evernote האט געשריבן:פאר דערווייל
שכח פאר די בילדער. פון די איינגעשטעלטע האסטו עפעס אלטע בילדער?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
evernote האט געשריבן:פאר דערווייל
evernote האט געשריבן:דאס איז פאר דערווייל,
ווייסט איינער פארוואס מ'האט אריבערגעצויגן דעם ביהמ"ד? ס'איז שוין געווען נאך מיינע צייטן.
אייער_קיכל האט געשריבן:איז דא וואו די ביהמ"ד איז היינט?
א מחי' האט געשריבן:ווער געדענקט די שיפשול?..
יחזקאלע האט געשריבן:למעשה קען איך מיך נישט קיין עצה געבן מיטן ארויפלייגן דאס בילד, קען מיר איינער געבן אנווייזונגען ???
חוק תוכות האט געשריבן:זאפטיגע זכרונות דא! לעצטענס געהערט אז די רבי זז"ג געפינט זיך אין טאמס-ריווער שבתים וימים טובים. ווייסט איינער פרטים פארוואס פונקט דארט וכו'?
און ווער געדענקט עפעס זכרונות פון הב' הצדיקל שמעון נתן נטע בידרמן ז"ל??
ברעחדך קאפ האט געשריבן:חוק תוכות האט געשריבן:זאפטיגע זכרונות דא! לעצטענס געהערט אז די רבי זז"ג געפינט זיך אין טאמס-ריווער שבתים וימים טובים. ווייסט איינער פרטים פארוואס פונקט דארט וכו'?
און ווער געדענקט עפעס זכרונות פון הב' הצדיקל שמעון נתן נטע בידרמן ז"ל??
זיינס א חסיד ר' ישעי ענגל וואונט דארט, די רבי שטייט אסאך איין ביי אים,
ער האט געמאכט א בהמ" ד אין זיין הויז ווי די רבי האט א שיינעם מנין יעדעס מאל ער איז דארט.
ברעחדך קאפ האט געשריבן:ברעחדך קאפ האט געשריבן:חוק תוכות האט געשריבן:זאפטיגע זכרונות דא! לעצטענס געהערט אז די רבי זז"ג געפינט זיך אין טאמס-ריווער שבתים וימים טובים. ווייסט איינער פרטים פארוואס פונקט דארט וכו'?
און ווער געדענקט עפעס זכרונות פון הב' הצדיקל שמעון נתן נטע בידרמן ז"ל??
זיינס א חסיד ר' ישעי ענגל וואונט דארט, די רבי שטייט אסאך איין ביי אים,
ער האט געמאכט א בהמ" ד אין זיין הויז ווי די רבי האט א שיינעם מנין יעדעס מאל ער איז דארט.
די רבי פלעגט פארן אסאך קיין טאראנטא צו ר' נתי ווערנער ע"ה, זייט ער איז אוועק גייט ער קיין טאמס-ריווער.
שבתי בוים האט געשריבן:ר' לוי יצחק האט מיר אמאל געזאגט אז די סוגיא פון יש ברירה האט די טיפסטע און דקות'דיגסטע סברות וואס ער געדענקט אין א סוגיא.
רבי ברוך האט מיר אמאל געזאגט אז די שווערסטע סוגיא פאר אים פארצולערנען איז געווען די סוגיא פון שטרות אין צווייטן פרק אין כתובות ווייל עס האט חשבונות על גבי חשבונות עד אין סוף.
אין מיינע צייטן האט מען געשמועסט אז רבי שמעי' האט א חברותא'שאפט מיט הגאון רבי רפאל שארר אינאיינעם מיט נאך אייניגע תלמידי חכמים וואו מ'לערנט סדר אהלות, וואס רבי רפאל לערנט דערנאך פאר אין זיין בארימטן שבת צופרי שיעור אין ביהמ"ד תורת גדלי'. אנהויב כיצד הרגל (י"ז ב') איז טאקע דא א טומאה וטהרה שמועס (כל שבזב טמא וכו') און איך געדענק ווי ר' שמעי' איז געווען שטארק אינדערהיים.
רבי ברוך האט מיר אמאל געזאגט אז ווען מ'פארשטייט דעם עומק פון רבי ברוך בער אין ברכת שמואל זעט מען אז דאס איז ממש די פשטות.
א שטיק צייט האט זיך געדרייט אין ישיבה קאפיס פון שיעורים פון רבי רפאל שארר און ווען ס'איז געקומען צו טיפע רבי ברוך בער'ס האט מען געזען ווי ער זאגט איין מהלך און נאך א מהלך און אפשר א דריטער מהלך בכוונתו. ווען רבי שמעי' האט פארגעלערנט דעם זעלבן רבי ברוך בער איז אלעמאל געווען בלויז איין מוכרח'דיגע מהלך אז אנדערש איז פשוט נישט געווען מעגליך צו זאגן...
איבער די געהאנגענע גוי (נאך מיינע צייטן) האט מען געשמועסט אז ער האט זיך געדרייט מיט א שטריק אין אויטא א וואך צייט. יענע נאכט בערך איינס אזייגער האט זיך פלוצלונג אויסגעלאשן אלע לעקטערס פאר אומגעפער צען מינוט. מ'האט געשמועסט אז ער איז דעמאלט דורך א הייראט-צעטיילונג.
רבי לוי יצחק האט אמאל נאכגעזאגט א מורא'דיג ווארט פון רבי חיים שמילעוויטש אז חז"ל דערמאנען אויף א פלאץ דעם פסוק פון מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה ספעציפיש אויף רבי יוחנן. האט רבי חיים צוגעשטעלט די גמרא אין ברכות (ה' ב) פון דין גמרא דעשרא ביר ווי רבי יוחנן האט פארלוירן צען קינדער און דאך זיך געטרייסט און ארומגעגאנגען שטארקן אנדערע אבלים. ווידעראום אין בבא מציעא (פ"ד א) פארציילט די גמרא אז ווען ער האט פארלוירן זיין חברותא ריש לקיש און דער נייער חברותא רבי אלעזר בן פדת איז נישט געווען די זעלבע, האט זיך רבי יוחנן אזוי גענומען צום הארצן, אז ער איז ממש משוגע געווארן ביז די חכמים האבן געבעטן רחמים ער זאל שטארבן. זעט מען אז דער שטארקער רבי יוחנן ווען ס'איז געקומען צו תורה איז געווען ממש עק וועלט במלוא מובן המילה און דאס מיינט ריכטיגער אהבת התורה.
א פאר יאר נאך מיין חתונה ווען כ'האב איבערגעלערנט א סוגיא וואס מ'האט געלערנט אין ישיבה, האב איך געשיקט א לאנגע בריוו צו ר' לוי יצחק, קודם האב איך געשריבן אז ס'איז שוין דורך פיל יארן זינט איך האב געלערנט אין ישיבה און קען זיין ער געדענקט מיך שוין נישט אבער איך געדענק אים יא און איך בין נאך היינט אונטער זיין השראה. דערנאך האב איך אים אנגעפרעגטאיבער א געוויסע מהלך זיינס אין א מגן אברהם אין סי' שי"ט (כ'האב נאך געהאט זיינע צעטלעך ביי מיר). ער האט מיר למעשה קיינמאל נישט געענטפערט. חדשים שפעטער האט ער מיר געטראפן ביי א חתונה האט ער אביסל אויסגעשמועסט די סוגיא לויט וויפיל ער האט דעמאלט געדענקט אויסנווייניג. ביים געזעגענען האט ער מיר געזאגט "שבתי האסט מיר מחי' געווען מיט דיין בריוו." (שפעטער האב איך געזען ווי א שיין טייל פון מיין בריוו איז געווען גרייזיג גע'חשבונ'ט און כ'האף ער האט עס שוין געווארפן אין שמות...).
בעצם דארף מען מאריך זיין איבער דעם אבנארמאלן קלארן דרך הלימוד פון רבי לוי יצחק, וואו ער האט אריינגעברענגט א לומדישן גייסט אין לימוד השלחן ערוך. ווען ער האט פארגעלערנט האט ער כמעט אלעס אויסגעשמועסט פון אויסנווייניג מיט א ברייטקייט און זיך ווייניג צוטון געמאכט פון דקדוקי עניות אדער זיך פייניגן אויף טרוקענע זאכן. בעצם פלעגט מיר זיין צומאל שווער זיך צו קאנצענטרירן ביי לאנגע שיעורים אבער ביי ר' לוי יצחק'ס שיעורים פלעג איך זיצן מיט אן אפענע מויל און שלינגען מיט דורשט פשוט ווי איינער דערציילט א שפאנענדע מעשה.
"אן אוגירקע איז לאנג אדער קורץ" געדענק איך אים ממחיש זיין א סברא וואס איז רעלאטיוו.
זיינע צעטלעך זענען געווען שארף און צום פונקט מיט אן אבנארמאלע קונץ פון קולע זיין צו דער נשמה פון די סוגיא און צוזאמנעמען די עיקרי שיטות און סברות פון די גדולי הראשונים והאחרונים (לכאורה איז דאס געווען זיין קנין מבית מדרשו פון רבי רפאל).
באזונדער פלעגט ער באשפרינקלען זיינע צעטלעך און בחינות מיט זיסע ציטאטן פון אגרות חזון איש וואס זענען מעורר אויף התמדה און אהבת התורה. "וטובה שעה אחת בשקידה והשתוקקות, משעות רבות בעצלתיים," געדענק איך איין זיסע ציטאט פון חזון איש.
ביי ר' לוי יצחק האט מען נישט בלויז קונה געווען א ספעציפישע סוגיא אדער סימן נאר אויך א דרך בלימוד השלחן ערוך. פאר ר' לוי יצחק האב איך ממש נישט געקענט לערנען שלחן ערוך און נאך רבי לוי יצחק האב איך באקומען אן אבנארמאלע געשמאק דערצו. ער האט עס געלערנט מיט א מורא'דיגע ברייטקייט און גענוצט די שלחן ערוך און די נושאי כלים פשוט ווי א מפתח צו די ברייטערע סוגיא. אויך איז ער נישט געווען אזוי הלכה למעשה אריענטירט וואס דארט לאזט מען זיך אריין אין טעכנישע ניטי גריטי. באזונדער האט ער אנטפלעקט פאר די תלמידים די זיסקייט פון ספרי חזון איש, סיי אין הלכה און סיי אין די אגרות, אויף וואס איך בין אים אויף אלעמאל מכיר טובה.
ר' לוי יצחק פלעגט זאגן אז ער האט געהאט א פעטער וואס פלעגט זאגן אז הלכה למעשה זאל מען קוקן אין סידור דרך חיים און לערנען זאל מען שאגת ארי' און נודע ביהודה... אה, שפתים ישק.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:יזכר ר' סיני לרפו"ש לטובה וואס האט אינז געשפייזט מיט נעכטיגע סענדוויטשעס פון אלל-פרעש יעדן סאפיר..
דענק איך ווי היינט, שטייען א 15 אויסגעהינגערטע בחור'ליך און טאנצן אויף ווען די טינקל געלע העד-לייטס פון דעם 1996 קאראוואן באווייזט זיך אויפן האראזאנט
יויש מען האט ארויפגעווארפן אויפן ווען און זיך געאמפערט אויף די סענדוויטשעס... איך האב ספעציעל געגליכן דעם אמעריקען טשיז סענדוויטש ... איי און ר' סיני'ס געזוכט האט זיך נישט געביטן פאר קיין שום סיטואציע....
איש ליזענסק האט געשריבן:א שיינע אימעיל מיט נייעס איז היינט ארומגעפארן פאר יוצאי הישיבה, ווער עס וויל קען זיך דא http://eepurl.com/gS2w2b אויפסיינען.
אויב איינער קען מיר זאגן וויאזוי מ'קען אטעטשירן די תוכן אהער וואלט איך עס געטון, פאר יוצאים קען עס זיין אינטערסאנט.