יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:16 pm

איך בין געווען דאן עטליכע מינוט פאר יציאת נשמה. און די בשורה פון די טווין טאווער האט צוגעפינישד די זאך.
איך האלט שוין יעצט ביים נעקסטן גלגול. איך האב שפעטער געטראפן דעם מוכאמעד אטא אויבן, ער איז געזיצן נעבן מיר, אין מיין היכל, אבער נישט אין גן עדן, נאר אין גיהנום.. חחחח
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:09 pm

שוין.. ס'דערקענט זיך אז מ'האלט שוין 11-12 יאר פון דאן, מ'ערלויבט זיך שוין ליצנות צו מאכן... זאג ווי איז דיין רעספעקט פאר די אריבער צוויי טויזענט אומגעקומענע....??
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:10 pm

געזעהן פליען בערג פאפיר פונעם בנין אזש קיין בארא פארק איז אנגעקומען גאנצעטע בלעטער און דאקומענטן אפילו קעש געלט איז געפאלן פון הימל
איין איד האט באקומען אטעלעפאן קאל אין סמעדרעש האט ער זיך אנגערופן בקול רם פארן רופער ס'איז ממש אויס וועלט אזש דאס גאנצע ביהמ"ד האט ממש געקענט מיינען אז די וועלט גייט אינטער אזוי איז דער מצב געווען כאאס
ליידער האבן זיך אידן מורה היתר געווען מיטצוהאלטן אויף די טריפענע כלי ט"וו
איעדע הצלה מעמבער האט געהאט גאנצעטע זאכן פון די סצענע לדוגמא טשעקס קארטלעך וכדומה

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:09 am

למעשה וויפל היימישע יודען זענען געשטארבען אין יענעם ביטערען טאג?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:43 am

אסאך
תהא נפשם צרורה בצרור החיים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:53 am

סיגוט האט געשריבן:געזעהן פליען בערג פאפיר פונעם בנין אזש קיין בארא פארק איז אנגעקומען גאנצעטע בלעטער און דאקומענטן אפילו קעש געלט איז געפאלן פון הימל
איין איד האט באקומען אטעלעפאן קאל אין סמעדרעש האט ער זיך אנגערופן בקול רם פארן רופער ס'איז ממש אויס וועלט אזש דאס גאנצע ביהמ"ד האט ממש געקענט מיינען אז די וועלט גייט אינטער אזוי איז דער מצב געווען כאאס
ליידער האבן זיך אידן מורה היתר געווען מיטצוהאלטן אויף די טריפענע כלי ט"וו
איעדע הצלה מעמבער האט געהאט גאנצעטע זאכן פון די סצענע לדוגמא טשעקס קארטלעך וכדומה


איך זעה נאכנישט וואס דער ליידער איז?
שאל אביך ויגדך, זקניך ויאמרו לך, אז ווען מ'האט גע'הארגעט פרעזעדענט קענעדי,
זענען פילע חשובע יודען אנשי שם, ובתוכם גאר חשובע רבנים ואדמורי"ם געגאנגען צו זייערע שכנים, וואס האבן פארמאגט טעלעוויזשען
און געגאנגען קוקען, אהנע פראבלעימען, אהנע בושות, (און ס'איז נאך דעמאלס געוועהן גענוג שכנים מיטן טעלעוויזיע לרחצה...)
אפילו רבנים מיט פלאטשיקע היטן, תלמידי הדברי יואל זי"ע, היינט איז עס ליידער? אתמהה

איך אליין בין דעמאלס געוועהן א בחור און ישיבה, און מיין מגי"ש, א רב, א גרויסע בנש"ק, מחותן מיט גרויסע רבנים, האט מיר געהייסען
גיין צום סעקרעטערי, ארויף צו ברענגען א גרויסע באם באקס (איינער געדענק עס נאך?), און הויך אנגעצונדען דער ראדיע און קלאס, און
מסביר געוועהן פאר דו בחורים פונקטליך וואס מ'זאגט,
פארגעס נישט ס'איז אמאל געוועהן א נארמאל וועלט, ווי מ'האט געוויסט ווי אן, און ווי אויס, נאר מיט די היינטיגע וועלט, וואס איז סאו קאלד פרום, 2012
איס עס געווארן ליידער,

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:48 pm

איך בין דעמאלטס געקימען מיט א מענוט שפעט פארטאגס האט מיך מיין מגיד שיעור ארויסגעשיקט. בינעך געגאנאען דאווענען אין קינגסטערעס דארט האבעך געהערט עפעס ערעפלאן. טווין טאערס. טערעריסטען. דאס בהמד"ש איז געפארען אויף רעדער!
נאכען דאווענען האבעך געהאט אן אפוינטמענט ערגעץ אויף הערעסן עוועניא בינעך אנגעקימען ביי דעם קליינעם טרייענגעל. הערעסען קר. האפפער דארט זענען געשטאנען מאסען מענטשען! גיי איך אהין זע איך נאר איין בילדינג שטייט נאך אין מזעהט ריזיגע פלאמען אין א רויעך ביזען הימעל. מענטשען האבען דארט ממש געוויינט ווי בעיביס.
צי לאנג האבעך נישט געקענט דארט זיין כ'האב מיך געיאגט צו מיין אפוינטמענט מילא האבעך נישט געזעהן וויזוי די בילדינג קעלעפסט.
די קימעדיגע פאר טעג ווי מ'איז געגאנגען האט מען געהערט די ראדיא גיין נאנסטאפ

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:11 pm

געלעגער האט געשריבן:ווינקל, די כולל פון וואס דו רעדסט איז אין ק"י. וואר?

ריכטיג.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:12 pm

ראש הקהל האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:געזעהן פליען בערג פאפיר פונעם בנין אזש קיין בארא פארק איז אנגעקומען גאנצעטע בלעטער און דאקומענטן אפילו קעש געלט איז געפאלן פון הימל
איין איד האט באקומען אטעלעפאן קאל אין סמעדרעש האט ער זיך אנגערופן בקול רם פארן רופער ס'איז ממש אויס וועלט אזש דאס גאנצע ביהמ"ד האט ממש געקענט מיינען אז די וועלט גייט אינטער אזוי איז דער מצב געווען כאאס
ליידער האבן זיך אידן מורה היתר געווען מיטצוהאלטן אויף די טריפענע כלי ט"וו
איעדע הצלה מעמבער האט געהאט גאנצעטע זאכן פון די סצענע לדוגמא טשעקס קארטלעך וכדומה


איך זעה נאכנישט וואס דער ליידער איז?
שאל אביך ויגדך, זקניך ויאמרו לך, אז ווען מ'האט גע'הארגעט פרעזעדענט קענעדי,
זענען פילע חשובע יודען אנשי שם, ובתוכם גאר חשובע רבנים ואדמורי"ם געגאנגען צו זייערע שכנים, וואס האבן פארמאגט טעלעוויזשען
און געגאנגען קוקען, אהנע פראבלעימען, אהנע בושות, (און ס'איז נאך דעמאלס געוועהן גענוג שכנים מיטן טעלעוויזיע לרחצה...)
אפילו רבנים מיט פלאטשיקע היטן, תלמידי הדברי יואל זי"ע, היינט איז עס ליידער? אתמהה

איך אליין בין דעמאלס געוועהן א בחור און ישיבה, און מיין מגי"ש, א רב, א גרויסע בנש"ק, מחותן מיט גרויסע רבנים, האט מיר געהייסען
גיין צום סעקרעטערי, ארויף צו ברענגען א גרויסע באם באקס (איינער געדענק עס נאך?), און הויך אנגעצונדען דער ראדיע און קלאס, און
מסביר געוועהן פאר דו בחורים פונקטליך וואס מ'זאגט,
פארגעס נישט ס'איז אמאל געוועהן א נארמאל וועלט, ווי מ'האט געוויסט ווי אן, און ווי אויס, נאר מיט די היינטיגע וועלט, וואס איז סאו קאלד פרום, 2012
איס עס געווארן ליידער,

סארי טו דיאפוינט יא, ס'איז דאן אויך געווען א ליידער, ואכמ"ל.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:25 pm

יאך בין געווען אין קר"י אוו געזאגט שפעט סליחות... אויבן אין חדר קילא, כ'קוק אראפ צום פארטש פון פענסטער, זעעאיך א קופקע, און עמעציר צייגט מיט הענט אויף ארויף ווי ער וויל עפעס דעמאנסטרעטן, ס'האט מיר אויסגעזען אויפפאלנד, האביך זיך אינטערעסירט צו עפעס איז געשען, בינעך געוואויר געווארו וועגן די אטאקע, כאב אבער נישט באגריפן, כאב געמיינט אז סיז נאר די קראךךךך, האט מיר עמעציר מסביר געווען אז יעצט ברענען ביידע בילדינגס, האבעך אנגעהויבן מער פארשטיין וואט העפפענעד. און יענע צייט איז מרדכי ארויסגעקומען מיט זיין "אנחנו מאמינים בני מאמינים" כא געטראכט דאן אז סיז נישט קיין פערצופאל (געמעגט אזוי טראכטן?) אוי חשוף זרוע קדשיך, זינט דאן ווען איך הער אמאל דעם טעיפ דערמאנטעס מיך פון יענע שרעקעדיגע תקופה.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:24 pm

איך געדעינק יענעם שבת איז געוועין פארשפרייט צעטלעך מיט א מחאה היתכון יודן האבן געקיקט ט"וו

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 3:36 pm


אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:15 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:http://timeline.national911memorial.org

זייער אונטערסאנט! אכטונג וועט קאסטן אסאך צייט....

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:21 pm

קרעמער האט געשריבן:איך בין גראדע אויך געווען אויפן וועג יענעם אויפדערנאכט ביי בוש'ס רעדע, און מיטגעהאלטן פון א קליינעם מאשינקע וואס איינער האט געטראגן מיט זיך, צופיל האט מען נישט געקענט הערן, און נאך ווייניגער האט בוש געהאט צו פארקויפן, עס איז אבער געווען דערפרישענד צו הערן פונעם קאמאנדיר-אין-שעף.


בין איך אויך געזיצן אויפן באס מיט קרעמער צוגעטשעפעט צום זעלבען קליינעם מאשינקע. איז דעס געווען א וועג!!!!! עס האט גענומען 4 שעה און דעס איז נאכן ווארטן א גאנצן טאג אויף א באס חיים פריינד האט נישט געוואלט שיקן א באס ווייל עס איז נישט געווען ווי צו פארן, צום סוף איז נאר די טאפאן זי ברידזש געווען אפען און נאכן ברידזש האט מען יעדם ארויס געשיקט פון די הייוועי צו די לאקאל סערוויס ראוד נאר עמערדזענסי וויעקלס האט מען דורך געלאזט, ער איז געפארן אויף די בראנסק'ער גאסן איך ווייס אפילו נישט צו דער דרייווער האט געוואוסט ווי ער פארט, איין פלאץ זעמער דורך געפארן איך ווייס נישט ווי עס איז געווען אפשר א ארמיי בילדינג זענען געשטאנען סאלדאטן מיט ריזיגע אויסגעשטרעקטע מאשין ביקסן עס איז געווען שרעקעדיג.......... נאכ'ן פארן א 2 שעה דורך בראנקס און קווינסער גאסן רופט זיך דער דרייווער אן אז ער איז שוין ב"ה ביים קאסקיאסקאוי ברידזש עס איז געווען בערך 12:00 ביינאכט, פון די BQE האמיר אביסל געזען די רויך,

ביי דע וועי, איך וועל עס קיינמאל נישט מוחל זיין פאר בין לאדין פאר'ן עס טון ווען איך בין נישט דא, פאר דעם אליין איז זיך אים געקומען טויט שטראף

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:22 am

געלעגער האט געשריבן:דעם דינסטאג געפאלט דעם 11'טער יארטאג פון דעם גרויזאמען טאג וואס האט געטוישט אונזער לעבן בפרט און די גאנצע וועלט בכלל פאר אייביג. ברענגען מיר יעצט ארויף דעם אינטערעסאנטן אשכול פאר די נייע אידן אז זיי זאלן צולייגן זייערע עקספיריענס

איינר קען מיך זאגן פשוט פשט? איך בין ממש א גרינער.
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 7:01 am

חסידישער יוד האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דעם דינסטאג געפאלט דעם 11'טער יארטאג פון דעם גרויזאמען טאג וואס האט געטוישט אונזער לעבן בפרט און די גאנצע וועלט בכלל פאר אייביג. ברענגען מיר יעצט ארויף דעם אינטערעסאנטן אשכול פאר די נייע אידן אז זיי זאלן צולייגן זייערע עקספיריענס

איינר קען מיך זאגן פשוט פשט? איך בין ממש א גרינער.

פשוט פשט פון וואס? וואס פארשטיין זי נישט.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:38 am

א פחד
עס דערמאנט זיך דערפון....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:45 am

זעמיר דאן געשטאטנען מיט א חבר אויף ווייט עוועניו אין בעק פון בעדפארד גארדענס אין געווארט פאר די חדר באס
אין באטראכט די בנינים אויף די מאנהעטען זייט
אין פלוצלינג ווייזט מיר מיין חבר!!!
קוק אויף די טווין טויער דו זעסט עפעס אין די בילדינג?!?!?!?!?!?!?!
איך קוקוקוקוקוק אין זעה עפעס מאדנע אין די בילדינג. א שטיקל הענגטארויס
א מינוט דערויף האט אנגעהויסן קומען רויעך
די הופפער סטריט פייער חברה זענען געקומען צו לויפן אויף אלע פיר
די באס איז אנגעקומען אין מ'איז געגאנגען אין חדר
נאך אפאר מינוט איז די גאנצע ת''ת ארויף אויפן דאך
שפעטער האבן אונז געזען ווי די בילדינג ראלט זיך אראפ ווי א באלל
אין די גאנצע טאג איז געגאנגען א חאדאראם
(? נאכנישט געווען די ווארט אין די דיקשאנערי און יענע צייט)
העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25662
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:21 am

חיים ושלום האט געשריבן:זעמיר דאן געשטאטנען מיט א חבר אויף ווייט עוועניו אין בעק פון בעדפארד גארדענס אין געווארט פאר די חדר באס
אין באטראכט די בנינים אויף די מאנהעטען זייט
אין פלוצלינג ווייזט מיר מיין חבר!!!
קוק אויף די טווין טויער דו זעסט עפעס אין די בילדינג?!?!?!?!?!?!?!
איך קוקוקוקוקוק אין זעה עפעס מאדנע אין די בילדינג. א שטיקל הענגטארויס
א מינוט דערויף האט אנגעהויסן קומען רויעך
די הופפער סטריט פייער חברה זענען געקומען צו לויפן אויף אלע פיר
די באס איז אנגעקומען אין מ'איז געגאנגען אין חדר
נאך אפאר מינוט איז די גאנצע ת''ת ארויף אויפן דאך
שפעטער האבן אונז געזען ווי די בילדינג ראלט זיך אראפ ווי א באלל
אין די גאנצע טאג איז געגאנגען א חאדאראם
(? נאכנישט געווען די ווארט אין די דיקשאנערי און יענע צייט)


וואקסט א דור פון אייועלט שרייבער וועלכע זענען נאך געווען אין חדר-יארן אום 9/11, אומבגלויבליך ווי די צייט לויפט, והחי יתן אל לבו.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:23 am

איך האב יענע טאג געדאווענט פארן עמוד אין ישיבה, ביי תהלים וואס איז געווען ארום 10 צייט האט קיינער נישט מיטגעזאגט ווייל יעדער האט געשמועסט פון די נייעס,
סא איך האב נישט געוויסט ןווען אויסצולאזן, איך האב פון גארנישט געוויסט, ווייל איך בין דאך געשטאנען ביים עמוד, איז קיינער נישט צוגעקומען רעדן צו מיר,
די מנהל איז אינמיטן צוגעקומען איך זאל זאגן שנעלער, ווייל כ'האב נישט אויסגעלאזט ווייל כ'האב נישט געהערט דעם עולם ענדיגן די קאפיטל

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:34 pm

private האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דעם דינסטאג געפאלט דעם 11'טער יארטאג פון דעם גרויזאמען טאג וואס האט געטוישט אונזער לעבן בפרט און די גאנצע וועלט בכלל פאר אייביג. ברענגען מיר יעצט ארויף דעם אינטערעסאנטן אשכול פאר די נייע אידן אז זיי זאלן צולייגן זייערע עקספיריענס

איינר קען מיך זאגן פשוט פשט? איך בין ממש א גרינער.

פשוט פשט פון וואס? וואס פארשטיין זי נישט.

דאס וואס איך האב געבאלדעט.
וואס נאך האט דאס געטוישט חוץ אז מ'קען נישט מער אריינגיין אין די פילאטס קאבינעט און ארויפטראגן מעסערס אויפ'ן פליגער?
...כי אם ליראה וגו'

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:09 pm

מזל טוב סעפטעמבער עלעווען צום בר מצווה

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:48 pm

ס'איז מיר געראדע זייער אונטערסאנט צו הערן פונעם עולם וויאזוי די קינדער נעמען עס אויף.

כ'האב לעצטענס געשמועסט מיט מיין בחור'ל וועגן אל קיידא, און טווין טאוער'ס כ'האב אים פארציילט בערך וואס ס'איז פארגעקומען.
ער'ט מיר שיין אויסגעהערט און געפרעגט פארשידענע פראגן,
כ'האב זיך געשפירט ווי די זיידעס וואס דערציילן פונעם צווייטן וועלט מלחמה און די קינדער און אייניקלעך הערן זיך צו און טראכטן אדער יא אדער נישט.

דער וואס האט דאס מיטגעלעבט, ווען מ'דערמאנט זיך דעם טאג כאפט א סקרוך און א קאלטע טשיל לויפט דורך דעם גוף, ס'האט זיך געשפירט ווי די וועלט גייט אונטער.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:05 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:ס'האט זיך געשפירט ווי די וועלט גייט אונטער.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:04 am

די וועלט איז נישט אונטערגעגאנגען? איך מיין אז יא! 13 יאר פון שרעק, קאשמארע, חלומות, מלחמות (איך מיין פייטס... קרעדיט אבאמא) און וואס נישט? פליען אויף א עראפלאן איז געווארן א מין דורכגאנג אווי א קרימינאל קארט...
סארא וועלט? אוודאי איז עס אונטערגעגאנגען


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט