געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 21, 2019 6:39 pm

יישר כח פאר פרישוואסער און פאר כא כא כא פארן מיר באדאנקען.
הערשל פרידמאן בין איך נישט, מן הסתם א פערציג יאר אינגער... אבער יישר כח פארן קאמפלימענט...

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » זונטאג יולי 21, 2019 6:41 pm

ער האלט אינמיטן רעדן לייוו ק''מ
שמייכלען פארלאשן

פייערקרעקערס
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » זונטאג יולי 21, 2019 7:28 pm

@טוב, איך בין מיט דיר, גיי אן!

ODOM
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » מאנטאג יולי 22, 2019 12:02 am

טוב ה' לכל האט געשריבן:היינט וועלן מיר אנהייבן מיט א קבר ווי רוב מענטשן וואס זענען שוין אביסעלע ארומגעפארן אויף מקומות הקדושים, זענען שוין דארט געווען, דאס איז די קבר פון 'אביי ורבא'.


...


בקיצור, עס איז דא דארט אסאך אינטערעסאנטע זאכן. אבער אלעס אויסער איין זאך: די קבר פון אביי ורבא...

דאס הייסט אזוי: די קבר פון אביי ורבא געפינט זיך באמת אין די מיליטערישער באזע אין א מערה צו וואו מען קען נישט צוקומען, דאס איז גראדע נישט ווייט פון ווי מען שטייט היינט ביים אנגעגעבענעם קבר.
אבער אין דער גרויסער מערה ווי מען גייט היינט, דארט איז ניטאמאל א מערת קבורה, נאר א פשוטער מערה, ווי מעגליך מען האט זיך דארט אמאל באהאלטן אדער עפעס אנדערש, אבער נישט די קבר פון אביי ורבא.

נאר פארוואס דען זאגט מען אז דארט געפינט זיך עס?
דאס איז צוליב א גרויסע מערכה וואס האט זיך געטון פאר פופציג יאר צוריק, ווען מען האט געבויעט דער באזע. זיי האבן דאן אנגעהויבן צו אויסגראבן מערות קבורה, האט מען דאן געוואלט ארויסשלעפן דעם עולם צו פראטעסטירן, האט מען געזאגט אז זיי ווילן אויסגראבן די קבר פון אביי ורבא, און די עולם איז טאקע געקומען, ווער דען וואלט נישט געקומען צו ראטעווען די קבר פון אביי ורבא. זיי האבן זיך טאקע אינטערגעגעבן, און אין דעם זכות קען מען ביז היינט דא קומען באזוכען, כאטש עס איז נעבן א מיליטערישער באזע וואס געווענליך לאזן זיי נישט צוקומען אזוי נאנט דערצו.


...


גאר נישט פונקטליך ערציילט.
די מערה איז אלע מאהל געווען אנגערופין "מערת אביי ורבא", פאר וועל די מיליטער האט געגראבען און געארבעט דארט.
די מצבות אין די מערה היינט זענען פון "בני רב פפא", וואס זענען ארויס געגראבען פון א מערה נאנט צו דעם וואס היינט איז זי נישטא.
פאר יאהרן לאנג איז געווען איין געצייכנט אויף א אויסגעקריצטען שטיין "מקום מערת בני רב פפא". היינט ווייס איך נישט צו ס'איז נאך דא.
אבער דער אמת איז, די מערה איז אלע מאהל געווען אנגערופין "מערת אביי ורבא", און די מצבות פון די ביינער וואס מ'האט געברענגט לקבורה אין די מערה איז פון "בני רב פפא".
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

89 ד'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג יולי 23, 2019 4:37 pm

געפינען מיר זיך יעצט אינעם דארף 'גוש חלב', מיר האבן שוין דורכגעטון די קברי צדיקים דארט, און יעצט וועלן מיר זען איבער די דארף אליין.
די דארף גוש חלבווערט שוין דערמאנט אין די גמרא אלץ א שטאט וואס איז מוקף חומה מזמן יהושע, דאס מיינט אז דער שטאט שטייט שוין אזוי פאר אריבער דריי טויזענט יאר!
רוב יארן איז גוש חלב געווען באוואוינט בלויז מיט אידן, אבער אין די לעצטע הונדערט פופציג יאר האבן עס די אראבער'ס איבערגענומען.

מערסטנס אראבער'ס וואס וואוינען דארט היינט צוטאגס, זענען קריסטן. אבער נאך אלץ וואוינען דארט גאר אסאך מוסלעמענע אראבער.
די שטאט בארימט זיך מיט דעם וואס זיי קומען זיך גוט אויס מיט אלע רעליגיעס, און כאטש עס וואוינען דארט פון צוויי סארטן קריסטישע גלויבנס, און מוסלעמענע, און זיי וואוינען ארום מיט אידן, דאך פארשטייען זיי זיך מיט יעדעם, און מען קריגט זיך נישט מיט קיינעם.
און למעשה הערט מען טאקע נישט אז מען זאל האבן פראבלעמען מיט זיי, כאטש אידן פארן דארט גאר אפט אריין צו די קברי צדיקים וואס געפינען זיך ממש אין צענטער פון דארף.
איך וויל נאר צולייגן א זאך וואס איך געדענק, אז אויף קול מבשר אין איינע די לענגערע אינטערוויאוס, מיט א גוטע פאר יאר צוריק, דערציילט דארט א איד עפעס א לענגערע געשיכטע וואס איז פארגעקומען מיט אים דא נעבן דעם דארף, ווי עטליכע אראבער האבן געוואלט אים פארכאפן וכו' וכו' און ער איז געראטעוועט געווארן, פארשטייצעך. איך וויל נישט דא יעצט וועגן דער מעשה, בארעדן א גאנצע ערליכע דארף מיט דריי טויזענט אומשולדיגע איינוואוינער, אבער גוט צו וויסן...

יעצט וועלן מיר אריבערפארן דעם דארף, און פארן ווייטער אויפן 89.
תיכף נאך דעם דארף געפינען זיך דריי אידישע ישובים: ספסופא, וואס איז פריי. אור הגנוז, וואס איז פרום און עס וואוינען דארט אזעלכע קאבאליסטישע אידן, ווי די נאמען זאגט שוין... און בר יוחאי, וואס הייסט אזוי וויבאלד עס געפינט זיך נעבן מירון, דארט וואוינען אזעלכע נאציאנאל ערליכע אידן, 'דתי לאומי' ווי עס רופט זיך דארט אין לאנד. פונקטליך וואס דאס באדייט וועלן מיר נישט אריינגיין משום כמה סיבות.

יעצט פארן מיר ווייטער ביז דעם אינטערסעקשן, וואס דא, אויב פארט מען גראד, פארט מען גלייך ביז קיין מירון, און בעצם קען מען שוין זען פון דא די פילע אידישע הייזער פונעם שטאט מירון, אבער מיר וועלן זיך יעצט אוועקדרייען און מאכן א לינקס, זיך שטרענג צו האלטן אויפן ניין און אכציגער.
ווי נאר מען פארט דא, זעט מען שוין אויף די זייטן שיין באוואקסענע וויין גערטנער, און ווי עס שטייט אויפן שילד, באלאנגט דאס פאר 'יקב דלתון' מיט וועם מיר וועלן זיך נאך שפעטער באגעגענען, אבער קודם איז גוט צו וויסן אז נאר זייער פאבריק געפינט זיך אין דלתון, אבער זייערע טרויבן נעמען זיי פון דא, נו נו...
נאך אביסל מיר פארן, קומען מיר אן צו אן ארט פון ווי מען קען דא צופארן צו מערערע קברי צדיקים, אלעס אין די זעלבע געגענט, איינס נישט ווייט פונעם צווייטן: ר' יוסי דמן יוקרת, ר' טרפון, ר' כרוספדאי האמורא, מקום האידרא רבא, אלקנה אבי שמואל, ר' בנאה האמורא, ר' יוסי דמן פקיעין און ר' שמעון בן מנסיא, אלעס באשטעטיגט דורכן אר''י הקדוש (חוץ ר' טרפון וואס מאנכע האלטן טאקע אז עס איז א טעות און ער ליגט נישט דארט).

נישט ווייט נאך די קבר פון אלקנה, געפינט זיך א נייעם אידישן ישוב מיטן נאמען 'כדיתא' אדער 'קאדיטא' אויף אידיש געזאגט.
דאס איז א דארף ווי עס זענען געקומען וואוינען מערערע פארלוירענע צופלויגענע נשמות, וואס האבן געזוכט די מערסט פארשטופט ארט אין גאנץ ארץ ישראל ווי צו אנטלויפן פונעם נארמאלן לעבן און אלעס וואס עס שטעלט פאר מיט זיך... און האבן זיך דארט באזעצט איש על מקומו יחנו. מען קען זיך שוין פארשטעלן וואס דאס מיינט צו זיין די אויסדערוועלטע ארויסשטייענדע משוגעים, אין א לאנד ווי בכלל צו טרעפן א נארמאלע מענטש איז א יקר המציאות, און זיי זענען נאך די משוגעים פון צווישן משוגעים, זכה להם...
א טייל זענען מענטשן וואס ווילן לעבן א עקסטרעם גרינע לעבן, דאס הייסט אן קיין עלעקטריק, אליין פלאנצן דאס עסן, אליין מעלקן די קיען פאר מילך, און נאך און נאך. א טייל קענען סתם אזוי נישט דערליידן דעם נארמאלן לעבן... בקיצור, יעדער מיט זיין פרשה און זיינע משוגעת'ן האבן זיך געטראפן א מקום מנוחה דארט אין כדיתא, ווי יעדער האט זיך זיין שטח און לעבט א לעבן פאר זיך.
עפעס האבן זיי צוטון מיט די רעגירונג וואס קוקט מיט א קרום אויג אויף דער גאנצער ישוב (איך אויך...), וויבאלד זיי האבן זיך דארט באזעצט אומלעגאל, און יעצט שלאגט מען זיך מיט די רעגירונג אז מען זאל באשטעטיגן דעם ישוב איינמאל פאר אלעמאל אז עס זאל יא זיין לעגאל און מען זאל מער נישט האבן קיין פראבלעמען מיט זיי. איין זאך פארשטיי איך נאר נישט, איך מיין, די רגע די ישוב איז שוין לעגאל, איז עס דאך שוין אינגאנצן נישט אינטערעסאנט פאר די אומלעגאלע צעיושעטע פארשוינען, נישט אזוי?.....

ווילנדיג האבן אביסל מער מציאות'דיגע אינפארמאציע איבער דעם ארט צו קענען איבערגעבן פאר די חשובע ליינער, האב איך היינט גערעדט מיט א חבר מיינער וואס האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שוין דארט געווען.
דערציילט ער מיר אז ער איז דארט געווען איין ליל שישי ווען עס קומט פאר א וועכנטליכע שיעור אינעם ארטיגן בית המדרש. זאגט ער, אז עס איז געקומען אזא קאבאליסט פון צפת, און אינאיינעם האט מען געלערנט כל מיני ספרים שונים, ווען אויפן טיש ליגט א טעלער פיל מיט געווירצן, און די עולם קארגט נישט דרויף און זענען ערליך מקיים דעם 'קח לך סמים' מיט א שפע און ברייטקייט, אזוי לערנט מען מיט א געוואלדיגע 'דערהויבנקייט', שוועבנדיג אין די הויכע ספערן מיט די כח פון הצמחים והסמים....
דאס איז וואס ער האט געזען יענעם ליל שישי. די איבריגע צייטן קען איך מיך נאר פארשטעלן...
ווער עס וויל קען דארט אריינפארן און אביסעל באטראכטן דעם מאדנעם לעבנס שטייגער, איך מיין אז עס איז אפילו אינטערעסאנטער פון עמיש טיין, דא רעדט מען פון אידן, א חלק פון זיי שומרי תו''מ אפילו.
אויב איך געדענק גוט איז עס נישט לאנג צוריק געווארן באשריבן אין 'דער שטערן' דורך פנחס גלויבער, דער באקאנטער ארץ ישראל ליב האבער ואכמ''ל.

רוב פונעם 89 ראוד זענען מיר שוין דורכגעפארן, אבער מיר האבן נאך א היבשע שטרעקע צו פארן אויפן ראוד, מארגן וועלן מיר אי''ה פארזעצן צו פארן ווייטער.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 89 ה'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך יולי 24, 2019 4:58 pm

פארן מיר ווייטער, ווערן מיר נענטער און נענטער צום עיר הקודש צפת.
בעפאר צפת פארן מיר אריבער א ראוד מיטן נומבער 886, וואס דארט גייען מיר בקרוב צוריק קומען אי''ה. יעצט פארן מיר ווייטער ווי די ראוד דרייט זיך אויף אראפ, ווען די גאנצע צייט זעט מען פונדערווייטנס די הערליכע מירונע בערג, וואס שטייען ארויס מיט א שטאלץ, ווי ער זאגט ווען 'יא יא, איך בין דער באקאנטער בארג וואס אנטהאלט אין זיך דעם הייליגן גוף פון ר' שמעון, צו ווי אלע שטרעבן אנצוקומען!!'.
אויפן שפיץ פונעם הויכן הר מירון, וואס איז די צווייט העכסטע בארג אין ארץ ישראל, זעט מען ארויסשטייענדע אנטענעס און טעלערלעך, און כאטש עס איז זיצעדיגע, און נישט קיין פליעדיגע... אבער אויך ארום דעם הערשט א מיסטעריע.
ביי די 'לאקאלע' בחורים ווייסט מען קלאר פאר א פאקט, מקובל איש מפי פיש, אז דארט איז פארהאן די מערסט געהיימע מיליטערישע באזע פון די ציוניסטישע מיליטער. און עס איז דארט גאר פארהאן א אינטערערדישע עירפארט אין דעם בארג, פון ווי מיליטערישע פליגערס קענען זיך הייבן בשעת מלחמה, דורכדעם וואס די אויבערשטע חלק פונעם בארג עפענט זיך און מאכט פלאץ פאר די פליגערס ארויסצוגיין. איך קען עס נישט באשטעטיגן אויף הונדערט פראצענט, אבער אזוי זאגן זיי, און געווענטליך ווייסן זיי וואס זיי רעדן...


פארן מיר ווייטער אויפן ראוד אין שאטן פון די מיסטעריעזע הר מירון. יעצט פארן מיר אויף אן הייעך פון בערך צוויי טויזענט פיס העכערן ים פלאך. מיר האבן אנגעהויבן די וועג ביים ים פלאך אין נהריה, אבער פון גוש חלב און ווייטער, האלטן מיר שוין די גאנצע צייט בערך אין דער הייעך פון צוויי טויזענט פיס. נאך אביסל גייען מיר שוין אנהייבן נאכצולאזן און מער גיין בארג אראפ, פאר וועם עס איז געווען צו קאלט דא אויבן, קען שוין טיילווייז אפאטעמען.


יעצט פארן מיר אונטער צפת, ווען אויף די לינקע זייט זעהען מיר העכער אונז די שטאט צפת, בפרט די אלט שטאט און די גרויסע באקאנטע בית החיים, ווי עס ליגן די אלע קדושים וצדיקים.
אויף די רעכטע זייט זעהען מיר א שיין וועלדל, וואס לויפט אראפ אראפ ביז א טיפע טאל אינטען דעם בארג, ווי עס לויפט דער נחל עמוד. נחל עמוד איז א שיינער טייכל וואס לויפט א גאנץ יאר אפילו אין די זומער, פון די איינציגסטע אין א''י, ביז אינטער די מירונער בארג און דערנאך ביז די ים כנרת ווי עס פאלט אריין. מערערע גייען הייקן אין דעם טייך פון צפת קיין מירון, א וועג וואס נעמט בערך דריי שעה.
אויך ליגן דארט אויף דעם בארג עטליכע צדיקים, וואס די אר''י הקדוש האט מגלה געווען מקום מנוחתם. עס געפינט זיך דארט די קברים פון: חוצפית המתורגמן, יהוידע הכהן, עדינו העצני, בריה דרב ספרא, ר' אבא מהזוהר, נחוניא בן הקנה, ר' יצחק מהזוהר און ר' חייא מהזוהר. עטליכע זענען גאר שווער אנצוקומען דערצו, און עטליכע זענען גרינגער.


קורצליך נאכן דורכפארן די שטאט צפת, דערגרייכן מיר דעם העכסטן בריק אין גאנץ ארץ ישראל, דאס איז די 'גשר עכברה'!
זארגט אייך נישט, דער בריק האט נישט צופיל קאמפעטישאן מיט וועמען ער דארף זיך פארמעסטן צו באקומען דעם גרויסן טיטל... אזוי ווי מיר ווייסן שוין, געפינען זיך כמעט נישט קיין וואסערן אין ארץ ישראל, איז אויב אזוי, דארף מען אויך נישט האבן צופיל בריקן אינעם לאנד, דעריבער, איז צווישן די עטליכע בריקן וואס ארץ ישראל פארמאגט יא, געווענטליך פון איין בארג צום צווייטן, איז דאס די העכסטע.
למעשה האט ער שוין נעבעך פארלוירן דעם אויסגעגארטן טיטל, ווען איינער האט עס ממש לעצטנס צוגענומען פון אים. דאס איז דעם נייעם שנעלן באן וואס לויפט צווישן ירושלים אין תל אביב. לכבודו פון דעם נייעם באן מיט וואס די מדינה שטאלצירט אזוי, האט מען געבויט א מעכטיג גרויסן בריק נעבן ירושלים, אינעם באקאנטן טאל ווי מען קומט אריין קיין ירושלים פונעם איינזער, וואס ווער עס איז דארט געווען לעצטנס, האט עס זיכער נישט געקענט פארפאסן.
אבער, א שטיקל טרייסט האט דער שטאלצער בריק, אז דעם טיטל פון די העכסטע בריק פאר קארן, דאס האלט ער נאך אן, און לכאורה גייט דאס קיינער נישט צונעמען פון אים, וויבאלד עס איז נישט דא ווי צו בויען אזאנס.


בקיצור, דער בריק איז געבויט געווארן אין יאר תשס''ב. עס ציט זיך אויף א שטרעקע פון 1,377 פיס, און איז הויעך ביים העכסטן פונקט 420 פיס. די פאנאראמע וואס מען זעט דערויף איז ממש אויג פארכאפנד, מיט הערליכע בערג און טאלן און מעכטיגע פעלזן שטיינער, מען קען זאגן פון די שענסטע אינעם גליל.
צוליב זיין הויעך, וואס איז געווארן אזוי ברייט באקאנט אין די גאנצע לאנד, איז עס געווארן א צוציאונגס קראפט פאר פיינע מענטשן וואס האבן באשלאסן צוצויאגן די ענדע פון זייער שוין גענוג לאנגע לעבן, דורך אויספרובירן וויאזוי עס שפירט זיך צו טאנצן פרייערהייט פון אזוי הויכע בריק... פאר ווייניג מענטשן געלונגט צו ענדיגן זייער לעבן אויף די העכסטע בריק אין ארץ ישראל, צום אויסקוק פון אזא הערליכע זעלטן שיינע פאנאראמע, זכה להם...
די איבריגע וואס האבן נישט אנגעיאגט ביז יעצט צו פאסן דעם איינמאליגן שווערן באשלוס צו ענדיגן דעם לעבן, און דוקא אויף דעם בריק, האבן עס שוין ממילא פארפאסט, וויבאלד נאך מערערע טויט פעלער פון מענטשן וואס זענען בטעות אראפגעפאלן פונעם בריק בשעת'ן געמיטליך און פרידליך שפאצירן דערויף, האט די רעגירונג איינגעזען אז עס איז א מקום סכנה, און איינגעשטעלט ריזיגע נעצן וואס לאזן נישט גרייכן ביז אינטען, נעבעך פאר דער וואס ווערט בלייבט דארט שטעקן... וועלן זיי דארפן זוכן א נייעם ארט, וואס לכאורה איז נישט דא קיין מאנגל דערפון...


בעפאר מיר פארן אריבער אויף דעם הויכן בריק, וועלן מיר אבער צום ערשט זיך פארקירעווען אריין אין א קליינעם באחנ'טן אראבישן דארף וואס געפינט זיך הארט בעפארן בריק, און הייסט טאקע 'עכברה' על שם דעם בריק דערנעבן... אדער פארקערט גאר. וויאזוי איר ווילט.
עכברה איז גאר א אלטע שטאט ווי אידן האבן געוואוינט אינעם זמן הבית המקדש אין בזמן התנאים. ר' אלעזר בן ר' שמעון בן יוחאי האט דארט געוואוינט, ווי עס שטייט אין חז''ל.


צוויי זאכן ווילן מיר זען דא אין דעם דארף: צום ערשט, עטליכע קברי צדיקים, און דערנאך, די ארט ווי עס איז מקובל אז דארט זענען געווארן באהאלטן א טייל פון די כלי המקדש נאכן ערשטן חורבן הבית.
צום ערשט מיט די קברי צדיקים. ווען מיר קומען אריין אין דארף, און אפילו פאר דעם, זעהען מיר שוין פונדערווייטנס די ריזיגע פראכטפולע קעניגליכע פעלזן שטיינער, און פונדערווייטנס קען מען שוין אויך זען עטליכע מערות אין צענטער פון די פעלזן, דארט, האט דער אר'י הקדוש מגלה געווען, ליגן רב זריקא, רב סמא און רב אושעיה זעירא דמן חבריא!
נענטער צום דארף, אויפן בארג קעגן איבער, ליגט די הייליגע תנא ר' ינאי. און העכער ארויף אויפן בארג ליגט די תנאים עקביא בן מהללאל און אדמון. די לעצטע צוויי קברים איז דא חילוקי דעות ווי פונקטליך עס געפינט זיך, אבער זיכער נישט צו ווייט איינס פון צווייטן און ערגעץ אין דער געגענט.
אנצוקומען צו די קברים פון רב זריקא און די אנדערע, איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך, און אפילו היבש מסוכן, צוליב די גראדע פעלזן שטיינער וואס מען דארף דורכגיין, וואס אויב מען גלישט זיך אויס דערויף, קען פאסירן די זעלבע וואס עס פלעגט אמאל פאסירן אויפן בריק דערנעבן...
צו עקביא איז א לאנגע וועג, און צו ר' ינאי איז די גרינגסטע צוקומען, אבער אויך נישט זייער גרינג. בקיצור, אויב האט איר נאכנישט גענדיגט מיט די אנדערע קברים אין גליל, זאלט איר קודם אהין גיין און די קברים אין עכברה זאלט איר לייגען פון די לעצטע אויפן ליסטע...


גראדע, די דארף אליינס, לגבי די אראבער, איז מן הסתם נישט שרעקעדיג. איך בין שוין צוויי מאל דארט געווען, און גארנישט געהאט מיט זיי. רוב פון זיי ארבעטן ביי אידן אין די דערנעבנדיגע צפת, דעריבער זענען זיי נישט קיין צו גרויסע שונאי ישראלים.

און יעצט לגבי די כלי המקדש, איז שוין דא אן אלטע מסורה ביי די ארטיגע אידן, אז דארט אין דעם בארג איז באגראבן געווארן די כלי המקדש. און עס איז אפילו דא א מקובל'דיגע מעשה פון א גוי וואס האט געטראפן דארט אינעם דארף ביי זיך אין פעלד א כלי מיט די אפר הפרה דערינען, און ער האט געהאט אויסצושטיין ציפקע צרות דערפון, ביז ער האט עס צוריקגעלייגט און דאן האט זיך עס אפגעשטעלט.
ווי אויך איז דא א באקאנטע מעשה מיט די שינאווער רב, ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל, איז אויפן וועג קיין צפת האט ער זיך אפגעשטעלט דארט ביי דעם בארג און געבליבן שטיין דארט רוב טאג און נאר נאכדעם ווייטער געגאנגען.
זיין באגלייטער האט נישט געוואוסט וואס עס איז פשט דערפון, ביז ווען זיי האבן דערגרייכט די שטאט צפת, האט ער עס דאן דערציילט פאר די ארטיגע איינוואוינער, האבן זיי אים מסביר געווען אז דאס איז מן הסתם צוליב דעם וואס דארט ליגט באערדיגט די כלי המקדש.
עכ''פ, עפעס טוט זיך דארט אין דעם מעכטיגן בארג. עס איז דא וואס האבן געוואלט זאגן אז נאפאליאן האט גאר אויסגעגראבן האלב בארג צו טרעפן די כלים. אבער דאס איז זיכער נישט אמת וויבאלד נאפאליאן איז ניטאמאל אנגעקומען ביז אהין און איז קיינמאל נישט דארט געווען. מן הסתם קומט דאס, צוליב די מאדנע אויסזען פונעם בארג, וואס קוקט אויס ווי ער פארמאגט אן אפגעגאלטער קאפ...


שוין, האבן מיר גענדיגט מיט עכברה, יעצט וועלן מיר ענדליך ענדיגן די ניין און אכציגער.
מיר פארן יעצט אראפ א שווערע בארג, מיר גייען נידריגער און נידריגער, פון א בארג וואס איז הויעך בערך 1800 פיס, ביז א טאל וואס איז סך הכל א 300 פיס העכערן ים פלאך, פונדערווייטנס קען מען זען די בלויע ים כנרת, און גרויסע חלקים פונעם טאל צו וואו מיר ריכטן יעצט אונזערע טריט, מיט אירע הערליכע פעלדער און שטעטלעך וואס מיר וועלן אט אט באגעגענען פון די נאנט.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מיטוואך יולי 24, 2019 11:58 pm

Wow, דורכגעליינט אין איין אטעם. זייער אינטערעסאנט און ציענד, גוט געשריבן מיט מאסן חידושים!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הייוועי 90 - אצבע הגליל

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:51 pm

נאכן ענדיגן דעם 89, גרייכן מיר די ניינציג.
יעצט וועלן מיר מאכן א לינקס אויפן ניינציגער, און מיר וועלן ארויפפארן צפון זייט.
באמת זענען מיר שוין דא געפארן גאנץ אין דער אנהייב, אבער יעצט וועלן מיר פארן אביסל שטאטער און רוהיגער, און מער זיך ארומקוקן ארום אונז צו באטראכטן די ארומיגע פאנאראמע, און מער פרובירן צו פארשטיין וואס מיר זעהען ארום און ארום.

מיר פארן יעצט אין א הערליכע טאל, גערופן 'עמק החולה'. דער טאל איז ארומגענומען פון פיר זייטן מיט בערג, א טאל וואס מיר קענען פון די ביכער און די דמיונות...
פון רעכטס זעהען מיר פונדערווייטנס די הויכע גולן בערג, וואס איז לעצטנס געווען אין די נייעס צוליב טראמפ'ס אנערקענונג דערויף, וואס האט דאן אויסגערופן א גרויסע שטורעם אין די וועלט. זייט דעמאלטס האבן מיר שוין געהאט נאך צען שטורעמעס, איז עס שוין לאנג פארגעסן געווארן...יעצט איז עס נאר אריין אין די ביכער אלץ נאך א פונקט אין די היסטאריע פון די גולן...
לינקס איז די הרי הגליל העליון ווי עס געפינט זיך צפת און מירון און נאך, וואס א טייל האבן מיר שוין באזוכט, ממש לעצטנס...
פון פארנט זעהען מיר די בארג חרמון און די ארומיגע בערג, וואס די חרמון איז די העכסטע בארג אין די גאנצע געגענט, און שטארט ארויס מיט איר שטאלצע שפיץ אריין אין די הימלען. וואס דאס מאכט זייער גרינג צו עס צו דערקענען אפילו פון גאר ווייט.
און אויף צוריק איז די נידרעגערע בערג פון גליל התחתון, ווי עס ליגט טבריא און נאך.

אין די צענטער פונעם טאל לויפט אדורך די באקאנטע טייך 'ירדן', וואס ווערט מערערע מאל דערמאנט אין די תורה. דא איז דער אויבערשטער טייל דערפון, גאר ווייט פונעם ארט ווי די ירדן האט זיך געשפאלטן ווען די אידן זענען אריין אין א''י. יענער טייל זענען מיר שוין שנעל דורכגעפארן ווען מיר זענען אראפגעפארן דעם ניינציגער. עס געפינט זיך אקעגן איבער די שטאט יריחו.
אין דעם טאל טאקע הייבט זיך אן די ירדן דורך עטליכע קלענערע טייכן וואס ווערן שפעטער איינס, און לויפט לאנגע מיילן, ביזן אריינפאלן אינעם זאלציגן ים המלח.
מיר פארן יעצט אויף א פלאכע ארט, א זאך וואס מיר האבן שוין נישט געהאט פאר א לענגערע צייט, נאכן רייזן א לענגערע וויילע אויף די בערג פון גליל העליון.

די ערשטע שטאט זעהען מיר אויף די לינקע זייט, דאס איז 'ראש הפינה', וואס איז פון די ערשטע אידישע שטעט אין ארץ ישראל, נאך פון יאר תרמ''ב.
גלייך דערנאך זעהען מיר צו לינקס די שטאט 'חצור'. חצור איז א קלענערע שטאט, גאנץ פרום, בפרט געפינט זיך דארט א געגענט 'קריה החסידית' ווי עס וואוינען מערערע גור'ע חסידים.
ווי באקאנט זענען די גור'ע גרויסע נחשונים אין דער ענין פון אריינשפרינגען אין פרישע פראיעקטן אן קיין פחד פון 'מה יאמרו הבריות' און נאך. בפרט אין דער ענין פון גיין וואוינען אויף נייע ערטער.
דאכצעך מיר, זענען זיי די וואס האבן אריינגעברענגט דאס גיין וואוינען אין אשדוד, ווי עס וואוינען היינט טויזענטער היימישע משפחות פון מערערע קרייזן.
ווי אויך אין ערד האבן זיי בערך זעקס הונדערט משפחות. ערד איז א פרייע שטאט אין מדבר, ממש אין א פארריקטע געגענט, א שעה א האלב פון ירושלים, ווייט פון יעדע ציוויליזאציע, דעריבער איז דירות גאר ביליג דארט, וואוינען זיי דארט אין א אייגענע געגענט.
לעצטנס האבן זיי שטארק צוטון געהאט מיט די ארטיגע פרייע, וואס קוקן מן הסתם מיט א שלעכט אויג אויף די פרומע אינוואדירונג, אזוי ווי אין גאנץ ארץ ישראל, דעריבער טיילן זיי לעצטנס אויס רדיפות פאר די ארטיגע פרומע. פונקטליכע דעטאלן ווייס איך נישט.
חצור איז די ווייטסטע ארט ווי זיי האבן געשיקט, דאס קומט אויס בערך דריי שעה פון ירושלים, און עס איז דא גאר ווייניג אפטע טראנספארטאציע פון דארט קיין ירושלים און פארקערט, דעריבער איז דאס גאר א געוואגטע זאך דארט אריינצואווארפן די חסידים אין דעם מקום שמם, און מען דארף האבן אסאך קוראזש פאר דעם, אדער: מען דארף זיין גור דאס צו קענען טון....
איך ווייס נישט צו מען קומט נאך אלץ אהין היינט צוטאגס, און צו עס איז נאך בכלל אזוי ביליג אז עס זאל זיך לוינען אהין צוקומען.

בכלל איז הערשט היינט א שרעקליכע מאנגל אין דירות, אין ירושלים און אין בני ברק. סיי ווייל עס איז נישט דא, און סיי וועגן די הויכע פרייזן אין די געדעכט באוואוינטע ערטער ווי מען וואוינט שוין אלע יארן. דעריבער טוט זיך לעצטנס אויף דעם, סיי ביי פרייוואטע קהילות, און סיי ביי די עסקנים און רעגירונג איינגעשטעלטע צו לעזן דעם קריזיס.
די רעגירונג האט שוין עטליכע מאל פרובירט צוצושטעלן געגענטער פאר די פרומע, אבער יעדע מאל ארבעט זיך עס נישט אויס, ווי למשל אחיסמך נעבן לוד, חריש נעבן די כביש שש און נאך. לעצטנס דאכצעך ארבעט מען אויף א שטאט 'כסיף', ממש א נייע שטאט פון סקרעטש, אויך אין די ווייטע מדבריות, גאר נאנט טאקע צו ערד, אבער די חרדים זענען נישט צופרידן וויבאלד עס איז אין אזא מקום נידח, גאר ווייט פון זייערע צענטערן.
די קהילות פאר זיך פרובירן צו טון וואס זיי קענען צו העלפן זייערע חסידים, ווי וויזניץ וואס שיקט קיין עפולה, די ליטווישע גייען קיין נצרת עילית אין הר יונה און אויך קיין כרמיאל, תולדות אהרן און סטאלין שיקן קיין טבריא צו די נייע אויבערשטע געגענטער, בעלזא דאכצעך קיין קרית גת און נאך אסאך.
ווי אויך האט מען שוין מערערע מאל געפענט גאנצע נייע געגענטער נאר פאר די פרומע, ווי ביתר עילית, מודיעין עילית, אלעד, וואס די אלע זענען טאקע נאר באוואוינט מיט פרומע חרדישע אידן, אבער זיי זענען שוין איבערגעפילט עד אפס מקום.

זענען מיר דא פארפארן איבער די גאנצע לאנד, לאמיר זיך צוריק מצמצם זיין דא ביי אונז אין חצור.
דא אין שטאט געפינט זיך די קבר פון חוני המעגל און זיין אייניקל אבא חלקיה. עס געפינט זיך ביי די אנדערע עק פון שטאט פון וואו מען קומט אריין, עס נעמט סך הכל פינף מינוט דורכצופארן די גאנצע שטאט מיט די אלע כיכרים... ראונדעבאונד בלע''ז.
אינדרויסן פונעם קבר, פארנט אויף די ערד, איז געווארן אויסגעקריצט א גרויסע רינג מיט סימנים פון צוויי פיס, על שמו ולזכרו פון די מעשה וואס איז פארגעקומען מיט חוני המעגל, וואס איז באקאנט פאר אינג און אלט.
די קבר איז אין א מערה אריינגעגראבן אינעם בארג. עס פארמאגט א שיינעם בית המדרש דערנעבן ע''ש חוני המעגל, מיט א פיינעם מקוה אפילו. בקיצור, עס איז גאנץ פיין צוגערישט דארט.
די קבר וואס איז היינט אנגעצייכנט פאר אבא חלקיה, איז בפשטות א טעות, און עס געפינט זיך מער אויבן דעם בארג ווי איך בין נאכנישט געווען, דעריבער וועל איך נישט רעדן איבער דעם, לקיים מה שנאמר: וואס מ'ווייסט נישט רעדט מען נישט...

נאכן זיך אויסבעטן אלעס גוטס, און כאפן אן אויפרישנדן טבילה אינעם ווארעמען מקוה דערנעבן, פארן מיר צוריק ארויס פונעם שטאט, און ביים אריינגאנג דרייען מיר זיך לינקס אויפן ניינציגער מיטן פנים צו צפון און מיר זעצן ווייטער פאר מיט אונזער געשמאקע רייזע. הלואי.... מי יתן....

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:52 pm

יישר כח פאר רופא נפשות און פייערקרעקער'ס פארן מיר באדאנקן און לאזן וויסן אז די עולם האלט מיט.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 25, 2019 5:09 pm

זייער שיין! יישר כח!

נאר אשאד דו לייגסט נישט אבילד פון יעדע זאך
קאפי אימעדזש אדרעעסס פון גוגל אימעדזשעס פעיסט אריין, און דיין ארטיקל ווערט רייכער און שענער טויזנט מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 25, 2019 5:11 pm

לדוגמא

מיר פארן יעצט אין א הערליכע טאל, גערופן 'עמק החולה'.



דער טאל איז ארומגענומען פון פיר זייטן מיט בערג, א טאל וואס מיר קענען פון די ביכער און די דמיונות...
פון רעכטס זעהען מיר פונדערווייטנס די הויכע גולן בערג, וואס איז לעצטנס געווען אין די נייעס צוליב טראמפ'ס אנערקענונג דערויף, וואס האט דאן אויסגערופן א גרויסע שטורעם אין די וועלט. זייט דעמאלטס האבן מיר שוין געהאט נאך צען שטורעמעס, איז עס שוין לאנג פארגעסן געווארן...יעצט איז עס נאר אריין אין די ביכער אלץ נאך א פונקט אין די היסטאריע פון די גולן...

לינקס איז די הרי הגליל העליון ווי עס געפינט זיך צפת און מירון און נאך, וואס א טייל האבן מיר שוין באזוכט, ממש לעצטנס..
.
פון פארנט זעהען מיר די בארג חרמון און די ארומיגע בערג, וואס די חרמון איז די העכסטע בארג אין די גאנצע געגענט, און שטארט ארויס מיט איר שטאלצע שפיץ אריין אין די הימלען. וואס דאס מאכט זייער גרינג צו עס צו דערקענען אפילו פון גאר ווייט.

און אויף צוריק איז די נידרעגערע בערג פון גליל התחתון, ווי עס ליגט טבריא און נאך.
.....

די ערשטע שטאט זעהען מיר אויף די לינקע זייט, דאס איז 'ראש הפינה', וואס איז פון די ערשטע אידישע שטעט אין ארץ ישראל, נאך פון יאר תרמ''ב.





גלייך דערנאך זעהען מיר צו לינקס די שטאט 'חצור'.


חצור איז א קלענערע שטאט, גאנץ פרום, בפרט געפינט זיך דארט א געגענט 'קריה החסידית' ווי עס וואוינען מערערע גור'ע חסידים.
ווי באקאנט זענען די גור'ע גרויסע נחשונים אין דער ענין פון אריינשפרינגען אין פרישע פראיעקטן אן קיין פחד פון 'מה יאמרו הבריות' און נאך. בפרט אין דער ענין פון גיין וואוינען אויף נייע ערטער.

....

זענען מיר דא פארפארן איבער די גאנצע לאנד, לאמיר זיך צוריק מצמצם זיין דא ביי אונז אין חצור.
דא אין שטאט געפינט זיך די קבר פון חוני המעגל און זיין אייניקל אבא חלקיה. עס געפינט זיך ביי די אנדערע עק פון שטאט פון וואו מען קומט אריין, עס נעמט סך הכל פינף מינוט דורכצופארן די גאנצע שטאט מיט די אלע כיכרים... ראונדעבאונד בלע''ז.



אינדרויסן פונעם קבר, פארנט אויף די ערד, איז געווארן אויסגעקריצט א גרויסע רינג מיט סימנים פון צוויי פיס, על שמו ולזכרו פון די מעשה וואס איז פארגעקומען מיט חוני המעגל, וואס איז באקאנט פאר אינג און אלט.



א נענטערן בליק, מקען זעהן די צוויי פיס אונטערן טיש



די קבר איז אין א מערה אריינגעגראבן אינעם בארג. עס פארמאגט א שיינעם בית המדרש דערנעבן ע''ש חוני המעגל, מיט א פיינעם מקוה אפילו. בקיצור, עס איז גאנץ פיין צוגערישט דארט.



די קבר וואס איז היינט אנגעצייכנט פאר אבא חלקיה, איז בפשטות א טעות, און עס געפינט זיך מער אויבן דעם בארג ווי איך בין נאכנישט געווען, דעריבער וועל איך נישט רעדן איבער דעם, לקיים מה שנאמר: וואס מ'ווייסט נישט רעדט מען נישט...



נאכן זיך אויסבעטן אלעס גוטס, און כאפן אן אויפרישנדן טבילה אינעם ווארעמען מקוה דערנעבן, פארן מיר צוריק ארויס פונעם שטאט, און ביים אריינגאנג דרייען מיר זיך לינקס אויפן ניינציגער מיטן פנים צו צפון און מיר זעצן ווייטער פאר מיט אונזער געשמאקע רייזע. הלואי.... מי יתן.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג יולי 25, 2019 5:30 pm

צו איינס: ביסט גערעכט, אבער איך שרייב עס אן אינטערנעט, דערנאך לייג איך עס אריבער מיט א יו עס בי, דעריבער האב איך נישט די מעגליכקייט. יישר כח פארן סעמפל!!

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג יולי 25, 2019 5:37 pm

נעקס טיים שיק מיר עס אין אישי קודם אויב וועל איך האבן אפאר מינוט (סנעמט נישט קיין צייט סאיז איין סערטש אין גוגל) וועל איך דיר אריינלייגן די בילדער
סאיז ממש אשאד ווייל מיט די בילדער פילסטו ממש אז דו ביסט דארט

עני וועי יישרך פארן אשכול!
געוואלדיג!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג יולי 25, 2019 6:15 pm

יישר כוח! Keep it up!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג יולי 25, 2019 10:16 pm

הערליך

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג יולי 25, 2019 11:30 pm

זייער זייער הנאה געהאט

יישר כח מעומק הלב

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » פרייטאג יולי 26, 2019 12:28 am

טוב ה' לכל, ייש"כ פאר דיין רייכע באשרייבונג, יעצט געטראפן, און געליינט כולו בנשימה אחת.

אגב איבער דעם
טוב ה' לכל האט געשריבן:אויפן שפיץ פונעם הויכן הר מירון, וואס איז די צווייט העכסטע בארג אין ארץ ישראל, זעט מען ארויסשטייענדע אנטענעס און טעלערלעך, און כאטש עס איז זיצעדיגע, און נישט קיין פליעדיגע... אבער אויך ארום דעם הערשט א מיסטעריע.
ביי די 'לאקאלע' בחורים ווייסט מען קלאר פאר א פאקט, מקובל איש מפי פיש, אז דארט איז פארהאן די מערסט געהיימע מיליטערישע באזע פון די ציוניסטישע מיליטער. און עס איז דארט גאר פארהאן א אינטערערדישע עירפארט אין דעם בארג, פון ווי מיליטערישע פליגערס קענען זיך הייבן בשעת מלחמה, דורכדעם וואס די אויבערשטע חלק פונעם בארג עפענט זיך און מאכט פלאץ פאר די פליגערס ארויסצוגיין. איך קען עס נישט באשטעטיגן אויף הונדערט פראצענט, אבער אזוי זאגן זיי, און געווענטליך ווייסן זיי וואס זיי רעדן...

מ'דערציילט (איך קען נישט נעמען אחריות דערויף), אז ווען דער אמרי חיים פון ויזניץ האט שפאצירט אמאל אויף דעם בארג, האט אים א גענעראל, צוגערופן, און געוויזן דעם געהיימען אריין גאנג צום באזע וואס געפונט זיך אינעם בארג, וואס קיינער קען נישט זעהן, חוץ די מורשים לכך.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג יולי 28, 2019 2:59 pm

א דאנק טוב.
א געוואלדיגע הנאה געהאט אפצולעזן אייערע שורות.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

לאדז'ער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

תגובהדורך לאדז'ער » זונטאג יולי 28, 2019 4:43 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:גלייך דערנאך זעהען מיר צו לינקס די שטאט 'חצור'. חצור איז א קלענערע שטאט, גאנץ פרום, בפרט געפינט זיך דארט א געגענט 'קריה החסידית' ווי עס וואוינען מערערע גור'ע חסידים.
ווי באקאנט זענען די גור'ע גרויסע נחשונים אין דער ענין פון אריינשפרינגען אין פרישע פראיעקטן אן קיין פחד פון 'מה יאמרו הבריות' און נאך. בפרט אין דער ענין פון גיין וואוינען אויף נייע ערטער.
דאכצעך מיר, זענען זיי די וואס האבן אריינגעברענגט דאס גיין וואוינען אין אשדוד, ווי עס וואוינען היינט טויזענטער היימישע משפחות פון מערערע קרייזן.
ווי אויך אין ערד האבן זיי בערך זעקס הונדערט משפחות. ערד איז א פרייע שטאט אין מדבר, ממש אין א פארריקטע געגענט, א שעה א האלב פון ירושלים, ווייט פון יעדע ציוויליזאציע, דעריבער איז דירות גאר ביליג דארט, וואוינען זיי דארט אין א אייגענע געגענט.
לעצטנס האבן זיי שטארק צוטון געהאט מיט די ארטיגע פרייע, וואס קוקן מן הסתם מיט א שלעכט אויג אויף די פרומע אינוואדירונג, אזוי ווי אין גאנץ ארץ ישראל, דעריבער טיילן זיי לעצטנס אויס רדיפות פאר די ארטיגע פרומע. פונקטליכע דעטאלן ווייס איך נישט.
חצור איז די ווייטסטע ארט ווי זיי האבן געשיקט, דאס קומט אויס בערך דריי שעה פון ירושלים, און עס איז דא גאר ווייניג אפטע טראנספארטאציע פון דארט קיין ירושלים און פארקערט, דעריבער איז דאס גאר א געוואגטע זאך דארט אריינצואווארפן די חסידים אין דעם מקום שמם, און מען דארף האבן אסאך קוראזש פאר דעם, אדער: מען דארף זיין גור דאס צו קענען טון....
איך ווייס נישט צו מען קומט נאך אלץ אהין היינט צוטאגס, און צו עס איז נאך בכלל אזוי ביליג אז עס זאל זיך לוינען אהין צוקומען.

דיין געשרייבעכס איך זייער געשמאק צום ליינען. הן די ידיעות און הן די שפאך. א גרויסען יישר כח פאר דיין הארעוואניע.
די מספר פון משפחות אין ערד האלט שוין מער פון טאפעלט פון די סכום וואס די שרייבסט. 1200+ כן ירבו. אבער מ'מוטשעט זיך טאקע אסאך ארום מיט די פרייע שכנים, ורוח הקודש אומרת כן ירבו.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 28, 2019 7:10 pm

קרייסלער האט געשריבן:פון ווי נעמט איר די מקור אז דאס איז נישט קבורת אביי ורבא און צו זאגן אז מהאט איינגערעדט דעם עולם די ארויס צושלעפן צו א פראטעסט ?


מהאט געבעטן מזאל מגיב זיין נאר דא אין נישט אינעם צווייטן אשכול.

לגופו של שאלה סאיז באוואסט אין גאנץ ארץ ישראל, קדמונינו אליין האט שיין לאנג מודה געווען אויף דעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 90 - אצבע הגליל

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 28, 2019 8:05 pm

פארן מיר ווייטער אויפן ניינציגער צו צפון.
נאך א קורצע צייט פארן, קען מען מאכן א רעכטס אויפן איין און ניינציג, וואס פירט דורך דעם גאנצן טאל ביז די גולן בערג און ארויף ביז די גרעניץ מיט סיריע. מיר אבער האלטן זיך צו די גראדע ליניע, און פארן ווייטער ארויף, ביז מיר זעהען אז מען קען זיך דרייען רעכטס צו די פרייע ישוב 'אילת השחר'.
דא פארן מיר אריין, פאר ווער ס'האט אן אינטערעסע אין ארכיאלאגיע. ווער נישט, קען ווארטן אינדרויסן אויפן ניינציגער, אדער ביזדערווייל אריינפארן אינעם דערנעבנדיגן ישוב און זיך איינהאנדלען עפעס איבערבייס אינעם גראסערי, אדער דארט שפילן פענטבול שיסערייען, וואס געפינט זיך אינעם ישוב. און אז מען וויל קען מען טון אלעס, אויפן פאפיר האבן מיר צייט פאר אלעמען...

נעבן דעם ישוב געפינט זיך איינע פון די גאר היסטארישע ארכיאלאגישע ערטער אינעם לאנד, גערופן 'חצור'.
חצור ווערט אסאך דערמאנט אין יהושע און שופטים און אין נאך ערטער, סיי ביים איינעמען די לאנד, ווען מען האט פארברענט די גאנצע שטאט. און בעיקר ביי די גרויסע מלחמה צווישן ברק און דבורה הנביאה, אקעגן יבין מלך חצור און זיין גענעראל סיסרא.
די שטאט חצור איז געווען פון די גרעסטע שטעט אין יענע צייטן, פאר די דעמאלטס'דיגע מושגים, און ווי די פסוק רופט עס 'ראש לכל הממלכות האלה'. היינט איז עס די גרעסטע שטאט וואס מען האט נאר אויפגעגראבן אין ארץ ישראל, פון די צייטן בעפאר דעם צווייטן בית המקדש.
די גרויסע מלחמה צווישן חצור און כלל ישראל איז למעשה פארגעקומען אין עמק יזרעאל, לויט די חוקרים, זייער ווייט פון דא. די סיבה דערצו איז א פשוטע, אבער דאס צו פארשטיין, דארף מען צום ערשט דורכליינען די אינטערעסאנטע באשרייבונג אינעם בוך 'ארכיאלוגיה המקראית' חלק ב'.
דארט געט ער א גרויסע דעקונג פאר די שטאט חצור און איר היסטאריע, טאקע על פי וואס מען האט געפונען אין די ארטיגע גראבונגען, וואס מען קען נאך היינט זען אויפן פלאץ. און לויט ווי ער שרייבט, שטימט זייער שיין די פסוקים מיט די געפינסן אויפן ארט, אנדערש ווי די חוקרים זאגן. עיין שם ותבין.
די מערערע כלים און נאך וואס מען האט געפינען ביי די ארכיאלאגישע גראבונגען, געפינען זיך היינט צוטאגס אין די ארטיגע מוזעאום וואס שטייט ביים אריינגאנג צום ישוב.
בקיצור, פאר וועם עס איז אינטערעסאנט, קען דארט באזוכן און באטראכטן די פיר טויזענט יעריגע שטאט וואס מען האט ארויסגעגראבן פון אינטער די ערד, ווי מערערע היסטאריע אין כלל ישראל האט זיך אפגעטון דארט און ארום.

שוין, נאכן וויילן אביסל אין די אלטע חצור, אדער אין די ישוב פאר וויכטיגע איינקויפונגען, וועלן מיר ווייטער פארזעצן צו שטעלן אונזערע טריט אויפן ניינציגער אין ריכטונג פונעם שטאט קרית שמונה.
אויפן וועג פארן מיר פארביי נאך עטליכע קלענערע אידישע ישובים וואס זענען פלאצירט אויפן גרונד פונעם פרעכטיגן טאל, ארומגענומען מיט א נאטורליכע מויער פון אלע פיר זייטן, ווען אין די שפיץ שטייט די חרמון בארג און קוקט אראפ מיט א שטרענגע מינע פאר ווער עס וועט זיך וואגן צו טון עפעס שלעכטס פאר די ארטיגע איינוואוינער, קענען מיר פארן רוהיג און זיך שפירן פארזיכערט.
אז מען רעדט טאקע פון פארזיכערט, איז כדי צו צולייגן אז אין דעם טאל וואוינען כמעט נישט קיין אראבער, וואס דאס איז נישט קיין אפטע זאך אינעם לאנד, אז אין אזא גרויסן שטח זאל זיך נישט געפינען כמעט קיין שום אראבישע ישובים. אזא זאך געט אלץ צו פאר די רוהיגקייט פון די געוויסן...
די איינציגסטע אראבישע ישוב איז די בעדואינער דארף 'טובא זנגריה', אין די דרום טייל פונעם טאל, ווי מען קען זען אויף די מאפע. גראדע זענען די איינוואוינער פון יענעם דארף גארנישט אזעלכע גרויסע צדיקים, און מערערע מאל האט מען צוטון מיט זיי אין מערערע הינזיכטן, און זענען אסאך אין די נייעס צוליב זייערע צדקות און מעשים טובים... מיר וועלן טאקע נישט אהין גיין, נאר ווייטער אנגיין מיט אונזער רייזע פארזיכערט און אומגעשטערט.

אינמיטן וועג פארט מען אדורך נעבן די וואסער זאמלונג 'אגמון החולה' און נאטורליכע רעזערוו 'שמורת החולה'.
אמאל איז דער לעיק געווען עטליכע מאל אזוי גרויס ווי עס איז היינט, און האט באדעקט א גרויס טייל פונעם טאל ווי היינט איז שיין באוואקסן. אבער וויבאלד זיי האבן געוואלט נוצן די ערד אויף וואס עס האט זיך געפונען די טייך, צו פלאנצן, דעריבער האבן זיי עס כמעט גענצליך אויסגעטריקענט אין די תש''כ יארן.
שפעטער, פאר צוואנציג יאר צוריק בערך, זענדיג אז מען קען דארט סייווי נישט פלאנצן, האבן זיי צוריק פארפלייצט נאך א טייל פון די אויסגעטריקענטע שטחים, אזוי האט מען יעצט א גרויס שטיקל טייכל.

דער טייך איז זייער באקאנט און א שטארק ציענדע ארט פאר באזוכער, בפרט אין די אנהייב זומער און אנהייב ווינטער סעזאנען, ווען טויזנטער פייגלעך באווייזן זיך דארט פאר קורצע וויילעס, און דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן.
ווי באקאנט, טוען מערערע סארטן פייגלעך און קאטשקעס אימיגרירן, מופן בלע''ז, צוויי מאל א יאר. אין די זומער גייען זיי צו די אייראפישע לענדער ווי עס ווערט דאן ווארעם. און אין די ווינטער, ווען עס ווערט קאלט אין אייראפע כמנהג המקום, דאן גייען זיי קיין אפריקע ווי עס בלייבט דאן אויך ווארעם. פארוואס זיי בלייבן נישט זומער אין אפריקע און וואס שטופט זיי צו גיין קיין אייראפע, ווייס איך נישט, דאס באלאנגט שוין מער פאר די וויילדלייף אפטיילונג דא אויפן וועלטל.
דעריבער, בשעת'ן אימיגרירן, דארפן זיי דאך האבן יבשה אינמיטן וועג זיך צו קענען אפריען און כאפן דאס אטעם, איז ווער עס קוקט אויפן מאפע זעט גלייך אז אויב מען גייט פון אפריקע קיין אייראפע דורכ'ן יבשה, אדער פארקערט, דארף דאס גיין דורך ארץ ישראל.
נאך איין וויכטיגע הקדמה דארף מען וויסן בעפאר מיר קומען צוריק צו אונזער לעיק, דאס איז אז קאטשקעס האבן ליב וואסער...
דעריבער, איז דער אגמון החולה גאר געאייגענט פאר די קאטשקעס און פייגלען, ווען אויפן וועג פון אייראפע קיין אפריקע אדער פארקערט, פליענדיג דורך א''י, האבן זיי א וואסער'ל ווי זיך אפצוריען און שעפן פרישע כוחות צו גיין ווייטער.
אויך פארמאגט די וואסער אסאך פיש, וואס פאר קאטשקעס וואס קענען נישט אריינגיין אינעם גראסערי פון אילת השחר זיך איינצוקויפן שפייז, איז דאס זייער איינציגסטע וועג וויאזוי צו שטילן זייער אומגעהוירע הונגער, דורך כאפן עטליכע פעטע פישלעך פונעם טייך, און צו קומען צו די כוחות פארצוזעצן זייער לאנגע רייזע.
אבער גיי פארשטיי, זייער דעסטינאציע איז אייראפע און זיי נוצן ארץ ישראל נאר פאר א סטאפ אינמיטן וועג, אזא בזיון און טיפשות... פונקט פארקערט ווי איך טוה, מיין דעסטינאציע איז ארץ ישראל און איך מאך נאר א סטאפ אין אייראפע צו שפארן אפאר דאללער, קוקט אויס אז קאטשקעס פארשטייען נישט צו קדושת ארץ ישראל...
עס זענען גראדע פארהאן מערערע קאטשקעס וואס האבן יא די קאפ אויפן פלאץ, און פארבלייבן יא דארט א גאנץ ווינטער, אבער נישט אלץ קדושת ארץ ישראל, נאר פשוט ווייל דארט איז אויך היבש ווארעם דורכאויס די ווינטער. אויך עפעס...

פארן מיר ווייטער, זעהען מיר א ראוד אויף די לינקע זייט 899, וואס דאס פארט ארויף צום אויבערשטן טייל פונעם גליל העליון, צו ווי מיר וועלן שפעטער אנקומען אי''ה דורך א צווייטע ראוד. ביז דערווייל וועלן מיר עס איגנארירן און ווייטער פארבלייבן אינעם טאל.
אויף די לינקע זייט קען מען אריינפארן צו עטליכע פרייע ישובים. ווער עס וויל גיין אביסל שיפלען אויפן ירדן, קען גיין צום דארף 'כפר בלום', וואס ליגט ממש אויפן ירדן. מען קען דארט דינגען א שיפל און גיין רעפטינג אראפ דעם ירדן.

פונדערווייטנס זעהען מיר שוין די שטאט 'קרית שמונה', די גרעסטע שטאט אינעם געגנט, וואס די ניינציגער שניידט עס אדורך אינמיטן. אבער בעפאר מיר פארן אריין אינעם שטאט כדי ארויסצוקומען אויף די אנדערע זייט שטאט, וועלן מיר זיך אפשטעלן ביי א אטראקציע ארט, גערופן 'צוק מנרה'.
א 'צוק' באדייט א גלייכע הויכע פעלזן שטיין, קליף בלע''ז. דא געפינט זיך גאר א הויכע צוק, גלייך ארויף העכערן טאל, ביז אויבן פונעם בארג ווי עס געפינט זיך א ישוב מיטן נאמען 'מנרה', דעריבער הייסט דאס 'צוק מנרה'.
האבנדיג אזא שיינע מעכטיג גרויסע פעלז אינטער זיך, מיט די גאנצע הערליכע פאנאראמע ארום, האבן די איינואוינער פונעם ישוב 'מנרה' באשלאסן אז עס איז נישט דא קיין מער פאסיגע ארט צו בויען א טשעיר – ליפט ווי דא, וכך הוה... און אין יאר תש''ס האט זיך עס געפענט פארן ברייטן ציבור, פאר ווער עס איז אין די גיסטע און וויל אביסל זיך הייבן אין די ליפטן אויף א בענקל.
די טשעיר ליפט פארט אויף א שטרעקע פון 6,300 פיס, און הייבט זיך א הייעך פון 2,460 פיס. פון די טיפענישן פונעם טאל, ביז הויעך אין די גליל בערג. דאס איז די לענגסטע טשעיר ליפט אינעם לאנד, קאנקורירענדיג מיט דריי אנדערע.... איינס ביי ראש הנקרה, און דאס אנדערע אויפן חרמון.
עס זענען פארהאן נאך עטליכע זאכן צו טון דארט, ווי סנעפלינג, זיפליין, א גרויסע גליטשער פאר טאטעס... און נאך אסאך זאכן.
ווער עס איז אינטערעסירט אין אטראקציעס און פא''ן, זאל דא גיין. נישט ווייל עס איז עפעס געוואלדיג, נאר פשוט ווייל עס איז נישט דא צופיל אנדערע פלעצער ווי צו גיין...
בעצם איז ארץ ישראל בכלל נישט דאס ארט ווי צו קומען פאר אטראקציע ערטער. אזוי ווי עס איז נישט דא דארט צופיל: וואסער, געלט, דירות, ביימער, בריקן, טשעיר ליפטס, פארזיכערטע ערטער, נארמאלע מענטשן... אזוי איז אויך מיט אטראקציע ערטער.
פאר ווער עס וואוינט אין ניו יארק און פארט אהין פאר אזעלכע זאכן, איז עס אזוי ווי אן עסקימא פון אלאסקע וואס גייט קיין פלארידע צו קויפן אייז... ניו יארק און די ארום, פארמאגט הונדערטער אטראקציע ערטער צו וואו מען קומט פון די גאנצע וועלט. אבער באמת, וועל איך נישט זיך מאכן אזוי טאמעוואטע, און איך וועל מיך מודה זיין אז איך פארשטיי גוט פארוואס דוקא אין ארץ ישראל וועט מען גיין אויף אזעלכע ערטער, און נישט אין ניו יארק...
פאר מען גייט אהין איז כדאי זיך נאכצופרעגן צו עס איז בכלל אפן, און וויפיל איז אפן, ווייל מערערע מאל זענען זיי פארשפארט אינגאנצן, אדער טיילווייז צוליב איבערבויען און פארעכטן. אז עס איז שוין יא דא עפעס, איז עס אבער אויפן ארטיגן נוסח, היינט זעמיר פארמאכט, 'סגור', טו מיר עפעס...

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג יולי 28, 2019 9:21 pm

ליינט דעם אשכול מיט איין אטעם צוגעלייגט בילדער
viewtopic.php?p=1969901#p1969901
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 28, 2019 11:32 pm

יעצט באמערקט ביידע אשכולות, ממש משוגע צו ווערן.

יישר כח טוב ה' לכל - דיין שפראך איז רייך און היימיש, א נחת צו לעזן.

און יישר כח איינס - מאכסט עס שטארק ציענד פארן אויג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג יולי 28, 2019 11:47 pm

לכאורה האט געשריבן:יעצט באמערקט ביידע אשכולות, ממש משוגע צו ווערן.

יישר כח טוב ה' לכל - דיין שפראך איז רייך און היימיש, א נחת צו לעזן.

און יישר כח איינס - מאכסט עס שטארק ציענד פארן אויג.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג יולי 29, 2019 12:26 am

איך מוז צושטימען צו @איינס, איך פלעג בעיקר לעזן נאר דער אנדערער אשכול פון געאגראפיע ארום די וועלט וויבאלד ס'איז מער כלליות'דיג, מ'שפאצירט נישט אזוי פון דער נאנט, איך בין נאך קיינמאל נישט ארום געפארן א"י איז מיר דאס נישט אזוי אינטערעסאנט.

ביז..... ביז @איינס איז אנגעקומען און געלייגט בילדער, אזוי שפיר איך ממש דערינען! א מייסטערווערק פון אן ב'שותפות'דיגער ארבעט, שפראך, ידיעות און קענטעניסן פון טוב ה' לכל, בילדער פון איינס, א מחי' צו לעזן!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געשיקטער, זכרון בספר און 4 געסט