מרת שרה שנירער ע"ה מייסדת 'בית יעקב'

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בילד פונעם אויבן-אָן טיש ביי דעם גרינדונגס-קאנפערענץ פונעם בית יעקב צענטראלע אין פוילן. [קרעדיט: דאס אידישער ווארט].
פון ר. צו ל.: דר. לוי ניווצעוויץ, ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן, ר' יוסף משה הייבער, ר' יצחק מאיר לעווין, ר' אשר שפירא.
אטעטשמענטס
Bais Yakov.gif
לחיים ולברכה!
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

ברוקלין האט געשריבן:ווען דער קדושת ציון מבאבוב זצ"ל האט אנגעפאנגען ציזאמנעמען בחורים אין זינגען וכדומה וכדומה, איז הרה"ק ר' חנא מקאלשיטץ געווען קעגן דעם אין געזאגט אז דאס איז נישט צאנז.

למעשה האט הרה"ק מבאבוב אפגעראטעוועט טויזעטער בחורים, אין האט געגרינדערט די ערשטע ישיבה אין גלציה.


כדברים האלה שטייט אין ס' יפה שיחתן מהגה"צ ר' אלחנן היילפערין שליט"א אז ווען מען איז געקומען צום קדושת ציון זצ"ל ער זאל זיך אויך ארויסשטעלן אקעגן די "בית יעקב" שולע'ס, האט ער געענטפערט אז ער מוטשעט זיך לגדל בחורי חמד נאמנים לה' ולתורתו, און 'בית יעקב' שטעלט צו כלות פאר זיינע בחורים, טא, ווי קען איך מוחה זיין?
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

א שארף ווארט:

שמעתי מכ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א: דער מנחת אלעזר זי"ע האט גערופן די מיידל שולע "בית עשיו"...

ביי יענעם שמועס האט מיר אויך דער רבי שליט"א מסביר געווען באריכות די געוואלדיגע ענין מיט דעם וואס רבינו הק' מהר"י ט"ב זי"ע האט געמאכט א 'מיידל שולע' אין אמעריקע וואס הגם בעפארן קריג איז נישט געווען ניחא דעתי' מזה, ומה גם אז ער האט דאס נישט געזעהן מבית אבותיו ורבותיו, אבער עכ"ז ווען ער האט איינגעזעהן אז ס'פעהלט אויס פארן אידישקייט און פארן דור האט ער דאס געטוהן.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ברוקלין האט געשריבן:ווען דער קדושת ציון מבאבוב זצ"ל האט אנגעפאנגען ציזאמנעמען בחורים אין זינגען וכדומה וכדומה, איז הרה"ק ר' חנא מקאלשיטץ געווען קעגן דעם אין געזאגט אז דאס איז נישט צאנז.

למעשה האט הרה"ק מבאבוב אפגעראטעוועט טויזעטער בחורים, אין האט געגרינדערט די ערשטע ישיבה אין גלציה.

די ערשטע ישיבה אין גאליציא האט געגרינדעט זיין פאטער הרה"ק רבי שלמה נאך אין ווישניצא.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היסטארישע רשימה פון שנת תרפ"ה - צאמגעשטעלט דורך הרב דר. אלי' יונג ז"ל מראשי אגודת ישראל, וואו עס ווערט אויסגערעכנט די "בית יעקב, שולעס אין 45 שטעט און שטעטליך מיט פרטים פון די שולעס.
http://search.archives.jdc.org/multimed ... 1_0010.pdf
יביןשמועה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 2:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יביןשמועה »

נחמן נתן האט געשריבן:בילד פונעם אויבן-אָן טיש ביי דעם גרינדונגס-קאנפערענץ פונעם בית יעקב צענטראלע אין פוילן. [קרעדיט: דאס אידישער ווארט].
פון ר. צו ל.: דר. לוי ניווצעוויץ, ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן, ר' יוסף משה הייבער, ר' יצחק מאיר לעווין, ר' אשר שפירא.


קענסטו מיר זאגן ווער איז דוס אין בילד וואס שטיין הינטער

איך זוך א בילד פון ר' יואל אונגער

viewtopic.php?f=63&t=29750
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

מיללער האט געשריבן:געדולד,
איך מיין זא זי האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, אדער זיך גע'גט

עס איז לעצטענס ערשנען פון איר א היסטארישע בילד, דער בילד איז ערישנען אויף עטליכע פארומים אין ה"פ (בחדרי חרדים?) אדער ביי הערשל ציגס בלאג, פרוביר א זוך צו טאן.

זי האט געוואלט אפלאזן דעם שידוך האט מען איר צוגעזאגט אז עס וועט תיקף זיין א גט, וכך הווה מען איז געגאנגן פונעם חופה צום גט. אויף דער עלטער האט זי נאכאמאל חתונה געהאט.

אגב, איר מצבה איז די איינציגסטע אדער פון די איינציגסטע וואס מען האט צוריקגעשטעלט אין קראקא. די רשעים ימ''ש האבן אויסגעריסן די מצבות און אויפגעשטעלט אויפן שטח די טרויעריג בארימטע צוואנגסלאגער 'פלאשוב'.
אברעמיל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:09 pm

הצעה נאך פריער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברעמיל »

איך האב גיזען אין "מחזיקי הדת" שנת תרע"ב אז ביי דער אגודת ישראל קאנפערענץ אין קראקא יענעם יאהר האט מ'שוין אויס גערופען אז מוויל מאכען מיידעל שולעס. אבער ס'איז נישט געווארן פאר די ערשטע וועלטס קריג. איך האב געזעהן ערגעץ אז דער מנחת אלעזר האט געזאגט אס ווי באלד די הצעה קומט פון דייטשע יידען איז עס בחזקת טריפה
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

א טענצל! האט געשריבן:א שארף ווארט:

שמעתי מכ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א: דער מנחת אלעזר זי"ע האט גערופן די מיידל שולע "בית עשיו"...

ער שרייבט אזוי אין תיקון עולם שפעטער האט מען עס ארויסגענימען.
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

אמאל איז מרת שרה שנירער געווען ראש השנה אין שטאט טאמשוב און זי האט געדאוונט אין ר' לייבוש טאמשוב'ס בית מדרש.
אינמיטן דאווענען איז מען געקומען דערציילן פאר ר' לייבוש'ס רבעצין, זי איז געווען ציעשינובער רב'ס טאכטער, אז יענע פרוי דא אין ווייבער שוהל, איז שרה שנירער.
איז די רעבעצין ציגעגאנגען צו איר אינמיטן ראש השנה, און איר ארויס געשיקט פון בית מדרש, און איר ג'אסר'ט אריין גיין אין קיין שום בית מדרש אין טאמשוב...
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

החריף האט געשריבן:א גרויסע שכח, ס' דאכט זיך אז איך האב אמאל עפעס געהערט אז הרה"ק האמרי אמת מגור זי"ע, האט אויך נישט געהאלטען דערפון, אין דער מנחת אלעזר ממונקאטש האט אויך נישט געהאלטען דערפין.

לויט ווי כ'האב געליינט (אפשר גאר שרייבט זי עס אליין אין אירע כתבים) האט זי יא אנגעפרעגט פארדעם ביים אמרי אמת (דורך א שנור כמדומה) און ער האט געגעבן דעם הסכמה דערצו.

וואונדער איבער וואונדער שרייבט זיך אויך, אז זי איז אריין צום בעלזער רב מהרי"ד אין מארינבאד (אינאיינעם מיט איר'ס א ברודער), און געזאגט אז זי וויל אנהייבן צוזאמנעמען מיידלעך וכו', און דער בעלזער רב האט געשאנקען זיין ווארעמע ברכה.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

בהיותה בת 52 חלתה, ובכ"ו אדר תרצ"ה נפטרה
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

שמעתי אז ס'פלעג ארויס קומען א 'בית יעקב דזשורנאל' ווייסט איינער ווי מ'קען דאס זעהן??
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מה ידידות האט געשריבן:שמעתי אז ס'פלעג ארויס קומען א 'בית יעקב דזשורנאל' ווייסט איינער ווי מ'קען דאס זעהן??

אויף אוצה"ח
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

ראספשע האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:שמעתי אז ס'פלעג ארויס קומען א 'בית יעקב דזשורנאל' ווייסט איינער ווי מ'קען דאס זעהן??

אויף אוצה"ח


איר האט א מראה מקום?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
יעניגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעניגער »

א טענצל! האט געשריבן:
ברוקלין האט געשריבן:ווען דער קדושת ציון מבאבוב זצ"ל האט אנגעפאנגען ציזאמנעמען בחורים אין זינגען וכדומה וכדומה, איז הרה"ק ר' חנא מקאלשיטץ געווען קעגן דעם אין געזאגט אז דאס איז נישט צאנז.

למעשה האט הרה"ק מבאבוב אפגעראטעוועט טויזעטער בחורים, אין האט געגרינדערט די ערשטע ישיבה אין גלציה.


כדברים האלה שטייט אין ס' יפה שיחתן מהגה"צ ר' אלחנן היילפערין שליט"א אז ווען מען איז געקומען צום קדושת ציון זצ"ל ער זאל זיך אויך ארויסשטעלן אקעגן די "בית יעקב" שולע'ס, האט ער געענטפערט אז ער מוטשעט זיך לגדל בחורי חמד נאמנים לה' ולתורתו, און 'בית יעקב' שטעלט צו כלות פאר זיינע בחורים, טא, ווי קען איך מוחה זיין?

מיין קראקעווער זיידע האט אויך און אנפאנג נישט געגליכן די שולע, ער האט דערנאך געטוישט זיין מיינונג און געווארן א שטארקער אנהענגער משום מעשה שהיה, שבת נאכמיטאג האט א איד געבעטן זיין אייניקל א מיידל זאל עם ברענגען א טיי און ביהמ"ד, פארשטייט זיך אן קיין עירוב, און זי האט זיך שטארק קעגנגעשטעלט זאגענדיג אז שרה שנירר האט זיי געלערנט אז מען טאר נישט.שווער צו פארשטיין דימצב פון בנות ישראל יענע צייטן, געוועהן משפחות עובדי ה' ווי די מיידלעך האבן גארנישט געהאלטן.
מיינע טעכטער זענען היינט אהיים געקומען מיט א בריוו וואס שרה שנירר האט געשריבן פאר די תלמידות לכבוד חודש ניסן, ווי זי בעט זיך זיי זאלן געדענקען אז זיי זענען אייניקלעך פון די פיר אמהות, זיי זאלן אויפפאסן אויף צניעות, נט"י וכו', אקטואל אויך פאר היינט
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אינעם ספר 'השמש בגבורתו' (תולדות הג"ר שמשון פינקוס ז"ל) ווערט אביסל געשילדערט די תקופה וואס זיין רעבעצין האט געלערנט אין בית יעקב אין קראקא (ביידע, סיי הג"ר שמשון און סיי זיין ווייב, האבן זייערע עלטערן געוואוינט אין אמעריקע, און ביידע זענען בשעתו געפארן לערנען מעבר לים, ער אין ישיבה אין ליטא, און זי אין בית יעקב).

עכ"פ, ווערט דארט געשילדערט אן אינטרעסאנטע געשעעניש וואס זי האט געהאט מיט שרה שנירער דייקא ביי זייער ערשטע באגעגעניש, ואלה הדברים: "איך בין געגאנגען אנגעטון מיט א לאנגע קלייד לויט וויי די הלכה פארלאנגט, צניעות'דיגע ערמל, און מיט מיין תמימות האב איך געקלערט אז אויך די עפענונג פון מיין האלדז איז בסדר גמור. אבער בליץ שנעל האב איך אנטפלעקט אז דאס טוט נישט נאכקומען די פארלאנגען פון שרה שנירער...

"זי האט מיך אנטפאנגען מיט ווארעמקייט, מיט איר טיפע גאליציאנע אידיש, און אפי' איך האב נישט פארשטאנען יעדעס ווארט האב איך מיך געשפירט 'וועלקאם', און אזוי בעת זי שמייכלט צו מיר, האט זי זיך דערנענטערט מיט א 'סעיפטי פין' און צוגעמאכט דעם עפענונג ביים האלדז, זאגנדיג עפעס אזוי אז אין 'בית יעקב' שטייט מען אויפ'ן צניעות עס זאל זיין מיט'ן פולסטן שלימות, און מען קען בשום אופן נישט מאכן קיין פשרות דערביי"...

זי שילדערט ווייטער, אז טראץ וואס אירע נייע חבר'טעס זענען געשטאנען געפלעפט פונעם 'קבלת פנים' וואס זי האט באקומען, האט זי אבער גארנישט געשפירט עפעס א אנגעווייטאגקייט, וואס איז ווארשיינליך געקומען צוליב איר טבע'דיגע פשטות און אפנקייט וואס האט גורם געווען עס זאל מאכן דעם רושם ווי עס 'איז אין פלאץ' און נישט ווי עס האט פאסירט עפעס אויסערארדנטליך.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לכאו' רעדט איר נישט פון ר' שמשון זעלבסט, ווארום ר' שמשון איז הערשט געבאָרן אום תש"ד.. נישט ער און נישט די ב"ב האבן געלערנט אין אייראפע. (שרה שנירר ע"ה איז שוין נפטר געווארן אזוי פריה ווי אין תרצ"ה). לכאו' ברענגט ער פון איינעם דאס וואס איר זיינט מעתיק.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מ'רעדט דארט פון זיין טאטע און מאמע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

lebediger berel האט געשריבן:מ'רעדט דארט פון זיין טאטע און מאמע

אה, ריכטיג, טעיתי.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

צווי ספרים פון אירע תלמידה פרל בניש ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

צווי ספרים פון אירע תלמידה פרל בניש ע"ה, וואס איז אוועק פאר צווי וואכן צוריק ביי הינעדרט יאהר.
א. הרוח שגברה על הדרקון
ב. שאוני בלבכן
אטעטשמענטס
הרוח שגברה על הדרקון.gif
הרוח שגברה על הדרקון.gif (26.79 KiB) געזען 4463 מאל
שאוני בלבכן.jpeg
שאוני בלבכן.jpeg (6.13 KiB) געזען 4463 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: מרת שרה שנירער ע"ה מייסדת 'בית יעקב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

היינט איז דע יארצייט איהרע.
זכותה תגן עלינו.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

נחמן נתן האט געשריבן:בילד פונעם אויבן-אָן טיש ביי דעם גרינדונגס-קאנפערענץ פונעם בית יעקב צענטראלע אין פוילן. [קרעדיט: דאס אידישער ווארט].
פון ר. צו ל.: דר. לוי ניווצעוויץ, ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן, ר' יוסף משה הייבער, ר' יצחק מאיר לעווין, ר' אשר שפירא.
בילד


ר' אליעזר גרשון פרידענזאן איז דער פאטער פון ר' יוסף דער באקאנטער ארויסגעבער פון "דאס אידישע ווארט", ר' אלכסנדר זושא פריעדמאן איז דער שרייבער און ארויסגעבער פון די פינף בענדער "דער תורה קוואל".
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שואל ומשיב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אגב, איר מצבה איז די איינציגסטע אדער פון די איינציגסטע וואס מען האט צוריקגעשטעלט אין קראקא. די רשעים ימ''ש האבן אויסגעריסן די מצבות און אויפגעשטעלט אויפן שטח די טרויעריג בארימטע צוואנגסלאגער 'פלאשוב'.



ליידער נישט די רשעים און נישט בלויז מצבות.
די דייטשן ימ״ש, האבן געצווינגען יודן אויסצורייסן די גאנצע בית הקברות, איר געביין איז שוין לאנג נישט דארט, די מצבה איז אבי געשטעלט ושלא במקומה.
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

איטשע האט געשריבן:
שואל ומשיב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אגב, איר מצבה איז די איינציגסטע אדער פון די איינציגסטע וואס מען האט צוריקגעשטעלט אין קראקא. די רשעים ימ''ש האבן אויסגעריסן די מצבות און אויפגעשטעלט אויפן שטח די טרויעריג בארימטע צוואנגסלאגער 'פלאשוב'.



ליידער נישט די רשעים און נישט בלויז מצבות.
די דייטשן ימ״ש, האבן געצווינגען יודן אויסצורייסן די גאנצע בית הקברות, איר געביין איז שוין לאנג נישט דארט, די מצבה איז אבי געשטעלט ושלא במקומה.

במחילת כבודכם.
ס'איז נישט אבי געשטעלט.
אירע תלמידות האבן עס צוריק געשטעלט, פחות או יותר אין דע ד' אמות ווי עס איז געוועהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”