הגה"ק מליסקא זי"ע - והמגיפה דשנת תרל"ג

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

הגה"ק מליסקא זי"ע - והמגיפה דשנת תרל"ג

תגובהדורך אוצרות ליסקא » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 11:32 am

הגה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע - און דער חולי-רע מגיפה רח"ל פון יאר תרל"ג

הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע איז געווען א תלמיד מובהק פון הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע, הן בנגלה והן בנסתר. ובאור תורת החסידות בפרט, ווי ער זעלבסט האט זיך אויסגעדרוקט אין א בריעוו, וזה לשון קדשו: "כי ב"ה הגאון הגדול מו"ה משה טיילטבוים זצלה"ה נטע בתוכינו מדת החסידות. ויאמין לי מעכת"ה כי היה ראוי לשרות עליו השכינה, והיה בכל עניניו כמלאך אלקים, ומשה אמת ותורתו אמת". מורא'דיגע ווערטער שרייבט ער ווייטער אין דעם בריעוו, וזל"ק: "יאמין לי באמונה שלמה שדרכי החסידות והנהגות שבזמנינו הם בנויים על קו האמת והצדק ואשרי למי שבחר בהם ובמשנתם, כי אותן הצדיקים שבזמנינו אשר בחרו בזה הדרך היו בעלי רוח הקודש בלי ספק ובלי פקפוק כאשר בעיני ראיתי בעינא פקיחא ממש", כאטש וואס ער רעדט בלשון רבים איז בלתי שום ספק אז ער איז כולל אין זיינע ווערטער זיין רבו המובהק דער ישמח משה זי"ע.

דער ליסקא רב האט זיך נישט גערירט קיין זיז כלשהוא פונעם ישמח משה'ס מנהגים, יעדע תנועה און מנהג קל פון זיין רבי איז ביים ליסקא רב געווען א תורה שלימה, און מיט זיינע מנהגים האט ער זיך געפירט כל ימיו און דאס ווייטער איבערגעבען פאר זיינע קינדער און אייניקלעך.

דער ייטב לב האט זיך אמאל געטראפן מיט א אייניקל פון הגה"ק מליסקא זי"ע האט דער ייטב לב אים געזאגט: "דו מעגסט מיר גלייבן, אז ווען איך בין געוועזען א יונגערמאן איז מיר נישט איינגעפאלן אז איך זאל אכט געבען אויף דיין זיידן, אז ער געיבט אכט אויף יעדע תנועה פון מיין זיידע".

ווען דער ליסקא רב איז נאך געווען א יונגע בחורל און געלערנט ביי זיין רבי הגה"צ רבי אברהם פון דעמביץ זצ"ל, האט ער איין פארטאגס שפאצירט מיט א ליכט אין דער האנט אהין און צוריק, ווען רבי אברהם דעמביצער איז אריינגעקומען אוו באטראכט זיין יונגע תלמיד גייענדיג אהין און אהער מיט א ליכט אין זיין האנט, האט ער זיך אנגערופען: "הירש'לע, האסטו דעם איהעלע רב אויך אזוי געזען ארום גיין מיט א ליכט אין דער האנט". שוין דאן האט מען געוויסט ווי שטארק דער יונגע הירשלע איז דבוק אינעם ישמח משה.
*

אין זיינע בארימטע הייליגע ספרים אך פרי תבואה על התורה און הישר והטוב אויף מועדים דרשות און סוגיות הש"ס דערקענט זיך ארויס ווי יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון זיין רבי'נס מויל איז געווארן איינגעקריצט ביי אים, און דאס האט ער איבערגעגעבן ווייטער לדורות הבאים. עס גייט נישט א דורך א פרשה א יום טוב אדער א דרשה ווי ער זאל נישט דערמאנען דער ישמח משה.

אז זיין רבי דער ישמח משה האט זיך פארצייכענט זיינע חלומות ווי מען זעהט דאס א צאל מאל אין די ספרי הישמח משה, האט דאס דער ליסקא רב אויך געטוהן, נאר זייענדיג דער גרויסע עניו האט ער פארצייכענט זיינע חלומות און א קונטרס פאר זיך, אנשטאט זיי דאס דערמאנען ברבים אדער אראפ ברענגען אין זיינע ספרים.

