וויליאמסבורג און איר היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:11 pm

הייסט דאס אז מ'רעדט פון א 'מקוה טהרה'

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:38 pm

מיללער האט געשריבן:הייסט דאס אז מ'רעדט פון א 'מקוה טהרה'


אזוי קוקט עס אויס

דא איז פארהאן א בילד פון די גאס בשעתו, די מקוה דארף זיך געפינען ערגעץ אויף די לינקע זייט פונעם בילד (ווי עס איז היינט פארהאן א ליידיגע שפיל פלאץ)
wburg04.jpg

Untitled-1.jpg


;l;p- אה וואה! הייסע מקוה נייעס: קען גאר זיין אז אויב מען וועט גרובן אונטערן שפיל פלאץ וועט מען אנטדעקן א היטארישע מקוה!!!!!
לעצט פאראכטן דורך אייניקעל פון אהרן הכהן אום מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:40 pm

ווער געדענקט נאך די יאנג איזריאל שול ? איך געדענק עס
צוגעלייגטע
1.jpg
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:42 pm

עס איז בעדפארד קארנער ווילאמסבורג , דארט ווי עס איז היינט די ביקסאדער שול
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:48 pm

דארפסמאן, דער בילד איז שוין ערגעץ געווען. דאווענענדיג אקעגן איבער די אגודה שוהל, דענק איך ווי די באטשיס פלעגן אהיימגיין ווען אונז האמיר נאך געהאלטן ביים ליינען. הוי די אלטע חברה, אונז קינדער זעמיר געגאנגען טשעפען, פארשטייט זיך בלויז לש"ש, בעסער מ'רעדט נישט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 1:59 pm

יזכר לטוב הצדיק ר' אלימלך טרעס (Mike Tress) וואס האט אנגעפירט ארויסשיקען פעקלעך צו די ווארשא געטא ועוד פון די אגודה שוהל אין ברען פון די 2טע וועלט מלחמה
דאכט זיך אז ר יוסף ראזענבערג'ס שעטנז קאמפיין האט זיך אויך דא אנגעהויבן

דא קען מען ליינען מער וועגן די רייכע היסטאריע פון 616 Bedford
http://www.tzemachdovid.org/gedolim/jo/ ... tress.html
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 2:28 pm

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איינער ווייסט מער פרטים פון די שול/סקול


אין ספר טהרת בת ישראל (שנת דפוס תשט) עמוד 34 ווערט אויסגערעכענט די מקוה בית אהרן 259 Division Avenue

ווי מען זעט דא איז געווען פארשידענע בית אהרן'ס אין ברוקלין, צוויי אין וויליאמסבורג (אויף ראסס סט. אין אויף סאוט 1סט סט.


דער אריגינעלער נאמען פונעם באקאנטען שוהל אין וומסב"ג "פוילישע שטיבל" , איז "חברה בית אהרן אנשי ספרד", דאס איז דער ליגעל נאמען. פוילישע שטיבל האט זיך אמאל געפונען דארט אויף דיוויזשאן עוועניו. דאס וואס עס ווערט דא צוגעצייכענט "ראסס סט." דאס איז פוילישע שטיבל. (שפאצירט אמאל אריין אין פוילישע שטיבל און ליינט די מעלדונגען מטעם הקהלה, וועט איר זעהן דעם דרוקסארט פון "חברה בית אהרן אנשי ספרד").
לחיים ולברכה!

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 2:49 pm

נחמן נתן האט געשריבן:דער אריגינעלער נאמען פונעם באקאנטען שוהל אין וומסב"ג "פוילישע שטיבל" , איז "חברה בית אהרן אנשי ספרד", דאס איז דער ליגעל נאמען. פוילישע שטיבל האט זיך אמאל געפונען דארט אויף דיוויזשאן עוועניו. דאס וואס עס ווערט דא צוגעצייכענט "ראסס סט." דאס איז פוילישע שטיבל. (שפאצירט אמאל אריין אין פוילישע שטיבל און ליינט די מעלדונגען מטעם הקהלה, וועט איר זעהן דעם דרוקסארט פון "חברה בית אהרן אנשי ספרד").
[/quote]

איז עס דיין מיינונג אז די טעמפעל בית אהרן פון 259 דיוויזשאן עוו איז געווען די פוילישע שטיבל פאר ס'האט געמופט אויף ראסס סט?
קומט נישט די פוילישע שטיבל פון די עיסט סייט?
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 2:54 pm

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:איז עס דיין מיינונג אז די טעמפעל בית אהרן פון 259 דיוויזשאן עוו איז געווען די פוילישע שטיבל פאר ס'האט געמופט אויף ראסס סט?

יא, יא די היינטיגע פוילישע שטיבל איז אן המשכה פון יענעם שוהל.

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:קומט נישט די פוילישע שטיבל פון די עיסט סייט?

ניין
לחיים ולברכה!

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 3:26 pm

אינטערעסאנטע ארטיקל איבער די ערשטע אידן אין וויליאמסבורג אויף ענגליש:

BROOKLYN
The largest aggregation of Jews are actually residents of the borough
of Brooklyn, which has maintained its communal and institutional
independence, possesses its own Federation of Charities, hospitals,
institutions, centers, temples, synagogs, schools, etc. Brooklyn, in its
turn, is an aggregation of what were once villages and later suburbs, each
of which exhibits some character and revolves around its own centers,
etc.There is evidence, however that the history of Brooklyn Jewry goes back
to the 17th century. In the 1660s and 1670s Asser Levy owned considerable
property in the old Dutch settlement of Breucklen, as Brooklyn used to be
called. Town records of New Lots, Gravesend, New Utrecht, Williamsburg and
other villages that later became part of Brooklyn indicate
that a number of Jews were property-owners in the first decades of the
eighteenth century. By the 1850's public worship by the Jews began in
Brooklyn. The first congregation in Brooklyn, was Kahal Kodesh Beth Elohim.
This was organized in 1851. The earliest known Jewish resident who settled
in Williamsburg in 1837 was Adolph Baker. During the '80s and '90s,
large numbers of East European Jews crossed the East River to Williamsburg,
where they established their own synagogues and other institutions. The
arrival of hundreds of thousands of additional Jews from Russia, Poland and
Rumania after 1900 and the demolishing of whole blocks of East Side
tenements to make way for the Williamsburg Bridge caused another surge of
Jewish migration to Brooklyn, which became part of New York City in 1898.
The availability of affordable one and two family houses within easy reach
to the factories in New York , the opening of the Williamsburg Bridge and
Manhattan Bridge in the early 1900's, and the subway reaching the more
distant Brooklyn areas, gave force to a larger Jewish migration to Brooklyn.
>From Williamsburg, the overflow of the Jewish population went, to Eastern
Parkway, Borough Park, Bensonhurt, Coney Island, Manhattan Beach, Brighton
Beach, Fort Hamilton, Flatbush, Crown Heights and Bay Ridge, creating new
communities.and institutions..
http://www.bklyn-genealogy-info.com/Eth ... e1934.html

אויך דא:
http://www.uniontemple.org/aboutus/history/
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21746
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 1:55 pm

אן אנאנס איבער די פריידיגע עפענונג פון קיעפ סט. פון ליע עוועניו ביז בראדוועי.

פון:
Brooklyn Eagle
Saturday, March 21, 1857
צוגעלייגטע
Opening Keap street.JPG
Opening Keap street.JPG (43.74 KiB) געזעהן 2305 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 2:52 pm

פוילישע שטיבל מיט איבער א יאר צוריק. (ווער עס ווייסט האט מען שוין געטוישט דעם סיין אינדרויסן, דא האט איר א היסטאריש בילד געכאפט דורך גוגל, נאך איידער דער נייער סיין איז ארויפגעלייגט געווארן...).
צוגעלייגטע
Poilish Shtibel.jpg
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 09, 2009 4:05 pm

איך לייג עז דא אין דעם אשכול ווייל 'דער איד' ווערט דאס מערסטע אסאסיאטירט מיט וומ"ס.

א אויסשניט פון 'דער איד' תשי"ט ווען א ברכת קודש פון רביה"ק מסאטמאר און רמ"ש מליובאוויטש ערשיינען זייט-ביי-זייט, דאס איז היסטאריע..... (קרעדיט; שטורעם.נט) באגלייט מיט א מעלדונג איבער דרוקעריי פון הרה"ח ר' סענדר דייטש ע"ה
צוגעלייגטע
phpThumb_generated_thumbnailjpgCASZVOZ2.jpg

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 9:03 am

שקויעך מילער פאר "אזא שטיק היסטאריע" מ'דארף היינט נאכאמאל געבוירן ווערן דערפאר.

רמ"ש מליבאוויטש האט געשריבן אויף אידיש?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 9:07 am

יא (שטורעם מערקט דאס אן ציניש אז דער סאטמאר רב שרייבט אויף לשה"ק און דער ליובאוויטשער שרייבט גאר אויף אידיש) דער רמ"ש האט דאך גערעדט זיינע שיחות אויף אידיש, די ליובאוויטשער זענען גראדע פון די געציילטע קרייזען ביי וועם אידיש איז גאר שטארק עד היום.

(בד"א האב איך נעכטן נאכט געזעהן דעם צייטונגס אויסשניט אויף ה"פ, איך מיין אז עס פשוט נישט קיין יושר אז יענער האט נישט געגעבן קיין קרעדיט פאר שטורעם סוכ"ס איז דאס פון זיי)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 9:48 am

ווער ס'ווייסט היסטאריע איז צווישען סאטמאר אין לויבאוויטש נישט געווען קיין ערענסטע רייבערייען ביזן 6 טאגיגע מלחמה אין זיך ממש ערנסט ציפלאקערט ביי די אזויגערופענע מבצע ענטעבע,
בעפאר דעם איז נישט געוון קיין עמטליכע מערכות כאטש די אידעלאגיע האט זיך נישט ממש געפארט, אין דער סאטמארער רבי איז נאך גאר בשנת תשכ"ה געגאנגען מנחם אבל זיין דעם רמ"ש ווען ער איז דאן געזיצן שבעה נאך זיין מאמע.

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 10:12 am

מיללער האט געשריבן:יא (שטורעם מערקט דאס אן ציניש אז דער סאטמאר רב שרייבט אויף לשה"ק און דער ליובאוויטשער שרייבט גאר אויף אידיש)

אויך איז אינטערעסאנט אז ווען ער ווארפט יא אריין אפאר לשה"ק ווערטער, עבר, עתיד, תורת חיים, טייטשט ער עס טאקע איבער.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 10:36 am

באנקיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יא (שטורעם מערקט דאס אן ציניש אז דער סאטמאר רב שרייבט אויף לשה"ק און דער ליובאוויטשער שרייבט גאר אויף אידיש)

אויך איז אינטערעסאנט אז ווען ער ווארפט יא אריין אפאר לשה"ק ווערטער, עבר, עתיד, תורת חיים, טייטשט ער עס טאקע איבער.


דאס איז פשוט ווייל דער רמ"ש פלעגט זייער 'ברייט' ארום רעדן יעדן נושא, און ווען ער האט עפעס געזאגט האט ער דאס געזאגט אויף אלע אופנים.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 10:37 am

אין אהלי תורה ליובאוויטש לערנט מען נאך עד היום נישט קיין לימודי חול.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 10:37 am

פרעגער האט געשריבן:
באנקיר האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יא (שטורעם מערקט דאס אן ציניש אז דער סאטמאר רב שרייבט אויף לשה"ק און דער ליובאוויטשער שרייבט גאר אויף אידיש)

אויך איז אינטערעסאנט אז ווען ער ווארפט יא אריין אפאר לשה"ק ווערטער, עבר, עתיד, תורת חיים, טייטשט ער עס טאקע איבער.


דאס איז פשוט ווייל דער רמ"ש פלעגט זייער 'ברייט' ארום רעדן יעדן נושא, און ווען ער האט עפעס געזאגט האט ער דאס געזאגט אויף אלע אופנים.


ער האט געהאט אן אויסערגעווענטליכער כח ההברה און געהאט א רייכע שפראך
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 10:53 am

יאסל,
אז דו רעדסט איבער ליובאוויטש און אידעלאגיע, נעכטן איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א חבד'סקער זאגט ער מיר אז דער רמ"ש האט אמאל געשריבען א בריוו צו רש"י זוין וועלכער איז אפיציעל געווען אפיליאירט מיט חב"ד ומצד השני מיט די מזרחי, האט ער אנגעפרעגט דעםרמ"ש צו ער זאל אננעמען אן איינלאדענונג צו רעדן ביי א מסיבת הזכרה פון ראי"ה קוק, דער רמ"ש האט אים געענטפערט אז אויב זאל ער דאס אננעמען וועט דאס הייסען אז חב"ד איז אפיציעל פארבינדען מיט די מזרחי און עס וועט אים צווינגען ארויסצוקומען בפומבי מיט זיין מיינונג איבער קוק און די מזרחי....

למעשה, איז אין ליובאוויטש געווען א גרויסע עירוב פרשיות אינעם ענין פון קנאות, אפיציעל האבן זיי זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט צו די מדינה למשל בחירות אדער ארויסשטעלן א קאנדידאט, ומצד השני אלע נשיאים און פרעמיער מינסטארען האבן זיך דארט געפונען דאס פלאץ ועוד.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 10:55 am

מיללער האט געשריבן:יאסל,
ומצד השני אלע נשיאים און פרעמיער מינסטארען האבן זיך דארט געפונען דאס פלאץ ועוד.


אין ליובאוויטש ווייסט מען אז 'שזר' איז געווען מער ליובאוויטשער חסיד ווי פרומער איד....
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 11:10 am

שזר איז געווען גאר נאנט דארט אבער אנדערע פלעגן אויך פיל באזוכען ביינעם.

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 11:11 am

די גרעסטע פלא איז, אז ער איז קיינמאל נישט געווען אין א"י.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 11:14 am

באנקיר,
ער איז קיינמאל נישט ארויס פון 'קרוינ-הייטס' בכלל!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט