זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ברכי נפשי » דינסטאג יולי 21, 2020 4:07 pm

וויקטער מיטן ווען...
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
אלני ממרא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך אלני ממרא » דינסטאג יולי 21, 2020 4:37 pm

ב"ה פארברענגט דארט 3 גאנצע יאר, האמיר אסאך גוטע( אין נישט אזוי גוטע זכרונות ) וועל מיר פראבירן צו שרייבן אביסל.

ר' יודל פר"מ קעכער. א איד א שטיק סקווירא.

ארי א. ע"ה.

נתי ווערנער ע"ה. אסאך פארברענגט מיט עם.

ר' אליעזר נייהויזער ע"ה, געקומען פון מאל צו מאל אויף שבת.

די הערליכע שבתים מיטן לינזער רב שליט"א, שיין באשריבן אין דער איד.

די רבינס דביקות ביי די לעכטעלע ניגון ביי של"ש.

געווען דארט ת"ת אמרי שפר פאר א פאר יאר. אויך געווען דארט א וואסער קאמפאני פאר א שטיק צייט, אונטער די גרויסע דאמעטארי.

די גרויסע קאצקע צוקער... די טשענדילער אין בהמ"ד נאר שני וחמישי...

און מיינע יארן דארט איז די ישיבה אדורך שווערע צייטן מיט די הנהלה גשמיות איך האב אסאך צו שרייבן פון דעמלטס, אבער איך מיין אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר וד" ל.

אוועטאר
ס'קען זיין
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ס'קען זיין » דינסטאג יולי 21, 2020 5:37 pm

נעכטן האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רבי טראק דרייווער, די לעוועל פון משפיעים אין נועם אלימלך איז עפעס מוראדיג. אנגעהויבן פון ר׳ בערל שפיץ אין שיעור א, ר׳ ברוך ראזנפעלד, ר׳ חיים יואל ראזנבערג, ר׳ ישראל סענדראוויטש, ר׳ שמעי׳ סאלאמאן, ר׳ ... ברוינפעלד, ר׳ שמואל פאזן, ר׳ אלימלך ראזנבערגער, ר׳ ... בריעף, ר׳ יהושע העשיל הערשבערג און נאך וואס כ׳האב מסתמא אויסגעלאזט..

הרב ? פעלדמאן ב''ר בן ציון


ר' דוד שוואַרץ

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יולי 21, 2020 5:40 pm

ס'קען זיין האט געשריבן:
ר' דוד שוואַרץ

זיסע מלוה מלכה'ס...קומט מיר ארויף דעם טעם פון די טאוסטעד חלה... דענקסט דעם רעצעפט אפשר?
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
אלני ממרא
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך אלני ממרא » דינסטאג יולי 21, 2020 5:44 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ס'קען זיין האט געשריבן:
ר' דוד שוואַרץ

זיסע מלוה מלכה'ס...קומט מיר ארויף דעם טעם פון די טאוסטעד חלה... דענקסט דעם רעצעפט אפשר?


שפעטער געווען ר' אייזיק קעפעטש ( דאכצעך ר דודס שווער)
די פלוין פון ממרא.

רעבע, וואס מיינט פלוין?

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג יולי 21, 2020 6:00 pm

ווער געדענקט יעדע דאנערשטיג איז געווען חזרה מהאט געגעבן פאר סאפיר אלע שריים פון א גאנצע וואך
און בכלל יעדן טאג פאר פרישטאג די זעלבע זאך קאשע מיט עגג פלעינט און אייער, און ווען מהאט געקויפט די טאוסטער
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 21, 2020 6:08 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:ווער געדענקט יעדע דאנערשטיג איז געווען חזרה מהאט געגעבן פאר סאפיר אלע שריים פון א גאנצע וואך
און בכלל יעדן טאג פאר פרישטאג די זעלבע זאך קאשע מיט עגג פלעינט און אייער, און ווען מהאט געקויפט די טאוסטער

דו רעדסט פון די ריקעדיגע?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ברכי נפשי » דינסטאג יולי 21, 2020 6:08 pm

די טעמע פאר נאכמאהל פלעגט זיין פאטעטאס
אמאל מיט באנדלעך איז עס געווען טשאלענט
אמאל געקאכט איז עס געווארן מעש פאטעטאס
אמאל געמאלן און געבאקן האט עס געהייסן קוגל
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 21, 2020 6:10 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:דענקעכניש אז עס זאל זיין נהוג דיזן מנהג.

