום עם הנבחר.

      הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו!

      מי יודע האט געשריבן:
      זבחי צדק האט געשריבן:לייען דעם בוך: 'דאס קול פון בלוט' פון משה אריה שטערן [אוצר החכמה]
      ס'וועט דיר ווארפן אלע גלידער...
      ווארנונג: דו וועסט נישט קענען שלאפן אפאר נעכט נאך תשעה באב....

      https://drive.google.com/open?id=0B_FP7 ... XgteS1iMmc

      ווער איז דער משה אריה שטערן? איך זע ער האט געוואוינט אויף 152 ראדני סט.

      ר' משה ארי' שטערן ע"ה איז געווען אן אייניקל פון רבי יושע קראלער ז"ל:
      רבי משה ארי' שטערן
      בן רבי שלמה
      בן רבי דוד
      בן רבי ישעי'
      חתן רבי יושע ז"ל

      די פרוי פון ר' משה ארי', מרת פערל לאה ע"ה בת רבי אברהם ווייס הי"ד, אויך פון חוסט, איז געווען זיין פלימעניקע. איר מוטער מרת רבקה הי"ד איז געוועהן זיין עלטערע שוועסטער. (חותנו/גיסו רבי אברהם היה בן רבי יעקב צבי ז"ל אב"ד סאבאסלוי.)

      ר' משה ארי'ס עלטערן, געשוויסטער, פעטערס און מומעס זענען כמעט אלע אומגעקומען עקד"ה, אזוי ברענגט ער און זיין קונטרס. בלויז געציילטע אייניקלעך פון די משפחה האבן איבערגעלעבט. איין פלימעניק איז געווען הישיש רבי יודא (יודל) שטערן ע"ה (בן רבי ישעי' זאב הי"ד) מק"ק סאטמאר בארא פארק, וואס איז נפטר געווארן א יאר-צוויי צוריק. רבי יודל ער געווען א תלמוד חכם ויודע ספר און פארגעלערנט שיעורים. אויך האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיין פזרנות פאר צדקה. ער מיט זיין פרוי ליידער לא השאירו זש"ק. יהא זכרם ברוך.

      רבי משה ארי' ע"ה איז נפטר געווארן בשנת תש"מ. מרס שטערן ע"ה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים. נפטרה בש"ט בשנת תשס"ג בירושלים עיה"ק.

      moishe_arye_stern.jpg
      רבי משה ארי' שטערן ע"ה. קרעדיט: Geni.com
      moishe_arye_stern.jpg (90.79 KiB) געזעהן 3369 מאל
      "ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

      מפתח

      מי יודע
      שר ששת אלפים
      תגובות: 6308
      זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

      תגובהדורך מי יודע » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 9:57 am

      מונאוויטש האט געשריבן:איך ציטיר וואס בערל קראקאווער האט געשריבן אין א צווייטע אשכול.
      בערל קראקאווער האט געשריבן:גראז און ביימער איך פארשטיי נישט וויאזוי איר קאנט דארט וואקסן אזוי גרין און שיין?

      איך האב דעם תשעה באב תשע''ז יום לידת בן דוד אדורך געלעזט דעם קונטרס 'עין דמעה' פון רבי יהושע גרינוואלד, רב אין חוסט פארן קריג, און 'דאס קול פון בלוט' פון ר' משה ארי' שטערן אויך אן איבערלעבער פון חוסט.

      אוי וויי, געוואלד און געשריגן, איך האב שוין געליינט מער ווי איין בוך איבער דעם שוידערליכן בלוט באד, וואס די פארשאלטענע דייטשער פאלק האט געטוהן צו אונזער פאלק, אבער דא האב איך געליינט זאכן פון וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף קאפויער, וואס די א. ג. ריינע ראסע, די בעסערע שעינע מענטשן האבן געטוהן צו אונזערע עלטערן.

      השם ינקום דמם ונקם ישיב לצריו.

      איך האב אויך אדורכגעלערנט ביידע קונטרסים במשך די לאנגן ט' באב שעות. די מח און געוויסן ווערן ממש ווי פארפרוירן ווען מען ליינט די שוידערליכע עינויים בגוף ובנפש וואס די העפטלינגען זענען אדורכגעגאנגען אין די פארשאלטענע אשמדאי צענטערן. אונזערע געפילן ווערן צושטורעמט ווען עס פאסירט אן אומגליק במחנינו ה"י; דארט אין דעם גיהנם התחתון האבן אונזערע עלטערן מיטגעהאלטן די גרויליגסטע אקטן פון סאדיזם און רציחה יעדע מינוט און יעדע שעה!

      די הארץ צוגייט ווען רבי משה ארי' שילדערט וויאזוי ער האט זיך געטראפן מיט זיין פרוי אין קאנצענטראציע לאגער; זי האט אויסגעקוקט אזוי שלעכט אז ער האט איר קוים געקענט דערקענען. "פאר א ווייל זענען מיר אזוי געשטאנען און קיין ווארט ניט געקענט ארויסריידן. "וואס איז געשעהן צו אונזערע קינדער?""

      איי, די ווענט וויינען ווען אין די ענדע ער באקלאגט זיינע 5 שעפעלעך וועס זענען דערמארדערט געווארן אין די גאז קאמערן דורך די שדים.

      מען ליינט די אלע שוידערליכן שואה מעמוארן און עס שטוינט וויאזוי די פארפייניגטע אידן האבן ווייטער געקענט אנגיין מיט זייער לעבן, ווער רעדט נאך צו פארציילן די איבערלעבענישן אויפן פאפיר. עס מוז זיין אז פון הימל האט מען זיי געגעבן איבערמענטשליכע כוחות צו באהערשן די געפילן, נעמען די פעדער אין די האנט און איבערגעבן פאר די וועלט וואס די פארשאלטענע פאלק האט געטאהן צום עם הנבחר.

      הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו!

      מי יודע האט געשריבן:
      זבחי צדק האט געשריבן:לייען דעם בוך: 'דאס קול פון בלוט' פון משה אריה שטערן [אוצר החכמה]
      ס'וועט דיר ווארפן אלע גלידער...
      ווארנונג: דו וועסט נישט קענען שלאפן אפאר נעכט נאך תשעה באב....

      https://drive.google.com/open?id=0B_FP7 ... XgteS1iMmc

      ווער איז דער משה אריה שטערן? איך זע ער האט געוואוינט אויף 152 ראדני סט.

      ר' משה ארי' שטערן ע"ה איז געווען אן אייניקל פון רבי יושע קראלער ז"ל:
      רבי משה ארי' שטערן
      בן רבי שלמה
      בן רבי דוד
      בן רבי ישעי'
      חתן רבי יושע ז"ל

      די פרוי פון ר' משה ארי', מרת פערל לאה ע"ה בת רבי אברהם ווייס הי"ד, אויך פון חוסט, איז געווען זיין פלימעניקע. איר מוטער מרת רבקה הי"ד איז געוועהן זיין עלטערע שוועסטער. (חותנו/גיסו רבי אברהם היה בן רבי יעקב צבי ז"ל אב"ד סאבאסלוי.)

      ר' משה ארי'ס עלטערן, געשוויסטער, פעטערס און מומעס זענען כמעט אלע אומגעקומען עקד"ה, אזוי ברענגט ער און זיין קונטרס. בלויז געציילטע אייניקלעך פון די משפחה האבן איבערגעלעבט. איין פלימעניק איז געווען הישיש רבי יודא (יודל) שטערן ע"ה (בן רבי ישעי' זאב הי"ד) מק"ק סאטמאר בארא פארק, וואס איז נפטר געווארן א יאר-צוויי צוריק. רבי יודל ער געווען א תלמוד חכם ויודע ספר און פארגעלערנט שיעורים. אויך האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיין פזרנות פאר צדקה. ער מיט זיין פרוי ליידער לא השאירו זש"ק. יהא זכרם ברוך.

      רבי משה ארי' ע"ה איז נפטר געווארן בשנת תש"מ. מרס שטערן ע"ה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים. נפטרה בש"ט בשנת תשס"ג בירושלים עיה"ק.

      moishe_arye_stern.jpg

      ייש"כ פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע
      האט דער ר' משה ארי' איבערגלאזט דורות?
      כ'האב געליינט דעם ביכל תשעה באב כמעט די גאנצע, דער איז געווען א בחור, זייער אינטערעסאנט
      אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

      אוועטאר
      בערל קראקאווער
      שר האלף
      תגובות: 1053
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
      לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

      תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 11:22 am

      ישר כח הרב מונאוויטש פאר די אינפארמאציע און בכלל פאר זבחי צדק פארן עס אהער שטעלן.

      מיינע געפילן זענען געווען אזוי צושטורעמט משך דעם גאנצן תשעה באב, די איכה מיט די קינות האבן זיך געזאגט גאר אנדערש, ווי אין יעדן ווארט האב איך מיר ממש געזעהן פארשטעלן די שוידערליכע בילדער וואס ר' משה ארי' שטעלט אהער מיט זיין גאלדענע פעדער.

      בכלל איז עס א היסטארישע שטיקל פיל מיט חידושים - ווי ער אליין שרייבט, אז ער האט געהאט צוטריט צו אזעלכע פלעצער למשל שוידערהאפטיגע געביידע אין איינע פון די קרעמאטריום'ס ווי די מענטשן פרעסער די דייטשן ימש''ו האבן געמאכט די ברוטאלע עקספרימענטן אויף אונזערע עלטערן ממש ווי מיט האזן.

      ער ברענגט דארט זאכן וואס מען טרעפט נישט אין רוב ביכער פון איבערלעבער, און אזוי ווי מונאוויטש האט שוין דערמאנט די איבעראשענדע אבער אזוי פיינפולע מאמענט ווי ער האט זיך געטראפן אין גיהנום גופא אין אוישוויץ מיט זיין ווייב, וואס ער האט איר קוים דערקענט דארט און ווי די ליפן אירע האבן געציטערט ווען ער האט געפרעגט די אזוי פיינפולע שאלה ווי זענען אונזערע קינדער??

      אוי וויי, נישט מעגליך איינצוהאלטן די טרערן.....

      און חסדי השם ווי ער מיט זיין ווייב אונאיינעם האבן איבעגעלעבט די פארשאלטענע טויזענט יעריגער רייך, און ער האט פארמאגט די כוחות הנפש זיך אראפ צו זעהן און פארשרייבן פאר די קומענדיגע דורות זיין בלוט פארפלעקטע מגילה מיטן נאמען ''דאס קול פון בלוט''.

      עס איז כדי פאר יעדן איינעם עס אדורך צו לעזן.

      און אז איך שרייב שוין יא, די קונטרס עין דמעה איז אויך א שטיק קינות אויך מיט נורא'דיגע סיפורים,. אוי דער עיקר זאל שוין זיין ונקם ישיב לצריו, אזוי ווי אונז האבן מיר געזאגט אין די קינות מען זאל שוין זעהן ווי מען באצאלט זיי צוריק פאר די פארשאלטענע דייטשן וואס זיי האבן געטוהן צו אונז.


      במהרה דידן אמן.
      ראש הקהל
      הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
      בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

      דריידל
      שר שלשת אלפים
      תגובות: 3623
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

      תגובהדורך דריידל » זונטאג יולי 22, 2018 12:24 am


      בארביקיא
      אנשי שלומינו
      תגובות: 3
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 12:31 am

      תגובהדורך בארביקיא » זונטאג יולי 22, 2018 12:41 am

      קען אפשר איינער ארויפלייגן PDF פון חורבן בית המקדש? צאינה וראינה קלאר געשריבן?

      ממש אזוי
      שר האלף
      תגובות: 1602
      זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

      תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג יולי 22, 2018 1:39 am

      כדי צו ליינען דעם בוך (אין ענגליש) the unfinished diary. עס איז א טאג בוך וואס א יונגע אסטראווצע חסיד א תלמיד חכם און בעל כשרון עצום, ר׳ חיים יצחק וואלגעלערנטער הי״ד, האט געשריבן. ער איז נעבעך אומגעקומען, אבער זיין טאג בוך האט איבערגלעבט. אוי אוי אוי איז דאס הארצרייסענד. איך ליין עס אצינד. עס ברענגט מיר בכיות עצומות. שוידערליכע דעטאלן. זייער טרויעריג.
      דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
      http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

      אסדר לסעודתא
      שר ארבעת האלפים
      תגובות: 4414
      זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

      תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 22, 2018 9:33 am

      כ'מיין אין דער איד איז דא א פארזעצונג דערפון
      אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

      ממש אזוי
      שר האלף
      תגובות: 1602
      זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

      תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג יולי 22, 2018 10:02 am

      יא
      דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
      http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

      אוועטאר
      Goodmorning
      שר האלף
      תגובות: 1737
      זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

      תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יולי 22, 2018 10:45 am

      בערל קראקאווער האט געשריבן:ישר כח הרב מונאוויטש פאר די אינפארמאציע און בכלל פאר זבחי צדק פארן עס אהער שטעלן.

      מיינע געפילן זענען געווען אזוי צושטורעמט משך דעם גאנצן תשעה באב, די איכה מיט די קינות האבן זיך געזאגט גאר אנדערש, ווי אין יעדן ווארט האב איך מיר ממש געזעהן פארשטעלן די שוידערליכע בילדער וואס ר' משה ארי' שטעלט אהער מיט זיין גאלדענע פעדער.

      בכלל איז עס א היסטארישע שטיקל פיל מיט חידושים - ווי ער אליין שרייבט, אז ער האט געהאט צוטריט צו אזעלכע פלעצער למשל שוידערהאפטיגע געביידע אין איינע פון די קרעמאטריום'ס ווי די מענטשן פרעסער די דייטשן ימש''ו האבן געמאכט די ברוטאלע עקספרימענטן אויף אונזערע עלטערן ממש ווי מיט האזן.

      ער ברענגט דארט זאכן וואס מען טרעפט נישט אין רוב ביכער פון איבערלעבער, און אזוי ווי מונאוויטש האט שוין דערמאנט די איבעראשענדע אבער אזוי פיינפולע מאמענט ווי ער האט זיך געטראפן אין גיהנום גופא אין אוישוויץ מיט זיין ווייב, וואס ער האט איר קוים דערקענט דארט און ווי די ליפן אירע האבן געציטערט ווען ער האט געפרעגט די אזוי פיינפולע שאלה ווי זענען אונזערע קינדער??

      אוי וויי, נישט מעגליך איינצוהאלטן די טרערן.....

      און חסדי השם ווי ער מיט זיין ווייב אונאיינעם האבן איבעגעלעבט די פארשאלטענע טויזענט יעריגער רייך, און ער האט פארמאגט די כוחות הנפש זיך אראפ צו זעהן און פארשרייבן פאר די קומענדיגע דורות זיין בלוט פארפלעקטע מגילה מיטן נאמען ''דאס קול פון בלוט''.

      עס איז כדי פאר יעדן איינעם עס אדורך צו לעזן.

      און אז איך שרייב שוין יא, די קונטרס עין דמעה איז אויך א שטיק קינות אויך מיט נורא'דיגע סיפורים,. אוי דער עיקר זאל שוין זיין ונקם ישיב לצריו, אזוי ווי אונז האבן מיר געזאגט אין די קינות מען זאל שוין זעהן ווי מען באצאלט זיי צוריק פאר די פארשאלטענע דייטשן וואס זיי האבן געטוהן צו אונז.


      במהרה דידן אמן.

      איך ליין יעצט דעם קונטרס פון שטערן. ווייסט איינער צו ער האט איבערגעלאזט דורות?
      שויתי ה' לנגדי תמיד

      אוועטאר
      אלי' מקוה יוד
      שר האלף
      תגובות: 1586
      זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

      תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג יולי 22, 2018 1:32 pm

      ממש אזוי האט געשריבן:כדי צו ליינען דעם בוך (אין ענגליש) the unfinished diary. עס איז א טאג בוך וואס א יונגע אסטראווצע חסיד א תלמיד חכם און בעל כשרון עצום, ר׳ חיים יצחק וואלגעלערנטער הי״ד, האט געשריבן. ער איז נעבעך אומגעקומען, אבער זיין טאג בוך האט איבערגלעבט. אוי אוי אוי איז דאס הארצרייסענד. איך ליין עס אצינד. עס ברענגט מיר בכיות עצומות. שוידערליכע דעטאלן. זייער טרויעריג.

      איז עס דא אנליין, אדער נאר צו קויפן?
      קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.


      צוריק צו “זכור ימות עולם”

      ווער איז אונליין

      באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט