די ציפערן פון חסידות'ער אין די פארגאנגענהייט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'וויל נישט אוועק פארן מן הענין, אבער דאס איז א זאך פאר זיך וואס לויט ווי איך פארשטיי זענען אין אלע גרעסערע שטעט געווען מערערע שטיבלעך און בתי מדרשים פון אלע סארטן.
אין "ליכט שטראלן" ווען ער באשרייבט די היסטאריע פון ר' נתן אדלער אין פראנקפורט ברענגט ער אז מ'האט געוואלט ער זאל נישט קענען דאווענען נוסח ספרד מיט א מנין ביי זיך אין בית המדרש האט דער הפלא"ה געמאכט א גזירה מען זאל מוזן קומען דאווענען נאר אין איין גרויסן ביהמ"ד (דער הפלא"ה האט געהאלטן מיט ר' נתן אדלער, ער האט אבער געמוזט עפעס נאכגעבן פאר די ראשי הקהלה וואס זיי זענען געווען קעגן ר' נתן, האט ער זיי גע'עצה'ט צו מאכן אזא תקנה) אזוי האבן נאך צענדליגער צו הונדערטער מענטשן געדארפט צוזאם שטופן אין די גרויסע שול און דער עולם האט נישט אויסגעהאלטן דעם געדרענג אזוי ארום איז די גזירה בטל געווארן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בהשגחה פרטית האב איך געליינט דיין תגובה איבער ר' נתן אדלער בשעת וואס איך האב געהאלטן אינמיטן דאון לאודן א קובץ בית אהרן וישראל וואס רעדט איבער דער נושא לייג איך דעריבער די לינק להנות בהם בני אדם
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=13026&pgnum=129&hilite= משם ואילך
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

כ'האב נישט עספיעט צו קוקן לאנג אין דעם קובץ איך וועל נאר אריין ווארפן א הערה קטנה וואס האט א שטיקל שייכות צו חסידות אין די פארגאנגענהייט (הגם נישט צו ציפערן. )
ס'איז הפלא ופלא ווי די גאונים וקדושים וואס האבן זיך אזוי געזארגט איבער דעם אז חסידות קומט קיין דייטשלאנד און קיין בעהמין מערין (טשעכיי) און דאס גאנצע אידישקייט וואס איז געבליבן אין די שטעט איז צו פארדאנקען דעם הייליגן חתם סופר ותלמידיו, וואס זיי האבן געראטעוועט דאס אידישקייט אין די געגנט וואס ער איז געווען א תלמיד פונעם הפלא"ה און פון ר' נתן אדלער וואס ער איז לשיטתם אויך געווען א חסיד.
דאס וואס ר' נתן אדלער איז געווען איז א נושא בפני עצמו.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין כתבי הרח"א ביחאווסקי מצאתי אז ביים אלטן רבי'ן נ"ע לפני פעטערבורג (ד.ה. פאר מ'האט איהם ארעסטירט) זענען געפארן קיין ליאזשנע און קיין ליאדי 3,000 מענטשן, און די מאמרים זענען געווען אויף זייער א הויכע סטיל, אבער לאחר פעטערבורג איז דער עולם קלענער געווארן און די מאמרי חסידות זענען געווען לפי ערך פון די חסידים נישט אזוי הויך (אין חב"ד האט מען געקענט מבחין זיין צווישן מאמרים שלפני פעטערבורג ושלאחרי פעטערבורג עי' בשיחות כ"ק מה"מ נ"ע).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בן בוזי האט געשריבן:אין כתבי הרח"א ביחאווסקי מצאתי אז ביים אלטן רבי'ן נ"ע לפני פעטערבורג (ד.ה. פאר מ'האט איהם ארעסטירט) זענען געפארן קיין ליאזשנע און קיין ליאדי 3,000 מענטשן, און די מאמרים זענען געווען אויף זייער א הויכע סטיל, אבער לאחר פעטערבורג איז דער עולם קלענער געווארן און די מאמרי חסידות זענען געווען לפי ערך פון די חסידים נישט אזוי הויך (אין חב"ד האט מען געקענט מבחין זיין צווישן מאמרים שלפני פעטערבורג ושלאחרי פעטערבורג עי' בשיחות כ"ק מה"מ נ"ע).




ב''ב

לפלא בעיני הלא אני הבאתי זאת כבר לפני שבוע עיין בתגובה ביום יאנואר 25
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

דאס הייסט אז אלע חסידים רייסן ורוסיא-הלבנה אשר נמנו להורדוק-וויטעבסק און אלע חסידים את הנפש אשר עשה בעל התניא - נפשות לחסידות צוזייט און צושפרייט און שטעטלך און דערפלך איז אויסגעקומען לשלשת אלפים איש, און אויף אזא עולם גדול האבן שוין די מתנגדים שוין געקוקט מיט גאר א בייז אויג.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

badatz האט געשריבן:ב''ה
עיין בספר כתבי הרח''א ביחאווסקי עמוד קט''ו בתוך דבריו שם החילוק אצל האדמוה''ז קודם פעטערבורג ולאחר . שקודם היינו ,"תקנ''ז ,"הי' אצלו על שבת
כשלושת אלפי איש .


הצדק עם כבוד הרב!!

בנוגע למה שכותב בעל 'מימרא טבא' בתגובה הנ"ל, יפה שאל אבל לכאורה אין פירושו של שלשת אלפי איש שזה היה כל הנרשמים אצלו כחסידים, זה היה אלו ששמעו דא"ח בקביעית אצלו, וכמו שכבר כתבתי, פירוש של חסיד של פעם היה ששלח מעמדות אחת בשנה או יותר, ונסע לרבו אחת לכמה שנים כדי לשמוע דיבור אחד שעליו היה חי משך כל השנים עד שנסע עוה"פ, וכאבו של הגר"א לא היה אך ורק על שלשת אלפים אלו רק על ההשפעה כולו שהיה לחסידות בכל הסביבה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
בן -בוזי היקר יחי' נצח
איך אתה יכול לכתוב "כאבו של הגר''א" וכי הגאון פעל מתוך כאב או סיבה אישית ח''ו לומל כן .
אין רצוני ליכנס לימי המחלוקת . אך דבר פשוט שזה הי' "העכערס" ולא ח''ו דבר אישי .
עיין בהקדמת הרה''ק מקאמארנא זי''ע על תורת כהנים ובחזיונות שלו על גדלות הגאון ודי בזה
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כאב לו הדבר מכל צד שיביטו על המחלוקת, פירוש של 'העכערס' איני יודע מה הוא, ומאמין אני באמונה שלימה שגם הכהן עליון הגדול מקאליסק היה לו העכערע כוונה שהוא כותב בפירוש במכתבו הראשון לבעה"ת אל אף שהרה"ק מבארדיטשוב כותב שהוא מושפע מאנשים אחרים, וכמו"כ גם הצאנזער רב היה לו 'העכערס' שכאב לו על רוזשין על אף שאחרים אמרו שהוא מושפע מחוץ וכו'
אצלי הפירוש 'העכערס' היינו כאב למי שבשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:אין כתבי הרח"א ביחאווסקי מצאתי אז ביים אלטן רבי'ן נ"ע לפני פעטערבורג (ד.ה. פאר מ'האט איהם ארעסטירט) זענען געפארן קיין ליאזשנע און קיין ליאדי 3,000 מענטשן, און די מאמרים זענען געווען אויף זייער א הויכע סטיל, אבער לאחר פעטערבורג איז דער עולם קלענער געווארן און די מאמרי חסידות זענען געווען לפי ערך פון די חסידים נישט אזוי הויך (אין חב"ד האט מען געקענט מבחין זיין צווישן מאמרים שלפני פעטערבורג ושלאחרי פעטערבורג עי' בשיחות כ"ק מה"מ נ"ע).

זעסטי כהאב הנאה ווייל דאס מאכט שוין מער סענס,פריערט האב איך פארשטאנען אז מרעדט פון שלשת אלפים אין איין שבת , אבער פון די ווערטער קיקט גאר אויס אז אלעס צינאזאם רעדט מען פון שלשת אלפים, וואס איז מסתמה אויך א היבשער עולם אין יענע אימשטענדען.
וואס איז מיר יא א חידוש אז נאכן ארויסקימען איז דער עולם גאר געווארן קלענער וואס איז די הסבר דערפאר? אין ווי עט שטימען די שמונים אלפים וואס איר האט אראפ געברענגט אנהייב פון דעם אשכול??
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

פריער האב האב איך בלויז געברענגט מגירסא דינקוסא יעצט האב איך געברענגט מיט א מקור מוסמך,
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קען זיין אז דער עולם איז צופאלן, און זיך געטראפן אנדערע רביס ?
איך טראכט נאר
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

lebediger berel האט געשריבן:קען זיין אז דער עולם איז צופאלן, און זיך געטראפן אנדערע רביס ?
איך טראכט נאר

לכאורה קען מען נישט זאגן אז מען איז צופאלן, ווייל אמאל האט מען נישט געזיכט רביס ווי היינטיגע צייטן.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שטיקל גבאי האט געשריבן:לכאורה קען מען נישט זאגן אז מען איז צופאלן, ווייל אמאל האט מען נישט געזיכט רביס ווי היינטיגע צייטן.


לויט ווי איך האב געזען אין די סיפורים איז פונקט פארקערט, כ'קען נישט זאגן אזוי לאנג צוריק ווי ביים בעל התניא, אבער פאר הונדערט הונדערט פופציג יאר צוריק זענען חסיד'ישע אידן געפארן פון רבי צו רבי, מ'זאגט נאך אויף יעדן פון זיי וויפיל בעלי רוח הקודש זיי האבן געקענט, אפילו קינדער פון רבי'ס זענען געפארן צו אנדערע רבי'ס למשל בעל קדושת יום טוב אויף צאנז, שינאווער רב קיין בעלזא ועוד ועוד
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

א אלטע אינטערסאנטער אשכול אין בחצרות חסידים איבער די ציפערן פון חסידי גור און אלעקסאנדער
אין פולין פאר די צווייטע וועלט קריג, לעזט עס מיט פארגעניגען און געשמאק.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צדיק'ל וואס דו ביזט, ס'איז דאך א פארמאכטער פארום, וואס ווילסטו פון מיר ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

ראשית, שרייבט מען זיך אריין, און צווייטענס ווער זאגט אז מיר האבן אייך פערזענליך אין זינען געהאט.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

ער איז נישט די איינציגסטע וואס האט דער פראבלעם און אויך אפשר זענט איר מעתיק פון דארט און אסאך וועלן הנאה האבן
יישר כח הרב הצדיק
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב שוין עטליכע מאל פראבירט צו באקומען אהין רשות כניסה אבער כ'האב עס נישט דערגרייכט, אפשר ביטע ברענגסטו אהער וואס ס'רעדט זיך דארט, א דאנק פון פאראויס. בן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

גם אני מצטרף, ביטע זיי מעתיק וואס דארט שטייט. מיט דאנק פון פאראויס. החצי גבאי
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

דא האט איהר, פון א אפענעם פארום
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

בחג העעל"ט ראיתי בהגש"פ עבודת הצדיקים שמביא מספר דור דעה דף רי"ז,

הי' אומר [הרה"ק רמ"מ מ'רימאנאוו] : כשבאין אצלו מאה אנשים, חמישים שלח הס"מ, וחמישים באים מצד הקדושה ויש בכחו לבטל הרע, אבל כשבאים יותר יעזור השי"ת מערבוביא כזאת.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

כ'בין געבען פאר כבוד הרב בן-בוזי א גרויסען ייש"כ פאר דעם אשכול
כ'האב זעך ערשט אריינגעשטויסען אין איהר, דאס איז א געשמאקע ענין,
כ'האב אסאך מוסיף זיין, אבער עס קען נאך ווארטען.
אבער אין דער מין טיים גאנץ אסאך אינפראמאציע ליגט אין דעם פון א היסטורישע בלעק.
א גרויסע ייש"כ אויך פאר די אלע משתתפים וואס האבען צוגעהאלפען צו בארייכערן דעם אשכול.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

צדיק מושל האט געשריבן:דא האט איהר, פון א אפענעם פארום


פון די גאנצע מדובר דארט איז מיר די מערסטע געפעלען די פיקאנטישע מעשה: עס איז געווען א אלכסאנדער חסיד וואס האט געהאט א פאבריק פון געבעקס און זיסווארג האט ער געמאכט א וועפער מיט די נאמען 'פישינגר' (הסברים זענען איבריג)
א_גוטער_איד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2012 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א_גוטער_איד »

א גוט ווארט האט געשריבן:ווי עס איז באקאנט טוט די סאטמאר דיירעקטארי וואס נעמט אריין אלע ערליי סאמטאר מיט נאך אזעלכע וואס האבן דיירעקט צי אומדיירעקט מיט סאטמאר, האט עס א חשבון פון 7,000 קע"ה, אבער אן וויליאמסבורג וואוינען דאך קנאפע 9,000 כ"י. איז וואו און אין וועלכע קהילות זענען די איבריגע 2,000.
פאפא 400
ויזניץ ב"ב (סראל, מענדל) 120
וויזשניץ מאנסי 300
בעלזא מאכניפקע 40
בעלזאירושלים 100
קלויזענבורג 150
קרית צאנז 30
סקווירא 130
אדרבה לייגט צו די בריגע מיט (אומ)פונטליכע מספרים...


פאר יור אינפאו
דיין אינפארמאציע איז נישט אמת עס שטייט גאנץ ווייט פון די אמת
איך טוה די לעצטע פאר יאהר אין א געוויסע עסקניות כ'האב אמת'ע מעילינג ליסטע'ס פון קהילות און דאס וואס די שרייבסט דא (דהיינו די מספר משחות) איז נישט אמת
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”