געוועזענע אידישע געגנטן אין אמעריקא

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בןהרחמן האט געשריבן:אין אידישן גליון שערי ציון (באבוב 48) חודש אב-אלול האבן זיי אן אינטערוויו מיטן געוועזענעם מנהל פון די באבוב'ער מוסדות און מחנה שלוה ר' (געדענק נישט די ערשטע נאמען) לאנדא,


ר' יוסף שמואל
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א זעלבשטענדיגע אידישע קאלאניע אין בראונסוויל:

תרס"ב
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ווידער אין ליבערטי האט בשנת תרצ"ז פונקציאנירט א וועד-הכשרות אונטער דער ארטיגער רב ר' שאול ליב מארגענשטערן (ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?)


היינט אויף זשואיש-זשען שרייבט א פלימעניצע פון דעם הרב מארעגנשטערן דאס פאלגענדע;
I am searching for Rabbi S MORGENSTERN, or his descendents, who lived in Liberty, New York in 1949. He is my grand-uncle, brother to my grandfather Israel Myer Morgenzstern, who came from Warsaw and emigrated with his immediate family to England in 1921. I have a letter from Rabbi S Morgenstern, written in 1949 to my father Symcha Morgenstern, who emigrated to Australia in 1948. My father changed his name to Sydney Morgan, by Deedpoll in England in 1947.


אויף אידישע איבערזעצונג אין קורצען לייגט זי צי אז דער ר' שאול ליב האט געהאט א ברודער ר' ישראל מאיר מארגענשטערן וועלכער האט עמיגרירט פון ווארשא, פוילן קיין ענגלאנד בשנת תרפ"א, און בשנת תש"ט האט זי א בריוו פון דעם דערמאנטן ר' שאול ליב פון ליבערטי צו איר פאטער שמחה מארגענשטערן פון אוסטראליע וועלכער האט זיך געטוישט נאמען צו 'סידני מארגען'.

זוכענדיג מער איפארמאציע זעה איך אז דער הרב מארגענשטערן פון ליבערטי איז קודם געווען רב אין אייגראד, פוילן איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא.
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_12008_23.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא אין דעם אשכול האט מען שוין אביסל געשריבען איבער די אידישע ישובים אין די קעטסקיללס משנים קדמוניות, אזוי ווי היינט האבן די מאונטענס געדינט אלס זומער-ערטער פאר אידען און ערליכע אידען צוגלייך, אבער צו דער זעלבער צייט זענען געווען עטליכע עסטאבליזירטע קהלות אויך א גאנץ יאר אין די גרעסערע שטעטליך ווי; עלענוויל, מאנטיסעלא, וואודריזש, מאונטעדעיל, ליבערטי, סוואן-לעיק און נאך.

אני הגבר האט אפגעשטאט א באזוך נעכטן אין מאנטיסעלא אויפן ארטיגען אידישען ביה"ח (אויף טאמפסאן סט.) אבער קיין מציבה פון קיין רב אדער פערזענליכקייט האב איך דארט נישט געפונען, אדורכגייענדיג אלע פינף חלקות, ווייס איך נישט צו איז פארהאן נאך א בית עולם אין מאנטיסעלא, אפשר ווייסט עמיצער אנדערש.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=12368&st=&pgnum=37&hilite= אין הפרדס (וויאזוי מאכט מען אן הייפער-לינק דא רבונו של שלמה?) בשנת ת"ש גיט דער שו"ב פון וואודריזש ר' זלמן דובער מאגאריק א באריכט פון די ארטיגע קהילה טעטיגקייט און באצייכנט דאס אלס דער 'ירושלים דהרים'.

אין עלענוויל איז געווען א רב ר' יצחק גרינבלאטט חיבר ספר הגיוני יצחק
http://www.hebrewbooks.org/2350
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג אוגוסט 10, 2010 12:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיט אפאר יאר צוריק האבעך געטוען געשעפטן מיט איינעם פון "קינגסטאן", און איינמאל זאגט ער מיר אז ער האט אלץ קינד געוואוינט אין וואודרידזש און ער געדענקט אז זיין זיידע (ער האט געמיינט אז איך ווייס אז ער איז א איד) פלעגט שטיין אין שחט'ן הינער און די באבע פלעגט כשר מאכן. גיי ווייס צו ס'איז נישט געווען קיין אייגען געמאכט שחיטה/הריגה ל"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שמעלקא'לע צו וואס פעלט אויס צו צולייגן די לעצטע קאמענט?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט דא פון אידישע געגנטן אין די קעטסקיל ראיאן, איך האב היינט געטראפן אז אין 'גלען וויילד' דאס איז א געגנט אין פאלסבורג, איז פארהאן א היסטארישע שוהל וועלכע די רעגירונג האט פארשריבען אלס א 'לענדמארק' (דאס הייסט אז עס ווערט באשיצט פון אראפווארפען און נאך פריוועליגיעס צו פרעזערווירען היסטארישע ארכיטעקטור אינעם לאנד).

די שוהל הייסט 'אנשי גלען וויילד סינעגאג' און געפינט זיך אויף רט. 58 עס איז געגרינדעט געווארן בשנת תר"פ אלס אן ארטאדאקסישער שוהל, די קהילה פארמאגט אויך א ביה"ח מיט זיבן חלקה'ס פון פארשידענע אידישע גרופעס פון די קעטסקיל געגנט, דא איז דא דירעקציעס צום ביה"ח וועלכע איז ביי עקזיט 109 אויפן 17 (אפשר יעצט ווען מענטשן זענען אין די מאונטענס וועט איינער אריבערפארען כאפן א פאר בילדער פאר אונז)

לויט די דערמאנטע לינק פון וויקי, האט דער שוהל קיינמאל נישט געהאט קיין אפיציעלער רב, ר' שמעון יפה איז געווען דער שו"ב און אומאפיציעלער רב.

א בילד פונעם שוהל היינט צוטאגס


פאריגע וואך האב איך גענומען די מיה אריבערצופארן צו דעם דערמאנטן ביה"ח אין 'גלען וויילד' עס איז טאקע פארהאנען דארט עטליכע חלקה'ס צווישען זיי די קהילות פון; מאונטענדעיל, וואודבורן, גלען וויילד און עטליכע ארבייטער-פעראיינס, איך האב נישט געפונען כמעט קיינע מציבות וועלכע זאלן ציען מיין נייגער, דאס איינציגסטע וואס האט געהאט עפעס א משמעות איז פון ר' דוד יצחק ב"ר חיים נטע הכהן גאלדין, נפטר ביום ראש השנה שנת תש"ד.

איך האב דערווייל נישט באוויזען צו טרעפן קיין אינפארמאציע איבער אים, אבער אויף די מציבה איז אויפגעקריצט די ווערטער 'רועה עדת קדושים, הורה דעה והבין שמועה' אפשר קען איינער אפירקראצן מער איבער דעם איד.
אטעטשמענטס
Goldin.JPG
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

גאלדין אדער גאדלין?

אין תולדות אנשי שם שרייבט ער פון איינעם ר' ישראל גאלדין ב"ר יצחק. אפשר האט עס שייכות.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביסט גערעכט, איך האב נישט באמערקט אז עס שטייט טאקע 'גאדלין' איך ווייס נישט צו דאס איז א טעות, עס איז פארהאן אזא נאמען אויך.

ר' ישראל גאלדין איז געווען רב אין ראטשעסטער, זעה דא:
http://kevarim.com/rabbi-yisroel-goldin/
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אין וועלכע חלקה ליגט דער הרב גודלין?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך געדענק נישט פונקטליך, פארוואס פרעגט איר?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פשוט, ווייל סקען גרינגער מאכן דאס זיכן.
ווען מ'ווייסט וואו בערך ער האט באלאנגט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זק"ניך ויאמרו לך - די וואך פרשת בחוקותי, זעהט אויס ווי די חשוב'ע בראך פאמיליע האבן געוואוינט אין בראנסוויל אדער איסט ניו יארק:
אטעטשמענטס
זקניך ויאמרו לך.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מצאתי, אויף דעם סייט:
http://webapp1.dlib.indiana.edu/cushman/index.jsp
א שיין קלאר קאלירטער בילד פון "בית הכנסת בני יצחק" אין שיקאגא.

דארט האט געדינט אלס רב הרב יוסף מיכל ניובערגער ז"ל שעלה לסוף ימיו לאה"ק ונ' שם י"ב חשון תרצ"ד ומנוח"כ בהר הזיתים:
http://www.mountofolives.co.il/TheMount ... TabIndex=0
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 4&pgnum=46
http://books.google.com/books?id=n3s3AA ... 22&f=false
אטעטשמענטס
בית הכנסת בני יצחק שיקאגא.jpg
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

צוליב א זוכעניש נאך עפעס אנדערש האב איך פונקט געפונען דעם תגובה פון ידידי היקר גאב"ד דק"ק סקרענטאן יצ"ו
מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט דא פון אידישע געגנטן אין די קעטסקיל ראיאן, איך האב היינט געטראפן אז אין 'גלען וויילד' דאס איז א געגנט אין פאלסבורג, איז פארהאן א היסטארישע שוהל וועלכע די רעגירונג האט פארשריבען אלס א 'לענדמארק' (דאס הייסט אז עס ווערט באשיצט פון אראפווארפען און נאך פריוועליגיעס צו פרעזערווירען היסטארישע ארכיטעקטור אינעם לאנד).

די שוהל הייסט 'אנשי גלען וויילד סינעגאג' און געפינט זיך אויף רט. 58 עס איז געגרינדעט געווארן בשנת תר"פ אלס אן ארטאדאקסישער שוהל, די קהילה פארמאגט אויך א ביה"ח מיט זיבן חלקה'ס פון פארשידענע אידישע גרופעס פון די קעטסקיל געגנט, דא איז דא דירעקציעס צום ביה"ח וועלכע איז ביי עקזיט 109 אויפן 17 (אפשר יעצט ווען מענטשן זענען אין די מאונטענס וועט איינער אריבערפארען כאפן א פאר בילדער פאר אונז)

לויט די דערמאנטע לינק פון וויקי, האט דער שוהל קיינמאל נישט געהאט קיין אפיציעלער רב, ר' שמעון יפה איז געווען דער שו"ב און אומאפיציעלער רב.

א בילד פונעם שוהל היינט צוטאגס


פאריגע וואך האב איך גענומען די מיה אריבערצופארן צו דעם דערמאנטן ביה"ח אין 'גלען וויילד' עס איז טאקע פארהאנען דארט עטליכע חלקה'ס צווישען זיי די קהילות פון; מאונטענדעיל, וואודבורן, גלען וויילד און עטליכע ארבייטער-פעראיינס, איך האב נישט געפונען כמעט קיינע מציבות וועלכע זאלן ציען מיין נייגער, דאס איינציגסטע וואס האט געהאט עפעס א משמעות איז פון ר' דוד יצחק ב"ר חיים נטע הכהן גאלדין, נפטר ביום ראש השנה שנת תש"ד.

איך האב דערווייל נישט באוויזען צו טרעפן קיין אינפארמאציע איבער אים, אבער אויף די מציבה איז אויפגעקריצט די ווערטער 'רועה עדת קדושים, הורה דעה והבין שמועה' אפשר קען איינער אפירקראצן מער איבער דעם איד.


וויילענדיג דעם פארגאנגענעם זומער דורכאויס האריקעין איירין וויקענד אין וואודבוירן האב איך אפגעשטאט א באזוך אינעם ארטיגען בני ישראל שוהל וועלכע ווערט היינט אנגעפירט דורך דער ניקלשפורקער קהילה איז פארהאן א טעוועלע לעבן דעם ארון הקודש אויפן צווייטן שטאק וועלכע דענקט אהן דעם ר' דוד יצחק גאלדין אלס דער ערשטער פירער פון די קהילה אין משך פון צוואנציג יאהר זינט איר גרינדונג אין יארע 1920 ביז 1940.
אטעטשמענטס
Goldin.JPG
Goldin.JPG (22.43 KiB) געזען 4996 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:מיללער, עס איז מיר נאך אלס זייער אינטערעסאנט אז כמעט קיינער האט נישט באשריבן די געוועזענע ירושלים דאמעריקא די אידישע שטאט בראנזוויל, אז איז נאך געוויס דא אסאך היסטאריע וואס מ'קען נאך ארויסגראבן און אפירזוכן איבער די שטאט.

גיימיר איינקויפן קישקע ביי 'קישקע קינג' אויף 1711 פיטקין עוו. אין בראנזוויל, מ'קען דארט אויך אריינכאפן א ריזן פרענק פאר נישטיגע דרייצן צענט.
אטעטשמענטס
kishke_king.jpg
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

חחחחח... אזוי פונקטליך אויסגעמאסטן, 10 אינטשעס קומט אויס 14 בייסעס (Bites)... היינטיגע צייטן וואלט זיך שוין געיאוועט איינער וואס זאל עס אויפעסן אין צען בייסעס און דערנאך סוען.....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פאר א ליסטע און דירעקציעס צו אידישע בתי עולם אין אפסטעיט

http://josephngarlickfuneralhome.com/cem_location
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ייש"כ ראביי מיללער פאר דעם לעצטן בילד, עס האט מיר אויסגעצויגן א גרויסן שמייכל, ווען איך בייס ווען יעצט וואלט עס געווען נאר אכט בייסעס...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ווידער אין ליבערטי האט בשנת תרצ"ז פונקציאנירט א וועד-הכשרות אונטער דער ארטיגער רב ר' שאול ליב מארגענשטערן (ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?)
בילד




היינט ארויף אויף קברים.קאם מצבתו של אותו הרב מליבערטי ניו יארק, הרב ר' שאול ליב מארגענשטערן ז"ל
http://kevarim.com/rabbi-shaul-aryeh-leib-morgenstern/

דער רב ז"ל האט פריער משמש געווען ברבנות אין פוילן אין א שטעטל רייגארד


בילד
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

א שנעלע זוך אויף היברו בוקס ווייזט אז שו"ת אהל משה איז פון זיין שווער ר' משה קצינעלינבויגין, נישט ווי עס שטייט אויף די מציבה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הבוחר בטוב האט געשריבן:א שנעלע זוך אויף היברו בוקס ווייזט אז שו"ת אהל משה איז פון זיין שווער ר' משה קצינעלינבויגין, נישט ווי עס שטייט אויף די מציבה

אויך געזעהן

אדער איז עס טעות המנסח, און די שורה באלאנגט אונטער די נאמען פון זיין שווער, אדער האבן זיי געמיינט אז הרב מארגנשטערן איז דער מחבר
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

badatz האט געשריבן:בעזהשי''ת
אודות "ירשלים דאמעריקא " לא הי' בה ישיבה גדולה הנקרא היום מתיבתא רק ת''ת שלמדו בה אחרי הצהרים וכמה ישיבות קטנות .גרו בה
לרוב אנשים פשוטים --ארבעטערס-- הי' שם שטיבל רעים אהובים --עם מקוה --עם גאליציאנער חסידישע יודען .המשפחה המפורסמת העכט
מליובאוויטש גדלה שם גם משפחת גראנער שם התפללו אמת'ע חסידישע יודען אך מהדור הצעיר לא חשבו . שאלתי פעם את הרה''ג ר' יענקעלע
פלאנצבוירגען --חסיד פלאנטש ומייסד ישיבת ר' שלמה קלוגער באיסט סייד מה הי' החשבון שלא ייסדו ישיבות .ענה לי כי לא באו לגור כאן רק לעשות
קצת כסף ולחזור לאירופה . אך בשנות הצ' --1930-- כשראו את המצב באירופה התחילו לחשוב אודות ליבנות ישיבות ובינתיים כמה דורות נאבדו .
ישיבה גדולה הי' רק באסט-סייד ישיבת ר' יעקב יוסף ובעירנו וומ''ס ישיבת תורה ודעת ואח''כ עוד ישיבה חפץ-חיים שהתפלגה מתו''ד.
ואח''כ יסד הרב הוטנער מתיבתא חיים ברלין בנוסף לישיבה שהוא הי' המנהל אחר שעזב את ישיבת ר' יעקב יוסף שהי' שם מגיד שיעור .
צריך לזכור שבאו לגור ולבקר כאן מאות כן מאות רבנים צדיקים ובנש''ק ואף אחד כמעט לא עשה כלום רק אסף כסף כדי מחייתו .
וזה ששינה את המצב הי' ההגירה הגדולה של לפני המלחמה ובשעת המלחמה והעיקר אחר המלחמה ----גירוש גרמני'- אוסטרי' -הביא
לאמריקה אלפי אלפים שומרי תורה ומצוות ורבנים כהרב מצעהלים -מטסדארף-הרב ברויער מפראנקפורט -ועוד והם בנו וגם גדולי ליטא
כמו הרשכבה''ג ר' אהרן קוטלר ור' ראובן גרוזבסקי והאדמו''ר הריי''ץ מליובאוויטש והם בנו כל אחד לפי מדרגתו ודרכו את היהדות החרדית .
ועל יסודות אלו בנו והרחיבו הבאים אחריהם ---אך ראו נא העיקר בנו בברוקלין וסביבותי' ואת ערי השדה כמעט עזבו--למה כי כאן כבר הי' הגרעין
---לא בנו שכונה חדשה רק על יסודות של ר' שרגא פייבל מענדעלאוויטש שבנה כאן בעירנו וומ''ס את אם הישיבות ,"תורה-ודעת "שביסודה יסד
אותה הרב זאב גאלד ממזרחי שהי' רב בסאוט פיפטה סטריט וקרא אותה כמו השם של ישיבת הרב ריינעס מלידא .ואת ישיבת ר' חיים ברלין יסד
נשיא המזרחי ר' מאיר ברלין-בר אילן ע''ש אחיו ר' חיים .
אי''ה עוד נאריך בנושא
והעיקר שכחתי שלום עליכם אלע גיטע פריינד הייתי בארה''ק ואח''כ הייתי טרוד ב''ה עם שמחות אצל רבינו שיחי' ועוד .
תודה לאלו ששאלו עלי באישי וטלפונית ----שלום שלום ---והעיקר שלום לרחוק ולקרוב וגם להידידים בארה''ק

זקני שליט"א נתגדל בבראנזוויל עד נישואין בערך בשנת 1965 התפללו בגאליציאנער שול-רעים אהובים ולמד בחיים ברלין
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

גיבערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

איך האב געטראפען א איד וואס הייסט די לעצטע נאמען גיבער, ער האט געוואינט אין מאנטעסעלא אין זיין זיידע האט געהאט א אייער פארם נעבען די גיבערס האטעל אין זיין זיידעס ברודערס האבן געווען בעל הבתים פון גיבערס האטעל, בקיצור ער געדענקט זייער אסאך פון יעני צייטען פון גיבערס אין מאנטעסעלא בפרט, אין די גאנצע קאנטרי בכלל, אויב איינער וויל עם אויס פרעגן אביסעל אין שרייבען א ארטיקל דא קען מיך שיקען א אישי, איך בין נישט אזוי גיט אין פרעגן אין אראפ שרייבען באט איך קען באשטיין עס זאל זיין אראפ געשריבען
ישר כח אנפין

נ.ב ער האט בילדער אויך
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

אין האנטער (Hunter NY), א געגנט אין די קעטסקילס לעבן טענערסוויל, איז דא אן אלטן ביהמ"ד, געגרינדעט 1909, די בנין איז געבויעט געווארן 1914 און איז היינט א לענדמארק.
ביהכנ"ס כל ישראל - אנשי האנטער, 7879 מעין סטריט, האנטער נ.י. 12442. בערך א שעה און א האלב צו פארן ארויפציר פון די סט. פאלסבערג (ווייטער ווי פליישמאנס).
איך ווייס נישט צו דאס איז געווען א קהילה א גאנץ יאר, אדער נאר אין די זומער חדשים. איך מיין אז די ביהמ"ד איז אקטיוו.

Hunter_Synagogue_Hunter_NY_May_10.jpg
Hunter_Synagogue_Hunter_NY_May_10.jpg (164.89 KiB) געזען 2588 מאל

Image_cont_b858832e3e6c7d37a82178046c795216057fe64c.jpeg
Image_cont_b858832e3e6c7d37a82178046c795216057fe64c.jpeg (21 KiB) געזען 2588 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”