וואס טוה איך תשעה באב?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

וואס טוה איך תשעה באב?

תגובהדורך פארשטיי-נישט » מיטוואך יולי 29, 2009 12:50 pm

פון היינט 1 אזייגער ביז מארגן נאכט טאר מען נישט לערנען און אויך טאר מען נישט ארבייטן, און אויך טאר מען נישט סתם אזוי ליינען און פארברענגען, מען דארף זיין דוק און טראכטן פון די חורבן, און מען מעג נאר ליינען זאכן פון די חורבן אדער פון די 2טע וועלט מלחמה אד"ג, זאכן וואס ברענגט צובראכנקייט, און נישט זאכן וואס ברענגט שמחה,

איז מיין שאלה וואס זאל איך נעמען און דורכקוקן די פיל פיל שעות און תשעה באב? וואס איז א אינטערעסאנטע ספר אדער ביכל, וואס רעדט פון די צרות צייטן פון די יודישע קינדער? אויב אייננער האט עפעס א נאמען פון עפעס ביטע ענטפערט מיר ווי פריער,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 29, 2009 1:11 pm

וואס עס פאלט מיר ביי אויף די מינוט:

1) "איש חמודות" תולדות פון ר' מיכאל בער, די קאפיטלען וואס באשרייבן די קריג יארן, אנדערש ווי "מן המצר" איז עס שיין מסודר און גרינג צו ליינען.

2) "דער טאטע הייסט לויפן" פון ר' ישעי' קארנבלי זז"ג, עס איז זייער אריגענעל און מלא חן.

3) "חורבן אונגארן" פון ר' סענדער ז"ל.

4) אויב ביסטו ביי א קאמפיוטער, די יזכור ביכער אויף די ניו יארק פאבליק לייברערי וועבסייט http://www.nypl.org/research/chss/jws/y ... online.cfm.

5) אויב ביסטו מער אין א לערנען גיסטע, "מגלת איכה" מיט וועלכער פירוש די ווילסט, וועסט האבן וואס צו לערנען נישט נאר אויף 1-1/2 טאג נאר אויף א גאנצן חודש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מיטוואך יולי 29, 2009 1:28 pm

גיידיר אריין און קרעטשמע, כאפ א טישל לעבן די עירקאנדישאן (אויב מען האט עס שוין געפיקסט.. גיי ווייס) און פאק דיך אויס דיינע געפילן. ווי געמאלדן איז היכל נגינה פארשפארט תשעה באב, באט די קרעטשמע אליינס איז אפען מיינעך.
ערענסט גערעדט: עס זענען פאראן גענוג ביכלעך פון חרבן, ממש לעצטע יאר האב איך געקויפט א ספר פון עימעצן אייבשיץ, ווי ער נעמט צוזאם ווי אזוי אידן האבן געדינט דעם באשעפער פון לאגער.. א אייזענער ספר. עס איז געמאכט פאר די וואס מיינען זיי האבן שוין אלעס געליינט. איך וועל מוזן נאכקוקן שפעטער דעם נאמען פין די ספר. אויב די קענסט נישט ליינען, דאן זעץ דיך אראפ, טראכט אביסל וואס איז דאס 'טישעבאוו'. כ'מיין.. פאר א סיבה פאסט מען. עס איז נישט סתם א וויקאציע טאג
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

פארשטיי-נישט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 27, 2009 5:11 pm

תגובהדורך פארשטיי-נישט » מיטוואך יולי 29, 2009 2:35 pm

פיין איך האז מיר איצטעט פארשאפט די קינות מן המצר. ארויסגעגעבו דורך הרב יעקב פוקס (א זון פון אברהם פוקס די ארויסגעבער פון קראתי ואין עונה) ס'איז א קינה וואס איז פארפאסט געווארן דורך ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל. און ער טייטשט זייער שיין די גאנצע קינה און אויך האב איך זיך פארשאפט א מן המצר וואס איז איצטעט דא פריש צו באקומין און די געשעפטן און וועלן מיר אי"ה און דעם היי יאר עוסק זיין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אוגוסט 07, 2011 8:18 pm

אספוד בכל שנה ושנה מספד חדש, על הקודש ועל המקדש.

דאס יאר וועל מיר בל"נ פרובירן צו פארציילן פאר די הויז געזונט וואס דאס באדייט גלות אמעריקא, ווען מען בעט ושא נס לקבץ גליותינו און מ'ווייסט וויפל אידן אויך פון גאר שיינע שטובער זענען נעבעך זענען געווארן דא אין די גאלדענע מדינה פארווארפן און פארוואגלט פון א ברעקל תו"מ בעט זיך אביסל אנדערש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוגוסט 07, 2011 8:33 pm

הרב פארשלאפן, אפשר טיילסטו מיט פאר די חברי הקרעטשמע דיינע נאטיצן.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4481
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

חורבן

תגובהדורך dovidal » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 8:08 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:הרב פארשלאפן, אפשר טיילסטו מיט פאר די חברי הקרעטשמע דיינע נאטיצן.

טראכט פון די לעצטיגע פאסירונגען אין גולה און אין ארץ ישראל

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 8:33 pm

אויף קול מבשר איז געמאלדן א פראגראם, פון איינסע מיטאג ביז סוף טאג. האלט מיט, שמעו ותחי נפשכם.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 10:55 pm

הערט אויס א מורא'דיג אינטרעסאנטער שיעור (ענגליש) פון הרב דוד אורלובסקי שליט"א מגדולי המשפיעים בדורנו איבער די נושא פון תשעה באב אינעם היינטיגן דור. שמעו ותחו נפשכם. (ס'איז דא סיי אויף אודיא און סיי אויף ווידיאו).
ווי אויך קען מען הערן אויף יענעם וועבזייטל נאך אסאך גאר אינהאלטסרייכע שיעורים איבער עניני תשעה באב וחורבן הבית.
אט איז דער לינק
הנותן לשכוי בינה...

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוגוסט 09, 2011 10:53 am

אין די היימישע צייטונגען איז געשטאנען איבער מיטהאלטן אויפן טעלעפאן געוואלדיגע שטארקע דרשות מפי הרבנים הגאוה"צ שליט"א בעניני חינוך ופגעי הזמן.

שמעו ותחי נפשכם. א לייכטן תענית.

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:27 pm

רעדנדיג איבערן נושא פון רעדן און געדענקן די מאורעות הנוראים פון די שרעקליכן חורבן פון שנות תרצ''ט-תש''ה האב איך געוואלט פרעגן די חוות דעת פון חבירינו היקרים איבער דאס קוקן קליפס פון די מלחמה

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:38 pm

וואס איז די פראגע?

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:56 pm

צו איז דאס א תועלת צו זעהן מיט די פליישיגע אויגן את אשר עשה לך עמלק און בעסער קענען פארשטיין אדער בעסער געזאגט נישט פארשטיין וואס אונזערע זיידעס און גאנץ כלל ישרא' האבן מיטגעמאכט צו ווי עס פארהאן וואס טענה'ן און היבש מיט רעכט לכאורה אז עס פארטעמפט די מענטשליכע רחמנות געפילן צוזעענדיג אזעלכע שוידערליכע תמונות מזוועות

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

לייינען און הערן תשעה באב

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג יולי 27, 2012 10:46 am

שוין דא אזא אשכול?
ביטע זייטס דא מזכה דעם עולם מיט ליין מאטריאל אדער לינקס צו ווידיא'ס פונעם צווייטן וועלט מלחמה וכדו' וואס איז מותר צו קוקן בתשעה באב.

א דאנק

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » פרייטאג יולי 27, 2012 11:23 am

אפשר קענסטע דא עפעס טרעפן.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דינסטאג יולי 31, 2012 1:11 pm

derech eretz האט געשריבן:שוין דא אזא אשכול?
ביטע זייטס דא מזכה דעם עולם מיט ליין מאטריאל אדער לינקס צו ווידיא'ס פונעם צווייטן וועלט מלחמה וכדו' וואס איז מותר צו קוקן בתשעה באב.

א דאנק

download/file.php?id=39066&mode=view
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21720
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 30, 2014 10:37 am

איז פארהאן עפעס היסטארישע ביכער פון די קריגס צייטן פריש ערשינען דאס יאר?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:49 pm

ארויף

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג אוגוסט 14, 2016 5:00 am

גיוואלדיג האט געשריבן: ......... האב איך געוואלט פרעגן די חוות דעת פון חבירינו היקרים איבער דאס קוקן קליפס פון די מלחמה,

לכאורה פארטעמפט עס די מענטשליכע רחמנות געפילן צוזעענדיג אזעלכע שוידערליכע תמונות מזוועות
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג אוגוסט 14, 2016 7:32 am

farshlufen האט געשריבן:וואס עס פאלט מיר ביי אויף די מינוט:

1) "איש חמודות" תולדות פון ר' מיכאל בער, די קאפיטלען וואס באשרייבן די קריג יארן, אנדערש ווי "מן המצר" איז עס שיין מסודר און גרינג צו ליינען.

2) "דער טאטע הייסט לויפן" פון ר' ישעי' קארנבלי זז"ג, עס איז זייער אריגענעל און מלא חן.

3) "חורבן אונגארן" פון ר' סענדער ז"ל.

4) אויב ביסטו ביי א קאמפיוטער, די יזכור ביכער אויף די ניו יארק פאבליק לייברערי וועבסייט http://www.nypl.org/research/chss/jws/y ... online.cfm" onclick="window.open(this.href);return false;.

5) אויב ביסטו מער אין א לערנען גיסטע, "מגלת איכה" מיט וועלכער פירוש די ווילסט, וועסט האבן וואס צו לערנען נישט נאר אויף 1-1/2 טאג נאר אויף א גאנצן חודש.

ווילסט איבער לייגען די לינק?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:32 am

תורה עניטיים תשעה באב פראגראם
צוגעלייגטע
IMG-20160814-WA0001.jpg

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:19 pm

קול מבשר גייט האבן אקופעישן אגאנצן צייט

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:20 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:קול מבשר גייט האבן אקופעישן אגאנצן צייט

האט איינער דעם סדר היום פון קול מבשר?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).


אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:31 pm



צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט