בלאט 24 פון 27

געשריבן: מיטוואך מארטש 09, 2016 7:01 pm
דורך קיקיון
1.jpg

מו"ר ר' יעקב הארענשטיין זצ"ל האט אים געקענט אין וויען
ווי זיינע עלטערען האבען געהאט א בעקעריי
ער האט דערציילט הפלגות פון זייער חסד

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 12:24 pm
דורך קיקיון
קיינער געדענקט אים נישט?
דאס איז הרה"ח ר' שלמה ווייס ז"ל

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 12:39 pm
דורך farshlufen
נישט געקאפטשעט אז דאס איז א חידה.

אנשולדיגט.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 1:01 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:נישט געקאפטשעט אז דאס איז א חידה.

אנשולדיגט.

גם אני מצטרף לבקשת המחילה שלא הבנתי שלחידה נתכוין בכל הקיקיון

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 1:06 pm
דורך קיקיון
לאן דוקא
זיך געכאפט לאחר המעשה אז איך האב נישט געשריבען מי הוא זה
און זיך מישב געווען לאזען
איך האב נור געוויסט פון אים מפי השמועה מנעוריו
עס האט קיינער נישט וואס צו דערציילען פון זיינע וו"ב יארען?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 1:13 pm
דורך מיללער
באקאנטער פיגור אין וויליאמסבורג - נאך מער באקאנט די "שלמה ווייס בעקערי", ר' שלמה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים דאכציך קרוב צו די הונדערט יאר, איך דענק אז ער האט/געהאט אן איידעם שטראהלי וועמענס זון איז א דיין אין סאטמאר דאכציך, אויך ר' משה אביעזר ווייס א מגי"ש אין סאטמאר איז אן אייניקל.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 2:08 pm
דורך בענאק
מ'דערציילט אז ער האט איינמאל מיטגענומען א ברויט פון די בעקערי אהיימצוטראגן, אינמיטן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אין ביהמ"ד וויען פאר מנחה. ווען ער האט געענדיגט האט ער געזעהן אז דער ברויט איז מער נישטא. האט ער פארשטאנען אז איינער האט עס געברויכט האבן. האט ער פון יענעם טאג און ווייטער יעדן טאג געברענגט א ברויט אין ביהמ"ד און עס איבערגעלאזט אויפן זעלבן פלאץ. און עס איז טאקע געווארן אוועקגענומען

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 2:16 pm
דורך קיקיון
בענאק האט געשריבן:מ'דערציילט אז ער האט איינמאל מיטגענומען א ברויט פון די בעקערי אהיימצוטראגן, אינמיטן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אין ביהמ"ד וויען פאר מנחה. ווען ער האט געענדיגט האט ער געזעהן אז דער ברויט איז מער נישטא. האט ער פארשטאנען אז איינער האט עס געברויכט האבן. האט ער פון יענעם טאג און ווייטער יעדן טאג געברענגט א ברויט אין ביהמ"ד און עס איבערגעלאזט אויפן זעלבן פלאץ. און עס איז טאקע געווארן אוועקגענומען

לויט ווי איך האב געהערט פון ר' יעקב זצ"ל שטימט נישט די מעשה
נור א ברויט ?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 2:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
עס איז געווען א געווענליכע ערשיינונג אז ר' שלמה זאל אריינלייגען פאר א קאסטומער אין די בעג געלט! עס האט מיר פארציילט אז אייניקעל אז אויף דער עלטער האט ער געוואלט צושפארן דאס געשעפט, און אנגעפרעגט א גוטער איד אז ער וויל צושפארן ווייל "כ'האב נישט יעצט אריינצולייגן פאר מענטשען קיין געלט, צווואס ברויך איך דאס גאנצע געשעפט"!

מען ברויך אויך דערמאנען די אומגעהוירע זכות לעולמי עד וואס ר' שלמה זצ"ל האט זיך איינגעקויפט, אז ער האט באצאלט פאר הרב וואזנער זצ"ל צו קענען פארן לערנען! זיינע עלטערן האבן נישט געהאט קיין געלט צו דערצו!

די זכות פון די תורה און די פסוקים פונעם רב וואס כלל ישראל וועט נוצן עד ביאת הגואל איז אלעס אויף די קאנטע פון ר' שלמה!! זי"ע.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 2:36 pm
דורך יאנקעלע קליגער
מיללער האט געשריבן:באקאנטער פיגור אין וויליאמסבורג - נאך מער באקאנט די "שלמה ווייס בעקערי", ר' שלמה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים דאכציך קרוב צו די הונדערט יאר, איך דענק אז ער האט/געהאט אן איידעם שטראהלי וועמענס זון איז א דיין אין סאטמאר דאכציך, אויך ר' משה אביעזר ווייס א מגי"ש אין סאטמאר איז אן אייניקל.

נאך איידעמער

ר' אברהם ראזענבערג ע"ה

ולהבחל"ח
ר' הערשל ווייס שו"ב
ר' ? אפעלדארפער
איך מיין אז ר' מאיר דייטש אויך

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 4:01 pm
דורך קלוגער
דער אשכול איז פיינע נייעס... הוי ווי ס'דערמאנט מיר מיינע מילך האר יארן, כ'האף כ'זאל האבן צייט און קענען אריינרעדן דא אביסל, צולייגן מיין פעקל זכרונות פון מיינע יארן אין וויליאמסבורג אין די למ"ד און מ"ם יארן.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 4:31 pm
דורך קיקיון
1.gif

זייער לאנג איז דער דרייווינג סקול נישט געווען אפען
דער בוס צו די חתונות האט שטארק אויסגעפעלט
חוץ דעם מרחק איז נישט באטעמט געווען זיך דארט דרייען

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 6:26 pm
דורך קיקיון
182 ווילסאן
בילד
הארפענעס איז געווען פאר ווייס אדער דערנאך
די בחורים פון מתיבתא נחלת יעקב (185) פלעגען זיך אריבער גנבנען נאך א קאווע
אין ישיבה איז במשך היום נישט געווען
ווי אזוי מען האט דאס באוויזען אז דער רבי זי"ע זאל נישט וויסען געדענק איך נישט

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 6:29 pm
דורך Gevald Geshrigen
ר׳ משה לונגער ע״ה פלעגט האבן א ביכעלע פון די דרייווינג סקול קלאסן און ביי די נעמען פון די מענטשן האט ער צוגעשריבן מיט א פעדערל אן אות ב׳ אדער אות ל׳ אלס א סימן אויפן שטאטישן דרייווינג אינספעקטער בימים ההם וואס איינער האט געהייסן ביל און איינער לעררי.
לימים ביי אן אינוועסטיגעישן איז דער ביכעלע סאמהאו אנגעקומען צו די אינוועסטיגעיטערס און זיי האבן געוואלט פראווון (גערעכטערהייט) אז זיי האבן גענומען שוחד. ער האט געטענהט ב׳ מיינט באצאלט ל׳ מיינט לא.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 8:21 pm
דורך פליגל
מיללער האט געשריבן:באקאנטער פיגור אין וויליאמסבורג - נאך מער באקאנט די "שלמה ווייס בעקערי", ר' שלמה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים דאכציך קרוב צו די הונדערט יאר, איך דענק אז ער האט/געהאט אן איידעם שטראהלי וועמענס זון איז א דיין אין סאטמאר דאכציך, אויך ר' משה אביעזר ווייס א מגי"ש אין סאטמאר איז אן אייניקל.

ר' אלעזר ניסן שטראהלי א מו"ץ אין סאטמאר ב"פ, איז דאס דער?
א גאר חשוב'ער אינגערמאן.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 8:23 pm
דורך פליגל
קיקיון האט געשריבן:
1.gif

זייער לאנג איז דער דרייווינג סקול נישט געווען אפען
דער בוס צו די חתונות האט שטארק אויסגעפעלט
חוץ דעם מרחק איז נישט באטעמט געווען זיך דארט דרייען

דער נומער 384-0006 איז דוכציך ר' יוסל שארמאשערס, היינט געהערט דאס דוכציך פאר מאנרא באס.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 8:25 pm
דורך פליגל
קיקיון האט געשריבן:182 ווילסאן
הארפענעס איז געווען פאר ווייס אדער דערנאך
די בחורים פון מתיבתא נחלת יעקב (185) פלעגען זיך אריבער גנבנען נאך א קאווע
אין ישיבה איז במשך היום נישט געווען
ווי אזוי מען האט דאס באוויזען אז דער רבי זי"ע זאל נישט וויסען געדענק איך נישט

כ'אב אמאל געהערט אז ר' יוסף שמואל ראכליטץ ע"ה האט געהאט דארט א רעסטוראן.
בינ'ך זיך טועה אדער וואס?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 9:58 pm
דורך גלגלשלג
פליגל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:באקאנטער פיגור אין וויליאמסבורג - נאך מער באקאנט די "שלמה ווייס בעקערי", ר' שלמה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים דאכציך קרוב צו די הונדערט יאר, איך דענק אז ער האט/געהאט אן איידעם שטראהלי וועמענס זון איז א דיין אין סאטמאר דאכציך, אויך ר' משה אביעזר ווייס א מגי"ש אין סאטמאר איז אן אייניקל.

ר' אלעזר ניסן שטראהלי א מו"ץ אין סאטמאר ב"פ, איז דאס דער?
א גאר חשוב'ער אינגערמאן.

אויך האט ער א ברידער ר' שמחה שטראהלי כ'מיין א מו"ץ אין וויען
זייער פאטער ר' וואלף א טייערער איד פלעגט ארומגיין פאר די אידישע ליכט, איך האב אים שוין לאנג נישט געזעהן

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 11:25 pm
דורך נא_שכל
קיקיון האט געשריבן:182 ווילסאן

וואו! דאס איז א בילד, א פעפסי מיט א קענט! אסאך גלגולים איז שוין יענץ פלאץ אריבער דערנאך. אבער דעם געשעפט געדענקען מיר נישט.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 10, 2016 11:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
גלגלשלג האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:באקאנטער פיגור אין וויליאמסבורג - נאך מער באקאנט די "שלמה ווייס בעקערי", ר' שלמה האט זוכה געווען צו אריכות ימים ושנים דאכציך קרוב צו די הונדערט יאר, איך דענק אז ער האט/געהאט אן איידעם שטראהלי וועמענס זון איז א דיין אין סאטמאר דאכציך, אויך ר' משה אביעזר ווייס א מגי"ש אין סאטמאר איז אן אייניקל.

ר' אלעזר ניסן שטראהלי א מו"ץ אין סאטמאר ב"פ, איז דאס דער?
א גאר חשוב'ער אינגערמאן.

אויך האט ער א ברידער ר' שמחה שטראהלי כ'מיין א מו"ץ אין וויען
זייער פאטער ר' וואלף א טייערער איד פלעגט ארומגיין פאר די אידישע ליכט, איך האב אים שוין לאנג נישט געזעהן

ער איז שטארק נישט געזונט, לרפ"ש.

געשריבן: מאנטאג מארטש 14, 2016 12:09 pm
דורך נחמן נתן
קיקיון האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:מ'דערציילט אז ער האט איינמאל מיטגענומען א ברויט פון די בעקערי אהיימצוטראגן, אינמיטן וועג האט ער זיך אפגעשטעלט אין ביהמ"ד וויען פאר מנחה. ווען ער האט געענדיגט האט ער געזעהן אז דער ברויט איז מער נישטא. האט ער פארשטאנען אז איינער האט עס געברויכט האבן. האט ער פון יענעם טאג און ווייטער יעדן טאג געברענגט א ברויט אין ביהמ"ד און עס איבערגעלאזט אויפן זעלבן פלאץ. און עס איז טאקע געווארן אוועקגענומען

לויט ווי איך האב געהערט פון ר' יעקב זצ"ל שטימט נישט די מעשה
נור א ברויט ?

אויב די מעשה אמת, דאן איז מסתבר אז דאס גייט נאך צוריק אין די שנות תש"כ ווען די בעקערי איז נאך געווען אויף בעדפארד עוועניו (קליימער/דיווויזשאן געגענט). אנדערש איז נישט שייך צו זאגן אז וויענער שוהל איז געווען "אויפן וועג אהיים".

געשריבן: דינסטאג מארטש 15, 2016 4:00 pm
דורך נחמן נתן
צו געזונט האט געשריבן:איך ברויך אויך א בילד ווי די "ערשטע הילף" אמבולאנס פלאקערט פרייטאג צונאכט פארענט פון פי עס 16. איי איז דאס געווען אן ערהאבען בילד. די אקסיזשען טענק האבען אויפגעשאסען מיט דעם פולען קראפט

לעת עתה האב איך נאר געקענט צושטעלן א בילד פון "ערשטע הילף" נאך פאר די שריפה..

געשריבן: דינסטאג מארטש 15, 2016 4:13 pm
דורך יוראפ
געוואלדיגע נאמבער פארוואס האט מען עס געטוישט?

געשריבן: דינסטאג מארטש 15, 2016 4:22 pm
דורך נחמן נתן
מ'דארף דערגיין וואס די "ערשטע הילף" איז אלץ באשטאנען. זעהט נישט אויס ווי ס'זאל האבן עפעס א שייכות מיט "הצלה"

געשריבן: דינסטאג מארטש 15, 2016 4:53 pm
דורך נא_שכל
נחמן נתן האט געשריבן:מ'דארף דערגיין וואס די "ערשטע הילף" איז אלץ באשטאנען. זעהט נישט אויס ווי ס'זאל האבן עפעס א שייכות מיט "הצלה"

דאס איז דאך געווען בעיקר א פרויען הצלה, די היינטיגע "ערשטע הילף" - הצלה פרויען ארגענאזציע איז גערופון על שמו פון די ערשטע