איינע פון די געהויבע ענינים וואס דער ישמח משה האט געטוהן צו העלפן אידן וועלכע האבן זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען אדער צרות און זענען געווען נויטיג אין א ישועה, האט דער ישמח משה זיי געגעבען פארשידענע סגולות אדער קמיעות. דער ליסקא רב'ס רביצין הרבנית הצדיקת מרת קריינטשא ע"ה זעלבסט האט אמאל געהאט א שווערע קרנקהייט האט זי באקומען פון דער ישמח משה א קמיע וואס איר תוצאות האט זיך באלד דערקענט, זי איז פולקאם געזונט געווארן.

דער ישמח משה האט געהאט ביי זיך א קונטרס פון סגולות ונוסח קמיעות וואס ער זעלבסט האט געשריבן בכתב יד קדשו. דער ליסקא רב האט מיט רשות פון זיין רבי מעתיק געוועזען דאס גאנצע קונטרס און כל ימיו האט ער דאס געהאלטן ביי זיך ווי א אוצר רב.

דער ליסקא רב האבענדיג אין באזיץ דעם קונטרס, האט אבער קיינמאל נישט געגעבען קיין קמיעות. ער זיך אמאל אויסגעדרוקט אז "ער קען געבן אלע סארט קמיעות וואס דער ישמח משה האט געהאט געגעבן, אבער ער האט נאר מורא, ווייל צומאל קען דאס שעדיקן איהם זעלבסט אדער זיינע קינדער, והשומר נפשו ירחק".

לאחר פטירתו איז דער קונטרס אריבער לירושה צו זיין אייניקל הגה"צ רבי זאב וואלף גאלדבערגער זוהן פון הגה"צ רבי יוזפא זצ"ל איידעם פון הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע, רבי וואלף איז געווען א איידעם ביי זיין גרויסן פעטער הגה"ק בעל טל חיים מליסקא זי"ע. צו דער קונטרס איז אנגעקומען צו איהם דורך זיין פאטער אדער דורך זיין שווער דער טל חיים איז נישט באקאנט.

למעשה איז עס רוב יארן געלעגן דעם קונטרס ביי זיין פלימעניק הגה"ק רבי צבי הירש (השני) מליסקא זי"ע הי"ד באקאנט מיטן נאמען פון זיין טייערע און הייליגע חיבור "דער שערי הישר".

ווען דער מונקאטש'ער רב, הגה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זי"ע בעל מנחת אלעזר, האט זיך דערוויסט איבער דעם קונטרס און אז עס געפונט זיך אין ליסקא ביים 'שערי הישר', האט ער באקומען א שטארקע חשק צו האבן א העתיק פון דעם גאנצן קונטרס. דער מנחת אלעזר האט געשיקט א שליח מיט א בקשה אויף צו בארגן דעם קונטרס און אי"ה ווען דער מלאכת העתקה ווען זיך ענדיקן וועט ער צוריק שיקן דעם קונטרס קיין ליסקא. דער שערי הישר האט געהאט ווייניג גוסטרע ארויסצולאזן אזא הייליגע קונטרס געשריבן פון אנהייב ביז צום סוף בכתב יד קדשו פון זיין זיידע הגה"ק בעל אך פרי תבואה זי"ע. דער שערי הישר האט איבערגעגעבן זיין געפיל וואס ער האלט בנוגע דאס ארויסבארגן, אבער צוגעלייגט אז אויב וויל דער מונקאטש רב קען ער שיקן א כותב קיין ליסקא וואס זאל דאס איבערשרייבן.

ויהי היום דער מנחת אלעזר איז זעלבסט געקומען קיין ליסקא מיט עטליכע כותבים וואס זיף אפגעבען מיטן מעתיק זיין. דער סיבה פארוואס דער מנחת אלעזר האט זיך אליינס מטריח געווען צו קומען קיין ליסקא, איז אולי איז ער געווען אין דער געגנט, אבער בעיקר האט ער ווארשיינדליך געוואלט זעהן במו עיניו דעם קונטרס, דער כתב יד, און בכלל איר אינהאלט. אין דער רשימות הספרים פונעם מנחת אלעזר ווערט טאקע דערמאנט דעם קונטרס.

