זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: מגי"ש ר' שמעי' סאלאמאן נ"י

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יולי 22, 2020 10:17 pm

FREEDOM האט געשריבן:האט ר' שמעי' געהאט א זון אלתר ירמי' וואס איז געווען זקוק לישועה?
אין מיין בוחרישע תילימל שטייט נאך דעם נאמען לרפואה אלתר ירמי' בן מרים לאה
וואס הערט זיך מיט אים???

ז"ל

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג יולי 23, 2020 12:43 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:המשך מידידי באישי

דער טיש איז געפראוועט געווארן אינעם 'מלוה מלכה' שטוב,  

און מיינע יאהר'ן זענען די טישען און שלוש שעודות געפראוועט געווארען און המכונה היכל שפיץ.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 10:25 am

איינער דענקט דא די ישיבה נאך אין וויליאמסבורג אויף פען סטריט, תשנ״ה תחת דגלו פון הרב ר׳ חיים יודל פריעדמאן שליט״א?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

נר דלוק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך נר דלוק » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:48 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:איינער דענקט דא די ישיבה נאך אין וויליאמסבורג אויף פען סטריט, תשנ״ה תחת דגלו פון הרב ר׳ חיים יודל פריעדמאן שליט״א?

יא ב"ה
שנת תשנ"ה
הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א
הרה"ג ר' שמואל בנימין קאפף שליט"א
הרה"ג ר' מרדכי זאב וואזנער שליטא
און הרה"ג ר' חיים יודא פריעדמאן שליט״א איז אליין אויך געווען א מגיש (בנוסף פון זיין דער מנהל)

די זכרונות זענען אין לשער....
לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

דער רבי מיט זיין שטיבל אויפן צווייטן שטאק
יענע יאר אנהייב ווינטער איז זיין מאמע אוועק און ער איז געקומען דאווענען שחרית יעדן טאג אין ישיבה

און זיין איידעם שטערן לערנט בחברותא מיט ר' משה האס

די הדלקה ליל לג בעומר אין בעקיארד (און נאכמיטאג צום צווייטן מאל)

ואגב תשנ"ה איז געווען די לעצטע יאר וואס מ'איז געגאנגען אין די קעמפ אין סוואן לעיק, פון תשנו ווען מ'איז אריבער קיין מאנסי איז מען נישט געפארן אין קעמפ
--

איך וואלט זיער מציע געווען פאר אלע חשובע תלמידי הישיבה זיי זאלן מציין זיין פון "בערך" וועלכע יארן זיי רעדן.
בכל אופן א ריזיגן ייש"כ פארן פותח האשכול - די הארץ ווערט.... ווען מ'הייבט אן זיך דערמאנען די אלטע יארן.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 4:11 pm

נר דלוק האט געשריבן:לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

תולדות אהרן איז דעמאלט געווען אויף פען, אדער זיי האבן געהאט א מנין אליינס אין א אנדערע ביהמ"ד?

אוועטאר
חנוך
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך חנוך » דאנארשטאג יולי 23, 2020 4:37 pm

איינער שמעקט נאך די קארפעט אין זכרון?
כמעט די גאנצע בנין איז געווען באדעקט מיט קארפעט מיט היסטארישע ריחות.

פריע ס' יארן

נר דלוק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך נר דלוק » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:08 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

תולדות אהרן איז דעמאלט געווען אויף פען, אדער זיי האבן געהאט א מנין אליינס אין א אנדערע ביהמ"ד?

ס'איז געווען א מנין שחרית פון יונגעלייט (אפשר אויך א כולל בוקר) אויפן דריטן שטאק (דארט מ'האט פארגעלערנט פאר די יונגע כתה)
שמעתי אז שפעטער זענען די מתפללים אריבער קיין תולדות אהרן (נאכדעם וואס די ישיבה איז אריבער קיין מאנסי האט מען פארקויפט דעם בנין).

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:12 pm

נר דלוק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

תולדות אהרן איז דעמאלט געווען אויף פען, אדער זיי האבן געהאט א מנין אליינס אין א אנדערע ביהמ"ד?

ס'איז געווען א מנין שחרית פון יונגעלייט (אפשר אויך א כולל בוקר) אויפן דריטן שטאק (דארט מ'האט פארגעלערנט פאר די יונגע כתה)
שמעתי אז שפעטער זענען די מתפללים אריבער קיין תולדות אהרן (נאכדעם וואס די ישיבה איז אריבער קיין מאנסי האט מען פארקויפט דעם בנין).

די נעמען וואס דו רעכנסט אויס זענען תו"א חסידים איינס ביי איינס (חוץ ר' ירמי' וואס פלעגט דאווענען סתם אזוי אין תו"א) ממילא איז לכאורה דארט געווען תו"א ביהמ"ד ווי איך פארשטיי און שפעטער האט זיך עס אריבערגעצויגן צום יעצטיגן לאקאציע אויף ליע עוו.

איינער ווייסט?

נר דלוק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך נר דלוק » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:14 pm

תשנ"ו

די ערשטע נאכט אין מאנסי (די ערשטע נאכט וואס מאיז איבערגעשלאפן) געדענקט נאך איינער?
אינמיטן נאכט סדר - די שאסן אין די בעק פענסטער

נר דלוק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 12:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך נר דלוק » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:17 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

תולדות אהרן איז דעמאלט געווען אויף פען, אדער זיי האבן געהאט א מנין אליינס אין א אנדערע ביהמ"ד?

ס'איז געווען א מנין שחרית פון יונגעלייט (אפשר אויך א כולל בוקר) אויפן דריטן שטאק (דארט מ'האט פארגעלערנט פאר די יונגע כתה)
שמעתי אז שפעטער זענען די מתפללים אריבער קיין תולדות אהרן (נאכדעם וואס די ישיבה איז אריבער קיין מאנסי האט מען פארקויפט דעם בנין).

די נעמען וואס דו רעכנסט אויס זענען תו"א חסידים איינס ביי איינס (חוץ ר' ירמי' וואס פלעגט דאווענען סתם אזוי אין תו"א) ממילא איז לכאורה דארט געווען תו"א ביהמ"ד ווי איך פארשטיי און שפעטער האט זיך עס אריבערגעצויגן צום יעצטיגן לאקאציע אויף ליע עוו.

איינער ווייסט?

איך ווייס נישט - נאך עטליכע נעמען וואס האבן געדאווענט דארט, ר' שמשון אליעזר מינץ (לאקסמיט) - ר' הערשל קלאר - און ר' יחזקאל לאקס (געווען א פרישער יונגערמאן דעמאלס)

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ברכי נפשי » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:41 pm

ר' ירמי' דאווענט נאך היינט אין תו"א אין מאנסי
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ברכי נפשי » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:42 pm

נר דלוק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

תולדות אהרן איז דעמאלט געווען אויף פען, אדער זיי האבן געהאט א מנין אליינס אין א אנדערע ביהמ"ד?

ס'איז געווען א מנין שחרית פון יונגעלייט (אפשר אויך א כולל בוקר) אויפן דריטן שטאק (דארט מ'האט פארגעלערנט פאר די יונגע כתה)
שמעתי אז שפעטער זענען די מתפללים אריבער קיין תולדות אהרן (נאכדעם וואס די ישיבה איז אריבער קיין מאנסי האט מען פארקויפט דעם בנין).

די נעמען וואס דו רעכנסט אויס זענען תו"א חסידים איינס ביי איינס (חוץ ר' ירמי' וואס פלעגט דאווענען סתם אזוי אין תו"א) ממילא איז לכאורה דארט געווען תו"א ביהמ"ד ווי איך פארשטיי און שפעטער האט זיך עס אריבערגעצויגן צום יעצטיגן לאקאציע אויף ליע עוו.

איינער ווייסט?

איך ווייס נישט - נאך עטליכע נעמען וואס האבן געדאווענט דארט, ר' שמשון אליעזר מינץ (לאקסמיט) - ר' הערשל קלאר - און ר' יחזקאל לאקס (געווען א פרישער יונגערמאן דעמאלס)

ר' יחזקאל לאקס איז אויך א מעריץ תו"א און פארט צומאל קיין א"י
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:01 pm

חנוך האט געשריבן:איינער שמעקט נאך די קארפעט אין זכרון?
כמעט די גאנצע בנין איז געווען באדעקט מיט קארפעט מיט היסטארישע ריחות.

פריע ס' יארן

געוויס..
די ביהמ"ד האט נאך אויך געהאט קארפעט אחוץ די לאנטש רום איז געווען פארקעי אינדערמיט אזוי ווי אטריום

אוועטאר
ברכי נפשי
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך ברכי נפשי » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:14 pm

א מחי' האט געשריבן:
חנוך האט געשריבן:איינער שמעקט נאך די קארפעט אין זכרון?
כמעט די גאנצע בנין איז געווען באדעקט מיט קארפעט מיט היסטארישע ריחות.

פריע ס' יארן

געוויס..
די ביהמ"ד האט נאך אויך געהאט קארפעט אחוץ די לאנטש רום איז געווען פארקעי אינדערמיט אזוי ווי אטריום

דוכט זיכט אז דער גאנצער ישיבה קאמפלעקס איז א געוועזענער האטעל
אזוי אז עס איז נאך פארבליבן פארשידענע "פענסי" דעטאלן
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:23 pm

דענקט איינער דעם געהאנגענעם גוי?
יד אחת האט ער געהייסן?
פאר מיינע צייטן, אבער ער איז געווען א נושא נאך דעמאלטס
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום מאנטאג ינואר 12, 2028 3:27 pm, פאראכטן געווארן 986 מאל סך הכל.

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:26 pm

ברכי נפשי האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
נר דלוק האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
תולדות אהרן איז דעמאלט געווען אויף פען, אדער זיי האבן געהאט א מנין אליינס אין א אנדערע ביהמ"ד?

ס'איז געווען א מנין שחרית פון יונגעלייט (אפשר אויך א כולל בוקר) אויפן דריטן שטאק (דארט מ'האט פארגעלערנט פאר די יונגע כתה)
שמעתי אז שפעטער זענען די מתפללים אריבער קיין תולדות אהרן (נאכדעם וואס די ישיבה איז אריבער קיין מאנסי האט מען פארקויפט דעם בנין).

די נעמען וואס דו רעכנסט אויס זענען תו"א חסידים איינס ביי איינס (חוץ ר' ירמי' וואס פלעגט דאווענען סתם אזוי אין תו"א) ממילא איז לכאורה דארט געווען תו"א ביהמ"ד ווי איך פארשטיי און שפעטער האט זיך עס אריבערגעצויגן צום יעצטיגן לאקאציע אויף ליע עוו.

איינער ווייסט?

איך ווייס נישט - נאך עטליכע נעמען וואס האבן געדאווענט דארט, ר' שמשון אליעזר מינץ (לאקסמיט) - ר' הערשל קלאר - און ר' יחזקאל לאקס (געווען א פרישער יונגערמאן דעמאלס)

ר' יחזקאל לאקס איז אויך א מעריץ תו"א און פארט צומאל קיין א"י

ר' שמשון אליעזר דאוונט אויך אין תו"א לי עוו.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:27 pm

די רבי האט מיטגעמופט ווען די ישיבה האט געמופט?
פארדעם געוואוינט אויף ווילסאן העכער טאהש דאכצעך
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך אייער_קיכל » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:29 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דענקט איינער דעם געהאנגענעם גוי?
יד אחת האט ער געהייסן?
פאר מיינע צייטן, אבער ער איז געווען א נושא נאך דעמאלטס

געווען דאן באריכטעט דאהי

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:46 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דענקט איינער דעם געהאנגענעם גוי?
יד אחת האט ער געהייסן?
פאר מיינע צייטן, אבער ער איז געווען א נושא נאך דעמאלטס

געווען דאן באריכטעט דאהי

שכח פארן צייכענען. איך בין דעמאלטס געווען אין ישיבה

איש ליזענסק
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך איש ליזענסק » מאנטאג יולי 27, 2020 12:43 pm

נר דלוק האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:איינער דענקט דא די ישיבה נאך אין וויליאמסבורג אויף פען סטריט, תשנ״ה תחת דגלו פון הרב ר׳ חיים יודל פריעדמאן שליט״א?

יא ב"ה
שנת תשנ"ה
הרה"ג ר' אלי' פאסטערנאק שליט"א
הרה"ג ר' שמואל בנימין קאפף שליט"א
הרה"ג ר' מרדכי זאב וואזנער שליטא
און הרה"ג ר' חיים יודא פריעדמאן שליט״א איז אליין אויך געווען א מגיש (בנוסף פון זיין דער מנהל)

די זכרונות זענען אין לשער....
לדוגמא דער מנין שחרית אויפן דריטן שטאק בקולות וברקים (כמדומה אז כעי"ז בהיום אין תולדות אהרן ליע ווילסאן)
געדאווענט דארטן אידן חשובים מאד - ר' שכנא פרענקל - ר יושע באנדא - ר נתן ירמי' (?) גאלדשטיין - ר אברהם מינץ (או מינטער) ועוד
ולפעמים אז ס'האט זיי געפעלט א צענטער האט ר' חיים יודא ארויפגעשיקט בחורים צו משלים זיין

דער רבי מיט זיין שטיבל אויפן צווייטן שטאק
יענע יאר אנהייב ווינטער איז זיין מאמע אוועק און ער איז געקומען דאווענען שחרית יעדן טאג אין ישיבה

און זיין איידעם שטערן לערנט בחברותא מיט ר' משה האס

די הדלקה ליל לג בעומר אין בעקיארד (און נאכמיטאג צום צווייטן מאל)

ואגב תשנ"ה איז געווען די לעצטע יאר וואס מ'איז געגאנגען אין די קעמפ אין סוואן לעיק, פון תשנו ווען מ'איז אריבער קיין מאנסי איז מען נישט געפארן אין קעמפ
--

איך וואלט זיער מציע געווען פאר אלע חשובע תלמידי הישיבה זיי זאלן מציין זיין פון "בערך" וועלכע יארן זיי רעדן.
בכל אופן א ריזיגן ייש"כ פארן פותח האשכול - די הארץ ווערט.... ווען מ'הייבט אן זיך דערמאנען די אלטע יארן.

אפשר קענען נאך אידן אריינקומען קלאר מיט זייערע זכרונות פון יענע לעכטיגע יארן?
וויפיל בחורים האבן דאן געלערנט און ישיבה ? ווען איז הרה"ג ר שמעי' שליט"א אריינגעקומען? וכו'

העד פירסט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך העד פירסט » מאנטאג יולי 27, 2020 6:01 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איר דערמאנט מיר און מיינע צייטען, זענען די מדקדקים בני המעוררים קארפ דערגאנגען אז דער גוי דרייעט זיך אליינס און קאך ווען ר' יודל זז"ג איז נישט דארטען.

האט מען איבערגעדרייט די גאנצע ישיבה ארויס און א הונגער סטרייק, נישט געגעסען אפי' וויע אוםגעשניטענע וועדזטעבלס. [אפשר יא עפעס ליגט מיר און קאפ אז דער מיט די לאנגע ציצית פלעגט ארויסברענגען צו עסען פאר די מעוררים.

געקאלט ר' יחזקאל, און אונטער א פארמאכטע טיר האט ער געשריגען און געווילדעוועט אויף ר' יודלען, וואס האט צוריק געשריגען כדבעי, עד היום מאכט מיר די גאנצע מעשה נישט קיין סענס. אבער מעשה שהיה כך היה.

איי איי איי, א טרויעריגע פרשה געוועזן, די טענות איז געווען אז דער רוסישער גוי -וולאדעק דאכט זיך האט ער געהייסן- דרייט זיך אליינס און טוט וואס ער וויל אין די פליישיגע קאך, און אויך אין יענע תקופה האט התאחדות פארפירט וועגן איבערקוקן צוויבל, און ר' יודל האט נישט געהאלטן דערביי, (כ'מיין אז דער סקווירא בי''ד האט דעמאלטס נאכנישט געהייסן איבערקוקן -מער האט נישט אויסגעפעלט פאר די סאטמארע קנאים-) הפנים, דער עולם האט נישט געגעסן, אבער פארשטייט זיך אז נישט עסן אליינס האט מען ווייט נישט יוצא געווען חיוב מחאה, האבן די מדקדקים במצוות אריינגעשטיפט דעם גאנצן וועגעלע מיט פלייש צוריק אין קאך, און עס אויסגעגאסן דארט אויפן פלאר, אזוי אז מער זאל חלילה קיינער נישט פראבירן צו מטמטם זיין הייליגע סאטמארע בחורים מיט מאכלות אסורות,
ר' יודל האט גאר פערזענליך אויפגענומען די באליידיגונג, נעקסטע טאג האט ר' משה ברוך געהאלטן גאר גאר א פייערדיגע דרשה, ער האט ממש געוויינט בפני קהל ועדה, און גענוצט גאר שארפע אויסדריקן קעגן די הייליגע בחורים, אויב געדענק איך גוט האט ער גענוצט דעם אויסדריק "רשע" אויף דער בחור וואס האט עס געטון, מיט נאך גאר שארפע אויסדריקן, ס'האט געהערשט אימת מות אין בהמ"ד,
נאכדעם האט מען אויפגענומען א משגיח וואס פלעגט איבערקוקן צוויבל מיט אייער אונטער די השגחה פון ר' חיים מאיר וואגשאהל

העד פירסט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך העד פירסט » מאנטאג יולי 27, 2020 6:08 pm

א מחי' האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' נחמן זיגעלמאן, נאך פאר אייער צייטען.

בעצם די ישיבה האט א גאר לאנגע מגילת יוחסין.

אדמינסטרעטער'ס ראשי קהילה, און ידיד קדשי בית ליזענסק וואס זענען געקומען און געגאנגען.

איך פערזענדליך האב הנאה געהאט צו פארברענגען מיט דאנקאנעה, און אריה דעם רבינ'ס כווייס נישט וואס [ער איז נאך דא?]

איר מיינט אריאל אשר...?

נא, ער מיינט מן הסתם אריה געשטעטנער

העד פירסט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך העד פירסט » מאנטאג יולי 27, 2020 6:13 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ר' אהרן ראזענבערג!!! לאנגע נעכט פארברענגט מיט דעם אויסגעקאכטן איד!

יא, נאר אויב האסט אים געזאגט אז ביסט געפארו מיט אל-על, איז ער דיר געגאנגען אויסזאגן משה ברוך אז ביסט אויף ביינאכט... למיגדר מילתא...

אויב האסט נישט געוואלט ער זאל דיר אריינשיקן אין בעט ביינאכט האסטו בלויז געדארפט אנהייבן א שמועס איבער ציונות והמסתעף און ביסט געווען געדעקט פאר די נאכט...
כ'האב אלץ פראבירט צו כאפן א בליק אריין אין זיין שטיבל דארט אין דארמיטארי, כ'האב קיינמאל נישט עכט מצליח געווען, מ'האט נאר געקענט זען א בעט אנגעלייגט מיט ספרים און צעטלעך, כ'בין נאך אלץ נייגעריג וואס ער האט אלס געהאט דארט

העד פירסט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך העד פירסט » מאנטאג יולי 27, 2020 6:22 pm

ברכי נפשי האט געשריבן:וויקטער מיטן ווען...

פרייטאג ווען מען איז אריינגעפארן קיין מאנסי, בערך 50-60 בחורים האבן זיך דארט אריינגעשטופט, יעדער האט נאר געוואלט ער זאל שוין אנהייבן פארן נאך איידער ר' בנימין קומט אן און באמערקט אז מ'האט זיך ארויסגעכאפט אן רשות...

דענק איך איינמאל האט דער רוסישער בהמה מיך אויסגעזאגט אז ער האט מיר אראפגעלייגט ביי טובי'ס, כ'האב באקומען דעמאלטס קאלטס און ווארעמ'ס פון ר' בנימין, כ'האב אים נאך פראבירט צו איינרעדן אז כ'האב באקומען רשות פון ר' וואלף וואלנער, כ'האב געוואוסט אז ער וועט רחמנות האבן און נישט פארציילן אז ס'הייבט זיך נישט אן, למעשה האט בנימין גע'טענה'ט אז אויב רשות צו גיין קיין מאנסי מיינט ביי מיר צו גיין קיין טובי'ס וועל איך מער נישט קענען באקומען קיין רשות...
צום סוף איז ב"ה געלונגען צו פארדרייען די שמועס אויב עס איז טאקע דא אן איסור אריינצוגיין אין דעם געשעפט, אזוי ביני לביני האט ער פארגעסן פארוואס ער איז געקומען צו מיר...

די מומחים האבן אלץ אזוי געטון סיי מיט אים און סיי מיט זיין טאטע'ן ר' משה ברוך זז"ג

העד פירסט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:46 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

תגובהדורך העד פירסט » מאנטאג יולי 27, 2020 6:25 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' העניך פערל פלעגט אויך קומען צום רבי'ן אויף שבתים.

אה הא! א פייערדיגע דרשה האט ער געגעבן איין שבת חוזק מאכענ'דיג פון אונז חסידישע סאטמארע בחורים, דענק איך שוין נישט פונקטליך וואס ער האט געזאגט, אבער ס'איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס, דער עולם האט געשריגן און ער האט געקוואלן און ווייטער גערעדט און זיך גערייצט...

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נעזל און 3 געסט