באד אראלסען האלאקאוסט רעקארדס

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

באד אראלסען האלאקאוסט רעקארדס

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 06, 2008 1:28 pm

צו באקומען די רעקארדס פון די פארשאלטענע דייטשן ימ"ש, פון אייערע עלטערן און אור עלטערן אויך פון די וואס האבן נישט איבערגעלעבט די קריג גייט צו די האלאקאסט מוזעאום סייט און פילט אויס דעם פראגע בויגן.

אכטונג! פאר איר הייבט אן איז זייער וויכטיג צו וויסען די לעגאלע נעמען מיט וואס זיי האבן זיך געריפן פאר די קריג, ווי אויך ווי מער אינפארמאציע ס'איז שייך.
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום דינסטאג אפריל 08, 2008 11:49 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 08, 2008 12:17 am

אין די נייעסן איז געווען א שטיק צייט צוריק איבער געוויסע אוצרות מיט ארכיוון וואס האבן זיך אפגעפונען ערגעץ אין א דייטשע שטעטל וואו די נאציס ימ"ש פלעגן אפשיקן זייערע רעקארדס דורכאויס די קריג.

לויט ווי די באריכטן האבן דאן געלויטעט רעדט מען פון צענדליגער מייל מיט פיילס! מיט א מייסטערהאפטע דייטש'שע פונקטליכקיין איז אלעס געווארן דאקומענטירט מיט אזוינע דעטאלן וואס מען קען שווער גלויבן פאר יענע צייטן. די געבורט טאג, ארט, אלע נעמען, הויעך עלטער וואג אויגן קאליר, פארכאפט געווארן, פארשיקט געווארן, געשאסן געווארן, וועלכע לאגער, און א טטיל דערפון האבן אפילו בילדער אינעם פייל!

איך ווייס נישט וואו יענער סייט איז, און אויב ס'יז שוין בכלל עוועילעבל אנליין. אבער מען קען אריינשיקן צו זיי אן אפליקאציע דורך א מוסד אין בורו פארק וואס גיבט זיך אפ דערמיט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 08, 2008 12:19 am

דו רעדסט פון די באד ארעלסאן ארכיוון, יא?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 08, 2008 12:22 am

יא
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 08, 2008 12:34 am

איך האב נישט געוואוסט אז מ'קען שוין באשטעלן. מסתמא וועט עס מיין באליבטע צייטונג מעלדן ביז א 10 חדשים.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 08, 2008 7:56 am

שוועמל, מאשקע, ס'איז דאס פון וואס איך רעד.

איך האב שוין איינגעגעבן איבער צוויי חדשים צוריק און אזוי ווי איך האב נישט געהאט גענוג קלארע אינפארמאציע האב איך באקומען אן ענטפער אז ביז דערווייל האבן זיי נישט געטראפן און זיי וועלן גרונטלעכער נאכזוכען.

דא האט איר זייער ענטפער:

Dear Mr name. :

Thank you for your request for information from the International Tracing Service (ITS) on name .

A preliminary search of the ITS records and the Museum’s Namesearch database yielded no results. We have forwarded your request to our senior research staff for review using additional resources available at the Museum. As we pursue research for your request, please note that documentation is not available for all victims.

Because of the complex nature of this type of research, please allow six to eight weeks for a response.

If you submitted requests for information regarding other persons, we will send responses in separate emails.

Sincerely,

Randolph Davis

Survivors Registry
United States Holocaust Memorial Museum
100 Raoul Wallenberg Place, S.W.
Washington, D.C. 20024
www.ushmm.org/registry
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 08, 2008 11:48 am

אז מ'טוישט שוין יא דעם נאמען פונעם אשכול, קען מען עס אפשר ספעלן ריכטיג?

באד אראלסען

Bad Arolsen
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג אפריל 08, 2008 1:16 pm

לכאורה איז דארט נאר דא אין די ארכיוון נאר וואס זענען קודם געשיקט געווארן אין ארבייטס לאגערען, די וואס זענען געשיקט געווארן תיכף צי די גאז קאמערן זענען נישט דאקימענטירט געווארן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 02, 2008 11:53 am

היינט האב איך ערהאלטן פון זיי אן אימעיל אפדעיט, אינעם לינק שטייט אז זיי האבן נאך נישט ערהאלטן די גרעסערע טייל פון די דאקומענטן, ד"ה אז ס'איז א שאד יעצט צו ווארטן אויף אינפא פון זיי.

June 2008

International Tracing Service(ITS) e-alert

Documents in the International Tracing
Service archives, Bad Arolsen, Germany. USHMM/Arnold Kramer


Update on ITS Archive Search Requests

Dear Mr. ,

Thank you for your recent inquire to the United States Holocaust Memorial Museum.

We are currently working on your request and would like to assure you that we are making all possible efforts to locate any relevant documents.

While we continue to work, we have placed additional information about International Tracing Service cards on our website in order to help you better understand any documents you might have already received.

Further details and a glossary of frequently used terms are available

We do appreciate your patience. Thank you.

Sincerely,


Michael Haley Goldman
Director, Benjamin and Vladka Meed Registry of Holocaust Survivors
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יוני 06, 2008 10:30 am

מידי עסקי אין די די-פי קעמפ היסטאריע, האב איך מיך באקלערט אז ערגעץ וואו דארף דאך צו זיין די די-פי רעקארדס, די פראגע איז נאר ווער עס האט עס, די מערסטע מסתבר איז די אמעריקאנע ארמיי, אבער קען אויך זיין אז אינע פון די ארגאנזאציעס האבן עס, אי"ה אז מיר וועלן האבן צייט, וועל מיר זיך קענען אריין טאן דערין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג יוני 06, 2008 11:38 am

מיר קוקן אויס מיט ערווארטונג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יוני 06, 2008 12:06 pm

מיר אויך, און יישר כח פון פראנאויס, און איך כאפ שוין אריין דא אן עקסטערן יישר כח פאר איינער מיה, מיטן אהער ברענגען די פיקטשער'ס, פון אלע מינים, פון פאר און פון נאך, ועוד ועוד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 5:32 pm

farshlufen האט געשריבן:מידי עסקי אין די די-פי קעמפ היסטאריע, האב איך מיך באקלערט אז ערגעץ וואו דארף דאך צו זיין די די-פי רעקארדס, די פראגע איז נאר ווער עס האט עס, די מערסטע מסתבר איז די אמעריקאנע ארמיי, אבער קען אויך זיין אז אינע פון די ארגאנזאציעס האבן עס, אי"ה אז מיר וועלן האבן צייט, וועל מיר זיך קענען אריין טאן דערין.

דערווייל האב איך קיין צייט לבלוע את רוקי.

פון די באד אראלסען חברה האבן מיר נאך גארנישט געהערט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 5:51 pm

פארשלאפן,
מידי דברי בו, איך האב היינט געהאט א פריינטליכע טעלעפאון שמועס מיט א מיטארבייטארין אין די 'האולאוקאוסט מוזעאום' אין וואשינגטאן (USHMM) בנוגע די בילדער פון זייער סייט.

נאכדעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו דערגיין די אידענטיטעט פון איינע פון די בילדער אין זייער סייט (עי' מערכת ע'ל הצדיקים' ערך ר' יונתן שטייף זצ"ל) האב איך אפגעשיקט אן אימעיל (דורך א לינק אין יעדן בילד אויב מ'דערקענט איינעם) מיט די ווערטפולע אינפארמאציע.

למעשה האב איך צוריקגעקריגען טעמישע שאלות איבער ר'יונתן שטייף (וואדען האב איך געקלערט, אז יעדער אין USHMM ווייסט זיכער ווער ר' יונתן שטייף איז געווען), אזוי האב איך מיר אנגעקניפט באציאונגען מיט זיי וואס איך האף צו קענען איינקעשען בקרוב.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 02, 2009 9:50 am

זייער פיין, איך שטעל עס אויף די חזקה אז מיר וועלן נאך הנאה האבן פון דעם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מאנטאג מארטש 02, 2009 1:29 pm

שלאפער; פאר רעקארד'ס ווארטסטו?

מיללער; שיבּ אריין דאנעט די לינק וואס כ'דער געשיקט, אויב איז עס אינטערעסנט פאר שלאָפער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 02, 2009 3:38 pm

אלטעבחורל האט געשריבן:מיללער; שיבּ אריין דאנעט די לינק וואס כ'דער געשיקט, אויב איז עס אינטערעסנט פאר שלאָפער.


צום באפעל
אלטעבחורל האט געשריבן:דאס איז זייער אינטערעסאנט; http://www.yadvashem.org/wps/portal/IY_HON_Welcome

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 5:08 pm

מיללער האט געשריבן:
אלטעבחורל האט געשריבן:מיללער; שיבּ אריין דאנעט די לינק וואס כ'דער געשיקט, אויב איז עס אינטערעסנט פאר שלאָפער.


צום באפעל
אלטעבחורל האט געשריבן:דאס איז זייער אינטערעסאנט; http://www.yadvashem.org/wps/portal/IY_HON_Welcome

א ישר כח, מיר האבן עס שוין געזען אמאל, אבער איצט קאן דאס מיר צונוצקומען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מארטש 29, 2009 10:43 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 30, 2009 11:30 am

יישר-כח פארשלאפן,

זייער אינטערעסאנטע נייעס, נאך מער איז אינטערעסאנט אז ביז היינט האט זיך קיינער נישט געיאוועט נאכצוגיין די רויטע-קרייץ ארכיוון.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 6:14 pm

גאר אן אינטערעסאנטער נייעס איז לעצטענס געמאלדן געווארן איבער א געוויסע באטל וועלכע איז געפונען געווארן אין די וואנט פון א געביידע לעבן אוישוויץ, דער באטל איז געפונען געווארן דורך קאנסטראקציע ארבייטער וועלכע האבן רענאווירט דעם געביידע, אריינגעבויעט אין די וואנט און דערינען איז געליגען א צעטל מיט זיבן נעמען פון אוישוויץ העפטלינגלען, 6 פוילישע און איינער פון פראנקרייך מיט זייערע אוישוויץ ציפערן.

אונטן פונעם צעטל האט זיך געלייענט בערך "די מענטשן ווילען אז עס זאל כאטש בלייבן אן אנדענק פון זיי", דאס הייסט אז זיי האבן געזעהן דעם טויט פאר די אויגן און האבן געוואלט עפעס איבערלאזן שפירען נאך זיך.

פון אנפאנג האט דער אוישוויץ מוזיאם נישט געטראפן מענטשן, אבער שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פראנצויזישער איד 'אלבערט ווייסיד' האט איבערגעלעבט די קריג און לעבט נאך אלט זייענדיג 84 יאר.

לייענט דא מער איבער דעם עפיזאד.

ריח_ניחוח
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2007 3:08 am
לאקאציע: אונטער די נאז

וואו קען מען טרעפן ליסטעס פון קדושי אוישוויץ

תגובהדורך ריח_ניחוח » מיטוואך יולי 08, 2009 10:21 pm

איך זוך א ספעציפישע נאמען פון א קרוב וואס איז געהרג'עט געווארן אין אוישוויץ-בירקענאוי הי"ד.
איך ווייס די נאמען אבער איך ברויך וויסן מער פרטים, ווי זיין יארצייט, פלאץ, פון וואו ער איז געבראכט געווארן און ווען, געבורט ארט וכו'.

איך האב שוין געזוכט אין יד ושם אבער זעהט נישט אויס זיי האבן צופיל אינפארמאציע.

אויב איינער ווייסט א דירעקטע לינק ביטע מודיע זיין.
יישר כח למפרע
ריח ניחוח

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 09, 2009 8:02 am

אהובי ידידי, יד ושם האט נאר אנפארמאציע וואס א מאן דהוא האט אריינגעגעבן, חוץ מזה זענען אינטערעסירט צו האבן ווי מער און זיי לייגן די זעלבע נעמען איבער און איבער יעדעס מאל וואס מ'גיט עס אריין.

איר דארפט פרובירן USHMM אדער דזשואיש דזשען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21721
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 1:26 pm

farshlufen האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מידי עסקי אין די די-פי קעמפ היסטאריע, האב איך מיך באקלערט אז ערגעץ וואו דארף דאך צו זיין די די-פי רעקארדס, די פראגע איז נאר ווער עס האט עס, די מערסטע מסתבר איז די אמעריקאנע ארמיי, אבער קען אויך זיין אז אינע פון די ארגאנזאציעס האבן עס, אי"ה אז מיר וועלן האבן צייט, וועל מיר זיך קענען אריין טאן דערין.

דערווייל האב איך קיין צייט לבלוע את רוקי.

פון די באד אראלסען חברה האבן מיר נאך גארנישט געהערט.


אנומעלט האט יעמאנד געאנטווארט אויף אן אנפראגע אין דזשואיש דזשען אז אלע די-פי פיילס זענען אויך אין באד אראלסען, יענער איד האט ארויסבאקומען זיין בוירט סערטיפיקעט דורך אינפארמאציע וואס זיי האבן אים געגעבן.

עס וואלט געווען זעער אינטערעסאנט פאר אונזערע עלטערע מעמבערס וואס זענען דארט געבוירן, און פאר אונז יונגעלייט וואס אונזערע עלטערן און זיידעס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן אין די שווערע פארנעפלטע אחרי המגיפה תקופה צו אריינגיבן אן אינפארמאציע פארלאנג פאר זייערע רעקארדס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:41 am

Does anyone know what happened with all these files, is it available yet ?
נא גוט...


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט