יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:34 pm

געדענק איך מיין מאמע דעשראקען צום טויט רופען 911 מיט ביידע הענט אויף איר קאפ אז זי זעהט אן ערעפלאן פארן נידריג... זיי האבען איר בארואיגט אז עס איז א מיליטערישע...
די פחד איז געווען שרעקליך

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:43 pm

גבר ישראל האט געשריבן:איך בין געוועהן אויף א פליגער פון ישראל קיין אמעריקא. פארשטייט זיך אז מהאט אונז געפירט קיין קאנאדא אנשטאטס אמעריקא.

ווי אין קאנאדא ? גענדער?
ווי לאנג זענט איר געווען געשטראנדעט דארט ?

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 7:39 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:איז דא ערגעץ דא קליפס אויף דראפבאקס אדער דרייוו פון די אטאקע זעלבסט, און פון דעם צוזאמפאל זעלבסט? דאס דא אויבן איז נאר פון נאכווייען.

דא
בעסער כאפ א פראסק פונעם אמת, ווי איידער א גלעט פונעם שקר.

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:28 pm

shalsheles האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:איך בין געוועהן אויף א פליגער פון ישראל קיין אמעריקא. פארשטייט זיך אז מהאט אונז געפירט קיין קאנאדא אנשטאטס אמעריקא.

ווי אין קאנאדא ? גענדער?
ווי לאנג זענט איר געווען געשטראנדעט דארט ?

אין טאראנטא, ממש געוועהן חסדי השם אז אונזער פליגער איז אנגעקומען צו אן ארט ווי עס איז דא א אידישע ישוב.
למעשה האט אמעריקא אריינגלאזט אונזער פליגער די נעקסטע טאג נאכדעם וואס חסידי ברסלב האבען געלייגט גאר שטארקע פרעשור אז זיי דארפן א פליגער ארויסצופארען קיין אומאן אויף ראש השנה, און וויבאלד אונזער פליגער איז געוועהן אין טאראנטא, די נענטסטע צו ניו יורק, האט מען אונז אריינגעלאזט די נעקסטע טאג. אויפן פליגער איז נאר געוועהן א קבוצה פון בערך 50 בחורים. אלע גוים און פרייע אידען וואס גלייבען נישט אין ניסים גלוים זענען געפארן מיט קארס אריין קיין ניו יורק.
אינטערסאנט איז געוועהן די סעקיורטי אין טאראנטא עירפארט האט אונז נישט געלאזט אפילו ארויפנעמען די תפילין אויפן פליגער...

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:25 pm

אגב, אויב וויל מען וויסן וואס איז ראנג מיט אמעריקע, געבטס א קוק, ליידער די טעראריסטן וואס מען האט געכאפט ווי קהאליד שייך מוהאמעד, וואס האט קלאר מודה געווען אז ער האט אויסגעפלאנט די גאנצע אטאקע, דאס אז ער לעבט נאך אין די גיטמא בעיס, דאס איז ראנג.
איך בין זיכער אז ביי זיין טרייעל וועלן זיין ליידער אמעריקאנע בירגער וואס וועלן שרייען אז מען זאל אים נישט הרגענען.
ווען מען פאלגט ווען אבאמא און מען מאכט זיין קארט טרייעל אין ניו יארק סיטי צען יאר צוריק, וואלט ער שוין ווען זיכער געווען טויט יעצט.
צען יאר צוריק וואלט קיין איינער נישט געזאגט אז מען זאל אים נישט הרגענען.
נאר ווייל אבאמא האט עס פארגעשלאגן האט מען עס געברויכט שטערן.
טימאטי מעקוועי פון די אקלעהאמע באמבע האט מען גלייך געמאכט די קעיס און אים געגעבן זיין שטראף.
אגב די דרך התורה איז ווען איינער איז חייב מיתה בבית דין עס צו טוען ווי שנעלער און נישט ארומשלעפן, די ארום שלעפן איז סאך מער אכזריות גייסטיש. לאסמעס קאסט נאך אסאך געלט פאר די שטייערצאלער.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:11 am

כ'בין פונקט דעמאלטס אהיימגעקומען פון שחרית ארום 9:00 און אנגעצינדן ר' משה גאלדמאן'ס נייע טעיפ.
מיין שוועסטער קאללט מיר: צינד אן די ראדיא. זאג איך איר: מיין סטיריא האט א ראדיא אבער כ'צינד עס בשיטה נישט אן. וואס איז די עמערדזשענסי?
תכלית זי האט מיר קאנווינסט אז סאיז א סכנהדיגע סיטואציע און מדארף מיטהאלטן די אנטוויקלונגען. האמיר אנגעצינדן די ראדיא און מיטגעהאלטן די דראמא.
כ'געדענק די דרשנ'טע האט דארט געצויגן פאראלעל צווישן די עמערדזשענסי נומער 911 און דער טאג 9-11. און אז די געשעענישן גייען טוישן אמעריקע אויף אייביג.
אפאר מינוט שפעטער האבעך זיך אריינגעיאגט אין כולל אריין, דארט איז א חלק עולם נישט געווען אינטרעסירט אין די גאנצע מעשה. זיי האבן קאלט געטענה'ט: יא מהאט שוין געהערט די נייעס, און now what?
איך האב אבער אהיימגערופן יעדע 10-15 מינוט און געהערט די אפדעיטס.

יעדער איז יענע טאג געווען אזוי צוטומלט און צעשוידערט (אויסער די כולל יונגעלייט הנ"ל), מ'האט נישט געוואוסט וואס קומט נעקסט.
מ'האט געהערט האלבע שמועות. כגעדענק ווי דער עולם האט זיך געפלאגט צו וויסן אויב דער 'בלאדן' איז א אייניקל פון מרודך בלאדן... אה, ניין, האט איינער געטענהט, ער הייסט בן לאדין.
יענע אויפדערנאכט איז געווען א דרשה אין ביהמ"ד פון א גרויסן רב, ווען כ'בין אריינגעקומען האב איך געהערט ווי ער ליארעמט קעגן שייטלעך ביי פרויען, אז נאר דאס האט צוגעברענגט די קאטאסטראפע. כהאב נישט קיין דעת תורה צו וויסן אויב ער איז גערעכט but he turned me off.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:18 pm

IMG-20190912-WA0015.jpg
IMG-20190912-WA0015.jpg (151.65 KiB) געזעהן 328 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 4:19 pm

IMG-20190911-WA0000.jpg
IMG-20190911-WA0000.jpg (166.5 KiB) געזעהן 252 מאל

שנלר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:35 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
IMG-20190911-WA0000.jpg


ס'האט גערעגנט אייער?

שנלר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:36 pm

שרייזשע האט געשריבן:געדענק איך מיין מאמע דעשראקען צום טויט רופען 911 מיט ביידע הענט אויף איר קאפ אז זי זעהט אן ערעפלאן פארן נידריג... זיי האבען איר בארואיגט אז עס איז א מיליטערישע...
די פחד איז געווען שרעקליך


וויאזוי האט זי גערופן מיט ביידע הענט אויף איר קאפ?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:43 pm

שנלר האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:געדענק איך מיין מאמע דעשראקען צום טויט רופען 911 מיט ביידע הענט אויף איר קאפ אז זי זעהט אן ערעפלאן פארן נידריג... זיי האבען איר בארואיגט אז עס איז א מיליטערישע...
די פחד איז געווען שרעקליך


וויאזוי האט זי גערופן מיט ביידע הענט אויף איר קאפ?

מיט א שן כחול
דביה תחדי נפשא

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

ווי בין איך געווען

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:52 pm

איך בין געווען אין מירון בשעת מען האט געהערט די שוידערליכע נייעס.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט