ווער זענען די רבנים בערך ביי מינוט 6:00 ביי דעם יודענראט הויפט?
לדעתי איז דער צענטראלער רב וואס ווערט געזען אינמיטן די פילם, ארייקומענדיג צום יודנראט הויפט, הגאון רבי יצחק מאיר קאנאל זצ"ל-הי"ד פון ווארשא, ער ווערט געזעהן אין דעם בילד דער ערשטער רעכטס:
ס'איז געשריבן אין דייטש, און זיי האבן דאס איבערגעשריבן אין ענגליש.
Look on the roof and find my last personal things and try after the war to find family of ours Give them my things and you will become something Oh God of Israel, have mercy on your humiliated brothers Signed, Levie Sajet born at 1-8-1881 born in Nijmegen and his housewife Ester Zilberstein born at Stettin on the 28-7-1899
msp האט געשריבן:עס איז דא א מעשה ווי א פרוי האט אראפגעקוילערט אנ'אנדערע פרוי פון די טרעפ אין אסטען ביהמ"ד ווייל זי איז געווען א קאפא
That's it. maybe they are still alive or was alive until lately here locally or in Israel I never hear that they should have justice after the war
יוראפ האט געשריבן:אסאך דערפון [כ'ווייס נישט צו אלע] זענען געווען אדער געצווינגען דערצו, אדער האבן זיי זיך איינגערעדט אז אזוי וועלן זיי קענען העלפן די אידן. א פוילישער איד האט מיר פארציילט אז ער איז געווען בערך 7 יאר אין געטא, און די הויפט פון די יודנראט איז געווען אנגענומען און אסאך צייטונגען האבן אזוי געשריבן אז ער איז געווען א גרויסער אנטיסעמיט, האט ער גע'טענה'ט נאך בערך 7 יאר זיין דארט פארשקלאפט אז ער האט עס גארנישט געטון פון זיין ווילן, און ער האט אפילו מיטגעהאלטן גאר אסאך פעלער וואס יענער האט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר די אידן.
למעלה משבעים האט געשריבן:היינט זיצנדיג באקוועם אויפן קאוטש מיטן קאווע אין איין האנט און א..... אין צווייטן האנט זאגט זיך עס אזוי גרינג, "מען וואלט געדארפט קער נעמען פון די קאפו'ס", אבער למעשה מיין איך אז ס'איז נישט אזוי פשוט ע"פ הלכה וואס מען דארף טון מיט די וואס זענען געווען קאפו'ס, אונז קענען זיך בכלל נישט אריין לייגן אין זייער מצב צו פארשטיין וואס די קאפו'ס אליין האבן מיטגעמאכט, און איך גלייב אז די וואס האבן איבערגעלעבט און זיי האבן געטון אלעס פון זייער אייגענעם ווילן, איז זייער גרעסטע שטראף די שולדיגע געפיל וואס לויפט זיי נאך טריט און שריט אויף א גאנץ לעבן.
msp האט געשריבן:אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו אבער עס זענען אסאך פון זיי טאקע געווען שלעכטע מענטשען
פארשטייטציך האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו אבער עס זענען אסאך פון זיי טאקע געווען שלעכטע מענטשען
Maybe I'm not right but on the pictures I see that they did it with such a ACHZURIAS almost better then the NAZI'S and the yidan are under a PACHAD from the Jewish Police
יוסף שרייבער האט געשריבן:דאס איז א שטיקעל נישט אזוי באשריבענע היסטאריע, נאך די קריג האט זיך אורגאנעזירט גרופעס בשם 'הנוקמים' וואס האבען א שיינע פאר נאציס און זייערע קאלאבירעיטערס געשיקט עקספרעס צום יענעם עולם, זיי האבען גאנץ גוט געוויסט פון די נאצי אונטערגרינט וואס כידוע האט געהאלפען אסאך נאציס זיך ארויסדרייען פון יוסטיץ און אנטלויפען בעיקר קיין סאוט אמעריקא אבער אויך צו אנדערע מדינות און זיי זענען געווען אין א געיעג צו כאפען די (בעיקר פארשטעלטע) נאציס פאר ער געלונגט צו אנטלויפען.
די גרופע האט אויך מסדר געווען קאפויס שטילערהייט, נישט אויף אזא פארנעם ווי די גוים אבער אויב עס האט זיך געמאכט א געלעגענהייט ווי מען האט עס געקענט טוהן שטילערהייט האט מען עס שנעל ערלעדיקט אן קיין איבריגע קשיות.
די אקופירענדע ארמייען האבען געוויסט פון די גרופעס אבער חוץ פון די סייענטיסטען און די העכערע פישלעך וואס זיי האבען געדארפט האבען פאר די גרויסע פראצעסען איז זיי נישט צופיל אנגעגאנגען וואס מען טוהט מיט די נידריגערע ראנגען נאציס.
Poland ,Raciaz, קבוצת גברים יהודים שרוכזו בשעת האקציה, 9/11/1939.
די שטעטל ווערט גערופן אין אידיש "ראַטשוינדז", עס געפינט זיך אין די פלאצקער גובערניע. 52.783333,20.116667 עס איז דא א יזכור ביכל פון דעם שטעטל, אפשר דורך דארטן קען מען דערגיין ווער עס איז דער בעל צורה אויפן בילד.
יש לשער שזהו הגאון רבי דוד דוב נייפעלד הי"ד אב"ד ראציאנז (Raciaz), שהיה אז קרוב לבן שבעים
מיין זיידע האט זיך צוזאמגעליטן ביטערע צרות פון א קאפא אין לאגער, מיט ניסי ניסים האט ער איבערגעלעבט אן אטאקע פונעם קאפא , דער קאפא האט דערנאך געוואוינט אין בארא פארק כאילו לא הי'
שאינו יודע האט געשריבן:גראדע אמאל געהערט פון אן עלטערן איד ז"ל אז נאכן קריג האבן זיי גע'לינטש'ט זייער קאפוי און אים אריינגעווארפן צווישן די בארג הרוגים
אין מאוטהאוזען האט מען אין טאג פון באפרייאונג געלינטשט מער ווי אפאר