זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » מאנטאג יולי 27, 2020 8:33 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:און מיינע צייטען איז געווען א חשובע בחור וואס האט געפעלט עטליכע טעג פון ישיבה און ווען מען האט אים גערודפט אז ער פעלט פאר שידוכים, האט ער איינמאל מסכים געווען אז ער איז געווארען א חתן, און ס'האט זיך געטוען טישען און בענק, ער האט שוין נישט געקענט צוריק צוען, און ר' משה ברוך האט דאן געראטעוועט די מצב.

דערמאנסט מיר ווי אום ז' אדר האט מיין באבע געהאט יארצייט איז מיין מאמע און זיידע מיך געקומען אפנעמען פון ישיבה אינמיטן סדר צו גיין צום פעלד. זייענדיג א פריש געווארענער אכצן יעריגער בחור האט זיך די גאנצע ישיבה איבערגעדרייט אז איך ווער א חתן.
ס'האט גענומען נאך אנדערטהאלבן יאר אז ס'זאל פארווירקלכט ווערן...

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » מאנטאג יולי 27, 2020 8:55 pm

ר"ח אדר פלעגט זיין א יו"ט אין ישיבה.
געווענליך פלעגט די מקוה ווערן איבערגעדרייט און באהאנגען מיט פארשידענע פלאקאטן.
ביים דאווענען פלעגט געווענליך פארקומען א שטיקל אקציע לאחר שמו"ע קודם הלל. והיה שחוק גדול (לכאורה איז די עיקר געווען די קאנטראסט פון אטמאספערע, פון די געווענליכע אנגעצויגענע ליזענסקע לופט דאווענען ביחס צו די פורים שפיצלעך. מיר פערזענליך פלעגט עס כאפן א לאכעדיג ביינדל בלע"ז אז א גאנץ יאר האב איך געווארט דערויף.
איין יאר האט מען אריינגעברענגט דעם וועגל ארומגעוויקלט מיט טישטעכער ווען אין צענטער איז געזעסן דער גוי טאקע דער יד אחת מיט בלויז איין האנט, מ'האט אים אנגעטון א ביבער הוט והנה ער איז דא. כ'ווייס נישט צי מיט תפילין מעג מען אזוי לאכן ווי איך האב מיך דאן געריסן פאר געלעכטער.
נעקסטן יאר האט מען אריינגעברענגט דעם וועגל אנגעלייגט מיט רענצלעך ביזן דאך און די וועגלעך שלעפער הויבן אן זוכן דעם בעל תפלה אין די רענצלעך. שטייט אן אנגעצויגענע ביהמ"ד מיט צוויי הונדערט בחורים מעוטר בתפילין און די חברה פאקן אויס רענצלעך,ס'פליעט ליילעכער און האנטוכר און מ'ווארט צו טרעפן דעם בעל תפלה צווישן די רענצלעך. ענדליך האט מען אים געטראפן פארפאקט אין א רענצל.
דריטע יאר איז דער בעל תפלה אריינגעקומען מיט א חופה, צוויי בחורים האבן אים אונטערגעהאלטן מיט הבדלות אין דער האנט און געזינגען שלמה שמש'ס מי בן שיח.

ר' משה ברוך פלעגט זיכער מאכן צו האלטן א דרשה ר"ח ווי ער האט געטאנצן אויף זעקס חתונות, האלב וועגס פארדאמט די אקציעס און האלב וועגס געזאגט אז ס'איז געווען מיט רשות און האלב וועגס געזאגט אז ס'איז נארישקייטן און שטותים און בחורים דארפן זיין העכער פון דעם און האלבוועגס געזאגט אז ס'איז וויכטיג בחורים זאלן זיך אונטערהאלטן. דאס האט זיך איבערגעחזרט יאר יערליך. ער האט פיין פארשטאנען זיין שטעטל.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג יולי 27, 2020 10:19 pm

שבתי בוים האט געשריבן:. ער האט פיין פארשטאנען זיין שטעטל.

נאך ווי.

נישט און מיינע צייטען איז דער פ"ר אראפ פון דאך דארט ביים אלט שוהל, [פונעם פענסטער וואס מ'פלגט נוצעןצ פאר די אינדאר חופות ב'זמן שהאטעל היה קיים.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » מאנטאג יולי 27, 2020 10:37 pm

איין יאר האט רש"ז גראס אונטערגעהאלטן דעם עולם אלס כמו פורים רב און נאכגעמאכט רבי מיכעל מנתני וואס האט געדינט אלס הכנה דרבה פאר זיין שפעטערדיגע ראלע אויף קול מבשר פורים אפטיילונג.

פלעגט זיין א סדר אז חתנים פלעגן קומען אויף שבת קאפעליטש און געהאלטן א דרשה אין ישיבה. געדענק איך די געזעגענונגס דרשה פון הרב אילאוויטש, דער שפעטערדיגער בעל ובחרת בחיים.

ווען ר' אפרים זרח זלזניק איז אוועק איז געווען אן עצרת הספד אין ישיבה, גערעדט האט כמדומה ר' ישראל סענדראוויטש בעל ??? אויף הלכות מקצה און רבי יחזקאל גאלד (גיט אביסל צו פארשטיין כאראקטער פון די ישיבה ווי א ליטווישער רי תלמוד הגריז איז נספד געווארן כהלכה). איינער פון די מספידים דערציילט דעם טעם פארוואס ער פלעגט ארומגיין אויסרופן דעם מולד אלס תשובת המשקל ווייל ער האט אמאל מזלזל געווען אין דעם מנהג שמקורו במגן אברהם.

אין יענע תקופה, נאך וואס סאיז ארויס געקומען א חיבור פון ר' זרח אפרים אויף מרובה, האט ר' שמעי נאכגעזאגט דערפון א חידוש, סאיז געווען אן אויסנאם ווייל ער האט כמדומה קיינמאל דערמאנט שפעטערע ראשי ישיבות זולת רבי ברוך בער וחזון איש.

געווען א בחור וואס האט געשריבן אן אייגענע פירוש אויף ירושלמי ביכורים בצדי הגיליון פון די ישיבה'ס ירושלמי, ביז איינעם אים מעורר געווען אלס ממון הקדש האט ער פארמעקט די גאנצע זאך וחבל.

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » מאנטאג יולי 27, 2020 10:42 pm

ר' משה ברוך האט געהאלטן אז בחורים דארפן גיין צו זייערע חברימס חתונה ( אנדערש ווי לדאבוננו ווי סאיז היינט אין סטיל ) און די ישיבה פלעגט מארגן זיין אז כאטש פופצן בחורים זאלן גיין צו יעדע חתונה און די נעקסטע טאג נישט געמוזט קומען פארטאגס.

נחמן זיגלמאן פלעגט פירן א קאמף קעגן בחורים וואס פלעגן טרונקען קאווע מיט די תפילין באזירט אויף הנהגת חתם סופר, טענהנדיג "דו ביזט נישט קיין חתם סופר."

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג יולי 27, 2020 10:45 pm

יישר כח שבתי ביזט מיר מחיה.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » מאנטאג יולי 27, 2020 11:14 pm

נאך די לוי' פון קאשויער רב האט ר' לוי יצחק דערציילט אז דער רבי (סתם רבי רבי מאטעלע) האט געהייסן ענדערש גיין צו די לוי' ווי איידער סיום הש"ס וואס איז פארגעקומען אין זעלבן טאג.

שפעטער איז פארגעקומען אן עצרת התעוררות, צווישן אנדערע האט גערעדט זיכערמאן קאשויער רבס משבק און זייער געוויינט.

ר' לוי יצחק איז געווען פון די עורכים אויף טייל בענדער פון משנת הלוי פון רבו רבי רפאל שארר. ושמעתי ממנו אז די ספרי משנת הלוי זענען בעצם א זלזול קעגן רב חילו וגבירתא פון רבי רפאל, נאר רבי רפאל גייט נישט אן און ער האלט אז די ספרים זענען לתועלת קונה צו זיין אויף א שנעלע וועג די לומדות'ער ושי' ראשונים דף נאך דף.

ר' לוי יצחק האט אונז גענומען זיך פאר הערן ביי רבי רפאל מסכת בבא מציעא, מיר זענען געווען געציילטע בחורים אויפאמאל. געזעצן איז דער גדול אין א קליין ספרים צימערל און דערנעבן איז געווען א בעט איין שאלה איז געווען וויפיל מאל איז דא די היתר פון יש לו אין איזהו נשך, נאך א שאלה איז געווען וויפיל שבועות דאורייתא'ס איז דא, מיך האט ער געפרעגט אנהויב השוכר את האומנין ווען סאיז יא אדער נישטא תערומות.

איין בחור האט ער געפרעגט א שאלה און יענער האט געענטפערט יא, האט ר' רפאל געפרעגט יא? האט דער בחור צוריק געענטפערט ניין, זאגט אים ר' רפאל, יעצט ווייס איך נישט ווען דו ביזט גערעכט געווען, פריער אדער יעצט.

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שופר » מאנטאג יולי 27, 2020 11:31 pm

שבתי בוים האט געשריבן:ווען ר' אפרים זרח זלזניק איז אוועק איז געווען אן עצרת הספד אין ישיבה, גערעדט האט כמדומה ר' ישראל סענדראוויטש בעל משנת ישראל אויף הלכות מקצה און רבי יחזקאל גאלד (גיט אביסל צו פארשטיין כאראקטער פון די ישיבה ווי א ליטווישער רי תלמוד הגריז איז נספד געווארן כהלכה). איינער פון די מספידים דערציילט דעם טעם פארוואס ער פלעגט ארומגיין אויסרופן דעם מולד אלס תשובת המשקל ווייל ער האט אמאל מזלזל געווען אין דעם מנהג שמקורו במגן אברהם.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג יולי 27, 2020 11:38 pm

שבתי בוים דו ביסט ריזיג! ווי דו שלעפסט מיר ארויס אלטע זכרונות און נאך יעדע קרישקעלע מיט אזא געשמאק קעניינענאהרע, קיפ איט קאמינג!

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ראש המערכה » דינסטאג יולי 28, 2020 12:38 am

איינער קען די פרטים ווען דער ליזענסקער רבי האט זיך אנגעטוהן ווייסע זאקן? די דרשה פון ר' הערשעלע קרעטשניפער זצוק"ל ? ווער האט פרטוישט די זאקן און מקוה?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 28, 2020 1:57 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
העד פירסט האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' נחמן זיגעלמאן, נאך פאר אייער צייטען.

בעצם די ישיבה האט א גאר לאנגע מגילת יוחסין.

אדמינסטרעטער'ס ראשי קהילה, און ידיד קדשי בית ליזענסק וואס זענען געקומען און געגאנגען.

איך פערזענדליך האב הנאה געהאט צו פארברענגען מיט דאנקאנעה, און אריה דעם רבינ'ס כווייס נישט וואס [ער איז נאך דא?]

איר מיינט אריאל אשר...?


נא, ער מיינט מן הסתם אריה געשטעטנער

יא אריה וואס מאכט ער?

געזען ביי די לעצטע חתונה

loyodea
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך loyodea » דינסטאג יולי 28, 2020 2:47 am

נר דלוק האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:איינער דענקט דא די ישיבה נאך אין וויליאמסבורג אויף פען סטריט, תשנ״ה תחת דגלו פון הרב ר׳ חיים יודל פריעדמאן שליט״א?


יא ב"ה
שנת תשנ"ה
הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א
הרה"ג ר' שמואל בנימין קאפף שליט"א
הרה"ג ר' מרדכי זאב וואזנער שליטא
און הרה"ג ר' חיים יודא פריעדמאן שליט״א איז אליין אויך געווען א מגיש (בנוסף פון זיין דער מנהל)

די זכרונות זענען אין לשער....
לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

דער רבי מיט זיין שטיבל אויפן צווייטן שטאק
יענע יאר אנהייב ווינטער איז זיין מאמע אוועק און ער איז געקומען דאווענען שחרית יעדן טאג אין ישיבה

און זיין איידעם שטערן לערנט בחברותא מיט ר' משה האס

די הדלקה ליל לג בעומר אין בעקיארד (און נאכמיטאג צום צווייטן מאל)

ואגב תשנ"ה איז געווען די לעצטע יאר וואס מ'איז געגאנגען אין די קעמפ אין סוואן לעיק, פון תשנו ווען מ'איז אריבער קיין מאנסי איז מען נישט געפארן אין קעמפ
--

איך וואלט זיער מציע געווען פאר אלע חשובע תלמידי הישיבה זיי זאלן מציין זיין פון "בערך" וועלכע יארן זיי רעדן.
בכל אופן א ריזיגן ייש"כ פארן פותח האשכול - די הארץ ווערט.... ווען מ'הייבט אן זיך דערמאנען די אלטע יארן.

ר' חיים יודל איז נישט געווען אין רמ"ש גובנער'ס ישיבה?

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך להודיע » דינסטאג יולי 28, 2020 2:56 am

שבתי, כ'גיי ניסלעך פאר דיינע סחורה דא... מ'קען זיך באלעקן אלע ביינער פון דיינע שילדערונגען מתוק מדבש.
לעצט פאראכטן דורך להודיע אום דינסטאג יולי 28, 2020 3:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איש ליזענסק
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך איש ליזענסק » דינסטאג יולי 28, 2020 2:57 am

שבתי בוים האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן: .

יישר כח ר' שבתי דו קומסט אריין זייער קלאר און ארגינאל!
דיינע מליצות און די ליצנות פון געוויסע קרישקערליך איז נישט אזוי געאייגענט פאר די 9 טעג.
עס איז מבהילדיג ווי דו האסט אויפגעכאפט די אלע דיטעלס אלס בחור


אדאנק
בשעת מעשה האב איך עס נישט אויפגעכאפט, ס'קומט נאר ארויף יעצט אין רעטראספעקט ווען איך רעפלעקטיר...
בעצם זענען די אלע קרישקעלעך גוטע ווערטלעך און ס'פאדערט זיך א געהעריגע אנאליז אויף דער ישיבה און אויב איינער וועט זיין נייגעריג אפשר וועל איך שרייבן פון מיין קוק ווינקל.
.

מיר באסמאקעווען זיך מיט די זכרונות פון ישיבה. אדרבה, קום אריין ווי מער מיט אזעלעכע זיסע זכרונות און לענגערע אנאליזן.

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג יולי 28, 2020 8:29 am

רוב שנאר פון די בחורים איז געגאנגען פאר קרן חתנים געפירט דורך ר' שמואל פאזען וועמען די בחורים האבן געטראסט, אויך זענען רוב בחורים געווען בני עניים און געוואוסט אז סאיז א מתנה על מנת להחזיר ביום מן הימים. פאר'ן קאמפיין פלעגט אויסגעטיילט ווערן אן ארטיקל איבער אן ארעמער מחותן וועלכער האט נישט חתונה צו מאכן געשריבן די פריערדיגע יארן מיט א הערליכע האנט שריפט. בחורים מבינים פלעגן באוואונדערן די שרייבערישקייט פון דעם ארטיקל ווי די רויעך קנוילן האבן זיך געדראפעט ביזן סופיט.

איין יאר האט מען פרובירט איינצופירן אז מזאל שאפן געלט פאר די ישיבה, סהאט זיך שווערליך איינגעגעבן. דעמאלט איז געקומען א נייע אדמיניסטרעיטאר וואס פלעגט פאר דעם ארבעטן אין שער אפרים פאר יודל אשרי און געהאלטן א דרשה ערב פורים וואו ער האט צו געזאגט הרים וגבעות אז ער וועט מעטשן פאנדס פאר קרן חתנים אבי די בחורים זאלן אים העלפן. סהאט אבער שווערליך מצליח געווען און זיין גאנצע אדמינשאפט האט אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז שושן פורים.

איין יאר בין הזמנים האט מען פרובירט די בחורים זאלן שאפן געלט און מ'האט געטיילט מתנות אויף פאראויס. מ'האט זיך נישט געמוזט מתחייב זיין נאר בלי נדר. מ'האט געקענט וועלן צווישן א דימסטריבסקי קצות און אן אוצר השביעית פון עוז והדר. איך האב גענומען אן אוצר מיט די טענה אז א קצות איז דא אין יעדע שול. היינט האב איך חרטה.
דאס געלט האב איך קיינמאל געברענגט ווייל סאיז געווען בלי נדר.

די איינציגער וועג ארויס פון ישיבה איז געווען צו גיין נאך געלט פאר קרן חתנים. בפרט אז אלע הוצאות ווי א קאר סערוויס בבואו וצאתו און א פרישטאג ביים פת שחריתל טראק אין קרית יואל איז געדעקט געווארן אלעס אויפן חשבון פון די קאסע הקדושה, דהיינו די נארוואס געשאפענע דאלארס און קוואדערס. פלעגן טאקע קלוגע בחורים פארשווינדן ווערן פרייטאגס און זונטאגס און גיין נאך געלט בתשועות חן.

א ספעציעלע הנאה איז געווען צו גיין נאך געלט אין די רביצינס שול וואס אלעמאל איז געווען פרייליך דארט וכל ימיהם כחגים בנוסף וואס דער עולם פלעגט זיך ווארעם אנרופן צו שטיצן די חשוב'ע בחורים פון די חשוב'ע ליזענסקער ישיבה. אויך ר שלמה יאנקל פלעגט זיצן אויפן ערשטן ( לעצטן) טיש און געגעבן פאר יעדן בחור א געביגלטן דאלאר בסבר פנים.

כ"ו אב פלעגט מען זיך איינטטיילן אין משמורות במשך כ"ד שעות היממה וליל צו שטיין ביים בודקע און שרייען פועלטס אלעס גוטס. שמעתי ממקורות נאמנים אז נאך אלעמען פלעגט אריינקומען קליין געלט. איך האב גענומען די משמורה פון 12 ביינאכט ביז פיר פארטאגס. טראץ וואס סאיז געגאנגען א שטיקל רעגן היה לי הנאה ותענוג רוחני פון פאר ברענגען דארט א נאכט רואיג און טונקל, שאי אפשר למבטא בשפתי'.

מוצאי שבת איז געווען א שטיקל לויזקייט אין ישיבה און מ'האט געקענט פארשווינדן ווערן צו א מלוה מלכה פון א גוטן איד. א בחור האט מיך איינמאל געשלעפט צו א מלוה מלכה מיט רבי מיכעל מנתני, האט ער דעמאלט נאכגעזאגט די באקאנטע טייטש פון רבי זושא צרופה אמרתך מאוד, געלט איז זייער זיס על כן עבדיך אהיבו און דערפאר דיין קנעכט האט עס ליב.
לעצט פאראכטן דורך שבתי בוים אום דינסטאג יולי 28, 2020 11:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שפיצער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שפיצער » דינסטאג יולי 28, 2020 8:33 am

שבתים אין ליזענסק האט געהאט א ריכטיגע שפיר פון מעין עולם הבא.
קודם כל האט זיך געשפירט אזא "באפרייאינג געפיל" .נישט זעענדיג דעם אלטן ווענטשור געפארקט פארנט פון ביהמ"ד.ר פנחס ווידער פלעג אייביג אהנקומען א מינוט פארן זמן אפילו אין די לאנגע פרייטאגס. ער פלעג מיטברענגן צענדליגע פעקלעך עסן ,געשיקט דורך בענקעדיגע עלטערן. מיר פלעגן זיך פאסמאקעווען מיט ר פנחס זאפטיגע דרשות, ספעציעל הנאה געהאט ווי ער קאכט זיך אין סאטמאר, דברי יואל וכו .זייענדיג א ריכטיגע קלויזענבורגער.
איינער שניצער א זקן פלעג קומען מידי שבת בשבתו אין מיינע צייטן ,מיטעלע ס יאהרן .אויכעט ר אליעזר נייהויזער .
זונטאג, דאס גיין נאך געלט אין סקווער אדער מאנסי און אפברענען דעם האלבן טאג מיט פרישטאג געגעסעכץ אין ווישניץ, דאס איז מיט א בליק אויף צוריק געווען אזא סארט לופהול ,דייקא צו לאזן די בחורים זיך אביסל אויסבלאזן פון די "פרעשור" .כנלענד.
ר יעקב מרדכי, געדינט ווי דער "פסיכאלאג" אדער ווי ר משה ברוך האט אים גערופן "די מאמע" .און א בחור וואס דארף צופיל פארברענגן מיט אים איז א תינוק שצריך לאימו.
איין מגי"ש, הרב סענדראוויטש ,א פה מפיק מרגלית,פלעג אנהייבן אלע דרשות מיט א הקדמה "איך קען דאך נישט רעדן ". ויהי לפלא.

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג יולי 28, 2020 8:47 am

איינמאל איז געווען א התרשלות אין אויפשטיין פארטאגס און ר' משה ברוך האט געסטראשעט אז ער גייט קומען פארטאגס אין ישיבה שלא כהרגלו און טרייבן די בחורים. וכך הוה דעם נעקסט אינדערפרי ווען אומגעפער פערטל צו זיבן איז ער אנגעקומען מיט זיין אלטן מיניווען און שטייצעך אלע בעטן האבן זיך שנעל אויסגעלערט. די בחורים האבן דערנאך באוואונדערט זיין עקשנות דקדושה פון זיך מתגבר זיין כארי און פאקטיש האלטן ווארט און קומען צו פארטאגס.

איינמאל האט ר' משה ברוך פארגעסן צו לייגן די תפילין של ראש ביז טיף אינמיטן די הללוקהס ווען א בחור האט ענדליך גענומען די העזה אים אנצומערקן. משה ברוך האט געהאט דערפון גרויס חלישת הדעת און מער אזוי פארוואס מ'האט אים נישט געזאגט.

געווען א צוקער זיסער בחור ש"כ וואס פלעגט וועקן פארטאגס, איין טאג האט ער מיר געבארגט א ספר קלח פתחי חכמה פון דעם בעל בלבבי משכן אבנה ר' איתמר שווארץ וואס ער האט באקומען פון זיין טאטן. טראץ וואס דער קלח איז א שווער קבליש ספר מיט א פרעמד מיסטישע שפראך און היבש אנדערש ווי בלבבי וואס איז פארשטענדליך און מוסריש, האט זיך געפילט גוט צו מישן די בלעטער און דערביי כאפן מלאכים. היינט איז ער מגדולי הקנאים בקרית מלך רב.

לאור זה בין איך דערנאך פערזענליך געגאנגען צו א שיעור פון ר' איתמר וואס ער האט געגעבן אום עשית ביי איינעם אינדערהיים. ער האט גערעדט בלשון קודש צחה און איך בין שטארק נתפעל געווארן פון זיין געוואלדיגער ערנסטקייט וכובד ראש.
לעצט פאראכטן דורך שבתי בוים אום דינסטאג יולי 28, 2020 11:05 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך היטשינער » דינסטאג יולי 28, 2020 9:22 am

שבתי בוים האט געשריבן:איין יאר כא כסליו איז געקומען רעדן גליק פון דפוס מזל און דערמאנט די גדולים קאלמאנוויטש און קנייבסקי פון ארץ ישראל. עס ווערט געזוכט א גדול מיטן נאמען קאלמאנוויטש.


ער האט זיכער געמיינט הגאון הצדיק ר' ישראל יצחק קאלמאנאוויטש שליט"א.....
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ראש המערכה » דינסטאג יולי 28, 2020 10:19 am

די הויעכע גרינע געיט געלייגט איז אלץ דארט געוועהן?
איינער געדענקנט ווען די רבי שליט"א פלעגט עסן יעדע שבת מיט די בוחרים?
אה! די תנוע פאר קודיש! דער כל מקדש! טאנצן מיט די חתנים! די בליקן ביים טיילן עפל!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג יולי 28, 2020 10:44 am

שבתי בוים דו ביסט לעכטיג!

נאָך נאָך, זיי משפיע פון דיינע זאפטיגע ארסענעלן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יולי 28, 2020 10:59 am

לייגען א ברוינע פאפיר און די נעגל וואסער.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

ראש המערכה
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: בית ה'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ראש המערכה » דינסטאג יולי 28, 2020 11:12 am

די צייט זיך ארויסציכאפן פינעם גרינע געיט איז געוועהן סוף סאפפער צייט ווען די שומרים שיפט טוישן זיך...

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג יולי 28, 2020 7:46 pm

אמאל אמאל פלעגט רבי שמעי זאגן א שמועס פאר די בחורים, וואס איז געקומען נאך הפצרות און מוטשענישן און אפזאגענישן, ביז ער האט זיך ענדליך מרחם געווען צומאל דורך די געבעטן פון ר' שמואל קיזעלניק.

ר' שמואל פלעגט רעדן פון רבי שמעי ממש ווי א חסיד און געגעבן א גאנצן ביאור פארוואס ער וויל נישט געבן קיין שמועסן ווייל לפי עוצם השגתו פילט ער נישט ראוי וכו'.

על פי רוב האט זיך די שמועסן ארומגעדרייט איבער א שטיקל ליקוטי תורה אדער תורה אור פון אלטן רבין. איינמאל האט ער געבויעט דעם שמועס אויף א שטיקל אוהב ישראל לפ' שקלים אויפ'ן פסוק שרריך כאגן הסהר וואס גייט ארויף אויפן סנהדרין וואס איז געזעסן אין א חצי עגול, ווייל אין מלך בלי עם און אן די עבודה פון אידישע קינדער פעלט די מקום להשפיע וזהו יחוד קבוה ושכינתי' וכו' וכו'. דער שמועס באזירט אויפן אפטער רב איז נאך געווען טיפער פון די געווענליכע שמועסן.

אלס חתן האב איך געפרעגט רבי שמעי צי איך קען מפיץ זיין די שיעורים דורך קרן שמואל ישעי' צי כדו. ער איז ממש דערציטערט געווארן און געענטפערט בשום אין אופן.

איינמאל האט רבי שמעי געזאגט א שיעור באזירט אויף א קובץ שיעורים אין מרובה און אריינקוקנדיג האט מען געזען אז סשטימט נישט. ווען כהאב אים עס געוויזן האט ער מיר געזאגט בענוותנותו בזה הלשון, אז מ'גרייט זיך נישט געהעריג פאר מאכט מען גרייזן. שפעטער איז מען דערגעגאנגען אז די סיבה איז געווען ווייל ער האט געדארפט וויילן עטליכע נעכט אין שפיטאל מיט זיין נישט געזונטן זון.

איינמאל האט זיך ר' ברוך זייער געמוטשעט צו ערקלערן וויאזוי א גנב קען קונה זיין א זאך וואס איז נישט זיין און ער האט דאך נישט קיין רשות בעלים. האט שבתי געזאגט א סברא אז סאיז נישט פשט די גניבה איז חל מצד דעם קנין נאר פארקערט, די דין גניבה ברענגט מיט זיך קנינים. ער האט אזוי הנאה געהאט אז ער האט עס נאכגעזאגט ביים שיעור.

ליזענסקער ישיבה איז די איינציגסטע ישיבה אין די וועלט וואס האט געקענט איינפירן פאראלעל קלאסן, כיתת ר' שמעי פאר מצויינים און כיתת ר' משה מאיר דאכנער פאר כמו מצויינים, און נישט סתם א כתה נאר די שיעור ג' כתה פאר 18 יעריגע בחורים ווען מ' דארף א חתן ווערן, און סהאט זיך קיינער נישט צעקראצט והוא פלא עצום. בעצם גיט דאס צו אביסל אן אריינבליק צו פארשטיין די גאנצע כאראקטער פון די ישיבה ועוד חזון בעז"ה צו שרייבן א שטיקל אנאליז.

רבי שמואל פאזען פלעגט לערנען מסילת ישרים ביי זיין פלאץ ווי א בחור.
לעצט פאראכטן דורך שבתי בוים אום פרייטאג יולי 31, 2020 3:17 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שפיצער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך שפיצער » דינסטאג יולי 28, 2020 8:36 pm

ר מענדל הענדלער פלעגט אהנקומען שובבי"ם און נאך פארן אריינפארן אין די געיט האט מען ארויסגעהערט דעם רבינס תורות אויף די העכסטע וואליום.
ליזענסק איז געווען די ערשטע פלאץ ווי כהאב געזען די פאטענט פון רייכערן מיט א גאפל.
איינער וויייסט וואס ר סיני שמועסט יעדן נאכט סדר מיט הרב גאלדבערגער.

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך פלאטשיגער » דינסטאג יולי 28, 2020 9:38 pm

נישט געוויסט די ליזענסקע תלמידים דרייען זיך דא...
ליינט זיך דא די זכרונות אזוי געשמאק, א שיין טייל דערפון נאך פון פאר מיינע צייטן, אבער נאכאלץ אינטערסאנט.
ב"ה בינעך אויך א יוצאי פון דעם וואונדערליכן פלאץ.
הערליכע שיינע ווארעמע פלאמעדיגע בענקעדיגע חסידישע איינגענעמע שווערע שרעקעדיגע אינטערדריקענדע זכרונות...
טאקע בעיקר אלע זמנים שלא בסדר הלימוד, וויקענדס אנגעהויבן פון פרייטאג ביים מעביר סדרה זיין ביז זינטאג ביים שיעור עיון סדר.
שבתים, סעודות, טישן, באטעס, מלוה מלכות, חנוכה, ט"ו בשבט, שבת זכור, ל"ג בעומר, ט' אב, וכו'
טאקע אינטערסאנט וויאזוי מ'האט געדזשאגעלט און זיך שיין דורכגעקומען צווישן די ישיבה די סדרי הלימוד און בית רבינו מיט די יומי דפגרי'ס.

רוב נעמען און זכרונות זעה איך זענען שוין דערמאנט געווארן דא...

ר' משה ברוך'ס פייערשפריצענדע פנים וואס האט געווארפן א פחד אויף ארום! האב איך טאקע זוכה געווען צו ווערן אריינגערופן און כאפן פארכטיגע פסקים עטליכע מאל, און טאקע ביי איינס פון די מאל האט ער מיר געזאגט אז אייז קריעם מיט העררינג גייט נישט ביינעזאם, כ'האב געמוזט צוזאגן אז כ'גיי זיך שטארק נעמען און די הענט אריין און זיך פארבעסערן!

ר' בנימין ווערנדיג רויט ביים מיר איינמעלדן אז זיין טאטע רופט מיך... איך האב טאקע אויך נישט געוויסט זיין פיינקייט ביז כ'האב זיך איינמאל נישט גוט געפילט און ער האט מיר זייער שיין און געטריי באדינט און געהאלפן מיט עצות און חיזוק און וואס ער האט נאר געקענט...

ר' י.א. גאלדבערגער געזיצן פארטאגס ביים טיר און געצייכענט מיטן גרעסטן מאס פונקטליכקייט און שטרענגקייט...

ר' וואלף וואלנער ביים וועקן, כ'דענק נאך ווען ער פלעגט אנקומען פארטאגס מידערהייט און ארומגיין צווישן די שטובער, איינמאל אנגעטראפן א בענקעל און זיך אראפגעזעצט און איינגעדרומעלט, יענעם טאג האט געפעלט א שיינער עולם ביים פארטאגס סדר...

איי ר' סיני וואגשאל זאל ער האבן א רפואה שלימה אינגיכן, טאקע מיט די סענדוויטשעס, זכיתי אז פאר א שטיק צייט בין איך געווען דער אויסדערוועלטער גבאי איבערצונעמען דעם אלל פרעש זעקל און פארטיילן די סענדוויטשן, איי איז דאס געווען א מוצא מיט האניג, כ'האב געקענט אויסוועלן דעם בעסטן סענדוויטש און צומאל אפילו צוויי, דאס פארקוקן די ערשטע צוויי דריי חטאים און ווארענען פאר ער גייט איבערגעבן פאר די אינסטאנצן...

ר' יודל פריעדמאן דעם קעכער, נישטא קיין סאך מאריך צו זיין א זיסער אומשילדגער סקווירא'ר איד'ל, טאקע דער עיקר קונץ זיינער איז געווען צו שפארן געלט פאר די ישיבה, און האט ברוב חכמתו ריסייקלד און רידיזיינט אלע מאכלים פון זונטאג ביז שבת איז גארנישט זאל גיין לאיבוד.

ר' י.מ. טייטלבוים טאקע גאנץ ווייניג פארברענגט מיט אים, נישט געוויסט אז ער האט געדארפט צו זיין א פסיכילאג, יעצט אז דו זאגסט הייבעך אן טראכטן אז ער האט עפעס געוואלט פון מיר און כ'האב זיך פשוט נישט געלאזט...

פון אלע מיינע מגידי שיעורים (נישט זוכה געווען צו לערנען ביי ר' שמעי' זעהט אויס זיי האבן שוין געוויסט אז כ'בין צו פלאטשיג פאר דעם) האב איך דאס מערסטע קונה געווען פון ר' ישראל סענדעראוויטש, טייל פון זיינע שיעורים ליגן מיר נאך און זכרון און טייל דערפון אפילו און די ביינער און אין מיין מהלך החיים, שטארקע געדאנקען און חיזוק, און איז אויך געווען היבש צוגעלאזן אוך מיר געגעבן א גוטע געפיהל.

ר' פנחס וויעדער, איי נאסטאלגיע, כ'האב נישט געליינט דער ארטיקל אינעם צייטונג, דער פותח האשכול האט שוין געבעטן מען זאל דאס אהערברענגען, בעט איך נאכאמאל ווער עס קען דאס משפיע זיין וואלט איך הנאב געהאט דאס צו ליינען... יישר כח פון פאראויס!

ר' דוד שווארץ, געשמאקע דרשות מיטן ריכטיגן אקצענט דערפאר אפגע'חוזק'ט פון אלע מאדעס סטיילס און גשמיות, א ליצוניתא דעבודה זרה שניט, נאך מיט די פארגליווערטע קאטשעניא און איבערגעווארעמטע חלה און די זייט, אה מעין עולם הבא.

דער שבת משגיח פאסטן איז געווען איינגעטיילט צווישן סאמעט און האלצער ביידע גאר פיפיגע חברה מ'האט זיי קוים געזען פאר די אויגן אבער נאך שבת האט מען געכאפט פסקים פון די באהערדע, פונקטליך ידער איינער לויט זיינע חטאים...

דעם יד אחת פלעג איך טאקע באווינדערן וויאזוי ער גייט אן מיטן לעבן, און וויאזוי ער האט געטוהן מיט דעם האלבן האנט פיהל מער ווי אנדערע טוען מיט צוויי גאנצע הענט... האב איך אים טאקע בעיני ראיתי געזעהן הענגען... נו שוין.

וואס איז מיר געבליבן פינעם רבי'ן שליט"א איז די הנרות הללו, מנוחה ושמחה, און מה ידידית.

האט'ס מיר און זייט'ס מיר!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט