געוועזענע אידישע געגנטן אין אמעריקא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יוני 30, 2009 7:55 am

ס'געפעלט מיר דעם EV7...
פאר די אלטע באבעס איז דאס געווען עטוואס מאדערן, אנשטאט פלעגן זיי עס ארויסזאגן געהעריג 'עווערגרין 7'..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 23, 2009 7:28 am

מיללער האט געשריבן:וויפיל זאכען זעהט איר אינטערעסאנט מיט דעם אדווערטייזמענט פונעם אידישען האטעל אין מאונטענדעיל?

1. פארוואס די ווערטער 'סטריקטלי כשר' פארלאנגט אידישע אותיות, אבער דער שפראך קען פארבלייבן ענגליש? טאקע א 'היימישע קרעטשמע'...
2. דער 'ליטל האנגעריען אינן' האט אלע מאדערנע איינריכטונגען, אבער קיין טעלעפאן נאמבער פאר רעזערוואציעס נישט, מען ברויך שרייבען א בריוו צוויי טאג פאר מ'פלאנט אונצוקומען (דאס איז נאך פון פאר די טעלעפאון עפאכע), מן-הסתם רעדט מען פון שרייבען אן אי-מעיל.....
3. זיפ-קאוד האט אויך נאך נישט אויסגעפעלט בימים ההם
4. דירעקציעס קיין מאונטעדעיל; פרובירט נישט צו פארען אויפן 17 ווייל עס עקזעסטירט נאך נישט, און א קאר זאלט איר לאזען פאר אייערע אייניקלעך, קומט מיט די פערי גלייך צו די מאונטענדעיל סטאנציאן.
5. ברוך השם, איעדע שטוב איז באזארגט מיט הייס און קאלט וואסער, א לוקסוס היינטיגע טעג, היבש מאדערן...
6. פרישע מילך, פוטער, אייער און וועזשטעיבלס גלייך פון אונזער אייגענע פארם, מיר זופען די מעל און באקוקען די אייער..... סטריקטלי

בכבוד רב, מר. איי. זיפצער

אינטערעסאנט אז דער שרייבער "אברהם אהרן חיימאוויטש" ברענגט צו אין די נייעס-באריכט די-צייטונג ניוס-רעפארט [געהערט אפשר אין די אשכול פון ספרים מיט עטליכע נעמען..] פון די פארלאפענע וואך פרשת מטות מסעי, אט דעם זעלבן אנאנסמענט פון דעם פול סערוויס האטעל אין מאונטעידעיל, אבער על אף וואס ער האט עס אודאי געוויס דא געפונען גיט ער נישט אפ דערפאר דעם ערליך פארדינטן קרעדיט פארן סקרענטאנער רב זז"ג און פאר אונזער וועלטל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 23, 2009 9:56 am

פארשלאפן,
איך האב דאס נישט געוואלט אליינס ארויפברענגען ווייל מ'וועט דאך זאגען אז לכבוד עצמו הוא דורש, אבער מאנכע וועלן קלערן אז אולי האט דער מיטן ניק חיימאוויטש אויך פונקט געטראפען דעם אנאנסמענט פונקט ווי מיללער, דער אמת איז אבער נישט אזוי, ווייל פונקט דעם אנאנסמענט ווען איך האב דאס געטראפען האב איך געזעהן אז דאס איז עפעס וואס וועט זיין אינטערעסאנט פאר אונזער עולם, אבער עס איז נישט געעוען אראפלאדנבאר, איך האב געברויכט שתד'לען ביי די ארטיגע באהערדע מיר צו געבן דעם בילד, און א וואך דערויף טרעף איך עס אין 'צייטונג'.

דאס איז אויסער דעם וואס ער האט ניטאמאל צוגשעריבען א קעפשאן דערצו וואס זאל פארציילען די לייענערס די היסטארישקייט פונעם בילד, נאר געלאזט אויבן צו לינקס אז מען קען מיינען אז דאס איז גאר א היינטיגע אנאסמענט, דאס מיינט הכל תלוי במזל.

אז מען רעדט שוין פון דעם נושא, דער דערמאנטער שרייבער ברענגט אראפ שטיקער פון 'המאור' וואך איין וואך אויס, און עס איז ביי מיר כמעט ברור אז ער האט דאס פון דארט פון וואנעט מיר פארשאפען די המאור'ס וכדו', דאס איז פון אונזער באליבטען 'היברו בוקס' נו פארוואס זאל אזא איינער כאטש נישט איינמאל אריינשרייבען א דאנק פאר ר' חיים ראזענבערג וועלכער ארבעט בלי ליאות יומם ולילה בלי שום תשלום גמול?

איך בין אים דן לכף זכות אז ער האט נישט אינאכט גענומען דעם ענין פון הכרת הטוב, אבער אז ער לייענט דא וויל איך אים אויפפאדערן אז מ'נעמט א בילד אדער א באשרייבונג פון א היימישען מקור איז נישט מער ווי יושר אז מ'גיט קרעדיט פאר די וואס האבן געארבעט אז איר זאלט קענען מאכען פרנסה.

-

אין אנדערע די צייטונג/אידישע וועלט צוזאמענשטעלן איז די וואך אויף זייט 8 דא א באריכט איבער פראגרעסירונג אינעם פראוו צו פאראייביגען און דערגיין מער איבער דעם היסטארישען רבנים-מארש אין וואשיגטאן, באריכטען זיי איבער היסטארישע שריפטען וואס מען האט געטראפען אין די ארכיווען פון 'הרב' ברוך ראבינאוויטש, אבער וועלכע מיר האבן שוין דן געווען דא מיט 4 חדשים צוריק, און זיי מעלדון דאס אלס גאר נייע נייעס.

אבער דאס איז נאך נישט אלעס, אז מ'שרייבט איבער 'הרב' ברוך ראבינאוויטש אין א היימישען צייטונג, פאסט זיך צו ברענגען אביסל מער ביאגראפשיע שטריכען איבער אזא איד וועלכער האט געארבעט לטובת אחב"י הנתונים בצרה, און נישט מ'קאפירט בלויז פון די אלגעמיינע פרעסע און פטור, די ריסערטש געצייג זענען היינט צו לייכט צו ערווארבן אז אונזערע לייענערס זאל זיך קומען צו וויסען אז מ'רעדט פון אייניקל פון בעל שם הק' וועלכער איז ליידער געפאלן א קרבן צו חורבן אמעריקא און דער טיטל 'הרב' איז נישט אזוי פאסענד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג יולי 23, 2009 10:02 am

מיללער, העם אתך.

מיר פארלאנגן אן אפיציעלן אפאלעדשי דיעזע וואך אינעם צייטונג, אפס שוין דאנערשטיג סאו העמער מוזן ווארטן א וואך.

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » זונטאג יולי 26, 2009 5:37 pm

אין די צייטונג ביי די ארטיקלען פון סאטמאר רבי אין אמעריקע, איך מיין אז עס אויך פון הגאון ר' מנשה פילאפ, ברענגט ער אויך לעצטנס וואך איין וואך אויס פון "המאור".
אבער לדעתי אז מען שרייבט פון ווי מ'נעמט איז לכאורא גענוג, עס קען דאך זיין ער נעמט עס פון בר אילן, וכדו'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 31, 2009 12:07 am

אז מ'רעדט דא פון אידישע געגנטן אין די קעטסקיל ראיאן, איך האב היינט געטראפן אז אין 'גלען ווילד' דאס איז א געגנט אין פאלסבורג, איז פארהאן א היסטארישע שוהל וועלכע די רעגירונג האט פארשריבען אלס א 'לענדמארק' (דאס הייסט אז עס ווערט באשיצט פון אראפווארפען און נאך פריוועליגיעס צו פרעזערווירען היסטארישע ארכיטעקטור אינעם לאנד).

די שוהל הייסט 'אנשי גלען ווילד סינעגאג' און געפינט זיך אויף רט. 58 עס איז געגרינדעט געווארן בשנת תר"פ אלס אן ארטאדאקסישער שוהל, די קהילה פארמאגט אויך א ביה"ח מיט זיבן חלקה'ס פון פארשידענע אידישע גרופעס פון די קעטסקיל געגנט, דא איז דא דירעקציעס צום ביה"ח וועלכע איז ביי עקזיט 109 אויפן 17 (אפשר יעצט ווען מענטשן זענען אין די מאונטענס וועט איינער אריבערפארען כאפן א פאר בילדער פאר אונז)

לויט די דערמאנטע לינק פון וויקי, האט דער שוהל קיינמאל נישט געהאט קיין אפיציעלער רב, ר' שמעון יפה איז געווען דער שו"ב און אומאפיציעלער רב.

א בילד פונעם שוהל היינט צוטאגס
צוגעלייגטע
Anshei_Glen_Wild_Synagogue.jpg
Anshei_Glen_Wild_Synagogue.jpg (24.9 KiB) געזעהן 2536 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 31, 2009 12:15 am

די דערמאנטע שוהל איז איינס פון עטליכע שוהלען אין די קעטסקילס וואס האבן געקריגען די דערמאנטע 'לענדמארק' סטאטוס, לויט א ניו יארק טיימס באריכט, די אנדערע זענען;
Agudas Achim, Livingston Manor

B'nai Israel, Woodbourne

Anshei Glen Wild, Glen Wild

Bikur Cholim B'nai Yisroel, Swan Lake

Chevra Ahavath Zion, Monticello

Tifereth Israel Anshei, Parksville

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 31, 2009 12:26 am

חב"ד מעלדעט בשנת תש"ב איבער די אויסגעברייטערטע 'שבת פראגראמען' אין די וואקאישען ערטער
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_12159_4.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 31, 2009 12:31 am

ווידער אין ליבערטי האט בשנת תרצ"ז פונקציאנירט א וועד-הכשרות אונטער דער ארטיגער רב ר' שאול ליב מארגענשטערן (ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?)
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_12008_23.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 12:26 pm

הערט און שטוינט, דער אפריון באוויינט אין תרפ"ח פארוואס דער עולם האט איבער געלאזט 'הארלעם', הארלעם שרייבט ער איז געווען דאס שענסטע אידישע געגענט אין נוא יארק, אזש ס'געווען א יחוס צו וואוינען אין הארלעם, ס'געווען אן אמת'ער אידישער געגענט מיט אלע אידישע אנגעלעגנהייטן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 04, 2009 12:59 pm

שטאטעלעך ר' בן בוזי, מיר זענען דארט געוואויר געווארן עטליכע חידושים:

ר' שמריהו לייב הורוויץ האט דארט ערגעצוואו אמאל געהאט א שטעלע.

ר' הלל קליין, האט געהאט א ביבליאטעק פון טויזענטער ספרים ויגע בתורה וכו'.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:59 am

צום לאנגע ליסטע פון געוועזענע אידישע געגענטער קאן מען ליידער צולייגן ניובוירג ניו יארק אויכעט.

די פרעזידענטן פונעם שטאטישן שול האבן דיעזע וואך געטוישט שלעסער אז דער געוועזענער לאנגיאריגער היימישע פוילישער חזן אברהם שלמה שטאמלער (באקאנט פאר די ק"ילער פריע ביהמ"ד הגדול דאווענער) זאל מער נישט קענען אריינגיין, ווייל ער האט אפאזירט דעם טויש פון די פאלעסי אז פרויען זאלן מעגן עולה זיין און דאווענען פארן עמוד, אום פארשטייט זיך דאס אראפנעמען פון די מחיצות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 7:43 am

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וויפיל זאכען זעהט איר אינטערעסאנט מיט דעם אדווערטייזמענט פונעם אידישען האטעל אין מאונטענדעיל?

1. פארוואס די ווערטער 'סטריקטלי כשר' פארלאנגט אידישע אותיות, אבער דער שפראך קען פארבלייבן ענגליש? טאקע א 'היימישע קרעטשמע'...
2. דער 'ליטל האנגעריען אינן' האט אלע מאדערנע איינריכטונגען, אבער קיין טעלעפאן נאמבער פאר רעזערוואציעס נישט, מען ברויך שרייבען א בריוו צוויי טאג פאר מ'פלאנט אונצוקומען (דאס איז נאך פון פאר די טעלעפאון עפאכע), מן-הסתם רעדט מען פון שרייבען אן אי-מעיל.....
3. זיפ-קאוד האט אויך נאך נישט אויסגעפעלט בימים ההם
4. דירעקציעס קיין מאונטעדעיל; פרובירט נישט צו פארען אויפן 17 ווייל עס עקזעסטירט נאך נישט, און א קאר זאלט איר לאזען פאר אייערע אייניקלעך, קומט מיט די פערי גלייך צו די מאונטענדעיל סטאנציאן.
5. ברוך השם, איעדע שטוב איז באזארגט מיט הייס און קאלט וואסער, א לוקסוס היינטיגע טעג, היבש מאדערן...
6. פרישע מילך, פוטער, אייער און וועזשטעיבלס גלייך פון אונזער אייגענע פארם, מיר זופען די מעל און באקוקען די אייער..... סטריקטלי

בכבוד רב, מר. איי. זיפצער

אינטערעסאנט אז דער שרייבער "אברהם אהרן חיימאוויטש" ברענגט צו אין די נייעס-באריכט די-צייטונג ניוס-רעפארט [געהערט אפשר אין די אשכול פון ספרים מיט עטליכע נעמען..] פון די פארלאפענע וואך פרשת מטות מסעי, אט דעם זעלבן אנאנסמענט פון דעם פול סערוויס האטעל אין מאונטעידעיל, אבער על אף וואס ער האט עס אודאי געוויס דא געפונען גיט ער נישט אפ דערפאר דעם ערליך פארדינטן קרעדיט פארן סקרענטאנער רב זז"ג און פאר אונזער וועלטל.

דער שרייבער ר' אברהם אהרן זז"ג - אויסער וואס ער האט נאך אלס נישט געגעבן דעם ערליך פארדינטן קרעדיט פארן מקור פון דעם אנאנס - מאכט מיך שוין לאכן, ער שרייבט די וואך פרשת עקב אונטער א בילד פון צעהלימער רב ז"ל: "כ"ק אדמו"ר מצעהלים ז"ל", נאך אביסל וועט מען אויך אזוי באטיטלען דעם וויענער רב ז"ל, זאל ער מיך מוחל זיין טויזענט מאל פאר די קריטיק אבער א אינגערמאן וואס שרייבט היסטאריע איז נישט קיין קאפי רבי און מעג וויסן כאטש אביסל וואו איין און וואו אויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 7:25 pm

דער שרייבער ר' אברהם אהרן זז"ג - אויסער וואס ער האט נאך אלס נישט געגעבן דעם ערליך פארדינטן קרעדיט פארן מקור פון דעם אנאנס - מאכט מיך שוין לאכן, ער שרייבט די וואך פרשת עקב אונטער א בילד פון צעהלימער רב ז"ל: "כ"ק אדמו"ר מצעהלים ז"ל", נאך אביסל וועט מען אויך אזוי באטיטלען דעם וויענער רב ז"ל, זאל ער מיך מוחל זיין טויזענט מאל פאר די קריטיק אבער א אינגערמאן וואס שרייבט היסטאריע איז נישט קיין קאפי רבי און מעג וויסן כאטש אביסל וואו איין און וואו אויס.[/quote]
ב''ה
אני לא מכיר את השרייבער הזה וגם לא יודע וויא עהר שרייבט ..אבער ס'יא דארף זיין אביסעל הגדרות .מי הוא אדמו''ר מי הוא רב מי הוא הרה''ק וכו' וכו'
by the way דער ערשטער רבי אין מיין תקופה וואס מען האט אנגעפאנגען ציא שרייבען אויף איהם הגה''ק איז געווען הרה''צ ר' שלמה זצ''ל מבאבאוו .
והיום ב''ה זכינו שכל שני וחמישי הוא בטיטול זה .ואם ח''ו משיח לא יבא בעגלא ובזמן קרוב יאמרו נכדינו אז מען האט ''דעמאלטס'' געשריבען אזוי מן הסתם
איז אזוי געווען ווייל דעמאלטס האט מען נישט געשריבען קיין גוזמאות .ויש הרבה להאריך בזה .וכמדומני שש''ב הרב יצחק לעבאוויטש מוואדרידזש' יש לו
אריכות בזה איך שכל רעבי'ל רוקד עם החתן בעצמו[עם עיניים סגורות וחובט בחתן כמו ערבה] ויש לו ניגון מיוחד שהמוזיק כבר יודע .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2009 7:50 pm

אוהא הרבד"צ,
איר זענט גאר א קאזין מיטן וואודריזשער רב, איך האב שוין ב"ה זוכה געווען צו הערן זיינע דרשות אין דעם ענין המלאים זיו ומפיקים מזן אל זן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 1:29 pm

א בילד פון די חנוכת הבית פון די ת"ת אין בראנזוויל, שנת תרס"ב:
צוגעלייגטע
new tt in brownsville.png
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:47 pm

באבוב האט געהאט א תלמוד תורה אין בראנזוויל אין די יארן תש"ט-י"ד (ווען דער באבוב'ער רב האט נאך געוואוינט אין די וועסט-סייד) ביז די באבוב'ע חסידות האט זיך הויפטקוואטירט אין קרוינהייטס.

אין אידישן גליון שערי ציון (באבוב 48) חודש אב-אלול האבן זיי אן אינטערוויו מיטן געוועזענעם מנהל פון די באבוב'ער מוסדות און מחנה שלוה ר' (געדענק נישט די ערשטע נאמען) לאנדא, ער שמועסט דארט ארום פון די באבוב'ער תלמוד תורה אין בראנזוויל וויזאוי מען האט עס מייסד געווען, אויך איז דארט דא א אלטע בילד פון די שוהל ווי די ת"ת איז געווען עפעס א קאנגרעגיישאן אוו גרייטער ניו יארק (כלשונם) און מען זעהט אויפן בנין אויפגעשריבן וועלכע יאהר יענע קהילה דארט איז געגרינדעט געווארען. אויך שמועסט נאכדעם ארום איבער קרוינהייטס וויאזוי מען האט זיך אהינגעצויגען און פארוואס מען איז אוועקגעגאנגען פון דארט.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:24 pm

כ'האב אמאל געהערט אז אין ליובאוויטש איז מען זייער ברוגז געווען אויף באבוב בנוגע דאס אוועק גיין פון קרוינהייטס, איינער ווייסט עפעס מער פרטים ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:26 am

קיין איינער זאל נישט צוריק ענטפערען, קיין איינער זאל זעך נישט אן נעמען פאר מיין כבוד,
בלשונות כאלו ועוד ביותר הזהיר הרבי מהר"ש מ'באבוב את תלמידיו וחסידיו אז,
וגם אנו פה היום נכבד את רצונו מאז, וחסל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:06 am

כ'האב נישט געוויסט אז ס'איז געגאנגען אזוי ווייט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25265
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 11:30 am

אין באנזוויל איז געווען א שוהל ע"ש ר' מאיר'ל פרימישלאנער זצ"ל, דער רב איז געווען ר' אלטר וואהל תלמידו של ר' חיים יהודא לייב סאסניצער מבראדי וסמארגאן בעמח"ס שערי דעה.

אינעם זעלבן בלאט ווערט דערמאנט אז ר' שאול גדלי' הרכבי וואס מיר האבן שוין דערמאנט מיט זיין אינטערעסאנטען חיבור 'והוא שאול' וועלכער האט שפעטער געוואונט אין נאשוא, ניו העמפשיר, זעה איך אז קודם האט ער אויך געוואונט אין בראנזוויל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 1:34 pm

מיללער, איך מיין אז אירהאט שוין דערמאנט זיין וויילן אין בראנזוויל אויך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 11:24 am

מיללער האט געשריבן:וויפיל זאכען זעהט איר אינטערעסאנט מיט דעם אדווערטייזמענט פונעם אידישען האטעל אין מאונטענדעיל?

1. פארוואס די ווערטער 'סטריקטלי כשר' פארלאנגט אידישע אותיות, אבער דער שפראך קען פארבלייבן ענגליש? טאקע א 'היימישע קרעטשמע'...
2. דער 'ליטל האנגעריען אינן' האט אלע מאדערנע איינריכטונגען, אבער קיין טעלעפאן נאמבער פאר רעזערוואציעס נישט, מען ברויך שרייבען א בריוו צוויי טאג פאר מ'פלאנט אונצוקומען (דאס איז נאך פון פאר די טעלעפאון עפאכע), מן-הסתם רעדט מען פון שרייבען אן אי-מעיל.....
3. זיפ-קאוד האט אויך נאך נישט אויסגעפעלט בימים ההם
4. דירעקציעס קיין מאונטעדעיל; פרובירט נישט צו פארען אויפן 17 ווייל עס עקזעסטירט נאך נישט, און א קאר זאלט איר לאזען פאר אייערע אייניקלעך, קומט מיט די פערי גלייך צו די מאונטענדעיל סטאנציאן.
5. ברוך השם, איעדע שטוב איז באזארגט מיט הייס און קאלט וואסער, א לוקסוס היינטיגע טעג, היבש מאדערן...
6. פרישע מילך, פוטער, אייער און וועזשטעיבלס גלייך פון אונזער אייגענע פארם, מיר זופען די מעל און באקוקען די אייער..... סטריקטלי

בכבוד רב, מר. איי. זיפצער

די אמאליגע אידישע מאונטענדעיל וואס האט פארמאגט א שומר שבת שמיד אין א אידישן מעיאר א שטעטל אין אמעריקע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 11:25 am

איין שטיקל פון דארט, דאס האט געשריבן אן אמעריקאנער שרייבער, ווי וויילט האלטן מיר דערפון?

The ways of the old country were continued by many. One neighbor walked to and from town every Saturday, to go to Synagogue. His wife walked about 100 feet behind him. When I asked my grandfather why they didn't walk together, he answered, “In Europe, the people in their town always walked that way.” No one questioned; everyone accepted the other person's idiosyncrasies
.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 16, 2009 11:29 am

נאך איינס, א השגה פון א אידענע!! אבער וואס האט זי נעבעך איבערגעלאזט..

My grandmother was a vegetarian from the time she came to live on the farm. She claimed that she had seen a kosher butcher kill a cow by himself, rather than having it slaughtered ritually.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], אהרן הלוי, מה ידידות און 8 געסט