Geni.com - דער יחוס סייט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

Geni.com - דער יחוס סייט

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 18, 2009 12:00 am

איך האב נאך קיינעם נישט געזען דא דערמאנען דעם העכסט אינטערעסאנטן סייט וואס ערלויבט אירע באנוצער צו אראפמאלן זייער יחוס בוים.

איך האב נישט צופיל צייט, אדרבה פרובירט אויס און האפנטליך וועט איינער בעסער מסביר זיין וויזוי ס'ארבעט.
http://www.geni.com
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » מאנטאג מאי 18, 2009 12:07 am

א גרויסן ייש"כ, כ'האב שוין געהערט פון דעם סייט. איך האב עס נאר נישט געקענט טרעפן.
עמער דאס אויסטשעקן.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מאי 18, 2009 1:59 am

וואו מיר האבן שוין ערווענט איז דא נאך א פירמע, וואס דער עיקר מעלה פון זיי פאר אונז איז, אז עס איז מיט א"ב אותיות.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מאנטאג מאי 18, 2009 1:30 pm

אויף GENI קען מען אויך שרייבן מיט א"ב אותיות.

אוועטאר
אלדד
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2009 9:34 pm

תגובהדורך אלדד » מיטוואך יוני 03, 2009 4:49 pm

איז אימיצער באקאנט אויב GENI פלאנט צוצילייגען אידישע אותיות צו זייער וועב-זייטל? צי איז נאך פון די ישראלישע חברה קיינער נאך נישט ארויסגעקומען מיט אזא פראגראם?
וַיָּרָץ הַנַּעַר, וַיַּגֵּד לְמֹשֶׁה וַיֹּאמַר: אֶלְדָּד וּמֵידָד, מִתְנַבְּאִים בַּמַּחֲנֶה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יוני 03, 2009 6:42 pm

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט, איינער האט דא געשריבן, אז אויף דזשעני קען מען אויך שרייבן יודיש..

דזשאסט פאר יור אינפאו, מיין פראופייל אויף דזשעני איז אין יודיש....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יוני 04, 2009 10:59 pm

זיכער קעמען שרייבן אויף GENI אידיש, עס איז זייער שווער אוועק צו גיין דערפון, מ'קען זיצן דערויף שעות ארוכות.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יוני 08, 2009 6:23 pm

GENI איז א געוואלדיגע יחוס סייט וואס איז חרוב געגאנגען צוליב דעם "יד הכל ממשמשין בו".
איך האב עטליכע לינקס וואס וועט אייך ממש אויפשטעלן די האר פון קאפ.

למשל. קליקט דא:

וועט איר זעהן אז די פרוי פון עמינדב, די שוויגער פון אהרן הכהן איז גאר א מצרי'שע. רח"ל.
ס'כאפט א גועל נפש וואס געוויסע עגיפטער צי גאר אידישע וואנדאלן האבן געמאכט.

עמינדב (נחשונ'ס פאטער)

צווייטנס, קוקט ווייטער דארט אראפצו, זעט מען דארט אז די מאמע פון בועז איז געווען רחב הזונה.
נאך א אויסגעטראכטע זאך.
ווי שטייט אז מאמע פון בועז איז געווען רחב הזונה. אין מדרש רבה (קהלת) שטייט אז זי האט חתונה געהאט צו יהושע בן נון. און עפעס א מאן דהו פון GENI האט אפגעמאכט אז זי איז געווען די פרוי פון שלמון. די מאמע פון בועז.

נאך דא אסאך פאני זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און פוס. אבער מענטשן פאטשקען און מ'שטעלט צו עלטערן און קינדער אז ס'גייט א רויעך.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג יוני 09, 2009 10:51 pm

מיט דעם אלעם איז נאך אלץ ווערד א בליק טאן דערין, ווייל מ'קען דאך טרעפן פארשידענע אינטרעסאנטע קרובים, און איך זעהן ווי ווייט בין איך פונעם נודע ביהודה.

ווי ווייט בין איך פון רב האי גאון, 608'טע זיידע. WOW. נישט שלעכט.
אבער כנודע זענען זייער אסאך זאכן נישט קראנט, און אסאך דאפלטע מענטשן. איך האב שוין פארברענט דערויף חדשים. ווען איך וואלט געלערנט אין די צייט, וואלט איך שוין מסיים געווען א סדר אדער מער.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דינסטאג יוני 09, 2009 11:35 pm

איך האב הייינט באקומען א איינלאדענונג צו דעם סייט פון איינע פון מיינס א ווייטע קרוב, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם סייט, אבער היינט אליינס בין איך שוין געזעצן דארט איבער א שעה.

די מעלה וואס די סייט האט איז אז די בוים וואס יענער האט געמאכט איז פריוואט, און נאר איינער וואס דער מחבר שוקט אן איינלאדענונג, און איז א משפחה פון דער בוים, קען צולייגן נאך פרטים.

איך האב געקענט צולייגן מיין משפחה אויף יענע בוים, און נישט דארפן מורא האבן אז סיי ווער אויף די "ווארלד ווייד וועב" וועט עס קענען עס זעהן, ווייל אזוי ווי דערמאנט איז עס פריוואט.
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

בעל בית
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 06, 2009 4:46 pm

תגובהדורך בעל בית » מיטוואך יוני 10, 2009 1:38 pm

וויאזוי קען איך זען די גאנצע יחוס?

בעל בית
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 06, 2009 4:46 pm

תגובהדורך בעל בית » מיטוואך יוני 10, 2009 2:18 pm

קען איינער מיך האלפן אז איך זאל קען זעהן די שיינע בוים?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך יוני 10, 2009 2:47 pm

geni.com

בעל בית
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 06, 2009 4:46 pm

תגובהדורך בעל בית » מיטוואך יוני 10, 2009 3:34 pm

אלץ-ווייסער פליס ווייז מיט פינטלעך ווי קען איך זעהן א שיינע יוחס מיט 1000 נעמען אין geni.com?

בעל בית
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 06, 2009 4:46 pm

תגובהדורך בעל בית » מיטוואך יוני 10, 2009 10:20 pm

nu

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » פרייטאג יוני 12, 2009 3:49 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:GENI איז א געוואלדיגע יחוס סייט וואס איז חרוב געגאנגען צוליב דעם "יד הכל ממשמשין בו".
איך האב עטליכע לינקס וואס וועט אייך ממש אויפשטעלן די האר פון קאפ.

למשל. קליקט דא:

וועט איר זעהן אז די פרוי פון עמינדב, די שוויגער פון אהרן הכהן איז גאר א מצרי'שע. רח"ל.
ס'כאפט א גועל נפש וואס געוויסע עגיפטער צי גאר אידישע וואנדאלן האבן געמאכט.

עמינדב (נחשונ'ס פאטער)

נאך דא אסאך פאני זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און פוס. אבער מענטשן פאטשקען און מ'שטעלט צו עלטערן און קינדער אז ס'גייט א רויעך.


אוי, איך האב קיינמאל נישט געקוקט אזוי ווייט ארויף. עס איז טאקע א גרויל וואס דער מצרי האט געטאן דארט, נאכדערצו מיט בילדער צוגעלייגט פון זיינע פאנטאזיעס. אפשר ווייסט עמיצער וויאזוי מ'קען דאס פאררעכטן און עס בלאקן אז קיינער זאל עס נישט קענען טוישן, [איך ווייס אז איך האב זיך געמוטשעט ביי מיין משפחה-בוים אויף עפעס וואס עמיצער האט פארמישט די יוצרות און עס האט מיר געקאסט כוחות דאס אויסצוגראדן].

אויסער ביי די משפחה ביז עטליכע דורות ארויף, וואס איך ווער געוואויר פרישע קאזינס, האב איך אבער געטראפן עטליכע אינטערסאנטע זאכן ביי די פריערדיגע פון ארום 300 יאר צוריק, וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אין די געווענליכע ספרי יוחסין ותולדות, איך האף אי"ה צו מאכן א שטיקל סיכום פון די סארט זאכן, און אנפרעגן דא ביי די חברים, אפשר וועט עמיצער מיר קענען אנצייגן מקורות.

ווי יעדער וואס האט שוין פארברענגט אויף דזשעני וועט מעיד זיין, איז עס א געוואלדיגער צייט-פארברענגער [דאס איז שוין אויסער דעם פראבלעם אז עס גייט זייער שטייט], אבער איך וועל פארט פרובירן אנצופאנגען מיט איינצלנע פון מיינע פראגעס.

(נאך איין זאך וואס איך דארף ווארענען יעדן וואס סיינט אויף אויף דזשעני. מאכט זיכער נישט צו ערלויבן מ'זאל אייך שיקן אלע בוירטדעי רימיינדערס פון אייער סעקאנד קאזינס מאנ'ס שוועסטערס שנור'ס ברודער'ס טאכטער'ל...)

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » פרייטאג יוני 12, 2009 4:18 pm

איך ווייס נישט ווען איך וועל האבן צייט מסדר צו זיין די גאנצע זאך.

איך וועל קודם ארויסלייגן פאר'ן עולם וואו איך האב זיך אנגעשטויסן אין א אינטערסאנטע זאך בנוגע צום תוספות יו"ט-מהר"ל מפראג, וואס איז לכאורה פיל מיט סתירות, אדער האט עס צו טאן מיט דעם אלטן פראבלעם ווען עס קומט צו יחוס, נעמליך, אז מענטשן האבן געהאט צוויי ווייבער, און קינדער פון ביידע, און ווען מ'קוקט נאך אין די ספרי התולדות זעט מען אז אזוי ווערט פארדרייט די יוצרות מיט איינגעבאקענע טעותים וואס מ'שרייבט בלויז נאך איינער פון צווייטן.

איך האב לעצטענס באמערקט אויף "מיין" בוים, אז דער תוספות יו"ט איז געווען אן אייניקל פון א טאכטער פונעם מהר"ל מפראג, ד"ה זיין טאטע איז געווען אן איידעם ביי אן איידעם פונעם מהר"ל [ווייזט אויס אז איינער האט געמערדזשט אדער געוואלט צולייגן ארויפציר פרישע נעמען, און ער האט צוזאמעגעשטעלט הודו מיט כוש, מיר קוקט אויס ווי ס'איז דא דארט זאכן אין די וועלט אריין, דאפעלטע נעמען וכו']

דער סדר היחוס גייט אזוי: התוי"ט ב"ר נתן הלוי בן מרת רחל א טאכטער פון מהר"ל.

קען זיין אז דאס איז א פשטות ביי די וואס טוען אין יחוס, אבער לויט ווי איך געדענק האב איך עס נישט געהערט. עכ"פ איך האב געוואוסט אז פון איין זייט בין איך אן אייניקל פון תוי"ט, אבער איך האב נישט געוואוסט אז איך פון דארט אויך אן אייניקל פון מהר"ל, [פון די אנדערע זייט בין איך יא אן אייניקל פון מהר"ל און איך האב געמיינט אז איך קען אביסל די תולדות פון מהר"ל, און דאס האב איך קיינמאל ביז היינט נישט געהערט]

נו, אז איך האב נישט געהערט דערפון, מיינט דאך גארנישט... אבער אז איך וויל אויסגעפינען וויאזוי דער מהרל'ס איידעם האט געהייסן (נישט דער ר' יצחק כ"ץ וואס האט אפגעשריבן די מעשה מיט'ן גולם... ואכמ"ל) דא ווערט שוין א פראבלעם, אינעם זעלבן בוים האט דעם מהרל'ס טאכטער צוויי מענער, און פון ביידע מענער האט זי דעם זעלבן זון, ר' נתן דער פאטער פונעם תוספות יום טוב... איין מאן איז ר' משה הלוי העלער און דער צווייטער איז ר' אברהם הלוי העלער.

ביי דעם ר' אברם הלוי האט יענער צוגעשריבן דאס פאלגנדע:

Rachel LOEW (d. 1633 Prague) daughter of the Maharal of Prague married Abraham HaLEVI HELLER-WALLERSTEIN (b. Lubin, d. 3 Aug. 1572, Vienna, Austria) son of the Chief Rabbi of Germany, Moses HaLevi HELLER-WALLERSTEIN (b. 1520 Wallerstein, Germany, d. 1580).

The information of this family tree is based only on the above info - NOT the one below!

See below for other information about their son Jakob KOPPEL FRAENKEL HELLER-WALLERSTEIN.

(However, according to Paul J. SALAZAR there were two Abraham HELLER's. One the ancestor of the other. The former Abraham married Rachel LOEW. Their son Mose Halevi HELLER-Frenkl (b. ca. 1520)'s son was the latter Abraham Halevi HELLER-FRANKEL (d. 1572). The latter Abraham married Bella the daughter of Meir Ha LEVI (whose family has been researched into the 1300's, and it is the latter Abraham and Bella who were the parents of Jakob KOPPEL FRAENKEL HELLER-WALLERSTEIN.)

(Finally, according to David Peter John LEWIN davidlewin at btinternet.com, Rahel bat Maharal LOEW married Mose Halevi HELLER-FRENKL (b. about 1520) (see page 17) and they had a son Abraham HALEVI-HELLER (d. 1572/1591) who married Bella (see page 66) and they had a son Jakob KOPPEL FRAENKEL HELLER-WALLERSTEIN.)

אפשר ווייסט עמיצער א נארמאלן מקור איבער דעם ענין?

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג יוני 15, 2009 4:35 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:GENI איז א געוואלדיגע יחוס סייט וואס איז חרוב געגאנגען צוליב דעם "יד הכל ממשמשין בו".
איך האב עטליכע לינקס וואס וועט אייך ממש אויפשטעלן די האר פון קאפ.

למשל. קליקט דא:

וועט איר זעהן אז די פרוי פון עמינדב, די שוויגער פון אהרן הכהן איז גאר א מצרי'שע. רח"ל.
ס'כאפט א גועל נפש וואס געוויסע עגיפטער צי גאר אידישע וואנדאלן האבן געמאכט.

עמינדב (נחשונ'ס פאטער)

צווייטנס, קוקט ווייטער דארט אראפצו, זעט מען דארט אז די מאמע פון בועז איז געווען רחב הזונה.
נאך א אויסגעטראכטע זאך.
ווי שטייט אז מאמע פון בועז איז געווען רחב הזונה. אין מדרש רבה (קהלת) שטייט אז זי האט חתונה געהאט צו יהושע בן נון. און עפעס א מאן דהו פון GENI האט אפגעמאכט אז זי איז געווען די פרוי פון שלמון. די מאמע פון בועז.

נאך דא אסאך פאני זאכן וואס האבן נישט קיין הענט און פוס. אבער מענטשן פאטשקען און מ'שטעלט צו עלטערן און קינדער אז ס'גייט א רויעך.


אז איינער איז נייגעריג ווי עס שטייט אז די מאמע פון בועז איז רחב הזונה, כ'קען נישט ארויסשרייבן אבער דער מקור איז אין די נוצרישע אמונה.

און דער נאמען פון דעם וואס האט עס צוגעלייגט אויף geni איז איינער א Matt פון מישיגען, א זון פון פאול און טשעריל... וואס דארפסטו מער.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג יוני 15, 2009 11:25 pm

קאמענטאטאר ריכטיג געזאגט. גענומען פון די ניו טעסטאמענט און אריינגעשמוגעלט אהער.
ס'איז א ווייטאג, ווייל ס'האט אסאך גוטע חלקים און וויבאלד ס'איז צעפאטשקעט און אנגעפיקעוועט מיט פאלשע אדער גאר קריסטליכע אינפארמאציע ווערט עס אבסעליט (נישט אבסעלוט).

בכלל ווייס איך נישט צי ס'איז בכלל מעגליך אפצורייסן די אלע פארשאלטענע עגיפטער פון די טרי. פראבירן קען מען.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 16, 2009 9:42 am

אז ס'גייט איינעם בנפשו גלויב איך אז מ'קען פרובירן רעדן מיט די באהערדע צו מאכן א 'טיילונג', א אידישע און לבדיל א קריסטליכע ווערסיע.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 10:47 am

ואס גייט פאר די לעצטע פאר טאג מיט די סייט? מען קען נישט אריינגיין אין איר :cry:

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:06 pm

מז"ט ס'ארבעט שוין!!! (זעהט אויס אז זיי האבן געווארט אז מען זאל ארויפברענגען דעם אשכול ווי מען רעדט פון זיי)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:10 pm

על הראשונים אנו מצטערים...

צוליב אן אומוויסענדע סיבה, ווען עס קומט צו יחוס, ווערט עפעס דער "מדבר שקר תרחק" בטל ומבוטל, איך קוק מיך היינט צו סדרי יוחסין, וואס מענשטן האב אמאל משער געווען, און מען איז עס היינט מעלה גרה, להגדיל תפארת היחוס, אפילו עס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגען, און רובא דרבוא דערפון זענע אפגעפרעגט, צו ווייל די נעמען שטימען נישט צו ווייל די יארן קלאפן נישט, ואכמ"ל.

אויב איינער ווייל דערגיין זיין "אמת'ע", וועט זיך ערשט מוזן "אויסלערנען" "וויאזוי" מען איז "חוקר" יחוס, "נאכדעם" קען ער זיך זעצן פאר "עטליכע יאר" אויסארבעטן און אויספילטערן די אלע אומפארלעסליכע סדרי יוחסין וואס האבן אנגעפילט די ספרים אין לעצטע 150 יאר, וועס זענען אריינגעפאלן איין זיין סדר יחוס, הערשט נאכדעם וועט מען אויף נאר האבן א 95 פראצענטיגע כשר'ע סדר יוחסין.

נאכדם גיי אויף דזעשני, זעצט דיך אויפ א בענקל, איך וואלט דיך נישט געראטן צו טרינקען, ווייל וועסטיך קענען רייסען פאר געלעכטער פאר עטליכע שעה וויפיל שטותים, עס ווערט דארט געברענגט.

בד"א, איינער האט דער מאנט זיין "זיידע" רב האי גאון!, רב האי גאון האט נישט געהאט קיין קינדער......

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:13 pm

פון וואנעט ווייסטו אזוי זיכער אז רב האי גאון האט נישט געהאט קיין קינדער?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:19 pm

קינה פון רבי שמואל הנגיד אויף עם.

עי' זכרון לראשונים שיר כ"ו (נמצא בהיברו)
לעצט פאראכטן דורך איטשע אום מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Hershela, געשמאקער, פראהביטש און 10 געסט