געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חיים של עושר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 9:30 am

תגובהדורך חיים של עושר » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:45 am

איזה עשיר השמח בחלקו

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

מירון והסביבה

תגובהדורך טוב ה' לכל » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:24 pm

דא יעצט גייען מיר ווייטער פון די קבר פון שמאי, ווייטער ארויף די בארג בערך צען מינוט, ביז מיר דערגרייכן די 'כסא של אליהו'.
דאס איז א שטיין וואס קוקט טיילווייז אויס ווי א בענקל, און עס איז מקובל אז דארט גייט אליהו הנביא קומען און מבשר זיין איבער די גאולה שלימה. שפעטער וועלן מיר זען מער איבער דער ענין פון די גאולה אהער קיין מירון.
דער שטיין איז אזא פעלז וואס קומט ארויס אינמיטן די בארג, צווישן גראז און ביימער. עס איז ממש אויפן טרעי''ל 'שביל ישראל'.

און אז מען רעדט שוין: די 'שביל ישראל' איז א טרעי''ל – שביל, וואס לויפט אדורך די גאנצע לאנד פון אינטען ביז אויבן, אדער פארקערט. פון אילת ביז מטולה.
עס נעמט בערך צוויי וואכן דאס דורכצוגיין צופיס. ווענט זיך וויאזוי מען מאכט עס. מערערע מאכן יעדע חלק באזינדער, און ביינאכט גייען זיי אהיים שלאפן, און די קומענדיגע טאג גייען זיי ווייטער, אנדערע מאכן עס ברציפות און ביינאכט שלאפן זיי איבער אין געצעלטן, מסירות נפש פאר אזעלכע שטותים...
די וועג צופיס פון צפת קיין מירון איז אויך מיט דער וועג. עס לויפט גראדע אויך ביז טבריא פאר ווער איז אינטערעסירט.
דער שביל לויפט אדורך אסאך שיינע און אינטערעסאנטע ערטער, ספעציעל אויסגערעכנט אז עס זאל אדורכלויפן די אלע פלעצער. אויך אסאך נעבן דעם ים הגדול, און פון דארט קיין ירושלים, און נאך אסאך שיינע אינטערעסאנטע ערטער.
ווער עס איז געווארן אנגעצינדן דערפון, און ער וויל מאכן דעם הייק אריבער דעם לאנד, זאל האבן אסאך הצלחה און צוריק ברענגן שיינע באריכטן און בילדער דערפון פאר אונז דא. דרך צליחה ושמיחה.

צוריק קיין מירון. מיר גייען צוריק אראפ דעם בארג. טאקע מיט דעם שביל ישראל, וואס פארט דערנאך ווייטער אריין אינטער די מירונ'ע בארג, וואו עס קומט אן צו בית ג'אן און ברעם צו וואו מיר וועלן שפעטער אנקומען.
מיר קלעטערן ארויף צופיס די שווערע באוואקסענע הר מירון. גראדע האב איך שוין דא אינטען אין דעם טאל צווישן די צוויי ריזיגע בערג, אמאל געטראפן א בעל חי וואס האט אויסגעקוקט ווי א פוקס, אדער א שאקאל. ער האט אדורכשפאצירט אינמיטן נאכט א צוויי פיס פון מיר . איך האב געשריגן אויף אים קולות און געטופעט מיט די פיס, אבער ער האט מיר גענצליך איגנארירט, ניטאמאל א בליק געכאפט אויף מיר. איך האב מיך אינגאנצן באליידיגט, אזוי נישט מורא צו האבן פון מיר... קעצלעך און פייגלעך יאגן פון מיר ווי נאר זיי זעהען מיר, און ער, כאילו איך עקזעסטיר נישט...
אגב, איז אין די נחל עמוד, דארט אינטער צפת, וואו מיר האבן שוין גערעדט, ווי עס געפינט זיך די קברים פון נחוניא בן הקנה און נאך, איז דא גאר אסאך ווילדע חזירים. צומאל קענען זיי זיין מסוכן. דא האב איך נאר געזען קליינע, אבער ווען איך בין געווען א שבת אין די אלטע מגרון (לאמיר זען צו איינער דא ווייסט וואס און וואו דאס איז... אן סירטשן...), האב איך באגעגענט א גרויען ווילדן חזיר, א ריז, גרויס ווי א וואנט. אגב, ער האט זיך יא אפגעשטעלט און געווארפן א געפרוירענעם בליק אויף מיר, אבער געגאנגען ווייטער רואיג און געלאסן, וואוסנדיג אז איך האב מער מורא פון אים וואו ער פון מיר...
אינטערעסאנט איז, אז בערן דא אין אמעריקע וואס קענען איינשלינגען צען חזירים און פופצן שאקאלן אין איין טאג, ציטערט וואו נאר ער הערט – שמעקט א מענטש פון א מייל ווייט. איך רעד פון עקספיריענס, איך פלעג מיך אסאך טרעפן מיט זיי אין די הויכן פון די קעטסקילס יעדע זוממער. ישראל עזים הן, אפילו די חיות אין ארץ ישראל זענען עזים און עקשנים...

דערגרייכן מיר צוריק מירון. וועלן מיר אנמערקן עטליכע אינטערעסאנטע ענינים ארום מירון.

א מערקווידיגע אנעקדאט קען מען אנווייזן. אז כאטש דער פאקט אז ר' שמעון ליגט דא, ווערט שוין דערמאנט אין די כתבים פון די עולי רגל פאר כמעט טויזענט יאר צוריק, איז אבער אלע יארן געווען די עיקר מצב דא אין מירון, ארום הלל הזקן! און ר' שמעון האט בכלל נישט ארויסגעשטארט צווישן די אלע אנדערע קברי צדיקים, אין די אויגן פון די באזוכער.
נאר נאך וואס די אר''י הקדוש האט מגלה געווען זיינע סודות, און עס איז געווארן באקאנט די יחודיות פונעם זוהר הקדוש און דער מחבר הקדוש, דאן האט זיך אנגעהויבן צו פארמערן די מצב ארום די קבר פון ר' שמעון, און בפרט די הילולא אין ל''ג בעומר.
למעשה, איז די מצב ארום די קבר פונעם תנא הקדוש הלל הזקן, געווען אויך צוליב א אינטערעסאנטע זאך וואס די גאר אסאך עולי רגל שרייבן דערפון. אז מיסטעריעזערהייט פלעגט די מערה פון הלל הזקן זיך אנפילן מיט וואסער, ווען ערליכע אידן זענען אהינגעקומען. דאס איז געווען באקאנט אלע יארן אלץ די 'נס המים'.
אסאך מעשיות און מסורות איז דא ארום דעם נס. אבער אני הקטן, ווען עס איז נאך געווען אפן, האב איך געזען די אינעוויינדיגסטע כוכים אנגעפילט מיט וואסער. לכאורה איז די עיקר נס, אז די וואסער קומט ארויס און פילט אן די גאנצע מערה. אזוי ווי מען קען זען אויף א בילד אין די ספר פון גבאי. און אזוי קוקט טאקע אויס פון זייערע לשונות.
אבער, אינטערעסאנט אז די קבר פון רשב''י ווערט מן הסתם די מערסטע דערמאנט אין חז''ל פון אלע אנדערע קברים. בפרט אין זוהר הקדוש כמובן, און אין נאך ערטער. אין סנהדרין דערציילט די גמרא איבער א שמועס וואס ר' יהושע בן לוי האט געהאט מיט אליהו הנביא ביי די פתח פון מערת רשב''י, לכאורה איז ער דא געקומען דאווענען ביים ציון פון רשב''י!

יעצט, צום אלטן בית המדרש. דאס איז ממש א וואונדער. דער בית המדרש איז געווען אין באניץ שוין פאר כאטש טויזענט און פינף הונדערט יאר צוריק. און דער וואנט מיט די דריי טירן דערין שטייען נאך ביז היינט, טראץ מערערע ערד ציטערנישן וואס האבן שוין געטרייסלט דעם געגענט און חרוב געמאכט גאנצע הייזער.
א עלטערע מסורה איז דא אויף דעם וואנט, אז ווען דער וואנט וועט אראפפאלן, דאן וועט משיח קומען! אין די ספר אויף קברים פון גבאי פרובירט ער צו טרעפן א אינטערעסאנטע מקור בדרך אפשר ע''פ די מימרא פון ר' יוסי בן קיסמא (עיין תורה נ''ז) עיין שם.
אויך ברענגט ער דארט א ווערטל, אז די ציונים האבן די לעצטע יארן עס פארשטערקערט מיט עמודים אז עס זאל זיך האלטן און נישט אראפפאלן, פארמאגנדיג א גאר היסטארישע ווערד. דעריבער, זענען זיי נישט מער ווי מעכבים פון די גאולה... אן דעם אויך...
די אלע מסורות קען מען אביסל צאמשטעלן מיט דעם וואס אין זוהר הקדוש ווערט געברענגט אז משיח וועט נתגלה ווערן אין גליל. איז דאך דא די גליל. און בפרט דא אין מירון ביים תנא ר' שמעון וואס ער האט דאס מגלה געווען, און 'בזוהר דא יפקון מן גלותא'!
דער בית המדרש געפינט זיך אינטער די גרויסע פארקינג לאט רעכטס צו די גרויסן טויער אריינצוגיין צום מערה, דאס הייסט, אינטער די קבר פון רב אדא סבא. נאך די גאנצע פארקינג לאט האט מען א וועג וואס ווערט גערופן 'דרך בורמה' וואס לויפט העכער די גאנצע מושב מירון, און אינטער די הויכע בארג. דארט איז גלייך אין די אנהייב אויף אזא בערגל, די אלטע בית המדרש. און גייענדיג ווייטער טרעפן מיר אסאך חורבנות פון אלטע הייזער, מזמן החז''ל. און דערנאך, ווייטער אויף דער ראוד, האבן מיר די קברים פון ר' יוסי בן קסמא און נאך (ע''פ קדמונינו און שמ''ח).

נאך אינטערעסאנטע זאך. ביי די קבר פון ר' יוחנן הסנדלר קען מען זען א הויכע געבוי, די באקאנטע וואס מען זעט אויף די בילדער. און נאך א קליינע כיפה אינטער דעם. דער כיפה באדעקט די פתח המערה.
פאר עטליכע צענדליגע יאר צוריק איז דארט איינער געשטאנען, און פלוצלינג האט זיך געפענט אינטער אים א לאך. אריינקוקענדיג האט ער געזען א שיינעם קליינעם מערה מיט עטליכע ארונות. ער האט געכאפט בילדער דערפון און דערנאך האט מען עס באדעקט מיט א צעמענטענע כיפה.
דאס ווערט דערציילט אין די ספר פון גבאי, און זיי האבן דארט בילדער פון די מערה און די ארונות. אנכי הקטן האב אמאל געטראפן דארט דער איד וואס האט עס אנטדעקט, און ער האט באשטעטיגט די מעשה.
מען קען בכלל זען פון דעם די פונקטליכקייט און קראנטהייט פון די מסורות, ווי אזויפיל יארן האט מען אריבערגעגעבן במסורה די אקוראטע ארט פונעם קבר פון ר' יוחנן הסנדלר, מיט א פונקטליכע סימן גלייך העכער די מערה זיינע. ועל כל הכלל כולו יצא.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ברעם והסביבה

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:10 pm

עס זענען פארהאן נאך אסאך זאכן צו זען אין מירון. עי' בהכתבים של ר' שמ''ח ועוד. מיר וועלן יעצט גיין ווייטער.
מיר וועלן ווייטער ארויפפארן צו די גוש חלב געגענט אויפן 89, דארט וועלן מיר זיך דרייען אינאיינעם מיטן ראוד צו לינקס אין ריכטונג פון צבעון און סאסא. מיר זענען שוין פריער געפארן דא, אבער מיר ריכטן יעצט אונזערע טריט צו ברעם, א געגענט נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט לבנון.
מיר דערגרייכן דעם 899, דרייען מיר זיך ארויף דערויף. פריער זענען מיר שוין געווען אויף דעם ראוד, אויף די אנדערע זייט דערפון, ווען מיר האבן באזוכט אונזערע טשערקאסים פון ריחאניה, פאר ווער עס געדענקט נאך. יעצט וועלן מיר נאך אביסל, זיך ארויפדרייען אויפן 8967.
אבער צום ערשט, נאך אויפן 899, זעהן מיר צום רעכטס א שיינעם ביימער - געדעכט - באוואקסענעם טאל, דאס איז 'יער ברעם', איינס פון די שענסטע און עלטסטע וועלדער איבערן לאנד.
אין צענטער פון דעם וואלד געפינט זיך א חרוב'ע צאמגעפאלענע בנין, וואס א טאוועל דערויף צייגט אן אז דארט געפינט זיך דער קבר פון אסתר המלכה. צו גיין אהין צופיס, איז א גוטע פופצן צוואנציג מינוט אינעם וואלד צווישן די ביימער, אבער עס איז א גוט אויסגעטרעטענע וועג אהין, קלאר אנגעצייכנט וואו צו גיין, און מיט א פיינעם קילן שאטן פון די פילע ביימער.
למעשה איז יש מפקפקים אויף דעם קבר, און עס קען זיין אז עס געפינט זיך מער צפון נענטער צו די אנדערע קברים.

אגב, וויל איך צולייגען א אייגענע השערה איבער די קבר פון אסתר.
כידוע געפינט זיך די קבר פון מרדכי ואסתר אין די חאמדאן אין איראן, דאס איז גאר באקאנט און פון דעם ווייסן אלע. דער דארטיגע מסורה איז גאר א שטארקע, וויבאלד אידן האבן דארט לכאורה געוואוינט אלע יארן זינט דעם נס פורים. איז ווי שטימען די צוויי מסורות, ליגן זיי אין איראן אדער אין ברעם?
קען זיין אזוי. מרדכי האט דאך לכאורה געהאט א ווייב חוץ פון אסתר המלכה, אסתר האט דאך חתונה געהאט צו אחשורוש. אויב אזוי, קען זיין אז דארט ליגט טאקע מרדכי מיט זיין ווייב, או דא ליגט נאר אסתר וואס האט געוואלט ליגן אין ארץ ישראל, און ווען (איר קינד?) דריוש האט געגעבן ערלויבעניש ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל כידוע, האט זי אויך געוואלט מען זאל איר ארויפטראגן כדאי זי זאל נישט דארפן ליגן אין איראן. אפשר טאקע ווייל זי האט מורא געהאט אז מען וועט איר נאך לייגן מיט איר ארויפגעצווינגענעם מאן דעם גוי גמור אונזער אחשורוש'ן פון די מגילה...
האט מען ממלא געווען איר רצון און איר דא ארויפגעברענגט, און באגראבן דא אין ברעם מחמת איזה סיבה. און מרדכי האט מען באגראבן דארט אין חמדאן, מיט זיין ווייב דערנעבן.
מיט די יארן נאכן וויסן אלץ אז דארט ליגט מרדכי מיט זיין ווייב, האט מען אנגעהויבן צו זאגן אז דארט ליגט מרדכי מיט אסתר, ווייל אזוי גייט דאך עס, 'מרדכי ואסתר'. און די זעלבע דא, האט מען מיט די יארן דא אויך אהערגעברענגט מרדכי פון איראן מיינענדיג אז ער ליגט דא, און למעשה ליגט דא אסתר אליינס.
און אזוי זעט מען טאקע אין די פריעדיגע כתבים, וואס דערמאנען דא נאר אסתר אליינס, און שפעטער האט מען אנגעהויבן צו דערמאנען דא אויך מרדכי. איז די זעלבע דארט, אנגעהויבן האט זיך עס מיט מרדכי, און שפעטער האט אסתר זיך געטראפן אומשולדיג ליגן אין איראן, דאס וואס זי האט דוקא נישט געוואלט.
עס איז נאר בדרך אפשר, די אמת וועט מען דארפן ווארטן אויף ביאת המשיח, ווען מען וועט קוקן ביי תחית המתים ווער עס קומט ארויס פון ווי, וועט מען וויסן ווער עס האט זיך דארט געפינען ביז דאן. ביז דאן, וועט איר לכאורה מוזן בלייבן נייגעריג און זיך האלטן געשפאנט ביזן גרויסן טאג, היום הדין הגדול והנורא, יום שכולו טוב וכולו ארוך.

נאכן האבן די זכיה צו באזוכן ביים קבר פון אסתר המלכה, איינס פון די ווייניגסט באזוכטע קברים אין ארץ ישראל, סיי צוליב די ווייטע געגענט און סיי צוליב די מהלך וואס מען דארף גיין אהין (לכאורה, נאר ריש לקיש אין קציון און די קברים אין עכברה און אפשר נאך געציילטע, דארף מען גיין אזא מהלך אנצוקומען אהין, אלע אנדערע איז שוין היינט גלייך נעבן די ראוד, אדער נישט ווייט דערפון), וועלן מיר גיין ווייטער צו נאך עטליכע קברי צדיקים און נאך.
נאך אביסל פארן, פארן מיר ארויף אויפן קליינעם ראוד די 8967 וואס טראגט אונז גלייך צו די 'גן לאומי ברעם'. דא אריינצוגיין קאסט אפאר שקל, אבער פאר ווער עס האט ליב ארכיאלאגיע און היסטאריע, איז עס לכאורה ווערד.
דא האבן מיר א גאר אלטע בית המדרש, וואס באופן פלא, איז געבליבן שטיין אלע יארן די פרעכטיגע מזרח וואנט דערפון, מיט עטליכע הערליכע טויערן, און אפילו מיט אידישע אויפשריפטן דערויף. דער בית המדרש איז גאר א וויכטיגע היסטארישע ארטיקל אין די וועלט פון אידישע ארכיאלאגיע פון יענע צייטן.
דער בית המדרש איז געבויט געווארן פאר א פופצן הונדערט יאר צוריק, אין די צייט פון די לעצטערע אמוראים. אויף די שוועל שטייט אפילו די נאמען פון דער וואס האט עס געבויט 'בנהו אלעזר בר יודן'.

נעבן דעם גרויסן פראכטפולן בית המדרש געפינט זיך א קלענערע בית המדרש פון יענע צייטן. די חוקרים פלאגן זיך פארוואס מען האט געדארפט צוויי בתי מדרשים אין דעם זעלבן דארף אין די זעלבע צייט. א חסידישע איד (היינט, שוין די ליטווישע אויך...) פארשטייט בכלל נישט די וואונדער... נאר צוויי?...
אויף די צווייטע בית המדרש שטייט אויפגעשריבן אזוי: 'יהי שלום במקום הזה ובכל מקומות ישראל יוסה הלוי בן לוי עשה המשקוף הזה תבא ברכה במעשיו שלום'.
אינטערעסאנט, אז די זעלבע נאמען האט מען געפינען אויף א שוועל פון א אלטן בית המדרש אויך פון דער צייט, אין די ישוב עלמה. קוקט אויס אז דער בויער איז געווען אין יענע צייטן שטארק אויפגעפיקט צו בויען שיינע בתי מדרשים, און ער האט אפילו געהאט שכל און איבערגעלאזט א זכר פון זיך פאר פופצן הונדערט יאר שפעטער מען זאל געדענקן אז ער האט אמאל געטויגט צו עפעס... כי אם תורה ומעשים טובים בלבד...
א אינטערעסאנטע זאך דערציילן עטליכע עולי רגלים אין זייערע כתבים. זיי רעדן איבער א אויפשריפט וואס זיי האבן געפינען דארט, ווי עס איז געווען געשריבן 'אל תתמהו על שלג שיורד בניסן כי אנחנו ראינוהו בסיון!'.
דאס איז ממש א פלא, ווי מיר האבן שוין ברייט אוסגעשמועסט די ענין פון שניי אין ארץ ישראל. היינט קען מען אפשר ערווארטן אין סאמע ווינטער פון טבת – שבט, נאכדעם איז עס ניטאמאל א חלום. אבער דא רעדט מען פון סיון ווען דארט בראט שוין די זון אויף ניינציג – הונדערט, און דא האט גאר דאן געשנייט! ריכטיג גלאבעל יורמינג...

נאכן דא באוכן און נתפעל ווערן פון די אלטע הערליכע בתי מדרשים, וועלן מיר פארן אביסעלע ווייטער צפון אויפן 8967, ביז מיר וועלן גרייכן גרינגערהייט די קברים פון עטליכע צדיקים מיט אן אינטערעסאנטן צאמשטעל: עובדיה הנביא מזמן בית ראשון, מר זוטרא מזמן האמוראים, און הילד נחמן קטופא מזמן הגאונים (לכאורה).
עובדיה הנביא ווייסן מיר דאך, ער האט גראדע די קלענסטע ספר אין תנ''ך, נאר איין קליינעם קאפיטל, אבער ברייט באקאנט צוליב דעם פסוק זיינעם ''והיה ה' למלך על כל הארץ וכו''. לויט ווי זיי שרייבן, איז אין דער מערה באהאלטן געווארן א טייל פון די נביאים וואס ער האט באהאלטן פון אחאב כידוע, און שפעטער האט מען אים דא באערדיגט.
דערנאך מר זוטרא, אויך א באקאנטע אמורא.
און דערנאך האבן מיר אן אומבאקאנטן נחמן קטופא. אויף אים איז דא א לאנגע מעשה, עי' בספרו של גבאי אדער קדמונינו. תמצית הדברים איז ער אוועק אלץ קינד נאכן זאגן נביאות אויף די גאולה. ווי עס שטייט, האבן זיינע עלטערן טאקע געוואוינט דא אין דעם דארף ברעם דערנעבן. מעגליך זיי האבן אפילו געדאוונט אין יענעם בית המדרש ווי מיר האבן נארוואס באזוכט.
מען דארף אנמערקן אז לויט גבאי, געפינען זיך די אלע קברים אביסל דרום אראפצו, און נישט דא.

נאכן ענדיגן מיטן פארווארפענעם ברעם, איז ווער עס איז הונגעריג נאך אזויפיל קלעטערן און פארן, קען צופארן אדער צום ישוב דובב דא דערנעבן וואס איז ממש ביים גרעניץ מיט לבנון, אדער צום רייכן ישוב ברעם אביסל ארויפצו, און גיין איינקויפן דארט עסן.
עפלעך ווייס איך פאר זיכער אז די ישוב ברעם פארמאגט, וויבאלד איך פלעג אלץ זען די אויפשריפט 'קיבוץ ברעם' אויף אלע עפל קעסטלעך אין אלע פרוכט געשעפטן (יא, אין ארץ ישראל איז דאס נאך אן ערענסטן ביזנעס, א פרוכט געשעפט. עיין זונענפעלד פינת שומרי אמונים ומאה שערים ועוד ועוד), וואס דאס באדייט אז עס קומט פון זייערע פעלדער דא ארום, איז מן הסתם האבן זיי דא אויך צו פארקויפן דערפון אפאר פרישע נארוואס געריסענע נארהאפטיגע עפלעך...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:47 am

דורכגעלייענט דאס גאנצע אשכול אין איין אטעם. יישר כח גדול!!
...

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:53 am

אזוי ווי אסאך פון די בילדער ווערן געבלאקט ביי געוויסע ליינערס לייג איך ארויף א PDF פונעם גאנצן אשכול מיט אלע בילדער

PDF
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:54 am

זיכנדיג א בילד פארן זה כסא זעה איך אז נישטא קיין איינער וואס רירט אן די נקודה אז די ביימער פארמען אויס דעם ז כ

טוב ווייסט אפשר וואס פשט פון דעם?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:35 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:
אגב, וויל איך צולייגען א אייגענע השערה איבער די קבר פון אסתר.
כידוע געפינט זיך די קבר פון מרדכי ואסתר אין די חאמדאן אין איראן, דאס איז גאר באקאנט און פון דעם ווייסן אלע. דער דארטיגע מסורה איז גאר א שטארקע, וויבאלד אידן האבן דארט לכאורה געוואוינט אלע יארן זינט דעם נס פורים. איז ווי שטימען די צוויי מסורות, ליגן זיי אין איראן אדער אין ברעם?
קען זיין אזוי. מרדכי האט דאך לכאורה געהאט א ווייב חוץ פון אסתר המלכה, אסתר האט דאך חתונה געהאט צו אחשורוש. אויב אזוי, קען זיין אז דארט ליגט טאקע מרדכי מיט זיין ווייב, או דא ליגט נאר אסתר וואס האט געוואלט ליגן אין ארץ ישראל, און ווען (איר קינד?) דריוש האט געגעבן ערלויבעניש ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל כידוע, האט זי אויך געוואלט מען זאל איר ארויפטראגן כדאי זי זאל נישט דארפן ליגן אין איראן. אפשר טאקע ווייל זי האט מורא געהאט אז מען וועט איר נאך לייגן מיט איר ארויפגעצווינגענעם מאן דעם גוי גמור אונזער אחשורוש'ן פון די מגילה...
האט מען ממלא געווען איר רצון און איר דא ארויפגעברענגט, און באגראבן דא אין ברעם מחמת איזה סיבה. און מרדכי האט מען באגראבן דארט אין חמדאן, מיט זיין ווייב דערנעבן.
מיט די יארן נאכן וויסן אלץ אז דארט ליגט מרדכי מיט זיין ווייב, האט מען אנגעהויבן צו זאגן אז דארט ליגט מרדכי מיט אסתר, ווייל אזוי גייט דאך עס, 'מרדכי ואסתר'. און די זעלבע דא, האט מען מיט די יארן דא אויך אהערגעברענגט מרדכי פון איראן מיינענדיג אז ער ליגט דא, און למעשה ליגט דא אסתר אליינס.
און אזוי זעט מען טאקע אין די פריעדיגע כתבים, וואס דערמאנען דא נאר אסתר אליינס, און שפעטער האט מען אנגעהויבן צו דערמאנען דא אויך מרדכי. איז די זעלבע דארט, אנגעהויבן האט זיך עס מיט מרדכי, און שפעטער האט אסתר זיך געטראפן אומשולדיג ליגן אין איראן, דאס וואס זי האט דוקא נישט געוואלט.
עס איז נאר בדרך אפשר, די אמת וועט מען דארפן ווארטן אויף ביאת המשיח, ווען מען וועט קוקן ביי תחית המתים ווער עס קומט ארויס פון ווי, וועט מען וויסן ווער עס האט זיך דארט געפינען ביז דאן. ביז דאן, וועט איר לכאורה מוזן בלייבן נייגעריג און זיך האלטן געשפאנט ביזן גרויסן טאג, היום הדין הגדול והנורא, יום שכולו טוב וכולו ארוך.

לכאורה לויט וואס עס איז מבואר אין גמרא אז "מרדכי בלשן" און "פתחיה" וואס איז געווען פון די בויערס און ממונים ביים בהמ"ק השני איז נישט קיין אנדערע ווי מרדכי הצדיק, געבט די סברא מיט, אז לכאורה איז פונקט פארקערט, אז מרדכי הצדיק ליגט אין ארץ ישראל, און אסתר המלכה ליגט אין איראן.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

פקיעין

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 5:22 pm

האבן מיר גענדיגט מיט ברעם, מיר האבן דא געהאט: מערערע קברי צדיקים, צוויי בתי מדרשים, עפלעך פון ברעם און חידושים אויפן קבר פון אסתר המלכה. יעצט וועלן מיר פארזעצן מיט אונזער רייזע בעזהשי''ת.
מיר וועלן יעצט זיין א קאזע און גיין אויף צוריק... מיט וועלן פארן אויף צוריק ביז מיר דערגרייכן דער 89 פון וואו מיר קומען. דארט וועלן מיר מאכן א רעכטס און פארן צו מערב זייט.
מיר פארן נאכאמאל אריבער די ישוב סאסא. ווער עס וויל קען נאכאמאל אריינפארן און דאווענען ביי די קבר פון לוי בר סיסי וואס געפינט זיך דא.
דערנאך פארן מיר נאכאמאל אריבער דעם ישוב חורפיש וואס איז נאך אלץ באוואוינט מיט אונזערע שוין לאנג באקאנטע דרוזן... און יעצט, נאכן ענדיגן מיט אונזערע חזרות, וועלן מיר אנקומען צו די ראוד צו ווי מיר צילן די 864.
מיר וועלן זיך ארויפדרייען דערויף מיט א לינקס און אנהייבן פארן אויף דעם געדרייטן ראוד.

צום ערשט פארן מיר דורך א אידישע ישוב 'חוסן', ארומגענומען מיט עטליכע קלענערע אראבישע געגענטער. בכלל איז די מערב טייל און דרום טייל פונעם גליל, פיל מער באוואוינט מיט אראבישע שטעט און דערפלעך, וואו מיר וועלן נאך זען.
דערנאך פארן מיר אדורך דעם אריינגאנג צום אידישן ישוב 'פקיעין החדשה' על שם די דערנעבנדיגע אלטן פקיעין. קורצליך דערנאך זעהען מיר ממש אויפן ראוד, דעם קבר פונעם אמורא 'אבא הושעיה איש טיריא'. אביסל בעפאר איז דא אן אריינגאנג וואו מען קען אריינפארן און רוהיג פארקירן דעם אויטא.

דער קבר געפינט זיך אינדרויסן אויף אזא שטיקל סטעיז''ש, אינטער א גרויסן אלטן בוים, הארט נעבן די ראוד. דערנעבן האבן מיר אזא כמו בית המדרש, וואו מען קען אריינגיין און לערנען און דאווענען כמו שלבו חפץ.
דער קבר איז זייער אנגענומען ביי די ספרדים, און זיי האבן טאקע געבויט דעם דערנעבנדיגן בית המדרש. דאס איז צוליב דעם וואס די 'בבא סאלי' פלעגט אסאך אהערשיקן מענטשן פאר ישועות, בעיקר פאר קינדער, אויב איך געדענק גוט.
אזוי ווי אין עמוקה און ביי ר' יוחנן הסנדלר און נאך וואס מיר האבן שוין געזען, האט מען דא אויך געפינען בשעת'ן גראבן צו בויען דעם היינטיגן ציון, א שיינעם מערת קבורה אינטער דעם. מען זעט פון דעם ווייטער די קראנטהייט און פונקטליכקייט פון די אידישע מסורה איבער קברי צדיקים.
אינטער די קבר איז פארהאן א הערליכע טאל, א טאל וואס א טאל קען נאר מיינען. אין צענטער דערפון איז פארהאן א שיינעם קוואל. און העכער די טאל, די אנדערע זייט בארג, איז פארהאן א גרויסן שיינעם ישיבה בנין.

נאכן זיך אויסבעטן אלעס גוטס און זיך זעטיגן פון דעם שיינעם טאל, פארן מיר ווייטער אויפן הויפט שאסיי, ביז מיר גרייכן דעם דרוזישן דארף 'פקיעין'.
דא אין פקיעין האבן מיר בעיקר צוויי מקומות צו גיין. די ערשטע איז די גאר באקאנטע מערה פון ר' שמעון מיט אלעס ארום. די צווייטע איז א קבר פונעם תנא ר' יוסי בן לקוניא, די שווער פון ר' אלעזר בן ר' שמעון.
למעשה איז באקאנט אז ארום דעם באהויפטונג אז דא געפינט זיך די באקאנטע 'פקיעין' ווי ר' שמעון האט זיך באהאלטן פאר דרייצן יאר, ארום דעם טוט זיך גאר אסאך!
פון די מקורות איו חז''ל קוקט נישט אויס ווי פקיעין געפינט זיך בכלל אין גליל, נאר ענדערש אין די געגענט פון לוד אין צענטער לאנד. און אזוי טענה'ן די חוקרים, און אויך עטליכע היימישע ערליכע אידן האבן געוואלט אזוי זאגן, וויבאלד עס זענען פארהאן אויף דעם ארט אין פקיעין, גאר אסאך קשיות און שוועריקייטן צו גלייבן דערין.
אבער למעשה איז דאס גאר אן אלטע מסורה וואס מען קען נישט אזוי גרינג אוועקמאכן! נאכדערצו, אז ביז היינט וואוינט דא נאך א אלטע פרוי, וואס איז די לעצטע איד וואס וואוינט דא, און ווי זיי האבן מסורה, וואוינען זיי דא נאך זינט דעם צווייטן חורבן בית המקדש, און דערפאר וויל זי נישט אוועקגיין פון דא, נישט ווילנדיג אפהאקן די רציפות פון די אידישע ארטיגע קהילה. און ביז נישט לאנג צוריק האבן דא געוואוינט צענדליגע אידישע משפחות וואס האבן אויך געהאט אזא מסורה אז זיי וואוינען שוין דא אלע יארן זינט דעם חורבן (לעצטנס האט מען פרובירט אביסל צוריקצוברענגן אידישע משפחות אהין).
אויב אזוי איז דאס גאר א פונקטליכע און שטארקע מסורה, און די קשיות דערויף וועט מען דארפן פארענטפערן, אבער די מסורה בלייבט א מסורה.
בכלל האבן זיי דארט אן אלטן בית המדרש וואס ווי זיי זאגן, שטייט דאס נאך טאקע פון די ערשטע צייטן, נאך בזמן חורבן הבית. מען האט דארט טאקע געפינען אלטע אינטערעסאנטע געפינסן, בעיקר א אלטע שטיין אויסגעקריצט אויף דעם די צורה פון א מנורה, א שופר, א לולב און נאך, וואס לכאורה איז דאס געווען א טייל פון א אלטן בית המדרש וואס האט זיך דארט געפינען.

די מערה איז ממש נעבן דעם הויפט שאסיי, מיט מערערע טרעפ אראפצוגיין דערצו. דערנעבן איז היינט פארהאן א באקסער בוים, און א קוואל לויפט נישט ווייט דערפון, היינט צוטאגס, אין צענטער פונעם אלטן דארף.
די מערה איז גאר קליין, און באהאלטן קען מען זיך נישט דארט., און מען קען זאגן אז עס איז פשוט איינגעפאלן אזוי ווי די סדר פון מערות, און באמת גייט עס פיל טיפער און מען האט זיך געקענט באהאלטן דערין אין די טיפערע חלקים.
צום קוואל, און אזוי אויך צום קבר וואס איז טיף אינעם אראבישן דארף, איז לכאורה נישט כדאי צו גיין, ווייל צומאל ווערן די ארטיגע איינוואוינער זייער אומהעפליך, און עס איז נישט כדאי זיי צו באגעגענען פונקט דעמאלטס...
אני הקטן בין איך געווען ביי אלע, אויך ביים קוואל און אויך אויף דעם קבר וואס געפינט זיך אין די בעק יארד פון אן אראבער, אבער נאר טיף אינעם עלנדן טינקעלן נאכט, ווען די ארטיגע זענען סרוחים במיטותיהם אין א טיפן שלאף וואס איז נאה להם ונאה לעולם...

האבן מיר באזוכט פקיעין, די צוויי קברים און די מערה מיטן באקסער בוים און דעם קוואל. באקסער האבן מיר נישט געקענט עסן צוליב די פראבלעם פון ווערים, אבער וואסער האט מען געקענט ארויסשעפן פונעם קוואל און טרינקען פרישע קילע וואסער, אה... א מחיה... יעצט וועלן מיר ווייטער גיין מיט פרישע כוחות.
מען פארט ארויס אויפן הויפט שאסיי, און מען פארט דרום אראפ אראפ דעם בארג. צום ערשט פארט מען דורך צווישן די הייזער פון פקיעין וואס זענען סטאנציאנירט אזוי אויפן ראוד. דערנאך ווערן זיי פארשוואונדן און מען פארט אריין צווישן די ארטיגע הויכע בערג.
נאך אביסל קען מען זיך אריינדרייען צום דרוזישן ישוב בית ג'אן וואס איז פון די העכסטע ישובים אין ארץ ישראל, און געפינט זיך אויף הר מירון, די אנדערע זייט פון מירון. דערנאך קען מען זיך אריינדרייען צום קליינעם פארווארפענעם אידישן ישוב חרשים.

מיר פארן ווייטער אויפן 864, ביז מיר הייבן שוין אן צו זען די הערליכע פאנאראמע פונעם 'בקעת בית הכרם'.
מיר זענען יעצט גאר הויעך, און מיר פארן יעצט אראפ צו פיל נידריגער, בעצם, פון גליל העליון צום גליל התחתון. דעריבער זעהען מיר יעצט די גאנצע צייט א הערליכע אויסקוק אויפן גאנצן גליל התחתון, וואס שפרייט זיך אויס אינטער אונזערע פיס – רעדער... ווען אין די צענטער פונעם טאלף זעהען מיר די גרויסע שטאט כרמיאל, ווי מיר גייען אט אט באזוכן.
אינמיטן דעם געדרייטן ראוד אויפן וועג אראפ, איז צוגעשטעלט אזא טעראסע, פון וואו מען קען זיך אפשטעלן צו באטראכטן די גאנצע פאנאראמע מיט א רוהיגקייט, ענליך צו דאס וואס מיר האבן נארוואס געהאט אויפן וועג ארויף קיין מירון. דארט האבן מיר געקענט זען די גאנצע מזרח טייל פון לאנד, און דא קענען מיר זען די גאנצע מערב טייל.
פארן אנקומען אינטן פארן מיר אדורך אן גרויסן אראבישן ישוב 'ראמה', וואס זיינע הייזער געפינען זיך אויך אויפן הויפט שאסיי. ביז ענדליך גרייכן מיר דעם ערד פלאך, ווען מיר טרעפן זיך צוריק אויפן 89 - נאר א מייל צוויי פון וואו מיר האבן עס פארלאזט ביים ארויפפארן קיין מירון, פאר ווער עס געדענקט נאך.
מאכן מיר דא א רעכטס אויפן 89, און מיר ווענדן זיך גלייך צום דערנעבנדיגן דרוזישן ישוב 'סאג'ור'.
מיר וועלן צום ערשט איבערנעכטיגן אינעם אידישן ישוב 'שזור' דא קעגן איבער, ווייל מיר טראסטן שוין נישט אזוי אונזערע דרוזן... מיר ווילן נאר הערן פון זיי פונדערווייטנס, אבער וואו איבערצושלאפן וועלן מיר שוין טרעפן ערגעץ אנדערש.
וועלן מיר איבערנעכטיגן אין שזור, צופיסנס פונעם הויכן 'הר כמון', און צומארגנס וועלן מיר אי''ה גיין קיין סאג'ור.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 89

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:33 pm

האבן מיר זיך פיין אויסגעריט אין 'שזור'. צופרי זענען מיר אויפגעשטאנען צום הערליכן פרעכטיגן זון אויפגאנג פון צווישן די בערג ארויס. די האן האט שוין געקרייט אינעם בעק יארד פונעם דערנעבנדיגן שכן, און די ציגעלעך זיינע האבן שוין אנגעהויבן צו מע'קענען ווארטנדיג אויף זייערע שטרויענע פרישטאג, אונז ארויסטרייבנדיג פון בעט נישט לאנג נאכן עלות, נישט צו זיין די לעצטע אינעם מושב וואס שטייט אויף. דא שטייט מען אויף גאר פרי און מען גייט ארויס צו די פעלד ארבעט צו אקערן, זייען און פלאנצן. שלאפן גייט מען ווען עס ווערט טינקעל און צופרי שטייט מען אויף ווען די זון קומט ארויס.
אפגעדאוונט אינעם בית הכנסת פונעם ישוב. קיין מקוה און ניטאמאל א קאווע פארן דאווענען האבן מיר נישט געהאט דא אין בית הכנסת, און זיכער נישט קיין חסידיש ספר... די שאפע פארמאגט נאר תנ''ך פון מערערע סארטן... בלויע גמרות, בלויע משניות, א שולחן ערוך, א יחוה דעת פון ראבי עובדיה, א כוזרי און א עקידה און שוין. שמוץ פון מקוה איבערבלייבענישן און פון קאווע גלעזלעך זאלסטו מאכן ביי דיר אינדערהיים... זיך פארקאכן אויף א חסידיש ספר זאלסטו טון ביי דיר אין הארץ, דא קומט מען דאווענען און דערנאך גייט מען...

שוין, פארן מיר אוועק פון דעם מאדנעם מקום. מיר גייען גלייך קעגן איבער צום דרוזישן ישוב 'סאזשור', וואס איז פארדרייט פונעם נאמען פונעם אלטן אידישן ישוב 'שזור' וואס האט זיך דא געפינען, און ווערט דערמאנט אין חז''ל אלץ די וואוין ארט פון 'שמעון שזורי'.
מיר פארן אריבער דעם גאנצן גרויסן דארף, ביז מיר גרייכן דעם אנדערן עק כמעט גענצליך אינדרויסן פונעם ישוב, דארט געפינען זיך דריי קברים. די גרויסע בנין איז פון ר' ישמעאל כהן גדול, נישט ווייט איז ר' שמעון בן אלעזר, און דערנעבן מער צווישן די הייזער, איז ר' שמעון שזורי.
ר' ישמעאל האט א גרויסן מעכטיגן בנין, ווי עס ווערט צומאל אפגעראכטן סעודות דורך אונזערע ספרדישע ברודער. הושיבו סעודה על קברו. אין צענטער פונעם בנין געפינט זיך די גרויסע שטיין אינטער וואו עס געפינט זיך די הייליגע גוף פונעם תנא הקדוש וואס איז אריין אינעם קודש הקדשים מערערע מאל, און דער אייבערשטער האט אים געבעטן 'ישמעאל בני ברכני'! און עלה למקום שעלה בעפאר מען האט אים אומגעברענגט על קידוש השם, און שפעטער איז ער טאקע געווען צווישן די הייליגע עשרה הרוגי מלכות, ביז ער האט דא געטראפן מקום מנוחתו ביז היינט, ווען פילע אידן קומען דא אויף זיין קבר הקדוש און הייליגן זיך מיטן וויילן דערויף נעבן אזא הייליגע גוף וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט צווישן אונז.
די אנדערע קברים האבן נישט קיין בנינים, נאר אזעלכע מאדנע מציבות ווי מען קען שטיין דערויף און דאווענען. ווער עס מאכט אפ וואס צו בויען ווי, ווייס איך נישט. הכל תלוי במזל...
די פאנאראמע דא איז א וואונדערליכע. העכער אונז זעהען מיר א מעכטיגע בארג ציט זיך גלייך ארויף. בעצם, פון דארט זענען מיר נעכטן אראפגעקומען, דאס איז די גליל העליון, און נישט ווייט דא ארויף איז פקיעין פון וואו מיר קומען נארוואס.
אינטער אונז איז א שיינע טאל אראפ, בקעת בית הכרם, וואו אין צענטער לויפט די 89, און נישט ווייט זעהען מיר די שטאט כרמיאל ליגן אינעם טאל אויסגעשפרייט אויף די ערד פלאך און די ארומיגע הרים וגבעות.

מיר וועלן טאקע שוין יעצט זיך אריבערכאפן אהין. מיר פארן צוריק ארויס פונעם דארף. אויפן 89 מאכן מיר א רעכטס און מיר פארן פאר א קורצע וויילע אויפן שאסיי. צום ערשט זעהען מיר צו רעכטס א גרויסע אראבישע שטאט 'נחף'. דער טאל איז געבענטשט מיט אומהיימליכע אראבישע שטעט וואס באדעקן דעם צפון טייל פונעם טאל, זיך ארויפציענדיג אויפן בארג דערנעבן.
נאך אביסל זעהען מיר א אריינגאנג צו כרמיאל, מיר וועלן פארן נאך אביסל און נעמען דעם מערב אריינגאנג ביים עק, וואו מיר וועלן גלייך צופארן, נאך א רעכטס און נאך א רעכטס, האבן מיר דעם קבר פון די תנאים ר' אלעזר הקפר און בר קפרא. פון דעם האט איר נישט געטראכט אז מען האט היינט די קבר פונעם תנא בר קפרא וואס מיר דערמאנען דריי מאל (?) א טאג ביים דאווענען, הא?...
די קבר איז נאר א מערה וואס גבאי האט אנטפלעקט די לעצטע יארן אויפן סמך פון די כתבים פון די עולי רגל. א מערה וואס מען קען כמעט נישט אריינגיין.
לעצטנס קומט די עולם מער אהין און עס ווערט אביסל בעסער צוגעשטעלט. עס איז זייער גרינג אהין אנצוקומען, וויבאלד עס געפינט זיך ממש נעבן די ראוד פונעם שטאט, אביסל ארויף אויפן בארג.

א קורצע באריכט איבערן שטאט: די שטאט איז גאנץ פריש, אנגעהויבן צו בויען אין יאר תשל''ד. ניי אקעגן די אנדערע שטעט וואס זענען שוין על פי רוב אראפ טויזענט יאר אלט, כאטש אפאר הונדערט.
עס וואוינען דארט אסאך פרייע, בפרט רוסקיס. אויך אסאך אזעלכע נאציאנאל ערליכע אידן, אזוי גערופן. לעצטנס ציען זיך אהין אביסל ליטווישע פרומע, צוליב א ישיבה זייערע וואס האט זיך דארט געפענט.
עס איז זייער א שיינע שטאט און ארומגענומען פון אלע זייטן מיט שיינע בערג. דערנעבן לויפט א שיינעם טייכל טיף אינעם טאל, און אין די שטאט איז פארהאן א שיינע פארק אהערגעשטעלט.

מיר וועלן זיך דא אפשטעלן נאך אונזער קורצע רייזע, און מארגן וועלן מיר אי''ה פארזעצן ווייטער.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:36 pm

יישר כח פאר עין טובה פאר די שקויעך!!
צו אור אייניקל: ווייס איך טאקע נישט.
צו איינס: שמ''ח רעדט דערפון. עס איז נאר א דארטיגע מסורה.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:38 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:צו איינס: שמ''ח רעדט דערפון. עס איז נאר א דארטיגע מסורה.

וואס איז שייך מסורה
די ז כ ליגט דאך אויפן בארג
(און וואס איז פשט האסט דאך געשריבן אז קקל האט איינגעפלאמצט אלע ביימער)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צו איינס

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:43 pm

די סימנים זענען מער פון די שטיינער וואס איז אויסגעפארעמט אזוי, טאקע דערפאר האט מען נישט געקענט דארט פלאנצן.
גראדע האב איך לעצטנס געזען אז מען רעדט יא דערפון, אויף איי וועלט.....

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:25 am

טוב איך זעה אז די פארק המשפחה זעהט אויס צו זיין א גוטן פלאץ צו פאברענגען מיט די קינדער
ווייסטו אפשר מער וועגן דעם פארק
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

עכו

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 4:26 pm

גייען מיר ווייטער בעזהשי''ת פון כרמיאל. מיר פארן ארויס אויפן 85 און מיר דרייען זיך לינקס.
צום ערשט פארט מען אדורך אויף די רעכטע זייט עטליכע אראבישע דערפער, דיר אל אסאד, בענה, מאזשאד אל כרום.
דערנאך האבן מיר לינקס עטליכע אידישע ישובים, צורית און גילון.
דערנאך דערגרייכן מיר דער פארנומענע אינטערסעקציע פונעם 85 און די דרום טייל פונעם 70. גלייך דערנאך האבן מיר די אינטערסעקציע מיט די צפון טייל פונעם 70, דא וועלן מיר אביסל ארויף פארן צו די ישוב 'ירכא' און ארום.
דא ארום זענען פארהאן מערערע גאר גרעסערע דרוזישע שטעט און צענטערן. ג'ודיידה מכר, זשוליס ווי עס וואוינט זייער הויפט גייסטליכער, כפר יסיף, אבו סנאן און ירכא וואס איז די גרעסטע פון אלע.

אין ירכא האבן מיר, אין צענטער פון שטאט, די קבר פונעם צדיק 'חושי הארכי', וואס ווערט דערמאנט אין שמואל אלץ די גוטע עצה געבער פון דוד המלך. קוקט אויס אז ער האט דא געוואוינט און אויף דעם שטאט ווערט ער גערופן 'ירכ''א - הארכ''י'.
די קבר איז א דרוזישע פארהייליגטע ארט. עס געפינט זיך אויף א שמאלן זייטיגן געסל, אין א קליינעם דרוזישן געביידע צווישן גרעסערע הייזער, היבש שווער צו טרעפן פאר ווער עס וויל דארט צוקומען.
אויך איז דא נישט ווייט פון דארט א גרויסן חרוב'ן אידישן בית החיים פון אפאר הונדערט יאר צוריק. לויט געוויסע ליגט דארט די מסילת ישרים, און נישט אין טבריא נעבן ר' עקיבא. בעיקר ליגן דארט אידן וואס האבן געוואוינט אין די דערנעבנדיגן עכו, וואס איז כידוע א ספק ארץ ישראל, און האבן געוואלט ליגן נאך די הונדערט און צוואנציג אין א ארט וואס איז זיכער ארץ ישראל, האבן זיי געלאזט דא זיך באערדיגן.

אויב פארט מען ווייטער ארויף דעם 70, וועט מען צוריק קומען צום ניין און אכציגער פון וואו מיר האבן אנגעהויבן פאר עטליכע וואכן צוריק אונזער געוואלדיגע היסטארישע זעלטענע נארהאפטיגע קרעפטיגע זאפטיגע נסיעה. ב''ה מיר האלטן שוין דא ביים צוריקקומען נאכן גרינטליך דעקן אין די פאר וואכן רוב צפון - צפון טייל פון לאנד, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער פארזעצן מיט די הפלא'דיגע נסיעה און זיך איינהאנדלען נאך אסאך שיינע ידיעות איבער ארצינו הקדושה, איבער אונזערע צדיקים און קדושים און איבער אונזער שיינע רייכע אידישע היסטאריע!!

פארן מיר צוריק צום 89, און מיר ווענדן זיך רעכטס צום שטאט עכו.
עטליכע ווערטער איבער עכו: די שטאט עכו איז איינס פון די עלטסטע שטעט אינעם לאנד, בעיקר וויבאלד עס געפינט זיך אויפן וואסער, און איז אלע יארן געווען א וויכטיגע פארט שטאט, פון וואו מען פלעגט קומען און גיין פון אלע ארומיגע לענדער. עס פארמאגט גאר א רייכע אידישע און להבדיל נישט אידישע היסטאריע.
עס האט א באקאנטע אלט – שטאט וואס איז אנערקענט ביי די יו. ען. אונסק''ו ארגאנאזאציע אלץ אינטערנאציאנאלע וויכטיגע היסטארישע ארט וואס מען דארף זען צו באשיצן און פרעזערווירן לדורות.
אין די פסוקים ווערט עס נאר דערמאנט איין מאל, אין די צייטן פון יהושע בן נון. אבער אין גמרא ווערט עס דערמאנט צענדליגע מאל, און איין אמורא ווערט אפילו גערופן אויפן שטאט 'ר' אבא דמן עכו'. און מען זעט מערערע מאל ווי תנאים און אמוראים האבן דארט באזוכט.
ווי אויך ווערט עס דערמאנט אלץ די ארט וואו עס איז ארויפגעשווימען די טויער פון נקנור פון די וואסער אויף די טריקעניש. היינט רופן זיי איינע פון די שערים פון עכו 'שער ניקנור' לזכר פון דעם נס, אבער איז נישט דאס טויער, דער טויער האט מען געטראגן קיין ירושלים כידוע.
אין די שפעטערע יארן האט דארט געוואוינט דער אור החיים הקדוש, און די מסילת ישרים האט דארט געוואוינט פאר דריי יאר, און ביז היינט געפינט זיך דארט זיין בית המדרש וואו ער האט געדאוונט, און מען קען עס גיין באזוכן.
עכו איז פון די איינציגסטע שטעט וואו עס וואוינען אינאיינעם אידן מיט אראבער, אזוי ווי אין חיפה, ירושלים, באר שבע, יפו, נצרת און נאך געציילטע. דריי פערטל זענען אידן און די איבריגע זענען אראבער.
עס איז זייער רוהיג מיט די ארטיגע אראבער און מען האט נישט וואס מורא צו האבן פון זיי. הגם אנכי הקטן פרוביר שטענדיג צו האלטן א מרחק צווישן מיר און זיי... איך ווייס נישט פארוואס, אבער זייער שרעקעדיגע אויסקוק מיט דעם גרויסן שנויץ און די בייזע אומפריינדליכע אויגן בארוהיגן מיר נישט איבריג... אבער דאס זענען שוין מיינע פרייוואטע פחדים, שטעקטס ענק נישט אן דערמיט, נאר ענק זאלן רוהיג הנאה האבן דארט.

די עיקר ארט וואו מען גייט באזוכן, איז די אלט שטאט. למעשה איז די אור אלטע היסטארישע שטאט מזמן תנ''ך, דוקא אין א הויכן בארג – תל, וואס שטארט ארויס פונעם ארומיגן ערד פלאך גלייך ביים אריינגאנג צום שטאט, דארט געפינט זיך די גאר אלטע איבערבלייבענישן.
אבער די עיקר גייט מען צו די אלט שטאט וואס איז ארומגענומען מיט א שיינעם חומה, דער שטאט איז מזמן חז''ל און ווייטער.
טויזנטער טוריסטן קומען דארט יאר יערליך, בעיקר קריסטן, וויבאלד דארט איז דא מערערע היסטארישע ערטער פאר די קריסטן, נאך פונעם מיטל אלטער, אין די צייטן פון די טרויעריג בארימטע קרייץ ציגלער, וואס האבן איבערגעלאזט אסאך פינגער אפדריקן כמעט איבערן גאנצן לאנד.
און בכלל איז עס אינטערעסאנט צו זען די לעבן אין א אלט שטאט, אויפן גרויסן ים. אנכי הקטן האט דארט נאכנישט באזוכט, וועל איך נישט זאגן צו עס איז אינטערעסאנט צו נישט און צו עס איז כדאי אהינצוגיין. פרובירט עס אויס און קומטס צוריק מיטטיילן דא ענקער עקספיריענס.
צוויי קברי צדיקים געפינען זיך דא אויך, איינע פון אמנון די זון פון דוד המלך. די צווייטע, פון אלעזר החשמונאי. ביידע זענען נישט קלאר וואו פונקטליך זיי געפינען זיך, דעריבער איז שווער אהינצוגיין, עי' בספרו של גבאי.

ענדיגן מיר דא מיט עכו און בכלל מיטן גליל העליון. מיר האבן שוין ב''ה באזוכט כמעט אלעס וואס איז דא צו זען, אין א גלייכע ליניע: פון דעם 85 אין דרום און דעם 90 אין מזרח, און פון צפון- דער גרעניץ מיט לבנון, און מערב – דעם ים, און אלעס אינדערמיט.
יעצט וועלן מיר אביסעלע טוישן די בערגיגע גליל סינער''י, און מיר וועלן אוועקגיין פאר א קורצע צייט פונעם גליל.
צום ערשט וועלן מיר פארן אויף די פלאך פונעם ברעג, ווי עס געפינען זיך די 'קריות' שטעט, און די עיקר איז צו דערגרייכן די באקאנטע שטאט 'חיפה' וואו עס איז דא אסאך וואס צו זען. און דערנאך וועלן מיר זיך צוריקקערן קיין גליל התחתון בעזהשי''ת. בשם ה' נעשה ונצליח!!

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צו איינס

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 4:29 pm

איך בין נאכנישט געווען דארט, ווייס איך נישט. אבער עס איז א פרייע שטאט, איז עס זיכער שרעקליך וכו' כדרכם, ה' ירחם עלינו ועליהם.

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 4:49 pm

טוב, הערליך שיין! איך קום דא יעדן טאג, איך פאר שוין מיט מיט די נסיעה פון אנפאנג.

האסט מיר איינגעשפארט אפאר טויזנט דאלער, איך דארף שוין נישט פארן קיין ארץ ישראל. :smile:
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 4:54 pm

א קליין הערה׳לע
דער הייליגער רמב״ן האט אין עכו געהאלטן זיין באקאנטן דרשה לראש השנה בשנת ה׳ אלפים כ״ט לפ״ק וואס איז געדרוקט אין אסאך חידושי הרמב״ן

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

צו גיב א שמייכל

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 5:01 pm

יישר כח!!
איך גראדע, ווי מער איך שרייב, אלץ מער צינדט מער עס אן צו גיין!!...... ארץ ישראל איז א עדיקשען, ווי מער מען איז דארט געווען, אלץ מער וויל מען גיין נאכאמאל. ה' יזכני.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

חיפה

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:14 pm

יעציט וועלן מיר פארן קיין חיפה. צום ערשט פארן מיר ארויף אויפן פירער – 4.
די פירער איז פון די לענגסטע שאסייען אינעם קליין לענדל. ער שניידט דורך פונעם מערב צפון שפיץ ביי לבנון און ראש הנקרה, ביזן מערב דרום שפיץ ביים גרעניץ מיט עזה. עזה, לבנון, ארומגענומען מיט גוטע שכנים, אסאך הצלחה...
די 'פירער' דעקט רוב גרויסע שטעט אינעם לאנד, און איז גאר א פארנומענע שאסיי. ער פארט דורך נהריה, עכו, חיפה, חדרה, נתניה, גוש דן (תל אביב און די ארום, אריינגערעכנט בני ברק, ביי די באקאנטע קאקא קאלא פאבריק), אשדוד, אשקלון און דערנאך אין עזה אריין פאר ווער עס וויל...
רוב צייט לויפט ער פאראלעל מיטן צווייער - 2, די חילוק צווישן די צוויי איז, אז די צווייער איז א שנעלער ראוד, דאס הייסט אז מען דארף זיך נישט אפשטעלן אינדערמיט פאר רויט לייטס און סטאפ סיינס און ראונדעביינד'ס – כיכרים, נאר ער פארט גלייך צום דעסטינאציע.
אבער די 'פירער' איז אזוי ווי רוב שאסייען אינעם לאנד, אזוי ווי אלע ביז אהער ווי מיר זענען געפארן (געדענקסט נישט?... מיין שולד, איך האב פארגעסן צו זאגן...), ווי ביי יעדע שטאט ווי עס פארט אדורך, ווערט די שאסיי צאמגעשמאלצן מיט די ארומיגע גאסן, און יעדע סוף גאס דארף מען זיך אפשטעלן ביים רויט לייט וכיוצא בו, ביז מען פארט ארויס פון שטאט וואס דאן פארט עס ווייטער גלייך, מער ווייניגער.
אזוי ווי די צווייער זענען נאר פארהאן עטליכע, אנגעצייכנט בלוי אויף די מאפעס. אזוי ווי די איינסער פון ירושלים קיין תל אביב, די צוואנציגער אין תל אביב, די זעקסער וואס איז שוין א נושא פאר זיך, און נאך געציילטע.

שוין, פארן מיר קיין חיפה אויפן 'פירער'. אויפן וועג פארן מיר אדורך די קריות שטעט, קרית ים, קרית מוצקין, קרית חיים. און נישט ווייט פון קרית אתא, וואס האט א שטיקל היימישע קהילה, און אפילו א רבי, די באקאנטע מאקאווע רבי (נאר ווי דען זאל ער וואוינען אויב נישט אין קרית אתא...) וואס מען זעט אלץ אויף די בילדער אין מירון און אין מעזיבוז.
פארן מיר אריין אין חיפה. עטליכע ווארעמע ווערטער איבער חיפה:
חיפה איז די דריט מערסט באוואוינטע שטאט אין ארץ ישראל. צען פראצענט פונעם שטאט זענען אראבער. עס הערשט דארט א גרויס געמיש, פון גענצליך פרייע, האלב פרייע, האלב פרומע, גענצליך פרומע, און חסידישע.
סערט וויזניץ פארמאגט דארט זייער הויפט קווארטיר ווי באקאנט, ווי זייער רבי וואוינט. און אויך מערערע חסידים זייערע.
עס איז גאר א בערגיגע שטאט, און נאר א קליינע טייל איז ביים ים פלאך וואס איז גראד. ווי אויך איז די מערסט פארפעסטיגטע שטאט אינעם לאנד, וואס דאס פארטרייבט מערערע איינוואוינער פון דארט, צו די מער צענטראלע שטעט.

מיר האבן דא עטליכע ערטער צו באזוכן:
דאס ערשטע איז די קבר פון ר' אבדימי דמן 'חיפה', וואס ליגט טאקע ווי ער האט געוואוינט. זיין קבר געפינט זיך אינעם אלטן בית החיים אין צענטער פון שטאט. נעבן אים ליגט א קאסובע אייניקל, די ראדאוויציער, מחבר ספר 'ויקח משה'.

דערנאך גייען מיר צום מערת אליהו הנביא!
דער מערה געפינט זיך אויפן כרמל בארג, וואס נעמט ארום די שטאט פון אלע זייטן. אנצוקומען אהין דארף מען דורכפארן רוב חיפה.
די מערה איז שוין גאר א פריעדיגע פארהייליגטע ארט. די חוקרים האבן זאגאר געפינען אויף די ווענט פונעם מערה, גאר פריעדיגע אויפשריפטן פון עולי רגל, נאך מזמן האמוראים.
די שאלה איז נאר, וואס איז דא געווען? ווי שטייט אז אליהו הנביא האט געהאט א מערה אויפן כרמל?
דאס ווייסן אוודאי אלע, די מעשה מיט אליהו הנביא אויפן כרמל, מיט די נביאי הבעל, און אויב נישט קענט איר עס לערנען אין ספר מלכים, אדער הערן די טעיפ פון לייבוש לאנגער דערויף...
יעצט, מעגליך אז דא האט ער זיך אויפגעהאלטן יענע יארן, דא געוואוינט און דא געדינט דעם אייבערשטן, דעריבער האט ער טאקע דא פאררופן די גרויסע מעמד פון התגלות כבוד מלכותו יתברך, אקעגן די נביאי הבעל, וויבאלד דא האט ער זיך געפינען יענע צייט. און אגב, זעט מען טאקע דערמאנט אין מלכים ביי די מעשה פון די שונמית, אז אלישע הנביא, זיין תלמיד, האט זיך דא געדרייט אסאך אויפן כרמל.
עכ''פ, דאס איז שוין גאר אן אלטע מסורה וואס איז מייחס דער מערה צו אליהו הנביא, און דאס איז זיכער אז דער בארג איז די כרמל ווי עס איז פארגעקומען די מעשה ווי מען האט אויסגעשריגן 'ה' הוא האלקים'!! און ממליך געווען דעם אייבערשטן כראוי, נאך אזויפיל יארן פון כפירות און עבודה זרה.

אלע יארן פלעגט מען דא באזוכן ביים ארומגיין אויף קברי צדיקים. דער אור החיים הקדוש האט דא געוויילט אין דעם מערה איבער יום הכיפורים. און ר' נחמן מברסלב האט דא געוויילט זיין ראש השנה אין ארץ ישראל. ער איז אנגעקומען צו דעם חיפה פארט ערב ראש השנה, און דא פארבליבן אין דעם מערה איבער ראש השנה. ער האט דאן טאקע שטארק משבח געווען דעם מקום, זאגנדיג מיט א התרגשות 'דא אויף דעם ארט איז אליהו הנביא געגאנגען און געמאכט התבודדות'. אונז קענען שוין היינט זאגן אז 'דא אויף דעם ארט איז געגאנגען אליהו הנביא, דער אור החיים הקדוש, און ר' נחמן מברסלב'!!
די מערה איז גאר גרויס, און צוטיילט צווישן די אנשים און נשים מיט א מחיצה. עס איז היינט א בית המדרש מיט אן ארון הקודש אין פארנט.
אנצוקומען דערצו דארף מען ארויפגיין אביסעלע טרעפ פון אינטען ביים שאסיי. עס איז גאר נאנט צום ים ברעג, צו ווי מען קען צוגיין צופיס, אויב מען וויל.

דערנאך האבן מיר דא די קבר פון זיין הייליגע תלמיד 'אלישע הנביא', טאקע אויפן כרמל, ווי ער האט געוואוינט, אויבן אויפן שפיץ בארג. אבער צוגיין אהין קען מען נישט, וויבאלד עס געפינט זיך אין א קירכע, ימח שמם זאגט מען ביי אונז....
ווי אויך האבן מיר דא ערגעץ וואו די קבר פון די הייליגע רמב''ן. פונקטליך ווי איז נישט קלאר, אבער גבאי האט א מערה וואס זיי שאצן צו זיין די קבר. עיין שם ובכתבי ר' שמ''ח.
כידוע האט די רמב''ן געאווינט עטליכע יאר אין עכו און דארט געהאט א ישיבה. לכאורה האט ער פשוט געוואלט ליגן אין ארץ ישראל, ווי שוין גערעדט, דעריבער ליגט ער דא אין חיפה ווי עס איז זיכער ארץ ישראל.
אינטערעסאנט, אז פאר עטליכע יאר צוריק האט מען געפינען אויף די ערד אין א פעלד, א זיגל פונעם רמב''ן! לכאורה גייענדיג און קומענדיג פון ירושלים. היינט ליגט עס אין מוזיאון ישראל וכו'.
מיט אים ליגן נאך עטליכע הייליגע ראשונים, ווי רבינו שמשון משאנץ, בעל פירוש המשניות 'הר''ש משאנץ'. און רבינו יחיאל מפריז, די שווער און רבי'ן פונעם סמ''ק, און בעל הוויכוח הנודע, וואס אלע זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און דא געוואוינט דערנעבן אין עכו און דא נפטר געווארן און באערדיגט געווארן אין די דערנעבנדיגע חיפה.

האבן מיר באזוכט צוויי קברים, א דריטע האבן מיר נאר געהערט דערפון און נישט געקענט צוגיין, און אויך א מערה פיל מיט עבודת ה'. דאס איז בערך וואס עס איז דא צוטון אין דעם מעכטיג גרויסן שטאט. יעצט וועלן מיר פארן ווייטער.
מיר פארן צוריק ארויס אויפן פיר, ביז מיר גרייכן דעם 75, און מיר פארן דערויף צו דרום.
אויפן וועג פארן מיר דורך די גרויסע שטאט 'נשר'. און דערנאך גרייכן מיר די זיבעציג.
דא מאכן מיר א לינקס און מיר פארן צוריק ארויף צפון.

גלייך ביים ווינקעל האבן מיר צוויי שטעט, 'כפר חסידים' און 'רכסים'.
דא איז פארגעקומען אסאך היסטאריע. דא האט זיך אויפגעשטעלט פון די ערשטע ליטווישע ישיבות אין לאנד נאכן קריג, ישיבת כנסת יחזקיהו, ווי די באקאנטע צדיק ר' אליהו לאפיאן האט געדינט אלץ משגיח, און נאך.
דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן. צווישן זיי רעכנט זיך: ר' יחזקאל טויב פון די מודזיצע גזע, ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע, ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.
ביז יאר תשנ''ה איז רכסים געווען רוב פריי. יענע יאר האט זיך עס געטוישט און עס האט אגעהויבן ווערן באזעצט מיט חרדים וואס האט אטאמאטיש פארטריבן די פרייע. היינט איז עס כמעט גענצליך חרדי'ש, ליטוויש געשטימט. עס וואוינען דארט איבער צען טויזענט מענטשן.
עפעס א מוזעאום געפינט זיך דארט איבער די אמאליגע לעבן אינדערהיים, גערופן 'יענקל'ס שטעטל', בין איך נאכנישט דארט געווען, וועל איך נישט רעדן וואס איך ווייס נישט.
כפר חסידים איז אפגעטיילט פון רכסים, כפר חסידים איז א מושב און רכסים איז א שטאט.

ווייסן מיר שוין איבער רכסים, פארן מיר ווייטער צפון, ביז מיר גרייכן 'שפרעם'.

כי שם צוה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 09, 2018 3:08 pm

תגובהדורך כי שם צוה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:21 am

טוב ה' לכל האט געשריבן:האבן מיר זיך פיין אויסגעריט אין 'שזור'. צופרי זענען מיר אויפגעשטאנען צום הערליכן פרעכטיגן זון אויפגאנג פון צווישן די בערג ארויס. די האן האט שוין געקרייט אינעם בעק יארד פונעם דערנעבנדיגן שכן, און די ציגעלעך זיינע האבן שוין אנגעהויבן צו מע'קענען ווארטנדיג אויף זייערע שטרויענע פרישטאג, אונז ארויסטרייבנדיג פון בעט נישט לאנג נאכן עלות, נישט צו זיין די לעצטע אינעם מושב וואס שטייט אויף. דא שטייט מען אויף גאר פרי און מען גייט ארויס צו די פעלד ארבעט צו אקערן, זייען און פלאנצן. שלאפן גייט מען ווען עס ווערט טינקעל און צופרי שטייט מען אויף ווען די זון קומט ארויס.
אפגעדאוונט אינעם בית הכנסת פונעם ישוב. קיין מקוה און ניטאמאל א קאווע פארן דאווענען האבן מיר נישט געהאט דא אין בית הכנסת, און זיכער נישט קיין חסידיש ספר... די שאפע פארמאגט נאר תנ''ך פון מערערע סארטן... בלויע גמרות, בלויע משניות, א שולחן ערוך, א יחוה דעת פון ראבי עובדיה, א כוזרי און א עקידה און שוין. שמוץ פון מקוה איבערבלייבענישן און פון קאווע גלעזלעך זאלסטו מאכן ביי דיר אינדערהיים... זיך פארקאכן אויף א חסידיש ספר זאלסטו טון ביי דיר אין הארץ, דא קומט מען דאווענען און דערנאך גייט מען...

שוין, פארן מיר אוועק פון דעם מאדנעם מקום. מיר גייען גלייך קעגן איבער צום דרוזישן ישוב 'סאזשור', וואס איז פארדרייט פונעם נאמען פונעם אלטן אידישן ישוב 'שזור' וואס האט זיך דא געפינען, און ווערט דערמאנט אין חז''ל אלץ די וואוין ארט פון 'שמעון שזורי'.
מיר פארן אריבער דעם גאנצן גרויסן דארף, ביז מיר גרייכן דעם אנדערן עק כמעט גענצליך אינדרויסן פונעם ישוב, דארט געפינען זיך דריי קברים. די גרויסע בנין איז פון ר' ישמעאל כהן גדול, נישט ווייט איז ר' שמעון בן אלעזר, און דערנעבן מער צווישן די הייזער, איז ר' שמעון שזורי.
ר' ישמעאל האט א גרויסן מעכטיגן בנין, ווי עס ווערט צומאל אפגעראכטן סעודות דורך אונזערע ספרדישע ברודער. הושיבו סעודה על קברו. אין צענטער פונעם בנין געפינט זיך די גרויסע שטיין אינטער וואו עס געפינט זיך די הייליגע גוף פונעם תנא הקדוש וואס איז אריין אינעם קודש הקדשים מערערע מאל, און דער אייבערשטער האט אים געבעטן 'ישמעאל בני ברכני'! און עלה למקום שעלה בעפאר מען האט אים אומגעברענגט על קידוש השם, און שפעטער איז ער טאקע געווען צווישן די הייליגע עשרה הרוגי מלכות, ביז ער האט דא געטראפן מקום מנוחתו ביז היינט, ווען פילע אידן קומען דא אויף זיין קבר הקדוש און הייליגן זיך מיטן וויילן דערויף נעבן אזא הייליגע גוף וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט צווישן אונז.
די אנדערע קברים האבן נישט קיין בנינים, נאר אזעלכע מאדנע מציבות ווי מען קען שטיין דערויף און דאווענען. ווער עס מאכט אפ וואס צו בויען ווי, ווייס איך נישט. הכל תלוי במזל...
די פאנאראמע דא איז א וואונדערליכע. העכער אונז זעהען מיר א מעכטיגע בארג ציט זיך גלייך ארויף. בעצם, פון דארט זענען מיר נעכטן אראפגעקומען, דאס איז די גליל העליון, און נישט ווייט דא ארויף איז פקיעין פון וואו מיר קומען נארוואס.
אינטער אונז איז א שיינע טאל אראפ, בקעת בית הכרם, וואו אין צענטער לויפט די 89, און נישט ווייט זעהען מיר די שטאט כרמיאל ליגן אינעם טאל אויסגעשפרייט אויף די ערד פלאך און די ארומיגע הרים וגבעות.

מיר וועלן טאקע שוין יעצט זיך אריבערכאפן אהין. מיר פארן צוריק ארויס פונעם דארף. אויפן 89 מאכן מיר א רעכטס און מיר פארן פאר א קורצע וויילע אויפן שאסיי. צום ערשט זעהען מיר צו רעכטס א גרויסע אראבישע שטאט 'נחף'. דער טאל איז געבענטשט מיט אומהיימליכע אראבישע שטעט וואס באדעקן דעם צפון טייל פונעם טאל, זיך ארויפציענדיג אויפן בארג דערנעבן.
נאך אביסל זעהען מיר א אריינגאנג צו כרמיאל, מיר וועלן פארן נאך אביסל און נעמען דעם מערב אריינגאנג ביים עק, וואו מיר וועלן גלייך צופארן, נאך א רעכטס און נאך א רעכטס, האבן מיר דעם קבר פון די תנאים ר' אלעזר הקפר און בר קפרא. פון דעם האט איר נישט געטראכט אז מען האט היינט די קבר פונעם תנא בר קפרא וואס מיר דערמאנען דריי מאל (?) א טאג ביים דאווענען, הא?...
די קבר איז נאר א מערה וואס גבאי האט אנטפלעקט די לעצטע יארן אויפן סמך פון די כתבים פון די עולי רגל. א מערה וואס מען קען כמעט נישט אריינגיין.
לעצטנס קומט די עולם מער אהין און עס ווערט אביסל בעסער צוגעשטעלט. עס איז זייער גרינג אהין אנצוקומען, וויבאלד עס געפינט זיך ממש נעבן די ראוד פונעם שטאט, אביסל ארויף אויפן בארג.

א קורצע באריכט איבערן שטאט: די שטאט איז גאנץ פריש, אנגעהויבן צו בויען אין יאר תשל''ד. ניי אקעגן די אנדערע שטעט וואס זענען שוין על פי רוב אראפ טויזענט יאר אלט, כאטש אפאר הונדערט.
עס וואוינען דארט אסאך פרייע, בפרט רוסקיס. אויך אסאך אזעלכע נאציאנאל ערליכע אידן, אזוי גערופן. לעצטנס ציען זיך אהין אביסל ליטווישע פרומע, צוליב א ישיבה זייערע וואס האט זיך דארט געפענט.
עס איז זייער א שיינע שטאט און ארומגענומען פון אלע זייטן מיט שיינע בערג. דערנעבן לויפט א שיינעם טייכל טיף אינעם טאל, און אין די שטאט איז פארהאן א שיינע פארק אהערגעשטעלט.

מיר וועלן זיך דא אפשטעלן נאך אונזער קורצע רייזע, און מארגן וועלן מיר אי''ה פארזעצן ווייטער.

אגרויסן ייש"כ אויפן הערליכן באשרייבונג, מיר האבן גאר שטארק הנאה פון דעם גישמאקן שפאציר.
נאר איין הערה, עטליכע מאל האט איר בטעות געשריבן ביי דעם בלאט, כביש 89 אשטאט 85.
בכל אופן זייט ממשיך, סאיז הערליך שיין.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:39 pm

א גרינגערע וועג צו קוקן די בילדער:
מאך שמעלער די בראסער אזוי ווערן אלע בילדער אביסל קלענער און סאיז גרינגער און בטעמטער צו ליינען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

לאדז'ער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

תגובהדורך לאדז'ער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:19 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:עס איז גאר א בערגיגע שטאט, און נאר א קליינע טייל איז ביים ים פלאך וואס איז גראד. ווי אויך איז די מערסט פארפעסטיגטע שטאט אינעם לאנד, וואס דאס פארטרייבט מערערע איינוואוינער פון דארט, צו די מער צענטראלע שטעט.



אין די טעג האט טאקע גור אוועקגעפירט די ישיבה קטנה פון חיפה קיין ירושלים, טאקע צוליב דער זיהום אויר.

טוב ה' לכל האט געשריבן:[/color]
מיר האבן דא עטליכע ערטער צו באזוכן:

דא האט זיך אויך געטון ווען עטליכע אדמורי''ם פון פוילן האבן געוואלט דא אויפשטעלן א ישוב זייערע אין יאר תרפ''ד, אבער למעשה איז עס גענצליך צופאלן. צווישן זיי רעכנט זיך: ר' יחזקאל טויב פון די מודזיצע גזע, ר' ישראל אלעזר האפשטיין פון די קאזניצע גזע, ר' ישעיהו שפירא א ברודער פונעם חובת התלמידים, און נאך.

גאנץ איידל געשריבן. מ'קען דא צושטעלן בילדער ווי די יאבלאנער מיט די חסידים בויען אויף די שטאט.

טוב ה' לכל. דו ביסט מיר ממש מחיה. משה רבינו האט זיך אזויפיל געבענקט אפילו בלויז צו קענען זעהן ארץ ישראל. עס איז דא דא א מעין דמעין. ובפרט באחרית שנה ווען עיני ה' אלקיך בה.
איינס, אן דיר וואלט איך זיכער נישט אנגעקומען צי די געפיל וואס איך האב פון ליינען טוב'ס געשמאקע שריפט.

זעקסער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

תגובהדורך זעקסער » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 1:02 am

"ערעב טוב""

יישר כח כמה פעמים,
איך באלעק זיך און אין די זעלבע צייט ווערט מען דארשטיג אהינצוגיין

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 70

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:29 pm

שטייען מיר דא נעבן שפרעם.
שפרעם איז גאר א גרויסע שטאט, ווי עס וואוינען אראבער מיט דרוזן אויסגעמישט.
שפרעם ווערט דערמאנט אין די גמרא אלץ איינע פון די סטאנציעס ווי די סנהדרין האט זיך געפינען, אין אירע צען מסעות ווי עס האט אלץ געוואנדערט. וואס דאס באדייט אז אין זמן חז''ל איז דא געווען א גרויסע אידישע ישוב. היינט איז דא אן אלטע בית המדרש אינמיטן שטאט, פון בערך דריי הונדערט יאר צוריק, ווען אידן האבן נאך דא געוואוינט.
דא דערנעבן איז אויך די אלטע שטאט אושא, וואס איז אויך גאר באקאנט אין חז''ל, בפרט מיט 'תקנת אושא'.
דארט איז אויך געווען איינע פון די צען ערטער ווי די סנהדרין האבן זיך געפונען, און דארט האט מען געמאכט גאר גרויסע און וויכטיגע תקנות אין כלל ישראל וואס פירן אונז ביז היינט. די חוקרים ווילן אפילו זאגן אז זיי האבן געפינען די מקום ווי די סנהדרין האבן זיך געפונען, אין די דערנעבנדיגע 'חורבות הושא', ווי זיי האבן געפונען א גרויסן צענטראלן בנין פון יענע צייטן, וואס שיינט צו זיין דעם מקום. ווייז אויף אז נישט...
היינט איז דא נישט ווייט, א נייעם אידישן ישוב מיטן נאמען 'אושא', נאך דעם אלטן אושא.

די גאר אינטערסאנטע זאך וואס מיר האבן דא און צו ווי מיר גייען יעצט, איז די קבר פון ר' יהודה בן בבא, וואס דאס איז ממש א פלא!
פארוואס?
ווייל די גמרא דערציילט א מורא'דיגע מעשה. די רשעות'דיגע רומאיים האבן גוזר גזירה געווען און געזאגט אז ווער עס וועט מסמיך זיין א צווייטן מיט 'סמיכה', וועט מען אים הארגענען, און די שטאט אין די תחום שבת ארום ווי מען וועט עס טוען, וועט מען אויסרייסן וכו'.
איז ר' יהודה בן בבא געגאנגען צווישן שפרעם און אושא, אינדרויסן פון די תחום שבת פון ביידע, צווישן צוויי בערג, און דארט מסמיך געווען פינף אדער זעקס תנאים. האבן די רומאיים זיי באמערקט, זענען די מוסמכים אנטלאפן, און ר' יהודה בן בבא איז דארט געבליבן, האבן די רומאיים אים געהארגעט דארט אויפן פלאץ. עיין שם עוד.
יעצט איז ממש הפלא'דיג. דא געפונען מיר זיך יעצט צווישן די אלטע שפרעם און די אלטע אושא, אין א טאל צווישן צוויי קלענערע בערג, וואס דא ממש האט ער לכאורה מסמיך געווען די תלמידים, און דא האט מען אים נעבעך געהארגעט!
און לויט ווי עס קוקט אויס, האט מען אים דא טאקע אויפן פלאץ באערדיגט!! מעגליך צוליב די רומאיים וואס האבן נישט געלאזט אים אוועקפירן און באערדיגן בכבוד'יג, און אפשר לזכותו צו ליגן דארט ווי ער האט זיך אזוי מוסר נפםש געווען פארן אייבערשטנס כבוד.
א אינטערעסאנטע הוספה, אז ממש נישט ווייט פון דא האט מען געטראפן א שטיין פון יענע צייטן, אויפגעשריבן דערויף 'שבת', וואס לכאורה האט מען דאס ארומגעלייגט די שטאט צו קענען וויסן ווי עס ענדיגט זיך די תחום שבת פון אלע זייטן, א זאך וואס מען האט שוין געטראפן אין עטליכע אנדערע שטעט. מעגליך אז דאס איז געווען די סימן פאר ר' יהודה בן בבא ווי צו גיין און ווי צו שטיין אז עס זאל זיין אינדרויסן פונעם תחום!
און דא האבן מיר טאקע זיין קבר. עס איז א שיינע גרעסערע מערה, אין א שיינעם טאל, גלייך אינדרויסן פונעם היינטיגן שפרעם. הגם די הייזער פונעם דארף ריקן זיך שוין נענטער און נענטער, און לכאורה בקרוב וועלן זיי שוין ארומנעמען די קבר פון אלע זייטן.
אנצוקומען דערצו, דארף מען אביסל אריינפארן אין שטאט, און דערנאך ארויספארן, און דאן דערגרייכט מען דא.

פארן מיר ווייטער אויפן 70 צו צפון, פארן מיר אריבער א גרויסע אראבישע שטאט 'טמרה'. גלייך דערנעבן האבן מיר נאך א גרעסערע אראבישע שטאט 'כאבול'.
דאס איז נישט די כאבול פון אפגאניסטאן... הגם עס האט מערערע ענליכקייטן, ווייל איך האב שוין דא עטליכע מאל געכאפט שטיינער און געהאט צוטון מיט די ארטיגע אראבער... אבער ב''ה איך לעב, נישט ווי קאבול אין אפגאניסטאן ווי מען באצאלט מיטן לעבן ביי יעדע אטאקע...
איל וואלט טאקע נישט גע'עצה'ט פאר קיינעם דא אריינצופארן אן וויסן פונקטליך וואו צו גיין, און אפילו אזוי, אויך נאר אויב מען איז נישט קיין פחדן... בכלל גייען מיר יעצט פארן צו מערערע אראבישע שטעט, וואס בפועל וואלט איך קיינעם נישט אהינגענומען, נאר דא אויפן פאפיר (ווער שרייבט נאך היינט אויף פאפיר?... איך מיין צוזאגן, אויפן סקרין...) קען איך אייך נעמען, און עס איז כדאי זיך צו באגענוגן מיט דעם... נאכדערצו אז מיר באקומען דא שיינע בילדער פון יעדע פלאץ דורך (הרב) איינס...!!
דער שטאט ווערט שוין דערמאנט אין חז''ל. און היינט צוטאגס ליגן דא אין דער שטאט עטליכע ראשונים, און יש אומרים אז אויך איינע פון די נביאים.

צוערשט וועלן מיר צופארן צו די קבר פון מיכה הנביא. יש מפקפקים אויף דעם, אבער לכאורה ליגט דא זיכער א אידישע צדיק, ווי די אראבער האבן מקובל, יש אומרים אז שמואל הקטן. עס איז א פארבויעטע מערה מיט א בנין דערויף, האלב איינגעפאלן און שווער צו אריינגיין.

דערנאך האבן מיר אביסל ארויפציר אויף דער גאס, א אלטן שיינעם בנין, אין א אראבישן בית הקברות, וואס דא איז מקובל צו ליגן די הייליגע אבן עזרא, וואס כנראה, חוץ פון זיין קבר, איז בכלל נישט באקאנט אז ער זאל האבן ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל! אבער די פריעדיגע ברענגן שוין אז ער ליגט דא.
ווי אויך איז מקובל אז דא ליגט ר' יהודה הלוי, דער גרויסער פייטן און מחבר הספר 'כוזרי'. די 'לבלר' פונעם פאריגן חודש האט אים שיין באשריבן, און טאקע דורכגעטון דאס אז ער איז בכלל אנגעקומען קיין ארץ ישראל און אז ער ליגט דא. לכאורה איז עס קראנט און אמת.
אינטערעסאנט נאר אז מען האט אים דא באערדיגט, נאכדעם וואס די מעשה גייט אז מען האט אים געהארגעט אין ירושלים. מעגליך, אים צו באערדיגן נעבן זיין חבר די 'אבן עזרא'.
עס זענען דא וואס לייגן אויך צו דעם פייטן ר' שלמה בן גבירול.
אין די פריעדיגע ספרים ברענגן זיי אז שוין יארן לאנג וואס מען קען דא הערן יעדע תשעה באב נאכט, א וויינענדיגע קול וואס קומט ארויס פון דארט!! כהיום ווייס איך נישט צו די אייבערשטער גיבט אונז נאך אזא גילוי און מען קען עס נאך הערן. הסתרה שבתוך הסתרה. אבל בודאי גם שם נמצא השי''ת, ואדרבה, ירידה והסתרה תכלית העליה והגילוי, והכל יתהפך לטובה!!

ביז יעצט זענען מיר געפארן מיטן זיבעציג, מער ווייניגער אויף די פלאך פונעם ים אין א געגענט ווי עס ווערט גערופן 'עמק זבולון'. כאטש די שטאט כאבול איז שוין יא טיילווייז אויף די בערג. יעצט וועלן מיר זיך דרייען רעכטס אויפן אכט - נול - פינף, און אנהייבן צוריק אריינפארן אין די נידריגערע בערג פונעם גליל התחתון. אויב פארט מען ווייטער גראד אויפן זיבעציג, גרייכט מען צוריק די 85 פון ווי מיר קומען.
פארן מיר אויפן 805 א לענגערע שטרעקע, מיר פארן דורך די אידישע ישובים 'יעד' און 'עצמון – שגב', און דערנאך גרייכן מיר די אינטערסעקציע, ווי עס קרייצט זיך מיטן 784.
די 784 פארט ארויף קיין כרמיאל, אביסל שפעטער, און דא פארט עס אראפ צוריק צום 70.
ווער עס איז שטארק אין די גיסטע פון מאנקי'ס, קען מאכן א רעכטס אויפן 784 און צופארן צום יער הקופים, אינעם ישוב יודפת, וואס געפינט זיך עטליכע מינוט פון דא. דארט איז דא א קלענערע טיר – גארטן, ווי מען קען אריינגיין אינטער די גראטעס ווי די מאנקיס ווערן געהאלטן, און זיך שטארק באפריינדען מיט זיי. זיי האבן עטליכע סארט פריינדליכע מאנקיס, אויך האבן זיי נאך עטליכע חיות, אריינגערעכנט אונזער גוט באקאנטע 'ראקון', וואס איז נישט דא אין ארץ ישראל אויף די פריי. איך קען זיי שיקן בחינם מיינע פילע שכנים ראקונען פון וועם איך זוך פטור צו ווערן, איך האב גענוג פאר אלע...

מיר פארן ווייטער אויפן 805 ביז מיר גרייכן די גרויסע אראבישע שטאט 'סכנין'.

טוב ה' לכל
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:32 pm

לאדזער, זעקסער, כי שם צוה, יישר כח פארן אזוי שיין באדאנקען. גיבט אסאך מוט אויף ווייטער!!
אפשר וועט מען אלע מאכן אינאיינעם א נסיעה אהין לייף...
ר' שמואל פוקס מאכט יעצט א גרויסע נסיעה אהין. אבער מער אין שומרון, צענטער פון לאנד.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט