Advertisement

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:49 pm

איך געדענק אים נאך. און אויך ר' אלי' דוד טירנויער ע"ה.

Advertisement

דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:51 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:איך געדענק אים נאך. און אויך ר' אלי' דוד טירנויער ע"ה.

לכאורה געווען יונגער

דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:01 pm

ר' אלי' דוד איז אוועק אנהייב נ"ז און איז אינגאנצן געווען 73 בעת פטירתו.

דאס הייסט אז אין די מ' יארן איז ער געווען ארום אין די הויכע פופציגער אנהייב זעכציגער.

דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:10 pm

און ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש ז"ל ווי אלט איז געוועזן?

דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:12 pm

און ווי אלט איז ר' שמעון געווען ?
מיין שאצונג איז אז נ"ז וואלט ער לכאורה געווען אין די הויכע אכציגערס (לפי ערך די עלטער פון זיין זון לאוי"ט)

דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:13 pm

farshlufen האט געשריבן:און ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש ז"ל ווי אלט איז געוועזן?

דאכצימיר און די זיביציגער

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:12 pm

ר' שמעון איז זיכער געווען אין די אכציגער. ר' שלמה מנשה פלעגט צייכענען די שיינשרייבן אדג.
מיינע זיסטע יארן זענען געווען אין ווידער פאלאטשעק בילדינג טראצדעם וואס איך געדענק נאך אין כיתה ג' אין די אלטע ת"ת אויף געציל בערגער ווי מאריא קעצעלע איז נאכגעלאפן יונגלעך...

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:14 pm

ר' שלמה מנשה געדענק מיר נאך אלס אקטיווער מלמד.

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:19 pm

איך האב געשריבן צופיל שטותים. איך געדענק נישט עלטערע מלמדים חוץ די אויבנדערמאנטע.

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:25 pm

farshlufen האט געשריבן:ר' שלמה מנשה געדענק מיר נאך אלס אקטיווער מלמד.

אההה.. געוועהן מיין מלמד תשמ"ו

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:27 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:איך האב געשריבן צופיל שטותים. איך געדענק נישט עלטערע מלמדים חוץ די אויבנדערמאנטע.

אוי ווי האסטו פארגעסן פונעם אלעם'ן באליבטן ר' עקיבל'ע לאוי"ט
און אויך די 2 שטעלפארטרעטער
ר' אברהם יצחק זיכערמאן ע"ה (המכונה דזשעלי בין רבי)
און ר' מרדכי לייב פריינד ע"ה (המכונה זיידע רבי)

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:34 pm

איך האב געמיינט עטץ זענטס אינגעלייט..

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:38 pm

ר' אברהם יצחק ז"ל האבן די קינדער זייער געגליכן, איי דאס פאפירענע זעקל מיט די דזשעליס בינס מיטן שמייכל דערצו, געהאט א חעין.

דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:59 pm

משזר האט געשריבן:איך האב געמיינט עטץ זענטס אינגעלייט..

און וואס מאכט דיך יעצט אנדערש טראכטען?

דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:02 pm

געועהן בינעך אמאל אין קר"י זומער, דער רבי זיכערמאן איז געוועהן מיין רבי, עפעס האב איך אים נערוועז געמאכט אמאל, ער האט מיר געגעבן א צופ אין באק אזש סטוט מיר נאך איצט וויי.

סוף טאג ווען ער איז ארום געגאנגען טיילן די דשעלעבינס האט ער מיר געלאזט נעמען די ערשטע, אין געהייסן נעמען נאך איינס, א אלטער יוד געוועהן, אבער געדענקט איבערצובעטן א יונגעלע, דאס האט מיר איבערגעלאזט א השפעה אויף א גאנץ לעבן.

דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:05 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:אלס א קרית יואל'ער געבוירענער אין די פריע 80'ער יארן האב איך א שלל מיט זכרונות וויאזוי די שטעטל האט אויסגעזען פאר 25 יאר צוריק און דערנאך.

אויב זענט איר געבוירן אין די פריע אכציגער יארן, לאמיר עס געבן א מיטל-פונקט פון 83 דאס הייסט תשמ"ג, דרייסיג יאר צוריק, געדענקט איר ווי דער שטעטל האט אויסגעזען 25 יאר צוריק אלט זייענדיג 5 יאר? נישט מסתבר. עס קומט מיר אויס אז אייער זכרונות זענען פון תש"ן און ווייטער, דער שטעטל שטייט צו גוטן פון תשל"ד, און דער ווילידזש פון תשל"ז.

ועל כולם, צו געדענקען אז לעמבערג איז געווען א וואלד, ברויך מען ניטאמאל געדענקען ווייטער ווי תשס"ז-ח.

איך מיין נישט צו קריטיקירן נאר צו לייגן זאכן אין פערספעקטיוו.

דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:04 pm

ווער געדענקט נאך ווי א גרויס עולם האט נאכן דאווענען פרייטיג צונאכטס נאכן גיין זאגן גוט שבת פארן רב איז מען אריבער צו די רעביצין זאגן גוט שבת,
און די לאליס וואס מ'האט באקומען...

דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:17 pm

איך געדענק נאך ווי היינט ווי ר' אלי' דוד טירנויער ז"ל פלעגט טיילן עפלעך אדער אראנדזשעס ביי ריסעס, ס'פלעגט זיין א לאנגע ליין פון אינגלעך ביזן האלוועי, און מ'האט געמוזט מאכן בפניו א הויכע בורא פרי העץ.

פרייטאג מאי 10, 2013 7:32 am

גיוואלדיג, געדענק מיר נאך, די טיר אויף מזרח איז נאך געוועזן אפן.

פרייטאג מאי 10, 2013 7:37 am

גאלדגרוב, מרדכי שעהר אלס א וואלד געדענקט איר נאך?

פרייטאג מאי 10, 2013 11:17 am

מיללער האט געשריבן:אויב זענט איר געבוירן אין די פריע אכציגער יארן, לאמיר עס געבן א מיטל-פונקט פון 83 דאס הייסט תשמ"ג, דרייסיג יאר צוריק, געדענקט איר ווי דער שטעטל האט אויסגעזען 25 יאר צוריק אלט זייענדיג 5 יאר? נישט מסתבר.

הרב מילער פארוואס זאגט איר אז ס'איז נישט מסתבר צו געדענקען זאכן פון די 5 יאר
איך האב ב"ה אסאך זכרונות פון יענע יארן וויאזוי די שטעטעל האט אויסגעזען כעל נישט זאגן אז איך געדענק אלעס פונקטליך דיטעלט
אבער געדענקען געדענק איך אדרבה איך וועל שרייבן אביסל פון מיינע זכרונות פון די יארן מ"ז מ"ח מ"ט אין די וועסט מיר זאגן וואס איך געדענק נישט גוט

זונטאג מאי 12, 2013 2:33 am

הערליך האט געשריבן:געועהן בינעך אמאל אין קר"י זומער, דער רבי זיכערמאן איז געוועהן מיין רבי, עפעס האב איך אים נערוועז געמאכט אמאל, ער האט מיר געגעבן א צופ אין באק אזש סטוט מיר נאך איצט וויי.

סוף טאג ווען ער איז ארום געגאנגען טיילן די דשעלעבינס האט ער מיר געלאזט נעמען די ערשטע, אין געהייסן נעמען נאך איינס, א אלטער יוד געוועהן, אבער געדענקט איבערצובעטן א יונגעלע, דאס האט מיר איבערגעלאזט א השפעה אויף א גאנץ לעבן.


און מיר טוט נאך יעצט ווי די אויסציען פון די שנארצען, אבער עס האט זיך געלוינט ווייל איך האב באקומען אן עקסטערע דזשעלעבין, אוי איז עס געווען גוטע צייטן. און ר' אלי' פלאהר'ס ספרים סטאר ווער געדענק נאך?
ר' בעריש לויפער'ס פרישטאג די קאטעדזש טשיז מיט די פאפריקע מיט די גאנצע עבודה.

זונטאג מאי 12, 2013 2:42 am

ווארד2007 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:בד"וו, ר' ווארט, איך וייס נאך נישט פון וועלכע ר' יא"ג איר רעדט, עס איז דא צוויי.

איך ווייס נישט ער וויל צו זיין נאמען זאל דא קורסירן, ווערס'געדענקט ווייס פון וועם איך רעד

מיט אנטשולדיגונג


צוריקקוקענדיג די אשכול ברענגט דאס ארויף זכרונות,
דרך אגב ווער געדענקט דען נישט ווי אזוי ער פלעגט ציילן די געלט מיט די ראבער בענד און די ענוועלאופס פון די באנק, אוי האב איך גע'חלשט צי האבן דעמאלטס יענע מיני ענוועלאופס

זונטאג מאי 12, 2013 8:43 am

געווען איז דאס גענוי צוואנציג יאר צוריק
איז געקומען די פרעסע אין תלמוד תורה ווידער פאלאטשעק און אפגעכאפט ווידיאו אפאר שעה.
איך בין נייגעריג צו מען קען עס אפיר זוכן ערגעץ..

זונטאג מאי 12, 2013 12:35 pm

קודם וויל איך אנטשולדיגן דעם עולם אז איך האב א באגרעניצטע צוטריט צום אינטערנעט, קען איך נישט אפט שרייבן און קאמענטירן.

ר' עקיבא'לע איז געווען מיין כתה א' רבי בשנת תשמ"ז

ר' אברהם יצחק זיכערמאן איז אויך געווען מיין דזשעליבין שטעלפארטרעטער
איך האב אויך געכאפט פון אים
שרייב א תגובה

Advertisement