פעטער יעקל האט געשריבן:ווער געדענקט די ישיבה קטנה ח"ג, און די פלעי וואס זיי האבן פארגעשטעלט..
ס'הייסט צי איך געדענק?! איך האב נאך אפילו די טעיפ דערפון.
האט איינער דערמאנט די לעיק דארט טיף אין וואלד, וואו איך בין נאר אראפ געגאנגען צו קענען ארויף קוקן צי ס'איז דא א בער....
יונגל פלוני האט הנאה געהאט צו אריין גיין אהין ביז צו די קניען און שעפן פיש און וואדער באג'ס און סאלאמאנדער'ס...
די פייער קרעקערס איז באמת שיין געוועזן יעדע וואך עקסטער, איך האב נאך זינט דאן נישט געזען אזעלכע שיינע פייער קרעקערס.
געדענק איך אויך איינמאל וואס א גרויסער הונט איז געקומען צו שפאצירן אין קעמפ, אבער מ'האט אים נישט אריין געלאזט, ער איז אריין אין די לאנדרי אין די זייט פונעם מאטעל בעת א פרוי האט געהאלטן אינמיטן צוזאם לייגן אירע וועש געמיטלעך..., איבריג צו זאגן סארא ויצעקו ס'איז געווארן דארט.
איין יאר איז נישט געווען קיין וואסער, און יעדן טאג איז געקומען צוויי טאנקער טראק'ס מיט וואסער, פאר שבת איז געווען א גאנצע דאגה.