און מיינע צייטען אויכעט נישט.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 21, 2020 6:25 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך האב זוכה געווען צי א ווינדערליכע רילעישענשיפ סיי מיטן מנהל ר' משה ברוך און סיי מיט זיין זון ר' בנימין, יעדעס מאל מען איז געשטאנען אין קאווע שטיבל און מען האט געהערט דעם טיר זיך שטייטלעך עפענען, האט דער גאנצער עולם אפגעטראגן אזוי שנעל ווי דער פיס האט נאר געטראגן, איך פלעג אלס בלייבן און באגריסן דעם מנהל מיט א שמייכל, ער פלעגט מיר זאגן ער האט זייער הנאה פון מיינע גוט מארגנס, ער ווייסט אז יעדער לויפט אוועק פון איהם...

דער מנהל פלעגט מיר גאר אפט אריינרופען אויס'מוסר'ן אויף מיינע הארבע זינד אבער ער האט קיינמאל נישט געהויבן זיין שטימע אויף מיר אפי' בטעות. פון מיינע גרויסע זינד איז געווען דאס גיין אין גראסערי אויף פרייטאגס, דער מנהל מיט זיין זון האבן פארלייגט גרויסע כוחות איך זאל נישט גיין "צוליב שמירת עינים האט נישט קיין בחור וואס צי זוכן אין גראסערי" מיין יונגע מח האט עס נישט פארשטאנען (היינט יא?)... אמאל האט מען געכאפט רויטהאנטיג דריי בחורים ואני בתוכם אין אלל-פרעש און מען האט אינז גע'קנס'עט מיט 25 דאלער, איך בין אריין צים מנהל און געטענהט אז אויב וויל ער געלט קען ער רופן מיין טאטע, ס׳איז זיין געלט נישט מיינס, און ער דארף פארשטיין אז ביי אינז אין די מאדערנע בארא פארק איז עס א אנגענומענע זאך פאר בחורים צי גיין אין גראסערי... ער האט עס ממש נישט געקענט גלייבן, צים סוף האב מיר געסעטעלט אויף 5 דאלער. די אנדערע 2 חברה האבן יא געדארפט צאלן די גאנצע 25 ווייל זיי זענען געקומען פון טאהש און האבן נישט געהאט דעם תירוץ אזויווי מיר...

גם אני בחלומי, הגם ער פלעגט מיר רופען מיט א אנדרע נאמען, [נישט פון א צווייטע בחור און ישיבה, נאר ער האט מיר גערופען יואלי און מיין לעצטע נאמען, ווייל פארוואס נישט, ער פלעגט זאגען יואלי קום אהער, וויאזוי הייסטו נאר?]. ר' משה ברוך איז א זאפטיגע איד, איך פלעג נישט פאררברענגען מיט אים סם אזוי נאר ווען ער האט געהאט עפעס טענות אויף מיר פלעגט ער מיר רופעןצום שטיבל, צווישען די טעלפונס אונעם רבינס צימער, און דארט האבען מיר פארברענגט.

איך האב זיך זייער אסאך געלערנט פון אים, ער האט מיר מזביר געווען וויאזוי ער האלט די ישיבה און קאנטראל, וויאזוי מען קען וויסען אויף א גרינע טאמאטע וויאזוי ער גייט אויסקוען רויטערהייט, און וועלכע דייעט ארבעט יא און וועלכע נישט. וואספארא פרומע ער האלט יא און וועם ער מיינט ווען ער שעלט די פרומע.

נעבען אים ביים דאווענען מנחה פלעגט אריינפאפען א ארבייטער פון טשעפ'ס קינגדאם, ווי ער האט אים גענוט פאר א משל אז אויב מלערנט נישט פלייסיג וועט מען נאך איין טאג דאווענען ווי דער איד.

