וויליאמסבורג און איר היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 30, 2009 3:38 pm

די יאר שטימט אויך נישט מיט די וויקיפידיע, עס איז אונטערשטעליג מיט גאנצע צען יאר.

מאן יימר אבער אז די וויקיפידיע איז טאקע גערעכט, אפשר גאר איז די געגנט שוין געווען גערופן פון פריער אזוי און די דעוועלאפערס האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 30, 2009 5:18 pm

פארשלאפן,
עס איז שווער צו זאגען, אבער וויקי גייט געווענליך דורך א עין ביקורת פון מערערע מענטשן, משא"כ דער מבי"ט הנ"ל שרייבט נאך וואס איינער האט אים געזאגט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 30, 2009 5:20 pm

ער איז דאך אבער געוועזן א היזיגער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 30, 2009 5:24 pm

פארוואס זאלן אידן געבן דעם נאמען ווילאמסבורג (אויסער על שם העתיד ווייל דאס איז דאך דער ווילימסבורג שבאמעריקא...) דער וויקי האט דאך א מסתברדיגע טעם על שמו של האיניזשיניר וויליאמס.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג מארטש 31, 2009 12:35 am

badatz האט געשריבן:ב''ה ז''ך אדר תשס''ט פה וויליאמסבורג
היות שהיום הייאהרצייט של הצדיק המפורסם בשמו הטוב איש החסד ושומר משמרת הקודש --השבת-
שמו מפוארים ר' חיים זצ''ל געלב שנפטר בשנת תשמ''ד באתי להזכירו .
שמעתי שפעם יצא ספר לזכרו השאיר בנים יראים ושלמים .
עירנו וויליאמסבורג לא היתה נראה כמו שהיא נראה בלי היסודות ששם הרה''צ הנ''ל .
הי' מהראשונים שלחם בעד השבת בעירנו .הכיר עוד את הרה''ק מגארליץ זי''ע .
אבקש את המשתתפים להוסיף עוד אודותיו .יהי זכרו ברוך וזכותו יגן עלינו


badatz האט געשריבן:הי' חסיד של כל עהרליכער יוד -הלך כל ימיו לאסוף כסף בעד עמך בני ישראל -
בנעוריו הי' הולך כל יום לישיבת תורה-ודעת לתת ממתקים לבני הנעורים כדי שיעשו ברכה בקול רם
ויענה אמן אחריהם .
התפלל בקלויזענבורג בשב''ק ובימי החול בביהמד''ר תורה-ודעת בווילסאן סטריט .


איך געדענק דעם יוד גוט פון מיינע יונגע יאהרען ווען איך האב געלערענט און צעהלעם.
און אזוי וויא בד"ץ שרייבט, וויליאמסבורג וואלט נישט אזוי אויסגעזעהן אויב נישט פאר אוהם.

ער האט געהאט א ספעציעלער ליבשאפט צו יודישע קינדער,
איך געדענק וויא ער פלעגט גיין נאך געלט האלטענדיג א יארמילקע און דער האנט.
און אויך זיין טיילען ציקערלעך און היייסען מאכען א ברכה הויך אז ער מיט אנדערע זאלען קענען ענטפערען אמן

דער יוד איז געווען באליבט ביי יעדען, אהן אויסנאם..

בד"ץ איז גערעכט,
איך האב א ביכעל, ארויסגעקומען א היפשע פאר יאהר צוריק , א באשרייבונג פון זיין לעבען. דאס ביכעל איז געשריבען און ענגליש,

יהא זכרו ברוך
the SCY is the limit

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג מארטש 31, 2009 11:34 am

איינער דערקענט די אידן?
צוגעלייגטע
2.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 31, 2009 11:41 am

דאס איז ליע קארנער ראדני.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 31, 2009 1:34 pm

דער מיטן פנים אהער זעהט אויס ווי הרב וויזעל (היינט א סגי נהור ל"ע, גייט נאך געלט אין די בתי מדרשים מיט א זוהן).

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מארטש 31, 2009 1:39 pm

ס'איז נישט קיין זייער אלטער בילד ווייל די הויז ווי איסטערן זילבער געשעפט איז קווארטירט איז שוין איבער געבויט ניי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 31, 2009 1:42 pm

עס איז אבער גענוג אלט ארויסצושטיין "דאונט וואלק", אויך די קארס זענען נישט די היינטיגע מאדעלן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 31, 2009 2:26 pm

לויט די קארס און די הייזער איז עס אנהויב נו"ן יארן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 31, 2009 7:09 pm

פארשלאפן,
האסט פארגעסן צוצולייגן די שטריימליך.

יא עס עזהט אויס אין די נ' יארען, דער קראנסטער ראי' איז וואס בן בוזי זאגט וועגן איסטערן זילבער, אגב, היינט האט שוין קאפף בעקעריי א נייעם שילד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 1:33 pm

וואונט זיך א איד הרב שלום ראבינאוויטש אין וויליאמסבורג צירקע תרע"ח אויף 159 מארסי עוו. נישט קלערענדיג אז מיט קרוב צו הונדערט יאר שפעטער וועט דאס זיין דער גרעניץ פון א שפרידלענדע געמיינדע מיט ערליכע תורה-טרייע אידען.

זיינע רעיונות וויאזוי ער וועט בילדען דעם פאלק מיט עטיקעט און מענטשליכקייט.

ער דרוקט א 'אוצר הדרוש וההטפה' מיט פערטיגע דרשות און בעט אז די אבאנענטן (סובסקרייבערס) זאלען עס גוט אוועקלייגען, ווייל ער ווייסט פון פראנאויס אז דאס וועט מען זוכען שפעטער ווי גינגאלד, ער האט גאנץ פיינע גלייכווערטליך צו דער זייט נישט צו מאכען די דרשות לאנגווייליג.

-

אחרי כותבי תקנתי, אחרי שנתברר לי שהיה נכד ר' אברהם אחי הגר"א מווילנא, מצבתו במט. יהודא
צוגעלייגטע
shalom-rabinowitz.jpg
41357.jpg
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 5:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 3:00 pm

אויף ענגליש האט ער זיך געזעהן אויבן גערופען 'סעמיועל ראבינאוויטס' ער האט געדרוקט עטליכע ביכער אויף ענגליש צווישען זיי LABOR AND LIBERTY
דא זעה איך אז ער האט געהאט א שוהל 'קאנגרעגעישאן בית שלום אויף 157 מארסי עוו. וועלכע איז געווארן עטאביליזירט בשנת תרע"ב - 1912 און דער סעקרעטאר איז געווען דוד האכבערג מיט א אידישע טאג שולע ווי דער פרינסיפעל איז געווען א געוויסער מאקס קאהן., בשנת תרי"ז-תרי"ח צייגט עס א קיי"ל פון 120 אינגלעך און 18 מיידלעך

עס שיינט פון דא אז דער פלאץ איז קודם געווען א באפטיסטישע קירכע.

וואס איז דער בנין 157-159 מארסי היינט צוטאגס?

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 3:04 pm

איצט געקוקט דעם אשכול.
אסאך צומישעניש איז פארהאן אין וויליאמסבורג, לדגומא:
ראובלינג אפלייענס אויף הופער, מארסי דריי גוד אויף בעדפארד, פען סטעישאן אויף ראובלינג, בראדוועי קלאודינג אויף קיעפ (שפעטער אויף ראלעדזש), בעדפארד גארדענס אויף ראסס.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 3:05 pm

ווער דענקט נאך, ווען צו טראפ חדר איז געווען א פחד און א שרעק צוצוקומען??? היינט אין סאמע בלאטע פון אידישן געגענט.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 3:08 pm

ווער געדענקט נאך ווען אויף 152 ראדני סט. האט געוואנט א איד לואיס בלום דער פרעזידענט פון די ארטאדקאסישע קהילה 'קהל עדת ישורון'? אדער שמואל בוכמאן

און דאס איז שוין אלעס געווען נאך דעם גוי מר. קיטשינג

אויב איינער געדענקט ברויך זיין אלט קרוב צו הונדערט יאר

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 5:36 am

_


ווער געדענקט נאך ר' חיים ווייסבראדט'ס ספרים סטאר אויף ראדני ? (לעבען סטאלין, קעגען איבערען בעסמעדרעש)



ס'איז נאך פון די תקופה פון די פערפעל קאליר רעזשוואלקעס, און ווען קאפ-קעיק לעידי פלעגט שרייען אין די גאסען ...

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 9:07 am

יצמחפורקניה האט געשריבן:_
ס'איז נאך פון די תקופה פון די פערפעל קאליר רעזשוואלקעס, און ווען קאפ-קעיק לעידי פלעגט שרייען אין די גאסען ...


ווען מען רעדט פון שרייען אין די גאסן, קומט אפיר דער בארער רעבע
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 9:35 am

יוש האסטו מיר צוריקגעפירט אזא גוטע פאר יאר
קאפ קעיק לעידי!!!!!

אפשר איז כדאי צו שרייבן ווער ווייסט מער היסטאריע, מי היא זה ואיזהיא, מאין באה
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 11:11 am

אלס קינד האט מען אונז געזאגט אז די קאפ-קיכל פרוי איז נעבעך אראפ פון זונען ביי די קריג צוזעענדיג וויאזוי מ'האט אויסגעקוילעט איר פאמיליע הי"ד, מיר געדענקען איר גוט שרייענדיג אין די גאסען אויף ליע עוו. (אנדערע שרייערס האבן אריינגענומען; דער איד נאך געלט פאר די טשעבינער ישיבה פארנט פון ליע עוו. פאטאו, ר' יצחק שארר זינגענדיג אין די גאסען, ר' דוד נארולי פארקויפנדיג לשנה טובה קארטלעך, א כינעזע פרוי פארקויפנדיג טישטיכער פארנט פון באנדאוס גראסעריי)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 11:26 am

יינע זכרונות פון וויליאמסבורגער גאסן אין די תש"מ-נ יארען

איך וועל אנפאנגען פון דיוויזשאן ביי ווייט וואס איז דענסמאל געווען דאס לעצטע גאס אונטען אויף די רעכטע זייט פון וומ"ס (אראפקומענדיג פון וומ"ס בריק) און ראובלינג ביי בראדוועי פון אויבן (דאס איז געווען צווישן די צוויי מאל וואס די סאוט-סייד איז/געווען באוואונט מיט אידן)

וויזנער דרייגודס איז געווען א סטאפ וועלכע מיר האבן געמאכט פאר קעמפ אדער פאר פסח איינצוקויפן, דאס געשעפט איז פון אלעמאל געווען א עקספיריענס זייענדיג לכאורה די גרעסטע ריטעיל סטאר אין וומ"ס, אנצוקומען אהין איז געווען היבש שרעקעדיג אדורכגייענדיג עטליכע גויאישע געשעפטן, צו די בר מצוה זענען מיר נאכאמאל געגאנגען אהין יענע געגנט פאר א ביבער-הוט ביי 'קרויס הוט סאטר' (פארן מופען).

א פארק ביי ווייט און דיוויזשאן (היינט לעבן די דושינסקיא הייזער) איז אויפגעשטעלט געווארן אין די אנהייב נ' יארען, קליינע שקצים פלעגט אפהאלטן פארשידענע ספארטס פארמעסטן דארטן, וואס פלעגט ציען די וומסער אינגעלעך מיט די ווינטער-קאפלעך אריינצוקוקען דורך די גראטעס, בשעת וואס דאס גויאישע געשעפט 'סי-טאון' איז דארט געשטאנען (היינט לאנדא כשר סופערמארקעט) ביים ווינקל פון קאלעמענטי.

L&K געשעפט, די בתי מדרשים ד'יערעש און מישקאלץ זענען נישט געווען פון אונזערע סטאנציעס, און אזוי אויך דער בנין פון התאחה"ר דאראה"ב וקאנאדא (די קאנאדישע רעגירונג ווייסט אז זיי האבן דא אן אפיס?)

די ראובלינג-מארסי פראזשעקטס, אנדערש ווי אירע קאלעגעס ביי טעילאר-ווילסאן, איז שטענדיג געווען מער שרעקעווידג, ווי דערמאנט אינעם אשכול פון קאלישער רב, האט ער מיר אמאל (אומגעפער בשנת תשנ"א) געשיקט אהין צו זיין וואונינג רופן זיינס אן אייניקל, אסאך עלטערע אידן האבן געהאט זייער וואוניג אין די פראזעקטס קריגנדיג פון די רעגירונג קאמפענסאציע דירות נאכן קאנפעסקירען זייערע דירות צו בויען די פראזשעקטס אדער די הייוועי, בשנת תשנ"ד בין איך טאקע געגאנגען דאוענען בבית האבל ווען ר' ? לאקס פון די סחורה געשעפט איז נפטר געווארן אינעם בנין אויף 190 מארסי (האט איר באמערקט אז מארסי עוו. ווערט ראסס סט. און טוישט דירעקציע?)

אויף בעדפארד עוו. צווישן ווילסאן און ראסס סט. ווי מען בויעט היינט די סאטמארער ביהמ"ד איז געשטאנען טרעילארס, איינס איז געווען 'אונזער פארמאסי' וועלכער האט שפעטער געמופט אונטער די 'בעדפארד הייזער' לעבן בעדפארד גארדענס.

אויף קליימער צווישן בעדפארד און ווייט, בעדפארד צווישן טעילאר און מארטאן, איז געווען פוסט און וויסט, די שפעטערדיגע 'ברוקלין ווילאס פאזע 2' איז געבויעט געווארן דארט צולייגנדיג א 'זשוליאנא פלעיס' און וומ"ס.

'ברוקלין ווילאס פאזע 1' איז געבויעט געווארן אין די מ-נ' יארען אויף די גאסען; קליימער, טעילאר, ווילסאן און ראסס, צווישען ווייט און קענט עוו. עס איז געווען גאר סענזאציאנעל ווען די בנינים זענען דעליווערט געווארן אויף טרעילארס און געשטעלט געווארן מיט קרעינס, דער איבראנער ביהמ"ד האט זיך דאן געגרינדעט אין די געגנט און שפעטער דער דאראגער כולל אביסל אראפציהר.


המשך פון מיינע זכרונות, וועלן מיר גיין ליע עוו. פון אנהייב ביים וויזניצער ביהמ"ד (היינט שוין אויך א נייער בנין).

ר' וואלף ראזענפעלד פונעם בוטשער סטאר, האמיר אויף א בילד אינעם היסטארישען בילדער אשכול, זיין סטאר איז ביי ליע עוו. און טעילאר סט. נישט ווייט פון שטראסערס (המעדער נ. מער איז שפעטער נולד געווארן) אקעגן איבער שטייט היינט א שיינע פארק און מיינע צייטען איז דאס געווען א פארפוסטעוועטע דריי-עקיגע שאס, ווען קעגן איבער אויף ועילאר סט. איז פארהאן איינע פון די רוסישע קאר-סערוויס סטאנציעס מיט די דרייווער זיצענדיג פארנט און פארברענגען מיט פארשידענע פארוויילונגס מעטאדן.

דער וויענער שוהל איז א היבשער היסטארישער בנין אקעגן די ריזיגע פארק פון פ.ס. 16, מיללערס קלינערס, די פרוכט סטאר וועלכע מאכט קאפיעס פאר נישטיגע 5 צענט און פארקויפט טשו-טשוס פאר א קוואדער, לאקס סחורה סטאר, לייטער סוכה צענטער, שווארץ שיך געשעפט.

איי דער אלטער פלאמס פיקעלס א נחת געווען אריינצוגיין ווען זיין שכן אסס"א הארדוועיר איז אויך נישט געווען פענסי נאר די שאפינג-וועגעלעך וואס די אלטע אידענעס פלעגן טראגען אין די גאסען האט געהאנגען פונדרויסען, נעבן אים איז געווען דער איינציגער מולטי-סטאר אין וומ"ס (היינט א באנק) ר' אברהם מאיר פאגעל האט דארט א געשעעפט, און א צווייטער פארקויפט דארט געסלייסטע קעיז אויף די וואג, איי נאסטאלאגיע, א פרוכט געשעפט מיט קעצלעך און אמעריקאנער אידען, קויפמאנס עלעקטראניקס, פיקסלער, ליע עוו. פאוטא דענק איך גוט אינעם אלטען אויסשטעל, קינדער האבן פארברעגנט דארט קוקענדיג בילדער פון רביס וואס ער פלעג פארקויפען.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 11:45 am

מיללער האט געשריבן:
איי דער אלטער פלאמס פיקעלס א נחת געווען אריינצוגיין ווען זיין שכן אסס"א הארדוועיר איז אויך נישט געווען פענסי נאר די שאפינג-וועגעלעך וואס די אלטע אידענעס פלעגן טראגען אין די גאסען האט געהאנגען פונדרויסען, נעבן אים איז געווען דער איינציגער מולטי-סטאר אין וומ"ס (היינט א באנק) ר' אברהם מאיר פאגעל האט דארט א געשעעפט, און א צווייטער פארקויפט דארט געסלייסטע קעיז אויף די וואג, איי נאסטאלאגיע, א פרוכט געשעפט מיט קעצלעך און אמעריקאנער אידען, קויפמאנס עלעקטראניקס, פיקסלער, ליע עוו. פאוטא דענק איך גוט אינעם אלטען אויסשטעל, קינדער האבן פארברעגנט דארט קוקענדיג בילדער פון רביס וואס ער פלעג פארקויפען.

ר' אפרים ראזנפעלד געדענק איך שטיין אין דעם קעז געשעפט.

די (קעצלעך) פרוכט געשעפט שטייט נאך, דער פארקויפער הייסט ר' אפרים וואגנער לאוי"ט, דאווענט אין באיאנער קלויז.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 11:46 am

פאר דו גייסט ווייטער, דארט אויפן קארנער פון ווילסאן לעבן מיללערס קלינערס האט שפעטער זיך אריבער געצויגן 'מיכל' פון איר לאקאל אויף 82 דיוויזשאן עוו.

לעבן די סטאר וועלכע דו רופסט מולטי סטאר אונטער מזל דרוקעריי, איז דא דער פרוכט געשעפט (דארט ווי עס לויפן די קעץ) פון פרויקע וואגנער א פארצייטישער מארמארושער אידל, מיט זיין אלטע רעכענער מאשין וועלכע ליגט דארט פארזשאוועט, און מ'מאכט די חשבונות מיט פענסיל-פאפיר, און אין די בעק איז דא ר' מאיר גראס ע"ה'ס פיש געשעפט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2009 11:49 am

קרעמער האט געשריבן:די (קעצלעך) פרוכט געשעפט שטייט נאך, דער פארקויפער הייסט ר' אפרים וואגנער לאוי"ט, דאווענט אין באיאנער קלויז.

פלעגט דאווענען אין צמח צדיק וויזשניץ, און אין תו"א, א צדיק פון א איד זעענדיג א נישט צו פארמעגליכער איד קויפן א טייערע פרוכט פלעגט ער צו זאגן "דאס איז נישט פאר דיר", א פארצייטישער טיפ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט