וויליאמסבורג און איר היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 11:52 am

מיללער האט געשריבן: איי דער אלטער פלאמס פיקעלס א נחת געווען אריינצוגיין
אוי ס'שמעקט א מחי'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:02 pm

טאקע פארגעסן פון מיכל'טע טוי געשעפט (מרס. יאראסלאוויטש לעבט נאך? קען אויך אריינגיין אין די 'חברה שרייערינס' אינאיינעם מיט דער בעה"ב פון טיב-טוב הארדוועיר), איך געדענק נאך מיכל'ס אויף ראדני סט. אונטער 82 ליע עוו. (נידריג די בוטשער...) א קליין געשעפטליכעל איי היסטאריע.

יא קרעמער ר' אפרים פון כולל שומה"ח פלעג שטיין דארט (זיין מוטער אויך) אינעם קעז געשעפט, גייענדיג קעגן איבער איז געווען 'וויינבערגערס טוי געשעפט' מיר פלעגן דארט איינקויפען 'קוגעלעך' עס האט געהאט א צוויי שטיגען אראפ אין אזא געיט ווי מ'האט געקאנט מאכן טאמבל-סאוסערס...

איינגעדרייעט אויף ווילסאן סט. איז (געווען?) איינע פון די פאר רוסישע שוסטערס דאכציך אז דארט איז געווען דער יאגעדייעוו וועמענס טאכטער-שוועסטער איז נעבעך געהארגעט געווארן דורך א גוי א מחבל.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:09 pm

'יאבוי' טוי סטאר, לאמ'ס (צעהלים) בוטשער - די פלייש גרוך מיט די האלץ מיסט זיך נישט אויסצוגליטשן, אקעגן איבער סאכי רייכ'ס גראסערי,
שמערל (זעלדא) - א קאפיע פאר 5 צענט, וויי פאר דער וואס וויל דאס נאר און נישט קיין רענצלעך אדער טרימינג.
איינגעדרייט אויף ראדני - דער היסטארישער לאנצהוטער שוהל, מאיר כהנא פארקויפנדיג משנכנס סיינס פאר א דולר, אקעגן איבער - דער היסטארישער ר' שלום לויפער מנין.
ביים קארנער - דער פאסט טרעקל אויך א היסטאריע.
לעצט פאראכטן דורך פרעגער אום מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:09 pm

די משפחת יאגעדאוו האבן זייער פיליאלעס צושפרייט איבער גאנץ וויליאמסבורג, דער טאטע אויף מארסי לעבן די פאיע בית המדרש, און די צוויי ברודער איינער אויף ראדני סטריט לעבן נתנה תוקף'ס זילבער געשעפט, און דער אנדערער איז דער דערמאנטע אויף ווילסאן סטריט, צווישן לי עוועניו און פאפא קארנער ראצפערט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:12 pm

דער ראצפערטער א קאפיטל פאר זיך:
זיינע אויסגאבע: ביזנעס און שמחות, תורה און סחורה, און פול נאך אויפצוטוהן אויף אידישקייט.
די קרבן אשר סידורים וואס דער רבי האט בכתב יד קדשו געשריבן דיין נאמען דערויף מיט א סימבאל פון א הינדל (שמות הקדושים).
איי איי זיינע שבת שירה טישן - מיר בחורים - מי יתן והיה, אז מען זאל נאך זוכה זיין צו אזא פרייליכס.
די אפגעשיידעטע פרידזידערס, בעפאר זומער פלעגט מען נעמען אויף באָרג......
מי יתן לנו תמורתו..........
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:14 pm

יא, איך געדענק נאך ווי מ'האמער געשלאגן כפרות ביי די לאם ברודער, אין בעק האבן זיי געהאט עטליכע הינער עוועילעבל.

אויפן קארנער נישט פארגעסן, זעלדא היינט די הויפטקאוורטיר פאר די גאליציאנער כולל, דארט פלעגן טאקע פארברענגן שמעריל מיט די קאפ-קעיק לעידי (זי איז געווען זייער א טאלאנפולער פאעט, און אירע פאעטן האט זי אויף געהאנגן אין געשעפט ביי זעלדא, וואס איך האב אמאל געזעהן מאכנדיג א קאפי פאר 5 צענט (דאכט זיך אז פאר עפעס אנדערש איז מען נישט אריין פאר פחד)).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:18 pm

די פחד ביי זעלדא - איז געווען אולי צוליב דעם ערשיינונג פונעם נזיר וואס האט זיך געוואלגערט פון שמערל צו סאכי הין און צוריק.

עזרא לאם - דער דעליווערי בוי פון לאמ'ס בוטשער.
אברהם גאלדשטיין - דער דעליווערי מאן פון מארסי גראסעריי.
שפיטצער מיט די אייער.
משה שמשון - מוכר ספרים, א דולר פאר א געבענטשטע דיים.
טַאש דוד.
שמעק א ניקל.
בערלע פרידריך.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:21 pm

מיללער האט געשריבן:וויזנער דרייגודס איז געווען א סטאפ וועלכע מיר האבן געמאכט פאר קעמפ אדער פאר פסח איינצוקויפן, דאס געשעפט איז פון אלעמאל געווען א עקספיריענס זייענדיג לכאורה די גרעסטע ריטעיל סטאר אין וומ"ס, אנצוקומען אהין איז געווען היבש שרעקעדיג אדורכגייענדיג עטליכע גויאישע געשעפטן, צו די בר מצוה זענען מיר נאכאמאל געגאנגען אהין יענע געגנט פאר א ביבער-הוט ביי 'קרויס הוט סאטר' (פארן מופען).


האסטעך אבער פארגעסן פון 'סעלקא' וועלכע איז געווען א היטלער פאר איבער 40 יאהר כולם שווים לטובה. סעלקא האט זיך געפונען אויף בראדוועי עראונד דע קארנער פון קרויס הוטן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:24 pm

ווער כאפט? די בוטשער פון אחים לאם איז נישט דער 'צעהלימער' בוטשער פון מר. ניימאן (וואו עס איז היינט איסטערן זילבער- א. און ר. שיך געשפעט - שלעזינגער הוט סטאר) בוזי האסט פארגעסן פונעם שוסטער נעבן קלויזענבורג אויף ליע עוו. ביי טיב-טוב.

די שטוהל ברודער ואביהם הישיש ע"ה האבן געהאט זייער אייגענע קרעמל, נעבן גרינ'ס שיך סטאר, גראס פאנדיאלאוס, וויינגארטן העלטה-פוד.

ווידער אויף ראסס סט. האט ר' מרדכי גאנץ פארראכטען שיך, בעת וואס מר. וויינגארטן ע"ה האקט פיש און מר. וואלטער האלט אן א מיני-מארקעט קעגן איבער דעם אפטייקער מיט די גלעזער אויף די נאניע (דארט קען מען זיך אפוועגן פאר נישטיגע פופציג סענט, נאר געוואור צו ווערן פונעם פרישען פונט וואס איז אריינגעקומען תחת כנפי השכינה).

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:26 pm

בן בוזי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וויזנער דרייגודס איז געווען א סטאפ וועלכע מיר האבן געמאכט פאר קעמפ אדער פאר פסח איינצוקויפן, דאס געשעפט איז פון אלעמאל געווען א עקספיריענס זייענדיג לכאורה די גרעסטע ריטעיל סטאר אין וומ"ס, אנצוקומען אהין איז געווען היבש שרעקעדיג אדורכגייענדיג עטליכע גויאישע געשעפטן, צו די בר מצוה זענען מיר נאכאמאל געגאנגען אהין יענע געגנט פאר א ביבער-הוט ביי 'קרויס הוט סאטר' (פארן מופען).


האסטעך אבער פארגעסן פון 'סעלקא' וועלכע איז געווען א היטלער פאר איבער 40 יאהר כולם שווים לטובה. סעלקא האט זיך געפונען אויף בראדוועי עראונד דע קארנער פון קרויס הוטן.


ווער האט זיך בכלל געוואגט צו גיין אין יענעם געגענט אליין, די שרעק צו גיין צו וויזנער אדער צום כולל גראסערי ביים קארנער - היינט אין סאמע בלאט פון אידישע/ארטיסטישע געגענט.
וועלכע גראסערי האט פארמאגט פרוכט?
מען האט געקויפט די פרוכט צוזאמען מיט פיש - לדוגמא: פרויקע וואגנער מיט פונאנדערגעשיידט מאיר גראס, טויבער פרוכט און פיש, סטרולאוויטש ביים קארנער ליע און היוז.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:29 pm

מיללער האט געשריבן:ווער כאפט? די בוטשער פון אחים לאם איז נישט דער 'צעהלימער' בוטשער פון מר. ניימאן (וואו עס איז היינט איסטערן זילבער- א. און ר. שיך געשפעט - שלעזינגער הוט סטאר) בוזי האסט פארגעסן פונעם שוסטער נעבן קלויזענבורג אויף ליע עוו. ביי טיב-טוב.

(דארט קען מען זיך אפוועגן פאר נישטיגע פופציג סענט, נאר געוואור צו ווערן פונעם פרישען פונט וואס איז אריינגעקומען תחת כנפי השכינה).



לאמ'ס בוטשער איז געווען נעבן רפואה דראג סטאר.

אין צעהלימע'ר מקוה האט מען זיך געקענט אפוועגן (ביי די שאווערס - ווייל די וועש וועגט עקסטער) פאר די אסטראנאמישע סומע פון א פעני, און אויך דאס האט מען ארויסגענומען פון די בעק וואס איז ארויס געפאלן פונעם פאריגן וועגער - וויי פאר דעם וואס ר' חיים דער מקוה איד האט איהם געכאפט דאס טוהן.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 12:34 pm

איך געדענק ווען תפארת פרוכט געשעט האט זיך געעפנט ביים קארנער פון ג-טליעבס רעסטעראונט און ירושלים ספרים געשעפט, ג. מיט ג. אנצוג סטאר, ווילהעלם הארדוועיר, נאך א שוסער און עפעס א בעקעריי, איי איך דערמאנט מיך די כינעזע וועשערס און העמעדער קלינערס מיט אזא אינטערעסאנטע רעכענונגס אפאראט נעבן עפעס א גראסעריי דאכציך ראזענבערג הייסט דער בעה"ב.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 9:41 am

און וואס טוט זיך מיט די מיני וואל מארט אויף ליע עוועניאו?! וויינבערגערס גראסערי/קליידעכר סטאר/טעפ און וואס נישט?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 11:09 am

געמעקט צוליעבן שרייבן וואס עס פאסט נישט דאהי און געהערט נישט אין אונזער פארום.

הגבאי
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 2:25 pm

לי עוועניא מיט די 3-4 בארבער שאפס, 6-7 לאנטשענעטס, בערגערס פרוכט סטאר, די מארקעט נעבן מרדכי ווייס'ענס הארדעעוער סטאר מאטשאן דער פעינער נעבן מענדל ואלף מיללער די סחורה סטאר, חיים ווייסבראד'ס ספרים סטאר נעבן אפרוי'קע קינד'ס שוסטעריי, רא'ס פיקטשער פרעמ'ס נעבן זעלדע'ס טרימונג סטא, די זיפפער האספיטעלנעבן טאלי גראסס'עס לאנטשענעט, יאווא'ס טוי סטר נעבן פעדער'ס קענדי סטא שמעו'לע שטארק'ס ספרים סטאר אין תורה ודעת אלץ שמש, די לאנטענעט אויףווילסאן. סאני פון פלאמ'ס פיקעלס,
תכלית הידיעה אשר לא נדע

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 2:54 pm

שווארץ קענדי סטאר און די מיני מארקעט אויף לי עווע. דארט וואו ס'איז היינט דער עפעל באנק.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 2:54 pm

און ווען זענט איר דאס לעצטע מאל אריין צו וואגנער'ס פרוכט געשעפט?!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:23 pm

יוסלמאן האט געשריבן:און די מיני מארקעט אויף לי עווע. דארט וואו ס'איז היינט דער עפעל באנק.

האב איך שוין געשריבן "די מארקעט נעבן מרדכי ווייס'ענס הארדעעוער סטאר" דאס מיינט מען די מילכיגע, זאננשיין די פרוכט, שעהנפעלדס בוטשער, די פיש, די דזשולערי און נאך.
שלאגן כפרות האט מען צווישן די פיש און די פלייש.
רבי חיים דוד איינהארן האט געוואוינט אין די בעק פון די ספרים סטאר, אינמיטן איז געווען די זיין שרייב טיש אלץ סופר סת"ם.
מילשטאקס גראסערי נעבן לאם דער בוטשער
דער בארא פארק באס האט זיך געשטעלט אויף ראדני צווישן לי און די הייוועי ביי תנאל פארקאש'ענס זילבער סטאר, בית הספר אויף ראס סטריט, פישל באבד'ס מעלעריי אויף ראס סטריט.בעדפארד מעדיקעל אויף "בעדפארד" עוועניו נעבן סקאליע בית המדרש נעבן העראלד'ס גראסערי (ווי אנדערע האבן שוין געברענגט אין די זכרונות) און ביים קארנער אונזער'ס פארמעסי, מענדלאוויטש'ס פרוכט סטאר אויף בעדפארד צווישן היוז און פען, שפיטצער'ס בעקערי איז נאך געווען א בעקערי. לאוב'ס גראסערי נעבן די בארבער שאפ אויף לי קארנער פען סטריט
תכלית הידיעה אשר לא נדע

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:32 pm

מרדכי ווייס'ס הארדווער איז היינט אסאו?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 4:03 pm

יא.
משה האפממאן'ס - בטחון ספרים סטאר. הויפט באזע פון געגרינדעטע שומרים.
די בארבער שאפ נעבן שלעזינגער הארדווער סטאר
און יאקאבאוויטש בוטשער
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 4:06 pm

יוסלמאן האט געשריבן:מרדכי ווייס'ס הארדווער איז היינט אסאו?

ר' מרכי אהרן ווייס ע"ה האט פארקויפט זיין געוועלבל פאר בעריש אסא'ן.

מיר האבן ערגעצוואו א בילד פון אים אין זיין געוועלב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2009 10:12 am

לונגער דרייווינג סקול אויף ווילסאן, ארויפציהר ירושלים (ר' יוסל אשכנזי) ספרים סטאר ומו"ל מיט ר' חיים הערש לעוו, אקעגן איבער אויף'ן קארנער דיוויזשאן ר' ישראל וואלף'ס ספרם סטאר ומו"ל, ארום די קארנער אויף לי עוו. דפוס עץ חיים פון ר' דוד בוים. ר' משה אהרן קעמפלער'ס ספרים סטאר האט געמופט פון סאוט 9 קיין ראדני ביי מארסי ביי איהם אין שטוב. אקעגן איבער ר' חיים ווייסבראדס ספרים סטאר אויף ראדני איז געווען קידי-לענד און שפעטער אויך מעכל טוי סטאר.
ויליאמסבורג קאר סירוועס אנגעפירט דורך יאסל שארמאשער מיט זיין לאנגע קאר אונטער יאנג איזרעיל שפעטער אקעגן איער (ווי עס איז היינט קרויס שטיימליך) שפעטער האט ער געהאט דארט זיין טרעוועל, חסידישע קאר סירוועס אונטען נעבן סקוליען, עפעס קאר סירוועס אויפן טרייענגעל ביי לי-ראדני, הצלחה קאר סירוועס וואס האט ארום-גערידערט אינעם שטאט מיט די צעטליך קלעבן (מיט די (תחת נשיאת) אנפירערשאפט פון הרב חמ"ב ובניו).
נויאויטש ספרים שראנק אקעגן איבער חנה הערשקאוויטשס קעפיטל סי קיטשען. קאפל שעהברוין'ס ספרים שראנק (ווי עס איז היינט פרענקעלס), אקעגן איבער קרויס העט סטאר.
בעלזא און פאפא חדר אויף בעדפארד עוו. קיוויאשדער חדר אויף קיעפ סט. בעטלאן'ער חדר און מיידל סקול.
הצלה אויף ראדלידזש, ערשטע הילף אויף ווילסאן.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג סעפטעמבער 29, 2009 9:51 am

די ירושלימ'ער ספרים סטאר איז שפעטער אריבער אויף דיוויזיאן נעבן ראצפערט.
דאכצעך אונטער די אויפזיכט פון ר' מיילעך רוקייעך. שפעטער געטוישט אויף הצלחה ספרים סטאר, און דערנאך געמופט נעבן תפארת פרוכט סטאר.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 3:19 pm

א בילד פון דער קליימער סטריט שול וועלכע מען האט גערופן דער בריסקער שוהל עס האט זיך געפונען דארט ווי מען האט שפעטער געבויעט דער שוין פארגאנגענע תפארת ישראל שוהל אויף בעדפארד קארנער קליימער.

דאס צווייטע איז א בילד פון דער גרויסער שוהל בתפארתה אויף בעדפארד קארנער היוס סטריט, ווי עס איז היינט דער קלויזנבורגער סקול/בעדפארד פערעדייס, נאך האבנדיג די מגן דוד'ס ביים שפיץ. (ווען און פארוואס האט מען אראפ געהאקט די מגן דוד'ס?)
צוגעלייגטע
clymer street shul.jpeg
klauzenburg.jpeg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 3:22 pm

ווי איז דער שוהל היינט צו טאגס? זיי שרייבן אז דאס איז ערגעץ ווי אויף בעדפארד עוועניו
צוגעלייגטע
4.jpeg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט