גלות אמעריקע באשרייבונג

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

גלות אמעריקע באשרייבונג

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:22 am

היות מ'דערנענטערט זיך ב"ה צום טויזנט'סטע תגובה (אויסער די וואס איז אריינגעפירט געווארן צו מנהלים צימער), און ווי ס'איז די מנהג המקום דא אז ברענגט עפעס אהער לכבוד די פייערונג, האט מען ארויסגעשלעפט פון די ארכיוון א ארטיקל וואס מען האט געשריבן עטליכע יאר צוריק איבער 'גלות אמעריקע'.

ס'איז א שטיקל פארזעצונג פון דא וואס מ'האט אהערגעברענגט א שטיק צייט צוריק, ב"ה די גריסן זענען געווען זייער פיין, ברענגט מען ארויף די באשרייבונג, מיט האפענונג די עולם וועט הנאה האבן, און פארשטייט זיך פאררעכטן און אנמערקן טעותים.

פארשטייט זיך געבט מען די פארדינטע קרעדיט פאר די אלע וואס מען האט גענאשט פון זיי אינפארמאציע.

בס"ד

"גלות אמעריקע"


- פארווארט -

גלות אמעריקע - ווי באקאנט דורכאויס די פולע יארן נאכן חורבן בית המקדש האט כלל ישראל געוואנדערט אין פארשידענע גלות'ן. א שטייגער ווי גלות בבל, גלות יון, און נאך.

די גלות וועלכע אונז געפונען זיך היינט צוטאג'ס האבן די צדיקים אנגערופען 'גלות אמעריקע'. עס ווערט געברענגט פון פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן זיך אויסגעדרוקט אויף דעם גלות: 'דאס איז די לעצטע גלות וואס כלל ישראל וועט דורכגיין איידער משיח וועט קומען'.

גלות אמעריקע איז אנדערש ווי די אנדערע גלות'ן וואס כלל ישראל איז אריבער דורכאויס די אלע יארן. אין די פריערדיגע גלות'ן האט מען געפייניגט די אידן און נישט געלאזט געהעריג מקיים זיין תורה און מצוות, דאקעגן אין אמעריקע וועלכע איז דעמאקראטיש געשטימט ווי יעדער איינער קען טוהן און זיך פירן ווען און וויאזוי זיין הארץ גלוסט אים, און מען טוט נישט ארויף צווינגן אויף קיין איינע פון די אמעריקאנע בירגער סיי וועלכע פירונג אדער מיינונג.

וואס דאס איז גאר גוט פאר אונז אידן וואס קען זיך ערלויבן צו פירן לויט ווי די תורה הק' האט באפוילן און מקיים זיין אלע מצוות אומגעשטערט. אבער דאס האט צוגלייך צוגעברענגט דעם טרויערדיגן פאקט אז צענדליגע טויזענטע אידן זענען אראפגעגאנגען פון דעם אידישע וועג און עס איז ליידער נישט געבליבן קיין אידישע זכר פון זייערע קינדער.

צדיקים האבן אנגערופען דאס לאנד אמעריקע, 'קליפת אמעריקע'. אויך האבן זיך צדיקים אויסגעדרוקט, די ווערטער 'אמעריקע' באדייט 'עמא ריקא'. מען זאגט נאך פון פריערדיגע צדיקים, 'אין אמעריקע איז אלעס טריפה, אפילו די שטיינער דארט זענען טריפה'.

פאלגענד וועלן מיר בעזהשי"ת אנהייבן פון אנפאנג ווען מ'האט אנדעקט דעם נייעם לאנד 'אמעריקע' ביז דאס האט זיך אנטוויקעלט פאר א לאנד ווי עס וואוינען היינט צוטאג'ס צענדליגע טויזענטע ערליכע אידן, און די תורה צענטערן בליען און וואקסן אויף א ריזיגע פארנעם.


- קאפיטל א' -


אמעריקע אויפן מאפע - קלאמבוס מיט זיין רייזע


אין יאר ה' אלפים רנ"ב - די יאר וועלכע איז איינגעקריצט מיט בלוטיגע טינט אין די אידישע היסטאריע, ווען עס איז דאַן פארגעקומען די טרויערדיגע בארימטע 'גירוש ספרד', אינעם טאג פון תשעה באב, די טאג וועלכע די צוויי בתי המקדשות זענען חרוב געווארן און אידן זענען פארטריבן געווארן אין גלות, אינעם זעלבן טאג זענען הונדערטע טויזענטע אידן פארטריבען געווארן פון זייער היימען און שטעט אינערהאלב שפאניע, און זענען געווען געצווינגען ארויס צו-וואנדערן פון דאס לאנד, און האבן זיך פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט.

אינעם זעלבן יאר - שנת רנ"ב, איז קריסטאַפער קלומבוס פון שפאניע געווען פארנומען זיך צו איינרישען אויף זיין לאנג ערווארטעטע רייזע, מיטן ציל צו אפרייזן פון שפאניע מיט א שיף אויפן גרויסן אטלאנטיק מיטן ציל צו אנקומען קיין כינע און אינדיע.

די צענטע טאג פון חודש אב, (י' אב - גענוי איין טאג נאכן גירוש), האט ער זיך ארויסגעלאזט אויף זיין היסטארישע רייזע וועלכע ער האט מיט דעם עווענטועל אנדעקט די אמעריקאנע באדן.

ווי צדיקים האבן אנגעדייט אויף דעם אַנדעקונג פון אמעריקע, דאס האט דער רבוש"ע וועלכע איז שטענדיג 'מקדים די רפואה איידער דעם מכה', האט דאס ספיציעל אנגעגרייט פאר די פארטריבענע אידן וועלכע זענען נארוואס פארטריבן געווארן פון זייער לאנד - שפאניע, זאל גלייך אנדעקט ווערן א פרישע ארט ווי די אידן זאלן זיך קענען באזעצן.

***
אין דעם קאפיטל וועט בס"ד ערקלערט ווערן אלעס ארום דעם קלאמבוס און זיין רייזע:

וואס האט קלומבוס געוואלט עררייכן מיט זיין רייזע? וואס האט ער געוואוסט וואס אנדערע האבן נישט געוואוסט? ווי האט ער געמיינט ער פארט? ווי איז ער למעשה אנגעקומען? ווער האט פינאנצירט זיין רייזע? ווער איז מיטגעפארן מיט אים? האט ער געהאט א געהיימע אינטרעסע מיט די רייזע?

***
פאר ביז פינעף הונדערט יאר צוריק איז געווען דער אנגענומענע מיינונג ביי די אלוועלטליכע איסטראנאמיסטן איבער דעם אויסשטעל פונעם וועלט מאפע, אז דאס וועלט איז א פלאכע פלאטפארעמע (נישט רינדעכיג), וועלכע טוט זיך ענדיגן נאך א געוויסע ארט.

די מאפע פון די וועלט איז דאן געווען איינגעטיילט אין 'פינעף' קאנטינענטן:

1) אייראפע.
2) אזיע.
3) איסטראליע.
4) אפריקע.
5) אנטארטיקע.

פון אלעס ארום די וועלט האט מען נישט געוואוסט נאר אז עס איז פארהאן וואסער, און מען האט געמיינט עס דאס ענדיגט זיך נאך א געוויסע ארט, (היינט איז באקאנט נאך צוויי קאנטינעטען 'נארט אמעריקע' און 'סאַיוט אמעריקע' וואס דאס איז צוגעקומען נאכדעם וואס קלאמבוס האט דאס אנדעקט).

קריסאפער קלומבוס וועלכע איז ארגינעל געווען א איטאליע'נישע געבוירענער, ער האט זיך געהאט באזעצט אין זיין יוגענד יארן אין שפאניע, און דארט געלערנט און געפאָרשט גאר אסאך איבער די וועלטליכע אסטרענאמיע.

צווישן זיינע לערער אין אסטרענאמיע איז געווען דער באקאנטע גרויסע גאון און צדיק 'רבי אברהם זאכותא' (דער וואס האט פארפאסט דעם 'ספר יוחסין'), וועלכע איז געווען פון די אנגעזעהענע רבנים אין שפאניע אין די צייט פונעם גירוש, און רבי אברהם זעלבסט געדינט פאר דער פריוואטע איסטראנאמיסט פארן דעמאלטס'דיגע שפאנישע קעניג פערדינאנט.

לויט טייל היסטאריקער, איז רבי אברהם געווען דער וואס האט אויסגעלערנט פאר קלאמבוס, א זאך וועלכע איז דאן נישט געווען די אנגענומענע מיינונג אין די וועלט, אז דאס וועלט איז ווארשיינליך אויסגעשטעלט רונדעכיג ווי א טאַבע (באָל), דעריבער קען מען אנקומען צו ווייטע לענדער דורכדעם וואס מען טוט דאס קרוסירן אויף די צוויי זייט פון די וועלט.

דאס איז געווען דער שטאנדפונקט אויף וואס קלאמבוס האט געבויעט זיין רייזע, וויבאלד די וועלט איז רונדעכיג, דעריבער איז אים איינגעפאלן א גיניאלען געדאנק ווי אזוי צו פארגרינגערן די האנדל פארבינדונג צווישן שפאניע און אלע אנדערע אינטערנאציאנאלע לענדער.

זיין ציל איז הויפט זעכליך געווען דאס פאלגענדע: וויבאלד די אויסלענדישע האנדל פון שפאניע איז פארגעקומען מיינסטענס צווישן די לענדער פון כינע, אינדיע, יאפאן. און טראנספארט צווישן די דאזיגע לענדער איז פארגעקומען אויף די בלויזע טריקעניש וועלכע מען האט געדארפט דורכפארן פולע לענדער ביז מען האט דאס דערגרייכט. אזוי ארום איז יעדער טראנספארט געווען א פרישע אפקומעניש וואס האט גענומען לאנג פארצויגענע וואכן און מאנאטן.

דעריבער איז קלאמבוס אויפגעקומען מיט זיין גיניאלע איינפאל, לויט זיינע חשבונות איז אים אויסגעקומען אויב וועט מען פארן דורך די ים וועט דאס וועג זיין פיל שנעלער און קורצער אנצוקומען קיין אינדיע, (וויבאלד ער האט דאך נישט געוואוסט גענוי דעם גרויסקייט פון די וואסערן דעריבער האט ער געהאלטן עס דאס איז קורצער ווי אויפן טריקעניש), אזוי אויך אין יענע צייטן איז די שיפן טראנספארט געווען פיל לייכטער און פארגעשריטן ווי אויפן טריקעניש.

קלומבוס האט ערנסט אנגעהויבן נאכצופארשן און אויסשטעלן מאפעס אויף זיין רייזע, מיטן פלאן אז דאס וועט מאכן א שטארקע דורכברוך אין די אלגעמיינע וועלטליכע האנדל, הויפטזעכליך האט ער ווי פארשטייט זיך געוואלט לייזן א פיינע מטבע פון די אלע סחורה וואס וועט אינפארטירט ווערן דורך זיין נייעם אויסגעטראפענע וועג.

צו עררייכען זיין ציל, האט ער געדארפט האבן אסאך געלט פאר זיינע פארשונגען און ארבעט, דעריבער האט ער זיך געוואנדען צו דער קעניג פערדינאַנט און קעניגן אִיזאַבֶּעלא פון שפאניע, אזוי אויך האט ער זיך געוואנדן צו דער בשכנות'דיגע לענדל - פארטוגאל, צו דער קעניג אכָיאַן פון פארטוגאל, צו באקומען זייער שטיצע און געלט, אויך האט ער געוואלט באקומען פון זיי די מעגליכקייט צו פארן מיט שטיצע און באשיצונג פון די מיליטער.

למעשה איז זיין גאנצע געדאנק גאר שוואך אנגענומען געווארן ביי די קעניגרייכן פון שפאניע און פארטוגאל, דער קעניג פון פארטוגאל האט זיך גלייך קאטעגאריש אנטזאגט פון פינאנצירן און שטיצן דאס רייזע וויבאלד ער האט געהאלטן דאס איז א הוילע פאנטאזיע וועלכע ער וועט קיין ערגעץ נישט אנקומען.

דאקעגן די קעניג פון שפאניע האט דאס יא אנגענומען עטוואס ערנסט און האט באוויליגט צו געבן א קליינע סומע יעדע מאנאט, ער זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיינע פארשונגען צו עררייכען זיין פלאן מיט זיין רייזע.

דער קעניג האט געהאט א שטיקל חשבון מיט דעם, אויס זארג אז קלאמבוס וועט נעמען א צווייטע לאנד דאס צו פינאנצירן, און זיין פלאן וועט זיך ווירקליך אויסארבעטן, און יענע לאנד וועט ווערן די אייגענטומער איבער דעם, דעריבער האט זיך דער קעניג געוואלט פארזיכערן אז קלאמבוס נעמט נישט א צווייטער צו הילף, האט ער באוויליגט צו באשטייערן א געוויסע סומע געלט. אבער דאס געלט איז געווען ווייט פון צו זיין גענוג צו קענען פינאנצירן די געברויכן פון די רייזע.

קלאמבוס זעלבסט האט נישט גערוהט, ער האט געמאכט אויף די אייגענע פלייצע פארשידענע פארשריט פאר זיין רייזע. ער האט צוזאמגענומען געלט פון פריוואטע מענטשן און פילינטראפן וועלכע האבן געגלייבט זיין געשיכטע, און מסכים געווען אריינצולייגן געלט אין דעם געשעפט.

נאך אפאר יאר פון איבערמידליכע ארבעט, האט ער צוזאמגענומען די נויטיגע סומע געלט, און האט באקומען א צוזאג פון די שפאנישע קעניגרייך אויב וועט ער טרעפן אינזלען אויפן וועג מיט ווערדפולע זאכן וועט ער באקומען גרויסע טיילן דערפון, אויך וועט ער באקומען א געוויסע פראצענט פון די רווחים וואס די נסיעה וועט אריינברענגן. (ווי עס לאזט זיך זאגן איבער די ברייט-הארציגע צוזאג פון שפאניע איז געווען צוליב וואס זיי האבן געהאלטן אז ער וועט סיי ווי נישט איבערלעבן זיין רייזע דעריבער האבן זיי נישט געקימערט קיין סאך און אים דאס צוגעזאגט).

***
ווי געשריבן האט זיך קלאמבוס ארויסגעלאזט מיט דריי שיפן אויף זיין היסטארישער רייזע אום י' אב שנת רנ"ב, די וועג איז אנגעקומען ביטערליך שווער, ער צוזאמען מיט זיין מיט-ארבעטער זענען דורכגעגאנגען אומפאראויסגעזעהנע פראבלעמען און שטרויכלונגען, ער האט זיך געדארפט אפגעשטעלט אפאר מאל אויף פארשידנע אינזלען דורכאויס זיין לאנגע רייזע, אבער אין ענדע האט קלאמבוס דאס דורכגעבראכן, די וועג האט גענומען גאנצע פינעף וואכן, ביז ער איז אנגעקומען צו זיין דיסטענאציע ווי ער האט געמיינט ער האט דערגרייכט.

אבער עס האט אים אפגעווארט אן איבערראשונג, ווען ער איז אנגעקומען האט ער דערזעהן פאר זיינע אויגן גאר אן אנדערע ארט פון וואס ער האט זיך געראכטן, ער האט זיך באגעגענט מיט א מאדנע שבט - די אינדיאנע, און דער באדן איז בכלל נישט דארט ווי ער האט גע'חשבונ'ט אנצוקמען, אזוי ארום האט ער זיך דערזעהן מיט א ריזיגע נייעם ארט אויף די גלאבאלע מאפע, וואס דער וועלט האט נאכנישט געוואוסט דערפון.

אייגענטליך קלאמבוס זעלבסט האט נישט געוואוסט ער האט אנדעקט א פרישע ריזיגע באדן וועלכע ענהאלט אין זיך צוויי נייע קאנטינענטען ('נארט' און 'סאויט' אמעריקע), ער האט סך הכל געוואוסט ער האט אנדעקט א נייע לאנד ערגעץ ווי אין די אזיע קאנטינענט. דאס אנדעקן די צוויי נייע קאנטינענטען איז געווען מיט יארן שפעטער דורך א געוויסע פארשער מיטן נאמען 'אמריגאו' (די נאמען 'אמעריקע' איז געגעבן געווארן נאך אים), וואס האט דאס אנדעקט אז דאס איז גענצליך א פרישע ארט וואס האט נישט קיין פארבינדונג מיטן אזיע קאנטינענט.

***

דאס אוידענטיטעיט פון קלאמבוס און די מאטיוון פון זיין רייזע, פלאגט די היסטאריקער פאר לאנגע יארן, פולע אינטרעסאנטע שפעקולאציעס איז שוין געשריבן געווארן איבער קלאמבוס.

געוויסע ווילן גאר קלערן אז דער קלאמבוס איז געווען א איד וועלכע שטאמט פון די אנוסים אין שפאניע, און ער האט זיך געוואלט פארזיכערן א נייע ארט פאר אידן ווי זיך צו באזעצען.

עס איז פארהאן פארשידענע סימנים וואס דייטן אן אויף דעם, סיידן איבער די מענטשן וואס זענען מיט געפארן מיט אים, וואס א טייל פון זיי זענען געווען אידן. אזוי אויך דאס פינאצירן די רייזע איז געווען דורך רייכע אנוסים צווישן זיי דער בארימטער גאון און שר 'דון יצחק אברבנל'.

אזוי אויך שיינט פון זיינע בריוון וואס ער האט געשריבן אז ער איז א שטארקע גלויביגער, און ער שרייבט איבער ירושלים וכדומה. אין זיין חתימה איז פארהאן מאדנע צייכענס וואס קען אנדייטן אויף זיין אידישקייט, (לויט דעם דארף מען זאגן, אז קלאומבוס האט ווארשיינליך יא געוואוסט עס געפונט זיך א לאנד אדער אינזלען אויפן וועג ווי מ'וועט זיך קענען באזעצן, און דאס גאנצע געדאנק פון אויפהייבן די האנדל מיט אינטערניציאנאלע לענדער איז געווען א בלויזע אויסרייד).

אבער ווי פארשטייט זיך איז דאס אלץ שפעקולאציעס וועלכע איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן. אבער וואס איז זיכער אז די אויבערשטער האט דאס צוגעפירט מען זאל געפונען אמעריקע גלייך נאך דעם שרעקליכע גירוש שפאניע, כדי עס זאל זיין א פרישע ארט פאר זיינע פארטריבענע קינדער ווי זיי זאלן זיך קענען באזעצן.


- קאפיטל ב' -

האט קלאמבוס טאקע אנדעקט אמעריקע?


ווי עס איז אנגענומען אין די וועלט ווערט דאס אנדעקן אמעריקע פארצייכענט אונטער די נאמען פון קלאמבוס, וואס דאס האט פאסירט אום יאר ה' אלפים רנ"ב (ארום 500 יאר צוריק), אבער ווי עס ווערט געברענגט פון ספרים, אז אלעס וואס שפילט זיך אפ אויפן וועלט אדער פרישע זאכן וואס ווערן אנדעקט, איז שוין אייגנטליך מרומז אין די תורה אדער אין חז"ל.

אין חז"ל געפונט מען שוין איבער די סטראטעגיע אז די וועלט איז רונדעכיג ווי א טאבע, א זאך וואס די גוי'אישע פארשער האבן פארלייקענט ביז קלומבוס איז אפירגעקומען מיט זיין אויפדעקונג, (אייגנטליך, אפילו נאכדעם ווען קלאמבוס האט שוין יא מצליח געווען מיט זיין רייזע, זענען די פארשער נאכאלץ נישט געווען איבערצייגט פון זיין ווערסיע אז דאס וועלט איז רונדעכיג, וויבאלד עס קען זיין די וועלט ציעט זיך אביסל לענגער פון וואס מ'האט געמיינט, הערשט נאכדעם וואס ער איז ווייטער געפארן פון אמעריקע און דערגרייכט קיין יאפאן האבן זיי געמוזט מודה זיין אז די וועלט איז טאקע רונדעכיג).

די גמרא אין מסכת 'עבודה זרה' (דף מ"א ע"א), זאגט שוין אז די וועלט איז רונדעכיג ווי א טאבע, און תוספות (ד"ה ככדור), צייכענט צו א 'ירושלמי', וואס ברענגט דעם פאקט אז די וועלט איז רונדעכיג, און דער קעניג אלקסנדר מוקדין האט דאס געזעהן ווען ער איז געפלויגן מיט אן אדלער העכער די וועלט, (עיי"ש).

אזוי אויך ווערט געברענגט אין 'זוהר הקדוש' (פרשת ויקרא דף י'), די וועלט איז רונדעכיג ווי א טאבע און געוויסע מענטשן וואוינען אויפן אויבערשטן טייל פון די וועלט, און געוויסע וואוינען אונטן, און ווען ס'איז טאג פאר די אויבערשטע מענטשן איז נאכט פאר די אונטערשטע מענטשן. (פון דעם זעהט מען אז די זוהר הק' האט אויך געוואוסט צו זאגן פון אמעריקע, ווי עס שטייט אז מענטשן וואוינען אויף ביידע טיילן פון די וועלט).

***
איבער דאס גאנצע געפונס פון אמעריקע איז שוין אויך מרומז אין חז"ל אין פולע ערטער.

א שטייגער ווי דער 'רמב"ן' אין פרשת בראשית (ב, ג), ווי דער רמב"ן שרייבט אז אנפאנג פונעם אלף השישי וועט באנייעט ווערן א פאלק וואס וועט זיין גאר שטארק און מעכטיג, און וועט זיין גענויגט צום אמת מער ווי די פריערדיגע פעלקער. (לכאורה איז משמע אז דאס גייט ארויף אויף אמעריקע וואס איז אנטפלעקט געווארן אנפאנג פונעם אלף השישי, וועכלע איז א פעסטע לאנד און איז דעמעקראטיש געשטימט, וועלכע צווינגן נישט ארויף קיין שום גלויבן. געוויסע ווילן אבער טענה'ען אז דאס גייט ארויף אויף די אראבער'ס וועלכע האבן זיך דאן אנגעהויבן צו שטארקן און געוועלטיגן איבער די וועלט דורך די נאפט האנדלונגען, און זייער גלויבונג איז נישט גענצליכע כפירה, וויבאלד זיי גלייבן נישט אין שיתוף נאר אין זייער נביא מחמוד).

דער 'סדר הדורות' ברענגט פונעם 'צמח דוד', ווי ער שרייבט אז שלמה המלך האט שוין אויך געוואוסט צו זאגן פון אמעריקע, ווי עס שטייט אין פסוק (מלכים א' ט, כ"ז-כ"ח), וישלח חירם באני את עבדיו אנשי אניות יודע הים עם עבדי שלמה. ויבואו אופירה ויקחו משם זהב ארבע מאות ועשרים ככר ויבאו אל המלך שלמה. אזוי אויך געפונען מיר דעם זעלבע פסוק אין דברי הימים (ב' ח').

און עס שטייט שפעטער אין פסוק, עס האט גענומען 'גאנצע דריי יאר' צו פארן קיין אופיר צו ברענגן דעם ריזיגע מאס גאלד וואס שלמה המלך האט געדארפט האבן צו בויען דעם בית המקדש.

אויבנאויף איז דאס שווער צו פארשטיין, צו וועלכע ארט אויפן וועלט געדויערט צו פארן א רייזע פון גאנצע דריי יאר?

דעריבער ערקלערט דער צמח דוד אז דאס איז געווען א ווייטע רייזע קיין דרום אמעריקע צום שטאט 'פירא' (דאס ווארט 'אופיר' מיט 'פירא' זענען אותיות מתחלפות וואס קענען זיך פארטוישן), וואס איז זייער רייך מיט אונטערערדישע אוצרות און עס געפונט זיך דארט פולע גאלד גרובער, דעריבער זענען זיי געפארן אהין צו ברענגן דעם ריזיגע קוואנטום פון גאלד. (לויט דעם דארף מען זאגן אז דאס איז שפעטער פארגעסן געווארן און פריש אנדעקט געווארן דורך קלומבוס. דאקעגן די אברבנל דארט אויפן ארט אין זיין פירוש אויף ספר מלכים טענה'ט אז דאס מוז נישט זיין א רייזע פון גאנצע דריי יאר, עס קען זיין די רייזע האט געדויערט אביסל מער ווי יאר, און דאס קען שוין ווערן אנגערופען דריי יאר אזוי ווי מער געפונען עטליכע מאל אין חז"ל בחזקת ג' שנים).


- קאפיטל ג' -
די ערשטע אידן טרעטן ארויף אויף אמעריקאנע טריקעניש


איבער דאס ערשטע אידן אין אמעריקע, ווערט געברענגט אן אינטרעסאנטע עפיזאד אין ספר 'מקוה ישראל' פון רבי 'מנשה בן ישראל' פון האלאנד, אמסטערדאם. (רבי משנה האט געלעבט פאר 350 יאר צוריק און פארפאסט דעם ספר מקוה ישראל), ווי ער שילדערט וואס ער האט געהערט פון א איד 'ר' אהרן לעווי' וועלכע האט גערייזט קיין אמעריקע פאר פארשידענע ביזנעס צוועקן אין די סאמע ערשטע יארן נאך דעם אנדעקונג.
וויילענדיג דארט צווישן די אינדיאנער, האט ער זיך אונטערגעהערט ווי די ארטיגע אינדיאנער שמועסן צווישן זיך:

וואס איז די אורזאך אז עס האט אונז באטראפן געוויסע צרות?

און זיי זאגן צווישן זיך:

דאס קומט צוליב דעם וואס אונז טשעפענען זיך מיט 'דער אויסדערוועלטער פאלק'.

דאס האט געהויבן די ברעמען פון ר' אהרן לעווי, ווער איז דאס אויסדערוועלטער פאלק?

ער האט דאס אנגעהויבן נאכצוגיין און פארשן ביז ער האט באגעגענט 'דער אויסדערוועלטער פאלק'. און ער האט געזעהן דאס איז א פולשטענדיגע אידישע פאלק וועלכע האט די אלע אידישע מנהגים און זענען מקיים אלע מצוות.

רעדענדיג צו דעם פאלק האבן זיי פארציילט פאר ר' אהרן, זיי שטאמען פון די 'עשרת השבטים' וועלכע זענען פארווארפן געווארן פון כלל ישראל, און זיי לעבן דא צווישן די אינדיאנער.

אזוי שילדערט רבי מנשה בן ישראל אין זיין ספר 'מקוה ישראל'.

לויט דעם קומט אויס אז אידן האבן שוין געוואוינט דארט אסאך פריער איידער אמעריקע איז אנדעקט געווארן פאר די אלגעמיינע וועלט. (געוויסע שלאגן אפ דאס גאנצע מעשה אז דאס איז א פולקאמע פיקטיווע געשיכטע און עס פאנג זיך נישט אן, נאר ר' מנשה האט פאברעצירט דאס געשיכטע צוליב וואס ער האט אסאך גע'שתדל'ט ביי די ענגלישע קעניגרייך וועלכע האט נישט געוואלט אריינעמען אידן, דעריבער האט ער דאס פארציילט כדי צו איבער-רעדן די מלוכה זאל אריינעמען אידן אין זייער לאנד).

***
וואס עס איז באקאנט, זענען די ערשטע אידן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע, נאכדעם וואס קלאמבוס האט דאס אנדעקט, איז געווען די ערשטע אידישע קהילה אין בראזיל - דרום אמעריקע.

דעמאלטס איז די הערשאפט אין דרום אמעריקע געווען צוטיילט אין צווייען, די טיילן פון 'מעקסיקו' און 'ארגענטינא' האט באלאנגט פאר די שפאנישע רעגירונג. און די טיילן פון 'בארזיל' און 'איסטראליע' האט באלאנגט פאר פארטוגאל.

די אידן וועלכע האבן זיך דארט באזעצט זענען אייגנטליך געווען אנטלאפענע אנוסים פון פארטוגאל, וואס האבן געזוכט זיך ארויסצוזעהן פון פארטוגאל אויס מורא מ'וועט זיי כאפן היטן אידישקייט אין געהיים, דעריבער ווען זיי האבן געהערט פון א נייע ארט ווי מ'קען היטן אידישקייט אויפן עפענטליכקייט, האבן זיי זיך אלע אהין געצויגן קיין בארזיל צום שטאט 'פערנאַן באָקר', און אויפגעשטעלט דארט א גרויסע אידישע קהילה וועלכע איז ווארשיינליך געווען די ערשטע אידישע קהילה אויפן אמעריקאנע באדן.

שפעטער אין לויף פון די צייט, האט 'האלאנד' איינגענומען א טייל פון בארזיל, דאן זענען נאך פרישע אידישע קהילות זיך געקומען באזעצן דארט, וויבאלד האלאנד האט נישט געהאט אונטער זיך די אינקוועזיציע מיט די פארבאט פון היטן אידישקייט אזוי ווי שפאניע און פארטוגאל, דעריבער האט דאס געצויגן פולע אידן זיך צו באזעצן דארט. (אינטרעסאנט צו באמערקן א שאלה וואס די ארטיגע אידן האבן אנגעפרעגט ביי דער 'תורת חיים' רבי חיים שבתי סאלאניקי ז"ל, ווען מען זאלן אנפאנגען זאגן 'ותן טל ומטר לברכה'. וויבאלד יענע טייל פון די וועלט (איסטראליע, בארזיל), איז די קלימאט פונעם יאר אויסגעשטעלט פארקערט פון די גאנצע וועלט, אין די צייט ווען עס איז ווינטער אויף רוב טיילן פון די וועלט איז דארט זוממער, דעריבער האבן זיי זיך געוואנדן מיט א שאלה ווען זיי דארפן זאגן 'ותן טל ומטר' צו דאס ווענדט זיך ווען עס איז ווינטער אויף די וועלט אדער עס ווענדט זיך ווען עס ווערט ווינטער אין זייער ארט).

ליידער האט דאס נישט אנגעהאלטן פאר צו א לאנגע צייט, ארום פופציג יאר שפעטער האט פארטוגאל צוריק איינגענומען זייערע טערעטאריע וועלכע האלאנד האט געהאט צוגענומען פון זיי, און האבן צוריק איבער גענומען די מאכט, צוזאמענהאנג מיט דעם איז דער אינקוועזיציע מיט אירע שרעקליכע פיינונגען אויך צוריק אריין אין קראפט.

די ארטיגע אידן וועלכע האבן שוין ענדליך אנגעהויבן אפצואטעמען פון די גרויזאמע נעגל פון די אינקוועזיציע, און האבן אנגעהויבן זיך צו באקוועם מאכן אין שטאט בארזיל און אין די אנדערע שטעט אינערהאלב דרום אמעריקע. האבן ליידער ווידער אמאל אנגעהויבן צו ליידן פון פארטוגאל מיט די אינקוועזיציע.

ביז עווענטועל אין יאר תי"א האט פארטוגאל ווידער ארויסגעגעבן א עפענטליכער 'גזירת גירוש' פאר די אידן וועלכע וואוינען אין בראזיל, וואס דאס האט זיי געצווינגען ווידעראמאל צו אפלאזן די הא און גוטס און פארלאזן דאס לאנד.

די אלע וועלכע זענען פארבליבן אין לאנד און געהיטן אידישקייט אין באהעלטעניש, איז דער אינקוועזיציע נאכגעגאנגען זייער שפירן און זיי איינגעריכטעט אויפן שייטער הויפן, מיטן זעלבע אכזריות'דיגער שטייגער ווי אין שפאניע און אין פארטוגאל.

דאס האט נאכגעפאלגט מיט דעם וואס דאס שפאנישע קעניגרייך האט אויך ארויסגעגעבן א 'גזירת גירוש' אויף זייערע טיילן ווי זיי האבן געהערשט אין דרום אמעריקע, (מעקסיקו און ארגענטינה).

ביזן היינטיגען טאג איז נאך באקאנט אויף א געוויסע ארט אינעם שטאט 'ניו מעקסיקו' ווי דער אינקוועזיציע האט געשטעלט דארט א שייטער הויפן און פארברענט אידן וועלכע האבן געהיטן אידישקייט אין געהיים רח"ל.

די אנוסים וועלכע זענען יא פארבליבן אין לאנד, אזוי אויך די אלע אנוסים וואס זענען קומען מיט יארן שפעטער קיין אמעריקע, האבן אייביג געהאט א שטענדיגע פחד איבער דעם וואס מען זאל זיי נישט כאפן און איינריכטען אויפן שייטער הויפן.

אפילו ווען זיי האבן שוין געוואוינט און אנדערע פרייע לענדער איבער די וועלט האבן זיי נאכאלט'ס געטראגן מיט זיך די פחד און שרעק אז די אינקוועזיציע זאל נישט ארויפגיין אויף זייערע שפורן.

עס איז באקאנט איבער אן אור אלטע בית הכנסת וועלכע שטייט נאך ביז היינט צוטאג'ס אינעם שטאט 'ניו פאָרט' וועלכע געפונט זיך אינעם אמעריקאנער סטעיט - ראויד איילענד, וואס די בית הכנסת איז געבויעט געווארן פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק דורך אנוסים וועלכע זענען אנטלאפן פון שפאניע.

האבן זיי דארט געבויעט אונטערן באלעמער פונעם בית הכנסת א באהאלטענע עפענונג צו א אונטער-ערדישע הייל אויס זארג אויב זיי וועלן זיין געצווינגען צו אנטלויפן פון די אינקוועזיציע, (געוויסע שלאגן דאס אפ און זאגן אז דאס אונטער-ערדישע הייל האט בלויז געדינט צו באהאלטן די שווארצע קנעכט וועלכע מען האט געהאנדעלט מיט זיי אויפן אומליגאלע שווארצע מארקעט).


- קאפיטל ד' -
די היסטאריע פון דאס ערשטע אידן אין ניו יארק


ווי געשריבן האט פארטוגאל נאכדעם וואס זיי האבן צוריק איינגענומען איר טערעטאריע פון האלאנד, האבן זיי ווידעראמאל פארטריבען די אידן וועלכע האבן זיך געהאט באזעצט אין בארזיל, די אידן האבן ארויסגעוואנדערט פון לאנד און זיך צושפרייט אין די ארומיגע לענדער.

א קליינע גרופע וועלכע האט זיך געציילט פון 23 אידן פון די בארזילע פארטריבענע האבן געוואנדן זייער טריט צו די פאראייניגטע שטאטן, צו דער ריכטוג פונעם היינטיגע ניו יארק, וואס איז דאן געווען אונטער די הערשאפט פון האלאנד, און עס האט געהייסן ניו אמסטערדאם (באזירט אויפן נאמען פון די הויפט שטאט אין האלאנד, 'אמסטערדאם').

מיינסטענס איז די דעמאלטסטיגע באוואוינטע ארט געווען אינעם אינזעל וועלכע געפונט זיך היינט דער שטאט מאנהעטן, וועלכע איז געווען באהאפטן צו דער דערנעבנדיגע שיף פארט.

די גרופע פון די 23 אידן וועלכע האט זיך געציילט פון 8 משפחות אינאיינעם זענען אנגעקומען צום שיף פארט אין ניו אמסטערדאם (ניו יארק), ערב יום כיפור שנת תט"ו, און האבן מיט די צייט אויפגעשטעלט א אידישע קהילה, וואס דאס איז ווארשיינליך געווען די ערשטע אידן אויפן ניו יארק'ע באדן און אין די פאראייניגטע שטאטן. (ארום דריי הונדערט יאר שפעטער אום שנת תשי"ד האט די אמעריקאנע רעגירונג אויפגעשטעלט א דענקמאל פאר די ערשטע אידן אין אמעריקע, אויפן ארט ווי זיי זענען אנגעקומען, נעבן די שיף פארט).

צופיל האניג האבן זיי נישט געלעקט דארט, די גאווערנער פון ניו אמסטערדאם איז נישט געווען קיין גרויסע אידן פריינד, און האט נישט אנטפאנגן די נייע אידישע געסט מיט א ברייטן האנט.

די אידן האבן געדארפט שווער ארבעטען ער זאל אריינלאזן די גרופע אידן ביי אים אין שטאט, נאר נאך פולע שתדלנות ביי די הויעכע פענסטער'ס אין די האלאנדישע רעגירונג האט מען מצליח געווען צו פארשאפן די נויטיגע דאקומענטען וואס ערלויבט די גרופע אידן זיך עמטליך צו באזעצן אין שטאט ניו אמסטערדאם.

***
שפעטער אין יאר תכ"ד האט ענגלאנד איינגענומען ניו אמסטערדאם און אירע ארומיגע שטעט פון די האלאנדישע רעגירונג, דאן האבן די בריטישע געביטן די נאמען פונעם שטאט צו 'ניו יארק', (באזירט אויפן נאמען פון די שטאט 'יאָרק' אין ענגלאנד, צוליב דעם וואס דער ברודער פונעם ענגלישע קעניג איז דארט געווען גאווערנער).

אינטרעסאנט צו צוצייכענען, דאס שטאט 'יאָרק' אין ענגלאנד אין באקאנט פאר א שטאט ווי מ'האט ליידער אויסגע'הרג'עט פולע פון די בעלי התוס' הי"ד וועלכע האבן דארט געוואוינט, און עס איז פארהאן א 'חרם' ביזן היינטיגן טאג נישט איבערצונעכטיגן אינעם שטאט יארק.

האבן צדיקים צוגעלייגט: 'די אויבערשטער האט דאס פארפילט מיטן געבן דעם 'ניו' (נייע) יארק'. וואס דאס איז ווארשיינליך פון די מערסט באוואוינסטע אידישע שטעט אויף די וועלט, וועלכע ציילט זיך מיט העכער א מיליאן אידן!

***
די אידן וועלכע האבן זיך באזעצט אין ניו יארק, האבן געדארפט אנפאנגן אלעס פון דאסניי, און צוביסלעך האבן זיי פראבירט אויפצובויען די אידישקייט, אויפמאכן חדרים פאר די קינדער אויפבויען בתי מדרשים אא"וו.

דאס אלעס איז צוגעגאנגען מיט גרויס מסירת נפש ווי זיי האבן זיך נישט געבויגן פון זייער מסורה טראץ די אלע שוועריקייטן. ווי עס ווערט פארציילט, האבן די אידן פאר א צירכע צוואנציג יאר נישט פארמאגט א אייגענע שוחט וואס זאל זיי ערצייגן כשר פלייש, האבן זיי זיך באגענוגענט מיט פיש און מילכיג'ס און נישט געגעסן קיין פלייד.

די אידן האבן זיך געהאלטן פעלזן פעסט, ביז עווענטועל האט אידישקייט עטוואס אנגעהויבן צו בליען און פארשפרייטן מיט אלע נויטיגע אידישע צוגעהערן.


- קאפיטל ה' -
גענעראל וואשינגטאן נעמט איין אמעריקע


ווי געשריבן האבן די ענגלענדער איינגענומען ניו יארק און ארום פון די האלענדער און געהערשט דארט פאר א לאנגע צייט.
דערנאך איז געקומען דער באקאנטע גענעראל 'דזשארדש וואשינגטאן' וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט מיט א העלדישע קאמף אנטקעגן די שטארקע בריטישע מיליטער, ווי ער איז געקומען מיט די ציל איינצונעמען די לאנד פון די ענגלישע הענט, און דאס ערזעצען אלץ א לאנד וועלכע איז דעמאקראטיש געשטימט, און ערלויבט יעדער איינער פון אירע בירגער זיך צו פירן לויט זיין ווילן און גלויבן.

וואשינגטאן מיט זיין ארמיי האבן געפירט גאר שווערע קאמפן אנטקעגן די בריטישע וואס זענען דאן געווען גאר א מעכטיגע מיליטער מיט געלערנטע אויסשטאפירטע סאלדאטן, דאקעגן וואשינגטאן האט זיך גאר שטארק געמוטשעט מיט געלט צו פינאנצירן זיין מיליטער.

גענעראל וואשינגטאן, טראץ וואס ער האט נישט געהאט אזא שטארקע מיליטער, פארט איז ער געווען גאר א געוואגטע און געלערנטע גענעראל, מיט זיין גרויס חכמה איז אים געלונגען סוקסעפול אונטערצוברענגן די בריטישע ארמיי מיט זייערע קאמאנדירן, ביז דאס האט געברענגט די ענדגילטיגע זיג וואס ער האט באזיגט די בריטישע ארמיי און זיי פארטריבן פון לאנד.

דאן איז געגרינדעט געווארן די פאראייניגטע שטאטן, ווי וואשינגטאן זעלבסט איז געקרוינט געווארן פאר דאס ערשטע פרעזידענט פון אמעריקע, און האט אוועקגעשטעלט א לאנד וועלכע טוט סימבאלעזירן פרייהייט ווי יעדע בירגער האט דאס פולע רעכט זיך צו פירן לויט ווי זיין הארץ באגערט.
דאס געדאנק פון שטעלן א 'פרעזידענט' וואס זאל פירן דאס לאנד, נישט א קעניג אזוי ווי עס איז געווען אייגעפירט יענע צייטן אין אלע אנדערע לענדער אויף די וועלט.

איז געווען צוליב דעם זעלבע סיבה, וואס דאס טוט ווייזן פרייהייט און גלייכרעכטיגהייט פאר אלע בירגער צוגלייך, עס איז נישטא נאר איין מענטש וואס קען טוהן וואס ער וויל אזוי ווי א קעניג, נאר ער דארף האבן די צושטימונג פון א קאמיטע וועלכע דארף געבן ערלויבעניש פארן פרעזידענט איינצופירן וואס ער וויל.

ווי פארשטייט זיך, די וואס האבן אסאך בענעפיטירט דערפון, איז געווען דאס אידישע פאלק וועלכע האבן געליטן פארשידענע צרות אין אסאך אנדערע לענדער, צוליב דאס היטן תורה ומצות, דעריבער איז דאס פרייהייט געווען גוט פאר אידן וואס וועלן זיך קענען דינען דעם באשעפער און טוהן מצות אן קיין שום שטערונג.

צו באמערקן: טראץ וואס דאס פרייהייט איז געווען גוט פאר אידן, איז אמעריקע נישט געווען לייכט פאר אידן מיט היטן אידישקייט, ווי עס איז באקאנט די אומגעהויערע נסיונות וואס אידן האבן דורכגעמאכט אין אמעריקע מיט שמירת שבת און נאך, ווי עס ווערט שפעטער באריבן באריכות.
נישט אומזיסט האבן צדיקים דאס אנגערופען 'גלות אמעריקע' וואס דאס האט צוגעברענגט אסאך פרישע נסיונות וואס איז נישט געווען אין אנדערע ערטער ווי אידן האבן געוואוינט.

***

עס ווערט פארציילט איבער א געוויסע אידישע פילינטראפ מיטן נאמען 'חיים סאלעמאן' וועלכע האט גאר שטארק געשטיצט וואשינגטאן'ס סטראטעגיע פון פרייהייט און גלייכרעכטיגהייט.

דעריבער האט ער פארבארגט פאר וואשינגטאן גאר א גרויסע סומע געלט, וועלכע האט דאס גאר שטארק גענייטיגט צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין קריג אנטקעגן די ענלענדער, און דער געלט וואס ער האט ענהאלטן פון סאלעמאן איז געווען שטארק בייהילפיג פאר וואשינגטאן, און עווענטועל האט דאס ארויסגעהאלפן זיין זיג.

ווארשיינליך האט חיים סאלעמאן קיינמאל נישט צוריקבאקומען די געלט פון וואשינגטאן, צוליב דעם וואס אין די ערשטע יארן האט זיך וואשינגטאן מיט זיין רעגירונג גאר שטארק געמוטשעט מיט געלט, און האט אים נישט געהאט צו באצאלען, אזוי ארום איז דער רייכער פילענטראפ חיים סאלעמאן אוועק פון די וועלט א ביטערע ארימאן.

***
א אינטרעסאנטע ערציילונג ווערט געברענגט, וואס האט זיך אפגעשפיעלט מיט א אידישע סאלדאט אין וואשינגטאנ'ס ארמיי, וועלכע וואשינגטאן האט זיך אויסגעדרוקט נאכן זיג:

'דער סאלדאט האט מיר צוגעברענגט זיך צו שטארקן איבער די בריטישע און זיי באזיגן'

(געוויסע שלאגן אפ דאס גאנצע געשיכטע, אז דאס איז נישט מער ווי א פיקטיווע פאנטאזיע, פארט ברענגן מיר דאס אראפ לויט ווי עס ווערט געברענגט אין געוויסע ערטער).

עס איז געווען טיף אינמיטען די קריג, וואשינגטאן מיט זיין ארמיי האבן געהאלטן נאך אפאר שווערע דורכפעלער, די צאל פאטאליטעטן האט זיך געהויבן מיט יעדע פארבייגייענדיגן טאג, אויך איז געווען א גרויסע מאנגל אין געלט וואס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו קענען אנגיין ווייטער מיט זיין קריג.

די מאראַל ביי די סאלדאטן איז געווען שטארק געפאלן, אזוי אויך דער הויפט גענעראל וואשינגטאן זעלבסט האט זיך ארומגעדרייט מיט ווייניג מוהט און חשק ווייטער אנצוגיין מיט זיין שלאכט אנטקעגן די בריטישע, און האט ערנסט געטראכט פון הייבן דעם ווייסע פאן און זיך אונטער צוגעבן.
ביז עס האט זיך אפגעשפיעלט דעם פאלגענדע געשעהעניש:

אינמיטען א פראסטיגע ווינטער'דיגע נאכט, גענעראל וואשינגטאן דרייט צווישן זיינע סאלדאטן, און הערט אויס זייערע צרות און ליידענישן, און פראבירט צו וועבן פלענער פאר די קומענדיגע שטאפלן פונעם קריג צו באזיגן דעם שונא.

אינמיטען באגעגענט וואשינגטאן א אידישע סאלדאט, וועלכע זיצט נעבן א צאנצקעדיגן ליכט'ל און זינגט זיך אונטער פרייליכע ניגונים.
וואשינגטאן גייט צו צום סאלדאט און פרעגט אים מיט גרויס וואונדער:

'וואס באדייט דאס ברענדיגע לעכטל'?

נאכמער וואונדערט זיך וואשינגטאן:

'וואס ביזטו אזוי פרייליך און אויפגעלייגט'?

'מען האלט דא אינמיטען ביטערע שלאכטן, און דו ביזט פרייליך'?

דער אידישער סאלדאט האט געגעבן צו פארשטיין פארן גענעראל:

'היינט נאכט פייערט מען ביי אונז אידן דער יום טוב 'חנוכה' די צייט ווען אונזערע זיידע'ס זענען געראטעוועט געווארן פון די הענט פון זייער פיינט וועלכע האבן געוואלט שטערן און אפהאלטן פון דינען אונזער באשעפער און טוהן די מצות וואס ער האט באפוילן צו טוהן'.

'דעריבער דאנקן מיר אונזער גרויסע באשעפער וועלכע האט אונז געהאלפן זיך צו שטארקן איבער אונזערע פיינט און זיי באזיגן, טראצדעם וואס זיי זענען געווען פול שטארקער און מעכטיגער פון אונז, עס איז געווען 'רבים ביד מעטים' און 'גבורים ביד חלשים', דאך האט די אויבערשטער אונז געגעבן די כח, מען האט זיך איבערגעשטארקט און זיי געוואונען'.

די אורזאך פארוואס די אויבערשטער האט אונז געהאלפן איז געווען צוליב דעם וואס עס איז געווען 'רשעים ביד צדיקים' אונזערע עלטערן זענען געווען ערליך און געוואלט טוהן דעם רצון ה' און מקיים זיין מצות.

זעצט פאר דער סאלדאט:

'דאס זעלבע מיט דיר הויעך געשעצטע גענעראל, דו פירסט א קאמף מיט די ענגלענדער צוליב דעם וואס דו ווילסט אויפשטעלן א פרייע לאנד וועלכע יעדער איינער זאל קענען דינען זייער גלויבונג צוגלייך, אויף די עפענטליכקייט און מיט פרייהייט, און די וועסט ערלויבן אידן צו דינען זייער גאט און די טוהן די מצות וואס ער האט זיי באפוילן'.

'דעריבער וועט די אויבערשטער דיר אויך העלפן דו וועסט קענען בייקומען די בריטישע, טראץ וואס זיי זענען שטערקער און מעכטיגער פון דיר, וועט דיר דער אויבערשטער געבן כח און דו וועסט זיי קענען באזיגן'.

די אויבענדערמאנטע עפיזאד - האט וואשינגטאן פארציילט יארן שפעטער, 'דאס האט מיר אריינגעבלאזן א פרישע גייסט פון כח און פעסקייט, זיך צו שטארקן און אנגיין ווייטער מיט מיין קאמפף, ביז עווענטועל האב איך ווארשיינליך געוואונען די קריג איבער די בריטישע'.


- קאפיטל ו' -
אידן באזעצן זיך אין אמעריקע


ביז אהער האט מען געשריבן איבער דאס ערשטע אידן אין אמעריקע, וועלכע זענען געווען ספרד'ישע אידן פארטריבענע פון שפאניע, אדער אנוסים וועלכע זענען מיט לויף פון די יארן אנטלאפן קיין אמעריקע, און האבן זיך באזעצט אין אמעריקע הארט נאכן אנדעקונג פון קלאמבוס, דאס איז געווען העכער 350 יאר צוריק.

אבער דאס איז נישט געווען אויף א גרויסע פארנעם, מיינסטענס איז דאס געווען קליינע קהילות וועלכע זענען געקומען פון שפאניע און פארטוגאל, ווי מ'האט שוין געשריבען איבער די גרופע פון 23 אידן וועלכע זענען אנגעקומען אין יאר תט"ו קיין ניו יארק.

יארן שפעטער, דורכאויס די יארן פון שנת ת"ר - תר"כ האט זיך אנגעפאנגן די באוועגונג פון אידן וואס זענען געקומען וואוינען אין אמעריקע.
מיינסטענס איז דאס געווען אידן פון דייטשלאנד און אונגארן, ווען די צרות האבן זיך אנגעהויבן, און מען האט געשפירט אז ערד פאנגט אן צו ברענגן אונטער די פיס.

לויט די געשאצטע ציפערן זענען אין יענע יארן געקומען העכער 200,000 (צוויי הונדערט טויזענט), אידן קיין אמעריקע.

אפאר יאר שפעטער, דורכאויס די יארן פון שנת תר"מ ביז שנת תרע"ד (די יאר וואס עס האט אויסגעבראכן די ערשטע וועלט קריג), נאכדעם וואס אין רוסלאנד האט זיך אנגעהויבן גרויסע צרות פאר אידן, מיט שרעקליכע פראגראמען ווי מען האט ליידער אויסגע'הרג'עט גאנצעטע אידישע קהילות און שטעט. האט זיך אנגעהויבן א מאסיווע פלייץ פון אידן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע.

די ציפערן פון אידן וועלכע זענען געקומען דורכאויס די קנאפע דרייסיג יאר איז געווען די אסטרענאמישע ציפער פון העכער 2,500,000 (צוויי און א האלב מיליאן) אידן!

לויט דעם קומט אויס ווען די ערשטע קריג האט ארויסגעבראכן אין יאר תרע"ד, האט זיך שוין געפונען אין אמעריקע כמעט דריי מיליאן אידן (רוב פון זיי זענען געקומען פון רוסלאנד).

***
ווי שוין פריער געשריבן, דורכאויס די יארן פון ת"ר - תר"כ זענען פולע אידן זיך געקומען באזעצן אין אמעריקע, צווישן די אידן איז געווען א איד מיטן נאמען מרדכי נויאָה וועלכע איז געווען א באוואוסטע דזשורנעליסט און צייטונג שרייבער, ער האט צוגעזעהן ווי צענדליגע טויזענטע אידן שטראמען אריין אין אמעריקע, איז אים בייגעפאלן א געדאנק צו גרינדען א זעלבסטשטענדיגע אידישע שטאט מיט אלע צוגעפאסטע אייגעלעגנהייטן.

זיין פלאן איז געווען אפצוקויפן א געוויסע אינזל נעבן דאס שטאט באָפעלאָו, וועלכע האט באלאנגט פאר אמעריקע, און געוואלט דארט אויפשטעלן א אידישע שטאט מיט איר אייגענע אקאנאמיע און זעלבסט-שטענדיגע געזעהלשאפט.

פאר דעם צוועק האט ער אנגעהויבן צו שאפן געלט און צוגרייטן די נויטיגע צוגעהערן וואס מען דארף האבן דערצו.

ער האט אויך געשיקט בריוון פאר גרויסע רבנים איבער די גאָרע וועלט און פארגעשלאגן דעם רבנות פאסטן אינעם נייען שטעטל וועלכע ער האט געהאט אין פלאן צו גרינדען.

צווישן די רבנים צו וועמען מרדכי האט זיך געוואנדן און געשריבן בריוון, איז געווען דער דעמאלטס'דיגע הויפט רב פון שטאט פאַריז - פראנקרייך, הרב אברהם דיקאלגינואו ז"ל.

אזוי אויך האט ער געשיקט צו דער הויפט רב אין שטאט לאנדען - ענגלאנד, הרב רפאל דימאלדונא ז"ל (רבי רפאל האט פארפאסט דעם ספר 'חופת חתנים' און געווען א תלמיד פון דער חיד"א ז"ל), און נאך גדולי ישראל איבער די וועלט.

די אנטווארט וועלכע ער האט באקומען פון די רבנים איז געווען אייניג גלייך, זיי האבן זיך אלע קאטעגאריש אפגעזאגט פון דעם פארשלאג, און האבן שארף אפגעזאגט דאס גאנצע פלאן פון גרינדען אזא סארט שטאט, וואס דאס איז אין קעגנזאץ פון די דעת תורה פון זיך אליינס בויען און אוועקשטעלן אן אייגענע געזעהלשאפט פאר משיח וועט קומען און עס וועט דער גאולה השלימה, און פון אזא סארט געדאנק וועט נישט ארויסקומען קיין שום נוצן און גוט'ס פאר כלל ישראל.

אזוי ארום האט זיך זיין שטיצע צופאלן און זיין פלאן האט זיך עווענטועל אפגעשטעלט, און עס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט דערמיט.
אזוי ווי מרדכי נויאה, איז געווען נאך אסאך אנדערע וואס האבן געהאט ענליכע געדאנקן דורכאויס די צייט וואס די אידן זענען זיך געקומען באזעצן אין אמעריקע, פון גרינדען שטעט אדער געגענטער, אבער פון דעם אלעס האבן זיך גארנישט אויסגעלאזט.

אינטרעסאנט צו באמערקן, אין שטאט ארגענטינה, איז יא אנגעגאנגען פאר פולע יארן אזא סארט זעלבסשטענדיגע אידישע קהילה, אבער מיט די צייט איז דאס צופאלן און עס איז נישט געבליבן קיין זכר דערפון.


- קאפיטל ז' -
די שווערע נסיונות אין אידישקייט


ליידער, מיינסטענס פון די אלע צענדליגע טויזענטע אידן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע אין יענע יארן, זענען גענצליך פארפאלן געווארן אין אמעריקע, מען האט נישט געקענט ריכטיג אויפשטעלן און מחנך זיין אידישע דורות אין אמעריקע.

אזוי ווייט - ס'איז כמעט נישט פארבליבן ערליכע משפחות וואס זאלן קענען זאגן זיי שטאמען פון עלטערן וואס זענען געקומען קיין אמעריקע איידער די ערשטע וועלט מלחמה.

אין אייראפע האט מען דאס גוט געוואוסט, עס איז געווען עלטערן וועלכע זענען געזיצן שבעה און געטרויערט אויף זייערע קינדער וואס זענען אהין געפארן וואוינען אין אמעריקע, וויבאלד מען האט געוואוסט אז דאס פארן קיין אמעריקע באדייט איז א זיכערע שמד.

עס ווערט פארציילט איבער א איד וואס איז געפארן קיין אמעריקע, האט ער געשיקט א בריוו צו זיינע קרובים אין אייראפע וועלכע האבן זיך נאכגעפרעגט צו הערן די מצב וואס עס טוט זיך דארט צו עס איז טאקע אזוי געפערליך ווי מען מאכט עס.

האט ער געשריבן אזוי:

ענק ווילן וויסן וואס איז די מצב אין אמעריקע? 'איך אין מיין אייניקל זענען פארזיכערט'.

און האט מסביר געווען, איך בין שוין אן עלטערע מענטש און איך וועל בלייבן אן ערליכע איד. מיין אייניקל וועט שוין זיין א זיכערע גוי רח"ל, מיין זוהן בין איך נאך מסופק וואס עס וועט זיין מיט אים.

מיינסטענס פון די רבנים אין אייראפע האבן נישט געשטיצט די געדאנק פון פארן קיין אמעריקע וויבאלד זיי האבן געוואוסט די גרויסע געפאר און הפקירות פון די אלע וואס פארן אהין, און וואס איז די ענדע פון אלע וואס זענען דארט אהין געפארן.

***
ווי באקאנט, הויפטזעכליך איז דער פראבלעם וואס די אידן אין אמעריקע האבן זיך אנגעשטויסן, אז געווען די נסיון פון 'שמירת שבת'.
וויבאלד די ארבעט'ס טעג איז באשטענען פון זעקס טעג א וואך, מאנטאג ביז שבת, און זונטאג איז געווען די אלגעמיינע רוה טאג.
די אלע גרויסע פארבריקן ווי מיינסטענס אידן האבן געארבעט איז אנגעגאנגען די גאנצע וואך און מען האט באצאלט די געהאלט ענדע פון יעדע וואך, וואס דאס איז געווען אין דער טאג פון שבת קודש.

ווי פארשטייט זיך, די אייגענטומער פון די פאבריקן האבן נישט געדולדעט אזא סארט ארבייטער וועלכע באווייזט זיך נישט אין פאבריק אין דער טאג פון שבת, וואס דאס איז א גאנצע ארבעט'ס טאג, און האבן אפגעזאגט די אלע אידן וועלכע זענען נישט אנגעקומען שבת אינעם פאבריק.
די אידן וואס זענען אפגעזאגט געווארן האבן באקומען א 'פינק סליפ' וואס דאס באדייט א אפזאג צעטל וואס זאגט אים אפ פון ארבעטן אין דעם ארט.

די אידן וועלכע זענען נישט אריינגעקומען שבת צום ארבעט, זענען אפגעזאגט געווארן פון די ארבעט און ווען עס איז געקומען מאנטאג דער ערשטע ארבעט'ס טאג, האט מען פון פריש געדארפט אנהייבן זוכן א נייע דזשאב, נאכדעם וואס דער פריערדיגע בעה"ב האט זיי געשאנקן א 'פינק סליפ' און פארשיקט פונעם ארבעט. וואס דאס איז אנגעגאנגען ביז דער קומענדיגע שבת, ווי עס האט זיך ווידער אפגעשפילט דאס זעלבע און מ'האט זיי ווייטער פארשיקט פון די ארבעט.

זייער אסאך אידן זענען פון דעם אפגעשוואכט געווארן, און האבן זיך ליידער אונטערגעבראכן אונטער די שווערע נסיון, וויבאלד מ'איז געווען געצווינגען צו שפייזן די פאמיליע און נישט געקענט איבערטראגן די שוועריקייטן און צער פון ארימקייט און הונגער.

און אפילו די אידן וועלכע האבן זיך יא געשטארקט איבער די פולע שוועריקייטן זענען פון זייערע קינדער גארנישט פארבליבן און זיי האבן זיך יא אונטערגעבראכן אונטער דעם נסיון, און פון דעם זענען זיי אינגאנצען פארפאלן געווארן.

די אידן וועלכע האבן נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון זענען ארגינעל געווען ערליכע און פרומע אידן. ווי מ'פארציילט איבער די אידן, זיי פלעגן אויפשטיין שבת אינדערפרי און לערנען פארטאג'ס ווי זייער שטייגער איז געווען יעדן טאג, דערנאך דאווענען די שבת'דיגע דאווענען זינגען קל אדון מיט ממקומך, און עסן שנעל די סעודה און דערנאך לויפן שנעל צו די ארבעט, וויבאלד דעם נסיון פון פארלירען דעם דזשאב האבן זיי נישט געקענט דורכברעכן. (די באקאנטע שוהל אין בארא פארק מיטן נאמען 'שומר שבת' איז דאן געגרינדעט געווארן, און עס איז נאר ערלויבט געווארן צו דאווענען די אידן וועלכע זענען געווען פולקאמע שומרי שבת, וואס דאס איז באשטאנען פון גאר א קליינע מנין אידן וועלכע האבן זיך געהאלטן שטארק, מיינסטענס עולם איז ליידער יא געגאנגען ארבעטן אום שבת רח"ל).

די אידן זענען אבער ווייטער געבליבן ערליך מיט אנדערע מצות, נאר די ניסיון פון 'שמירת שבת' האבן זיי נישט געהאט די כוחות בייצושטיין. עס איז אפילו פארפאסט געווארן א געוויסע 'תחינה'' וואס די פרויען פלעגן זאגן ביי די לעכט צינדן ווי זיי בעהטן מחילה פונעם רבוש"ע איבער דעם וואס זייער מאן איז געצווינגן צו גיין ארבעטן שבת, און זיי בעהטן די אויבערשטער זאל זיי פארגעבן איבער דעם זינד, וויבאלד זיי האבן נישט קיין אנדערע אויסוועג.

הגאון הק' רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד, (וועלכע האט באזוכט אין אמעריקע פארן קריג צו צוזאמקלייבן געלט פאר זיין ישיבה 'אהל תורה' אין שטאט 'באראנאוויטש', פולין). האט זיך אויסגעדרוקט אויף די אמעריקאנע אידן:

'זיי קענען פאררעכנט ווערן 'בגדר אונס', וויבאלד די ניסיון איז געווען אומגעהויער גרויס, און מ'וואלט נישט געקענט לעבן אנדעם, דעריבער איז דאס אן אונס'. (רבי אלחנן האט באזוכט אין אמעריקע אין די שווערע יארן וואס אידישקייט איז געווען גאר שוואך, עס ווערט פארציילט, רבי אלחנן האט איינמאל געדארפט פארן קיין מאנהעטן צו טרעפן א געוויסע עושר, אויפן וועג איז מען אריבערגעפארן דעם גרויסן שאפינג צענטער מיטן נאמען 'טיימס סקווער' האט רבי אלחנן וועלכע איז דורכאויס די גאנצע וועג געווען פארזינקען אין זיינע הייליגע מחשבות האט זיך פלוצלינג געגעבן א וואַך אויף און געשריגן 'ווי פירט מען מיך יעצט??' מיט זיין גרויס קדשוה און הייליגקייט האט ער מרגיש געווען מען פארט דא אריבער א טמא'נעם ארט).
מען זאגט איבער פון צדיקים, די נסיון פון שמירת שבת אין אמעריקע איז געווען פיל שווערער פון דער נסיון פון שמירת שבת ויהדות אין רוסלאנד. וויבאלד אין רוסלאנד דער איד וועלכע האט זיך מוסר נפש געווען איבער אידישקייט האט געפירט א קאמף מיט די רעגירונג און זיך געשלאגן מיט ציין און נעגל איבער יעדע אידישע מצוה און געוואוסט דאס קען אים קאסטן דאס לעבן מיטן פארשיקט ווערן קיין סיביר, וואס דאס אליינס - זיך שלאגן מיט זיי, האט אים געגעבן כח און מוהט ווייטער אנצוגיין, וואוסענדיג אז ער שלאגט זיך דא פארן באשעפער'ס וועגן.

דאקעגן אין אמעריקע, איז דאס נישט געווען א מערכה, קיינער האט נישט אפגעהאלטן דאס שמירת שבת, דער וואס האט געוואלט האט געקענט היטן שבת, עס האט בלויז געקאסט די פרנסה, דעריבער האט דאס אפגעשוואכט דאס גאנצע כח זיך צו שטארקן איבער דעם נסיון, וויבאלד מען האט זיך נישט געדארפט שלאגן איבער דעם, דעריבער זענען אזויפיל אוועקגעפאלן און דאס נישט געקענט ביישטיין.

***
צוגאב צו די אלע פראבלעמען, זענען די רעפארמער געווען גאר שטארק אקטיוו מיט זייערע טעמפעלן און קרומע השקפות, און זענען געווען אויסגעלייגט אין אלע געגענטער ווי אידן האבן געוואוינט.

אזוי אויך די כשרות פון די פלייש געשעפטן איז געווען גאר שוואך, די בוטשער'ס האבן אן קיין טראפ בושה ארויסגעלייגט טאוולען פארענט פונעם געשעפט וועלכע האט געלויטעט דאס ווארט 'כשר', אבער אייגנטליך האט דאס געשעפט נישט געהאט דאס מינדעסטע פארבינדונג מיט כשרות, און דאס האט צוגעברענגט אז פולע אידן זענען געשטרויכעלט געווארן מיט נישט כשר'ע פלייש און עסענווארג.

אזוי אויך איז דער חינוך פאר די קינדער געווען גאר שוואך, דאס איז געווען צוליב דעם וואס די רעגירונג האט צוגעשטעלט די פאבליק סקול'ס וועלכע איז געווען אומזיסט, און די אידן וועלכע האבן זיך זייער געמוטשעט מיט געלט, האבן נישט געהאט די כוחות און געלט צו גערינדן אייגענע חדרים און שולע'ס, דעריבער ווען עס איז געקומען צו שיקן די קינדער לערנען האבן זיי ענדערש אויסגעוועהלט צו שיקן אין פאבליק סקול'ס ווי מען האט נישט געדארפט צאלן קיין געלט.

***
אויסער איינצעלע משפחות, וואס זענען געשטאנען פעלזן פעסט אנטקעגן די בייזע ווינטן וועלכע האבן געבוזשעוועט אויף די גאס, פון די משפחות זענען יא פארבליבן דורות וועלכע האבן ווייטער אנגעהאלטן אידישקייט מיט תורה און מצוות, געוויסע זענען טאקע צוריקגעפארן קיין אייראפע וויבאלד זיי האבן געזעהן די שרעקליכע חורבן וואס קומט ארויס דערפון.

די הייפעלע אידן וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען אויף שמירת שבת האבן פראבירט צו פארשאפן פרנסה פון אנדערע וועגן, טייל האבן גענומען דאס ארבעט פון פעדלעריי (ארום גיין פון טיר צו טיר און פראבירן צו פארקויפן קלייניקייטן), וואס צו דעם ארבעט איז מען נישט באגרעניצט און מ'האט נישט געדארפט מחלל שבת זיין. און אזוי געהאפט צו לייזן אפאר דאלער צו שפייזן די אויסגעהונגערטע פאמיליע.

אבער דאס האט נישט געקלעקט פאר יעדעם, ווי עס ווערט פארציילט א איד וואס איז אנגעקומען קיין אמעריקע און זיך פאראינטרעסירט איבער די סארט ארבעט וואס מ'קען זיך באשעפטיגן, האט ער געפרעגט איבער פעדלעריי, האט מען אים געענטפערט:

עס געפונט זיך שוין אין די איסט סייד העכער 5,000 פעדלער'ס, ווילסט זיין נאך איינס?

***
טראץ וואס איז געווען אידן וועלכע האבן זיך יא מוסר נפש געווען פארן שבת, האבן זייערע קינדער זיך ליידער נישט געהאלטן, און האבן נישט ווייטער אנגעהאלטן מיט די שטארקייט און האבן אנגעהויבן צו מחלל שבת זיין.

הגאון רבי משה פיינשטיין ז"ל, האט אמאל ערקלערט וואס איז פשט אז די אידן וואס האבן זיך אזוי שטארק מוסר נפש געווען איבער היטן שבת, פארט איז פון זייערע קינדער גארנישט געבליבן.

האט רבי משה ערקלערט, די אורזאך דערצו איז וויבאלד די אידן וועלכע זענען אהיימגעקומען נאכדעם וואס מען האט זיי אפגעזאגט פונעם ארבעט, זענען אהיימגעקומען צובראכן און אינגאנצען אנגעווייטאגט אז מען האט זיי ווידער אמאל פארטריבן פון זייער ארבעט, און טיף געקרעכצט אויף זייער שווערע נידער לאגע ווי זיי האבן נישט קיין געלט צו לעבן און צו שפייזן די פאמיליע.

דעריבער, ווען די קינדער האבן דאס צוגעזעהן, ווי די טאטע רעדט זיך אזוי שטארק אפ אויף זיין שווערע מצב, האבן זיי אפגעמאכט ביי זיך אונז גיין נישט דורכלעבן אזא שווערע לעבן וואס די טאטע האט מיטגעלעבט אונז וועלן ארבעטן שבת און מ'וועט האבן נארמאל צו לעבן.

דאקעגן די אידן וועלכע זענען אהיים געקומען מיט א שמחה און ברען און געוויזן פאר די קינדער ווי פרייליך מ'דארף זיין מ'האט די זכי' צו היטן דעם שת קודש אפילו ווען עס קומט אן שווער, און מען טוט זיך נישט דערשרעקן אז מען האט פארלוירן די ארבעט, נאר פארקערט מ'פריידט זיך מען האט די זכי' זיך אנצושטרענגן פאר שבת קודש, וואס איז א מתנה פונעם באשעפער נאר פאר אונז כלל ישראל.

מיט אזא סארט צוגאנג האט דאס איינגעוואצלט אין די קינדער די געשמאק און שטארקייט פון היטן שבת, און דאס האט זיי געגעבן מוהט און כח צו היטן שבת און זיך נישט אונטערברעכן אונטער די שווערע נסיונות.

ווי עס ווערט פארציילט אויף א געוויסע מסירות נפש איד וועלכע איז נישט אריינגעקומען צום ארבעט שבת, און דער בעה"ב האט געגעבן א 'פינק סליפ' וואס האט אים אפגעזאגט פון זיין ארבעט. אזוי האט פאסירט עטליכע מאל נאכדעם וואס ער האט ענדליך געטראפן א פרישע ארבעט און ער איז נישט אריינגעקומען שבת צום ארבעט האט ער ענהאלטן א 'פינק סליפ'. מיט די צייט, האט זיך צונויפגעזאמעלט ביי דעם איד גאנץ אפאר סליפ'ס.

דער איד וועלכע האט זיך געהאלטן שטארק און שטאלץ מיטן היטן און זיך מוסר נפש זיין פארן שבת, האט צוזאמגענומען די אלע סליפ'ס און דאס שטאלצערהייט אויפגעהאנגן אין זיין סוכה און געוויזן פאר אלעמען דאס איז מיין 'נוי סוכה', מיט טוה איז זיך שטאלצירן און איך פריי זיך דערמיט.
דאס האט געוויזן פאר זיינע קינדער ווי שטארק די טאטע פריידט זיך מיט אידישקייט און ער שטאלצירט זיך דערמיט, און דאס האט זיי געגעבן כח ווייטער צו ממשיך זיין אין די וועגן פון זייערע עלטערן, אזוי ארום איז די גאנצע משפחה פון דעם איד געבליבן ערליך און פרום און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע דורות לשם ולתפארת.

***
אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר א לאנגע תקופה, און עס האט געפאלן גרויסע שטיקער פון כלל ישראל. אפילו נאכדעם וואס א איד האט מצליח געווען זיך צו שטעלן אויף די פיס, און האט זיך געבויעט אן אייגענע פארבריק איז דאס שבת ל"ע פארשוועכט געווען אין זיינע אויגן, און ער האט דאס געהאלטן אפען אום שבת קודש, און האט אויך פארלאנגט פון זיינע אידישע ארבייטער זאלן אויך אריינקומען אין פארבריק אום שבת.

אין פארלויף פון די צייט, האט זיך געעפענט פארשידענע ארגעניזאציעס וואס זענען געווען געווידמעט צו העלפן די אידן מיט פרנסה און זאל נישט שטערן זייער שמירת שבת, אבער גארנישט איז געווען אן ענדגיטליגע לעהזונג פאר דעם פראבלעם.

צום ענדע, האט די אויבערשטער געהאלפן דער ארבעט יוניען פאראיין איז ארויסגעקומען מיט א געזעץ וועלכע שטעלט אוועק די ארבעט'ס טעג פאר בלויז פינעף טעג א וואך, פון מאנטאג ביז פרייטאג, אזוי איז מיט דעם פארענדיגט געווארן די נסיון פון שמירת שבת. אבער די קרבנות וועלכע זענען געפאלן ביי דעם נסיון זענען ליידער פארבליבן, און טויזענטע אידישע משפחות זענען צוגרונד געגאנגען צוליב דעם ניסיון און שוועריקייטן, און עס איז ליידער גארנישט פארבליבן פון זיי.

***
צדיקים האבן אנגעוויזן איבער דעם פאקט, וואס אזוי פיל אידן זענען ליידער אוועקגעפאלן אין אמעריקע. מיט אן עפיזאד וואס האט פאסירט ביי דער גרויסע גענעראל נאפויליען.

עס האט פאסירט ווען דער מעכטיגער גענעראל האט געהאלטן אינמיטען א שווערע קריג און מען האט געדארפט אריבערגיין א געוויסע טייך.
די פיינט וועלכע האבן געוואוסט אז נאפויליען וועט דארפן אריבער גיין דעם טייך האבן זיי איינגעווארפן דעם בריק וועלכע איז דורכגעלאפן העכער דעם טייך.

ווען נאפויליען מיט זיין מיליטער זענען אנגעקומען צום טייך, און געזוכט א לעהזונג אריבער צו גיין דעם טייך, האט נאפויליען באפוילן פאר א טייל פון די סאלדאטן זיך אריינצוווארפן אינעם טייך ביז עס איז געווארן אנגעפילט, אזוי ארום האט זיך געשאפן א דורכגאנג אויף דעם טייך, און די סאלדאטן זענען אריבערגעגאנגען העכער די קערפער פון די טויטע סאלדאטן.

האבן צדיקים געזאגט: אמעריקע איז ווי א בריק, עס איז געקומען טויזענטע אידן וועלכע זענען ליידער איינגעזינקען געווארן אין פארשוועמט געווארן אין דער טריפה'נע רוישיגע אמעריקא'נע טייך, נאר נאכדעם וואס דאס האט פאסירט האבן אנדערע אידן געקענט קומען און אויפשטעלן דארט אידישקייט.


- קאפיטל ח' -
די רבנים אין אמעריקע


פאר העכער הונדערט יאר צוריק, ווען די אידישע פירער פון די קהילות אין אמעריקע האבן געזעהן די געפערליכע חורבנות וואס עס גייט פאר מיט די אידישקייט אינערהאלב זייערע קהילות, האבן זיי פאר דעם צוועק געוואלט אריבערברענגן א אנגעזעהענע רב וועלכע זאל געשטעלט ווערן צו פירן די קהילות איינגעלעגנהייטן פון די אלגעמיינע אידענטום אין אמעריקע.

אזוי ארום האבן זיי געהאפט מען וועט קענען מאכן ארדענונג מיט די אלע נויטיגע זאכן וואס האט געפאדערט א באלדיגע תיקון, א שטייגער ווי צו אוועקשטעלן כשר'ע פלייש געשעפטן, ארויסהעלפן מיט די חינוך פאר די קינדער און נאך.

פאר דעם צוועק האט זיך ארויסגעלאזט א חשוב'ע 'משלחת' פון די אידישע קהילות איבער אמעריקע, וועלכע זענען אריבערגעגאנגען צו די רבנים פון די אייראפע'ישע שטעט, פראבירן צו אריבערברענגן א רב וועלכע איז וויליג צו קומען קיין אמעריקע און ארויסהעלפן מיט ראטעווען די אידישקייט.

צווישן די גרויסע רבנים וועלכע די 'משלחת' איז אנגעקומען, איז געווען הרה"ק רבי יהושע מבעלזא זי"ע, דער מיטלער רבי. און זיי האבן פארבעטן דער רב זאל מיט קומען מיט זיי קיין אמעריקע און ווערן רב איבער די אלע אידישע קהילות, און אויפבויען און פעסטשטעלן די קהילות, וואס דאס וועט זיין א גרויסע רעטונג פאר די אידן אין אמעריקע.

זיי האבן זיך שטארק איינגעבעהטן, דער רב זאל כאטשיג מסכים זיין צו קומען פאר בלויז איין יאר, וואס דאס וועט אויך זיין גענוג צו שטעלן די אידישקייט דארט אויף די פיס, אדער די רב זאל שיקן איינע פון זיינע חשוב'ע תלמידים וואס זאל קומען דארט ווערן רב.
האט דער רב געזאגט:

'דאס קען מען נישט ענטפערן אויף די מינוט, איך וויל אפאר טעג דאס צו איבערטראכטן'.

נאך אפאר טעג, האט דער רב געלאזט רופן דער משלחת וועלכע האט געווארט אויף זיין תשובה, און דער רב האט זיי געענטפערט ווי פאלגענד:

'ביי חסידים האט מען מקובל, די וועלט איז דאך פול מיט טומאה און זוהמא, אבער יעדעס ארט אויפן וועלט ווי עס האבן שוין געוואוינט פריערדיגע צדיקים און קדושים - תלמידי בעש"ט, האבן זיי מיט זייער וואוינען מטהר ומקדש געווען די לופט, דעריבער קען מען דארט וואוינען. אבער אין אמעריקע ווי עס האבן נאכנישט געוואוינט די תלמידי בעש"ט, ווער ווייסט צו מ'וועט זיך קענען האלטן דארט?'

און בעלזא רב האט אויסגעפירט:

איך גלייבט נישט צו איינע פון די חסידישע גדולים וועט מסכים זיין צו אריבערגיין וואוינען קיין אמעריקע. אלזא איז מיין עצה צו אייך, איר זאלט פראבירן אין ליטא, וואס זיי האבן נישט די אויבנדערמאנטע קבלה וואס אונז האבן, און אפשר וועט איינער פון זיי מסכים זיין צו אריבערקומען מיט ענק וואוינען אין אמעריקע.

די משלחת האט ווירקליך געוואנדען זייער טריט קיין ליטא און ארום, און זיי האבן אנגעהויבן צו גיין צו די רבנים איבער די שטעט, די אויסוואל פון די רבנים איז געווען פון די גרעסטע רבנים וואס ליטא האט נאר פארמאגט.

צווישן די רבנים וועלכע האט זיך געציילט אויפן ליסטע צו ווערן אויפגענומען אלץ הויפט רב אין אמעריקע, איז געווען ווי פאלגענד:
דער 'קאוונא רב' - רבי יצחק אלחנן ספעקטאר.

דער 'לאדזש'ער רב' - רבי אליהו חיים מייזעלס.

דער 'בריסקער רב' - בעל בית הלוי.

דער 'מאסקווה'ע רב' - רבי חיים ברלין (זוהן פון דער נצי"ב פון וואלאזשין).

דער 'פראנפורט'ער רב' - רבי עזריאל הילדעסהיים.

רבי 'צבי הירש ראבינאוויטש', (א זוהן פון רבי יצחק אלחנן ספעקטאר, רבי צבי הירש האט זיך געהאט געטוישט די נאמען צו ראבינאוויטש).

דער 'ווילנא'ער מגיד' - רבי יעקב יוסף יאזשעף, (אין ווילנא איז נישט עמטליך געשטעלט געווארן נאך א רב נאכדעם וואס דער ווילנא'ער רב - רבי אליהו מווילנא איז אוועק, וועלכע איז געווען רב אין צייט פון דער גר"א, עס איז נאר געווען א מגיד אדער א מו"ץ וועלכע האט געטוהן די ארבעט פון א רב אין שטאט. רבי יעקב יוסף איז געווען דער וואס האט געפירט די קהילה אין ווילנא, און איז געווען א תלמיד פון רבי ישראל סאלאנט'ער און פון דער נצי"ב פון וואלאזשין).

פון די אלע רבנים מיינסטענס פון זיי האבן זיך אפגעזאגט פון דעם פארשלאג, צווישן די רבנים איז געווען רבי צבי הירש ראבינאוויטש וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט:

'איך קען זיין א רב איבער אידן, אבער איך קען נישט זיין א רב איבער גוים, דאס קען נאר משה רבינו טוהן'.

צום ענדע איז ארויסגעקומען פון די ליסטע דער מגיד פון ווילנא, רבי יעקב יוסף יאזשעף, (וועלכע איז באקאנט מיטן טיטל דער 'רב הכולל'), די אורזאך פארוואס ער האט מסכים געווען איז געווען צוליב דעם וואס ער איז געווען א גרויסע בעל צדקה וואס דאס האט אים אריינגעשלעפט אין שווערע חובות, האט ער זיך אויסגענומען מיט זיי אויב זיי וועלן מסכים זיין צו באצאלן זיינע חוב איז ער וויליג צו אננעמען די רבנות פאסטן און ווערן רב ביי זיי אין אמעריקע.

אין יאר תרמ"ח איז רבי יעקב יוסף אויפגענומען געווארן אלץ רב אין אמעריקע, ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע, איז ער אנטפאנגען געווארן גאר ווארעם דורך די אמעריקאנע אידן און געהאט דארט כבוד מלכים.

רבי יעקב יוסף האט זיך באלד גענומען צום ארבעט, און אנגעהויבן צו איינפירען פארשידענע תקנות, צווישן די תקנות וועלכע באשטייט נאך ביז היינט צוטאג, איז דער 'פלאמבע' וואס דאס באדייט, א זיגל וועלכע ווערט אראפ געסטעמפלט אויף יעדע שטיקל פלייש וואס מען וויל פארקויפן, און דער זיגל טוט באשטעטיגן דאס כשרות פונעם פלייש.

דאס איז געווען צוליב דעם וואס די סטאנדארט פון כשרות איז געווען געפערליך יעדער בוטשער האט זיך געטוהן וואס ער האט נאר געוואלט, אן צו האבן די ריכטיגע און נויטיגע כשרות אויף זיינע פלייש, אזוי ארום איז רוב פלייש וועלכע איז פארקויפט געווארן אויף די גאס איז געווען טריפה'נע פלייש וואס דאס האט מכשיל געווען גאר אסאך אידן מיט עסן נבילות און טריפות.

די תקנות וועלכע די נייער רב האט אנגעהויבן איינצופירן איז נישט אזוי שטארק געפאלן פאר די אמעריקאנע אידן, ספיציעל פאר די קצבים - בוטשער'ס וועלכע זענען שוין ליידער געווען געוואוינט צו טוהן אלעס וואס עס געפעהלט זיי, אן דעם וואס עימיצער זאל זיי זאגן און הייסן ווי אזוי זיך צו פירן, און עס האט זיך אנגעהויבן שרעקליכע רדיפות אויף דער רב הכולל - רבי יעקב יוסף.

די קצבים האבן אים געפערליך גע'רודפ'ט און געפייניגט, מען האט אים באשמוצט אין די צייטונגען, און אים צוגעטיילט געפערליכע בזיונות.
עס ווערט פארציילט ווען דער רב הכולל איז געקומען געבן א הכשר אין א געוויסע שלאכט הויז, האט דער בוטשער גענומען דעם רב אין אים איינגעשפארט פאר אפאר שעה אין די קאלטע פריזער ווי מ'האט געהאלטן די פלייש, און געזאגט:

'דער רב זאגט אז ביי מיר אין יאכטע איז נישט פארהאן קיין כשר פלייש, אָט האב איך אין מיין פריזער א כשר שטיקל פלייש', (געמיינט האט ער דעם רב וועלכע ער האט איינגעשפארט דארט).

די אלע רדיפות האט גאר שטארק געשטאדט פארן רב הכולל, און דאס האט אים קראנק געמאכט און איז געווארן פארלעזירט אויף זיין גאנצע קערפער, א צייט דערנאך איז דער רב ל"ע אוועק פון די וועלט אין א יונגע עלטער צוליב די אלע צער און עגמת נפש וואס מען האט אים פארשאפט.
עס זענען געווען נאך רבנים אין אמעריקע, אבער א גרויסער טייל דערפון זענען געווען פארדארבענע יונגען און פורקי עול, זיי פלעגן געבן הכשרים אויף די פלייש געשעפטן וועלכע זענען געווען גענצליך טריפה, און ווי מ'האט זיי פיין באצאלט האט מען גע'כשר'ט, און די געשעפטן וואס האבן נישט אזוי גוט באצאלט האבן זיי פארשפרייט אז זייער פלייש איז טריפה, וואס דאס האט געברענגט נאך א גרעסערע צומישעניש וויבאלד מען האט שוין נישט געוואוסט וועמען צו גלייבן און וועמען נישט.


- קאפיטל ט' -
אידן באזעצן זיך נאכן קריג - מען שטעלט אויף אידישקייט פונדאסניי


נאכן צווייטע וועלט'ס קריג, ווי עס איז ליידער פארשניטן געווארן העכער זעקס מיליאן אידן פון איבער אייראפע, זענען די איבערגעבליבענע מלחמה איבערלעבער נישט וועלענדיג ווייטער וואוינען אין די ערטער ווי די קריג איז פארגעקומען, זענען א טייל פון זיי ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל, און א גרויסער טייל זענען געקומען קיין אמעריקע, און מען האט פונדאסניי אנגעהויבן צו אויפשטעלן אידישקייט.

אייגענטליך האט זיך דאס שוין אנגעהויבן האַרט איידער די צווייטע וועלט'ס קריג, ווען רבנים זענען געקומען קיין אמעריקע און אויפגעשטעלט אידישקייט. דער צעהלימ'ער רב איז שוין געקומען פארן קריג און אויפגעשטעלט א חדר פאר קינדער. אזוי אויך רבי שרגא פייוויל מענדעלאוויטש וועלכע איז געקומען פארן קריג און געעפענט א ישיבה מיטן נאמען 'ישיבת תורה ודעת'.

נאכן קריג זענען נאך אסאך רבנים און גדולים געקומען קיין אמעריקע און אנגעפאנגען אויפצושטעלן אידישקייט, וואס פון דאן האט די אידישקייט זיך אנגעפאנגן צו האלטן און בליען.

צווישן די רבנים איז געווען הרה"ק מסאטמער זי"ע, הרה"ק מקלויזענבורג זי"ע, הרה"ק מבאבוב זי"ע, הרה"ק מסקווירא זי"ע, הגאון רבי אהרן קאטלער ז"ל. (אויף רבי אהרן קאטלער ווערט פארציילט, ער האט זיך שטארק געצווייפעלט צו ער זאל פארן קיין אמעריקע און אויפשטעלן דארט א ישיבה, אדער ענדערש ארויפגיין קיין ארץ ישראל ווי עס איז שוין געווען געבויעט ישיבות און איז פול מיט תורה, וויבאלד ער האט געקענט באשליסן האט ער געמאכט א גורל הגר"א און עס איז אויסגעקומען א פסוק אין פרשת שמות ד, כז. ויאמר ה' אל 'אהרן' לך לקראת משה 'המדברה' וגו'. האט פארשטאנען דערפון אז פון הימל וויל מען ער זאל פארן קיין אמעריקע און אויפשטעלן דארט א ישיבה וואס דאס איז געווען א גרויסע הצלה פאר אידישקייט וואס האט אפגעהאטן אסאך אידן פון נישט שיקן די קינדער אין די גוי'אישע קאלידזש), וואס די אלע האבן געארבעט אויף פארשידענע פראנטן און געטוהן אלע סארט מיטלן צו אויפשטעלן אידישקייט און אויסטרעטן דעם ארט מען זאל קענען אויפשטעלן אידישע דורות.


- צום שלוס -


עס ווערט געברענגט פון פריערדיגע צדיקים וועלכע האבן געזאגט איבער אמעריקע: די תורה האט געוואנדערט אין פארשידענע ערטער (מדבר, ארץ ישראל, בבל, ספרד, אשכנז, וכו'), אבער צום סוף וועט די תורה אנקומען קיין אמעריקע.
אויך ווערט געברענגט פון הרה"ק מצאנז זי"ע, וועלכע האט געזאגט: ס'איז מיר מדומה אז משיח וועט נתגלה ווערן אין אמעריקע.

- ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים -
לעצט פאראכטן דורך פאר'מוח'ט אום דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:50 am

א דאנק פאר דער שיינע ארטיקל, איך האב עס מער ווייניגער געלעזט, גע'קאפי'ט צו א פי די עף און אי"ה וועל איך הנאה נאך מער שפעטער ווען איך וועל עס ליינען מיט מער ישוב הדעת.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 9:27 pm

הערליכע ארטיקעל.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 10:18 pm

נישט נארמאל וואס דער 'מוח' ווארפט דא צאם!!!! בערג פון היסטאריע.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:35 pm

PDF please

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 11:43 pm

אין איין ווארט
Wow!

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:38 am

splinter האט געשריבן:PDF please


גלות אמעריקא.pdf
(187.97 KiB) דאונלאודעד 87 מאל
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:01 am

א דאנק פאר אלע קאמענטירער דא און אין אישי.

סתם א קרישקעלע אויף דעם וואס מ'האט געשריבן אז דאס לעצט גלות סטאנציע פון די תורה וועט זיין אין אמעריקע, האב איך אמאל געהערט פון א בארימטע חשוב'ע ר"י אין אייראפע וועלכע קומט פון די בריסקער חדר (בריסק איז באקאנט מיט א שארפע קעגנשאפט אנטקעגן אמעריקע, כידוע), האט ער געזאגט אויף די אויבנדערמאנטע מימרא: כ'וווייס נישט צו די תורה וועט זיין אין אמעריקע, אבער די תורה וועט ריכטיג זיין אין גלות אין אמעריקע.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:50 am

א שטיקל מראה מקום איבער קלאמבוס און זיין אנדעקונג דא
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:59 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:א דאנק פאר אלע קאמענטירער דא און אין אישי.

סתם א קרישקעלע אויף דעם וואס מ'האט געשריבן אז דאס לעצט גלות סטאנציע פון די תורה וועט זיין אין אמעריקע, האב איך אמאל געהערט פון א בארימטע חשוב'ע ר"י אין אייראפע וועלכע קומט פון די בריסקער חדר (בריסק איז באקאנט מיט א שארפע קעגנשאפט אנטקעגן אמעריקע, כידוע), האט ער געזאגט אויף די אויבנדערמאנטע מימרא: כ'וווייס נישט צו די תורה וועט זיין אין אמעריקע, אבער די תורה וועט ריכטיג זיין אין גלות אין אמעריקע.



נאכנישט עספיעט צו לעזן, אבער מיט אן אויבן-אויפיגער בליק, צייגט עס צו זיין א שיינע ארבייט.

בנוגע די לעצטע קרישקעלע, קלער איך צו זאגן אז ס'איז נישט רעלעווענט אזא כלומר'שטע שארף-בריסק'ער ווארט קעגן וואס צדיקים בעלי רוח הקודש האבן געזאגט. אז די תורה וועט אהער פארוואנדערן.

נאך א נקודה, והוא העיקר. אז די 'גלות אמעריקא' און נישט בלויז עפעס א קליינער פונקט אין די לאנגע היסטאריע פון כלל ישראל. נאר אז מען קוקט מיט א ניכטערע בליק, זעהט מען ווי כביכול האט ארויסגעווארפן דאס אידישער פאלק פון זייער טויזענט יאהריגער באזעץ אין אייראפע - מיט געוואלד און זיי איבערגעקליבען אהער.

נאכמער, די אלע עליות וירידות וואס זענען פארגעקומען אינערהאלב דאס אמעריקאנער אידישקייט דורכאויס די הונדערט און צעהן יאהר (ת"ר-תש"י), ביז אמעריקא איז געווארן א רייפער באדן צו אויפנעמען דער כלל ישראל, איז קלאר געווען א בירור וואס איז געגאנגען שטאפל-ווייז. ס'איז א פאקט אז עווענטועל - דורכאויס די תר"ץ יאהרן, האט די מצב פון אידישקייט זיך פיל פאכיג פארבעסערט און געווארן מער גרייט פאר די צוקנופט.

נאכן קריג ווען די מלחמה-איבערלעבער זענען געקומען אהער, האט מען אין גרויסער טייל געבויעט אויף די פונדאמענטען וואס די פריערדיגע האבן אוועק געשטעלט. מען האט עס ברוב רחמיו וחסדיו יתב' פארשטערקערט און אויסגעבויעט צו א אידישקייט וואס מיר קענען היינט צו טאגס.

ויהי רצון אז אויך די אלע ענדגילטיגע נביאות, זאלן שוין אויך מקויים ווערן. ונזכה לביאת גואל צדק במהרה בימינו.

אהרן בן בוזי הירשקוביטץ
@מורשת חכמי אמעריקא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:09 pm

ומקובל בידינו מפי מרן הגה"ק בעל הדברי יחזקאל משינאווא כי באחרית הימים יהיה ארצכם ארץ הברית עלינו סתרה למגן ולמחסה ואין זה נבואה קטנה כי אם גדולה ויקרה

פון דא
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
לשמע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:22 pm
לאקאציע: אין די גאנצע וועלט

תגובהדורך לשמע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 3:20 pm

הערליכע שיין!!!! ארויס געפרינט
הט אזנך ושמע דברי חכמים

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג דעצמבער 08, 2019 9:20 am

הערליך איז נישט דאס ווארט!

אביסל שיפור הלשון ספעחינג און אויסלייג און עס פארט גראד אין דזשורנאל און אין די נעקסטע 'מי מנוחות'
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:56 am

בן בוזי האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:א דאנק פאר אלע קאמענטירער דא און אין אישי.

סתם א קרישקעלע אויף דעם וואס מ'האט געשריבן אז דאס לעצט גלות סטאנציע פון די תורה וועט זיין אין אמעריקע, האב איך אמאל געהערט פון א בארימטע חשוב'ע ר"י אין אייראפע וועלכע קומט פון די בריסקער חדר (בריסק איז באקאנט מיט א שארפע קעגנשאפט אנטקעגן אמעריקע, כידוע), האט ער געזאגט אויף די אויבנדערמאנטע מימרא: כ'וווייס נישט צו די תורה וועט זיין אין אמעריקע, אבער די תורה וועט ריכטיג זיין אין גלות אין אמעריקע.



נאכנישט עספיעט צו לעזן, אבער מיט אן אויבן-אויפיגער בליק, צייגט עס צו זיין א שיינע ארבייט.

בנוגע די לעצטע קרישקעלע, קלער איך צו זאגן אז ס'איז נישט רעלעווענט אזא כלומר'שטע שארף-בריסק'ער ווארט קעגן וואס צדיקים בעלי רוח הקודש האבן געזאגט. אז די תורה וועט אהער פארוואנדערן.

נאך א נקודה, והוא העיקר. אז די 'גלות אמעריקא' און נישט בלויז עפעס א קליינער פונקט אין די לאנגע היסטאריע פון כלל ישראל. נאר אז מען קוקט מיט א ניכטערע בליק, זעהט מען ווי כביכול האט ארויסגעווארפן דאס אידישער פאלק פון זייער טויזענט יאהריגער באזעץ אין אייראפע - מיט געוואלד און זיי איבערגעקליבען אהער.

נאכמער, די אלע עליות וירידות וואס זענען פארגעקומען אינערהאלב דאס אמעריקאנער אידישקייט דורכאויס די הונדערט און צעהן יאהר (ת"ר-תש"י), ביז אמעריקא איז געווארן א רייפער באדן צו אויפנעמען דער כלל ישראל, איז קלאר געווען א בירור וואס איז געגאנגען שטאפל-ווייז. ס'איז א פאקט אז עווענטועל - דורכאויס די תר"ץ יאהרן, האט די מצב פון אידישקייט זיך פיל פאכיג פארבעסערט און געווארן מער גרייט פאר די צוקנופט.

נאכן קריג ווען די מלחמה-איבערלעבער זענען געקומען אהער, האט מען אין גרויסער טייל געבויעט אויף די פונדאמענטען וואס די פריערדיגע האבן אוועק געשטעלט. מען האט עס ברוב רחמיו וחסדיו יתב' פארשטערקערט און אויסגעבויעט צו א אידישקייט וואס מיר קענען היינט צו טאגס.

ויהי רצון אז אויך די אלע ענדגילטיגע נביאות, זאלן שוין אויך מקויים ווערן. ונזכה לביאת גואל צדק במהרה בימינו.

אהרן בן בוזי הירשקוביטץ
@מורשת חכמי אמעריקא

כבוד בן בוזי,
כ'בין נישט געקומען ברענגען דאס ווארט און דאס פארטיידיגן, אבער א נקודה למחשבה, ס'איז אמת אז אין אמעריקע איז פארהאן אסאך תורה, אבער דאס קומט צוזאמען מיט אסאך גשמיות, דעריבער האבן זיי געהאלטן אז תורה צוזאמען מיט גשמיות גייט נישט צוזאמען, ודו"ק כי קצרתי.
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:30 pm

יישר כח פאר די הערליכע ארטיקל.

וואלט איר געקענט באשרייבן מער איבער די רוסישע אידן, וואס זענען געקומען קיין אמעריקא.

צדיק בן צדיק
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » זונטאג דעצמבער 08, 2019 8:35 pm

ישר כח, שרייב מער...

אוועטאר
טשייניק
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:03 pm
לאקאציע: אויפן געז רענדזש

תגובהדורך טשייניק » זונטאג דעצמבער 08, 2019 10:46 pm

יישר כח פאר די הערליכע ארטיקל.

אוועטאר
j718
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re:

תגובהדורך j718 » פרייטאג מאי 22, 2020 5:42 pm

גרינע בוים האט געשריבן:הערליך איז נישט דאס ווארט!

אביסל שיפור הלשון ספעחינג און אויסלייג און עס פארט גראד אין דזשורנאל און אין די נעקסטע 'מי מנוחות'

viewtopic.php?f=91&t=31184&p=2200918#p2200918


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט