ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

עס איז לעצטנס ערמעגליכט געווארן צו נעמען א בילד און מאכן דעם מענטש דערין אויסזעהן לעבעדיג. אזוי ווי אונז אלע זעמיר שטארק מקושר צו די צדיקים פונעם דור הקודם, וועט מען אוודאי וועלן שאפן לעבעדיגע בילדער פון די פילע צדיקים וקדושים פונעם פריעדיגער דור וועלכע ס'איז פארהאן א בילד פון זיין.

לויט ווי ס'האלט יעצט זעהט מען סאך הכל ווי די צדיק קוקט צו די זייט, דערנאך קוקט ער/[עס] צוריק גראד. גיבט א קליינע שמייכל בשחוק קל על שפתיו, לדעתי איז עס כעת קיין ליצנות נישט.

אבער כ'בין דאך מסופק אז מעגליך די בילדער גיין שוין יא אריין בגדר ליצנות. נאר לאמיר זיך נישט נער'ן, דאס איז די נייע מציאות און ס'גייט נישט אוועק, פארקערט, ס'וועט נאך צוקמען מער און מער ערפינדונגען, אין אפאר יאהר ארום וועט מען אפשר קענען זעהן ווי אזוי הרה"ק ר' ישעי' מקערעסטיער זי"ע ווארפט עפל און אלע חסידים כאפ'ן.

עניות דעתי איז אז ס'איז נישט כדי צו ברענגן די דאזיגע בילדער און אנדערע אשכלות און די עולם זאל מיינען כי הוא זה, אז דאס איז די צדיק בחיים חיותו און יעדע חכם וועט דא ארויפשטעלן ווידיאו'ס אזוי אז סוועט שוין זיין שווער להבחין בין אמת לזיוף. דאס איז אויסער דעם וואס עס גייט אריין בגדר שקר.

כ'מיין אבער אויב מען איז מייחד דעם אשכול אויף דעם מיין איך איז עס נישט קיין ליצנות און כ'בין נייגעריג אויב די עולם איז מסכים.

ווידער אויב מיר וועלן דאס נישט דא אהערשטעלן, וועלן אוודאי די ארץ ישראל'דיגע וועב זיייטליך אנהייבן מיט זייער נייע געפניסען - א ווידיאו פונעם חפץ חיים! - וכו' וכו'... ס'וועט געדוירן א שטיק צייט ביז די עולם וועט דערגיין אז ס'איז שקר און דאן וועט שוין איינמאל זיין א ליצנות.

אלס דוגמא שטעל איך אהער ר' אברעמ'לע פון וואשינגטאן. איך גלויב ער איז נישט מקפיד אויף זיין כבוד אין די עולם וועט נישט זיין ברוגז.
https://drive.google.com/file/d/10Pw1Uy ... sp=sharing
(באמערקונג - ער ריקט זיך מער שנעל ווי רוב אנדערע)

יראה הקהל וישפוט, און אויב די פסק איז להיתר וועט מען בל"נ אנהייבן אהערשטעלן.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

שרעקעדיג, די מתים קומען ארויס פון קבר...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

האלט נישט דערפון
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

איך זעה נישט די פראבלעם, טאמער ס'שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז ס'איז נישט קיין עכטע רעקארדירונג.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דאס האט מיט דער דיעפ פעיק סומאטאכע? דוכט זיך אז יענס ארבעט נאר מיט א מענטש וואס עס איז דא פיל מיט אוידיא און ווידיא רעקארדירונגען
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פארצייטיש האט געשריבן:איך זעה נישט די פראבלעם, טאמער ס'שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז ס'איז נישט קיין עכטע רעקארדירונג.

האו עבאוט, נעמען דעם הייליגן צאנזער רב, אים מאכן אויסזעהן ווי לאנגזאם, און שרייבן ס'איז נישט קיין עכטע בילד?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

וואס איז דאס אנדערש ווי מאלען א בערך'דיגע בילד פון א צדיק, כאטש אז מען ווייסט אז די מאלעריי איז נישט "אמת", נאר נאכגעמאכט די אמת, איז אויך דא, מאכט מען נאך בערך ווי מ'קען זיך פארשטעלען אז די צדיק האט אויסגעזעהן בשעת'ן שמייכלען אד"ג.
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

ממוצע האט געשריבן:
פארצייטיש האט געשריבן:איך זעה נישט די פראבלעם, טאמער ס'שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז ס'איז נישט קיין עכטע רעקארדירונג.

האו עבאוט, נעמען דעם הייליגן צאנזער רב, אים מאכן אויסזעהן ווי לאנגזאם, און שרייבן ס'איז נישט קיין עכטע בילד?

פארוואס אויסזעהן ווי לאנגזאם, בסך הכל נעמט עס די בילד און שפילט אביסל ארום.
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

פנימחדשות האט געשריבן:וואס איז דאס אנדערש ווי מאלען א בערך'דיגע בילד פון א צדיק, כאטש אז מען ווייסט אז די מאלעריי איז נישט "אמת", נאר נאכגעמאכט די אמת, איז אויך דא, מאכט מען נאך בערך ווי מ'קען זיך פארשטעלען אז די צדיק האט אויסגעזעהן בשעת'ן שמייכלען אד"ג.

גא"מ
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כ'הער אבער נישט וואס דער וואשינגטאנער זאגט
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

יוראפ האט געשריבן:כ'הער אבער נישט וואס דער וואשינגטאנער זאגט

כעת רעדט ער נאך נישט, געב עס נאך אפאר יאהר....
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

פשיהא! ברענג נאך
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

נאופ!
עס געזען ערגעץ נעכטן פון איינע פון אונזערע פריערדיגע רבי'ס און נאופ! ס'מאכט עס מורא'דיג מגושם
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

כ'קלער מען זאל אנהייבן אהערשטעלן און אויב האלט מען אז ס'איז ערגער ווי אן אומגעלונגענע מאלעריי וועט מען אויפהערן
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יוראפ האט געשריבן:כ'הער אבער נישט וואס דער וואשינגטאנער זאגט

דאס זאגט ער
אטעטשמענטס
EFAFE9BA-11A5-467C-A78A-99B8CA64784F.jpeg
EFAFE9BA-11A5-467C-A78A-99B8CA64784F.jpeg (87.96 KiB) געזען 2670 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

היות די עולם בעהט מיך אין אישי כ'זאל לייגן צוויי דריי בילדער, וועל איך לייגן דריי בילדער.

מתמונת אדמו"ר הרה"ק מהרש"ב מליובאוויטש זצוק"ל
https://drive.google.com/file/d/1xewpMh ... sp=sharing

מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זצוק"ל הי"ד
https://drive.google.com/file/d/18Ndv6t ... sp=sharing

מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצוק"ל
https://drive.google.com/file/d/1Bv8YJ6 ... sp=sharing
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איך בין דערגעגן
נישט נאר ווייל ס'איז זייער נישט מכובד'יג

נאר אויך און דער עיקר ווייל ס'איז 'שקר', און דאס וועט גורם זיין מטהר צו זיין דעם שקר מער און מער
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ריקוד האט געשריבן:היות די עולם בעהט מיך אין אישי כ'זאל לייגן צוויי דריי בילדער, וועל איך לייגן דריי בילדער.

מתמונת אדמו"ר הרה"ק מהרש"ב מליובאוויטש זצוק"ל
https://drive.google.com/file/d/1xewpMh ... sp=sharing

מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זצוק"ל הי"ד
https://drive.google.com/file/d/18Ndv6t ... sp=sharing

מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצוק"ל
https://drive.google.com/file/d/1Bv8YJ6 ... sp=sharing


זייער שעהן. נעם אפאר שענערע בילדער, לייג אונטער אביסל דברי תורה, מיט בעקגראונד מוזיק. און דער עולם וועט גיין גאגא!
נישט קיין שקר.
נישט קיין אומ'דרך-ארץ.
אביסל טעכנעלאגיע, און איז זייער אינטערסאנט.
איך וויל זיך פארשטעלן ווען איך זאל פרעגן דא דעם עולם פאר'ן ארויסגעבן א בוך מיט מעשיות פון די גמרא צו איך מעג אריינשטעלן א געמאלן בילד פון ר' עקיבא אדער פון ר' חייא.
נאכאמאל, זייער שיין און מיט די ריכטיגע בילדער (לייג צו אביסל קאליר אויך, אין 'ריעל לייף' זענען די מענטשן נישט געווען ש. און וו.) וועט עס זיין א 'היט'.
שרעק זיך נישט פון א ביסל קריטיק. יעדע גוטע זאך האט קריטיקירער.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ריקוד האט געשריבן:היות די עולם בעהט מיך אין אישי כ'זאל לייגן צוויי דריי בילדער, וועל איך לייגן דריי בילדער.

מתמונת אדמו"ר הרה"ק מהרש"ב מליובאוויטש זצוק"ל
https://drive.google.com/file/d/1xewpMh ... sp=sharing

מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זצוק"ל הי"ד
https://drive.google.com/file/d/18Ndv6t ... sp=sharing

מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצוק"ל
https://drive.google.com/file/d/1Bv8YJ6 ... sp=sharing

שייך אויף דראפבאקס?
דביה תחדי נפשא
אה.. האסטו דעם חכם

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה.. האסטו דעם חכם »

חמרא טבא האט געשריבן:שייך אויף דראפבאקס?

זיכער איז שייך..
מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצוק"ל
https://www.dropbox.com/s/50byeydsoprsl ... 0.mp4?dl=0
מתמונת אדמו"ר הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זצוק"ל הי"ד
https://www.dropbox.com/s/7q40w0przeceh ... -.mp4?dl=0
מתמונת אדמו"ר הרה"ק מהרש"ב מליובאוויטש זצוק"ל
https://www.dropbox.com/s/0iuutlcnuw9fq ... 0.mp4?dl=0
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יישר כח!

כ׳הייב נישט אן צו זעהן די עוולה.
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אויב איז דא א פראבלעים אז עס איז מגשם די צדיקים, טאר מען אויך נישט זעהן די אלע אמת'דיגע אויפכאפונג פון סאטמער רב זי"ע און די חפץ חיים און אפגערעד מונקאטש'ע רב זי"ע. וויל עס איז מגשם אזאליכע צדיקים

אבער איך פערזענליך האב יא געזען די אלע זאכן און עס האט מער ארויפגעברענג מיר יראת הכבוד אויף די צדיקים און זיי זענען געווען בשר ודם גנוי ווי מיר און מיט דעם אלעם האבן זיי זיך אזוי אויפגעהויבן.....
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

וואס איז די פוינט? עס זעהט ניטאמאל אויס עכט און גיבט גארנישט צו
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

די פראבלעם איז ווייל אונז האט מען געלערענט אז יעדע תנועה פון א צדיק איז קודש, פון יעדע תנועה קען מען לערנען א געוואלד, דא לייגט מען צו א פאלשע שמייכל, א זייטיגע אינטערגעציפטע בליק ועוד, דאס איז שקר און ברעגנט אראפ דעם צדיק
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: ניי - לעבעדיגע "בילדער" פון גדולי דור הקודם! [איז דאס דרך ארץ'דיג?]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

veltsman האט געשריבן:די פראבלעם איז ווייל אונז האט מען געלערענט אז יעדע תנועה פון א צדיק איז קודש, פון יעדע תנועה קען מען לערנען א געוואלד, דא לייגט מען צו א פאלשע שמייכל, א זייטיגע אינטערגעציפטע בליק ועוד, דאס איז שקר און ברעגנט אראפ דעם צדיק

איך שטעל מיך פאהר איר זענט אוודאי מקפיד נישט צו קוקן אויף קיין מאלעריי פון א צדיק וו.צ.ב.ש. די בילד פונעם בעל התניא...
הער, ערגער ווי א פענטינג איז דאס נישט
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”