בלאט 5 פון 32

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 12, 2009 3:26 pm
דורך farshlufen
רב בן בוזי דאס איז דאך קאפיש צווישן קליימער אין דיוויזשאן.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 12, 2009 3:41 pm
דורך בן בוזי
אהא א דאנק, איז דאס דער באסטאנער שוהל? גבעת פנחס שיינט צו זיין א באסטאנער נאמען.

ווער איז דער אויף דעם בילד? ער זעהט אויס רבניש

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 12, 2009 3:42 pm
דורך א גוט ווארט
אפשר קאפיש בעדפארד קארנער ווילסאן געוועזע באסטן'ער שול.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 12, 2009 3:47 pm
דורך farshlufen
כבוד רב בן בוזי, כבר קדמך רב מיללער.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 12, 2009 4:00 pm
דורך בן בוזי
farshlufen האט געשריבן:כבוד רב בן בוזי, כבר קדמך רב מיללער.

איימסארי, אבער דאפלט איז שטערקער פלעגט סקרענטענער רב צו זאגן.

פאלגענד ברענג איך עטליכע בילדער פון אידן אין וויליאמסבורג, די בילדער זענען געכאפט געווארן תשכ"ה, ווער עס דערקענט איינעם זאל ביטע מגיב זיין.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 8:29 am
דורך מיללער
סאטמארע בוטשער סטאר אויף וומ"ס סט. אין די כ' יארען.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:06 pm
דורך נחמן נתן
כ'על מוזן אפשאטן א באזוך ביים זיידן לפענח הנעלמים.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:11 pm
דורך נחמן נתן
ליעבערס טשאקאלאדעס.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:13 pm
דורך נחמן נתן
וואס טוט מען דא דיסקוטירן? ווער פרובירט וועם משכנע צו זיין?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:17 pm
דורך נחמן נתן
וואס וועט מען זאגן פאר אונזערע קינדער איבער דעם געוועזענעם אויסגערופענעם 'לאנדא'ס רעסטאראנט'????
ליידער איז דאס שוין אויך אריין אין היסטאריע... (אין די טעג גרייט זיך 'המשביע פאלקס קיך' צו עפענען דארט א בית התבשיל).
ר' שלום מיר וועלן פון אייער ווארימע אויפנאמע קיינמאל נישט פארגעסן!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:17 pm
דורך בן בוזי
דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:22 pm
דורך נחמן נתן
בן בוזי האט געשריבן:דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,

הואיל והזכרת אותו, עמיר איבערגעבן א גוט ווארט.
הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער ז"ל איז געווען א פלאם פייערדיגען מונקאטשער חסיד פון הרה"ק בעל מנח"א זצ"ל, נאכן קריג האט ער זיך מתדבק געווען אין הרה"ק מסאטמאר זצ"ל. אין א געלעגענהייט האט ר' משה אלי' אמאל געזאגט פארן רבי'ן אז דער רבי זאל וויסן אז אפי' ער איז יעצט א סאקמערער חסיד אבער ווען משיח וועט קומען וועט ער ווערן צוריק א מונקאטשער חסיד... האט איהם דער רבי געענטפערט במתק לשונו, אוי! מיר ווארטן שוין אזוי שטארק אז משיח זאל שוין קומען....!!

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:28 pm
דורך א טענצל!
איך האב געהערט אביסל אנדערש, דער רבי האט געזאגט: "איר קענט שוין יעצט גיין"...
ברם יזכר אותו האיש לטוב הרה"ח ר' משה אלי' ע"ה וועלכער האט - ע"פ פקודת קדשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע - איבערגעדרוקט דעם געוואלדיגן קונטרס "תיקון עולם", דער רבי האט אים דאן געזאגט "איך וויל מ'זאל וויסן אז וואס איך זאג איז נישט אייגנס, דאס איז געווען די מיינונג פון אלע צדיקים הקודמים".

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:28 pm
דורך דארפסמאן
יא עס קוקט אויס ווי אים , איך מיין אז ער האט סוף ימיו געוואונט אין ווייט פלעס נעבען קליימער

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:31 pm
דורך א טענצל!
נחמן נתן האט געשריבן:כ'על מוזן אפשאטן א באזוך ביים זיידן לפענח הנעלמים.


נו, ביסט שוין געווען ביים זיידן? "שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך"

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 4:35 pm
דורך lebediger berel
בן בוזי האט געשריבן:דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,

דו רעדסט ביי די רינגל וואו מ'דעבאטירט, לכאורה ביזטו גערעכט ווייל זיין זון ר' פנחס, האט אזוי אויסגעזען אין די מ' יארן ווען מיר האבן געוואוינט אין וומס.
אינעווייניג ביי לאנדא'ס שטייט לכאורה איינער פון ר' אברהם הערש ע"ה'ס קינדער, זיין אייניקל יבלח"ט וואס האט דאס געשעפט אויף די דרייצנטע עוו. זעט אויס היפש ענדליך צו דעם וואס שטייט דארט אין געשעפט, אינטערעסאנט דער בחור'ל וואס שטייט פארענט פארקויפט לכאורה הדסים.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 8:18 am
דורך יוסלמאן
lebediger berel האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:דער רעכטס איז דאכט זיך מיר פאטער פון ר' יונה/יונתן בנימין אסטרייכער הידוע,

דו רעדסט ביי די רינגל וואו מ'דעבאטירט, לכאורה ביזטו גערעכט ווייל זיין זון ר' פנחס, האט אזוי אויסגעזען אין די מ' יארן ווען מיר האבן געוואוינט אין וומס.
אינעווייניג ביי לאנדא'ס שטייט לכאורה איינער פון ר' אברהם הערש ע"ה'ס קינדער, זיין אייניקל יבלח"ט וואס האט דאס געשעפט אויף די דרייצנטע עוו. זעט אויס היפש ענדליך צו דעם וואס שטייט דארט אין געשעפט, אינטערעסאנט דער בחור'ל וואס שטייט פארענט פארקויפט לכאורה הדסים.


דאס איז לכאו' ר' שלום אליין. זיין זון וואס זעהט אויס ענדליך צו דער אינעם בילד האט טאקע געהאט דעם געשעפט אויף 13טע עווע. ס'איז נאך אפען?

אינדרויסן שטייט ר' אלי' ראטה ני"ו, בן החסיד הישיש ר' מרדכי ז"ל פון וויליאמסבורג. ר' אלי' וואוינט אין קרית יואל.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 8:51 pm
דורך lebediger berel
אפשר קענען מיר הערן נאך נעמען ווער די מענטשן אויף די בילדער זענען.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 12:02 pm
דורך פרעגער
אריין געקומען די ביטערע בשורה: פרויקע וואגנער ע"ה שבק לח"ח. ת.נ.צ.ב.ה.
איינער ווייסט אפשר זיין טאטענ'ס נאמען, ער האט ל"ע נישט איבער געלאזט קיין קינדער.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:00 pm
דורך יוסלמאן
אז מ'רעד פון וויליאמסבורג און וואגנערס גראסערי/פרוכט געשעפט, ווי קען מען פארגעסן פון לאם'ס בוטשער.

די ערשטע בילד איז ר' פתחי' לאם, דער גרינדער פונעם בוטשער און אויב כ'ווייס וואס כ'רעד פוןדי גרינדער פון תורה ודעת, און די צווייטער בילד זענען זיינע קינדער פאראנט פון לאם'ס בוטשער סטאר אין וויליאמסבורג.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:11 pm
דורך farshlufen
כבוד ר' יוסלמאן, דאס איז אלץ וואס איר האט צוזאגן אויף ר' פתחי'ן?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:31 pm
דורך יוסלמאן
כ'דענק נישט קיין סאך דעטאלן, אבער לויט וויפיל כ'געהערט אין די אינגע יארן איז עס א איד מיט מסירות נפש. אדרבה, זייט נישט פארשלאפן, לאמיר הערן נאך עפעס!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:42 pm
דורך farshlufen
לא שמענו הרבה אודותיו, אבער מפי אידן וואס האבן אים געקאנט האבן מיר געהערט אז ער איז געווען א איד א ת"ח א שו"ב א ירא שמים מרבים, א איד וואס גדולים וטובים האבן נאר געגעסן פון זיין פלייש.

מער זעהט דא:

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:53 pm
דורך farshlufen
לבקשת אלו שהדלתות סגורות להם:

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:54 pm
דורך בן בוזי
א גרעיסער דאנק אייך הרב פארשלאפן,

ר' פתחי' לאם מיט וויליאמסבורג און איר היסטאריע זענען איינס, ר' פתחי' איז געווען דער וואס האט אוועק געשטעלט גלאט כשר פלייש אין וויליאמסבורג הבירה.

פון גירסא דינקותא געדענק איך צו פארציילן אז ר' פתחי' פלעגט ארויס צו גיין צוזאמען מיט די ווילהעלם'ס (הארדוועיר סטאר-דיוויזשאן עוועניו) און די פלאם'ס (עפעטייזינג-לי עוו. קאר. ווילסאן סט.) יעדן שבת קודש אויף לי עוועניו און בעטן די געשעפטן זיך צו שפרן פאר שבת וועגן.