אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
פרייטאג ספטמבר 16, 2011 1:02 pm
וואס איז אזוי אינטערעסאנט מיט תקע"ה בעדפארד עוו?
פונקט ווי סענדז סט. איז דאס געוועזן א וויי YMCHA בנין.
Advertisement
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 9:58 pm
כידוע זיכען די קריסטען אלס אריינצוכאפען ווי מער פון אנדערע רעליגיעס, און זיי טוען דאס אויף אלע ערליי וועגן. איינע פון די וועגן וואז זיי ניצען, איז צוצישטעלען אומרעליגיעזע אקטיוועטעטן, מכלומרשט סתם צו פארברענגען, און אזוי כאפן זיי אריין.
אין יאר 1851 תרי"א איז אין אמעריקע אנגעקימען איין אזא אינסטעטוציע, מיטן נאמען "וויי. עם. סי. עי." ("יאנג מענ'ס קריסטשאן אסאסיעשאן") , דאס איז געווען א פארברענג פלאץ פאר מענער, און אביסן שפעטער איז געווארן די "וויי. דובעליו. סי. עי." ("יאנג וואמענ'ס קריסטשאן אסאסיעשאן") , דאס איז געווען פאר פרויען, זיי זענען געווען באוואוסט אלס די "וויי".
די אידען האבן זהענדיג דעם פראבלעם געגרינדעט א פאראלעלע ארגענעזאציע, אזוי פרי ווי 1854 תרי"ד מיטן נאמען "וויי. עם. עזש. עי." ("יאנג מענ'ס היברא אסאסיעשאן") , אין באלטימאר, דאס איז געווען פאר מענער, און אין יאר 1888 די "וויי. דובעליו. עזש. עי." ("יאנג וואמענ'ס היברא אסאסיעשאן"), דאס איז געווען פאר פרויען.
זיי האבן זיך אסאך אפגעגעבן מיט העלפען פרישע אימעגראנטען אין אמעריקע.
שפעטער האבן ביידע ארגענעזאציעס געמאכט פון די צוויי אפטיילונגען פאר איינס, די גוישע איז געווארן "וויי. עם. דובעליו. סי. עי.", און די אידישע איז געווארן "וויי. עם. דובעליו. עזש. עי.".
אין יאר 1912 תרע"ג האט די "וויי. דובעליו. סי. עי." געקויפט א שטח פון 100 ביי 100 אויף בעדפארד עוו. קארנער קיעפ סטריט פאר 33,000 $, און אריינגעלייגט נאך 100,000 $ און געבויט א גרויסע שיינע בנין, די בנין איז געווען פערטיג אין ניוועמבער אין יאר 1914.
אין יאר 1937 תרח"צ האט די אידישע "וויי. עם. עזש. עי." אפגעקויפט די בנין.
היינט איז דארט די ספינקא מוסדות, בית המדרש וכדו' און אפאר שמחה זאלן.
- עטעטשמענטס
-

- Untitled.png (196 KiB) געזעהן געווארן 927 מאל
לעצט פאראכטן דורך
לכתחילה אריבער אום דינסטאג ינואר 31, 2012 2:34 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 10:06 pm
farshlufen האט געשריבן:וואס איז אזוי אינטערעסאנט מיט תקע"ה בעדפארד עוו?
פונקט ווי סענדז סט. איז דאס געוועזן א וויי YMCHA בנין.
אלזא, הרב פארשלאפען אנדערס מאל ווארט'ס ביטע מיט געדולד, מען זאל נישט דארפען זאגן "פאר א .... ווייזט מען נישט וכו'
און איר האט געמאכט א טשאלענט פאן די צוויי ארגענעזאציעס.
דינסטאג ספטמבר 20, 2011 12:34 pm
זייער אינטערסאנטע היסטאריע, א יישר פאר דעם היסטאריקער.
אינטערסאנט וואס דו זאגסט וועגן דעם ספינקער בילדינג, ווייל לויט ווי איך דענק האט מען פאר יארן לאנג נישט געוואלט אנרירן דעם בנין, קיינער האט עס נישט געוואלט קויפן, ווייל עס האט געזאלט הייסן אז דער "וויי" געהערט פאר א קלויסטער וכדומה, ולפי דבריך אז אין תרח"ץ האט דאס שוין אפגעקויפט א היברעיאישע ארג. דעמאלט פארוואס האט דער בילדינג געשימלט יארן לאנג אין הארץ פון דעמאלטסדיגן וומ"ס, מיט די אויבנדערמאנטע קלאנגען? קען זיין מ'האט זיך טועה געווען ביז ספינקע האט זיך דערוויסט דעם אמת?
דינסטאג ספטמבר 20, 2011 12:49 pm
דא האט איר פונעם איגעל יאר 1938 תרצ"ט ווי זיי שרייבן פונעם "וויי. עם. דובעליו. עזש. עי.".
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך ספטמבר 21, 2011 1:39 am
נחבי בן ופסי האט געשריבן:זייער אינטערסאנטע היסטאריע, א יישר פאר דעם היסטאריקער.
אינטערסאנט וואס דו זאגסט וועגן דעם ספינקער בילדינג, ווייל לויט ווי איך דענק האט מען פאר יארן לאנג נישט געוואלט אנרירן דעם בנין, קיינער האט עס נישט געוואלט קויפן, ווייל עס האט געזאלט הייסן אז דער "וויי" געהערט פאר א קלויסטער וכדומה, ולפי דבריך אז אין תרח"ץ האט דאס שוין אפגעקויפט א היברעיאישע ארג. דעמאלט פארוואס האט דער בילדינג געשימלט יארן לאנג אין הארץ פון דעמאלטסדיגן וומ"ס, מיט די אויבנדערמאנטע קלאנגען? קען זיין מ'האט זיך טועה געווען ביז ספינקע האט זיך דערוויסט דעם אמת?
אפשר קאנט איהר מיר אויס רעכענען אוואו לאנג דער בנין איז געשטאנען ליידיג, פון אוואו פיהל באשטייט
יארן לאנג ?
צו ווייסט איהר אפשר אז ספינקא האט געהאט א די"ת מיט א צווייטע מוסד איבער דעם בנין ?
ניין, נישט מיט סקווירא, זיי האבן געפיהרט א די"ת מיט וויען איבער דעם אנדערן ווינקל, נאר מיט צעהלים.
מיטוואך ספטמבר 21, 2011 11:10 pm
נחבי בן ופסי האט געשריבן:
ווייל לויט ווי איך דענק האט מען פאר יארן לאנג נישט געוואלט אנרירן דעם בנין, קיינער האט עס נישט געוואלט קויפן, ווייל עס האט געזאלט הייסן אז דער "וויי" געהערט פאר א קלויסטער וכדומה,
נאט אייך נאך עפעס פון יאר 1965 תשכ"ה !!
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 10:04 am
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נחבי בן ופסי האט געשריבן:
ווייל לויט ווי איך דענק האט מען פאר יארן לאנג נישט געוואלט אנרירן דעם בנין, קיינער האט עס נישט געוואלט קויפן, ווייל עס האט געזאלט הייסן אז דער "וויי" געהערט פאר א קלויסטער וכדומה,
נאט אייך נאך עפעס פון יאר 1965 תשכ"ה !!
די פאמ"פ אויף קיעפ סטריט האט נאך דעמאלטס געפאנקשענ"ט? וואו זענען די אלע מיסט זעקלעך ארום דעם פאמ"פ?
דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 9:33 pm
אפשר פארשאפסטו א בילד פונעם נעקסט'ען ווינקעל ווי ס'שטייט היינט צוטאגס ר' בערל'ס רעסטוראנט
דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 2:49 pm
סוואלט שוין געמעגט זיין אן אשכול פאר ביידע, ס'איז גרינג צו רעדן...
- עטעטשמענטס
-

- אדווערטייזמענט ר' סענדר.jpg (37.21 KiB) געזעהן געווארן 709 מאל
-

פרייטאג אוקטובר 28, 2011 2:28 am
איבער ר' סענדר ז"ל איז געווען א שנירל פון זעקס זייטן וועלכע איז פאר-שוועמט געווארן ביי דעם צונאמי,
מען האט געטראפן און געראטעוועט כמעט די גאנצע, רובו ככולו,
אוואו מען קאן עס אצינדער טרעפן דארף מען פרעגן ביי די באהערדע.
פרייטאג אוקטובר 28, 2011 9:10 am
ס'ליגט ביי קוטשער ז"ל
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 1:44 pm
א שילד מעלדט אז הרב אברהם פראנמאן פון קאנג. שבת אחים אנשי סלאנים נעמט אן אלע רבנ'ישע אנגעלעגנהייטען, דער אדרעס ווי דער רב וואונט איז אויף די איסט דריטע סט. נעבן העווימייער ביים עק וומ"ס תיכף נאכען בריק.
הרב פראנמאן איז (שפעטער) געווען רב אין ביהכנ"ס צמח צדק - אנשי ליובאוויטש אויף 125 מאאר סט. אין וומ"ס און בעל מכשיר אויף די 'העווימייער כשר פאלטרי' זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=42
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 4:02 pm
מיללער האט געשריבן:א שילד מעלדט אז הרב אברהם פראנמאן פון קאנג. שבת אחים אנשי סלאנים נעמט אן אלע רבנ'ישע אנגעלעגנהייטען, דער אדרעס ווי דער רב וואונט איז אויף די איסט דריטע סט. נעבן העווימייער ביים עק וומ"ס תיכף נאכען בריק.
הרב פראנמאן איז (שפעטער) געווען רב אין ביהכנ"ס
צמח צדק - אנשי ליובאוויטש אויף 125 מאאר סט. אין וומ"ס און בעל מכשיר אויף די 'העווימייער כשר פאלטרי' זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=42
דער ליובאוויטשער שול אויף מאאר סט. (נישט ממש אין וומ"ס דאס איז שוין אין בושוויק) איז געגרינדעט געווארן אזוי ווי פרי ווי תרמ"ז 1887 בשם קאנג. צמח צדק, די רבנים וואס האבן דארט משמש געווען ברבנות וואס איך טרעף דערווייל;
ר' משה רפאל פאזען (תרע"ז-תרע"ח)
ר' מ"מ לאקשין (תר"ץ)
ר' חיים צבי הירש קאניקאוו (תרצ"ה)
ר' אברהם פראנמאן (תש"י)
מאנטאג דצמבר 26, 2011 3:13 pm
דאס שבת אחים אנשי סלאנים האט מיט חסידות סלאנים, קיין שייכות געהאט.
דאס האט געהערט צו 'יוצאי העיר סלאנים' וועלכע האבן געגרינדעט דעם קהלה און סינאגאגיע. אין איינע פון די אשכולות האמיר אמאל געהאט א שמועס איבער דער סלאנימער חסידים שטיבל אין איסט-סייד.
מאנטאג דצמבר 26, 2011 4:42 pm
איז דאס דער באקאנטער ר' אברהם בלומענקראנץ? נישט מסתבר, דאכציך ער האט נישט געהאט נאך א נאמען וואס זאל שטומען מיט א.ש. בלומענקראנץ. בכלל האט ער אמאל געוואונט אין וומ"ס? 190 מארסי איז היינט א פראזשעקט בנין, דאס איז נאך פון בעפאר דאס הייסט פון די פריע י' יארען הרב בלומענקראנץ איז געבוירען בשנת תש"ד.
טא ווער איז דאס יא?
- עטעטשמענטס
-

- collections-ellis-to-eldridge-thumb.jpg (63.8 KiB) געזעהן געווארן 544 מאל
מאנטאג דצמבר 26, 2011 4:46 pm
ווער איז געווען רב בלומענקראנץ'ס פאטער?
אונזער רב בלומנקראנץ איז געווען א תלמיד פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין ברוקלין. גאנץ מעגליך אז ער האט גאר געוואוינט אין וומסב"ג.
מאנטאג דצמבר 26, 2011 4:58 pm
נחמן נתן האט געשריבן:ווער איז געווען רב בלומענקראנץ'ס פאטער?
אונזער רב בלומנקראנץ איז געווען א תלמיד פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין ברוקלין. גאנץ מעגליך אז ער האט גאר געוואוינט אין וומסב"ג.
'אונזער' ר' אברהם בלומענקראנץ איז געווען א יליד ארץ ישראל, דאהי איז ער געווען א תלמיד ומוסמך פון ר' משה פיינשטיין.
בנתיים, טרעף איך ווער דער ר' אברהם שלמה בלומנקראנץ פון וומ"ס איז געווען, די רעדע איז פון א גאון ומחבר ספרים ספרי 'דברי שלמה' על הרמב"ם (די ספרים טרעף איך נישט אין היברו-בוקס און נישט אויף אוצה"ח דערווייל) ער איז געווען רב אין קהל 'בית תלמוד תורה ד'ברוקלין' (?) זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=27ער האט נאך געלעבט בשנת תש"ן.
הרב אברהם שלמה בלומענקראנץ נולד בעיר וויסאקי, פולין,
בשנת תר״פ בן הרב ר׳ מרדכי דוד ז״ל, מנהל ומשגיח
״ישיבת גענשא 8״, וורשה חתנו של הרב ר׳ צבי הירש
דאכאוויץ שליס״א, ברוקלין, נ. י. תלמיד ישיבות לומזה ומיר
מוסמך מישיבת מיר
בשנת תש״ו הגיע לארה״ב בשנת תש״ח נתקבל לרבה של
בית הכנסת תלמוד תורה.
חבר ועה״פ של אגודת הרבנים. חבר ועד הרבנים ניו
יורק רבתי
מיטוואך אפריל 04, 2012 11:41 am
אן אמעריקאנער אידישער צייטונג בשנת תרפ"ט מעלדט איבער די 35סטע יובעליאום אפצייכענונג פונעם דאן עלטסטען אידישע קהילה אין וומ"ס 'אוהב שלום' אויף 19 ווערעט סט. (דאס איז נישט ווייט פון טרופ עוו. אויף די אנדערע זייט פון בראדוויי הונטער די סאבוויי שינעס זעה אויף
סערגעי'ס מאפע)דער רב דארט איז אין יענע יארען געווען ר' יצחק סאדין (כבד דברנו אודותיו איזה פעמים, היה חותנו של הרב שפירא האדמו"ר מקאריץ-קאמינקא,
נה תמונה ממנו עם פרטים)
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך אפריל 04, 2012 2:40 pm
מיללער האט געשריבן:אן אמעריקאנער אידישער צייטונג בשנת תרפ"ט מעלדט איבער די 35סטע יובעליאום אפצייכענונג פונעם דאן עלטסטען אידישע קהילה אין וומ"ס 'אוהב שלום' אויף 19 ווערעט סט. (דאס איז נישט ווייט פון טרופ עוו. אויף די אנדערע זייט פון בראדוויי הונטער די סאבוויי שינעס זעה אויף
סערגעי'ס מאפע)דער רב דארט איז אין יענע יארען געווען ר' יצחק סאדין (כבד דברנו אודותיו איזה פעמים, היה חותנו של הרב שפירא האדמו"ר מקאריץ-קאמינקא,
נה תמונה ממנו עם פרטים)
אינטערעסאנט, דאס איז דאך לכאורה די זעלבע קהילה וואס איז באשריבן דא:
viewtopic.php?f=63&t=14776ס'זעהט אויס אז כ'האב פארזעהן אז זיי זענען געווען אויף 19 ווערעט סט אויך, וועל איך מוזן באלד מעיין זיין.
ישר כח
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:13 pm
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:18 pm
ס'איז דא דארט א בילד פון "סאנעלע פארקאש" געשעפט, פון "זילבער פאליש" כשר לפסח, היימיש געמאכט!!
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:20 pm
מצות פון אויווען
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:22 pm
דא פארקויפט מען קלאוזענבורגער שמורה מצות
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:38 pm
כשר לפסח
זילבער פאליש
דא גימאכט!
"קיוט", ווי ר' נתתנאל ע"ה, האט גענוצט א באקס ווי מען פאקט איין א מתנה, פאר א קארדבארד.
- עטעטשמענטס
-
