געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תולדות א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 5:23 pm

האלטן מיר ביי פרשת תולדות.
די תורה הקדושה דערציילט אונז אז יצחק אבינו איז געגאנגען קיין גרר נאך וואס עס איז געווען א הונגער אין לאנד.
די חוקרים זענען אין א גרויסע צומישעניש איבער דאס ריכטיגע ארט פון די אלטע גרר.
לויט ווי עס קוקט אויס פון די פסוקים דארף דאס אוודאי זיין גאר א גרויסע שטאט, די הויפט שטאט פון די פלשתים ווי אבימלך האט דאן געוואוינט. און אזא זאך דארף זיין נישט שווער צו טרעפן לכאורה.
ווי אויך זעט מען גאנץ קלאר אין די פסוקים אז דאס געפינט זיך נישט ווייט פון באר שבע, צו ווי יצחק איז אנגעקומען ווען מען האט אים ארויסגעשטיפט פון גרר. ווי אויך זעט מען אין די פסוקים פריער אז עס איז נעבן עזה, וואס די צוויי ווייסט מען זיכער ווי עס איז.

למעשה האבן די חוקרים נישט קיין קלארע ארט ווי דאס איז, עס איז דא השערות אויף דא און דארט. אבער אין די ספר 'מקרא וארכיאלוגיה' טענה'ט ער, אז לויט זיינע חידושים אין די ארכיאלאגיע פון ארץ ישראל און ארום, איז עס קלאר אויף א געוויסע ארט נעבן די מושב גילת, נישט ווייט פון די גרעסערע שטאט אופקים.
דאס הייסט אזוי: לויט די חוקרים איז די תקופה פון די אבות הקדושים, ערגעץ ווי אין די תקופה וואס זיי רופן 'תקופת הברונזה', און לויט האבן זיי כל מיני קשיות און סתירות. אבער לויט זיין הסברים און ראיות, איז די תקופת האבות אין די תקופה וואס ווערט גערופן 'תקופה הכלקוליתית', היבש א פריערע צייט, משום כמה הוכחות. לויט דעם איז אסאך זאכן פארענטפערט און עס שטימען די געפינסן אויפן פעלד מיט די דברים הכתובים.
און לויט דעם זאגט ער, איז דא גרויסע ארכיאלאגישע ארט פון יענע צייטן, וואס מען זעט קלאר אז עס איז געווען א גרויסע צענטער און די הויפט שטאט פון די גאנצע געגענט. יעצט, די חוקרים זאגן נישט אז דאס איז גרר, וויבאלד לויט זיי איז דאס פון א פריעדיגע תקופה.
אבער לויט אים, דאן איז דאס לכאורה די 'גרר' פון די פסוק, ווי יצחק אבינו איז געווען א שטיק צייט, און ווי ער האט געהאט צוטון מיט אבימלך און אזוי ווייטער. און בעצם אויך ווי אברהם אבינו איז געווען, און נאך.

אגב, לאמיר צוריקגיין א מינוט צו אברהם אבינו. ביי אברהם שטייט א אינטערעסאנטע פסוק וואס איז לכאורה אומפארשטענדליך 'וישב בין קדש ובין שור ויגר בגרר'. דער לשון איז נישט קלאר וואס דאס מיינט אזויווי יעדער קען אליין זען.
און נאך מער, גרר איז אין צפון הנגב, נעבן עזה. קדש און שור זענען זיכער אין צפון סיני, איז ווי שטימט עס?
וויל דער מחבר הנ''ל זאגן אזוי: אין די ארכיאלאגישע געפינסן האט מען געטראפן אז סיי אין צפון נגב און סיי אין צפון סיני האבן געוואוינט די זעלבע מענטשן, ווי מען זעט פון די כלים וכדומה, נאר אין צפון נגב האט מען געפאשעט די שאף, און אין צפון סיני האט מען איינגעפלאנצט פירות וירקות. לכאורה רעדט מען דא פון די זעלבע מענטשן, נאר א טייל יאר האט מען געוואוינט דא און געארבעט מיט דעם, און א טייל יאר געוואוינט דא און געארבעט מיט דעם, ווי די סדר יענע צייטן.
אויב אזוי, קען מען זאגן אז אברהם אבינו האט געוואוינט אויף צוויי ערטער, א טייל יאר האט ער געוואוינט אין גרר און געפאשעט די שאף, אזויווי מען זעט בפירוש אז יצחק אבינו האט דארט טאקע געפאשעט שאף, און האט אויך געהאט צוטון מיט אנדערע פאסטוכער. און א טייל יאר האט אברהם אבינו געוואוינט אין צפון סיני און געארבעט פעלד ארבעט.
און עס שטימט שיין מיט די לשון הפסוק, אז ביי 'בין קדש לשור' איז דא א לשון פון ישיבה, וואס דאס איז מער א לשון פון זיין באזעצט אויף א ארט כידוע, ווייל ביי פעלד ארבעט וואוינט מען אויף איין פלאץ רוהיג נעבן דאס פעלד. משא''כ ביי פאשענען שאף וואנדערט מען ארום כידוע און עס איז נישט קיין באזעצטע ארבעט, דעריבער ווערט עס גערופן 'ויגר', וואס איז א לשון ארעי כידוע.

שפעטער האט מען ארויסגעשטיפט יצחק פון דארט, איז ער געגאנגען נישט ווייט פון דארט, אין נחל גרר. לכאורה מיינט דאס אז האט געוואוינט אינדרויסן פון שטאט, נעבן דעם נחל, ווי ער האט געפאשעט זיינע שאף וכו'.
דערנאך האט ער געהאט צוטון מיט די פאסטעכער פון גרר וואס האבן דארט אויך געפאשעט זייערע שאף.
דערנאך האט ער געוואוינט אין באר שבע, וואס די תורה הקדושה דערציילט אונז אז ער האט דארט געגראבן עטליכע גרובער וכו', ביז עס איז ארויסגעקומען די נאמען באר שבע.
דאס איז לכאורה אביסל שווער, ווייל די נאמען באר שבע ווערט שוין פריער דערמאנט אין די תורה ביי אברהם אבינו, איז ווי קען שטיין דא אז די נאמען קומט פון יצחק אבינו?

עס זענען טאקע פארהאן ראשונים וואס זאגן אז עס איז צוויי אנדערע שטאט. אנדערע ראשונים זאגן אז צו ערשט האט עס געהייסן שבע מיט א קמץ דערנאך מיט א סגל.
אבער דאס איז גאר אינטערעסאנט אז די תורה הקדושה האט געזאגט אז עד היום הזה הייסט עס באר שבע, וכך הוה, אלע יארן האבן עס די אראבער גערופן באר שבע, און כ''ש היינט. באר שבע איז אלע יארן געווען א גרויסע שטאט, און היינט די דריט גרעסטע שטאט אין א''י.
המשך יבא אי''ה

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 5:30 pm

כמעין המתגבר!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 6:25 am

א נחת צו ליינען, לערנען און פארשטיין! כה לחי!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 9:04 am

יישר כח טוב ה' זייער זייער אינטערעסאנט!

איינס מיר ווארטן אויף די בילדער.... כאטש פון די עבדי יצחק..
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 10:19 am

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יישר כח טוב ה' זייער זייער אינטערעסאנט!

איינס מיר ווארטן אויף די בילדער.... כאטש פון די עבדי יצחק..

איינס קען שוין אויך צוגרייטן די בילדער פון יעקב'ס לייטער פאר פרשת ויצא
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ויצא א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 3:18 pm

יעקב אבינו גייט ארויס פון באר שבע, ויצא יעקב מבאר שבע, אויפן וועג קיין חרן.
שטייט אין די תורה קדושה אז ער האט דערגרייכט א 'מקום' און זיך געלייגט דארט שלאפן, און דארט זעט ער א חלום, און ווען ער וועקט זיך פון שלאף בויט ער דארט א מזבח און רופט דעם מקום 'בית קל', וואס דארט איז בעפאר דעם געווען לוז.
ווי איז דער מקום?

פשטות פונעם פסוק קוקט אויס אז מען רעדט דא פון בית קל וואס מען האט שוין פריער געהאט ביי אברהם אבינו, אבער למעשה זעט מען אין די פסוק אליינס אז יעקב געט יעצט דעם נאמען פארן ארט, און בעצם הייסט עס 'לוז'.
רש''י זאגט טאקע אז מען רעדט דא פון הר המוריה אין ירושלים, אבער למעשה איז ער געווען ביי לוז און נישט אין ירושלים, נאר קפצה הארץ אהין וכו'. אויב אזוי איז נישט קלאר ווי דער ארט איז.

אבער אין רש''י אליינס איז נישט קלאר, פון די ביאור איבער די אויסשטעל פונעם סולם זעט אויס אז מען רעדט יא פון אונזער בית קל וואס מען האט שוין פריער גערעדט.
איבער די היינטיגע בית קל האט מען שוין געזאגט אז מען ווייסט ווי דאס איז, טאקע נישט ווייט פון עי.
און האלטס אייך דאס אטעם, די אראבער האבן גאר א מקום מקובל אויף דאס פונקטליכע ארט ווי יעקב אבינו איז געשלאפן און געהאט דעם חלום... דער חלומ'ט... כאטש חלומ'ט ער פון יעקב...
זיי האבן דארט געבויט א קליינעם בא'חנ'טן בנין שוין יארן צוריק, און היינט האלט מען דאס אויף שיין, מיט א לייטערל געבויט דערנעבן, ווי אויך געפינט זיך דערנעבן איינס פון די עלטסטע ביימער אין ארץ ישראל ארומגענומען מיט א צוים עס צו האלטן ביים לעבן. בקיצור, נאך א פלאץ ווי צו באזוכן אין ארץ ישראל...
דאס ארט, גערופן 'אתר סולם יעקב', געפינט זיך ביים עק פונעם גרעסערן מתנחל'ישן ישוב 'בית קל', אויף א פארזיכערטן ארט אינעם ישוב. און בכלל איז דא דארט א הערליכע פראכטפולע פאנאראמע אויף מיילן ווייט מיט הערליכע בערג און טאלן, א חלום פון א פלאץ... איך פארשטיי שוין פארוואס די אראבער האבן געחלומ'ט אז דא איז געווען די חלום נאר ווי דען?...
שפעטער עמיר זיך נאך טרעפן מיט דעם שטאט.

יעקב אבינו איז געגאנגען קיין חרן, ווי ער איז געווען א גוטע פאר יאר, און ביי די סוף פרשה דערציילט אונז די תורה וויאזוי יעקב אבינו איז אנטלאפן פון דארט צוריק קיין ארץ ישראל צו זען זיין טאטע, און ביי די הרי הגלעד האט אים לבן דערגרייכט נאכן אים נאכלויפן א היבשע שטרעקע.
די הר הגלעד איז אויף די אנדערע זייט פונעם ירדן אין געגענט פון היינטיגע ירדן ביי די גרעניץ מיט ארץ ישראל.

המשך יבא אי''ה

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 3:20 pm

יישר כח פאר הרבנים: איינס, נו גוט נו שוין און אור אייניקל פארן מיר באדאנקען און מודיע זיין אז מען האלט מיט און מען האט הנאה.

צו הרב גיב א שמייכל: עס איז שוין גארנישט קיין שמייכל, עיין בההודעה החדשה.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג דעצמבער 01, 2019 2:11 am

יישר כח טוב

מיר ליינען מיט הנאה

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:31 am

איבער'ן ביאור פון רש"י אויפן לייטער, קומט לכאורה אויס אז ס'איז נישט אונזער בית קל, היות וואס ווען מען ציהט א גלייכע ליניע פון באר שבע צו אונזער בית קל איז עס נישט העכער ירושלים וואס געפינט זיך מער צו מזרח, און רש"י שרייבט 'אמצע שיפועו' איז אנקעגן ירושלים. און לכאורה דערפאר זאגט רש"י אז ס'איז נישט יענער בית קל, נאר לוז איז מער אויף מזרח ארת ישראל ודו"ק.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 8:57 am

כהאב פארפאסט די לעצטע פאר ארטיקלען אבער כהאב מיר יעצט מיטגעכאפט, קיפ איט גואינג! סאיז א וואנדערבארע ארבעט

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יהושע א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:28 pm

מיר וועלן אנהייבן בעזהשי''ת אויך צו רעדן איבער נ''ך, מיהושע ואילך.
פארשטייט זיך אז עס איז כדאי צו לערנען די פסוקים, און דערנאך ליינען די געשריבענע, און בכלל איז עס כדאי וויבאלד עס איז די באשעפער'ס תורה!!

נמוגו כל יושבי כנען
די פסוק אין יהושע הייבט אן אונז צו דערציילן איבער דעם אז אין כנען האט געהערשט גאר א גרויסע פחד און שרעק פון די אידישע קינדער וואס זענען אויפן וועג קיין ארץ ישראל עס איינצונעמען, ווי רחב האט דערציילט פאר די מרגלים.
אין די ארכיאלאגישע גרובינגען געפינט מען טאקע, אז אין יענע צייט האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן א פארמערטע בויעריי איבער דאס גאנצע לאנד, ווי אלע שטעט האבן אנגעהויבן צו בויען גרויסע ברייטע מויערן, און אלע זענען אריינגעלאפן אין די שטעט ווי זיי זוכן זיך צו באשיצן פון א געוויסע דרויסנדיגע געפאר וואס לאקערט אויף זיי. ממש וואס די פסוק זאגט 'נמוגו כל יושבי כנען'.
און טאקע קורצליך דערנאך זעט מען אין די געפינסן, אז די אלע שטעט זענען גענצליך פארניכטעט געווארן און געווארן איבערגענומען דורך א פרעמדע אומבאקאנטע פאלק פונעם מדבר, וואס באופן פלא טרעפן נישט די חוקרים ביי זיי קיין שום עבודה זרה'ס און געטשקעס, אנדערש ווי אלע אנדערע פעלקער וואס זענען לאודעד דערפון.
אז מיר ווייסן אז דאס איז כלל ישראל וואס האט דאן איינגענומען דאס לאנד, וואס גלייבן אינעם איינציגן באשעפער, שטימט אלעס גאר פיין.

חורבן יריחו
יריחו איז איינס פון די גרעסטע קשיות וואס די חוקרים האבן אויף די פסוקים. לויט זייערע זמנים און יסודות און הקדמות, שטימט עס בכלל נישט מיט זייערע געפינסן, וויבאלד יריחו איז שוין פיל פריער חרוב געווארן ווי די צייטן פון יהושע, און מער קיינמאל נישט געהעריג איבערגעבויט געווארן.
אבער לויט די ריכטיגע רעכענונג בספר הנ''ל, דאן שטימט עס וואונדערליך מיט די חורבן וואס די אידן האבן אנגעברענגט דערויף. און ווי די חוקרים שרייבן טאקע, זעט מען אז די ריזיגע מעכטיגע חומות, איז איינגעפאלן דורך א מיסטריעזע אופן וואס זיי קענען נישט מסביר זיין, נישט דורך א שריפה אדער דורך איינווארפן, מעגליך דורך א ערד ציטערניש...
ווער עס קוקט אריין אין די פסוקים ווייסט אז די חומה איז טאקע איינגעפאלן פון זיך מיט ניסים, און איינגעזינקען אין די ערד אזוי גאנצערהייט, ווי מען קען עס נאך זען ביז היינט.
ווי אויך זעט מען קלאר אין די געפינסן, אז די גאנצע שטאט האט מען דערנאך פארברענט מיט אלעמען דערין, דאס שטייט דאך אין די פסוק אז יהושע האט געשטעלט א חרם אויפן שטאט און מען האט אלעס דערנאך פארברענט!
יריחו איז טאקע קיינמאל נישט איבערגעבויט געווארן אויפן זעלבן ארט, ווי מען קען זען אין די ארכיאלאגישע גרובינגען אז זינט דער גרויסער מיסטריעזער חורבן, איז עס אזוי געבליבן בחורבנו. אנדערש ווי אלע אנדערע שטעט פון יענע צייטן וואס זענען איין מאל און נאכאמאל איבערגעבויט געווארן אויפן זעלבן פלאץ. און דאס איז אוודאי צוליב די חרם וואס יהושע האט געשטעלט דערויף!
כהיום איז דא דארט א שטאט יריחו ווי באקאנט, וואס ווערט שוין פיל מאל דערמאנט אין די גמרא. אבער נישט אויפן זעלבן בארג ווי די אלטע, נאר היבש אפגעריקט דערפון.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 6:30 pm

יישר כח פאר הרב קרייסלער און מצב כללי פארן באדאנקען!!

און צו הרב אור אייניקל, די נושא פון בית קל איז גאר פארפלאנטערט און די האסט גוט מעיר געווען. יעדעס מאל דארף מען וויסן צו עס מיינט בית קל אין בנימין, צו אין אפרים, צו די בית קל פון לוז, צו ירושלים, צו שילה, וויבאלד עס קען באדייטן 'דעם אייבערשטנס הויז', ואכמ''ל.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:05 pm

וואו! דו פארסט און גאלאפירסט מיט שנעלקייט און איך קען נישט נאכיאגן

ביי די בילדער בין איך נאך סטאק ביי די נסיעה אין ארץ ישראל, מוועט זיך מוזן צויאגן אביסל...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:29 pm

יישר כח @טוב

ס'איז מוראדיג ווי א צדיק האט א כח.... יעקב אבינו האט נאר געחלום'ט פון א לייטער, און ס'איז ממש אראפגעקומען במציאות, און דערצו שטייט עס נאך אזוי פיל הונדערטער יארן...
ווען דו וועסט מיר ווייזן וואס שטייט אויבן

העט מען רעדן פון אונטערשרייבן

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » זונטאג דעצמבער 01, 2019 9:35 pm

ייש"כ פאר לעבעדיג מאכן די פרשיות, אוי וואלט מיך געהאלפן אזא סטיל ארטיקל איבער די עקודים נקודים וכו', וויאזוי מאך איך עס קלאר פאר די תלמידים...

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

והושע ב'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 5:33 pm

בעפאר איינעמען יריחו איז מען געווען אין גלגל, ווי מען האט געריט, און דארט האט מען געמאכט דעם פסח, און דארט האט מען די ערשטע מאל געגעסן פון תבואות הארץ נאך וואס די מן האט זיך גענדיגט.
גלגל, שטייט אין פסוק, איז ערגעץ נאנט צו יריחו. די חוקרים ווייסן נישט היינט ווי דאס געפינט זיך. איין חוקר האט עפעס יא געטראפן סימנים פון גרויסע רינגען אויף די ערד פון יענע צייטן, וואס ער וויל מקשר זיין צו די נאמען גלגל – גלגלים. קען זיין.

דערנאך איז מען געווען אין עי, וואס עס האט זיך דארט אפגעשפילט שווערע פארלוסטן ביי די מלחמה צוליב די עבירה פון עכן, ביז מען האט עס צום סוף איינגענומען דורך א גאנצע טאקטיק און חכמה.
ווי דאס איז, האבן מיר שוין ארומגערעדט די גאנצע נושא אין פרשת לך לך. און ווי מיר ווייסן שוין הייסט דער מקום נאך ביז היינט 'א'תל' - די תל, אזויווי יהושע האט דאס געמאכט 'וישימה תל עולם שממה עד היום הזה'!

דערנאך ווערט דערציילט אין די פסוקים וויאזוי מען איז געגאנגען צו די ברכות אויפן הר גריזים און הר עיבל.
און די פסוק הייבט אן 'אז יבנה יהושע מזבח לה' אלקי ישראל בהר עיבל'. און אזוי איז פארגעקומען די אלע ברכות ווען כלל ישראל שטייט האלב אויף הר גריזים און האלב אויף הר עיבל.
ווי הר גריזים און הר עיבל זענען, איז קלאר, און אלע יארן איז עס געווען מקובל אויף דעם מקום ווי מען ווייסט היינט. דאס איז צוויי מעכטיגע בערג וואס אינצווישן געפינט זיך די שטאט 'שכם'. ווער עס איז שוין דארט געווען פארשטייט פון וואס מען רעדט, און קען פארשטיין וואס דאס מיינט אז מען איז געשטאנען אויף די צוויי בערג איינס קעגן די אנדערע.
אויף הר גריזים איז היינט צוטאגס דא די שומרונים, זייער פאלשע בית המקדש מיט די מזבח זייערע ווי זיי זענען מקריב קרבנות אין פסח, און אויך מערערע הייזער ווי זיי וואוינען, און ווי אויך איז דא דערויף א אידישע מתנחל'ישע מושב 'ברכה', טאקע ע''ש די ברכות וואס זענען דארט געגעבן געווארן.
ווי אויך איז דא דארט אויפן שפיץ בארג אן נאציאנאלע ארכיאלאגישע פארק מיט אן קבר דערויף וואס עס איז נישט קלאר פון וועם דאס איז, לויט די אראבער האבן זיי א מסורה איש מפי פיש אז דאס איז גאר די קבר פון חמור אבי שכם... חמורים... מצא מין את מינו...
ווי אויך איז דא דארט די אלטע שומרונישע בית המקדש פון טויזנטע יארן צוריק, און נאך.
אויפן הר גריזים קען יעדער ארויף פארן, און דארט איז פארהאן די 'מצפה יוסף' פון ווי מען קען זען גאנץ שכם פון אויבן, און בפרט די קבר פון יוסף הצדיק אין צענטער צו ווי עס איז א סכנה אנצוקומען דורך די גאסן.

ביז אהער איז אלעס פשוט און קלאר, די פלאנטער הייבט זיך נאר אן ווען מען קומט צוריק צו דעם מזבח וואס יהושע בן נון האט געבויט אויפן הר עיבל.
אין די לעצטע יארן טוט זיך גאר אסאך ארום דעם. די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסע חוקר 'אדם זרטל', א כופר און פרייע קיבוצ'ניק, האט געגראבן אלץ ארכיאלאג אויפן הר עיבל, און געפינען א ריזיגן מאדנעם מיסטריעזן בנין מיט א גרויסן גליטשער אראפ דערפון (כבש), שיין באגראבן אינטער זאמד ווי מען וואלט עס ווען אוועקגעלייגט אלץ הייליגע זאך וואס ברויך גניזה.
אלע סימנים האבן געוויזן אז דאס אנהאלט אלע פארשריפטן פון א כשר'ן מזבח, און קיין אנדערן הסבר אויף דעם ריזיגן מאדנעם געבוי האט מען נישט געקענט געבן. די ביינער זענען געווען נאר כשר'ע, די שטיינער זענען נישט אויסגעהאקט געווארן מיט א האמער, א כבש, בקיצור, אלעס וואס מיר ווייסן נאר איבער א אידישע כשר'ע מזבח.
נו, ווי קומט דא א ריזיגע צענטראלע מזבח, אויף א ווייטע פיסטע בארג? דאס איז א גאר שווערע שאלה און דאס האט גאר צוגעברענגט און באוואויגן דעם כופר זרטל צו אנהייבן גלייבן אין די תורה הקדושה, זעהענדיג אז דאס האט נישט קיין שום נארמאלן הסבר נאר דאס אז דא רעדט מען פון די מזבח וואס יהושע האט געבויט אויפן הר עיבל!
שפעטער האט ער שוין אפילו אנגעהויבן צו זוכן נאך ערטער וואס ווערט געברענגט אין די תורה הקדושה, און ער איז געווארן א אננעמער און פארטיידיגער פאר די אמת'דיגקייט פון די תורה הקדושה.
למעשה זענען דא וואס זענען היבש מחולק דערין און מען קען זיך אפשר טענה'ן דערויף צוליב כמה סיבות, אבער זיינע ראיות און סברות זענען גאנץ שטארק, און מען קען זאגן אז ער האט רעכט אין זיינע ווערטער, און גאר אסאך נעמען עס טאקע אן אז מען האט דא געטראפן די מזבח פון יהושע בן נון אויפן הר עיבל, איינס פון די פריעסטע געפינסן אין ארץ ישראל וואס ווערן דערמאנט אין די תורה.
מען קען נאכקוקן אין די ספר 'ארכילוגיה התנכית' פון זמיר כהן ווי ער מאכט דערפון א לאנג און א ברייטס מיט אן אינטערוויאו מיט דעם אדם זרטל.
כהיום קען מען גיין צו דעם ארט נאר מיט א פערמיט פון די מדינה און מיט א מיליטערישע באגלייטונג, סיי וויבאלד עס איז אין א טיילווייזע מיליטערישע זאנע און סיי צוליב די סכנה דערפון זייענדיג אין ארומגענומען מיט געדעכט אראביש באוואוינטע געגענטער.

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:02 pm

ביסט עמעזינג הרב טוב! מ'באלעק מיר זיך די פינגערס!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:40 pm

יישר כח נו גוט נו שוין, געוואלדיג, הר גריזים, פארן מיר באדאנקען!! עמער טאקע ווייטער ממשיך זיין אי''ה.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יהושע ג'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:41 pm

שטארקע שטאט יריחו און מיט עי, און א פחד און שרעק איז זיי באפאלן, און זיי האבן אלע אינאיינעם באשלאסן זיך נישט צו לאזן פון דעם פיינט און פרעמדע אינוואדירער, נאר אינאיינעם וועלן זיי מלחמה האלטן קעגן כלל ישראל.
חוץ איין פאלק וואס האט באשלאסן זיך צו מכניע זיין צו יהושע דורך א שפיצל, דאס זענען די גבעונים. עיין שם די גאנצע מעשה.
אין די פסוק שטייט אז די מענטשן האבן געוואוינט אין די שטעט פון 'גבעון, כפירה, בארות, קרית יערים'.
גבעון איז היינט זיכער ווי דאס איז, אן קליין אראביש דערפל נעבן די קבר פון שמואל הנביא, און ווערט געזען פון דארט, וואס הייסט 'אל ג'יב'.
נעבן דעם דארף איז דא די איבערבלייבענישן פון די אלטע גבעון מיט וועמען מיר וועלן זיך נאך באגעגענען אי''ה, און בפרט האט מען געפינען קריגלעך וויין פון די צייטן פון ערשטן בית המקדש מיט אן אויפשריפט דערויף 'גבעון', וואס דאס באשטעטיגט אויף זיכער אז דא איז 'גבעון'. (אגב, שרייבן די ארכיאלאגן אז מען האט נישט געפינען דא קיין שום שטאט פון די צייטן ווען יהושע האט איינגענומען... ווער עס האלט מיט אביסל אז מיר גייען בעיקר לויטן חשבון פון דעם ספר 'מקרא וארכיולוגיה', דאן שטימט עס לויט דעם גאר גוט, עיין בוויקיפידיה ערך גבעון).
קרית יערים ווערט היינט גערופן די געגענט וואס מיר קענען אלץ 'טלזסטון', א היימישע געגענט נעבן ירושלים, צווישן ירושלים און בית שמש. עס איז נישט זיכער אז דארט איז עס, אבער אזוי איז היינט אנגענומען.
כפירה און בארות ווייזן אויך אן די חוקרים ווי דאס איז, אויך ערגעץ אין יענע געגענט (בארות איז לכאורה אל – בירה נעבן רמאללה), בקיצור, אלעס איז די געגענט פון צפון מערב פון ירושלים, וואס דארט איז געווען א לענדל וואס האבן זיך גערופן 'די גבעונים'. און ווי די פסוק דערציילט אונז, איז גבעון געווען א שטארקע גרויסע לאנד מיט מענשטן וואס זענען געווען גרויסע גיבורים.

דערנאך זאגט די פסוק, איז געקומען די רייע אויף די קעניג פון ירושלים צו ווערן דערשראקן פון די אידן. דאס שטימט טאקע מיט דעם אז גבעון איז נעבן ירושלים.
האט די מלך פון ירושלים גערופן צו די מלכים אין די געגענט ארום, 'חברון, ירמות, לכיש, עגלון', צו קומען נקמה נעמען אין די גבעונים אויף דעם וואס זיי האבן זיך אינטערגעגעבן פאר די אידן. האבן די גבעונים שנעל גערופן די אידן זאלן זיך אנעמען פאר זיי, וכך הוה, יהושע מיט כלל ישראל זענען ארויפגעקומען צו מלחמה האלטן קעגן די פינף מלכים.
די פינף שטעט זענען כמעט אלע קלאר ווי זיי געפינען זיך: ירושלים איז פשוט. חברון אויכעט. לכיש איז אויך קלאר, א תל נישט ווייט פון קרית גת און נעבן א ישוב 'לכיש'.
ירמות איז צאמגעשטעלט מיט אן ארכיאלאגישע ארט גאר נאנט צו בית שמש גערופן 'ירמוך', ווי מען האט טאקע געטראפן א מעכטיגע שטארקע שטאט מיט גרויסע פאלאצן פון יענע צייטן, דאס איז די פאלאץ פונעם ירמות'ן קעניג 'פראם'. (אגב, שטימט עס אויך נאר מיט די שיטה און מהלך פון דעם ספר הנ''ל).
'עגלון' איז נישט קלאר ווי דאס איז. די מערסטע מסתבר איז עס צו צאמשטעלן מיט 'תל חסי' נישט ווייט פון קרית גת ווי מען האט געטראפן פון יענע תקופה א ריזיגע מעכטיגע חומה, וואס שטימט צו זיין א חומה פון א גרויסע שטאט וואס מען האט איינגענומען, און מען זעט טאקע אז יענע שטאט האט מען שטארק חרוב געמאכט. (שטימט אויך בעיקר ע''פ ספר הנ''ל, עיין בוויקיפידיה ערך עגלון ובערך תל חסי).
מער ווייניגער האבן מיר דא די גרויסע שטעט אין דרום ארץ ישראל, וואס לכאורה האבן זיי אינאיינעם געהערשט איבער גאנץ דרום ארץ ישראל. חברון איבער די הרי חברון און אומגעגענט, ירמות איבער די געגענט פון די היינטיגע בית שמש און ארום. לכיש איבער די שפלת יהודה, די געגענט פון די היינטיגע קרית גת און ארום, און ירושלים, איבער די הרי ירושלים. און עגלון איז נישט קלאר.

איז יהושע ארויפגעקומען לוחם זיין קעגן זיי ווי אלע האבן זיך געפונען נעבן גבעון. ער האט זיי פלוצלינג באפאלן און ער איז זיי נאכגעלאפן דורך די 'דרך מעלה בית חורון' ביז עזקה און מקדה. און אין מורד בית חורון האט זיי די אייבערשטער באהאגעלט מיט שטיינער וואס האט געהארגעט גאר אסאך פון זיי.
בית חורון איז היינט קלאר ווי דאס איז. אין די פסוקים זעט מען אז עס איז געווען א בית חורון העליון און א בית חורון התחתון. כהיום איז טאקע דא נעבן גבעון א דארף 'בית ע'ור א פוקא', און אביסל נידריגער דערפון א צווייטע דארף מיטן נאמען 'בית ע'ור א תחתא'. וואס אין אראביש מיינט דאס: בית חורון העליון, און בית חורון התחתון!!
נעבן דעם איז דא היינט א מתנחל'ישע אידישע דארף 'בית חורון'. מען פארט דאס אדורך אויפן 443 פון די עירפארט קיין ירושלים און פארקערט.
דארט אינצווישן איז דא טאקע א אלטע וועג, וואס איז גענוצט געווארן אלע יארן מיטן נאמען 'דרך בית חורון'. די איבערבלייבענישן דערפון זעט מען ביז היינט, און דארט זענען זיי געלאפן צו די פלאכע טייל פונעם לאנד, אנטלויפענדיג פון די אידן.

דערנאך האט ער געהארגעט די אלע פינף מלכים און זייערע שטעט. ווי אויך לבנה און גזר און דביר. און פון דארט איז ער צוריק קיין גלגל האבנדיג איינגענומען גאנץ דרום ארץ ישראל, אויסער די ארץ פלשתים.
'גזר' ווייסט מען היינט ווי דאס איז, נעבן די ישוב 'כרמי יוסף', א באקאנטע ארכיאלאגישע ארט מיט אסאך אלטע איבערבלייבענישן.

און יעצט וועלן מיר ריכטן אונזערע פיס טריט קיין צפון פון לאנד, ווי מיר האבן שוין באזיכט גאר גרינטליך ב''ה און יעצט וועלן מיר זען איבער די מצב דארט ביי כבישת הארץ דורך יהושע

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:44 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:זיי האבן דארט געבויט א קליינעם בא'חנ'טן בנין שוין יארן צוריק, און היינט האלט מען דאס אויף שיין, מיט א לייטערל געבויט דערנעבן, ווי אויך געפינט זיך דערנעבן איינס פון די עלטסטע ביימער אין ארץ ישראל ארומגענומען מיט א צוים עס צו האלטן ביים לעבן. בקיצור, נאך א פלאץ ווי צו באזוכן אין ארץ ישראל...
דאס ארט, גערופן 'אתר סולם יעקב', געפינט זיך ביים עק פונעם גרעסערן מתנחל'ישן ישוב 'בית קל', אויף א פארזיכערטן ארט אינעם ישוב. און בכלל איז דא דארט א הערליכע פראכטפולע פאנאראמע אויף מיילן ווייט מיט הערליכע בערג און טאלן, א חלום פון א פלאץ... איך פארשטיי שוין פארוואס די אראבער האבן געחלומ'ט אז דא איז געווען די חלום נאר ווי דען?...


דעם לייטער ווייסעך נישט צו עס איז דער ריכטיגער לייטער
אבער די שטיינער ארום, קען מען נאך היינט זעהן, נישט אין יענעם דערפל, נאר אין סאמע אלט שטאט ירושלים!,
דער אבן השתיה אויפן הר הבית, איז צאמגעשטעלט פון די שטיינער וואס יעקב אבינו איז געשלאפן דערויף, אזוי שטייט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק לה)
לשיטת הרדב"ז, איז דער סכרא שטיין אויפן הר הבית, דער אבן השתיה!
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 5:46 pm

סאיז א לאנגע שמועס וואס פונקטליך איז די שטיין אנדערע האלטן אז סאיז די מזבח מכמה ראיות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:09 pm

איינס האט געשריבן:סאיז א לאנגע שמועס וואס פונקטליך איז די שטיין אנדערע האלטן אז סאיז די מזבח מכמה ראיות

נו, כ'האב דאך געשריבן 'לשיטת הרדב"ז'
די אנדערע שיטות ווייסעך אויך
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יהושע ד'

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:59 pm

צום ערשט וועלן מיר מוסיף זיין אויף די פאריגע שיעור, ווי מיר האבן דערמאנט די מעשה אין בית חורון ווי די כנענים זענען אנטלאפן און געווארן באהאגעלט מיט שטיינער פון הימל.
אין די גמרא ווערט געפסק'נט אז אויב איינער זעט די דאזיגע שטיינער 'במורד בית חורון', דאן דארף ער מאכן א ברכת הודאה. און אין שו''ע ווערט עס אראפגעברענגט אלץ הלכה. זעט מען אז בימי חז''ל האט מען נאך געזען די שטיינער.
כהיום איז דא טאקע גאר אינטערעסאנטע מאדנע שטיינער אין דער גאנצער געגענט פון בית חורון און אראפ, וואס זענען נישט קיין טייל פון די ערד, און די חוקרים ווייסן נישט פונקטליך וויאזוי דאס איז אהינגעקומען, אבער מיר ווייסן יא, און יעדער קען אליין זען מיט די אויגן אז עס איז אנדערש, נישט ווי נארמאלע שטיינער (מען קען עס זען פון די 443 וכנ''ל).
לכאורה איז עס די זעלבע ווי דאן בימי חז''ל, און מען וואלט ווען געקענט מאכן א ברכה דערויף. למעשה דארף מען מן הסתם מחמיר זיין, וויבאלד מען ווייסט נישט פאר זיכער וויבאלד עס איז נישט אריבער א קבלה דערויף, איז ספק ברכות להקל. (די זעלבע איז מיט חומת יריחו וואס מיר האבן שוין דערמאנט, וואס ווערט אויך געפסק'נט אין די הלכה צו מאכן א ברכה דערויף).

גייען מיר קיין צפון, ווי עס געפינט זיך אן גרויסע ממלכה גערופן 'חצור'.
די ארכיאלאגן זעהען טאקע אין זייערע גרובינגען אז חצור איז געווען פון די גרעסטע שטעט אין ארץ ישראל יענע צייטן.
האט ער צוזאמגערופן די מלכים פון 'אשכף, מדון, שמרון'. די גרעסטע קעניגרייכן אין צפון, און ארויס אין מלחמה קעגן די אידן.
חצור ווייסט מען זיכער ווי דאס איז. אשכף און שמרון זענען נישט קלאר אבער עס איז דא עטליכע השערות דערויף.
מדון ווייסן נישט די חוקרים, אבער לויט דעם ספר הנ''ל שטימט עס גאר שטארק צו זיין אין 'תל בית ירח' נעבן די כנרת, גאר א גרויסע שטאט פון יענע צייטן.
יהושע האט זיי אלע באזיגט און חצור האט ער פארברענט. און דערנאך האט ער גענדיגט איינעמען גאנץ ארץ ישראל אויסער אשדוד גת און עזה (מיט וועמען מען האט נאך ביז היינט צוטון...).

אשדוד ווייסט מען ווי דאס איז. עזה אויכעט. גת איז ווייטער גאר א גרויסע פלאנטער, ועוד חזון למועד.

פארשיקט
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

תגובהדורך פארשיקט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 10:44 am

א גרויסן שכוח.
האלא, ביסט נארמאל?


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לעגאו מענטשעלע, פארדעם און 4 געסט