קורות וזכרונות מהעיר סיגוט

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אינטרעסאנטע סקעדזשול, 18 מינוט פארן שקיעה ליכט צינדן, 28 מינוט פארן שקיעה צושפארן די געשעפט, 33 מינוט פארן שקיעה אויפהערן ארבעטן, 38 מינוט פארן שקיעה באהאלטן די טשולענט. (איך רעכן דאס אויב די צאת איז לויט ר"ת 5:47, איך ווייס נישט אויב זיי זענען געגאנגען לויט די חשבון, אויב האבן זיי נישט געהאלטן ר"ת איז אינטרעסאנט צו וויסן וואס איז די חשבון דא)
עס דערמאנט סימן רנ"ו, וואס שטייט אז מען זאל מכריז זיין בערך א האלבע שעה א שעה פארן זמן זיך צוצוגרייטן צו שבת.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

זכרונות פון מיינע קינדער יארן אין מארמאראש סיגעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

גענומען פון אן אלטען ביך.

זכרונות פון מיינע קינדער יארן אין מארמאראש סיגעט


פון שמעון ארי׳ שווארץ ז״ל

פון מיינע ״אוניווערדטעטן״ וואס כ׳בין דורכגעגאנגען אין לעבן איז סיגעט־מארמארעש געווען איינער פון די וויכטיגסטע... דארט האב איך שוין אין מיינע פריע קינדער יארן געלערנט, אז אידישקייט גייט אפט צוזאמען מיט ארימקייט (יאה עניותא לישראל...), עסן ברויט מיט פוטער יעדן טאג איז מעשה זולל וסובא. וואס איז עלול אראפצופירן א איד פון דרך הישר. א ניי בגדיל אדער שיכלעך איז אן ענין פאר פסח אדער א ״יומא דפגרא״. נישט סתם אזוי. ווייל דאס אלטע איז אפגעטראגן, און אמאל איינגעריסן... מ׳טאר דעם גוף, דעם ״חומר״ נישט צופיל ״פיעשטשן״... מענג זיין... דער עיקר אייז דער ״והגית בו יומם ולילה״... לערנען תורה איז די בעסטע סחורה...

א אידיש קינד אין חדר


קיין ״יוניאן״ שטונדן זענען נישט געווען איינגעפירט אין די חדרים... דער טאג דארט האט זיך געצויגן 12 שטונדן און אמאל אויך מער. דערפאר אבער איז די דיסציפלין אין די חדרים געווען א שטרענגע. האט זיך א יונגל פארקוקט אויף דער שפין אויפן ווינקל אדער אויף א זשומזשידיגע פליג אויף דער שויב — איז באלד געפלויגן א פאטש אין זיין ריכטונג. וואם האט אים צוריקגעברענגט צו די ״בני אהרן״ אדער ״ואני בבואי מפדן״... און דאס איז גוט געווען פאר דער נשמה... די שטרענגע דיסציפלץ, דאם שווערע קנעלן און חזר׳ן 20 מאל יעדן פסוק חומש רש״י, יעדעם שטיקל גפ״ת — האט געברענגט אויסצגעצייכנטע רעזולטאטן פאר רוב קינדער. ביים עלטער פון 10 — 9 יאר האבן די קינדער שוין געהאט א גרויסע ידיעה אין גאנץ חומש רש״י פלוס א פאר צענדלינג בלאט גמרא. איך געדענק, אז כ׳בין אלט געווען קוים 10 יאר ווען דער סיגעטער רב, דער בארימטער בעל ״עצי חיים״, האט אונז חדר־אינגלעך פארהערט ״חזקת הבתים״, וואס מיר האבן אויסגעחזרט 16 בלאט מיט׳ן רשב״ם אויף אויסענווייניג... א גוטער פארהער איז געווען איינער פון די ווייניגע פארגעניגנס וואס מיר קינדער האבן געהאפט און געארבעט דעראויף. א דערפאלגדייכער פארהעד, וואם פלעגט געווענליך פארקומען יעדן דאנערשטאג ביינאכט, האט אויך געהאט א ״מתן שכרו בצדו״. פאר׳ן שכר פון זיין גוטע, וואויל קענעוודיגע קינדער. פלעגט דער רבי אונז דערציילן מעשיות פון צדיקים. מיר, אויסגעהונגערטע נאך א ביסל פארוויילונג, האבן געשלונגען דעם פאלקלאר ווי א דורשטיגער אין דער מדבר טרונקט קאלט וואסער... די מעשיות האבן אויך געהאט א אידיש־דערציערישן כאראקטער. און די האבן גוט געווירקט. ווייל רוב קינדער אין סיגעט זענען אויפגעוואקסן צו זיין ג־ט׳פארכטיקע אידן.

אין דער סיגעטער ישיבה


דער צוועק און אידעאל פון די חדר דערציאונג איז געווען צו מאכן פון אונז תלמידי חכמים דורך צוגרייטן און אריינצוקומען אין איינער פון די צאל־רייכע ישיבות אין אונגארן. סיגעט אליין האט אויך געהאט א ישיבה מיט כמעט 150 בחורים, אנגעפירט פון הגאון הרב ר׳ חיים צבי טייטעלבוים. דער רב פון שטאט. דער סיסטעם פון ישיבה לערנען איז געווען זיך צו קאנצענטרירן אויף "סוגיות״. דערפאר איז דער ספר ״כסף נבחר״ געווען דארט זעער פאפולער. דער ראש ישיבה פלעגט זאגן איינמאל אדער צוויי מאל א וואך א שיעור עיון אויף א סוגיא און אויך פארהערט די בחורים. און דער איבעריגער צייט האבן די בחורים זיך צוגעגרייט צום שיעור און אויך אליין געלערנט א שיעור ״פשוט״ אין גפ״ת און יורה דעה מיט ״פרי מגדים״. אגב — יורה דעה איז, אנדערש ווי אין די ליטווישע ישיבות, געווען א גאר פאפולערער לימוד אין די אונגארישע ישיבות. דער דאזיגער דרך הלימוד האט געגעבן די ישיבה בחורים א גוטע צוגרייטונג פאר די ווייניגע וואס האבן באקומען רבנישע שטעלעס. דער גרויסער רוב ישיבה בחורים אבער האט סיי ווי נישט געטראכט פון דערגרייכן א קאריערע אין פעלד פון כלי קודש. נאר סתם ממלא זיין כריסם בש״ם ופוסקים. ווי ס׳איז געווען דער מנהג ערגיץ אנדערש. האבן סיגעטער ישיבה בחורים געגעסן ״טעג״ אדער אין די ״מענזא״ (ישיבה קיך). ווען זי האט עגזיסטירט.
שרייבענדיג וועגן דער סיגעטער ישיבה — דערמאן איך זיך אן אינטערעסאנטן עפיזאד. עמיצער האט געלאזט וויסן אין שטאט, אז די ״אייזערנע גווארדיע״ אונטער די פירונג פון פראפ. קוזא. גרייט זיך צו קומען קיין סיגעט מיט זיינע הארדעס צו מאכן א פאגראם אויף אידן. צו דעם צוועק האבן זיי באשלאסן צו קומען מיט א ספעציעלן צוג א געוויסן שבת. ווען די אידן זענען" פארזאמלט אין די שוהלען און אין די בתי מדרשים. סיגעטער ישיבה בחורים האבן זיך שנעל פארשטענדיגט מיט די שלאסערס, קצבים און אנדערע בעלי מלאכה צו ארגאניזירן א זעלבסט פארטיידיגונג. דעם באטרעפנדן שבת האבן די בחורים געדאווענט ״וותיקין״ און ארויסגעגאנגען צוזאמען מיט די בעלי מלאכות צו דער באן סטאנציע צו באגעגענען רי פאגראמטשיקעס. אין די הענט האבן זיי געהאלטן אייזערנע פרענטן, קייטען, שטעקענס. א.ד.גל. אזוי ווי דער צוג איז אנגעקומען און די סטודענטן־רוצחים זענען ארויסגעשפרינגען פון אים, זענען זיי באפאלן געווארן פון אלע זייטן דורך די אידישע פארטיידיגער. וואס האבן זיי געשלאגן מכות רצח. די אונטערגעקויפטע פאליציי איז ערגיץ פאדשוואונדן.. צעשלאגענע, פארבלוטיגטע און דערנידעריגטע זענען די גרויסע ״העלדן׳ זיך צעלאפן ווי די מייז און זיך מער נישט באוויזן אין שטאט.

המשך יבוא אי"ה.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

שרייבט ווייטער ישר כח
איפה פייוויש?
דא בין איך
פרנקל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנקל »

סארא בוך קומט דאס?

ביטע גיב ארויס, עס שלעפט מיינע נערוון
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

פארוואס ברענגסטו נישט א לינק צום מקור?
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

סיגעט און אירע פרנסות


סיגעט. די הויפט שטאט פון מאראמאראשער גובערניע. איז געלעגן צופוסענס פון די מאלערישע קארפאטן בערג. די שטאט האט פארמאגט ארום 22,000 איינוואוינער פון וועלכע א העלפט זענען געווען אידן. גאנץ מאראמאראש איז געווען דורכגעקרייצט פון בערג און בערגלעך, וואם זענען געווען באדעקט מיט אייביגע וועלדער. פונוואנען ס׳האבן ארויסגעשטראמט צאלרייכע טייכלעך. א חוץ דעם טאל פון ארוס 4־5 קילאמעטער ביי טעטש איז די ערד אין גאנץ מאראמאראש געווען א מאגערע און קוים 10 פראצענט ראוי צו בעארבעטן. קוקורידזע (מאליי) איז געווען דער הויפט ערד פראדוקט און קארטאפל (ריבלעך) דער צווייטער. די אנדערע פראדוקטן זענען געווען צוקער־ריבן. פלאקס. א ביסל ווייץ און קארן. די געגענט איז געווען צוגעפאסט פאר פי־צוכט, שאף־צוכט און דעריבער אנטוויקלט א מילך און קעז אינדוסטריע. די וועלדער האבן אויך געליפערט פארשידענע געהילץ. וואם א טייל דערפון איז בעארבעט געווארן אויפ׳ן פלאץ און דאס מערסטע צוזאמענגעבונדן אין ״טראטוועס״ און צושיקט דורכ׳ן טייך טיסא איבערן לאנד. א גרויסער טייל פון דער אידישער באפעלקערונג האט זיך פארנומען מיט ארימער פארמעריי.
אזוי ארום זענען אויפגעשפרינגען א גאנצע רייע אידישע דערפער ארום סיגעט און אנדערשוואו אין מאראמאראש. דער גרויסער רוב פון די דארפסלייט זענען געווען אנשים פשוטים מאד, אבער מוקירי רבנן און אוהבי תורה. זיי האבן ארויסגעוויזן גרויס מסירות נפש פאר לאזן זייערע קינדער לערנען אין ישיבות. אליין האבן זיי געלעבט, אזוי ווי א גרויסער טייל פון די מאראמאראשער אידן, אויף ״קארזש״. דאס איז א קיכן געמאכט פון קוקורידזע־מעל וואם איז נאר גוט פרישערהייט. שפעטער ווערט עס הארט ווי א ציגעל און האט א טעם פון ליים מיט שטרוי... שיך אויף יעדן טאג זענען געווען א לוקסוס־ארטיקל. וואס נישט אלע האבן זיך געקאנט פארגינען... דאס שבת׳דיגע בעקעשל איז טיילמאל געווען א ״מאזאיק״ פון לאטעס און דאס שטריימעל (א שטריימעל האט געמוזט זיין!) האט נישט זעלטן געהאט בלויז 2-3 אויסגעקראכענע שווענצלעך ארום אן ״אויסגעדינטער וועריך... א ירושה פון אן עלטער זיידן. איר האט נישט זעלטן געקאנט באגעגענען א דארפסמאן, א בארוועסן, אין זיין שבת׳דיגן ״פראכט״ מי ט א שטריק־גארטעל ארומגענומען. שפאצירן מי ט זיין אויםגעדבר׳טן פערדעל, אנצוטרינקען אים ביים טיך. אדער גאר מיט זיין ציג, די פרנסה געבעק... דעם בעסטן ביסן און די ארימע, אפגעשפארטע גראשענס האט דער דארפסמאן אוועקגעשיקט צו זיין זון אין דער ישיבה. ר׳זאל אויסוואקסן א תלמיד חכם. זענען טאקע א סך פון די בני עניים געווארן גדולי תורה.

״שלובריק״, שחיטה און כשרות...


מיינע יוגנט זכרונות פון מאראמאראש סיגעט זענען ענג פארבונדן מיט שחיטה און כשרות. איך בין געוואקסן אין א שטוב פון שוחטים. נאך מיין עלטער זיידע ר׳ יצחק אהרן שווארץ זצ״ל, איז געווען דער בארימטער ראש השוחטים פין סיגעט און דער רבי פון א גרויסער צאל שוחטים אין אונגארן. זיין ממלא מקום איז געווען מיין זיידע ר׳ מרדכי זצ״ל. וואס האט איבערגענומען אלע זיינע פונקציעס סיי אלס שוחט. רבי פון שוחטים, בעל הוראה. און מסדר גיטין וקדושין, צו דעם צו איז ער געווען רבי אין קבלה פאר׳ן ״קדושת יום טוב״ און מחבר פון ״לוטה בשמלה״ אויפ׳ן ״שמלה חדשה״. מיין טאטע ר׳ נחום זצ״ל האט ממשיך געווען די טראדיציע פון זיין פאטער און זיידן. געווען א זעער חשובער שוחט אין רבי פון שוחטים אין סיגעט. אזוי ארום האב איך געהאט א ״פראנטאוון זיץ־פלאץ״ ביי דער שחיטה אין כשרות אין סיגעט. ווארום נישט איינמאל האט מיך דער טאטע ע״ה מיטגענומען מיט זיך אין ״שלאבריק״ (שלאכטהויז). דארט האב איך שוין אלס קינד פון 10 יאר זיך באקאנט מיט ריאות (לונגן) פון בהמות און זייערע פארשידענע ״ריעותות״ (אבנארמאלקייטן, קראנקהייטן). דער עיקר אבער מיט דער גרויסער צאל ״סירכות״, וואס די ריאות פארמאגן. ווארום ביי סיגעטער שוחטים איז נישט געווען ווי אין אמעריקע, אזא ״גערעטעניש״ אויף ״גלאט כשר״... די שוחטים האבן באטראכט יעדן ״ריר״ פאר א סירכה אין דערפאר געהאט צענדליגער סירכות אויף יעדער ריאה אראפצונעמען.

יאטקעס אין סיגעט


כדי צו מאכן זיכער. אז דער עולם אין סיגעט זאל נישט נכשל ווערן מיט עסן טריפות האט מען נישט געטרויט די בוטשערס מיט גארנישט. דאס פלייש פון שלאכטהויז איז אפגעשיקט געווארן גלייך אין דער פלייש־האלע. דארט זענען געווען קאנצענטרירט אלע כשרע פלייש־יאטקעס. פון ביידע זייטן האלע זענען געווען צוויי אייזערנע טויערן. וועמענס שליסלעך זענען געווען אין די הענט פון די קהלישע ״נאמנים״ (משגיחים). זיי האבן אויך געהאט די שליסלען פון יעדער יאטקע באזונדער. די נאמנים זענען געווען עקספערטן אין ניקור (טרייבערן) און נאטירליך ערליכע, פארלעסליכע אידן. פארטאגס זענען זיי אריינגעקומען, דורך די שליסלען אין זייער באזיץ אין דער האלע, און פון דארט אין די באזונדערע יאטקעס. זיי האבן געטרייבערט און אפגעגאסן די פליישן וואס מ׳האט געדארפט אפגיסן און נאכדעם געשטאנען דארט ביי די בוטשערס ביז צום פארמאכן די האלע. די בוטשערס אליין האבן נישט געהאט קיין שליטה און צוטריט צו זייערע אייגענע יאטקעס אן די נאמנים. דערפאר האט געקענט פאסירן, אז סיגעט האט געהאט עטליכע גויים אלס כשרע קצבים. ס׳האט דארט נישט געקאנט געמאלט זיין אזא פאראדאקס ווי עסן ״גלאט כשר״ פלייש מיט חלב ודם, וואס איז ווי באוואוסט, בכרת... מאכלות אסורות ר״ל איז, ווי באוואוסט מטמטם דאס הארץ אין דעם מוח, דערפאר איז אפשר נישט קיין חידוש, וואס מאראמאראשער אידן האבן מצליח געווען מיטן חינוך פון זייערע קינדער. די ריינע כשרע טישן אין זייערע היימען. האבן געהאלפן אפהיטן די ריינקייט פון מוח און פון די הערצער פון די אידישע קינדער.

אגודת ־ ישראל אין סיגעט


פאר א סך פון אונזערע לייענער וועט זיין אינטערעסאנט צו וויסן, אז אין חסידישן מארמאראש. סיגעט האט פונקציאנירט אן אגודת־ישראל. לויטן ספר ״מארמאראש״ איז די ארגאניזאציע ארויסגעוואקסן פון די ״מחזיקי הדת״, וואס איז ארגאניזירט געווארן אין 1928 פאר די ארבעטנדיקע יוגענט צולערנען שיעורים אין אוונט. אין 1931 האבן זיי זיך אנגעשלאסן אין די ״צעירי אגודת־ישראל״. דאס האט ארויסגערופן א קעגנערשאפט מצד געוויסע חסידישע קרייזן. אזוי ווי אבער די תקנות פון אגו״י האבן פארלאנגט אן הסכמה פון סיגעטער רב. האט א דעלעגאציע פון 3 יונגעלייט באזוכט דעם אב׳׳ד ר׳ יקותיאל יהודה טייטלבוים און אויפגעקלערט, אז דער צוועק פון דער ארגאניזאציע איז מציל צו זיין די יוגענט פון ווערן מיטגעריסן פון די ציוניסטישע און פרייע באוועגונגען. אין ספר ״מארמאראש״ ווערט דערציילט. אז טראצדעם וואס דער גבאי ר׳ משה נאנענשער האט געטענה׳ט, אז דער בעל ״עצי חיים״ האט אויסגעדריקט קעגנערשאפט צו אגו״י. האט דער סיגעטער רב ר׳ יקותיאל יהודה דאך געגעבן זיין הסכמה מיט׳ן באדינג נישט אפצודרוקן זי. די אגודה האט איינגעפירט דאס לערנען דעם ״דף היומי״. געגרינדענט א ״בית יעקב״ שולע און אויפגעשטעלט א צאל סניפים אין די שטעטלעך ארום סיגעט. אין 1934 איז פארגעקומען א רעגיאנאלער צוזאמענפאר פון אגו״י אין סיגעט גופא. די אגודה דארט האט אויך אויפגעשטעלט א צאל הכשרה פונקטן פאר די וואס האבן געהאט בדעה עולה צו זיין קיין ארץ ישראל. פון די עסקני אגו״י דארפן ווערן דערמאנט הרה״צ ר׳ מנחם מענדל פון ווישיווע, ר׳ מנחם העלער, ר׳ שלמה יעקב גראס, הרב ר׳ לייביש בער האלפערט. א.אנד.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

פרנקל האט געשריבן:סארא בוך קומט דאס?

ביטע גיב ארויס, עס שלעפט מיינע נערוון

איבערגעשריבן פונעם אויסגאבע "דאס אידישע וארט" ניסן תשס"ד
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

'ספר מארמאראש' ניי אויף היברו-בוקס:
http://www.hebrewbooks.org/51115

(תשוח"ח לידידי הוותיק ועושה חסד רפ"פ מעיר ברנ"י, תהי משכורתו שלימה)
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

חבורה משניות דביה"מד ת"ת מ-סיגעט דערמאנט ר' יהודא צבי וויעדער צו לערנען משניות לע"נ הרב משה צבי בן מו"ה מאיר הכהן ביז די שלשים יום ה' פרשת תצוה תרפ"ג.
אטעטשמענטס
siget.jpg
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ר׳ שמואל בּנימין דאנציג איז געווען א זון פון ר׳ מרדכי דאנציג אב"ד וועטש אין סלאוואקיע צווישן גאלאנטא און שוראן
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

האט איינער א השגה ווער דאס איז?
ארי' ליב כהנא משגיח של מאכלות כשרות ממונה מקהל ארטה' סיגעט

קרעדיט:עתיקא קדישא
אטעטשמענטס
משגיח.JPG
משגיח.JPG (17.5 KiB) געזען 5086 מאל
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

איז דאס נישט ר' יונה האלפערטס שווער?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פ' לך לך האט געשריבן:ר' יונה האלפערטס שווער

האט געהייסן נחום צבי.

גערופן האט מען איהם, ר' נחום הירש, הי"ד.
ועמך כולם צדיקים
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ווייסט אפשר איינער ווי עס איז די נייע מקוה אין סיגוט?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

דער קוטשער האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער ווי עס איז די נייע מקוה אין סיגוט?


איר מיינט מן הסתם די מקוה אין די "בוטי" האטעל,

עס איז געבויעט געווארן דורכ'ן גוי'אישן פארוואלטער פונעם האטעל מיט עטליכע יאר צוריק, אויפ'ן אינציאטיוו פון עסקנים ונכדי הצדיקים הטמונים שם וואס האבן אים צוגערעדט צו בויען אזא מקוה כדי דער היימישער עולם זאל קענען קומען דארט אויף שבת.

עס איז אויסגעשטעלט אזוי ווי די היימישע מקוואות, א צימער פאר לבישת הבגדים, שויער'ס, און א בור הטבילה. זינט די עטליכע יאר וואס דער גוי האט געבויעט די מקוה זענען שוין טאקע געווען מערערע קבוצות וואס האבן געוויילט אויף שבת אין סיגוט.

מען דארף אבער וויסן אז די מקוה איז נישט כשר און עס האט בכלל נישט קיין מי גשמים. (ווען איך בין דארט געווען האט מען גערופן א יוראפעיאישן קעכער אויף שבת, יענער האט מיטגעברענגט א נייעם טאפ מיט'ן חשבון צו טובל'ען אין סיגוט וויסנדיג אז ס'איז דא א מקוה, למעשה האט מען טאקע נישט געקענט נוצן יענעם טאפ).
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ישר כח פאר די פונקטליכע אינפארמאציע,

איז די בוטי האטעל די נייע האטעל אנדערטהאלבן בלאק אוועק פונעם ביה"ח?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

דער קוטשער האט געשריבן:ישר כח פאר די פונקטליכע אינפארמאציע,

איז די בוטי האטעל די נייע האטעל אנדערטהאלבן בלאק אוועק פונעם ביה"ח?


עס איז א אנדערטהאלבן בלאק אוועק פונעם ביה"ח, אבער עס איז נישט קיין נייע האטעל לפי ידיעתי,
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

גוט שכוח.
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

איך בין דארט געווען פאריאר, אויך דעם שליסל צום ביה״ח קען מען האבן פון זיי

דער בעה״ב איז א אידיש קינד א סגי נהור ל״ע, ער האט געהייראט א גויטע רח״ל
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

הגה"צ ר' מנחם מענדל ט"ב אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג (מהר"א) שליט"א וועט וויילן אי"ה דעם קומענדיגע שבת אין שטאט סיגוט יע"א לקראת נישואי בנו החתן למז"ט קומענדיגע א' בהעלתך הבעל"ט
לעצט פארראכטן דורך סיגוט אום דינסטאג מאי 01, 2012 7:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פישל האט געשריבן:
דער קוטשער האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער ווי עס איז די נייע מקוה אין סיגוט?


איר מיינט מן הסתם די מקוה אין די "בוטי" האטעל,

עס איז געבויעט געווארן דורכ'ן גוי'אישן פארוואלטער פונעם האטעל מיט עטליכע יאר צוריק, אויפ'ן אינציאטיוו פון עסקנים ונכדי הצדיקים הטמונים שם וואס האבן אים צוגערעדט צו בויען אזא מקוה כדי דער היימישער עולם זאל קענען קומען דארט אויף שבת.

עס איז אויסגעשטעלט אזוי ווי די היימישע מקוואות, א צימער פאר לבישת הבגדים, שויער'ס, און א בור הטבילה. זינט די עטליכע יאר וואס דער גוי האט געבויעט די מקוה זענען שוין טאקע געווען מערערע קבוצות וואס האבן געוויילט אויף שבת אין סיגוט.

מען דארף אבער וויסן אז די מקוה איז נישט כשר און עס האט בכלל נישט קיין מי גשמים. (ווען איך בין דארט געווען האט מען גערופן א יוראפעיאישן קעכער אויף שבת, יענער האט מיטגעברענגט א נייעם טאפ מיט'ן חשבון צו טובל'ען אין סיגוט וויסנדיג אז ס'איז דא א מקוה, למעשה האט מען טאקע נישט געקענט נוצן יענעם טאפ).

איר האט פארגעסן צוצולייגן אז עס איז נישטא דארט קיין מזוזה אינעם גאנצן בנין נאר אויף די מקוה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:די ישיבה און בית מלאכה אין סיגוט בעט פאר שטיצע אום טבת תרצ"ט


דער וואס שרייבט די מודעה איז הרב חיים ארי' לערנער וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם עצי חיים, ער האט שוין יענע יארען געוואונט אין ניו יארק און געארבעט צו שאפן געלט פאר די סיגוטער ישיבה, אינעם באקאנטן 'אוסף בלאך' איז פארהאן מערערע בריווען פון הרב לערנער צו בלאך, און עטליכע פון זיי דערמאנט ער אדמור"י סיגוט-סאטמאר, זיין דרוק-סארט צייגט אן אז ער איז געווען רב אין חברה בני יוסף - דגל מחנה אפרים אויף קאלאמביא סט. אין ניו יארק.

ווייסט דא איינער מער פרטים איבער הרב לערנער?
אטעטשמענטס
2010-06-17 16.23.47.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הרב מיללער: אפשר אן איבערזעצונג פון די לעצטע שורה? אדאנק
די טאוועל הענגט נאך היינט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוראפ האט געשריבן:הרב מיללער: אפשר אן איבערזעצונג פון די לעצטע שורה? אדאנק
די טאוועל הענגט נאך היינט?


איך מיין אז דער טאולל הענגט נאך אין די היסטארישע 'סטענטאן סט. שוהל' און דער טאוול זאגט אז די קהילה אנשי רימינוב ובלאזוב דאווענען אין מיטען (מיטלסטע שטאק אדער מיטלסטע שטיבל וכדו')
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

אין מיטען "דא" (מאדנע אויסשפראך).
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”