זכרונות פון אמאל...

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער סטייפלער גאון ז"ל דערמאנט דאס מעשה מיט דעם קינד און זיין ספר חיי עולם
.

עס האט געוואוינט לעבען מיר בערך 28 יאהר צירוק א יוד ר' משה צבי טייטעלבוים ז"ל, ער האט זיך גערופען קליוולאנדער רבי. ער איז איינמאל געזעצען שבעה נאך א שוועסטער, און אזוי וויא איך האב געוואוינט און שכינות בין איך כסדר געגאנגען משלים זיין מנין. ביי איהם האב איך געהערט דערציילען וועגען דעם קינד. א קרוב פאר ר' משה הערש איז געווען דא פון א"י און איז געווען מנחם אבל זיין., ר' משה הערש האט אונעם שמוסען זיך נאכגעפרעגט אויף פארשידענע קרובים זיינע און א"י, און בתוך הדברים האט ער געפרעגט אויפען יונגעל, וואס דענמאלטס איז שוין געווען פארהייראט מיט קינדער.
האב איך, מיט נאך אנדערע דארט, אויסגעפרעגט דעם גאסט פון א"י, און ער האט אונז פארציילט וואס איך האב געשריבען.
דער ר' משה הערש ז"ל האט מיר דערנאך אויפמערקזאם געמאכט אז מען מערעדט פון א מעשה וואס איז געשעהן ביי זיי און משפחה און מיט קרובים וואס מעקען זיי גוט.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

נאך פארציילען, איך האב שוין אויך פלענטי נאך פארציילט פון דעם
איך וואלט געגליכן קראנטע אינפארמעישען,
ווי די שרייבסט לעבט נאך דאס קינד וויאזוי הייסט ער
ס'איז דא עידי ראיה פון דיעם סיפור?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זכרונות ברענגט מיר דאס זיכער. אלס קינד פלעגט מען דאס אסאך הערן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דא רעדט רב ברויער, וואס ער האט אליינס געהערט פון רב מענדלסאהן, דער קוממיות'ער רב
דא רעדט א משפחה מיטגליד, דער מעשה מיטען רש"י , וויא ער האט עס דערציילט, האט ער אליינס בייגעוואוינט,(אן עד ראיה)
וואס נאך ווילסטע יאסל.
דער נאמען געדענק איך נישט פינטליך. איך געדענק עפעס נחום. דער שמועס ביי דעם ניחום אבלים איז געגאנגען
און וואס טוט נחום, און דער גאסט האט גענטפעט נחום איז נחום...
אויף דעם האמער עטליכע געפרעגט, ווער איז דאס נחום..
און אינז האמער געקריגן די תשובה.
איך דערמאן מיך וויא דער גאסט נאכן פארציילען, האט ער געזאגט פאר ר' משה הערש אז דער פאטער פון דעם יונגעל האט געהאט אביסעל תערומות אויפען בעלזער רבין, ווייל דא איז ער ארימגעפארען מיט דעם קינד אים צייגען, און דער רבי האט דאס ציגענומען פון איהם.

איך בין מעתיק די ווערטער פונעם סטייפלער גאון ז"ל און זיין ספר חיי עולם עמוד כ'

ער רעדט דארט און פרק י"ב בענין אמונה און גלגולים.
ופה בארצה"ק נתפרסם אישתקד בשנת תשט"ו בילד בן ד' שנים מעיר באר שבע שהי' יודע על פה בש"ס וראשונים ז"ל בכל מקום שנשאל אע"פ שלא למד עדיין מעולם
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב געהערט פונעם ביקסאדער רבי'ן זצ"ל די געשיכטע, ער האט דאס מיר דערציילט מיט א נאמען (וואס איך האב אודאי פארגעסן), און איבערדערציילט אז ער האט שוין גערעדט מיטן קינד נאכן פארגעסן אלעס.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

לויט וויפיל איך האב גהערט, איז דער קינד א בעלזער חסיד
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב דאס געשריבען אין היכל הנגינה איבער הרה"ח ר' שאול הוטערער ע"ה.

אנדי פעטיט האט געשריבן:דרך אגב, רבי איציקעל האט אמאל צוגעזאגט רבי שאול ע"ה אויב ער פארבלייבט ביי אים פאר יום כיפור איז ער אים מבטיח א קינד. רבי שאול אבער זייענדיג די בעל שחרית אין באבוב יום כיפור, און זייענדיג א שוואנצערישע באבובער חסיד האט נישט געוואלט פארפאסען א יום כיפור אין באבוב און ער איז געפארן קיין אמעריקא כמדי שנה בשנה. יענע יאר איז א איד צוגעגאנגען צו רבי איציקעל נאך יום כיפור מיט א בקשה פאר קינדער, האט אים רבי איציקעל געזאגט "איך האב יעצט גראדע אן איבריגע, וועט עס זיין פאר דיר".

די נעקסטע חלק בין איך נישט זיכער אויב עס האט א מקור, אבער די גאס פארציילט, אז רבי שאול איז אמאל געשטאנען מיט רבי איציקעל ווען די עולם איז אדורך, אין מיטען איז א קליין אינגעלע אדורך, האט אים רבי איציקעל געזאגט, "דער איז געווען דיינער".
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

צי דער לעצטע חלק פון תגיבה האט א מקור צי נישט, איין זאך קען מען יא זאגען אז ביי ר' איציקעל ז"ל וואלט דאס נישט געווען קיין חידוש.
ער איז געווען אן איש פלא. מיין טאטע ע"ה האט איהם נאך געקענט פון פאריז, און איך האב געהערט פון איהם אז עס האט זיך דארט געוואלגערט מופסים און גרויסען. וויין פון זיין כוס של ברכה, וואס ער האט אליינס געטיילט, איז געווען א לעגענד, און מיין טאטע האט איינמאל געברענגט פון אנטווערפן פאר א קינד מיינער וואס האט שטארק געליטען אויף אסטמא.
ער איז געווען עטליכע מאל דא און אמעריקא, און איך האב געהאט די זכיה איהם צי זעהן איעדעס מאל.
דאס לעצטע מאל וואס ער איז דא געווען, איז ער געקומען מיט זיין איידעם ר' יענקעלע ז"ל.
ר' יענקעלע האט דענמאלטס געפירט איין שלש סעודות און באבובער שטיבעל און באראפארק, (באבובער רב ז"ל האט נאך געוואוינט אין קראנהייטס).
זכותם יגן עלינו
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אז מען שמועסט שוין פון פשעווארסק, איב האב אמאל געהערט אן אינטרעסאנטע מעשה פון אן אנטווערפענער איד, אבער איך געדענק נישט צו עס איז געווען ביי רבי איציקעל זצ"ל אדער ביי רבי יענקעלע זצ"ל.

אייןמאל איז די רבי געווען אין די גלייזען און ער האט אויסגעטיילט שריים פון די פלייש האט ער אנגעכאפט א ביין און עס געגעבן צו א איד א חשוך בנים זאגענדיג דערביי "נאדיר א בן". און אזוי האט ער געטון אפאר מאל. א גאנצע צייט איז געשטאנען אויף דער זייט א איד וואס האט כיהאט א גאנצע שטוב מיט מיידלעך און ער פלעגט אלץ מפציר זיין ביים רבי'ן אז ער זאל אים צוזאגען א בן זכר. האט ער געבעטען "רבי איך וויל אויך א בן". די רבי נעמט א ביין און גיבט עס אים זאגענדיג דערביי "נאדיר א בת". וכך הוה, צו ניין חדשים האט דער איד געהאט נאך א טאכטער.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' איציקעל איז געווען גאר שטארק אין דעם.
ס'איז מפורסם דער מופת מיט ר' ... שטערן וואס איז לעצטענס אוועק אין לאנדאן ווי ער האט אים ציגעזאגט א קינד.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:דאס צי שרייבען און פארעכטען נעמען און א קוויטל האב איך געזעהן ביים סטאשעווער רבי.
ער האט אנגעפאנגען נעמען קוויטלעך שוין גאר אויף די עלטער און איך פלעג איהם זעהן און די זומער חדשים ווען ער פלעגט צי וויילען און מאנסי, ווען איך האב דארט געוואוינט [עס זענען דא פלא'דיקע מעשות מיט איהם און מיט זיין קוויטל ליינען]


רבי שמחה, אפשר פארציילט איר ווער איז דאס געווען די סטאשאווער רבי?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער סטאשעווער רבי:
איך געדענק נישט זיין נאמען. ער האט געוואוינט און וויליאמסברג אויף דער זעלבער גאס וויא גאלד פלאריסט, אדער
ערגעטץ דארט דערלעבען. דאכט זיך מיר אז עס עקזיסטירט דארט היינט א סטאשעווער בית מדרש, די חברים דא
וואס וואוינען און ווילי קענען דאס מאשר זיין.
דער יוד האט אנגעהויבען נעמען קוויטלעך ווען ער איז שוין געווען און די תשעים. ער האט געזאגט אז סאטמער רב ז"ל
האט איהם געהייסען. ער האט נאר גענומען א קורצע תקופה, ווייל דערנאך איז ער שוין נישט געווען בין החיים.
איך האב איהם געזעהן איין זימער און מאנסי. איך פלעג פון צייט צי צייט דארט דאווענען מעריב

עס איז געווען זייער מאדנע וויא אזוי ער האט געליינט א קוויטל. ער איז געזעצען מיט א פעדער, און געליינט און פאראכטען,
און געמעקט און פאראכטען..און אלעס איז געגאנגען הויך אויפען קול ציזאמען מיטען קוויטל געבער.
אזוי איז עס אנגעגאנגען ביי א יעדע קוויטל.

פליאה'דיקע מעשה'ות זענען ארום געגאנגען בענין וואס ער פלעגט זאגען פאר בחורים, און אויך פאר מיידליך בעניני שידוכים,
וואס וועגען דעם זענען זיינע מערסטע קאסטעמערס געווען אזעלכע וואס האבען געהאלטען ביי שידוכים אן האבן געדארפט א
ברכה פאר א זיווג.
עס איז געווען ידוע אז ער פעגט זאגען פאר בחורים אדער מיידלעך פונטליך דער דאטום ווען זיי וועלן ווערען חתנים אדער כלות.

איך ווייס פון עטליכע אזאלכע פעלער וויא ביידע חתן און כלה זענען געווען ביי איהם פאר ברכות איידער זייער שליסען, און נאכדעם
ווען מעהאט געשלאסען דעם שידוך האט מען אויסגעפונען אז ביידע זענען געווען ביים סטאשעווער,אין ביידע האבען געקרוגען דעם
זעלבע דאטום.

איך ווייס פון איין פאל וויא ער האט צגעזאט פאר איינעם ווען יענער וועט ווערע חתן, דער טאג איז אדורך און ער איז נישט געווארען.
ער אז צירוקגעקומען און דער סטאשעווער האט אים געזאגט נאך א טאג, און עודך דאס זעלבע. ער איז נאכאמאל צירוקגעקומען און
דער סטאשעווער האט איהם גזאגט א דריטע טאג. און דאס מאל ביים דריטען מאל איז ער געווארען א חתן.
עס האט זיך דערנאך ארויס געוויזען אז מיט זיין כלה איז געווען דאס זעלבע, זי האט אויך געקרוגען טעג וואס זי וועט ווערע כלה,
זי איז צום סוף געווארען א כלה ביים דריטען דאטום, און די אלע דריי דאטוםס איז געווען גענוי די זעלבע וויא איר חתן.
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער סטאשעווער רבי האט געהייסן הרה"צ ר' אברהם יצחק ווייסבלום זצ"ל אייניקל בן אחר בן פון דעם נועם אלימלך זי"ע, און פון נאך צדיקים.
אין תולדות אנשי שם געדרוקט אין תש"י איז דא אויף אים א קורצע באשרייבונג: http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=54
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ביקסאד האט געשריבן:דער סטאשעווער רבי האט געהייסן הרה"צ ר' אברהם יצחק ווייסבלום זצ"ל אייניקל בן אחר בן פון דעם נועם אלימלך זי"ע, און פון נאך צדיקים.
אין תולדות אנשי שם געדרוקט אין תש"י איז דא אויף אים א קורצע באשרייבונג: http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=54


עפעס מיט די שעניצא/שעדליצא ווייסבלום'ס?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זיי זענען אויך אייניקלעך בן אחר בן פון דעם הייליגן נועם אלימלך זי"ע
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ר' שמחה ישר כח פאר די מורא'דיגע מעשה, עס איז טאקע געוואלטיג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שעכוח הרב ביקסאד פארען מראה מקום וועגען דעם סטאשעווער רבי.
ווען איך האב איהם געזעהן איז ער שוין געווען און די תשעים אבער דאס בילד ענדעלט זייער.
the SCY is the limit
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

איך גדענק אויך דעם סטאשעווער רבי'ן זצ"ל, מ'האט דעמאלטס געשמועסט אז זיינע ברכות ווערען מקויים.

ס'יאז א פלא ווי אזוי ער האט געוואוינט אין איסט סייד אזויפיל יארען אין כמעט קיינער האט עם נישט גקענט, אבער אפילו געהערט פון אים.

איך דערמאן זיך יעצט, דאס ערשטע מאל וואס איך האב גהערט פון אים:

אין שנת תשד"מ בין איך גוועהן אין אנטווערפען. פארען טיש פון ר' יענקלע, פלעגט ער זיצען צו אמאהל ביי זיך זיך אין צימער און שמועס'ן מיטען עולם (דער עולם וואס האט געגעסען ביי אים ביים טיש).

דעמאלטס פונקט איז זיין אייניקל ר' נפתלי אלימלך רייך (דעמאלטס נאך א קינד פאר די בר מצוה) צוריק געקומען פון אמעריקא, און ר' יענקעלע האט אים אויסגעפרעגט וואס ער האט אלטס גזעהן דארט.

בין הדברים האט ר' נפתלי אלימלך פארציילט פארען זיידען, אז ער איז גוועהן (דאכט זיך מיר, מיט זיין טאטען) ביים סטאשעווער רבי'ן אין איסט סייד, און דער סטאשעווער רבי האט זיי פארציילט אז ווען ר' איציקל איז גוועהן אין אמעריקע, פלעגט ער אים קומען באזוכן קיין איסט סייד, אלטס רבי ר' אלימלך'ס אן אייניקל (ביידע זענען גוועהן א פינעפטער דור, אבער ר' איציקל איז נישט גוועהן א בן אחר בן).

און דאס ערשטע מאל ווען ר' איציקל איז געקומען צו אים, איז ר' איציקל אים אנטקעגען געלאפען, און אים געקושט, זאגענדיג מיט א התרגשות: רבי ר' אלימלך'ס פלייש, רבי ר' אלימלך'ס פלייש.

ר' יענקעלע האט צוגעשאקלט מיטען קאפ, ווי איינער וואס באשטעטיגט אז ס'איז ריכטיג די מעשה (מן הסתם איז ער גוועהן דערביי)

והוא פלא, ווייל די גאליציאנער קושען נישט, און דא איז ר' איציקל יצא מגדרו, ובפרט נאך די התרגשות'דיגע ווערטער "רבי ר' אלימלך'ס פלייש" ...
לעצט פארראכטן דורך יצמחפורקניה אום דאנערשטאג מאי 29, 2008 3:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' קרב משיחיה זאג..
ווייסט אפשר צי ער האט דערנאך געוואוינט און וויליאמסבורג?
איז טאקע דא א סטאשעווער בית מדרש ערגעטץ לעבען דיוויזשען?
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יאסל האט געשריבן:איך געדענק נישט עקזעקט די מעשה סגייט אזוי בערך אז אין יאר תש"ח האט מען זיי(דער טאטע מיטן זון) איינמאל אריינגערופן משלים צי זיין מנין ביים רבין אין ביהמ"ד מוצאי שבת דער רבי האט נאך געהאטן אינמיטן דע תורה אין האט שטארק פארפירט (פאר 7 מענטשען) קעגן די נייע מדינה אין עפעס פארגעזאגט (דאס געדענק איך נישט) דער זון האט אנגעקוקט דעם טאטען דא זיצט א רבי מיט זיבן מענטשען אין פארפירט אין זאגט נבואות וואס ס'האט דאן אויסגעקוקט ווי פון די לבנה
מיט א צוויי דריי יאר צירוק האט אריאל שרון און א רעדע עגנאלישט דאס וואס דער רבי האט געזאגט פאר 60 יאר, דער ר' שמואל ברוך האט יענע וואך חתונה געמאכט אן אייניקעל אין אינמיטן די חתונה האט ער גענומען די מייק אין פארציילט דעם סיפור


איך האב נעטכן געשמועסט מיט ר' שמואל ברוך טרעס, ער האט פארציילט אינטרעסאנטע ענינים צווישן זיין טאטע ר' אלימלך ע"ה וואס ער האט געהאט מיט גדולי ישראל. איך האב געהאט אסאך שאלות און ענינים וואס איך האב אים געוואלט פרעגן אבער ער האט געמוזט אוועק גיין נאך אפאר מינוט, עס איז מיר ממש געווען א שאד. כ'האף אים צו טרעפן בקרוב און ווייטער ממשיך זיין די שמועס.

אבער יעצט וויל איך שרייבן די פאר ענינים וואס איך האב יא געהערט פון אים.

קודם האט ער מיר געזאגט (וואס ר' שמחה האט שוין געשריבן אויבן) אז ווען ער פלעגט אהיים גיין פון שול פלעגן זיי אדורך גיין די סאטמארער רבי זי"ע'ס הויז און די רבי פלעג דאן ארויס קומען פון די הויז און שמועסען מיט זיין טאטע פאר א לענגערע צייט.

האב איך אים גפרעגט איבער די אויבן ציטירטע מעשה, האט ער מיר אנגעקוקט ווי איך וואלט ווען געפאלן פון די לבנה. ער זאגט מיר אז ער האט אין זיין לעבן נישט געהערט פון דער מעשה. האב איך אים געפרעגט אז אפשר איז עס געווען מיט זיין ברודער, האט ער מיר געזאגט אז ווען עס וואלט געווען אזא מעשה וואלט ער כאטש געהערט דערוועגן, אבער סיניש קיין ראי'. איך האב אים אפר מאל איבער געפרעגט אויב ער ווייסט פון עפעס ענליכס, האט ער מיר געזאגט אז נישט. אבער ער האט מיר פארציילט צוויי אנדערע סיפוים וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט ביים סאטמארער רבי זי"ע.


המשך יבא
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי,

ביי וועם איז ר' שמואל ברוך אן איידעם? ווייל דער וואס איז א פעטער פאר הרב כאנאוויטש פון מאנטיסעלאו האט אנגערופען מיינס א מחותן און האט פארציילט די מעשה יענע טאג וואס עס האט פאסירט (איך האב עס שוין דא געשרקיבען ערגעצוואו) איך ווייס נישט פארוואס ער ווייסט נישט/לייקנט עס יעצט, אבער עס איז א שוין היינט באקאנטע פאקט.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יא, עס איז יענער טרעס, די פעטער פון הרב חאנאוויטש. און איך האב געהאט א פיינער שמועס מיט אים, עס האט מיר בכלל נישט אויסגעזעהן אז ער פרובירט עפעס צו באהאלטן, אדרבא די גאנצע שמועס איז געווען אין די גדלות פון די סאטאמארער רבי זצ"ל, אבער ווען איך האב אים געפרעגט איבער דער מעשה האט ער מיר אנגעקוקט ווי איך וואלט געקומען פון די לבנה, עס האט מיר אויסגעזעהן ווי ער האט נאך קיינמאל געהערט אזא מעשה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

נאך אן ענין האט ער מיר פארציילט.

זיין משפחה איז געווען אויף וועקאציע (אין פלארידע), און זיי זענען איינגעשטאנען אין די זעלבע בנין ווי די ביאנער רבי זצ"ל, און רבי יעקב קאמענעצקי ז"ל, ועוד. איין טאג קומט די ביאנער רבי'ס גבאי צו צו ר' אלימלך טרעס און ער זאגט אים אז די סאטאמארער רבי קומט יעצט אויף א באזוך, און ער בעט אים אז ער זאל אויך דארט זיין. ווען די רבי איז אריינגעקומען האט ער זיך אנגערופן, "ביאנער רבי קוקט ווי רבי אלימלך איז געגאנגן מיט די אגודה און דאך איז ער אן ערליכע איד". האט די ביאנער רבי געענטפערט, "רבי אלימלך איז געווען אן ערליכע איד פאר ער איז געווען אן אגודיסט". ער געדענקט נישט די שמועס אבער ער זאגט מיר אז די צווי רבי'ס זענען געזעצן פאר צוואנציג צו פינף און צוואנציג מינוט און זיך געווערטעלעט אהין און צוריק אויף דער נושא.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וועלכער באינאער רבי? ר' מרדכי שלמה מן הסתם.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אודאי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”