איין זאך וואס דער איד ציטערט פאר, און דאס איז הלכה, ווען איך האב געוואלט עפעס ערלעדיגען ביי אים, האב איך גענומען דעם גרויסן שולחן ערוך פון די אינטירשטע שעלף, [און אלטען ביהמ"ד אונטער זיין זיץ] און אריין מיט דעים און אפיס, יוא האט ער מורא געהאט פאר א ווארט פון שולחן ערוך, אפי' אויב ס'איז נישט געשטאנען דארט.

וואלט געקענט מאריך און זיין און דעם פרט אבער גילוי איז א פראבלעם.

איך האב אמאל געכאפט א היטש און ישיבה און דער מיני ווען מיט ר' משה ברוך האט מיר אויףגענומען... מיט נאך א בחור.

שטיל איז ער געווען די גאנצע וועג און מיר האבען זיך געווארפען הענט און פיס.
ווען מ'איז אנגעקומען זאגט ער א מנהל מעג אויך גיבען היטשע'ס.

און מיינע צייטען איז געווען א בד"ץ פון די עלטערע בחורים.

ער איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז מדארף אריינכאפען בשלשה ידיים,

די אלע ביזנעסע וואס האבען געהאט מיט די ישיבה פריער שוין דערמאנו

די וואסער.

טשעף'ס קינגדאם.

קליין פון די קעטערינג.

די אייער טרעלער.

כ'דענק ווי ר' סיני האט געשריגען אויף מיר [א חידוש פאר אים] פארוואס רייכערסטע 7:15 די ווייסט דאך אז איך קום דא 7:15 האסט נישט געקענט ווארטען 5 מינוט.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך א מחי' » דינסטאג יולי 21, 2020 6:34 pm

ועל כולם:
סטראבעריס איז גוט הערינג איז גוט...
(וער ס'פארשטייט פארשטייט)

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג יולי 21, 2020 6:41 pm

איך דערמאן זיך א גרויסע שערורי' וואס האט בשעתו אויפגעשטורעמט די גאנצע ישיבה, אריינגעמישט די גרעסטע פוסקים פון גרעיטער ניו יארק...

ביי מיין טאטן זז"ג אין שטוב עסט מען נאר קרית יואל'ע שחיטה, אין ישיבה האבן א גרויסע ציבור דוקא נישט געגעסן דעם שחיטה(...)
איז דורכאויסן וואך פלעג איך נישט עסן פליישיגס נאר געגעסן די נעכטיגע סענדוויטשעס וואס ר' סיני לרפו"ש פלעג ברענגען פון אלל פרעש

אויף שבת פלעג איך מיר אפקאכן אן אייגענעם טשולנט אין א אייגענעם קרעק פאט מיט קרית יואלע טשיקן,
האט זיך אמאל געמאכט איך האב געניצט א שעפ לעפל פון קיך פאר מיין טשולנט און ס'האט אויסגעבראכן א מלחמה כבדה

די קנאים האבן גע'טענהט מען מיז עס כשר'ן הלמאי ס'האט ציגערירט הייסע פלייש שאינו למורת רוחם... ס'איז געגאנגן באנקערס!
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 21, 2020 6:53 pm

א מחי' האט געשריבן:ועל כולם:
סטראבעריס איז גוט הערינג איז גוט...
(וער ס'פארשטייט פארשטייט)

סטראבערי יוגערט להמדייקים.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 21, 2020 6:57 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך דערמאן זיך א גרויסע שערורי' וואס האט בשעתו אויפגעשטורעמט די גאנצע ישיבה, אריינגעמישט די גרעסטע פוסקים פון גרעיטער ניו יארק...

ביי מיין טאטן זז"ג אין שטוב עסט מען נאר קרית יואל'ע שחיטה, אין ישיבה האבן א גרויסע ציבור דוקא נישט געגעסן דעם שחיטה(...)
איז דורכאויסן וואך פלעג איך נישט עסן פליישיגס נאר געגעסן די נעכטיגע סענדוויטשעס וואס ר' סיני לרפו"ש פלעג ברענגען פון אלל פרעש

אויף שבת פלעג איך מיר אפקאכן אן אייגענעם טשולנט אין א אייגענעם קרעק פאט מיט קרית יואלע טשיקן,
האט זיך אמאל געמאכט איך האב געניצט א שעפ לעפל פון קיך פאר מיין טשולנט און ס'האט אויסגעבראכן א מלחמה כבדה

די קנאים האבן גע'טענהט מען מיז עס כשר'ן הלמאי ס'האט ציגערירט הייסע פלייש שאינו למורת רוחם... ס'איז געגאנגן באנקערס!

איר דערמאנט מיר און מיינע צייטען, זענען די מדקדקים בני המעוררים קארפ דערגאנגען אז דער גוי דרייעט זיך אליינס און קאך ווען ר' יודל זז"ג איז נישט דארטען.

האט מען איבערגעדרייט די גאנצע ישיבה ארויס און א הונגער סטרייק, נישט געגעסען אפי' וויע אוםגעשניטענע וועדזטעבלס. [אפשר יא עפעס ליגט מיר און קאפ אז דער מיט די לאנגע ציצית פלעגט ארויסברענגען צו עסען פאר די מעוררים.

געקאלט ר' יחזקאל, און אונטער א פארמאכטע טיר האט ער געשריגען און געווילדעוועט אויף ר' יודלען, וואס האט צוריק געשריגען כדבעי, עד היום מאכט מיר די גאנצע מעשה נישט קיין סענס. אבער מעשה שהיה כך היה.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג יולי 21, 2020 7:18 pm

די באבאגאנוש פון ר'יודל איז געווען מעין עולם הבא.
ווער קען שאפן די רעסעפי?

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך טראק דרייווער » דינסטאג יולי 21, 2020 7:21 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רבי טראק דרייווער, די לעוועל פון משפיעים אין נועם אלימלך איז עפעס מוראדיג. אנגעהויבן פון ר׳ בערל שפיץ אין שיעור א, ר׳ ברוך ראזנפעלד, ר׳ חיים יואל ראזנבערג, ר׳ ישראל סענדראוויטש, ר׳ שמעי׳ סאלאמאן, ר׳ ... ברוינפעלד, ר׳ שמואל פאזן, ר׳ אלימלך ראזנבערגער, ר׳ ... בריעף, ר׳ יהושע העשיל הערשבערג און נאך וואס כ׳האב מסתמא אויסגעלאזט אלע קאנאנען איינס גרעסער פון צווייטן ... איך גלייב ס׳איז נישטא זיינס גלייכן אזא צאמשטעל פון לייבן סיי ווי ... 

דו זאגסט טאקע גוט אז תורת משה איז א גאר ווארעמע פלאץ מיט א ראש ישיבה וואס פירט דעם ישיבה פינקטליך לויט זיינע שטריכן, לא כן נוע"א איז דא פון ר' בערל ביז ר' יושע העשיל הערשבערג און הרב בריעף, וואס יעדער קען זיך מדבק זיין צי זיין תכונת הנפש...



פעיק ניוז האט געשריבן:פשוט אזוי. עס איז פיל א גרעסערע מעלה ווען מען האט א ברייטע ווערייעטי פון משפיעים פון כל מיני סוגים, ווי האבן איין אולטימעט טאן שטעלער.


בכלל נישט פשוט אזוי, ווען מען האט א מהלך מיט א קלארקייט קען מען אסאך מאל מער אנקומען ווי האבן א ווערייעטי פון 30 מהלכים וואס קיין איינס דרינגט נישט אריין טיף טיף ווייל די מגיד שיעור איז סך הכל א מוסר געבער, אנדערש ווי מען איז אין א ישיבה וואס די גאנצע ישיבה איז אוועקגעשטעלט אויף א העכערע טאן מיט א יסודותדיגע מהלך וואס ברענגט אריין אן ערנסקייט און א געבויעטקייט אין אלע תחומי הנפש. ודו"ק כי קצרתי.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך Iphone » דינסטאג יולי 21, 2020 7:28 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:ועל כולם:
סטראבעריס איז גוט הערינג איז גוט...
(וער ס'פארשטייט פארשטייט)

סטראבערי יוגערט להמדייקים.


ווי איך געדענק איז עס הערינג און האניג

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 21, 2020 8:12 pm

Iphone האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:ועל כולם:
סטראבעריס איז גוט הערינג איז גוט...
(וער ס'פארשטייט פארשטייט)

סטראבערי יוגערט להמדייקים.


ווי איך געדענק איז עס הערינג און האניג

איך האב עס נישט געהערט פון אים בשעת מעשה, אבער מיר האבען אים געפרעגט און ער האט געזאגט מיט א שמייכל סטראבערי יוגערט און הערינג.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

loyodea
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך loyodea » דינסטאג יולי 21, 2020 9:59 pm

משק ביתי האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
ישראל אהרן האט געשריבן:עס איז אמת אז עס איז דא א תקנה און די ישיבה אז מען מוז גיין מיט "פלעסטישע גלעזער"?

פון די ג' חמורות

דערמאן איך מיר טאקע פון א בחור וואס פלעגט גלייך ביים ארויפגיין אויפן באס שנעל צוריקטוישן צי זיינע אייזערנע גלעזער ח"ו קיינער זאל איהם נישט זעהן מיט די פלעסטיק גלעזער...

אגב ווען איך בין געווען און ישיבה פלעגט מען זאגן אז די ג' חמורות זענען
ארויסגיין פון די גרינע געיט
רייכערן
און...די דריטע געדענק איך טאקע נישט...

היינט מיין איך רייכערט מען שוין עמטליך

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג יולי 21, 2020 10:22 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך האב זוכה געווען צי א ווינדערליכע רילעישענשיפ סיי מיטן מנהל ר' משה ברוך און סיי מיט זיין זון ר' בנימין, יעדעס מאל מען איז געשטאנען אין קאווע שטיבל און מען האט געהערט דעם טיר זיך שטייטלעך עפענען, האט דער גאנצער עולם אפגעטראגן אזוי שנעל ווי דער פיס האט נאר געטראגן, איך פלעג אלס בלייבן און באגריסן דעם מנהל מיט א שמייכל, ער פלעגט מיר זאגן ער האט זייער הנאה פון מיינע גוט מארגנס, ער ווייסט אז יעדער לויפט אוועק פון איהם...

דער מנהל פלעגט מיר גאר אפט אריינרופען אויס'מוסר'ן אויף מיינע הארבע זינד אבער ער האט קיינמאל נישט געהויבן זיין שטימע אויף מיר אפי' בטעות. פון מיינע גרויסע זינד איז געווען דאס גיין אין גראסערי אויף פרייטאגס, דער מנהל מיט זיין זון האבן פארלייגט גרויסע כוחות איך זאל נישט גיין "צוליב שמירת עינים האט נישט קיין בחור וואס צי זוכן אין גראסערי" מיין יונגע מח האט עס נישט פארשטאנען (היינט יא?)... אמאל האט מען געכאפט רויטהאנטיג דריי בחורים ואני בתוכם אין אלל-פרעש און מען האט אינז גע'קנס'עט מיט 25 דאלער, איך בין אריין צים מנהל און געטענהט אז אויב וויל ער געלט קען ער רופן מיין טאטע, ס׳איז זיין געלט נישט מיינס, און ער דארף פארשטיין אז ביי אינז אין די מאדערנע בארא פארק איז עס א אנגענומענע זאך פאר בחורים צי גיין אין גראסערי... ער האט עס ממש נישט געקענט גלייבן, צים סוף האב מיר געסעטעלט אויף 5 דאלער. די אנדערע 2 חברה האבן יא געדארפט צאלן די גאנצע 25 ווייל זיי זענען געקומען פון טאהש און האבן נישט געהאט דעם תירוץ אזויווי מיר...
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:נאופ דאס בין איך אליינס אריבער...


כרעד נישט פון דעם כ'רעד פון איינס פארדעם וואס איז געווען א אישו
חןץ אויב ס'איז ס'זעלבע....

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך יולי 22, 2020 12:01 am

ר' העניך פערל פלעגט אויך קומען צום רבי'ן אויף שבתים.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך יולי 22, 2020 10:39 am

loyodea האט געשריבן:
משק ביתי האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
ישראל אהרן האט געשריבן:עס איז אמת אז עס איז דא א תקנה און די ישיבה אז מען מוז גיין מיט "פלעסטישע גלעזער"?

פון די ג' חמורות

דערמאן איך מיר טאקע פון א בחור וואס פלעגט גלייך ביים ארויפגיין אויפן באס שנעל צוריקטוישן צי זיינע אייזערנע גלעזער ח"ו קיינער זאל איהם נישט זעהן מיט די פלעסטיק גלעזער...

אגב ווען איך בין געווען און ישיבה פלעגט מען זאגן אז די ג' חמורות זענען
ארויסגיין פון די גרינע געיט
רייכערן
און...די דריטע געדענק איך טאקע נישט...

היינט מיין איך רייכערט מען שוין עמטליך

דערמאנסט מיר..אין מיינע צייטן פלעגט ר' י.י. פעלדמאן באגריסן יעדן מיט א שמייכל אין איין וועג שמעקן אויב מ'האט גער...

עצי השדה
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 4:44 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך עצי השדה » מיטוואך יולי 22, 2020 4:52 pm

קען איינער ארויף לייגן די ארטיקל וואס איז געווען אויף לינ'ע רב, דאס וואס האט אנגעברענגט די גאנצע אשכול

FREEDOM
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

מגי"ש ר' שמעי' סאלאמאן נ"י

תגובהדורך FREEDOM » מיטוואך יולי 22, 2020 6:59 pm

האט ר' שמעי' געהאט א זון אלתר ירמי' וואס איז געווען זקוק לישועה?
אין מיין בוחרישע תילימל שטייט נאך דעם נאמען לרפואה אלתר ירמי' בן מרים לאה
וואס הערט זיך מיט אים???
מי כעמך ישראל!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך יולי 22, 2020 8:48 pm

המשך מידידי באישי


המשך:

די שפיץ פון די חנוכה איז אן קיין צווייפל געווען די נאכט וואס דער רבי האט געצינדען אין ישיבה, וואס האט גלייכצייטיג געדינט אלס כינוס התלמידים פון אלע יוצאים דורכאויס די יארן, וועלכע האבן געמאכט די לאנגער וועג קיין מאנסי צו זיך אביסל אויפרישן די זכרונות מבין כותלי הישיבה, אבער שוין פון די אנדערע זייט גרינער געיט..
די בחורים וועלכע האבן זיך געשוואוירען זיי האבן הויכע שטימעס האבן פארנומען זייער ארט ביים מייקראפאן און פארגעזינגען עפעס א הייזעריגע מעוז צור וואס כנראה איז דאס פארפאסט געווארן דורך דער וואס האט זיך פארהערט די מערסטע בלאט גמרא... נא שוין, זייער דערהויבן געווען. 




יעצט העממיר געבן א שפרינג ביז פורים.. טאקע קיין מאבילס נישט געווען, אבער פיל געשמאקער פון דעם. נעמליך, דער 'שבת זכור'. דאס איז א שבת וואס די תלמידי הישיבה וועלן נישט אזוי שנעל פארגעסן.. מ'האט מכתיר געווען דעם פורים רב, געווענליך א בנש"ק וואס פארשטייט צו די שטיק, און פון ערש"ק האט זיך אנגעהויבן די מצב בחצר הקודש.

ערב שבת איז געפראוועט געווארן אלע סארט מעמדים, פון א קביעת מזוזה און קבלת פנים, ביז א מצוה טאנץ און סעודת עניים, און אלעס אינצווישן. דער עולם איז געלאפן פון איין ווינקל צום צווייטן, און איבעראל איבערגעפילט די פריוואזארישע פארענטשעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן לקראת די מעמדים, און געשפרינגן ווי הייסע חסידים פאר'ן רבי'ן. 

דער טיש איז געפראוועט געווארן אינעם 'מלוה מלכה' שטוב, נישט אין ר' ישעיל'עס הויז, נאר דארט וואו דער רבי פראוועט יעדע וואך מלוה מלכה מיט די וויכטיג שוויצערס וואס בלויז די בחורים וואס ס'וואקסט שוין גרין מעגן זיך דארט באטייליגן.. די פארענטשעס האבן זיך געצויגן ביז'ן דאך, און דער עולם איז געשטאנען פאר עטליכע שעה אין די לופטן, געוויינט און געלאכט, געטאנצן און געפאטשט. דער רבי האט באוויזן אקואראט נאכצומאכן א דאזע פון אדמורי"ם ורבנים, אזש דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן. 

במשכ'ן שבת האט געהערשט א זעלטן פרייליכע אטמאספערע, דער עולם האט זיך ארויסגעלאזט אויף רקידה'לעך אין אלע מצבים. געדענק איך נאך גוט דעם טאנץ אויפן דאך פונעם בנין הישיבה וואס ביי איין ווינקל פון אונטן איז דאס דריי שטאק הויעך, און איינער האט כמעט געטראסקעט פון דארט..

אויך בין איך דאן געוואויר געווארן וואו די געשולטע בחורים פארבראכן מיט א ציגאר.. פילע אויסגערויכערטע ציגארן דארט געטראפן. 




ל"ג בעומר איז אויך גארנישט געווען אוועקצומאכן. די בחורים וועלכע האבן שנעלער געקענט ענדיגן דעם שיעור היום האבן זיך אריינגעשלייכט אין בעקיארד, און צוזאמגעקלעטערט הויפענעס פון צווייגן און ביימעלעך, און במשך די טאג איז ארויפגעוואקסן א שטאקיגער געביין, און אויב געדענק איך גוט איבערדעם א פאלאסטינער פענדל, וואס איז ארויף אין פלאמען ווען דער רבי האט דאס אונטערגעצינדען, און דער עולם האט זיך געהויבן טפחיים במשך עטליכע שעה, ווען דער עולם האט געדאטשקעט און געטאנצן מיט די תופים ומחולות וואס איז צוגעשטעלט געווארן. 




העממיר געבן א שפרינג משמחה ליגון, נעמליך דער תשעה באב. תיכף נאך קינות אינעם ביהמ"ד, האט זיך דער עולם אריינגעשלייכט אינעם גרויסן צימער, וואו ס'איז געווען אויסגעלייגט צענדליגער מאטראצן אויפן פאדאלאגע, און דער ציבור האט זיך אוועקגעזעצט/געלייגט, און מ'האט אנגעצינדען ר' יוסף חיים גרינוואלד ביז חצות הלילה, און וואס מיינט איר? איבריג צו זאגן אז נאך א וויילע איז רוב ציבור טיף געשלאפן, און מ'האט זיך פלוצלינג אויפגעכאפט אז מ'גייט שוין זאגן תיקון חצות..

מ'איז אריין אין שול, די נייטרא בוגרים האבן פארנומען די אויבן אן, און זיך געשפירט כשוחקים ברקיע מיט די כבוד און עהערע אז זיי קענען די מקובל'דיגער נוסחא פון תיקון חצות, און דאס פארגעזינגען ווי ס'זאל ווען זיין א פרייליכע דעבקע ניגון ביי די צווייטע טאנץ..צופרי נאכ'ן קינות האט זיך גענומען אריינפאפען טעקסיס, און דער עולם האט זיך א לאז געטון צום ביהמ"ד פון ר' ישראל דוד שלעזינגער, וואו ער האט געזאגט זיין יערליכער דרשה במעמד הונדערטער אידן, זייער הארציג און תוכנ'דיג כדרכו. 
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo, מה שמו, נעזל און 4 געסט