*
אין יאר תרל"ג האט זיך אויסגעשפרייט א מגיפה אין טייל חלקים פון אונגארן, דער מגיפה איז געווען דער ביטערע 'כולערע קרענג', וואס חסידים האבן דאס געשריבן 'חולי-רע', דער מגיפה האט נעבעך אוועק גענומען אנשים נשים וטף און שפיץ פון גדולים וצדיקים רח"ל.

יענעם חודש אלול פון יאר תרל"ג האט הגה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע מספיד געווען די צדיקים ומנהיגי העדה וואס זענען נעבעך נפטר געווארן בשעת די מגיפה – דער הספד איז געדרוקט אין ספה"ק הישר והטוב – רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב, רבי משולם פייש מטאהש, רבי אביש אריה שפירא אבד"ק הומנא, רבי שמעון יהודה פאנפעדער אבד"ק טאקיי, רבי פנחס לייב פריעדן אבד"ק קאמארן, רבי יצחק יעקב מהאדאס, ועוד.

דער ליסקא רב האט באצויגן אין זיין הספד מיט דעם גמרא אין גיטין (נ"ח ע"א) מעשה בר' יהושע בן חנניה שהלך לכרך גדול שברומי, אמרו לו תינוק אחד יש בבית האסירים וכו', האט ר' יהושע געפרעגט דעם התינוק 'מי נתן למשיסה יעקב וישראל לבווזים' א פסוק אין ישעי' (מב, כד), האט דאס קינד גענפערט 'הלא ה' זו חטאנו לו', האט ר' יהושע געזאגט 'איך בין זיכער אז דער תינוק וועט אויסוואקסן צו זיין א מורה הוראה ביי אידן, ע"כ. לכאורה וואס האט דער קינד שוין גענפערט דא אז ר' יהושע איז ארויס פון התפעלות.

האט דער ליסקא רב מסביר געווען: "ר' יהושע האט געפרעגט פון דעם תינוק דער סיבה פארוואס איז געשעהן דער חורבן בית המקדש, דער תינוק האט אבער נישט געענפערט און תולה געוועזען דעם אורזאכט אויף די כוחות הטבע, אז די רומיים האבן מנצח געווען די אידן מיט זייער מעכטיגן מיליטער, ניין, דער תינוק האט געזאגט "'הלא ה' זו חטאנו לו', און דאס האט געכאפט ר' יהושע אז ער זאל זיך אויסדרוקן אויפן קינדס עתיד".

"דאס זעלבע איז איז אויך דא" – האט דער ליסקא רב געוויינט ביים קונם זיין סילוקם של צדיקים – "פונקט אזוי אויף יעצט ביי דעם ביטערע מגיפה רח"ל, זענען דא וואס זענען דאס תולה אז אויף דער לופט אז זי איז נישט אזוי קלאר און ווי עס ברויך צו זיין, כאטש וואס דאס איז אמת, אבער מיר דארפן צו פארשטיין פארוואס טאקע איז דער לופט נישט קלאר, דער סיבת הדברים איז 'הלא ה' זו חטאנו לו ולא אבו בדרכיו הלוך ולא שמעו בתורתו".

"דאס איז פשט אין פסוק (ישעיה נז, א) 'הצדיק אבד ואין איש שם על לב', קיינער קירמעט זיך נישט אן מתקן צו זיין דעם קלקול, אז 'כי מפני הרעה נאסף הצדיק', אין עס האט נישט מיטן טבע איינגעלייגט".

דער ליסקא רב האט געבעטן באותו מעמד צו תשובה ותיקון המעשים, ער האט אויסגערעכט עטליכע זאכן א) על שמירת שבת כהוגן ב) על לבישת שעטנז ג) בחוקותיהם לא תלכו ד) לא ילבש גבר שמלת אשה, ואשה שמלת איש ה) על קציצת הפאה ו) על לבישת הנשים בבגדים שחורים, דאס אז די נשים קליידן זיך אן אין שווארצע קליידער ווייזט דאס אויף אבילות רח"ל ז) כל אחד ירבה בצדקה לפי כוחו.

*
ביי זיין 'תקיעת שופר דרשה' פון יאר תרל"ד ווען קרבנות זענען נאך געפאלן אלץ נאך-וויי פון דער מגיפה, האט דער ליסקא רב מעורר געווען לתשובה ולתיקון המעשים, צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט:
"...מען זאל נישט לאזן די קינדער לערנען ביי מלמדים וואס לערנען נישט די אותיות מיט די נקודות, דאס הייסט אז זיי זאגן נישט 'קמ"ץ אל"ף א', קמ"ץ בי"ת ב', און אזוי ווייטער, נאר לערנען תיכף א ב, ווייל די קינדער וואס לערנען אין חדר דחי תורה הקדושה מיט די נקודות, געט מען אריין א חיות אין די אותיות פון די תורה הקדושה דורך די נקודות, אבער די וואס לערנען מיט די קינדער אן די נקודות פון קמ"ץ און פת"ח און אזוי ווייטער, נעמען חס ושלום אוועק די חיות פון די הייליגע אותיות".
"א יאר פריער, תרל"ג איז געווען א מגיפה רחל"ל" – האט דער ליסקא רב געזאגט בלהבת אש – "עס איז ביי מיר קלאר אז צוליב די עבירה איז געווען די מגיפה, ווייל השם יתברך באשטראפט מדה כנגד מדה, און וויבאלד זיי האבן אוועק גענומען דעם חיות פון די הייליגע אותיות, דעריבער נעמנט השם יתברך אויך אוועק דעם חיות פון זיי רח"ל".
*

כל נדרי ביי זיין דרשה פון יאר תרל"ד ווען די פארלוסטן און וויי געשריי וואס דער מגיפה האט איבערגעלאזט נאך זיך איז געווען נאך פריש, האט דער ליסקא רב ווי זיך געבעטן צו די חסידים ואנשי מעשה:

"...דעריבער בעט איך אייך, שוינט ביטער אייער נפש און דעם נפש פון אייערע קינדער און אויף נפשות ישראל, געדענק השם יתברך און די תורה הקדושה וואס עס שטייט 'והיה מחנך קדוש ולא יראה בך ערות דבר', און יעדער זאל זיך אנשטרענגן מיט די גאנצע פיסטקייט צו רעדן מיט ווייכע רייד און געבעטן, מיט רייד וואס גייען ארויס פון הארץ, צו זיין משפחה, צו בויען דער מויער פון דאס אידישע הויז, די יסודי הדת און דער גדר פון צניעות, און איינער זאל העלפן דעם אנדערן און מחזק זיין. ראטעווע דיין נפש פון דאס פלאקער פון דעם פרעמדן פייער, און מען זאל אויפציען די קינדער על התורה ועל העבודה אזוי ווי השם יתברך האט באפוילן".
"...דעריבער מיינע ברודער און פריינדט, קוקט און זעהט וואס עס איז געשען און אונזערע צייטן, און אלעזס צוליב די ביטערע עבירה אזוי ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים".
"וואס וועלן מיר טאן ווען מען וועט דארפן אפגעבען א חשבון אויף די נפשות – וואס זענען נעדר געווארן אין די מגיפה רח"ל – און אויף דעם וואס אונז האבן פאראורזאכט ארעמקייט רח"ל דער תוצאה פון דער מגיפה". אזוי ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אויפ'ן פסוק 'חרפת נבל אל תשימני'".
"בפרט די מענטשן וועלכע רופן זיך 'חסידים', און די אויפפירונג פון זייערע שטוב מענטשן איז נישט ווי עס דארף צו זיין, זאלן זיך נעמען צום הארצן ווי שלעכט און ביטער עס זענען זייערע מעשים, ווייל זיי זענען נאך אין די בחינה פון מחטיא את הרבים, ווייל אסאך מענטשן לערנען זיך אפ פון זייערע מעשים, און עס ווערט גע'כשר'ט אין זייערע אויגן ווייל זיי זעען דאס ביי די חסידים, און זיי פאראורזאכן א םפגם פאר די גאנצע וועלט, און זיי ווייסן נישט תשובה צו טאן דערויף".
"יעדע נייע מאדע ברענגט מיט זיך א קראנקהייט ח"ו, און אלע פרויען וואס גייען מיט קורצע קליידער רח"ל, איז קלאק אז זיי זענען אין כלל פון די וועלכע זענען עובר גורם צו זיין עבירות חמורות רח"ל".
"דעריבער זאל יעדער מענטש זיין געווארנט אפצוהיטן די נפשות פון זיין משפחה און אלע זיינע קרובים, אז זיי זאלן גיין בצניעות, אז זיי זאלן נישט אריינפאלן צו די גרויסע עונשים ח"ו".
*

הושענא רבה פון יאר תרל"ד האט דער ליסקא רב געזאגט די הושענות ניט א גרויסן רעש, און ער האט מתפלל געווען ביי די הושענות אויף די אלמנות און יתומים וואס זענען געבליבן אין פריערדיגן יאר פון די מגיפה רח"ל.

אינמיטן די הושענא רבה דרשה האט דער ליסקא רב אויסגעשריגן: "רבונו של עולם, איך זאל זאגן אז איך בין אן אוהב ישראל, וויל איך נישט. אבער דאס ווייסטו רבונו של עולם אז קיין שונא ישראל בין איך נישט חס ושלום, על כן טענינן ליתמי, דארף איך טענה'ן פאר די אלמנות און יתומים וואס זענען פאריגעס יאר איבערגעבליבן".

*

ביי יענעם מגיפה איז דער ליסקא רב אנטלאפען פון ליסקא אין זיך באזעצט אין ראצפערט. ווען זיין איינקל רבי זאב וואלף גאלדבערגער וואס האט געוואוינט אין יענע תקופה אין סאבראנץ, ווי דער מגיפה האט נישט דערגרייכט אהין, האט אנגעפרעגט דעם זיידן אין א טעלעגראם פארוואס איז ער אנטלאפען פון ליסקא און פארוואס דוקא אין ראצפערט, האט דער ליסקא רב געשריבן דעם פאלגענדע בריעוו:


בעז"ה יום ב' פ' מקץ שנת תרל"ג

שוכ"ט לכבוד נכדי היקר ה"ה הרבני המופלג חרוץ ושנון זית רענן כש"ת מו"ה זאב וואלף נ"י.
הנה קבלתי ממך ט"ג, ותבקש להודיעך הטעם שבאתי לכאן עיר ראצפערט.
הנה לעשות רצונך חפצתי, ואודיע לך שבודאי שמעת שבעוה"ר פשטה החה"ר ר"ל וכו', ומבואר בשלה"ק שמצוה לבורח ממקום הזה, ע"כ באתי לכאן עיר ר"פ.
ושמעתי שב"ה בעיר הזאת מעולם לא הי' זה החולי ר''ל, ואומרים מחמת שכמה צדיקים גדולים היו בעיר הזאת.
השי"ת ישמור אותנו ולכל ישראל בכל מקומות מושבותיהם. וגם אמך שתחי' עם ילדי' היא בכאן, ואי"ה מהרה ישמע ששקטה הארץ אזי נשוב לבתינו לשלום.
א"ד זקינך החותם באהבה.
הק' צבי הירש בהר"א ז"ל אב"ד דק"ק ליסקא יע"א

אין דעם אויבערדערמאנטער בריעוו ברענגט דער ליסקא רב דעם של"ה הק' וואס זאגט אז עס איז א מצוה צו אנטלויפן פון אזא מקום ווי עס הערשט א מגיפה. וואס ער דערמאנט אבער נישט אין זיין בריעוו איז איבער א חלום וואס ער האט געהאט.

אין זיין 'פנקס החלומות' האט ער געשריבן א חלום וואס ער האט געהאט, וזה לשונו: "בשעת שהיה כאן המגפה ר"ל, ראיתי בחלום אמי ע"ה, והי' מראה לי בידי שאלך מכאן, ועי"ז הלכתי לעיר ראצפערט, וב"ה הצלתי". זיין מאמע הרבנית הצדיקת שרה ע"ה, באקאנט אלץ 'שרה די בעקערין' איז געקומען אין חלום צו איר זוהן הגה"ק מליסקא אז ער זאל שוין אנטלויפן. און נאך דעם וואס ער האט געהאט געהערט אז אין ראצפערט איז קיינמאל געווען דעם 'כוילערא' בזכותן ובכוחן של צדיקים, האט ער זיך דארט באזעצט צייטווייליג.

*

ערגעץ ווען נאך פסח פון יאר תרל"ג, חודש אייר, סיון אדער אפילו תמוז, איז אנגעקומען צום הייליגן ליסקא רב א בריעוו פון דער פאקש'ער רב, דעמאלס איז ער נאך געווען רב אין האלאש, הגה"ק רבי אליעזר זוסמאן סופר זצ"ל בעל ילקוט אליעזר. ווי ער האט האט זיך אויסגערעדט זיין הארץ איבער די שווערקייטן פון לעבען בשעת א מגיפה, דערביי האט ער מזכיר געווען א איד וואס זיינע קינדער זענען נעבעך שטארק קראנק געווארן. בכלל בעט דער ילקוט אליעזר א ברכה אז ער און דער גאנצע שטאט זאל געראטעוועט ווערן פון דעם מגיפה.

דער ליסקא רב האט אים צוריק געשריבן א הערליכן זעלטענע בריעוו, מיט הארציגע ברכות און צו דעם האט ער אויך מיטגעשקיט עטליכע סגולות און א נוסח קמיע וואס ער האט מקבל געווען פון רבו המוהק דער ישמח משה זי"ע.


והא לך העתק המכתב (הנדפס בספר סגולות ישראל, אבן סגולה להגה"צ מפאקש זצ"ל) :

ב"ה יום ג' פנחס תרל"ג לפ"ק ליסקא יע"א
שלום וכ"ט לכבוד ידיד ה' וידי"נ הרב המה"ג הגאון המפורסם צדיק נשגב כקש"ת
מו"ה זוסמאן אליעזר סופר נ"י אבדק"ק האלאש והגליל יע"א
הנה יקרת מכתבו הגיעני לנכון עם דמי הפדיון אתמול לעת ערב אחר יציאת הבי"ד מעירנו, והנני דורש לכמת"ה כל טוב ויתברך ממקור הברכות, וינצל הוא עם כב"ד מכל פגעי הזמן עם בני עירו שי'.
ואת האיש אשר נגעה בו יד ה', הנני אברכו מרחוק בברכת טוב, ויזכהו השי"ת לגדל את בניו הפלטים מהחולאת.
והנני שולח לו ד' שמירות לתלותם על ד' כותלי ביתו למעלה סמוך לתקרה.
ויקח ג' אנשים כשרים ויטבלו במקוה ויאמרו בביתו צ"א פעמים קפיטל צ"א ויהי נועם עד גמירא.
גם טוב לומר קטורת בארבע קצוות העיר במנין עשרה אנשים, כן איתא בזוהר הקדוש, ואח"כ ליקח פ"נ ח"י פשוטים מכל נפשות העיר ולחלק המעות לעניים, והוא רחום יכפר ובזה אצא ואומר שלום לו ולתורתו הק'.
א"ד ידידו אוהבו נצח
הק' צבי הירש בהראז"ל אב"ד דק"ק ליסקא יע"א

הכתב הלוטה פה קבלה מהגאון בעמ"ח ס' ישמח משה לדבקו על הדלת מבפנים על פתחי הבתים.

בזה השער לא יבא צער
בזה הפתח לא יבא רצח
א"מ מנע מגיפה מנחלתיך

וישב אהרן אל אהל מועד והמגפה נעצרה ופסח ה' על הפתח ולא יתן המשחית
לבא אל בתיכם לנגוף
רבש"ע כשם שפסחת על בתי בנ''י במצרים ולא נתת המשחית לבא אל בתיהם כך
תעצור בתינו ובתי כל ישראל מהמשחית ולא יהי' לו רשות לבא אל בתינו אמן
נצח סלה ועד
מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב אמי' דאברהם אמתלאי בת כרנבו ושם בת אשר סרח



הגה"ק בעל אך פרי תבואה זי"ע זאגט אן אין זיין מכתב קודש אז מען זאל אויפהענגן פיר שמירות, קמיעות, אויף דיר פיר ווענט פון דער הויז, הויעך נאהנט צום דאך, איינס דערפון זאל ווערן אויפגעהאנגן אויף דער טיר פון אינעווייניג. דאס איז א 'שמירה' ניצול צו ווערן מפגעי הזמן, דער נוסח האט ער מקבל געווען פון זיין הייליג'ן רבי, הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע.


ווייטער אינעם בריעוו באצוט זיך דער הגה"ק מליסקא זי"ע צום האלאש'ער רב, הגה"ק רבי אליעזר זוסמאן סופר זצ"ל בנוגע יענעם איד וואס נעבעך דער מגיפה שוועבט אין זיין הויז רח"ל, זאלן דריי כשר'ע אידן וואס האבן זיך געטובל'ט אין א מקוה זאגן אין יענעם הויז קפיטל צ"א איין-און-נייציג מאל פון ויהי נועם ביז צום סוף.

דאן גיבט דער ליסקא רב אנווייזענגן ווי אזוי צו ראטעווען דער שטאט בכלליות פון דער מגיפה, דארף מען טוהן די פאלגענדע: ער האט אראפ געברענגט פון דער זוהר הקדוש אז א מנין אידן זאלן זאגן די פרשה פון פיטום הקטורת ביי די פיר עקן פון שטאט, און יעדער נפש וואס וואוינט אין דער שטאט זאל געבן אכצן פרוטות 'פדיון נפש געלט', דאס געלט זאל אויסגעטיילט ווערן צו די ארימעלייט פון דעם שטאט.

בנוגע דער סגולה פון זאגן דער פרשה פון 'פיטום הקטורת' בשעת א מגיפה, האט הגה"ק מליסקא זי"ע ערקלערט:
ווען עס הערשט א מגפה רח"ל איז דער משחית נישט מבחין צווישן די גוטע און די שלעכטע וויבאלד ער איז א הולך ומשחית. אבער אז מען איז מקטיר דעם קטורת ברענגט עס אראפ דעם כביכול זאל זיך דארטן געפונען, אז דער בורא כל עולמים געפונט זיך דארט איז ער שוין דן אויף יעדען באזונדער, ממילא דורך קטורת דוקא שטעלט זיך אפ דער מגיפה. וויבאלד 'קטורת' פארבינד און פאראייניגט אלע וועלט צוזאמען, ממילא העלפט דער 'קטורת' אין דער צייט פון א מגיפה.

דער סגולה פון קטורת העלפט נאר פאר בינונים, צדיקים דארפן בכלל נישט צו קומען צו דעם, אבער פאר רשעים העלפט דאס נישט. ממילא ליגט א פליכט אויפן צדיק אז ער זאל זעהן אז די רשעים זאלן תשובה טוהן. (עיי' באריכות אך פרי תבואה פרשת קרח עה"פ ויאמר משה אל אהרן).

דער הייליגע אך פרי תבואה זי"ע האט אמאל געשריבן בכתב יד קדשו: "עס איז א סגולה להצלחה צו זאגן יעדן טאג דער פרשה פון פיטום הקטורת פון כתב אשורית איידער מען דאווענט תפלת מנחה און מוצאי שבת קודש", עכדה"ק.

דער וואס לערנט לערנט דער פרשה פון קטורת איז פונקט ווי ער האט איר מקטיר געווען, ונשלמה פרים שפתינו, ממילא העלפט דער סגולה אויב זאגט מען דעם פרשת הקטורת מיט גרויס כוונה.

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נקודהלע און 13 געסט