די ציפערן פון חסידות'ער אין די פארגאנגענהייט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 13, 2009 1:16 pm

וואס האט דאס צו טון מיט די פארגאנגענהייט ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג ינואר 13, 2009 1:31 pm

בערל ;l;p-

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 13, 2009 1:42 pm

lebediger berel האט געשריבן:וואס האט דאס צו טון מיט די פארגאנגענהייט ?


ביי יעדן איינעם איז עפעס אנדערש א פארגאנגענהייט.....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 13, 2009 5:35 pm

מיללער................
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 13, 2009 5:59 pm

כ'וועל יא זאגן וואס ס'האט מיטן פארגאנגענהייט.
אז היינט ווען ס'פארט זיך גרינג - רעלאטיוו צו אמאל
ס'איז דא אלע באקוועמליכקייטן ווען מ'קומט אן צו א פלאץ, עסן שלאפן, ועל כולם ... ביכ"ס.
ס'איז גרינג צו מאכן פראפאגאנדע, די קהלה חסידות קען שרייען רבותי קומט'ס
ווען מ'פארט אוועק איז מען נאך אלץ בקשר מיט די שטוב דורך טעלעפאן, סעלפאן, וכו'.
און דאך איז זעלטן פול די בתי מדרשים, עכ"פ מ'גייט אריין דערין מ'דארף נישט דאווענען אין גאס
קענט איר זיך פארשטעלן וואסערע קליינע פראצענט ס'איז אמאל געפארן
אלזא, אפילו למשל גור צו די אנדערע רבי'ס האבן (לאמיר זאגן) געהאט טויזענטער חסידים
איז א קליינע פראצענט געקומען צו פארן
כנלע"ד
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך ינואר 21, 2009 1:46 pm

זאגסט זייער גוט
לאמיר דיר געבן א משל:
למשל א רבי קומט אויף א שבת התועדות אין א קאנטרי, און עס קומען צו פארן 150 געסט, יעדער תושב אין קאנטרי האט אפאר אורחים, און דער ביהמ"ד פון דער קאנטרי איז געפאקט מקצה אל הקצה, סתם מיט צוגעמאכטע אויגן, שפירט מען אז דא זענען זיך צוזאמען געקומען אויף שבת טויזנטער מענטשן, פארוואס? ווייל יעדער האט אוחרים אין יעדער שפירט די אנלויפעניש.

כמו כן ווען אין שטעטל גור וואס האבן געוואוינט קארגע פאר הונדערט משפחות, און אויף יו"ט שבועות זענען געקומען אפאר הונדערט געסט, איז געוועהן די אנלויפעניש ממש עד לב השמים, אז נאך יו"ט האט מען געזאגט אז ס'איז געוועהן 50 טויזנט חסידים, וואס אין פאקט פיט נישט אריין קיין 50 טויזנט פאר שיך אינעם גור'ע ביהמ"ד אין פוילן,

די אמאליגע שאצונגען זענען געמאכט געווארן דורך די אמאליגע אומשטענדן,

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך ינואר 21, 2009 2:22 pm

איך זעה טאקע אין בילד אז דער "שאץ מאץ" שטייט און דרש'נט שיינע משלים. דער משל ונמשל איז אקוראט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך ינואר 21, 2009 4:33 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:זאגסט זייער גוט
לאמיר דיר געבן א משל:
למשל א רבי קומט אויף א שבת התועדות אין א קאנטרי, און עס קומען צו פארן 150 געסט, יעדער תושב אין קאנטרי האט אפאר אורחים, און דער ביהמ"ד פון דער קאנטרי איז געפאקט מקצה אל הקצה, סתם מיט צוגעמאכטע אויגן, שפירט מען אז דא זענען זיך צוזאמען געקומען אויף שבת טויזנטער מענטשן, פארוואס? ווייל יעדער האט אוחרים אין יעדער שפירט די אנלויפעניש.

כמו כן ווען אין שטעטל גור וואס האבן געוואוינט קארגע פאר הונדערט משפחות, און אויף יו"ט שבועות זענען געקומען אפאר הונדערט געסט, איז געוועהן די אנלויפעניש ממש עד לב השמים, אז נאך יו"ט האט מען געזאגט אז ס'איז געוועהן 50 טויזנט חסידים, וואס אין פאקט פיט נישט אריין קיין 50 טויזנט פאר שיך אינעם גור'ע ביהמ"ד אין פוילן,

די אמאליגע שאצונגען זענען געמאכט געווארן דורך די אמאליגע אומשטענדן,

סהאט קיינער נישט געזאגט אז סאיז געווען 50.000 חסידים אויף יו"ט אין אויך נישט 20.000 אין מסתמה אויף נישט צען טויזענט
מהאט שוין דא ערווענט אז אין אינדערהיים אין אייראפע האבן די אידן געוואוינט צייזייט אין צישפרייט בלי גוזמה אין טויזענטער שטעטליך אין דערפליך אין סאיז א חסיד אויסגעקומען צי זען דעם רבין איינמאל אין עטליכע יאר.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג ינואר 25, 2009 9:31 pm

ב''ה
עיין בספר כתבי הרח''א ביחאווסקי עמוד קט''ו בתוך דבריו שם החילוק אצל האדמוה''ז קודם פעטערבורג ולאחר . שקודם היינו ,"תקנ''ז ,"הי' אצלו על שבת
כשלושת אלפי איש .

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג ינואר 25, 2009 9:41 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:די אמאליגע שאצונגען זענען געמאכט געווארן דורך די אמאליגע אומשטענדן,


עס איז אמת ויציב ווייל אז מען זאל אריינטראכטן אין די אמאליגע מצב החיים
אן קיין עלעקטעריק (צו זען וואס טוט זיך)
אן קיין פרידזשידער (צו האלטן עסן פריש)
אן קיין סינקס (צו האבן די מינימום וואסער דארט ווי מ'ברויך)
אן קיין ביכ"ס (פירושים מיותרים)
און מ'רעדט שוין נישט פון קיין טראנספארטאציע מיטלען (וואו זענען געווען אלע פערד גאנץ יום טוב ? פון וואו האבן די טויזענטער פערד געהאט אזויפיל שטרוי ? )
איז נישט צום גלייבן די אלע מספרים כפשוטן, אפילו אזא מספר פון תניא צריך בירור
חוץ אז מ'זאל זאגן אלעס אלעס איז געווען שלא כדרך הטבע אזוי ווי ביי עלי' לרגל אין ירושלים
אז מ'לעבט דערלעבט מען

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג ינואר 25, 2009 10:18 pm

lebediger berel האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:די אמאליגע שאצונגען זענען געמאכט געווארן דורך די אמאליגע אומשטענדן,


עס איז אמת ויציב ווייל אז מען זאל אריינטראכטן אין די אמאליגע מצב החיים
אן קיין עלעקטעריק (צו זען וואס טוט זיך)
אן קיין פרידזשידער (צו האלטן עסן פריש)
אן קיין סינקס (צו האבן די מינימום וואסער דארט ווי מ'ברויך)
אן קיין ביכ"ס (פירושים מיותרים)
און מ'רעדט שוין נישט פון קיין טראנספארטאציע מיטלען (וואו זענען געווען אלע פערד גאנץ יום טוב ? פון וואו האבן די טויזענטער פערד געהאט אזויפיל שטרוי ? )
איז נישט צום גלייבן די אלע מספרים כפשוטן, אפילו אזא מספר פון תניא צריך בירור
חוץ אז מ'זאל זאגן אלעס אלעס איז געווען שלא כדרך הטבע אזוי ווי ביי עלי' לרגל אין ירושלים



cwwv
ב''ה
ישנו כלל שקושיא לא משנה את המציאות !
אני הבאתי לך מקור שאצלינו בחב''ד הוא הי' מקור עוד לפני מאה ועשרים שנה והתאבק עוד אצל הנוסעים ויושבים אצל האדמוה''ז .והוא בעצמו הי'
אצל הצ''צ והי' מחשובי האברכים והי' ידען ומעמיק גדול בחסידות ומשכיל ועובד ובר הבנה ועסקן בקיצור אי''ש האשכולות .
ואתה מקשה מכח סברא . אנן בדידן ואתה בדידך .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג ינואר 25, 2009 10:26 pm

ב''ה
הרי''ל גראנער סיפר לי שהמשפיע ר' זלמן הבלין רשם בכתביו שהי' פעם אחת ביחד עם הגרח''א ביחאווסקי לינת לילה והתחילו לומר קריאת שמע שעל המיטה
הרז''ה גמר והלך לישון וכשם אחר חמש שעה . מצא עוד את הרחא''ב באמצע הקריאה .
רציתי רק לעורר מאיזה איש מדברים .

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג ינואר 26, 2009 11:57 am

איך האב זיך איצטערט דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט פון א חסידישע יוד,
ווען דער קאצקער רבי איז נסתלק געווארן זענען זיך די חסידים צופארן, עטליכע זענען אליינס געווארן מנהיגים און אנדערע זענען געווארן פון זייערע חסידים, דער מערסטנס באקאנט איז דער חידושי הרי"ם פון גער וועלכע האט צו געצויגן צו זיך א גרויסער עולם, אנדערש איז אבער געווען ביים גאסטאנינער רבין, וועמען מ'האט גערופן א 'תהלים זאגער' (ס'איז געווען ידיעה אז ער האט שטענדיג געזאגט תהלים און אז א יוד האט עפעס מזכיר געווען האט ער ארויס גענומען דעם תהלים וכו'),
האט זיך אמאל געמאכט אז צוויי פארצייטישע קאצקער חסידים וועלכע זענען נאך געפארן צום רבי'ן האבן זיך צוזאמען געטראפן, זיי האבן זיך שוין לאנג נישט געזעהן און נישט געוואוסט ווי זיי זענען צוטיילט איינער פון צווייטען, רופט זיך יענקל אהן, בערל, צו וועמען פארסטו? ענטפערט בערל מיט א שטאלץ, וואס הייסט וואו? קיין גער! און זאג נאר יענקל וואו פארסטו? יענקל גיבט זיך א מורמעל אונטער, קיין גאסטענין.
רופט זיך בערל אהן צו יענקל, הער זיך איין, וואס איז דאס אז וויפיל חסידים א רבי האט וועלן די חסידים קיינמאל נישט זיין צופרידן, אז דער רבי וועט האבן צעהן חסידים וועלן זיי וועלן הונדערט, און אז הונדערט וועלן זיי וועלן טויזנט, און אז שוין טויזנט וועלן זיי וועלן צעהן טויזנט, ס'דאך אן עולם הפוך, יעדער חסיד וואלט געדארפט וועלן אז זיין רבי זאל בלויז האבן צעהן אידן, אז דער רבי פירט טיש, שטייט ער נעבן דעם רבין, אז ער זאגט תורה, רעדט ער דאך צו איהם גלייך, אא"וו, נאר וואס דען איז דער פשט אז ס'איז פארקערט.
אלא מאי? די חסידים דארפן עדות אויף זייער רבין, זיי ווילן שטענדיג אז מ'זאל אויף זייער רבי זאגן דאס גרעסטע דערפאר ווי מער עדות ס'איז דא אלס בעסער איז עס פאר זיי.
והדברים עתיקים
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג ינואר 26, 2009 12:04 pm

ווי שוין עטליכע מאל ערווענט טרעפט מען אין די היסטוריא שרייבער ביי די חבדס'קער גאר גרויסע גזמאות ווי לשל די אויבען דערמאנטע שלש מאות אלף וואס זענען געפארן צום צ"צ, וואס דאס מיינט ווי היינט גאנץ וויליאמסבורג בארא פארק פלעטבוש מאנסי אין קרית יואל וואס באטרעפט בערך אזא מספר אין אנשים נשים וטף, אין ביים צמח ווילען זיי זאגען אז סאיז געווען אזויפיל מענער????
דאס זעלבע איז דאס שמונים אלפים וואס זיי זאגען זענען געפאארען צים בעל התניא, וואס ווי געשריבן איז אין די ערשטע העלפט פון די תקנ' יארן האבן לויט די היסטאריקער נישט געוואוינט אין גאנץ מזרח אייראפע מער ווי א דריי פערטעל מליון אידן אנשים נשים וטף! אין דא איז פליצים דא שמונים אלפים גברים ביים בעל התניא????
איז ווייסעך דיר נישט וואס צי זאגען בנוגע די שלשת אלפים ביים בעל התניא אויף שבת כוועל דיר נאר ציברענגען ווי אזוי אזא נסיעה האט אויסגעקיקט אין יענע צייטען בעפאר סאיז אויפגעקומען דער באן
היו ימים שבהם נסיעה ממקום למקום הייתה הרפתקה של ממש, שכרוכה לא רק בעלות כספית גבוהה אלא גם במאמץ פיזי ונפשי. עד בוא הרכבות (ולאחר מכן המכוניות) התנהלו הנסיעות בשובה ובנחת, באמצעות עגלות, כרכרות ומרכבות מסוגים שונים. נסעו רק אלה שמוכרחים היו לנסוע - אם בשל פרנסתם, אם בשל צורך אישי דחוף, אם בשל נדודי לימוד או הגירה – רק מעטים נסעו סתם כך, נסיעות לשם הנאה או טיול היו נדירות ושמורות לעשירים בלבד. גבירים ובעלי ממון החזיקו, כמובן, מרכבות פרטיות מהודרות, והיו גם מרכבות דואר, שהנסיעה בהן הייתה אמנם נוחה אר יקרה, ועגלות משא להובלת מטענים וסחורות.


אך מה עשה סתם אדם שרצה לנסוע ממינסק לפינסק, מה עשו חתנים צעירים שרצו לבקר את בני משפחותיהם או חסידים שרצו לנסוע אל חצר הרבי? לשם כך עמדו לרשותם כמעט בכל מקום עגלונים, שכונו ביידיש "בעלי-עגלות" (קראו: בלגולס), ב"תחנה", שהייתה בדרך כלל בכיכר השוק, המתינו העגלונים וסוסיהם עד שיצליחו שותפיהם - "הסרסורים" לפתות נוסעים להצטרף לנסיעה. הם לא היו יוצאים לדרך עד שהצליחו למלא את העגלה בנוסעים ובסחורות, והמתנה זו יכולה הייתה להתארך עד שהנוסעים חסרי הסבלנות הסכימו להעלות את שכרו של העגלון ובלבד שכבר יזוז. הנסיעה עצמה נמשכה לעתים כמה ימים ומחירה לא כלל אוכל ולינה. עם חשכה היה העגלון עוצר באחד מבתי המרזח העלובים שבדרך, שם היו לנים נוסעיו וסועדים את לבם ושם גם נחו סוסיו. איש לא יכול היה לדעת מראש כמה זמן תימשך הנסיעה ולאילו הרפתקאות ייקלע במהלכה. בספרו "מדור לדור", שנכתב בשנת 1901, תיאר צבי ליפשיץ את הסיוט שהיה כרוך בנסיעה, ולו הקצרה ביותר:

הנוסע אז דרך עשר פרסאות ומה גם עשרים, היה מתברך ונפרד מאת אהוביו בלב סוער ובנשיקות של פרידה, כנוסע בימינו לאפריקה ולאוסטרליה. ובעיר היו משוחחים ומספרים לאמור: נסע פלוני לעיר פלונית!

קווי הרכבת הראשונים ברוסיה החלו להיבנות בסוף שנות ה-30 של המאה ה-19, אך רק החל משנות ה-60 חלה תנופה עצומה בהנחת מסילות הברזל ברחבי האימפריה. הרכבות הביאו עמן שינויים מרחיקי לכת בחברה, במסחר ובכלכלה. פרנסות מסורתיות רבות, כגון הובלת נוסעים בעגלות או משלוחי מטען דרך הנהרות, נדחקו, ולעתים חוסלו כליל. "עכשיו כבר היינו פטורים מעונשם של העגלונים" - כתב יחזקאל קוטיק בזיכרונותיו.

מקצוע העגלונות הלך והצטמצם ככל שנסללו יותר מסילות, אך עדין קשה היה לתאר את חיי היום-יום, במיוסד בעיירות, ללא העגלונים (אגב, השם "בעל-עגלה" עשוי להטעות, שכן עגלונים רבים כלל לא היה בעלי העגלה אלא שכרו אותה).


גענומען פון דא
http://lib.cet.ac.il/Pages/item.asp?item=9068

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג ינואר 26, 2009 12:16 pm

ב''ה
שמעתי פעם מחסיד זקן שזכה להיות טו''ב פעם אצל הישמח ישראל .שפעם בא חסיד קוצקאי לשכנע את
האדמוה''ז [ר' איציקל] מווארקי זצ''ל שיבא לסתופף לקאצקער רבי .ענה לו האאלטער ווארקער דער קאצקער
איז גענוג א גרויסער עהרליכער יוד אין דיא מעגסט פאהרען צי איהם אפילו איך פאהר נישט .
[אגב כשהקאצקער רבי ישב שבעה לא עלינו אחר זוגתו הרבנית ישב בווארקי ]

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג ינואר 26, 2009 12:21 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
[אגב כשהקאצקער רבי ישב שבעה לא עלינו אחר זוגתו הרבנית ישב בווארקי ]

כמדומה אז זי האט איהם געמוטשעט צו פארן קיין ווארקע אז ר' איציקל זאל איר אנוואונטשן וואס כידוע האט ער געפראוועט דעם עולם אנדערש ווי אין קאצק ווי ער האט נישט געפראוועט דעם עולם פאר ברכות וכדו'
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג ינואר 26, 2009 12:23 pm

כוועל דא אריינלייגען נאך א שטיקעל פון א היסטאריקער בנוגע די מספרים פון די אידן אין יענע צייטען
לא נוכל לקבוע מה היה חלקה של ההגירה ומה חלקו של הריבוי הטבעי בגידול הרב יחסית של יהודי פולין-ליטא בתקופה שהזכרנו. אולם באמצע המאה ה-17 הם כבר מהווים את רובו המכריע של הקיבוץ היהודי האשכנזי וכמחצית ממספר היהודים שהיו בעולם כולו באותו זמן, מספר שהיה קטן בהרבה ממיליון נפש. מאז בעצם מתחיל מה שמכונה בפי כמה חוקרים "הנס הדמוגרפי" של העם היהודי, ריבוי האוכלוסייה היהודית, העולה במידה ניכרת על זה של הסביבה הלא-יהודית שבתוכה יושבים היהודים. אם בסוף המאה ה-18 היה מספר היהודים בעולם למעלה משני מיליון נפש, הרי כשלושה רבעים מהם הם אלה או צאצאיהם של אלה שישבו בפולין-ליטא לפני החלוקות. כאשר מתחילה ההגירה היהודית הגדולה במחצית השנייה של המאה ה19- ובראשית המאה ה-20 מגיעים יהודים שמוצאם מפולין לאירופה המרכזית והמערבית, לארצות הברית וקנדה, לאמריקה הדרומית, לאפריקה הדרומית ולאוסטרליה, וכידוע מילאו אלה תפקיד מכריע בעליות החלוציות לארץ-ישראל. בפרוץ מלחמת העולם השנייה ותחילת השואה היו בעולם למעלה מ-16.5 מיליון יהודים, ועל פי האומדן כ-80% מהם היו צאצאיהם של אלה שחיו בעבר בפולין-ליטא ולמעלה מ-3 מיליון ישבו ברפובליקה הפולנית בעת חלוקתה המחודשת. ויש משום סמליות נוראה בכך שעיקר מחנות ההשמדה עבור יהודי אירופה כולה, שהוקמו על-ידי הנאצים, פעלו בשטחה של פולין. "הנס הדמוגרפי" של העם היהודי ורצח העם היהודי קשורים הם באדמת פולין

פון דא
http://noar.education.gov.il/main/uploa ... masa2a.doc

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג ינואר 26, 2009 12:41 pm

ב''ה
חביבי ר' יאסעלע היקר שיחי' נצח
באלו''ל תשכ''ה אמר "לי עט''ר מו''ר הבלתי נשכח עטרת תפארת ישראל מבאיאן נבג''ם זי''ע שמלפנים החסידים
האמתיים בושו לנסוע הרבה לרבי כי ממה נפשך אם למדו אצל הרבי מספיק מה שלמדו ואם לא למה נוסעים.
ר' דודיא אורטינבערג בעל התהילה לדוד לא נסע לאדמוה''ז מסא''ג נ''ע יותר מג' פעמים בשנה .
[בספרי סלאנים כתוב שלא נסעו לרבי פעם ב' רק אם הרגישו שהמאמר ששמעו בפעם הראשון כבר פעל
אצלם ] א''כ היו הרבה חסידים שחיו כל ימי חייהם עם המאמר ששמעו וזה הספיק להם על כל ימי חייהם .ודו''ק

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג ינואר 26, 2009 1:37 pm

יאסל האט געשריבן:
זאנוויל האט געשריבן:א עלטערע איד פון דערהיים אין סאטמאר, האט מיר געזאגט אז 300 אידן אין סאטמאר(אינדערהיים) ביים טיש, האט שוין געהייסן שוין געהייסן גאר אסאך, און מער ווי דעם איז קיינמאל נישט געווען.

קען זיין אז ער רעדט פון א רעגולער טיש פרייטאג צינאכטס אין דאן גלייב איך נישט אז סאיז אפילו געווען 300 אפשר מיט די בחורים,
סאיז אבער דא א ביכל פון א תלמיד און קראלי וואס האט עולה געווען אין ליידער נחמץ געווארן און ער שרייבט אז אין קראלי איז אויף שמחת תורה געווען אן ערך פון 1500 מענטשען,
ווי אמת דאס איז ווייסעך נישט.


עס איז זייער מעגליך, און אין פאקט איז טאקע אזוי געווען, ווי באקאנט מיט די מעשה פון הייליגן נאסודער רב זי"ע וואס האט באווינדערט ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אויף אזא שטארקן אופן געקענט מעורר זיין אן עולם פון 1500 אידן.

מען קען דאס נאך היינט אויסרעכענען די בית מדרש אין סאטמאר אינדערהיים שטייט נאך, מיין זיידע וואס איז געפארן עטליכע יאר צו הרה"ק מסאטמאר אינדערהיים האט מיר פארציילט אז ימים טובים האט מען ארויסגענומען פון בית מדרש אלע בענק אין טישן, לא נשאר אף אחד כדי עס זאל זיין פלאץ צו קענען אקאמאדירן די גרויסע עולם וואס איז געקומען צו פארן, אין הויף פון בית מדרש האט אויך געדאווענט אן עולם וואס האט נישט אריינגעפיט אינעווייניג, דארט איז יא געווען אויסגעלייגט בענק אז ווער עס האט געוואלט זיך אפרוען און זיך אראפזעצן האט געקענט קומען אין הויף, לויט דעם קומט אויס אז עס איז געווען גאר א גרויסער עולם וואס איז געקומען צו פארן ווייל דער בית מדרש אין סאטמאר איז אליינס פאר זיך היבש א גרויסער בית מדרש

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג ינואר 26, 2009 1:42 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
חביבי ר' יאסעלע היקר שיחי' נצח
באלו''ל תשכ''ה אמר "לי עט''ר מו''ר הבלתי נשכח עטרת תפארת ישראל מבאיאן נבג''ם זי''ע שמלפנים החסידים
האמתיים בושו לנסוע הרבה לרבי כי ממה נפשך אם למדו אצל הרבי מספיק מה שלמדו ואם לא למה נוסעים.
ר' דודיא אורטינבערג בעל התהילה לדוד לא נסע לאדמוה''ז מסא''ג נ''ע יותר מג' פעמים בשנה .
[בספרי סלאנים כתוב שלא נסעו לרבי פעם ב' רק אם הרגישו שהמאמר ששמעו בפעם הראשון כבר פעל
אצלם ] א''כ היו הרבה חסידים שחיו כל ימי חייהם עם המאמר ששמעו וזה הספיק להם על כל ימי חייהם .ודו''ק

ני שוין גיי דערצייל דאס פאר אינז אינגערישע חסידים צוויי מאל אין לעבן פארן צים רעבין???
אבער איר האט זיכער געזהן וואס כהאב פריערט אראפ געברענגט די שוועריקייטען צי פארן אמאל דאס געלט אין דאס פיזור הנפש וואס איז געווען מנת חלקם פון די פארער,
אין אגב שלשת אלפים איז זייער זייער אסאך אפילו לויט די היינטיגע אימשטענדען
אז די וועסט קיקען די בילדער פון די טישען היינט צי טאג איז כמעט אין ערגעץ נישטא דארט אזא נומער אין דאס איז שוין היינט וואס פארען איז גארנישט,אין סיי אז דער רבי וואוינט אין א גרויסע שטאט מיט אסאך אידן
אמאל איז סיי דאס פארען ווי מהאמער שוין געשריבן, אין סיי דאס ענין פון גרויסע שטעט נישט געווען, ווייל דאס ברויך מען ציוויסען אז אין יענע צייטען האט רוב ציבור געוואוינט צייזייט אין צישפרייט אין דאס ענין פון זיך אריינציען אין גרויסע שטעט (אוירביניזעשען) האט זי אנגעהויבן ערגעץ אינמיטן די תר' יארן.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג ינואר 26, 2009 3:05 pm

איך דארף אפיר ברענגען פון ספר בעלוץ צדיקים, איז דארט א באריכט אין די מדור פון מקארוב וואס דער גובערנאטור האט געשיקט צו די רעגירונג וועגן די כאטינער חתונה, ס'איז פונקטליך באריכטעט וויפיל ק"ג פלייש מען האט געקאכט און וויפיל מענטשן ס'זענען געווען, (זיי האבן דאס געדארפט באריכטן ווייל די טווערסקי ראבינערס האבן נישט געטארט ארויס פארן פון זייערע שטעט, דאס איז געווען דער 'צאדיקאוו' גזירה), ער פארציילט פונקטליך פון ווי די רבי'ס זענען געפארן און ווי זיי האבן זיך אפגעשטעלט ווי די ברודערס האבן זיך צוזאמען געשטעלט און געפארן צוזאמען, ס'זענען געווען אויף די חתונה ר' אהרן טשערנאבילער, דער מאקארובער, ר' איציקל סקווערער, און ר' יוחנ'טשע ראחמיסטריווקער מיט נאך גדולי עולם, שטייט דארט אז ס'זענען געווען 3 טויזנט מענטשן... אויף דער חתונה און דאס האט געהייסן א ריזיגע חתונה.

מען האט דעמאלטס געפרעגט ר' יוחנ'טשע ראחמיסטריווקער אז אויב יעצט ווען ס'זענען זיך צוזאמען געקומען אזא ריזיגע עולם שטופט מען זיך און ס'נישטא קיין פלאץ פאר יעדען, וואס וועט דעמאלטס זיין ווען משיח וועט קומען, וואו וועט זיין פלאץ? האט ער געענטפערט, אז יעצט איז דער פראבלעם אז יעדער וויל שטיין ווי יענער שטייט און דערפאר שטופט מען זיך און ס'איז דא אזא געדרענג, משא"כ ווען משיח וועט קומען וועט זיין ומלאה הארץ דעה, און יעדער וועט מכיר זיין וואו ס'איז זיין פלאץ און מ'וועט זיך נישט דארפן שטופן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג ינואר 26, 2009 5:13 pm

כ'האב עטליכע מאל געהערט פון מיין זיידן ז"ל בערך די זעלבע לגבי סאטמאר, ער פלעגט צו קומען צו פארן אלץ בחור.
אין סאטמאר אויב האט מען געדאווענט אין די גאס קען דער חשבון שטימען,
עטליכע הונדערט בחורים האבן געלערנט אין סאטמאר,
נאך עטליכע הונדערט בחורים (האט מיר מיין זיידע ז"ל געזאגט) זענען געקומען צו פארן פון אנדערע ישיבות,
עטליכע הונדערט תושבי סאטמאר, ובניהם וכו'',
מיט נאך צוויי דריי הונדערט געסט בעלי בתים מיט קינדער און ס'איז ארום 1500 נפשות אין ביהמ"ד צוזאמען מיטן גאס.
כ'גלייב ס'איז אין ערגעץ נישט געווען מער עכ"פ נישט פאר די "באן עפאכע"
און צו בד"צ וויל איך זאגן אז די חשיבות פון מחברים ווערט נישט אפגעפרעגט ווען מ'ווייזט אויף א גוזמא.
ווייל די גמרא ברענגט שוין עביד אינש דגזים
און ס'הייסט נישט קיין ליגענט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג ינואר 26, 2009 8:43 pm

די דארפסט פארשטיין אז סאטמאר איז געווען א ריזיגע שטאט אן עיר ואם בישראל און עס איז נאך געווען א גרויסע עולם וואס האט געדאווענט אין די שטאטישע שוהל וואס דער סאטמאר רב זי"ע האט מיין איך נאר געדאווענט דארט איין טאג אין ראש השנה אבער ווען ער האט געדאווענט אין זיין בית מדרש האבן דארט נאר געדאווענט זיינע חסידים וואס דאס מיינט אז דער עולם וואס האט געדאווענט ביי סאטמאר רב איז געווען חוץ די תושבים פון די שטאט.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג ינואר 27, 2009 12:41 pm

פאר וועם ביזטו דאס מסביר?
האבן מיר דאס דען נישט געוויסט
מיר האבן געשריבן עטליכע הונדערט תושבי סאטמאר האבן מיר געמיינט לויטן חשבון וואס זענען געקומען צום רבין
אודאי איז אין סאטמאר געווען מערערע שולן שטיבלעך און מנינים
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג ינואר 27, 2009 6:58 pm

סאטמער רב זי"ע האט געהאט א בית המדרש און סאטמער פאר ער איז געפארן קיין אוירשיווער אלס רב
ער איז אויך געווען איינער פון די בתי מדרשים און סאטמער טאקע מיט א אפאר יאר פריער אבער אזוי איז געווען איינגעפירט און דעם שטאט
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כא כא כא און 7 געסט