געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

געאגראפיע און נאך פון ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

עמער דא עפענען אן אשכול איבער ידיעות אויף די געאגראפיע און באזוך ערטער און נאך פון ארץ ישראל.

היות יעצט איז די זומער און מערערע אידישע קינדער פארן אהין צוליב כל מיני סיבות, און מען פארט דארט ארום דעם לאנד לארכה ולרחבה, וועלן מיר אביסעלע דא מיטטיילן ידיעות וואס איך האב פון דעם לאנד.

דעם לאנד קען איך גאנץ גוט אויף אן אופן פון אינו דומה שמיעה לראיה... איך האב שוין אויסגעזען דעם לאנד פון אינטען ביז אויבן און אלעס אינדערמיט, דעריבער איז אלץ אל תמנע טוב מבעליו וועל איך עס פארלייגן פארן ציבור און זאל די עולם הנאה האבן דערפון.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

קבר אביי ורבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

היינט וועלן מיר אנהייבן מיט א קבר ווי רוב מענטשן וואס זענען שוין אביסעלע ארומגעפארן אויף מקומות הקדושים, זענען שוין דארט געווען, דאס איז די קבר פון 'אביי ורבא'.


ווער עס איז נאר אמאל דארט געווען קען דאס זיכער נישט פארגעסן, קודם צוליב די פראכטפולע אטעם פארכאפענדע פאנאראמע וואס מען זעט דארט (ווי אין ארץ ישראל זעט מען נישט קיין פאנאראמע?...).
דו שטייסט דארט ביים עק פונעם בארג, און די זעסט פאר דיך אויסגעלייגט א ריזיגע טאל מיט הערליך באוואקסענע מסודר'דיגע פעלדער, דאס איז דער עמק החולה. קעגן דיר זעסטו הויכע הערליכע בערג וואס פארן גראד ארויף, דאס איז די באקאנטע גולן בערג. און לינקס ארויף זעסטו א מעכטיגע שטאלצע בארג וואס ציט זיך ארויף אין די נעפל אריין, דאס איז די חרמון בארג וואס דערגרייכט אן הייעך פון זיבן טויזענט פיס, און איז די העכסטע בארג אין דער געגענט.

ווי אויך געדענקט מען עס צוליב דער פארמאכטע מיליטערישע באזע וואס מען דארף ארומפארן אנצוקומען צום קבר. אן אמעריקאנער איד וואס זעט קיינמאל נישט פאר זיך קיין סאלדאטן בכלל, און זיכער נישט קיין פארשלאסענער מיליטערישע באזע מיט אנטענעס און טעלערלעך, געדענקט דאס פאר שטענדיג, כאטש באמת איז דא אין ארץ ישראל א גרויס שפע דערפון, און עס איז נישט דאס איינציגסטע פלאץ ווי מען קען דאס זען.
דער באזע איז געבויעט געווארן ווען די גולן בערג קעגן איבער האט נאך באלאנגט פאר דעם סירישן פיינט, דעריבער איז דאס געווען גאר א סטראטעגישע ארט פון וואו צו האלטן אן אויג אויפן שונא.
ארום דעם באזע געפינען זיך פילע שטעכל דראטן, און ווארענונג שילדען וואס שרייען שטרענג נישט צו כאפן קיין בילדער פון דעם באזע... און אז מען פאלגט נישט, קען צוקומען א סאלדאט און עס שטרענג אינפארסירן (שוין געהאט אזאנס)...


בקיצור, עס איז דא דארט אסאך אינטערעסאנטע זאכן. אבער אלעס אויסער איין זאך: די קבר פון אביי ורבא...

דאס הייסט אזוי: די קבר פון אביי ורבא געפינט זיך באמת אין די מיליטערישער באזע אין א מערה צו וואו מען קען נישט צוקומען, דאס איז גראדע נישט ווייט פון ווי מען שטייט היינט ביים אנגעגעבענעם קבר.
אבער אין דער גרויסער מערה ווי מען גייט היינט, דארט איז ניטאמאל א מערת קבורה, נאר א פשוטער מערה, ווי מעגליך מען האט זיך דארט אמאל באהאלטן אדער עפעס אנדערש, אבער נישט די קבר פון אביי ורבא.

נאר פארוואס דען זאגט מען אז דארט געפינט זיך עס?
דאס איז צוליב א גרויסע מערכה וואס האט זיך געטון פאר פופציג יאר צוריק, ווען מען האט געבויעט דער באזע. זיי האבן דאן אנגעהויבן צו אויסגראבן מערות קבורה, האט מען דאן געוואלט ארויסשלעפן דעם עולם צו פראטעסטירן, האט מען געזאגט אז זיי ווילן אויסגראבן די קבר פון אביי ורבא, און די עולם איז טאקע געקומען, ווער דען וואלט נישט געקומען צו ראטעווען די קבר פון אביי ורבא. זיי האבן זיך טאקע אינטערגעגעבן, און אין דעם זכות קען מען ביז היינט דא קומען באזוכען, כאטש עס איז נעבן א מיליטערישער באזע וואס געווענליך לאזן זיי נישט צוקומען אזוי נאנט דערצו.


למעשה האט מען באערדיגט אין דער מערה די ביינער פון די אנדערע מערות וואס זיי האבן שוין געהאט אויפגעגראבן, און דאס זענען די מצבות וואס מען זעט דארט אינעוויינדיג.

אבער, אפילו אויב עס איז נישט דארט די קבר פון אביי ורבא, געפינט זיך אבער העכער דעם די קבר פון ר' יהודה נשיאה, אן אייניקל פון רבינו הקדוש, וואס פאר דעם איז אויך כדאי אהין צוקומען. און ווער רעדט שוין פון די פאנאראמע און נאך...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הייוועי ניינציג (כביש תשעים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יעצט וועלן מיר רעדן איבער די לענגסטע הייוועי אין ארץ ישראל, דאס איז דער ניינציגער.

דער ניינציגער לויפט דורך די גאנצע לאנד פון אינטען ביז אויבן, פון אילת ביז מטולה.
די גאנצע לאנד דורכצופארן נעמט בערך א פינף – זעקס שעה... ממילא, ווער עס איז דארט און וויל דורכפארן די לאנד פון אינטען ביז אויבן, קען כאפן דעם ראוד, און פשוט פארן דערויף פון אויבן ביי מטולה ביז אינטען אין אילת, וועט ער האבן דורכגעפארן ארץ ישראל פון אויבן ביז אינטען.
אגב, די אמת'ע ארץ ישראל וואס ווערט דערמאנט אין תנ''ך אלץ 'מדן ועד באר שבע', נעמט קוים צוויי – דריי שעה דורכצופארן... נאר דא רעדט מען פון דאס וואס מען רופט היינט מדינת ישראל.


דער ראוד פארט הייבט זיך אן אין מטולה, ביי די גרעניץ פון לבנון. עס פארט דורך צום ערשט די עמק החולה (פריער דערמאנט), דארט פארט עס אדורך די שטאט קרית שמונה. דערנאך פארט עס אריין אין די טאל פון די כנרת, ווי עס שפרייט זיך אויס פאר די אויגן די גאנצע הערליכע בלויע כנרת מיט די שיינע בערג ארום. דארט פארט עס אויך אריין אין טבריא, ווי עס פארט דורך נעבן די בית החיים פון די תלמידי הבעש''ט, פון וואס מען וועט נאך רעדן, און אויך נעבן די קבר פונעם תנא ר' מאיר בעל הנס.

דערנאך פארט עס אריין אינעם עמק הירדן, א שיינע געגענט, ווי עס פארט נעבן די ירדן טייך, פון דא פארט עס שוין די גאנצע צייט פאראלעל מיט די ירדן ביז עס פאלט אריין אין די ים המלח. אין די עמק הירדן פארט עס אריבער אין די שטאט בית שאן, וואס חז''ל זאגן אז אויב די גן עדן איז אויף דער וועלט, איז עס אין בית שאן! ווען מען פארט דארט, פארשטייט מען פארוואס.

מען פארט דא צופיסנס פון די מעכטיגע 'הרי גלבוע', וואס ווערן דערמאנט אין שמואל אלץ די ארט ווי עס איז פארגעקומען די מלחמה מיט די פלשתים, ווי שאול המלך איז געהרג'ט געווארן. הערליכע בערג!


דאן פארט עס אריין אין די איינגענומענע שטחים, די אזוי גערופענע מערב ברעג, אבער א נישט מסוכנ'דיגע געגענט בכלל, עכ''פ לגבי די אראבער'ס. למעשה איז עס אבער מסוכן צוליב דעם וואס די גאנצע ראוד, וואס איז א 'מעין ראוד', פארמאגט סך הכל איין לעי''ן אויף יעדע זייט... וואס דאס ברענגט אז מען דארף כסדר אויסקרויזן קארס און טראקס וואס פארן פאר דיר, און דאס איז שטענדיג מסוכן, בפרט דארט וואס די ראוד'ס גייען זייער געדרייט, צוליב די בערג און טאלן.
אבער פון די אנדערע זייט איז עס א הערליכע ראוד, ווייל דא פארט מען אריין אין די מדבר! און פון דא אין ווייטער פארט מען שוין נאר אין מדבר.

דא פארט מען יעצט נעבן די גרעניץ מיט ירדן, אויף געוויסע ערטער פארט די ראוד ממש זייט ביי זייט מיט די שטעכל דראט צוים וואס האלט צוריק פון אריבערקומען פון די אנדערע זייט. אבער מען דארף נישט מורא האבן, ווייל די רוהיגקייט איז דארט פונקט ווי צווישן אמעריקע און קאנאדא, און עס פאסירט דארט קיינמאל גארנישט.
עס בלייבט נאר איבער צו זיין אינטערעסאנט צו פארן ביי די גרעניץ מיט אן עכט אראבישע לאנד, וואס האט א טיילווייזע שלום מיט מדינת ישראל, וואס האט שוין עטליכע מאל געהאלטן ביים צופאלן.

אינמיטן פארט מען דורך נעבן עטליכע אידישע מערב ברעג זידלונגען. בכלל קען מען זען אויף די וועג, הערליכע פעלדער איינגעפלאנצט מיט מייעסטעטישע הויכע טייטלביימער, פון וואס מען מאכט לולבים, און מען ברענגט פון דארט די געשמאקע זאפטיגע טייטלען וואס ווערן פארקויפט אויך דא אין אמעריקע.

ביי די סוף פארט מען דורך נעבן די אלטע היסטארישע שטאט 'יריחו', וואס איז היינט א גרויסע אראבישע שטאט. דארט דרייט מען זיך לינקס און מען הייבט אן אראפצופארן צום ים המלח. חוץ אויב מען דרייט זיך רעכטס, וואס דאן קומט מען אן אין צוואנציג מינוט קיין ירושלים.

פון דא פארט מען א לענגערע וויילע נעבן דעם ים המלח. ביים סוף פארט מען דורך נעבן די באקאנטע מצדה.
די גאנצע צייט האט מען פאר זיך א פרעכטיגע פאנאראמע, פון די בערג אויף די זייט, און דערנעבן די ים המלח, און קעגן איבער די בערג אין ירדן.

נאך וואס מען ענדיגט דאס, נעמט זיך דער ראוד פארן היבש גראדער און גרינגער, און פון דא טוישט זיך שוין נישט צופיל די אויסקוק, נאר עס בלייבט שוין אזוי מער ווייניגער ביז אילת, ווען די גאנצע צייט פארט מען אין פיסטע מדבריות, ווען פון צייט צו צייט ערשיינט אויפן האריזאנט נאך א אידישע שטעטל, אבער אלע דערפון זענען פרייע קיבוצים.

דא דערגרייכט מען די שטאט אילת, וואס איך וועל יעצט נישט רעדן איבער די אויסגעהאלטנקייט פון דארט זיין אלס אידישקייט. פון אילת קען מען זען די סיני ראיאן פון מצרים גרינגערהייט, און מעגליך אפילו סאודי אראביע! פונדערווייטנס אין א גאר קלארע טאג.


קומט אויס אז מיר האבן געזען אויפן וועג לבנון, ירדן, מצרים (בעצם אויך סיריע, וויבאלד די שפיץ פונעם חרמון באלאנגט פאר סיריע, וואס דאס קען מען זען פון די גאנצע עמק החולה).
מיר זענען אריבערגעפארן מטולה, קרית שמונה, טבריא, און בית שאן. מיר האבן געזען דעם כנרת, די ים המלח (בעצם, די איינציגסטע צוויי געהעריגע נאטורליכע לעיק'ס וואס א''י פארמאגט) און די הערליכע מדבר, און נאך אסאך שיינע פאנאראמעס וואס ארץ ישראל איז געבענטשט דערמיט.
און אויב מיר האבן געוואלט, האבן מיר זיך געקענט אפשטעלן גלייך אויפן ראוד צו די קברים פון די תלמידי בעש''ט, און ר' מאיר בעל הנס און נאך.
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

Thank you! you are a gift for I-velt
צעקה בקול דממה דקה
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

עטליכע אשכולות אויף די נושאים.
עס איז דא פלאץ פאר נאך.

מדת העולם וגבולות אר"י - גיאוגרפיה
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=2607


מקומות הקדושים בארץ ישראל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=36516

אומבאקאנטע קברי צדיקים אין צפון א"י
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8&start=25

היסטארישע ראיאנען אין אייראפע
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=27447
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו amazing stuff!! ישר כחכם
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

שרייזשע האט געשריבן:Thank you! you are a gift for I-velt



!please please keep it up
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

יישר כוח
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

הערליך.

למעשה זאגט מען אן פאר אויסלענדישע אידן נישט צו פארן אליינס דורכ'ן 90, ווייל אפילו טאקע די ראוד אליינס איז אקעי, אבער אויב עפעס געשעהט מיט די קאר למשל א פלעט טייער, אדער דו פארפארסט א טראפ, קענסטו זיך דערזען ארומגענומען מיט ווילדע אראבער פונעם ערגסטן סארט.

דאכצעך די 90 רופט מען אויך די "בקעה". גערעכט?
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אויסצומיידן די 90 צו פארן פון גליל קיין ירושלים איז א היפשע אומוועג. מען דארף פארן מערב צו נעמען דעם כביש שש, און דערנאך צוריק מזרח קיין ירושלים, וכן להיפך.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בינעך געפארן מיט א נסיעה מיט א באסעלע אויפן ניינציגער.
הערליכע הערליכע וועגן און פאנאראמעס.
אויף איין פלאץ האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביי א גרעניץ פונקט מיט ירדן ווי די ירדנישע סאלדאטן זענען געווען אויף די אנדערע זייט וואסער קוים 50 פיס אוועק פון מיר
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

jordan border
אטעטשמענטס
123_compressed.pdf
jordan border
(95.18 KiB) געווארן דאונלאודעד 410 מאל
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הייוועי 89

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

היינט וועלן מיר ארויפפארן דעם 89 הייוועי, וואס געפינט זיך אויבן פונעם לאנד, און עס פארט אדורך כמעט די גאנצע ברייט פון די לאנד.
https://www.google.co.il/maps/@32.99198 ... .25z?hl=iw

דער הייוועי הייבט זיך אן ביים מיטעלענדישע ים, אין צענטער פון די שטאט 'נהריה'.

נהריה איז א רעלאטיוו נייער שטאט, יאר תרצ''ה, מיט שיינע ווייסע בנינים כנוסח המדינה. עס וואוינען דארט בערך 55,000 מענטשן. רוב איינוואוינער זענען ספרדים (מה שנקרא 'פרענקן' בלע''ז). עס געפינט זיך נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט לבנון.
נהריה איז א היבש אומבאקאנטער שטאט, און באמת איז טאקע נישט דא דארט וואס צו טון. די איינציגסטע אינטערעסאנטע זאך, חוץ פונעם ים וואס דאס איז דא אינעם גאנצן מערב טייל פונעם לאנד בשפע, איז אז עס וואוינט דארט איינע פון די גאר גרויסע און רעספעקטירטע ספרדישע רבנים, הצדיק ר' דוד אבוחצירא, א זון פון בבא מאיר בן הבבא סאלי, וואס מערערע אמעריקאנע אידן קומען צו אים פאר א ברכה און זיך צו שואל עצה זיין.

נישט ווייט פון נהריה, צפון ארויף צום גרעניץ, געפינט זיך די באקאנטע 'ראש הנקרה', וואס מערערע אמעריקאנע אידן האבן די זכיה צו פארוויילן דארט בשעת'ן זיך געפינען אין א''י. א טייל זאגן אז עס איז גאר שיין און עס לוינט זיך אהין צו גיין, און א טייל האלטן אז עס איז סתם פארשווענדטע צייט און עס איז נישט דא דארט וואס צו זען.

נהריה און די ארום איז פלאך, אבער ווי נאר מען פארט ארויס פון שטאט זעט מען שוין פונדערווייטנס די הויכע גליל בערג. ווי מער מען פארט, אלץ העכער ווערט מען, און אלץ שענער ווערט די פאנאראמע, ווי מען ווערט ארומגענומען מיט די הערליכע באוואקסענע גליל המערבי בערג.
דער חלק פונעם לאנד איז בכלל היבש שוואך באוואוינט און באקאנט, אבער עס איז גאר שיין און פראכטפול, און בעצם פון די איינציגסטע ביימער - באוואקסענע שטחים אינעם לאנד.

כי האי כללא נקוט בידך: אין ארץ ישראל איז א בוים - א מציאה...
פאר ווער עס איז נאכנישט דארט געווען איז דאס שווער צו פארשטיין, וויבאלד אונזער ניו יארק איז נאטירלעך געדעכט באוואקסן מיט שיינע ברייטע פולע ביימער, און מען פרייט זיך שוין צו זען אביסעלע א פרייע פעלד, ווי מען האט עס גערופן אין קעמפ...
אבער אין ארץ ישראל איז פונקט פארקערט, רוב ארץ ישראל באשטייט פון פרייע און שוואך באוואקסענע שטחים, מיט העכערע גראזלעך און אסאך דערנער, ווי די נביא האט עדות געזאגט אז ווען די בית המקדש וועט חרוב ווערן וועט ארץ ישראל ווערן באוואקסן מיט קוצים ודרדרים. זאל שוין זיין די גאולה.

אין לויף פון די לעצטע הונדערט פופציג יאר האבן די בריטישע און די ציוניסטישע ארגענעזאציע קק''ל איינגעפלאנצט אריבער 240 מיליאן ביימער איבער די לאנד!!
דעריבער, כמעט יעדע וואלד וואס מען זעט אויפן וועג, זאל מען וויסן אז עס איז איינגעפלאנצט געווארן דורך מענטשן, און עס איז נישט געוואקסן נאטירלעך. א טייל פון די וועלדער איז טאקע די אלעמען באקאנטע וואלד אין מירון, און אויף די בערג ארום.

בקיצור, דער חלק פון גליל איז זייער שיין באוואקסן. פארט מען ווייטער, ארויף אויף די בערג.
די בערג זענען רעלאטיוו נידריגע בערג, בערך אין די געגענט פון 1300 פיס הויעך.
הגם פאר אונז דא אין ניו יארק הייסט דאס הויעך – למשל, די בערג ארום מאנסי דערגרייכן אפשר זעקס הונדערט פיס, און ארום קרית יואל, מערסטנס טויזענט פיס, און אין די קעטסקילס, בערך 1300 פיס. אבער דארט פארן די בערג זייער שנעל ארויף, און די נארמאלע הויכן פון די גליל העליון בערג, ווי למשל מירון און צפת, איז צוויי א האלב טויזענט (דאס איז אויך די הייעך פון ירושלים והרים סביב לה), דעריבער איז דאס נאך היבש נידריגער, אבער דאך הויעך.

עמער זיך דא מוזן אפשטעלן אין א זייט, און איבערשלאפן איבערנאכט צום הערליכן אויסקוק פונעם ברייטן האריזאנט, און שפעטער וועלן מיר אי''ה ממשיך זיין און פארן ווייטער קיין מעלות און נאך.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טוב ה' לכל האט געשריבן:נהריה איז א היבש אומבאקאנטער שטאט, און באמת איז טאקע נישט דא דארט וואס צו טון. די איינציגסטע אינטערעסאנטע זאך, חוץ פונעם ים וואס דאס איז דא אינעם גאנצן מערב טייל פונעם לאנד בשפע, איז אז עס וואוינט דארט איינע פון די גאר גרויסע און רעספעקטירטע ספרדישע רבנים, הצדיק ר' דוד אבוחצירא, א זון פון בבא מאיר בן הבבא סאלי, וואס מערערע אמעריקאנע אידן קומען צו אים פאר א ברכה און זיך צו שואל עצה זיין.


גערעדט פון נהריה, הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע האט זיך דארט אפגעשטעלט דאווענען אנקומענדיג קיין ארץ ישראל דורך לבנון, אויפן וועג קייין חיפה ט' שבט תש"ד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אינטערעסאנטע אשכול. שכח @ טוב לכל, האסט א גוטע פעדער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

איך בין נישט מייעץ פאר איינער וואס קען זיך נישט אויס און א"י און קען נישט דער שפראך צו פארן און כביש 90 עכ"פ ביינאכט זיכער נישט!!
עס איז מוראדיג א מוסכנדיגע גאס ס"ה איין לעין אויף יעדער זייט אהן קיין לעקטערס זייער א גדרייטע וועג אלע ארבערס און געוויסע חלקים פארן בכלל נישט אויף דער ספיד פון אונז
לא מומלץ!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הייוועי ניין און אכציג - ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פארן מיר ווייטער אויפן ניין און אכציגער אין מזרח ריכטונג.
אויפן וועג פארן מיר אריבער א שיינע שטאט מיטן נאמען 'מעלות'. מעלות געפינט זיך אויף א בארג, און די הייזער זענען אזוי ווי טרעפ אראפ פונעם בארג, פונקט ווי פילע שטעט אין א''י, אריינגערעכנט צפת.
דאס איז אויך א רעלאטיוו אינגע שטאט, געבויט אין יאר תשי''ז, און צוביסלעך האט זיך עס אויפגעבויט צו א גרויסע הערליכע שטאט. בעיקר באשטייט עס פון ראמענישע, רוסישע און מאראקאנע אידן. נאר אין ארץ ישראל קען זיך פארן אזא שידוך...

בעצם הייסט די שטאט 'מעלות – תרשיחא', וואס די צווייטע נאמען הערט זיך אוודאי אראביש. איך מיין, לשון הקודש זיכער נישט... און עס איז טאקע א אראבישע שטאט, אבער בעיקר וואוינען דארט אראבישע קריסטן.
וועסטו פרעגן: אראבער'ס אדער קריסטן? מעיק אפ יור מיינד.
אבער דא דארף מען טאקע וויסן איין מאל פאר אלעמאל, אז אן אראבער מיינט נישט א מוסלעמענער. פינטל.
אן אראבער איז אזוי ווי מען זאגט 'אן אמעריקאנער', וואס דאס מיינט אוודאי נישט אז ער איז א קריסט, נאר דאס מיינט אז ער קומט פון אמעריקע. די זעלבע אהער, אן אראבער באדייט אז ער קומט פון מיטל מזרח (ערב - אראב), אבער אין די מיטל מזרח זענען פארהאן פילע רעליגיעס, ווי למשל איסלאם, וואס פון דעם באשטייען טאקע רוב אראבער, אבער אויך זענען פארהאן מיליאנע אראבער וואס גלייבן אין קריסטנטום און אין נאך רעליגיעס. עס טוען זיך טאקע פילע אמפערייען צווישן די צוויי סעקטעס, און איך ווינטש זיי ביידע אסאך הצלחה... מיט ביידע פון זיי וואלט איך נישט געוואלט זיך טרעפן אין א טינקעלע געסל ביינאכט...
עס וואוינען טאקע אין א''י אסאך אראבער וואס זענען קריסטן, און צומאל האבן זיי גאנצע דערפער וואס געהערט פאר זיי. און אפיציעל האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מדינה. למעשה, ווייס איך נישט צו עס איז טאקע אזוי, פרוביר עס נישט אויס...

בקיצור, צוריק צו אונזער תרשיחא. למעשה איז דער שטאט אויף די אנדערע זייט פונעם מעין ראוד, און עס האט נישט צופיל שייכות די צוויי חלקים. נאר עס איז פארהאן איין ראש העיר (מעיער) פאר ביידע, און די זעלבע שטאטראט פירט ביידע שטעט. אבער אין די שטאט מעלות דארף מען נישט מורא האבן זיך צו דרייען, וויבאלד די אראבישע טייל איז בכלל נישט דארט.

אבער למעשה איז נישט דא צופיל פארוואס זיך צו דרייען דארט, חוץ אויב זענט איר שטארק הונגעריג פאר א גלידה פון נעסטלי, אדער א ביסלי, באמבא און טאפוטשיפס.... וואס א חלק פון די ארומפארן דארט איז דאס זיך אפשטעלן אין א געז סטעישן און אריינגיין זוכן וואס זיי האבן צו פארקויפן, כאילו מען ווייסט נישט אז איבעראל איז דא זעלבע פינף זאכן צום עסן... ווער ס'פארשטייט פארשטייט...
על כל פנים, איז נישט דא וואס צו טון נישט אין מעלות און זיכער נישט אין תרשיחא, חוץ אויב ווילט איר גיין זען צום ערשטן מאל וויאזוי עס זעט אויס אן אראבישע קריסט...

איין קלייניגקייט איז יא דא דארט. פאר ווער עס וויל גיין שיפלען אויף א וואסער וואס איז ניטאמאל דריי פיס טיף ביי די טיפסטע ארט! יא, אזוי ווי איר הערט!
און דאס איז נאך א וויכטיגע הקדמה וואס מען דארף זייער וויכטיג וויסן, און מיר האבן דאס שוין פריער אביסל דערמאנט: אין א''י איז נישט דא 'סתם' א וואסער! געהעריגע נאטירליכע לעיקס איז נישט דא, נאר צוויי, די ים המלח – א זאלציגע, און די כנרת – א זיסע. חוץ פון דעם, יעדע לעיק וואס מען זעט אויפן וועג איז א אייגן געמאכטע.
דאס זעלבע מיט טייכן וואס לויפן, א סטרי''ם, א נחל, איז אויך כמעט נישט דא, נאר געציילטע.
בעצם איז פארהאן אסאך, יעדע טאל צווישן צוויי בערג האט ביים גרונד א ארט ווי א טייך קען לויפן. אבער דאס ווערט גערופן א 'נחל אכזב', דאס באדייט, אז עס לויפט נאר ווען עס רעגנט אדער קורצליך דערנאך. בקיצור, אזוי ווי עס לויפט ביי אונז שטורעמישע טייכן צווישן די גאדער און די סיידוואלק ווען עס רעגנט...
און פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אין די ווינטער ווען עס רעגנט בכלל, אבער אין די זומער, איז דאס אויך נישט דא, און דאן לויפט נאר די ירדן און נאך געציילטע טייכלעך, צו וואו די גאנצע לאנד שטראמט טאקע אהין אין די זומער צו קענען גיין אביסל שיפלען און רעפטינג, בפרט אין די גרויסע 'חופש' טעג, וואס דאן קען מען קוים ארויסזען די וואסער פון צווישן די שיפלעך... איי, גוטע זכרונות... שבשפלינ''ו זכ''ר לנו, איי.... מי יתן לנו ימי''ם מקדם...

עכ''פ, האט מען דארט געגראבן אינעם טאל אינטער דער שטאט אזא לעיק נישט מיר נישט דיר גערופן, און מען קען דארט גיין שיפלען אויפן וואסער. געדענקטס נאר צו גוט אנטון די לייף וועסט און עס שטארק באפעסטיגן, עס קען ראטעווען לעבנס...

שוין, דאס איז די מעשה מיט די אידן פון מעלות און די אראבער פון תרשיחא און די וואסער דערנעבן. יעצט שפעטער מיר ווייטער פארן און אנטדעקן נאך אינטערעסאנטע ערטער וואס געפינען זיך אין דעם פיצקעלע לאנד, ד' על ד'. כל ההולך ד' אמות בארץ ישראל, וואס בעצם ביסטו שוין געגאנגען מיט דעם די גאנצע לאנד...
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום פרייטאג יולי 19, 2019 4:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר מי כעמך, עולם האמת, משה'לע, דריידל, שאהן הענניטי פארן מיר אזוי שיין באדאנקען. ב''ה מען האט הנאה!
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

טוב ה' לכל האט געשריבן:יעצט וועלן מיר רעדן איבער די לענגסטע הייוועי אין ארץ ישראל, דאס איז דער ניינציגער.


פון דא פארט מען א לענגערע וויילע נעבן דעם ים המלח. ביים סוף פארט מען דורך נעבן די באקאנטע מצדה.
די גאנצע צייט האט מען פאר זיך א פרעכטיגע פאנאראמע, פון די בערג אויף די זייט, און דערנעבן די ים המלח, און קעגן איבער די בערג אין ירדן.

א בילד רעדט מער וכו'
(נישט די בעסטע אבער דאך עפעס)
Photo0893.jpg
Photo0893.jpg (54.91 KiB) געזען 8736 מאל

Photo0895.jpg
Photo0895.jpg (40.97 KiB) געזען 8736 מאל

Photo0904.jpg
Photo0904.jpg (52.12 KiB) געזען 8736 מאל
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

images.jpg
images.jpg (44.18 KiB) געזען 8722 מאל
168561_tumb_750Xauto.jpg
168561_tumb_750Xauto.jpg (48.96 KiB) געזען 8722 מאל
PageIcon13960.jpg
PageIcon13960.jpg (66.9 KiB) געזען 8722 מאל
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

ואוו!! הערליך אין רייך באשריבען!

דאס איז ווערט צו באשרייבען אין איינע פין די אויסגאבעס!

א דאנק איך

פליז קיפ איט קאמונג

ווי ניד מאאר!
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

אויב קען איינער לייגען אויף Pdf ביטע
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הייוועי 89 ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פארן מיר ווייטער אויפן 89 אין ריכטונג פון מזרח.
גלייך נאכן דורכפארן אונזער שוין גוט באקאנטע שטאט 'מעלות – תרשיחא', פארן מיר אריבער א זייטיגע ראוד מיטן נומבער: 864. דער ראוד דערגרייכט ביי די ענדע די 85, וואס דאס איז די הויפט הייוועי פונעם גליל געגענט, און מיר וועלן דאס נאך אריבערפארן מיט די צייט אי''ה. און אינמיטן פון דער ראוד געפינט זיך די באקאנטע 'פקיעין', מיט די באקאנטע מערה פון ר' שמעון, וואס ווער וויל דען נישט אהין גיין דאס באזוכן?
אבער מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר א צווייטע מאל, און יעצט וועלן מיר גענצליך איגנארירן דעם ראוד און זיך האלטן ווייטער מיט א שטארקייט אויף די ניין און אכציגער און פארן ווייטער אין ריכטונג פון דעם דרוזישן שטאט 'חורפיש'.
אויפן וועג וועלן מיר אריבערפארן א אידישע ישוב מיטן נאמען 'צוריאל', דערנאך וועלן מיר אריינפארן צווישן הערליך געדרייטע אויגפארכאפנדע בערג און טאלן, דערנאך וועלן מיר אריבערפארן נאך א זייטיגע ראוד וואס טראגט צו א אידישע ישוב מיטן נאמען 'אלקוש', באקאנט פון די הייליגע נביא 'נחום האלקושי', און נישט לאנג דערנאך וועלן מיר ענדליך דערגרייכן די שטאט חורפיש...

דא וועלן מיר זיך אביסל אפשטעלן אויף א קורצע שמועס. מיט מיין קאר וואלט איך מיך אפשר נישט אפגעשטעלט דא, אבער ווען איך שרייב נאר, האב איך נישט אזוי מורא...
ווי מען הערט גלייך אויף די נאמען, איז דאס נישט קיין אידישע שטאט. דאס איז א שטאט ווי עס וואוינען בעיקר דרוזן.
שוין, חוץ פון מוסלעמענע אראבער'ס, און קריסטישע אראבער'ס, האבן מיר שוין דא אויך צוטון מיט א דריטע סארט אראבער, וואס רופן זיך דרוזן. וואס עס טוט זיך נישט אלץ דא אפ אין דעם פיצל לענדל...

ווער זענען טאקע די דרוזן? וואס איז זייער היסטאריע, און וואס איז זייער יעצטיגע סטאטוס?
איז צום ערשט וועלן מיר אייך מוזן מודיע זיין און ברעכן פאר אייך די פרייליכע נייעס, אז אפילו אויב איר ווילט נישט, קענט איר מער נישט ווערן קיין דרוז!!...
די אמת איז, אז דאס האט נישט ספעציעל מיט דיר, און ס'איז נישט אז מען דעסקרימינירט אקעגן דיר אלץ איד, נאר דאס איז שוין אזוי פאר די לעצטע טויזענט יאר!
און נאך מער, עס איז אינגאנצן געווען פיר און צוואנציג יאר וואס מען האט געקענט האבן די זכיה צו ווערן אנגענומען אלץ א מיטגליג אין די די געוואלדיגע דרוזישע רעליגיע... נאך דעם, קענסטו דיך בעטן ווי א גזלן ביים רויבער מיט קראקאדיל טרערן און פערסישע שיך, מען וועט דיך קיינמאל נישט אנעמען, האסט עס שוין פארפאסט...

באמת איז די דרוזישע רעליגיע א טייל פון די מוסלעמענער רעליגיע. זיי גלייבן אין מחמד און נאך און נאך, און זיי זענען מוסלעמענער, אבער זיי האבן עס אויפגענומען אויף זייער וועג, וואס עס אינטערעסירט אונז נישט פונקטליך די חילוקים און דעטאלן.
אבער אויף אזויפיל יא, אז זייערע געזעצן און שטותים איז זייער באהאלטן און עס איז גאר א גרויסע איסור עס ארויסצוגעבן פאר א פרעמדן.
דעריבער, נישט נאר וואס די קענסט נישט ווערן א טייל פון זיי, נאר מיט דעם געזעץ וועסטו אפילו נישט קענען וויסן וואס דו פארפאסט דערמיט... יעצט וועסטו מוזן בלייבן נייגעריג, און עסן דיין טעגליכע קיכלעך און הערינג, וואוסנדיג בשעת מעשה אז עס פארהאן עפעס וואס ער ווייסט יא און דו ווייסט נישט...

וואס עס האט מער א שייכות מיט אונז אידן להבדיל, איז דאס אז זיי פאררופן זיך אלץ אייניקלעך און נאכפאלגער פון... געס ווער... וועסט נישט חלומ'ן... פון יתרו! יא, פון אונזער אלעמען באקאנטן יתרו חותן משה...
איך האב נישט קיין אהנונג וואס עס האט זיי געמאכט ווילן אזוי זאגן, און אין וועלכע חלק פון יתרו זיי האבן זיך אזוי פארליבט, אבער דאס איז די פאקט, ביי זיי איז יתרו איינע פון זייערע הויפט נביאים און אלע שטאמען פון אים.
און נאך מער, זייער הייליגסטע ארט אויף דער וועלט, איז די קבר פון יתרו, וואס געפינט זיך נישט ווייט פון טבריא, צו ווי מיר וועלן נאך אנקומען אי''ה. דארט קומען זיי אהין איין מאל א יאר, און פראווען דארט פאר דריי טעג גרויסע סעודות און פייערונגען. איך בין זיכער אז יתרו (זייער יתרו) האט א גרויסע עליה דורך דעם...
אגב, די פארשער טענה'ן אז זיי זענען נישט אינגאנצן משוגע (מיט דעם חלק עכ''פ), און מען קען זיי נישט אפפרעגן אויף דעם, עס זענען פארהאן האלבע באווייזן אז עס איז טאקע מעגליך אז זענען אייניקלעך פון יתרו, און עס קען גאר זיין אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.
אין די תורה ווערט עטליכע מאל דערמאנט יתרו מיט זיינע אייניקלעך, בני הקיני, אפילו אזוי שפעט ווי ביים חורבן בית ראשון. וואס מען זעט פון דעם אז זיי האבן זיך אלע יארן געהאלטן צוזאמען. אבער פון דאן ביז פאר טויזענט יאר צוריק ווען זיי האבן זיך ערקלערט אלץ אייניקלעך פון יתרו, וואס דאס איז א צירקע פון 1500 יאר, איז נישט קלאר וואס עס האט זיך דאן געטון מיט זיי, און צו עס איז טאקע ווי זיי זאגן.

זיי פארמאגן א מיליאן – א – האלב אנהענגער איבער די וועלט, פארשטייט זיך 'געבוירענע'... רוב פון זיי וואוינען אין סיריע, און די איבריגע אין לבנון. און ווי מען זעט שוין: אין ארץ ישראל, וואו עס געפונען זיך היינט צו טאגס הונדערט פופציג טויזענט שטיק פון זיי.
אויך קען מען טרעפן פון זיי צושפרייט איבער די וועלט, בעיקר אין ווענעזועלע, אמעריקע און קאנאדע.

יעצט, אנדערש ווי אלע מוסלעמענע אראבער, האבן זיי כמעט נישט געהאט צוטון מיט די ציוניסטישע מדינה, און פון די ערשטע מינוט האבן זיי זיך צוגעשטעלט צו די פרישע מדינה. און דאס, צוליב א געזעץ זייערע וואס לויטעט אז מען דארף זיין געטריי צו די לאנד אין וואס די געפינסט דיך, נישט קיין חילוק ווער עס איז (אה, כאטש איינס פון זייערע רעליגיע געזעצן ווייס איך שוין....).
היינט גייען זיי געהעריג אין די מיליטער, און זיי געבן ארויס גאר געלונגענע זעלנער. עטליכע יאר צוריק, תשע''ה, האט מען געהערט פון זיי, ווען א פאליציאנט וואס איז דערשאסן געואורן צום טויט אין די בני תורה שול אין הר נוף, איז געווען פון זייער פאלק.

קומט אויס, אז בעצם זענען זיי געטרייע בירגער פון מדינת ישראל, און זיי שטעלן זיך צו מיט אלעמען. אבער נאך אלץ, אזוי ווי איך האב אנגעהויבן, וואלט איך זיך נישט אפגעשטעלט מיט מיין קאר אין זייער'ס א דארף... פארוואס? משום מעשה שהיה...
נישט קיין גרויסע מעשיות, אבער איך האב שוין צוויי מאל געהאט א שטיקל צוטון מיט זיי, איינמאל טאקע ביים אדורכפארן דעם 'חורפיש' דארף, און א צווייטע מאל אין די דארף 'סאזשור' צו ווי מיר וועלן נאך אנקומען אי''ה.
אבער נאך אלץ, זענען זיי געווענטליך וואויל און פארפירן נישט, און מען הערט קיינמאל נישט קיין מעשיות אז מען האט עפעס געהאט ערנסט מיט זיי, דעריבער דארף מען געווענטליך נישט מורא האבן פון זיי. כאטש קיין גרויסע אידן ליבהאבער און אידיש פאלק פארעהרער זענען זיי אויך נישט...

דעריבער, פארן מיר א דורך דעם חורפיש דארף, וואס די 89 שניידט אדורך אין צענטער פונעם דארף. פארן מיר נישט שנעל, אבער אויך נישט איבריג שטאט...
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

עפעס שמעקט מיר דעם שריפט ווי ר׳ הערשל פריעדמאןס שפראך.

זייער גוט און זייער בא׳טעם׳ט א גרויסן יישר כח
גאר אינטערעסאנט צו ליינען
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

כביש 89 ג' - 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

כאטש מיר האבן שוין אסאך געהערט היינט, אבער וויבאלד היינט איז שבעה עשר בתמוז, און די עולם האט אסאך צייט, וועלן מיר פארן ווייטער.
נאך א פופצן מינוט פארן, דערגרייכן מיר א קליינע אידישע ישוב מיטן נאמען 'סאסא'. דער ישוב איז פון די רייכסטע ישובים אין ארץ ישראל.
מיר וועלן אריינפארן אין דעם דארף וויבאלד דאס מאל האבן מיר דא יא וואס צו זוכן. עס ליגט דארט די הייליגע אמורא ר' לוי, לוי בר סיס''י.
צוויי מינוט פונעם טויער און מיר געפונען זיך שוין ביים קבר. א שיינע אויסגעהאקטע מערה, ווי מען קען רוהיג זאגן תהלים און דאווענען צום אייבערשטן.

פארן מיר צוריק ארויס, און מיר פארן ווייטער. פארט מען אדורך א ראוד 899, וואס מיט דעם קען מען אנקומען צו פילע הייליגע קברי צדיקים, און מיר וועלן נאך דארט זיין אי''ה.
פארט מען ווייטער, פארט מען אדורך נאך א פרייע אידישע ישוב 'צבעון', און נאך א צוויי מינוט דערגרייכט מען דעם קומענדיגן דעסטינאציע: גוש חלב. אדער ווי עס הייסט היינט ביי די אראבער: זשיש.
דא אין דעם אראבישן דארף איז פארהאן פיר קברים פון פריעדיגע צדיקים, אנגעהויבן פון יואל הנביא בזמן בית ראשון, דערנאך די תנאים שמעיה ואבטליון ביים צווייטן בית המקדש, דערנאך יוחאי, די טאטע פון ר' שמעון, נאכן חורבן בית שני, ביז ר' מאיר, איינע פון די ראשונים.

מיר וועלן דורך טון איטליכע באזונדער. און זען ווי קראנט און אמת יעדע דערפון איז:
יואל הנביא: היינט צו טאגס געפונט זיך די קבר פון יואל הנביא, אינטער די גאנצע דארף, אין א מערה אויפן פעלד, וואס מען האט עס שוין היינט שיין פארבויט מיט א בנין דערויף.
למעשה, האט דער אר''י הקדוש מגלה געווען דעם קבר, און ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז אין א מערה, נאר אין דעם פעלד ערגעץ וואו. דער מערה קוקט אויס צו זיין פון יארן שפעטער, מעגליך אפילו נישט פון קיין אידן...
עכ''פ, ערגעץ וואו דא אין די געגענט געפונט זיך עס, און מען איז נישט צו ווייט פארפארן, אבער דאך נישט אויף דעם ארט.

שמעיה ואבטליון: דאס איז א קראנטע קבר, און איז געווען מקובל אלע יארן. עס איז אביסל שווער אנצוקומען אהין, וויבאלד די וועג איז נישט קלאר, אבער אויפן נעץ קען מען טרעפן מער פונקליך, ווי אויך איז דא דארט א שילד דערפאר.

יוחאי: דאס איז זייער שווער צו גלייבן, וויבאלד די מסורה אויף דעם איז גאר א שפעטערע, נאר פון צוויי הונדערט יאר צוריק. אנדערש ווי געווענטליך וואס מען זעט עס שוין געשריבן פאר טויזענט יאר צוריק, אדער פונעם אר''י הקדוש.

ר' מאיר: היינט זאגט מען אז דארט ליגט ר' מאיר בעל ה'אקדמות', און אלע פרעגן אוודאי, אז לכאורה איז ער דאך געבליבן אינטער די סמבטיון איז ווי קומט אן זיין קבר דא אין גוש חלב?...
און באמת פרעגט מען גוט, ווייל ער ליגט טאקע נישט דא.
איז ווער יא? דא ליגט א ראשון וואס האט געהייסן ר' מאיר קצון, און מיט די יארן האט זיך עס פארטוישט. וויאזוי, פארשטיי איך נישט, אפשר האט עס א טור גייד געטון צו מאכן אינטערעסאנט די זאך...

ביז אהער מיט די קברי צדיקים אינעם דארף, וועגן די דארף אליינס וועלן מיר רעדן שפעטער אי''ה.
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום מיטוואך יולי 24, 2019 5:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”