יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

פרינץ האט געשריבן:איי ווער געדענקט נאך דער טאג?... בין איך אזוי געשטאנען אויף קענט עוו. אין מיטגאהאלטן ווי עס קאלעעעעפסט די צוויי בניניפ. א בלויער הימל מיט א געדיכטער רויעך ליגט מיר אין קאפ.

איך געדענק ניטש צו איך האב משלים געווען די סליחות דעמאלטס צו נישט...


נאכאמאזעל איך האב שוין געהאלטן 10 אזייגער נאך סליחות, איך האב זיכער געענדיקט ב"ה
טעמו וראו כי טוב השם
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך בין געשטאנען מיט די רענצלעך אין מיין האנט אום 4 אזייגער נאכמיטאג אין בני ברק און זיך געזעגנט מיט א נאנטע אויפן וועג צו לוד לופט פעלד צו כאפן מיין האלב נאך זיבן פלייט קיין נו יארק. ווען פלוצלינג האט זיין זון פון בארא פארק אים גערופן פארציילן אז א עראפלאן האט אריינגעקראכט אין די טאוערס, מיר האבן מיטגעהאלטן א לייוו האק אפ פון טען טען ווינס בשעת מיר האבן זיך גע'טענה'ט צו עס איז א טעראריסטישע אטאקע אדער א מיסטעיק האבן מיר געהערט לייוו די בראודקעסט פון די צווייטע קראך. צוויי שעה זענען מיר געווען צוגעשמידט צום טעלעפאון אויסהערענדיג די נייעס פון אמעריקא. שפעטער אינעם טאג איז געווען כמעט אוממעגליך ארויס צו רופן פון ארץ ישראל קיין נו יארק. אהיים בין איך שוין נישט געםפארן יענע טאג נאר ערשט די קומענדיגע זונטאג בין איך געווען פון די ערשטע פליגערס צו לאנדן אין די נו יארק לופט פעלדער.

די ארץ ישראל'דיגע אידן (עכ"פ אין בני ברק איז אזוי געווען) זענען ארום געגאנגן מיט די קאפ אין די הייעך זאגענדיג 'יעצט לאמיר זעהן ווי די אמעריקאנער וועלן פארהאנדלן מיט די טעראריסטן, אפשר וועלן זיי גאר צוריק געבן אזעלכע שטחים ווי נו יארק וכדומה פאר שלום מיט די טעראריסטן'.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די פרישע מיטגלידער ווערן געבעטן צו שילדערן זייערע איבערלעבענישן פון יענעם טאג.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

איך וויל אויך מיטיילן מיין איבערלעבעניש פון יענעם טאג:
קודם וויל איך רעדען פון עטליכע וואכן ביפאר ווען סהאט זיך געענדיקט די לאנגע קאמפ מיט בוש און גאור איבער ווער סהאט מער דימפל טשעדס געהאט אין פלארידע ביז די סופרים געריכט האט געאורטיילט לטובת דעם געוועזענם פרעזידענט, נאכדעם פלעגט מען שמוסען אין בית מדרש אז שוין.... סהאט זיך געענדיגט מיט קלינטאנס צייטן וואס די מידיא האט געהאט צו פארקויפן יעדער טאג פרישע סחורה געשמאקע פארצוקערטע נייעס, מהיום והלאה האבן מירעפעס א טרוקענעם קאלטן קאוי-בוי פון טעקסעס און סגייט זיין זייער זייער בארינג.
זיי זענען ליידער נישט גערעכט געווען, סאיז נישט אדורך אפאר חדשים ביז יענעם צופרי איך שטיי אינדרויסן פונעם גראסערי די בעלי בתים קימען ארויס פון געשעפט מיט די קאווע אינדערהאנט, הער איך ווי איינער זאגט עפעס אז א עראפלאן האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס, מען זאגט אז דאס זענען די אראבער'ס, (מ'האט נאך דעמאלטס נישט געוויסט צו אידענטיפיצירן ביים נאמען "אל קאידא"), דאס איז געווען די ערשטע שמועה פאר מיר, איך בין שנעל געלאפן אין בית מדרש און איך האב שוין געטארפן דעם עולם צוטרייסלט, מען האט שוין געהערט פון די צווייטע עראפלאן, דער עולם איז אריין אין א היסטעריע ווען מ'האט געהערט אז א דריטע עראפלאן האט געמאכט זיין וועג אונעם פענטעגאן אריין, מען האט נישט געוויסט וואס איז נעקסט, איך בין קיינמאל נישט געווען אזוי איבערגענומען פון נייעס, אבער דא האב איך שוין געפילט אז דא בין איך פרעזענדליך אונעם בילד ווייל ווער ווייסט וואס איז נעקס ה"י,
פון דארט האב איך מיר אריינגעזעצט אין קאר און אנגעדרייט סי.בי.עס. איך געדענק אז איינער האט געהאלטן אין איין שרייען מען זאל אראפוואקן "קאנאל סטריט" "קאנאל סטריט". די רעפארטערס וואס זענען געווען אויף די סצענע זענען געווען ממש גערירט, איינער האט זיך אנגערופען ווען די טורעמעס זענען צוזאם געפאלן אז ס'זעט אויס ווי א אטאם באמבע האט אויפגעריסן,
עסן האב איך נישט געקענט יענעם טאג, מען האט נאכנישט געוויסט וויפיל אידן ס'איז געווען דארט, וואס, ווען, ווי, סאיז געווען אלעס אין א שרעקעדיגע נעפל, איינער האט מיר געברענגט א שטיקל לעמאן שיפאן פון קאפס בעקעריי, איך האב אבער גארנישט געקענט אין מויל נעמען פאר גרויס עגמת נפש, פון די גאנצע טעראר אטאקע,
ביינאכט בין איך געגאנגען צו איינער וואס האט געהאט דייל-אפ אינטערנעט, דארט האט זיך מיר אנטפלעקט די שרעקעדיגע בילד, איך האב געזען אזעלעכע שרעקליכע בילדער ווי מענטשען טאנצען אראפ צו זייער טויט רח"ל. די ווידיא קליפס איז געגאנגען זייער שטאט אבער בילדער איז געווען זייער אסאך (איך געדענק נישט וועלעכע סייט סאיז געווען)
דאס איז מיינע זכרונות וואס איך געדענק אויף די מינוט פון יענעם טאג, וואס האט אריינגעשטעלט א צייכן אין אמעריקע וואס וועט נישט אפגעמעכט ווערן ביז משיח'ס טאג.
דער עולם האט אנגעטוהן אויף די אויטא'ס אמעריקאנע פענדליך, אפילו מכובד'יגע מענטשען וואס איך וואלט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז זיי וועלן דאס טוהן,
א וואך צוויי שפעטער, אין די עשי"ת האט בוש געהאלטן א דרשה אינעם קעפיטעל, איך בין געווען אויף די ראדיא (אויב געדענק איך גיט האט גערעגנט און די סיטי יענעם טאג) די קלאטשערייען וואס די פרעזידענט האט באקומען דעמאלטס איז געווען היסטערי, בערך פינעף-צען מינוט האבן אים אלע אפגעגעבן א סטענדינג אוועשען אין געקלאטשט איך האב דעמאלטס געטראכט אז סאיז שוין איבערגעטריבן,
אזוי קען מען שרייבן זכרונות פון יענע פאר וואכן אבער מ'איז שוין פארקראכן פונעם ענין.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

זייער שיינע ריפארטס, און ייש''כ פאר קרעמער פארן ארויפשלעפן די אלטע אשכולות, מיר קוקט עס אויס אז די היינטיגע אחראים וואלטן צאמגעשמאלצן די אלע פיר אויף איינס.

מיר זענען געווען אין אויסלאנד אינדרויסן פון די געגענט אפגעזונדערט פון די רוישיגע גאס בשעת עס האט פאסירט, עס איז שוין געווען נאכמיטאג ווען ס'האט אנגעהויבן צו קומען שמועות מבהילות וואס ס'האט זיך נישט געלאזט גלייבן, איך האב נישט געהאט קיין ראדיא אדער אנדערע קאמיוניקאציע מיטלען, עס זענען געווען חברים וואס זענען שוין געווען אין לופטפעלד אהיים צופליען און זיי האבן זיך געמוזט צוריקדרייען מיט גרויס אנטוישונג, ווען זיי זענען צוריקגעקומען האבן מיר געהאט א ערשט האנטיגע באריכט וואס זיי האבן מיטגעהאלטן אויף די כלי בשעת זיי זענען דארט געווען, עס איז געווען חבירים וואס האבן באקומען אזעלכע נייעס מעסעדזשעס אויף זייערע טעלעפאנען, די עיקר פראבלעם איז אבער געווען אז מ'האט נישט געקענט רופן אויף אמעריקע צוליב די איבערפלוס פון רופן וואס האבן קאמיוניקירט אין די זעלבע צייט, די מערסטע זענען מיר געווען באזארגט צוליב דעם וואס איינע פון די חברים'ס טאטע האט געארבעט טעגליך אין די WTC, וואס מ'איז ב''ה אפגעקומען בלויז מיט שרעק.

אינטערסאנט איז אז דער עולם שרייבט דא וועגן א קאר באמבע ביי די סטעיט דעפארטמענט, ביי אונז האט מען געוואוסט צו זאגן פון 12 געהיידזשעקטע פליגערס, און א טרעילאר פול מיט אויפרייס מאטעריאל ביי די וואשינגטאן בריק.

אביסל שפעטער האט מען פארשאפט עטליכע גויאישע צייטונגען פון ווי מ'האט געזען די שוידערליכע בילדער.

עטליכע טעג שפעטער ווען מיר זענען אהיימגעפארן האמער געזען ווי די לופטפעלד איז אנגעלייגט מיט געשטראנדעטע פאסאדזשירן וואס האבן נישט געהאט א געלעגנהייט אהיימצופארן צו זייער דעסטינאציע, מען האט גענומען פארקינג לאטס און עס פארוואנדלט פאר צייטווייליגע שעלטערס פאר די געשטראנדעטע.

פאליציי האבן מארשירט ארויף און אראפ לענגאויס די טערמינאל מיט ספעציעלע שמעק הונט, און ווי עס איז נאר געווען א אראבער האט ער געדארפט דורכגיין שבעה מדורי גיהנום, סיי פון די שפיזיגע בליקן פון יעדעם ארום, און סיי דורך די באאמטע מיט שבע בדיקות, דאס הארץ האט אביסעלע געפלאטערט פארנדיג עטליכע טעג דערויף אבער די שכל האט איבער געוואויגן אז ס'וועט אי''ה גארנישט פאסירן.

איין זאך ליגט מיר נאך אין די ביינער, ווי ר' לייבוש וויינפעלד האט זיך אויפגעשטעלט ר''ה ביינאכט און געמאכט קולי קולות דערמאנענדיג די פסוק ישא ד' עליך גוי מרחוק כאשר ידאה הנשר גוי אשר לא תשמע לשונו, דערציילענדיג ווי ער האט עס מיטגעהאלטן פון די נאנט האבענדיג זיין געשעפט אין די איסט סייד.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אינטערסאנט, א וועלטס פאסירונג, און יעדער האט זיין פערזענליכע שטאפונקט. שכוח פאר די שיינע באשרייבונגען.
און אט איז מיינער.
..............................
איך בין געוואר געווארן די נייעס בערך האלב איינס נאכמיטג!

איך האב דאן געהאלטן אינמיטן טייפן אויף מיין נייעם מעק לעפטאפ מיט סטיקערס אויפן קיבאורד... ווען מיין אידענע קומט אריין אן קלאפן און רופט אויס: אה, ''דא ביסטו איך זוך דיך שוין ארום אפאר שעה''.
א שאק האט מיך געכאפט
וואס איז, מיין אידענע האט זיך יענעם טאג געדארפט געפונען אין מאנהעטען צוליב א פאספארט באנייאונג, לויט'ן חשבון האט זי זיך יעצט געזאלט געפינען אין מאנהעטן נישט דא.

פרעג איך איר: שוין ביסטו צוריק?
זי ענטפערט: ''וואס הייסט , מאנהעטן איז אפגעשפארט...''.
איך מעסט איר אפ כאילוי זי איז אראפ פון די לבנה.
וואס הייסט? פרעג איך איר.
איר תשובה האט מיך שוין ארויסגענומען פון די גלייזן.
"די טווין טאוערס זענען אראפגפאלן..דו ווייסט נישט"?

רבותי, איך וויל איר דארפט עפעס פארשטיין, איך בין דאן געווען ניי חתונה געהאט, און דא קומט מיין אידענע אהיים אין רעדט אזנויע שטותים און דמיונות, איר קענט אייך נישט פארשטעלן וויאזוי כ'האב געשפירט, כ'האב אמאל געהערט אז ס'דא א גייסטישע מחלה וואס רופט זיך 'סקיצאפריניע', כ'האב זיך געשראקן ווער ווייסט צו...
די שמועס גייט ווייטער, און זי איז ממשיך:
''צוויי עראפלעינס האבן אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס...''
דאס איז שוין געווען צופיהל פאר מיר, א צורודערטער לויף איך צו צום טעלעפאן (אין יענע תקופה האבן כולל יונגעלייט נאך קיין סעלפאנס נישט פארמאגט...) איך רוף 'תלמי' (אזא גוי'אישע כעלמע-וואסער), וואו איך האב שוין כמובן נישט אויסספיעט צוהען דעם ערשטן רעפארט, איך געדענק נישט וואס יא, אבער אזויפיל אז ז'האבן קאנפירמד מיין ווייבס פאנטאזיעס...
........................
עס איז געווען א הערליכער וועטער יענעם טאג, א קלארער הימל, לופטיג בע'טעמ'ט, וויפיל כ'האב פראבירט, איז מיר זיך נישט מעגליך געווען פארצושטעלן, אז דא נישט ווייט איז יעצט געשען א טראגעדיע אין וועלעכע טויזענטער מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנס.

איך געדענק ווי איך בין געזיצן ביי א חבר אין קאר און געהערט דעם דאן נייעם טעיפ פון מבד, הערנדיג דעם ניגון 'מי האיש החפץ חיים'.... האב איך פארגאסן זודיגע טרערן.... אה איך שפיר יעצט אויך, א היייסע טרער אויף מיין באק....
...............
דעם נעקסטן שבת בין אין איך געווען אין קרית יואל. בייטאג בין איך אריינגעפאלן אין ביה"מ פון ר' יודא לייביש ענגל שי', דערציילט מיר איינער אז ווען ר' סנדר ענגל, רי"ל'ס פאטע האט געהערט אז די צווילינג טורעמס זענען אראפגעברענגט געווארן, האט ער געפרעגט:
וואס איז געשען מיט-צע (כלומר, מיט זיי, די טורעמס) מ'האט-צע חתונה געמאכט....?

מ'זאל נאר הערן בשורות טובות.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

געוועהן איז עס א נארמאלע פארטאגס סדר אין ישיבה, און א געשמאקע דאווענען אין ישיבה. אבער אויף די וועג פון ביהמ"ד צו חדר האוכל באגעגן איך זיך אין א חבר וואס האט היינט נישט געדאווענט אין ישיבה, און ער דערציילט מיר אז אין ביהמ"ד האט ער יעצט געהערט אז א פלעין האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס. אן קיין פרישטאג זעמער גלייך ארויפגעגאנגען צו די דאך פון די ישיבה, וואס פון דארט האט מען טאקע געקענט זעהן די בניינים פלאקערן (ביי דעמאלס האט מען שוין געהאלטן נאך די צווייטע קראך).
זייענדיג נאך א בחור האבעך נישט געכאפט די ערנסטקייט פון די ענין, אבער אריינגייענדינג אין שיעור ציממער, האט מיין מגי"ש אנגעהויבן מיט בכיות מסביר זיין אז אןנז זענען אין גלות, און די גוים האבן אונז פיינט. ער האט נאכגעזאגט פון די הייליגע דברי חיים פון צאנז זי"ע, אז די אבי ר' אלימלך זי"ע האט טאקע ממתיק געוועהן די חבלי משיח, אבער האט ער געזאגט 'קיין לאקשן מיט יויעך וויט מען נישט עסן'. יעדעס מאל איך זעה דער מגיד שיעור דערמאן איך זיך פון דער טאג און עס לויפט מיר דורך א שטרוך אין די ביינער.
דערנאך זעמער אלע אריין אין ביהמ"ד און געזאגט תהלים צוזאמען, פארשטייטצעך אז די תהלים איז געוועהן א מורא'דיגע התעוררות און א התחזקות אין אמונה, אז די איינציגסטע זאך וואס אונז קעמער זיך פארלאזן אויף, איז די 'שומר ישראל'.
די איבריג פון די טאג איז מען געוועהן פארנומען אויסגעפונען וואס גייט טאקע פאר.
דער טאג בלייבט ביי אונז אלע איינגעקריצט אין זיכרון, השם ינקום דמם פון דירוצחים, און אונז זאלמער אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות, בב"א.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אוי ווי מען דערמאנט זיך יענעם טאג

זיצנדיג אין אפיס קומט אריין א טעלעפאן קאל פאר איינעם

יענער איז נישט אוועילעבעל

עני מעסעדזש?

געב אים איבער אז א פליגער האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס!!

איך טראכט צו מיר, א מין קאוד צווישן מאן און ווייב?!

עטליכע מינוט שפעטער האט מען דערילייזט אז ס'איז גארנישט א דזשאוק
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

ס'איז דאך געוועזען בין הזמנים דעמאלטס. בין אופגעשטאנען 8:00 א זייגער איך גרייט מיך צו לויפן אין ביהמ"ד צו שחר קמתי'נען.....
איך טרינק מיר מיין קאפי אזוי געמיטלעך פליצלונג קאלט מיין מאמע מיך אריין און זאגט לויף שנעל ארויס אויפ'ן פארטש ( עס איז געווען ביי די ווייט/קליימער געגענט) און נישט מער און נישט ווייניגער זעה איך ווי א פליגער קראכט אריין אין די צווייטע טווין טויער, יא בעיני ראיתי (מיט די הילף פון א קוקער)
איך בין געווען דארטן געשטאנען ביז 10:30 נאכדעם האב איך געמוזט לויפן סליחות'ן
לעצט פארראכטן דורך ליינער אום פרייטאג סעפטעמבער 11, 2009 9:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35435
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

זעה אסאך קאווערס פון צייטונגען סעפטעמבער צוועלף 2001
ווער עס האט פיקטשערס פון די אידישע צייטונגען זאל עס ביטע ארויפלייגען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »


עס ארבייט נישט יענע לינק

דא קענט איר עס דאונלוידען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mz1268 »

ליינער זיסער,

וואס וועט זיין מיט J-NET באנוצער?
א גאנץ יאר פרייליך
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

איינער זאל מיר העלפען עס ארויפלייגען דא?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mz1268 »

העלפען קען איך דיר נישט, באט איך וועל אפרישיעטען ווער עס קען יא, איך זיך עס שוין א לאנגע צייט.
א גאנץ יאר פרייליך
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mz1268 »

שכח ראמני...
באט איך קען נישט דאונלוידען פון יאסענדאיט קען מיר איינער אפשר העלפען?
א גאנץ יאר פרייליך
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

אזויווי סקומט שוין די 9'טע יאר טאג פין יענע ביטערע טאג 9-11-2001 וועל איך אויך שרייבן מיין טאג וויאזוי סאיז אדורך
לויט ווי איך פארשטיי בין איך דא פין די יונגסטע שרייבער ווייל לויט ווי איך זעה אז כמעט יעדער איז געוועהן א עלטערע בחור (איך מיין נישט ח"ו העכער די 18) אדער גאר א חתן אדער גאר חתונה געהאט אבער אז איינער זאל שרייבן אז ער איז גאר געוועהן א אינגל דעס האב איך נאך דערווייל געזעהן דא

אבער אני הקטן בין נאך יא געוועהן דעמאלס א אינגל פין כמעט 12 יאר איך האב געהעריג געהאט חדר יענעם טאג (נאך געוועהן צו אינג פאר בין הזמנים) איך בין אויפגעשטאנען יענעם טאג שפעט (דעס האב איך פארדינט פין די אטאקעס אז כ'האב נישט געכאפט קיין פעטש פארן קומען שפעט) מיין טאטע האט מיך געדארפט אפטראגן אין חדר אויף טראוף עוו. (וויפל איך וואלט געכאפט ווען איך וואק ווען) געווען איז עס בערך 8'טע צייט אנגעקומען בין איך אינמיטן דאווענען (דארט אין לאנטש רום ביי משה מנהל) אין בערך ביי נקדישך בין איך אדורך מאיר אברהם'ס לאנטש רום צו די ס'קיסעס אין מיטן קומט די גוי צו לויפן אז מזאל גיין קוקן ביי די סטעפס בין איך אהין געגאנגן ארויף גייענדיג איז שוין געוועהן א אנלויפעניש פין נאך אינגלעך פין מאיר אברהם'ס ברענטש וואס זיי האבען מיט געהאלטן ווי די ערשטע פלעין קראכט אריין אין זיי האבן שוין געוויסט צו זאגט אז סאיז נאר א קליינע פליגער וואס האט ביי מעסטעק אריין געקראכט (מ'סתם געהערט פין א רבי קראנט) זעמער דארט געשטאנען אפאר מינוט אין צוריק געגאנגן אין ס'מעדרעש דערציילן די נייעס (ציווישן די ערשטע אין די צווייטע) אין מיטן קומט אריין די נייעס אז נאך איינס האט אריינגעקראכט (עטץ קענטס ענק שוין פאר שטעלן אז די יום מיט קוה האבן שוין אסאך אינגלעך נישט געזאגט יענעם טאג) זעמעיר גלייך צוריק געפלויגן צו די סטעפס נעבן (ר' נחום'ס) די קאך אבער סאיז שוין געוועהן פיל ביי יעדע ווינדאוי מיט בערך 30 אינגלעך סאוי האב מער געמיזט ווארטן אין די ליין (אוי פארוואס בין איך אוועק געגאנגן פריער ווען סאיז נאך געוועהן ליידיג דא) אין דערוויל געהערט יעדענס בויך סברה'ס (יעדער האט נאך געקענט זאגן וואס ער וויל קיינער האט נאך נישט געקענט אויף ווייזען אנדערש) אין כאפן א בליק יעדע פאר מינוט אזוי איז אדורך פרישטאג אויך (ווער האט געקענט עסן) דערנאך האט מען געדארפט אריין גיין אין קלאס. (אויס צוהערן די רבי'ס בויך סברה'ס אויך) איך געדענק ווען די צווייטע טאוער האט קעלעפסט איז דאך מיט געפאלן די אנטענע וואס האט געמאכט אז די טעלעפאוינס זאלן זיך אפהאקן געדענק איך אז דעמאלס זענען געוועהן קינדער וואס האבן געוואלט אהיים קאלן (וואס זיי האבן געוואלט אפשר מעלדן וועגן די אטאקע אדער גאר קוקן צו די טעראריסטן האבן נישט גצילט זיין הויז אויך) זיי זענען געווארן אזוי היסטעריש אז מעקען נישט קאלן אזוי איז די טאג אדורך מיט הערן יעדע אינגל בויך סברה'ס אהיים איז מען פריער (אזוי געדענק איך) אהיים איז מען געגאנגן צופיס ווייל די. FDNY האט עס געברויכט צו פארן פין אין צו די צענע זעמער אהיים מיט מארסי עוו. האב מיר געזעהן א שגץ'ל זיך דרייען מיט א טי.שערט מיט א בילד פין די טווין טאערס דערויף זעמער געווארן אינגאנצן בשמחה (וויאזוי מארסי האט אויס געקוקט יענעם טאג קענט עטץ פארשטעלן גאנץ טראופ וואקט אהיים) דעס איז געוועהן אין חדר איך האב געוואוינט אויף קליימער האב מער געקענט זעהן די בילדינג יעדן טאג סאוי האב מיר געשמעקט די רויך פאר די קומעדיגע פאר (וואכן אויב נישט חדשים) אהיים קומענדיג זעמער געגאנגן קיין הופער קוקן די פייער לעשער'ס ווען איך בין אנגעקומן דארט האב איך געזעהן דארט אויס געזעצט אויפן פלאר א 200 חברה בערך אפגעמיטשעט פין אזא טאג דארט האב איך געזעהן א באס פין UTA אין אויף די סיט'ס זענען נאך געלעגן די היטן פין די פייער לעשערס זיי האבן שוין געהאט פארלוירן א פאר מיטגליגער זענען זיי נאך געוועהן גוט אנגעזעצט אויך יענע נאכט אדער א נאכט נאכדעם האב איך געזעהן ווי אויפן דאך פין ברינקס דארט אויף קענט ביי הופער זענען געשטאנען א פאר גארדס מיט הייס געווער אויס געשטרעקט צום הימל גרייט על כל צרה שלא תבא.
אין פאר איך פארגעס דארף איך נאך איבער געבן אז איך בין יא געוועהן איין מאל אין די טווין טאויערס אויפן דאך פין די טארום אן די אנטענע סאוי פאר מיר איז עס געוועהן א פערזענליכע פארלוסט. דעס איז וואס איך געדענק פין יענע פאר טעג
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גאנץ יונג שמויגער'ל....


איך בין שוין דאן געווען א טאטע... אבער דאך בין איך נישט אנגעקומען קיינמאל דארט, אין עמפייער שוין יא (נאך פאר די קראך פון ט"ט)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אונז ברודער זעמיר געווען א נאכט בעפאר אין די מרחקים איז מען געשלאפן ביז שפעט, און די מאמע האט אונז אויפגעוועקט אז די שוועסטער שפרינצא וואס וואוינט אויף דעוויזשאן עווע. קאלט אז זי האט געזעהן א עראפלעין אריינקראכן אין די טווין טאוערס און ס'ברענט, יוש האמיר אונז געציטערט! די צוזאמפאל האבעך נישט געזעהן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

מי יודע האט געשריבן:גאנץ יונג שמויגער'ל....


איך בין שוין דאן געווען א טאטע... אבער דאך בין איך נישט אנגעקומען קיינמאל דארט, אין עמפייער שוין יא (נאך פאר די קראך פון ט"ט)


איך האב טאקע פארגעסן צו זאגן אז די עמפייער האב איך שוין אויך באזיכט א חול המועד ווען מזעמער געווען ביי די סקיירייד
(איך מיין אז ביי מיר איז עס נאך אויך געוועהן פאר 911)

נאך איין פלאץ דארף איך קאווערן די סטעטשא פין מרת ליבערטי אין די גרינע פאנדזעלאוי
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דעם דינסטאג געפאלט דעם 11'טער יארטאג פון דעם גרויזאמען טאג וואס האט געטוישט אונזער לעבן בפרט און די גאנצע וועלט בכלל פאר אייביג. ברענגען מיר יעצט ארויף דעם אינטערעסאנטן אשכול פאר די נייע אידן אז זיי זאלן צולייגן זייערע עקספיריענס
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

מיר זענען געווען אין ישיבה אויף Flushing Ave.
געשטאנען אין בית המדרש דאכצעך אז איך דאן גענדיגט צאם לייגן די תפילין, די עלטערע כתה איז נישט געווען אין בנין דאן.

א בחור [כ'דענק נישט צו ער איז געווען פון אונזער כתה וואס איז געקומען שפעט, צו א בחור פון די עלטערע כתה] בקוציר איינער איז אריין אין בנין מיט די נייעס.

יעדער איז געלאפן צו די פענסטער זעהן וואס מע זעהט, אביסל האט מען געקענט זעהן, נאך געציילטע מינוטן זעמיר אלע געשטאנען אויפ'ן דאך.
איין מלמד האט געהאט שפאקטיוו, יעדער האט געהאט א שאנס צו זעהן.

יא! די בילד ליגט מיר איינגעקריצט אין זכרון ממש ווי היינט, ווי די בנינים ברענען, און פאלן אראפ.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כ'דענק שוין נישט פונקטליך. כ'דענק כ'האב געכאפט א היטש צום כולל, און דער האט אנגעצינדן די ראדיאו, און האט זיך פארענטפערט אז עפעס שרעקליך גייט פאר ביי די טווין טאוערס, אויפן וועג ארויף צום כולל האב מיר שוין געהערט די גאנצע מעשה. (אגב, די קול תורה האט אפגעהילכט דעם גאנצן פארמיטאג כאילו לו הי', רוב אינגעלייט האבן נישטאמאל געהערט די נייעס ביז מיטאג, אדער שפעטער...).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווינקל, די כולל פון וואס דו רעדסט איז אין ק"י. וואר?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”