קרית יואל אמאל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר מאה
- תגובות: 223
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm
ווארד2007 האט געשריבן:ווי אזוי פלעגט ר' יו"ט ערליך זינגען:
קרית יואל א מחי'....
פרעגט מיר נישט ווי אזוי ס'גייט ווייטער ווייל כ'ווייס נישט, אבער מיט די ניגון בים איך אויפגעוואקסן, און דאס פלעגט מיין מאמע זינגען שטענדיג.
און יא נישט פארגעסן ווען מען איז צוריקגעקומען פון א טריפ און געזינגען
"מיר זענען געקומען קיין קרית יואל צו לערנען די הייליגע תורה"
און די הומאריסטן פלעגן זינען צו: כאפן פעטש, צו... ווייס איך וואס, עפעס א דזשאוק וואס האט געמאלטס קורסירט ביי אונז אינגלעך.
יעצט על פי בקשת "אלף בית" צו עפענען א אשכול איבער קרית יואל אמאל, ס'טאקע נישט שיין אונטערן נאמען מאריא אויסצורעכענען די נאסטאלאגישע זכרונות פון קרית יואל
איז במקום שאין איש...
לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן, אן א סדר, וויפיל מען דערמאנט זיך
ווען גרענד פוד מארקעט איז געווען... כ'דענק שוין נישט וועלכע גאס, אבער אין עפעס א טרעילאר
האללענדער איז געווען ביי קארנער העיס
מאשקאוויטש אויף קראלי
אלי' מוהדיב האט געפירט די ספרים סטאר
ר' אברהם יצחק זיכערמאן די דזשעלי רבי
ר' ישעי' יעקב שטויבער פלעגט קומען זאגן די שובבי"ם דרשות כ"ח תמוז פארן גיין צום ציון פון רבין ז"ל
ר' יעקב ישראל פריינד מיט ר' אלי' שלמה קאהן וואטשן ביים ליינען
ערעב קלמן'ס נייע באס
ווען מען האט געלערנט דארט ווי די מצה בעקערי איז הינט (צעירים בילדינג)
המשך יבא...
מאשקאוויטש איז שוין ציריק אויף קראלי
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
mosheyahoo האט געשריבן:ווארד2007 האט געשריבן:ווי אזוי פלעגט ר' יו"ט ערליך זינגען:
קרית יואל א מחי'....
פרעגט מיר נישט ווי אזוי ס'גייט ווייטער ווייל כ'ווייס נישט, אבער מיט די ניגון בים איך אויפגעוואקסן, און דאס פלעגט מיין מאמע זינגען שטענדיג.
און יא נישט פארגעסן ווען מען איז צוריקגעקומען פון א טריפ און געזינגען
"מיר זענען געקומען קיין קרית יואל צו לערנען די הייליגע תורה"
און די הומאריסטן פלעגן זינען צו: כאפן פעטש, צו... ווייס איך וואס, עפעס א דזשאוק וואס האט געמאלטס קורסירט ביי אונז אינגלעך.
יעצט על פי בקשת "אלף בית" צו עפענען א אשכול איבער קרית יואל אמאל, ס'טאקע נישט שיין אונטערן נאמען מאריא אויסצורעכענען די נאסטאלאגישע זכרונות פון קרית יואל
איז במקום שאין איש...
לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן, אן א סדר, וויפיל מען דערמאנט זיך
ווען גרענד פוד מארקעט איז געווען... כ'דענק שוין נישט וועלכע גאס, אבער אין עפעס א טרעילאר
האללענדער איז געווען ביי קארנער העיס
מאשקאוויטש אויף קראלי
אלי' מוהדיב האט געפירט די ספרים סטאר
ר' אברהם יצחק זיכערמאן די דזשעלי רבי
ר' ישעי' יעקב שטויבער פלעגט קומען זאגן די שובבי"ם דרשות כ"ח תמוז פארן גיין צום ציון פון רבין ז"ל
ר' יעקב ישראל פריינד מיט ר' אלי' שלמה קאהן וואטשן ביים ליינען
ערעב קלמן'ס נייע באס
ווען מען האט געלערנט דארט ווי די מצה בעקערי איז הינט (צעירים בילדינג)
המשך יבא...
מאשקאוויטש איז שוין ציריק אויף קראלי
די לעצטע צוויי עקסעסטירט נאמער? איך מיין אז עס איז נאך בתוקפו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
מאנרא באס דרייוועס אמאל
ר מאיר הירש
ר אהרן שאול סאנדל
ר ברוך פיש
ר בערל פאלעטשעק (שיך געשעפט)
ר שמחה סאנדל
ר מאיר הירש
ר אהרן שאול סאנדל
ר ברוך פיש
ר בערל פאלעטשעק (שיך געשעפט)
ר שמחה סאנדל
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7049
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
הרב_שלום האט געשריבן:מאנרא באס דרייוועס אמאל
ר מאיר הירש
ר אהרן שאול סאנדל
ר ברוך פיש
ר בערל פאלעטשעק (שיך געשעפט)
ר שמחה סאנדל
יוסל וואלדמאן (ווער געדענקט די געשלעג אויף זיין באס?)...
מיכאל שניצלער
מיילעך משה שניצלער
דוד וויינגארטן (טאהש)
מענדל ברייער
מענדל לענעראוויטש
יעקב שמואל סטרולאוויטש
משה ראובן אינדיג
ארון לייב סטרולאוויטש
וואלף גליק
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8838
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
לא לנו האט געשריבן:דאס דארף צו זיין ערגעץ אין די ענדע נ' יארן, ווען פאטאקי האט באזוכט קרית יואל אין אן ערב פסח, און מ'האט אים געפירט צום מצה בעקעריי (בנין ישיבה קטנה) קען עמיצער אידענטיפיצירן די ארומיגע? (איך דערקען בלויז פאטאקי, ר' יעקב ישראל פריינד, און ר' יושע מענדלאוויטש).
דער וואס האלט די באקס איז נישט יואלי ווייס ?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
לא לנו האט געשריבן:דאס דארף צו זיין ערגעץ אין די ענדע נ' יארן, ווען פאטאקי האט באזוכט קרית יואל אין אן ערב פסח, און מ'האט אים געפירט צום מצה בעקעריי (בנין ישיבה קטנה) קען עמיצער אידענטיפיצירן די ארומיגע? (איך דערקען בלויז פאטאקי, ר' יעקב ישראל פריינד, און ר' יושע מענדלאוויטש).
ר' בנציון האניג, ר' יצחק ב"ר אברהם ווידער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
farshlufen האט געשריבן:לא לנו האט געשריבן:דאס דארף צו זיין ערגעץ אין די ענדע נ' יארן, ווען פאטאקי האט באזוכט קרית יואל אין אן ערב פסח, און מ'האט אים געפירט צום מצה בעקעריי (בנין ישיבה קטנה) קען עמיצער אידענטיפיצירן די ארומיגע? (איך דערקען בלויז פאטאקי, ר' יעקב ישראל פריינד, און ר' יושע מענדלאוויטש).
ר' בנציון האניג, ר' יצחק ב"ר אברהם ווידער.
אשר לעמיל ב"ר שמאול מארקאוויטש,
דאס איז אין יאר תשנ"ח
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:לא לנו האט געשריבן:דאס דארף צו זיין ערגעץ אין די ענדע נ' יארן, ווען פאטאקי האט באזוכט קרית יואל אין אן ערב פסח, און מ'האט אים געפירט צום מצה בעקעריי (בנין ישיבה קטנה) קען עמיצער אידענטיפיצירן די ארומיגע? (איך דערקען בלויז פאטאקי, ר' יעקב ישראל פריינד, און ר' יושע מענדלאוויטש).
ר' בנציון האניג, ר' יצחק ב"ר אברהם ווידער.
אשר לעמיל ב"ר שמאול מארקאוויטש,
דאס איז אין יאר תשנ"ח
ווארשיינליך ר' מרדכי הערש הויער צווישן האניג ווידער און מארקאוויטש
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35243
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
אינטערעסאנטע זאך, האב איך ביי מיר א בילד פונם זעלבן ארט, מיט א שיינע פאר יאר שפעטער (ווען אן אויסגעפלאסטערטער פארקינג לאט פארנעמט דאס ארט פון דעם גראזיגן שטח) און די סוכה דארט אויפן פארטש איז אקוראט די זעלבע פון דעם פריערדיגן בילד,
(מיין בילד איז בערך 22 יאר צוריק)
(מיין בילד איז בערך 22 יאר צוריק)
- אטעטשמענטס
-
- CCI05282017.jpg (493.09 KiB) געזען 7472 מאל
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3613
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
פלייוואד האט געשריבן:אינטערעסאנטע זאך, האב איך ביי מיר א בילד פונם זעלבן ארט, מיט א שיינע פאר יאר שפעטער (ווען אן אויסגעפלאסטערטער פארקינג לאט פארנעמט דאס ארט פון דעם גראזיגן שטח) און די סוכה דארט אויפן פארטש איז אקוראט די זעלבע פון דעם פריערדיגן בילד,
(מיין בילד איז בערך 22 יאר צוריק)
אינעם הונטערגרונט זעהט מען בויען די פילמאר הייזער.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 705
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm
farshlufen האט געשריבן:שלך לחמך האט געשריבן:wow יעצט באמערקט דעם אשכול.
איז דא דא גיטע זכרונות, כל מקדש פון ר' אורי שווארטץ ביי מתמידים (און אולם עקשטיין)
די גוי וואס האט געכאפט א פיקטשער ווי מען האלט אינמיטען בויען די נייע לאנטשרום (בית מרדכי) ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף די באלי פון א קרען אין אזוי ארויפגעפארן און די הייעך צי קענען כאפען די פיקטשער.
איר ערוועקט מיר זכרונות, געוויס אין מוקדם ומאוחר.
אוי דערמאנט עטץ מיך.
איך פלעג עסן טשו-טשוס און ריקאולע קענדיס, די צונג פלעגט אויסקוקן שרעקליך נאך די ריקאולע קענדיס, די געלע ,א גערוך האט עס אויך געהאט.
הקיצור, פונקט געהאט א זייגער אין טאש, און אינמיטן ווען דער מלמד פון מתמידים האט זיך גענומען פארלערנען משניות..... נאכ'ן סטראשען מיט געבן "אן עקס" אויפ'ן צעטל....
האט זיך דער זייגער צוקלונגען.
הקיצור, מען האט מיך פארשיקט פון מתמידים ביינאכט, דוכט זיך פאר 2 וואכן.
דער גרעסטער פארלוסט איז געווען, אז איך האב פארפאסט דעם גאנצן לעצטן חלק פון ר' אורי שווארץ כל מקדש, יארן יארן האב איך זיך געפלאגט זיך משלימ צו זיין און צולערנען ,אויף די אייגענע מיה און שווייס, דעם צווייטן חלק. נאך היינט הונקע איך אונטער ביים עס זינגען.......